Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען

נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
85 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 130 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2564
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 4:15 am#71050
נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען
אין די יעצטיגע טעג קומט די פריידיגע נייעס אז מען קען שוין זען די וועלט בארימטע מגילות ים המלח אויפ'ן אינטערנעט. וואס איז ביז יעצט געווען בלויז אפן פאר די געציילטע מומחים אין אור אלטע כתבי ידות, וועט יעצט זיין גלוי וידוע לעיני כל פאר יעדן וואס איז נייגעריג צו כאפן א בליק דערויף.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 5:51 am#71055
יאיר האט געשריבן:אין די יעצטיגע טעג קומט די פריידיגע נייעס אז מען קען שוין זען די וועלט בארימטע מגילות ים המלח אויפ'ן אינטערנעט. וואס איז ביז יעצט געווען בלויז אפן פאר די געציילטע מומחים אין אור אלטע כתבי ידות, וועט יעצט זיין גלוי וידוע לעיני כל פאר יעדן וואס איז נייגעריג צו כאפן א בליק דערויף.

פון ווען איז דאס די מגילות?
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:47 am#71093
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:21 pm#71338
טעפל האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אין די יעצטיגע טעג קומט די פריידיגע נייעס אז מען קען שוין זען די וועלט בארימטע מגילות ים המלח אויפ'ן אינטערנעט. וואס איז ביז יעצט געווען בלויז אפן פאר די געציילטע מומחים אין אור אלטע כתבי ידות, וועט יעצט זיין גלוי וידוע לעיני כל פאר יעדן וואס איז נייגעריג צו כאפן א בליק דערויף.

פון ווען איז דאס די מגילות?

די מגילות ים המלח איז די וויכטיגסטע געפינס בהא הידוע אין די וועלט פון אידישע ארכעאלאגיע. דאס זענען הויפנס פון פאפוריסן פון די איסיים, א געוויסע סעקטע וואס האבן געלעבט אפגעזונדערט נעבן ים המלח, און זיי האבן באהאלטן אין א מערה אלע זייערע כתבים, צווישן זיי גאנצע שטיקער פונ'ם תנ"ך. די זענען די עלטסטע געפינענע כתבים פון תנ"ך, זייענדיג איבער צוויי טויזנט יאר אלט. זייענדיג אין ארץ ישראל האב איך געהאט די געלעגנהייט צו כאפן א בליק אויף טייל פון די אריגינעלע כתבים אין דעם מוזיאון ישראלי, וואו זיי שטעלן אויך פאר ווי אזוי די כת האט געלעבט דארט, דעריבער איז מיר דאס אן עקסטערע שמחה צו קענען באטראכטן פון דער נאנט די וויכטיגסטע געפינסן. אויב דער עולם איז אינטערעסירט און איך וועל האבן צייט און געדולד וועל איך שרייבן אביסל מער דערוועגן.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:35 pm#71342
נישט ממש די איסיים נאר א כת פאר זיך. די חוקרים רופן זיי "כת הקומראן" על שם קומראן, די פלאץ וואו די מגילות זענען אפגעפונען געווארן. די אנשי כת הקומראן האבן בהשפקה נאכגעפאלגט די איסיים, אבער אין הלכה זענען זיי אינגאנצן גלייך צו די צדוקים עד כדי כך אז די חוקרים נעמען היינט אן אז אלע הלכות וואס מען געפונט אין די מגילות ים המלח זענען צדוק'ישע הלכות.
מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 12:01 am#72246
אן אינטערעסאנטער ארטיקל אין די ניו יארק טיימס באריכטעט איבער פארשידענע איבערבלייבענישן פון מענטשליכע קערפער וואס זענען אויפגעוויזן געווארן אז זיי האבן געליטן פון ערנסטע קרענק, און עס מוז זיין אז זיי האבן באקומען קעיר דורך זייערע ארומיגע. איין אזא אנטדעקונג ווייזט אז מען האט געפינען צווישן מערערע קערפערס וואס ליגן גראד איין קערפער וואס ליגט איינגעקורטשעט און איינגעדרייט, און עס האט אויך שוואכע ביינער, וואס פון דעם דרינגט מען ארויס אז דער באטרעפנדער איז געווען פאראליזירט פון זיינע לענדן און אראפ, און עס מוז זיין אז זיינע נאנטע האבן זיך איבערגעגעבן פאר אים כדי ער זאל בלייבן לעבן. אזוי אויך זעט מען אז אפילו אין פרי-היסטאריק צייטן האבן שוין די מענטשן געוואוסט אז מען מוז קעיר נעמען פון קראנקע און שוואכע.
בילד
דער איינגעדרייטער קערפער פון דעם פאראליזירטן
מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:54 pm#73268
ארכעאלאגן האבן אנטדעקט א פרישע געפינס ממש נעבן ירושלים, אין א געגנט וואס ווערט גערופן תל מוצא. דארט האט מען שוין געטראפן א צייט צוריק אן אור אלטער מקדש וואו מען האט מקריב געווען קרבנות אין די צייטן פון אנהויב פון די ערשטע בית המקדש, ארום 2,750 יאר צוריק. יעצט האט מען אנטדעקט קליינע מענטשעלעך און פערדן אויסגעשניצט פון ליים, ווי אויך פארשידענע כלים וואס זענען גענוצט געווארן ביים מקריב זיין קרבנות. דאס איז זייער א מערקווירדיגער געפינס, און די ארכעאלאגן זענען נאך נישט קלאר וואס די פיגורן באדייטן.

