Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען

נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
85 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 130 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2564
מאנטאג אפריל 06, 2015 3:39 pm#264350
מאנטאג אפריל 06, 2015 3:55 pm#264355
בעריש האט געשריבן:http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4643210,00.html

פארשטייט זיך אז דאס ברויך א ביאור וויאזוי טרעפט מען פלוצים ארטיקלען וואס לויט די אנגענומענע ארכילאגישע טיים פרעים איז דא כמעט 500 יאר דיפרענס פון איין חפץ צום צווייטען.
מאנטאג אפריל 13, 2015 10:29 pm#265792
מיז זיין אז דארט איז אמאל געווען א מאזיאם פין אלטע כלים
דינסטאג אפריל 14, 2015 11:06 am#265900
הקטן האט געשריבן:מיז זיין אז דארט איז אמאל געווען א מאזיאם פין אלטע כלים

אדער צייגט דאס אז די אנגענומענע זמנים און די ארכעלאגישע וועלט איז נישט אזוי גלאטיג.
דינסטאג אפריל 14, 2015 5:28 pm#266006
זיכער אזוי
איך האב דאס גענפערט וואו אן ארכלאג ענפערט - אלעס אלעס צו מאכן שטימען די טעאריע וואס ער וויל אדער וואס זיין וועלט אויסקיק איז
מיטוואך אפריל 15, 2015 12:25 am#266141
the interpretation of archaeological data and its association with the biblical text may in many cases be a matter of subjective judgment, . . . inspired by the scholar’s personal values, beliefs, ideology, and attitude toward the data

archaeologist and Israel Prize winner Amihai Mazar
מיטוואך אפריל 15, 2015 10:45 am#266230
אייסיס איז מקיים השיבה שופטינו כבראשונה, צוריק צו איסלאם'ס אייקאנאקלעסטיק מסורה וועלכע האט אפי' אינפילטרירט און געדראעט צו שפלינטערן קריסטענדום אין די ביזענטיין אימפעריע בימים ההם. אייסיס פארניכט אור אלטע ארכילאגישע מקומות אין די איראק'ע שטאט נמרוד (א מאדערענע נאמען באזירט אויף די ביבלישע נמרוד) אשור.

m http://news.nationalgeographic.com/2015 ... f8594867=1 m
מיטוואך אפריל 15, 2015 11:01 am#266233
דאס איז זיכער אן הכנה צו ביאת המשיח ווען עס וועט מקוים ווערן;
ונתצתם את מזבחתם, ושברתם את מצבתם, ואשריהם תשרפון באש, ופסילי אלהיהם תגדעון, ואבדתם את שמם מן המקום ההוא.
מיטוואך אפריל 15, 2015 11:34 am#266237
יואליש האט געשריבן:אייסיס איז מקיים השיבה שופטינו כבראשונה, צוריק צו איסלאם'ס אייקאנאקלעסטיק מסורה וועלכע האט אפי' אינפילטרירט און געדראעט צו שפלינטערן קריסטענדום אין די ביזענטיין אימפעריע בימים ההם. אייסיס פארניכט אור אלטע ארכילאגישע מקומות אין די איראק'ע שטאט נמרוד (א מאדערענע נאמען באזירט אויף די ביבלישע נמרוד) אשור.

http://news.nationalgeographic.com/2015 ... f8594867=1

לויט ויקיפדיה איז די רעדע פון די עיר המקראית כלח

וְכוּשׁ יָלַד אֶת נִמְרֹד הוּא הֵחֵל לִהְיוֹת גִּבֹּר בָּאָרֶץ. הוּא הָיָה גִבֹּר צַיִד לִפְנֵי ה' עַל כֵּן יֵאָמַר כְּנִמְרֹד גִּבּוֹר צַיִד לִפְנֵי ה'. וַתְּהִי רֵאשִׁית מַמְלַכְתּוֹ בָּבֶל וְאֶרֶךְ וְאַכַּד וְכַלְנֵה בְּאֶרֶץ שִׁנְעָר. מִן הָאָרֶץ הַהִוא יָצָא אַשּׁוּר וַיִּבֶן אֶת נִינְוֵה וְאֶת רְחֹבֹת עִיר וְאֶת כָּלַח. וְאֶת רֶסֶן בֵּין נִינְוֵה וּבֵין כָּלַח הִוא הָעִיר הַגְּדֹלָה.
מיטוואך אפריל 15, 2015 5:23 pm#266376
יא יא. דאס ריפן עס "נמרוד", אבער, איז באזירט אויף דעם פסוק
מיטוואך אפריל 22, 2015 4:22 pm#268647
ביים טוישן א צוועלף-יאהר אלטער טעפיך איז אנטדעקט געווארן א רעליגיעזער הייל אונטערן מקום המקדש אין ירושלים m http://www.mail.com/scitech/news/349355 ... tviewed1-4 m
ס'גאנץ מעהגליך אז דאס איז די ארט וואו מ'האט באהאלטן דעם ארון, צנצנת המן און אפר-פרה ביים חורבן בית ראשון

