יאירא
וואונדערליכע שטיקל אינפארמאציע איז צוגעקומען צו די סייענס פון עוואלוציע. ווי באקאנט, האט זיך איין סארט פיש עוואלווד צו א פיר פיסיגע חיה וואס קען גיין אויף די יבשה מיט פיר הונדערט מיליאן יאר צוריק. דאס איז געשען דורך דעם וואס די פלוס פעדערן פונ'ם פיש האבן זיך צוביסלעך געטוישט צו פיס, און אזוי האט עס געקענט שפאצירן אויף די טרוקעניש. אין אנהויב איז עס ארויפגעקומען בלויז אויף צו שעפן אביסל פרישע לופט, און דורות שפעטער האט זיך עס געטוישט צו געהעריגע חיות, פון וואס אלע פיר פיסיגע בעלי חי זענען אפשטאמיג. עס איז נאך היינט דא איין מין פיש וואס איז ענליך צו יענע אור אלטע פיש וואס האט זיך געטוישט צו א פיר פיסיגע חיה, און סייענטיסטן האבן אנטדעקט די די ען עי קאוד פונ'ם פיש, און זיי האבן געטראפן אז די סארט פיש האט א געוויסע טויש אין די אינפארמציע פון די פלוס פעדערן, וואס ווען מ'האט אריינגעלייגט דעם טויש אין א מייזל, האט עס בליץ שנעל דעוועלאפט א כמעט גענצליכע פיס. דאס איז א וואונדערליכע דערגרייכונג, וויבאלד די פיש איז די איינציגסטע וואס שעירט די גענע אינאיינעם מיט אלע פיר פיסיגע בעלי חי, און סייענטיסטן האבן שוין לאנג געוואוסט אז ס'איז זייער ענליך צו די אור אלטע פיש וואס האט זיך עוואלווד אין די אנדערע בעלי חי. יעצט איז געווארן פעסטגעשטעלט דער שייכות צווישן די פלוס פעדערן מיט די היינטיגע לאנגע פיס פון אלע חיות.
אין אישית האב איך באקומען די פאלגענדע שאלה:
איך וויל פארשטיין מער וואס דו האסט דא געשריבן, דאס אז אלע פיר פיסיגע זענען אמאל געווען פיש מיט 100'טער מיליאן יאר צוריק איז לכאורה נאר א טעאריע וואס מען האט געטראכט אזוי, און יעצט ווען מען האט געטראפן די DNA אין די פיש, ניצט מען דאס אלץ א ראי' צו די אלטע טעאריע.
יעצט וויל איך פארשטיין, וואס איז בכלל די ראי'? קודם איז עס דאך נאר איין מין פיש פון ביליאנע מינים, און צווייטנ'ס אפשר איז געווען פארקערט די מין פיש איז אמאל געווען פיר פיסיג און נאכדעם געווארן א פיש און איז דערפאר געבליבן מיט די סארט DNA.
איך וויל מקדים זיין אז עס איז דא א טעות וואס כמעט יעדער איינער מאכט איידער מען באקענט זיך נענטער מיט סייענס, דהיינו, אז סייענס באשטייט פון בלויזע טעאריעס, יעדער קען זאגן וואס ער וויל, און ס'מוז נישט זיין אמת. דער תירוץ ווערט געווענליך גענוצט דורך חרדים צו פארענטפערן די קשיות פון עוואלוציע אויף די תורה. אבער ווען מען טוט מער אין דעם ענין פארשטייט מען אז סייענס ארבעט אינגאנצן נישט אזוי, יעדער טעאריע ווערט געטעסט אויף טויזנטער סארטן וועגן, און נאר אויב עס שטימט פון אלע זייטן ווערט דאס אקצעפטירט דורך אלע סייענטיסטן.
יעצט, לגבי די עוואלוציע פון פיש צו בעלי חיים, איז דא א פשוט'ע ראיה, פון די איבערבלייבענישן פון די בעלי חי. מ'קען קלאר זען פון די איבערבלייבענישן אז ביז ארום פיר הונדערט מיליאן יאר צוריק זענען בלויז געווען פיש, און מיט א 20 מיליאן יאר שפעטער זענען ערשט ערשינען די ערשטע פיר פוסיגע בעלי חי, און וואס א צייט שפעטער עס גייט דורך, אלס מער קאמפליצירטע חיות טרעפט מען אין די פאסילס. דאס ווייזט קלאר אז קודם זענען געקומען פיש, און נאכדעם זענען געקומען פיר פוסיגע בעלי חי וואס ווערן גערופן מאמאלס.
מ'וואלט נאכאלס געקענט זאגן אז משום איזה סיבה האט גאט באשלאסן צו באשאפן קודם פיש און נאכדעם פיר פוסיגע מאמאלס, אבער אויב מיר וועלן טרעפן א בעל חי וואס האט געוויסע חלקים פון א פיש און געוויסע חלקים פון א מאמאל, און נאכדעם טרעפן מיר געהעריגע מאמאלס, דעמאלט קענען מיר זיך פארשטעלן אז די פיש האט זיך עוואלווד צו א מאמאל. ניל שובין איז א סייענטיסט וועמען עס האט געפלאגט יארן לאנג וואו עס געפינען זיך די חצי פיש חצי מאמאל, און ער איז געקומען צו די מסקנא אז עס מוז זיך געפינען אין די איבערבלייבענישן פון 475 מיליאן יאר צוריק, ווייל דאס איז די תקופה צווישן די פיש און מאמאלס. ער האט אויפגעזוכט א לעיק פון יענע יארן, און ער האט אנגעהויבן זוכן. פינף לאנגע יארן האט ער געזוכט, ביז ער איז געקומען אויפ'ן שפור פון די פיש וואס האט זיך אנגעהויבן עוואלוון אין א מאמאל. ווי מ'קען זען זענען די פלוס פעדערן אביסל אנטוויקלט אין כמו פיס, און עס קען אויך אטעמען פון די לונגען, וואס דאס ערמעגליכט אים צו קענען גיין אויף די יבשה. דער פיש איז שטארק ענליך צו איר "טאטע" וואס ווערט גערופן די lobe finned fish וואס האט אויך שטערקערע פלוס פעדערן ווי געווענליך. ער האט געגעבן א נאמען דעם פיש
tiktaalik rosae.
אזוי איז די היפאטעטיס אז פיש האבן זיך עוואלווד פון די לאוב פינד פיש צו די שפעטערדיגע מאמאלס געווארן באפעסטיגט. יעצט, ווען סייענטיסטן האבן געזען אז א היינטיגע סארט פיש וואס איז דירעקט אפשטאמיג פון די lobe finned fish האט אויך די יכולת צו קענען אנטוויקלען פיס פון אירע פלוס פעדערן, איז כמובן געווארן פעסטגעשטעלט די טעאריע פון נאך א זייט.