מענטשעלעך
בילד

א פערדל
בילד

דער טעמפל אין תל מוצא
בילד
פרייטאג יאנואר 04, 2013 3:52 am#77663
מען האט אנטדעקט די עלטסטע איינקריצונג אין עגיפטן פון דעם ערשטן פרעה, מיט איבער פינף טויזנט יאר צוריק. דאס געפינט זיך אויף א פלאץ מיט גרויסע שטיינער וואס איז פארוואנדלט געווארן אין א קונסט סצענע. מען האט שוין געפינען עלטערע בילדער פון לאקאלע הערשער, אבער דאס איז דער ערשטער בילד וואס מאלט אויס א פרעה אליין, מיט א קרוין אויפ'ן קאפ און שטעקן אין די האנט, בשעת ער איז עוסק אין עפעס א רעליגיעזע צערעמאניע. ווי עס זעט אויס איז ער געווען דער ערשטער פרעה וואס האט געקעניגט אויף גאנץ מצרים.
בילד
דער פלאץ פון די שטיין קונסט
בילד
דער פרעה געפינט זיך אינמיטן, מיט א שפיציגער קרוין אויפ'ן קאפ און א שטעקן אין די האנט, אונטער אים געפינט זיך א בהמה
פרייטאג יאנואר 04, 2013 4:11 am#77664
די ספרייה הלאומית אין אר"י האט אפגעקויפט א חלק פון די טויזענט-יעריגע פאפירן פון גניזת אפגאניסטאן.
מיטוואך יאנואר 09, 2013 3:54 pm#78809
יאיר האט געשריבן:ארכעאלאגן האבן אנטדעקט א פרישע געפינס ממש נעבן ירושלים, אין א געגנט וואס ווערט גערופן תל מוצא. דארט האט מען שוין געטראפן א צייט צוריק אן אור אלטער מקדש וואו מען האט מקריב געווען קרבנות אין די צייטן פון אנהויב פון די ערשטע בית המקדש, ארום 2,750 יאר צוריק. יעצט האט מען אנטדעקט קליינע מענטשעלעך און פערדן אויסגעשניצט פון ליים, ווי אויך פארשידענע כלים וואס זענען גענוצט געווארן ביים מקריב זיין קרבנות. דאס איז זייער א מערקווירדיגער געפינס, און די ארכעאלאגן זענען נאך נישט קלאר וואס די פיגורן באדייטן.