מען ווייסט נישט פונקטליך וואסערע סודות עס זענען דארט אלס באהאלטן ווייל די מוסלעמענער לאזן נישט געהעריג צו אויס זארג אז מ'וועט טרעפן באווייזן צו א יודישער עקסזיסטענץ דארט - א זאך וואס זיי מאכן אוועק אינגאנצן טענה'נדיג אז ס'איז זייערס א הייליג פלאץ וואו מוכאמאד איז ארויף אין הימל

מען האט פארט באוויזן צו דאקומענטירן עטליכע מאלערייען אויף די פאדלאגע
מיטוואך יוני 17, 2015 10:24 am#283238
מאנטאג יוני 22, 2015 3:01 pm#284298
וואס האט מען געגעסן 400,000 יאר צירוק (לפי סייענס)? דא
מאנטאג יוני 22, 2015 7:15 pm#284378
את כל ירק עשב לאכלה
דינסטאג יוני 23, 2015 1:08 am#284494
chusid האט געשריבן:וואס האט מען געגעסן 400,000 יאר צירוק (לפי סייענס)? דא

און נישט לפי סייענס, וואס האט מען געגעסן 400,000 יאר צוריק? מ'האט געהונגערט?
דינסטאג יוני 23, 2015 1:52 am#284508
Re: נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען
עץ הדעת
דינסטאג יוני 23, 2015 1:28 pm#284589
געפילטע פיש האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:וואס האט מען געגעסן 400,000 יאר צירוק (לפי סייענס)? דא

און נישט לפי סייענס, וואס האט מען געגעסן 400,000 יאר צוריק? מ'האט געהונגערט?

איז להד"ם און די ציין האט גאט געלייגט כדאי מען זאל האבן א ניסיון כפירה אדער גאר די מבול מאכט עס אויסזעהן עלטער ווי ראובן האט געשריבן...
דינסטאג יוני 23, 2015 1:46 pm#284596
די ציין האט גאט געלייגט כדאי מען זאל האבן א ניסיון כפירה

די טענה האב איך קיינמאל נישט פארשטאנען.

ווען מענטשען האבן געמיינט אז די וועלט איז פלאך האט די באשעפער זיך געדארפט פארענפערן פארוואס דער מענטש מיינט אזוי? א מענטש קען מאכן א טעות
ווען סייענטס האט געהאלטן אז דער אלטער מענטש האט געגעסען נאר בשר איז דאס געווען ווייל גאט האט דווקא געוואלט זאל זיין א ניסיון כפירה, ס'זאל נישט שטימען מיט תורה ?
ניין, פשוט מענטש קען מאכן א טעות
אויב מענטשען מאכן א טעות, אדער נישט קיין טעות, מיט זייער חשבונות און וועלט באשאף, וואס האט דאס מיט הנחת תפילן ?
ניין, פשוט מענטש (סייענס) קענען מאכן א טעות
די מענטש האט נישט קיין ניסיון כפירה ער האט א ניסיון ערעג'ענס
זונטאג יולי 19, 2015 1:41 am#289987
דינסטאג יולי 21, 2015 7:39 am#290527
זייער אינטרעסאנט
מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 4:52 pm#311097
התגלתה טביעת החותם של המלך חזקיהו


חותם עם שמו של המלך חזקיהו התגלתה בחפירות סמוך להר הבית. על החותם מופיעה כתובת בעברית עתיקה: "לחזקיהו (בן) אחז מלך יהדה".


m http://www.inn.co.il/News/News.aspx/311147 m
דינסטאג יוני 28, 2016 7:51 pm#339408
Re: נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען
m http://www.haaretz.com/israel-news/.pre ... BB9081677C m

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
זונטאג יולי 10, 2016 7:02 am#341188
Re: נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען
m http://www.haaretz.com/jewish/archaeology/1.729879 m

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 11:28 am#350039
ארכעאלאגן אנטדעקן א ריכטיגע מטבע נירונית
א גאלדענע מטבע נירונית פון זמן בית שני קרוב צו 2000 יאר אלט איז אנטדעקט געווארן אין הר ציון אין ירושלים מיטן אויטענטישן אויפשריפט פון NERO CAESAR AVG IMP ווי רש״י שרייבט אין בבא מציעא: סלע נירונית - היינו שנירון קיסר כתוב עליה.

