ערשטע מאל אין היסטאריע!
59 יאר צוריק האבן צוויי סייענטיסן דזשעימס וואטסאן און פראנסיס קריק דערקלערט אז זיי ווייסן וויאזוי ד.נ.א. זעט אויס. יארן זענען פארלויפן, און קיינער האט נאכנישט באוויזן צו כאפן א דירעקט בילד פון א סינגל ד.נ.א. הארעלע. די וועג וויאזוי מען האט אויפגעוויזן וואטסאן און קריק'ס טעאריע איז געווען דורך נוצן א טעכניק פון ווארפן עקס-רעי שטראלן אויף א ד.נ.א. הארעלע און פון די שטראלן וועלכע זענען צוריקגעשפרינגן האט מען געקענט אויפבויען א בילד פון דדעם ד.נ.א סטרוקטור (די טעכניק הייסט עקס-רעי קריסטאלאגראפיע).
📎 download (2).jpgביז פאריגע וואך מיטוואך. פארגאנגענע מיטוואך האט דר. ענזא די פאבריאזא, פיזיקס פראפעסאר אין מאגנא גראסיא אוניווערזיטעט אין קאטאנזארא, איטאליע, באוויזן צו כאפן די
ערשטע דירעקטע בילד פון ד.נ.א. אין די היסטאריע. די בילד איז פון א צוזאם געדרייטע ד.נ.א. און דערפאר זעט מען נישט קלאר די סטרוקטור וואס איז באקאנט פאר יעדעם פון מעלערייען. אבער פראפעסאר די-פארביאזא זאגט אז אינעם נאענטן צוקונפט וועט מען קענען כאפן א בילד פון אן אויפגעדרייטן ד.נ.א. הארעלע במלוא הדרה.
📎 dnapicture2.jpgדי פאבריאזא'ס בילד. מערקט די corkscrew shape
פאבריאזא זאגט אז ער האט גענוצט אן עלעקטעראן מייקראסקאופ צו כאפן דעם בילד. ער האט געמאכט צוויי פיצינקע נענאסקאפישע זיילן פון סיליקאן, און ארויפגעגאסן אויף די זיילן א געמיש פון וואסער אין ד.נ.א.. וויבאלד די סיליקאן איז גליטשיג, האט זיך די וואסער אראפגעגליטשט אין די ד.נ.א. הארעלעך זענען געבליבן הענגן אויפן זייל.
📎 dnapicture1.jpgקאמפליט סטארי <a class="postlink" href="http://www.newscientist.com/article/dn22545-dna-imaged-with-electron-microscope-for-the-first-time.html">http://www.newscientist.com/article/dn2 ... -time.html</a>