דאס איז א פלא'דיגע געפינס, ווייל לויט די ארכעאלאגן איז דער מקדש געווען א אידישער, ווי עס ווייזט דער פאקט אז מ'האט דארטן געפינען ביינער בלויז פון כשר'ע בעלי-חיים, און עס האט עקזיסטירט אין דער זעלבער צייט ווען דער בית המקדש האט פונקציאנירט. לויט זיי איז עס געווען אן אלטערנאטיווע פאר גאטעסדינסט.
מיטוואך יאנואר 09, 2013 7:39 pm#78839
ריכטיג. עס איז א גרויסער חידוש אז נאכדעם וואס דער פראכטפולער בית המקדש פון שלמה איז געווארן אויפגעבויעט, און ווי עס שטייט אין נ"ך האבן אלע אידן אנטיילגענומען אין דער גרויסער חנוכת הבית און זיך מיטגעפרייט, און אנגעהויבן מקריב זיין קרבנות אויסשליסליך אין בית המקדש, האט זיך געפינען הארט דערנעבן א גרויסער מקדש וואו מען האט מקריב געווען שחוטי חוץ, צוזאמען מיט פסלים.
מיטוואך יאנואר 09, 2013 9:41 pm#78877
פארוואס איז דאס א חידוש? אפילו לויטן פשוטן תנ"ך האבען יודען מקריב געווען אויף במות (לויט רז"ל שלא כהלכה) און צו עבודה זרה לפחות ביז די זמנים פון חזקיה אדער יאשיהו, און האבען נישט געזעהן דער ביהמ"ק אלץ א סתירה צו דעם. (ווי אליהו הנביא האט אויף זיי געשריגען עד מתי אתם פוסחים על שני הסעיפים). עס איז אפשר א חידוש פאר ווער עס גלייבט אז אלע חטאים וואס שטייען אין תנ"ך איז להד"ם און דאס וואס שטייט מהאט געדינט עבודה זרה מיינט צו זאגען אז מהאט געהאט עפעס פניות ביים דאווענען (כמ"ש בס' ויוא"מ), אבער די מענטשען גלייבען דאך סייווי נישט די ארכיאלאגען הכופרים שר"י.
דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 1:45 am#78920
ווען מען לערנט אפ פשוט תנ"ך זעט אויס אז ממש ווען מ'האט געבויט דעם בית המקדש איז כלל ישראל געווען פאראייניגט אונטער דעם בית המקדש, עכ"פ אין יענעם געגנט, און פארדעם און נאכדעם איז געווען במות און עבודה זרות, אפילו שלמה המלך אליין האט סוף ימיו געבויט במות פאר די עבודה זרות פון אלע פעלקער. אויך באציט זיך בעיקר די אלע במות מער אויף די עשרת השבטים, און מיט זיי איז געווען די מעשה פון אליהו און די עובדי הבעל. דא זעט מען אז אין הארץ פון יהודה איז נישט געווען קיין סאך בעסער. פון א היסטארישער שטאנדפונקט איז דאס אויך מערקווירדיג, ווייל עס קומט אויס אז דער אנגעבליכער צענטראלער מקום המקדש איז פאקטיש קיינמאל נישט געווען צענטראל ביז יאשיהו, ווייל הארט דערנעבן איז שטענדיג געווען די און מסתמא נאך גרויסע שיינע מקדשים וואס האבן געווירבלט מיט מקריבים און קרבנות.
אגב, וואו זאגט דאס דער ויואל משה, איך בין נייגעריג עס צו זען אינעווייניג.
דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 2:18 pm#78983
הויואל משה הוא במאמר שלש שבועות אות קל"א, עיי"ש שהוא מביא זאת בשם הרה"ק מראזדאל אמנם מוסיף שוודאי היה גם ע"ז כפשוטו כדמוכח מהפסוקים אמנם מאריך שם להוכיח גדלות וצדקות אחאב ושאר עובדי ע"ז שהיו אז עיי"ש.
פרייטאג יאנואר 11, 2013 1:22 am#79173
[quote="לעיקוואד"]פארוואס איז דאס א חידוש? אפילו לויטן פשוטן תנ"ך האבען יודען מקריב געווען אויף במות (לויט רז"ל שלא כהלכה) און צו עבודה זרה לפחות ביז די זמנים פון חזקיה אדער יאשיהו, און האבען נישט געזעהן דער ביהמ"ק אלץ א סתירה צו דעם. (ווי אליהו הנביא האט אויף זיי געשריגען עד מתי אתם פוסחים על שני הסעיפים). עס איז אפשר א חידוש פאר ווער עס גלייבט אז אלע חטאים וואס שטייען אין תנ"ך איז להד"ם און דאס וואס שטייט מהאט געדינט עבודה זרה מיינט צו זאגען אז מהאט געהאט עפעס פניות ביים דאווענען (כמ"ש בס' ויוא"מ), אבער די מענטשען גלייבן דאך סייווי נישט די ארכיאלאגען הכופרים שר"י.[/quote]