נירון ווערט פאררעכנט אין היסטאריע אלץ א קיסר אכזר אבער לויט די גמ׳ אין גיטין האט ער זיך מגייר געווען אויפן וועג איינצונעמען ירושלים און סאיז ארויסגעקומען פון אים ר׳ מאיר.

בילד
m http://jpost.com/Israel-News/Archeologi ... lem-467768 m
פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 12:34 pm#350045
Re: נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען
שוין געווען דאן די געהעריגע ענגלישע בוכשטאבן?
פרייטאג אקטאבער 21, 2016 2:41 am#352747
דינסטאג יאנואר 23, 2018 8:48 am#394060
It also refers to annual wine and olive harvest festivals no longer observed in Judaism
m https://www.yahoo.com/news/israeli-scho ... 32703.html m
מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:36 pm#410708
m https://travel.walla.co.il/item/3179262 ... cialbutton m
עגיל זהב מרהיב, בן יותר מ-2000 שנה התגלה בעיר דוד שבירושלים
דינסטאג יולי 09, 2019 7:26 pm#432917
צקלג.jpg


היינט איז ביי מיר א פערזענליכע שמחה. קויפט אייך אלע א שטיקל אייז קריעם אויף מיין חשבון.

אין ארץ ישראל איז אנטדעקט געווארן - לא פחות ולא יותר - די שטאט צקלג.

אה, וואס איז דאס צקלג, פרעגט איר?

קאך לעפל איז נישט אנגעקומען אהין, אבער די מעשה פון צקלג איז ביי מיר די צווייט-מאכטפולסטע פרשה אין תנ"ך (נאך ש"ב, יב).

עס איז שוין סוף ימי שאול. דוד (המלך) האט שוין מיטגעמאכט א גאנצע סעריע רדיפות פון די אפיציעלע אינסטוטוציעס, דער געוועזענער פאלקס-העלד ווערט גע'מסר'ט וואו ער גייט, און איז שוין עטליכע מאל געווען א שריט אוועק פונעם טויט.

ער האט מיט זיך עטליכע הונדערט אוט-לאוס, אזעלכע חברה וועלכע זענען גרייט מיטצומאכען די רדיפות איבער די מדבריות פון יהודה, כאשר ירדוף הקורא בהרים.

ענדליך זעט דוד איין אז ס'איז נישט קיין תכלית, עני דעי און שאול וועט אים דער'הרג'ענען. ער איז מחליט צו אנטלויפען צום ארכי-פיינט, די פלשתים. ער רעדט איין פאר אכיש מלך גת הפלשתי אז ער האט פארראטן זיין פאלק, און איז יעצט איינער פון זיי.

אכיש גיבט אוועק פאר דוד א דארף מיט'ן נאמען צקלג, וואו ער, זיינע מענטשן און משפחות, קענען זיך באזעצן. ענדליך קען מען זיך אפכאפן דעם אטעם און זען וואס מ'טוט דא ווייטער.

דאן האט דאס ערגסטע פאסירט.

דוד און די ערוואקסענע מענער זענען נישט געווען אין שטאט און -- ווייסט איר וואס, כ'גיב איבער דאס ווארט פאר'ן גוטן בוך (ש"א, ל):

וַיְהִי בְּבֹא דָוִד וַאֲנָשָׁיו, צִקְלַג--בַּיּוֹם הַשְּׁלִישִׁי; וַעֲמָלֵקִי פָשְׁטוּ, אֶל-נֶגֶב וְאֶל-צִקְלַג, וַיַּכּוּ אֶת-צִקְלַג, וַיִּשְׂרְפוּ אֹתָהּ בָּאֵשׁ. ב וַיִּשְׁבּוּ אֶת-הַנָּשִׁים אֲשֶׁר-בָּהּ מִקָּטֹן וְעַד-גָּדוֹל, לֹא הֵמִיתוּ אִישׁ; וַיִּנְהֲגוּ, וַיֵּלְכוּ לְדַרְכָּם. ג וַיָּבֹא דָוִד וַאֲנָשָׁיו אֶל-הָעִיר, וְהִנֵּה שְׂרוּפָה בָּאֵשׁ; וּנְשֵׁיהֶם וּבְנֵיהֶם וּבְנֹתֵיהֶם, נִשְׁבּוּ.

