מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 2:39 pm#70522
שו"ת 'לייקס' והמסתעף
אזויווי איך בין דא היבש ניי, אנגעקומען פון אן אנדערע וועלט, אריינגעטראסקעט דא אהער, און א הייסע וואך ביי כלל ישראל (שוין ווייטער כלל ישראל) יא, ביי די וועבערמאן טרייעל (סא-מא-טוכ-ע) ווען קאווע שטיבל) ק״ש) איז געוועהן אויף האלד, און האט נישט אויפגעהויבן קיינע ביפס, קינד און קייט זענען געוועהן צוגענאגלט צום ריפרעש קנעפל חלילה נישט צו פארפאסן קיין דעטאל פון די פראצעס, כ׳מיין סוף כל סוף איז דאך דער גאנצער (וויליאמסבורגער) עולם אויפן טרייעל (באשולדיגונגס באנק) (אין דעינז'אר)איך קום אריין אין שטיבל קיינער גריסט מיר נישט קיין גוט מארגן, נישט קיין גוט יאר, (ניטאמאל קיין גוטע מועד) איך פארשטיי אבער די מצב, טייל זענען אבלים, טייל גאר חתנים ביי די חתונה, מען יאגט זיך אריין און ארויס פון טוויטער צו ק"ש און צוריק צו אורן יניב, מען שרייט אויף די העכסטע טענער און קיינער גיבט נישט אונטער....
בטבע בינעך זייער א שטילער, צוריק געצויגענער (לאו קאנפידענס) קליינע מאס סעלף עסטיעם, און נאכנישט אהינגעגעבן די פאר טאלער פאר הורוביץ פון ספינקא פאר די באאסט. אבער אז אלע שרייען האבעך נישט קיין סטעידזש פרייט און איך שריי אריין מיינע צוויי ניקל, איך זאג אריין מיין ארעמע עניית דעתי (דאפלט איז שטערקער) און מען שרייט צוריק אנדערע זענען גראדע יא מסכים מיט מיין ארעמקייט.... ביז
פלוצלינג דערזעה איך אונטער מיין הודעה א מעלדונג, אכטונג, סוי ענד סוי האט גע׳לייקט דיין מעלדונג.... פשששש. אזאנס, געלייקט גאר...
כאב שוין געהערט פון פאללאו, ריטוויט, לייק, און אפילו גע'פינט, אבער געלייקט איז א נייע ערשיינונג. אבער העי, כ'קען מיך דערצו צופאסן, ובפרט אין אזא שווערע זמן וואס ארץ יראה ושקטה חמש מאות פרסה גיי איך נישט קיינעם באלמוטשען און אוועקנעמען טייערע צייט פון תגב'ענען ביים הויפט סאמאטוכע אשכול
אבער איצט אז די געמיטער זענען עטוואס בארואיגט, לייף סימס טו מאוו אן (ליידער) מען רעדט שוין וועגן סענדי הוק און בחירות אין ישראל, מען ווייסט שוין צוריק אז די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי א העסליכע נ"י פאוסט ארטיקל, היטלער איז סוכ״ס נישט אן די רייז אין ווענעזועלע, קען איך מיך ערלויבן צו פרעגן אפאר פראגן וואס עגבערט מיר בנוגע די 'געלייקט' מאדע:
וזה החלי, א'. איז דא עפעס א חילוק צו די האט געלייקט מספר איז מער ווי באקומען לייקס, זאגט דאס עפעס אויף דעם ניק אדער אויף די אנדערע ניקס... דהיינו אז איינער האט מער לייקס ווי ער האט געלייקט אנדערע איז טייטש אז ער איז א פשוט'ער עגאאיסט וואס פארגינט נישט אנדערע קיינע לייקס, אדער פשט איז אז ער שרייבט טאקע רוב מאל בעסער ווי וואס ער ליינט!
ב'. איז דא רולס ווען מען לייקט, אדער מען איז פריי צו טון ווי מען וויל? למשל אז איך האב ליב איינעם'ס אויסשפראך אבער איך דינג זיך מיט׳ן אינהאלט, וואס טוה איך דאמאלס, למשל איך גלייך יענקל'ס וועג פון שרייבן צומאל, אבער איך דינג זיך מיטן תוכן. איז אויב איך וועל לייקן וועט דאך זיין א חשש שלא יאמרו, און מדשתקו רבנן שמע מינה דניחא להו, און ממילא אפשר טאר איך אויף דעם פאל נישט לייקן?
ג'. איז דא עפעס א זאכליכע פאקטישע באלוינונג פאר א הויכע צאל לייקס, אדער מען דארף זיך באגנוגען מיט די פשוט'ע גוטע געפיל פון זיין באליבט דורך א פרעמדן ניק, בינו לבין קונו?
דאס איז פאר יעצט, ועוד חזון למועד.