אויב איך האב ניט קיין טעות האט מען צוריק אנעהויבן מקריב צי זיין אויף במות בימי רחבעם אין נישט בימי שלמה. in any case, קרבנות חובה של ציבור איז אייביג געווען אסור בממלא איז עס א גרויסע חידוש.
פרייטאג יאנואר 11, 2013 1:48 am#79179
יאנקל האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:ארכעאלאגן האבן אנטדעקט א פרישע געפינס ממש נעבן ירושלים, אין א געגנט וואס ווערט גערופן תל מוצא. דארט האט מען שוין געטראפן א צייט צוריק אן אור אלטער מקדש וואו מען האט מקריב געווען קרבנות אין די צייטן פון אנהויב פון די ערשטע בית המקדש, ארום 2,750 יאר צוריק. יעצט האט מען אנטדעקט קליינע מענטשעלעך און פערדן אויסגעשניצט פון ליים, ווי אויך פארשידענע כלים וואס זענען גענוצט געווארן ביים מקריב זיין קרבנות. דאס איז זייער א מערקווירדיגער געפינס, און די ארכעאלאגן זענען נאך נישט קלאר וואס די פיגורן באדייטן.

דאס איז א פלא'דיגע געפינס, ווייל לויט די ארכעאלאגן איז דער מקדש געווען א אידישער, ווי עס ווייזט דער פאקט אז מ'האט דארטן געפינען ביינער בלויז פון כשר'ע בעלי-חיים, און עס האט עקזיסטירט אין דער זעלבער צייט ווען דער בית המקדש האט פונקציאנירט. לויט זיי איז עס געווען אן אלטערנאטיווע פאר גאטעסדינסט.


ווער זאגט אז די מושג פיו בהמה טמאה איז אויסשליסלעך א אידשע
פרייטאג יאנואר 11, 2013 1:58 am#79182
לויט ווי איך געדענק האבן די ארכעאלאגן שטענדיג קלאר פינאנדערגעשיידט די אידישע באוואוינונג פון די כנעני'שע באוואוינונג אין אור אלטן ישראל, דורכ'ן זען לויט די איבערבלייבענישן פון די בהמות, ווייל נאר אין די אידישע וואוינערטער טרעפט מען נישט קיין חזיר.
פרייטאג יאנואר 11, 2013 1:59 am#79183
ברזלי הגלעדי האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:פארוואס איז דאס א חידוש? אפילו לויטן פשוטן תנ"ך האבען יודען מקריב געווען אויף במות (לויט רז"ל שלא כהלכה) און צו עבודה זרה לפחות ביז די זמנים פון חזקיה אדער יאשיהו, און האבען נישט געזעהן דער ביהמ"ק אלץ א סתירה צו דעם. (ווי אליהו הנביא האט אויף זיי געשריגען עד מתי אתם פוסחים על שני הסעיפים). עס איז אפשר א חידוש פאר ווער עס גלייבט אז אלע חטאים וואס שטייען אין תנ"ך איז להד"ם און דאס וואס שטייט מהאט געדינט עבודה זרה מיינט צו זאגען אז מהאט געהאט עפעס פניות ביים דאווענען (כמ"ש בס' ויוא"מ), אבער די מענטשען גלייבען דאך סייווי נישט די ארכיאלאגען הכופרים שר"י.[/