ערגער קען גארנישט זיין. די געטער האבן זיך צעשפילט מיט ביידע הענט. האט מען זיך גענומען וויינען, אזויווי נאר אידן קענען.

ד וַיִּשָּׂא דָוִד וְהָעָם אֲשֶׁר-אִתּוֹ, אֶת-קוֹלָם--וַיִּבְכּוּ: עַד אֲשֶׁר אֵין-בָּהֶם כֹּחַ, לִבְכּוֹת. ה וּשְׁתֵּי נְשֵׁי-דָוִד, נִשְׁבּוּ--אֲחִינֹעַם, הַיִּזְרְעֵלִית, וַאֲבִיגַיִל, אֵשֶׁת נָבָל הַכַּרְמְלִי.

ערגער קען גארנישט זיין?

ו וַתֵּצֶר לְדָוִד מְאֹד, כִּי-אָמְרוּ הָעָם לְסָקְלוֹ--כִּי-מָרָה נֶפֶשׁ כָּל-הָעָם, אִישׁ עַל-בָּנָו וְעַל-בְּנֹתָיו;

ס'איז געקומען צום ברעיקינג פאינט. די עטליכע הונדערט פארברענטע חסידים האבן אויסגעדרייעט דעם דאשיק צום פירער. יא, די אייגענע פארחניאקטע חסידים ווילן אים פארשטיינערען.

וואס טוט מען?

וַיִּתְחַזֵּק דָּוִד, בַּיהוָה אֱלֹהָיו.

אה... האם טי די באם...

מיט וואס האט ער זיך דערהאלטן אין די נידריגסטע מינוט? נאכן פארלירען זיין פאלק, זיין לאנד, זיינע ווייבער, און זיינע געטרייעסטע מענטשן? וואס בלייבט ווען מען בויעט ספעציעל פאר דיר א נייעם סאב-לעוועל אין שאול תחתית?

ויתחזק דוד בה' אלקיו. נאטינג ספעשל. נאו דיטעילס. קיינע חשבונות.

סתם, כ'ווייס אז הויה איז מיין גאט. נישט ווייל ער איז מעכטיג. נישט ווייל ער וועט מיר שוין פארגיטיגען. סתם. ולעולם לא נבוש כי בך בטחנו.

-----------

דער גרויסער פילאזאף דיאגאניס, איז געווען מזקני חסידי קאצק. ער האט גארנישט געדארפט, געוואוינט האט ער אין א גרויסע פאס אינמיטן מארק, און גע'שארפ-צינג'לט דעם עולם.

ווען אלכסנדר מוקדון איז אנגעקומען אין זיין שטאט, זענען אלע חשובים און חכמי העיר אים געקומען באגריסען, אבער אונזער דיאגאניס האט זיך גארנישט וויסענדיג געמאכט פון אלכסנדר.

ער האט אבער געוואלט גיין באזוכען דעם בארימטען פילאזאף, האט ער קיין ברירה געהאט, און איז אריבער צום מארק וואו דיאגאניס האט זיך געפונען.

ווען דער גרויסער אלכסנדר איז אנגעקומען מיט זיין ברייטע סוויטע, איז דיאגאניס געזיצן אויף דער נאקעטע ערד, און זיך געווארעמט אין די זון.

איך קען עפעס טון פאר אייך? אפשר קען איך אייך עפעס ערלעדיגען? פרעגט אלכסנדר מיט א יראת הכבוד.

יא, זאגט דער פילאזאף, ריק זיך אביסל צו דער זייט, דו פארשטעלסט מיר די זון...

אלכסנדר איז אזוי ארויס פון התפעלות אז ער האט זיך אנגערופען: ווען איך זאל נישט זיין אלכסנדר, וואלט איך געוואלט זיין דיאגאניס.

און ווען איך וואלט נישט געווען דיאגאניס, מורמעלט זיך דער פילאזאף אונטער, וואלט איך אויך געוואלט זיין דיאגאניס...
מיטוואך יולי 10, 2019 6:31 am#432945
@ונבנתה העיר קום אריין מיט מער details איך מיין אז איך האב שוין וואס צוטון חופש.
מיטוואך יולי 10, 2019 12:32 pm#432951
אגרות צפון האט געשריבן:@ונבנתה העיר קום אריין מיט מער details איך מיין אז איך האב שוין וואס צוטון חופש.

m https://www.timesofisrael.com/archaeolo ... from-saul/ m
דאנערשטאג יולי 18, 2019 9:41 pm#433362
9 טויזנט יעריגע מושב אנטדעקט נעבן ירושלים
m https://www.independent.co.uk/news/worl ... 08591.html m