אויב איך האב ניט קיין טעות האט מען צוריק אנעהויבן מקריב צי זיין אויף במות בימי רחבעם אין נישט בימי שלמה in any case קרבנות חובה של ציבור איז אייביג געווען אסור בממלא איז עס א גרויסע חידוש

אייער ערשטע נקודה איז ריכטיג. אבער אייער צווייטע נקודה פארשטיי איך נישט, ווער זאגט אז דארט האט מען מקריב געווען קרבנות של ציבור?
פרייטאג יאנואר 11, 2013 2:49 am#79191
יאיר האט געשריבן:
ברזלי הגלעדי האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:פארוואס איז דאס א חידוש? אפילו לויטן פשוטן תנ"ך האבען יודען מקריב געווען אויף במות (לויט רז"ל שלא כהלכה) און צו עבודה זרה לפחות ביז די זמנים פון חזקיה אדער יאשיהו, און האבען נישט געזעהן דער ביהמ"ק אלץ א סתירה צו דעם. (ווי אליהו הנביא האט אויף זיי געשריגען עד מתי אתם פוסחים על שני הסעיפים). עס איז אפשר א חידוש פאר ווער עס גלייבט אז אלע חטאים וואס שטייען אין תנ"ך איז להד"ם און דאס וואס שטייט מהאט געדינט עבודה זרה מיינט צו זאגען אז מהאט געהאט עפעס פניות ביים דאווענען (כמ"ש בס' ויוא"מ), אבער די מענטשען גלייבען דאך סייווי נישט די ארכיאלאגען הכופרים שר"י.[/

אויב איך האב ניט קיין טעות האט מען צוריק אנעהויבן מקריב צי זיין אויף במות בימי רחבעם אין נישט בימי שלמה in any case קרבנות חובה של ציבור איז אייביג געווען אסור בממלא איז עס א גרויסע חידוש

אייער ערשטע נקודה איז ריכטיג. אבער אייער צווייטע נקודה פארשטיי איך נישט, ווער זאגט אז דארט האט מען מקריב געווען קרבנות של ציבור?

ר יאיר לויט ווי עס קיקט אויס פלעגט יעדער יחיד מקריב זיין אויף זיין במה ווי רשי זאגט אופין פסוק לא תעשון כן וואלט איך זיך פארגעשטעלט אז א גרויסע temple איז פאר קרבנות ציבור
פרייטאג יאנואר 11, 2013 2:53 am#79192
יאיר האט געשריבן:לויט ווי איך געדענק האבן די ארכעאלאגן שטענדיג קלאר פינאנדערגעשיידט די אידישע באוואוינונג פון די כנעני'שע באוואוינונג אין אור אלטן ישראל, דורכ'ן זען לויט די איבערבלייבענישן פון די בהמות, ווייל נאר אין די אידישע וואוינערטער טרעפט מען נישט קיין חזיר.


כנענים מלעגן מקריב זיין חזר?(געגעסן יא)
פרייטאג יאנואר 11, 2013 3:34 am#79195
אויב איז דער גאנצער אויפטו דא דער חילוק פון ימי שלמה ביז ימי רחבעם, אדער ימי צעירות שלמה ביז ימי זקנותו, איז על זה נאמר, נו נו. איך קלער אז די ארכיאלאגישע דעיטינג איז נישט גענוג פונקטליך צו קענען מחלק זיין אזא מספר פון עטליכע צענדליגע יארן בסך הכל. עס קען אויך זיין אז אין יענער תקופה האט דער מקדש טאקע נישט געארבעט און עס איז צוריק אין קראפט נאר בימי רחבעם וכדומה. בקיצור, נישט אזא גרויסע אויפטו. אדער אפשר בכלל נישט.
פרייטאג יאנואר 11, 2013 4:00 am#79198
לעיקוואד האט געשריבן:אויב איז דער גאנצער אויפטו דא דער חילוק פון ימי שלמה ביז ימי רחבעם, אדער ימי צעירות שלמה ביז ימי זקנותו, איז על זה נאמר, נו נו. איך קלער אז די ארכיאלאגישע דעיטינג איז נישט גענוג פונקטליך צו קענען מחלק זיין אזא מספר פון עטליכע צענדליגע יארן בסך הכל. עס קען אויך זיין אז אין יענער תקופה האט דער מקדש טאקע נישט געארבעט און עס איז צוריק אין קראפט נאר בימי רחבעם וכדומה. בקיצור, נישט אזא גרויסע אויפטו. אדער אפשר בכלל נישט.


האלוי דע issue איז נישט די יארן די חידוש וואלט געווען אז עם ישראל האט קיינמאל נישט אנגענימען ציון אין די בהמק אויסשליסלעך
פרייטאג יאנואר 11, 2013 4:35 pm#79281
מיר איז דער עיקר חידוש דער גרויסקייט פון דעם טעמפל און דער נאנטקייט צום מקום המקדש. דאס ווייזט אז עס איז נישט סתם געווען צואווארפן במות אין עקן פון ארץ ישראל, א שטייגער ווי די די עגלים וואס ירבעם האט אויפגעשטעלט דירעקט צו אפהאלטן די בני ישראל זיך צו שלעפן קיין ירושלים, נאר ביים מקום המקדש זענען געווען נאך מקדשים, און כלל ישראל האט דאס נישט געזען פאר א סתירה. ווייל וואס פעלט אויס א במה ווען דו קענסט גיין עטליכע מינוט ווייטער און האבן דעם צענטראלן פראכטפול בית המקדש פון שלמה?
פרייטאג יאנואר 11, 2013 4:45 pm#79284
ברזלי הגלעדי האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:לויט ווי איך געדענק האבן די ארכעאלאגן שטענדיג קלאר פינאנדערגעשיידט די אידישע באוואוינונג פון די כנעני'שע באוואוינונג אין אור אלטן ישראל, דורכ'ן זען לויט די איבערבלייבענישן פון די בהמות, ווייל נאר אין די אידישע וואוינערטער טרעפט מען נישט קיין חזיר.


כנענים מלעגן מקריב זיין חזר?(געגעסן יא)

אמאליגע הקרבות איז געגאנגען צוזאמען מיט'ן עסן, עס איז נישט געווען צוויי באזונדערע זאכן. ארכעאלאגן האלטן אז איז דער עיקר פוינט פון מקריב זיין קרבנות פאר די אפגעטער אין די אור אלטע צייטן איז לכתחילה געווען כדי צו בארעכטיגן דאס הרג'ענען בהמות און זיי אויפעסן, עס איז געווען אזא אופן פון פארגיטיגן די געטער פאר די עולה פון עסן פלייש.
זונטאג יאנואר 13, 2013 10:51 am#79427
יאיר האט געשריבן:
ברזלי הגלעדי האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:לויט ווי איך געדענק האבן די ארכעאלאגן שטענדיג קלאר פינאנדערגעשיידט די אידישע באוואוינונג פון די כנעני'שע באוואוינונג אין אור אלטן ישראל, דורכ'ן זען לויט די איבערבלייבענישן פון די בהמות, ווייל נאר אין די אידישע וואוינערטער טרעפט מען נישט קיין חזיר.


כנענים מלעגן מקריב זיין חזר?(געגעסן יא)

אמאליגע הקרבות איז געגאנגען צוזאמען מיט'ן עסן, עס איז נישט געווען צוויי באזונדערע זאכן. ארכעאלאגן האלטן אז איז דער עיקר פוינט פון מקריב זיין קרבנות פאר די אפגעטער אין די אור אלטע צייטן איז לכתחילה געווען כדי צו בארעכטיגן דאס הרג'ענען בהמות און זיי אויפעסן, עס איז געווען אזא אופן פון פארגיטיגן די געטער פאר די עולה פון עסן פלייש.[/

ר יאיר א לינק צו א שטודיע אויף די טאפיק וואלט געווען העלפפול
דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:24 am#164830
גרויסע נייעס היינט, געטראפן א הויז לויט זיי 10,000 יאר אלט, אין א"י, די עלצטע אין די געגענט.

m http://www.timesofisrael.com/archaeolog ... -building/ m

א קאמענטאר דארט געפעלט מיר
"This house is older than the Earth itself? Not likely."

בילד
מיטוואך יאנואר 15, 2014 1:29 am#176485
גרויס שמחה הערשט ביי אלע אוהבי ציון וישראל, ביים הערן אז מען גרייט זיך צו גראבן אין דעם הייליגן שטאט חברון. מען דארף דא קיינעם נישט מסביר זיין וואס חברון מיינט פאר יעדן איד אשר נשמת ישראל בקרבו. דאס איז דער פלאץ וואו די אבות הקדושים האבן געוואוינט אין זייערע געצעלטן, צוזאמען מיט זייערע בהמות. דאס איז דער פלאץ וואו אברהם אבינו האט אויסגעשריגן יש מנהיג לבירה. געוויסע חלקים פון חברון זענען שוין געווארן אויסגעגראבן, וואו מען האט געטראפן וואונדערליכע געפינסן, ווי עטליכע כלים בימי חזקיהו המלך, וואו עס שטייט אויפגעשריבן "למלך", און א געשריבענע ליסטע פון בהמות בימי אברהם אבינו (צו נוצן פאר קרבנות פאר'ן אייביגן גאט?). מיט עטליכע יאר צוריק האב איך געהאט די זכיה צו באזוכן אין אלט שטאט חברון און טרעטן אויף די זעלבע ערד וואס די אבות הקדושים האבן דארט מקריב געווען קרבנות, געלאדנט מענטשן צו עסן, פארשפרייט שם ה', און נאכ'ן שטארבן געווארן באערדיגט. יעצט גייט מען אויפגראבן דעם סאמע ארט וואו עס האט זיך ווארשיינליך אנגעהויבן די מלוכה פון מלכות בית דוד, ווען דוד המלך האט זיך באזעצט אין חברון און געגרינדעט די ערשטע אידישע מלוכה. לאמיר האפן אז דאס איז טאקע דער ריכטיגער ארט און מען וועט טרעפן עפעס געפינסן פון יענע תקופה. ווי וואונדערליך אז נאך פיר טויזנט יאר זינט די אידישע רעליגיע איז געגרינדעט געווארן שטייען מיר, די אייניקלעך פון די גרינדער, אויף דעם זעלבן ארט, מיט א ספר וואס ענטהאלט די גענויע אינפארמאציע איבער זייער לעבן, און פרובירן צו צונייגן אן אויער און הערן וואס די ערד און שטיינער, דורכגעווייקט פון די טרערן פון יצחק אבינו'ס תפילת מנחה, האבן צו דערציילן. עם ישראל חי לעולמי עד ולנצח נצחים.
מיטוואך יאנואר 15, 2014 1:48 am#176494
נאכמער! חברון איז 7 יאר עלטער פון צוען מצרים!!!
מיטוואך פעברואר 05, 2014 12:59 am#181667
ארכעאלאגן האבן אנטדעקט א חרוב געווארענע פיראמיד וואס איז ארום 4,600 טויזנט יאר אלט. דאס קומט אויס ארום פיר הונדערט יאר פאר דעם מבול. דער פיראמיד איז געווען ארום דריי און פערציג פיס גרויס, א שפיי קעגן די פיראמידן אין גיזא.
בילד
מיטוואך פעברואר 05, 2014 8:12 am#181698
ס'קען זיין אז די פיראמיד איז מתחלה געבויעט געווארן אין ארץ כנען וואו ס'איז נישט געווען די מבול, נאר בא סנחרב ובלבל את הכל.
מיטוואך פעברואר 05, 2014 2:03 pm#181806
אדער אז די מבול האט אפגעשיילט רוב דערפון, און פארדעם איז עס אזוי פיצי, איז טאקע א ראיה צו די מבול.
אדער איז עס א שארית פון די תיבה לויט די וואס האלטן אז גופר איז א מין ליים! איז ווייטער א ראיה צו די מבול.
חוץ מזה ווייס מער דאך אז קארבאן דעטינג איז נישט פונקטליך.

לגופו של ענין, מען ווייסט שוין לאנג דערפון, יעצט האט מען עס פשוט אפגערייניגט. עס איז איינס פון זיבן פון די סארט, וואס מען רופט "סטעפ" פיראמידן, אנדערש ווי די גרויסע איז עס איז נישט געמאכט געווארן צו באגראבן פרעה, עס איז נישט הויל אינעווייניג, לכאורה איז עס געווען א סארט מאנומענט.
מיטוואך פעברואר 05, 2014 2:08 pm#181808
גל-עד ביי יעקב אבינו ווען ער האט זיך געזעגנט פונעם שווער לבן איז אויך געווען אזא בערגל
דאנערשטאג מערץ 13, 2014 3:49 pm#190514
ניין קליינע מגילות פון ים-המלח זענען פריש אנטדעקט געווארן. די מגילות קומען פון תפילין וועלכע זענען ווארשיינלעך גענוצט געווארן דורך די איינוואוינער פון די דארטיקע היילן. רוב פון די תפילין וועלכע מען האט געפונען פון יענער תקופה פארמאגן אנדערע נוסחאות פון דעם היינטיקן מסורהשן נוסח פון דער תורה.
m http://www.timesofisrael.com/nine-tiny- ... -to-light/ m

בילד
דאנערשטאג מערץ 13, 2014 4:01 pm#190522
אפשר וועט דאס סוכ"ס פושט זיין די מח' רש"י ר"ת.
דאנערשטאג מערץ 13, 2014 4:05 pm#190524
דאס איז נישט די ערשטע פאר תפילין וואס מ'טרעפט אין די מגילות ים המלח. אין די פריערדיגע תפיליןס איז געווען איינס אויסגעשטעלט ווי שיטת רש"י. אבער אויב זענען מיר פושט די מחלוקת, דארפן מיר אויך פושט זיין אנדערע שאלות, ווי צום ביישפיל, די שאלה פון צוטיילן ישעיה אין צוויי.
פרייטאג מערץ 14, 2014 1:08 am#190659
סופר ומונה האט געשריבן:רוב פון די תפילין וועלכע מען האט געפונען פון יענער תקופה פארמאגן אנדערע נוסחאות פון דעם היינטיקן מסורהשן נוסח פון דער תורה.

דו מיינסט אפשר פון די תפילין? רוב פון די קומראן תפילין זענען מער ווייניגער די זעלבע צוויי דריי פרשיות וואס מיר האבן, נאר דער מקום התחלה והסיום איז נישט מדוייק.
פרייטאג מערץ 14, 2014 1:16 am#190662
געפילטע פיש האט געשריבן:אפשר וועט דאס סוכ"ס פושט זיין די מח' רש"י ר"ת.

"שמעתי משם מורי דאין לסתור סדר ר"ת ממה שמצאו תפילין בקבר יחזקאל כדברי רש"י, שאדרבה לר"ת מצי למימר שפסולין היו כיון שכתבן באותו הסדר ולכך נקברו בקבר כדין ספרים פסולין שנקברין ונטמנין בקברו של צדיק" (דרישה סי' ל"ד): "ויש דוחין דלפי דפסולין הוו גנזום לשם, ולא נהירא, דלא היו צריכים גניזה אלא להחליף הנחתן מבית זה לבית זה" (ב"ח שם).
אז מ'רעדט שוין, אלע תפילין וואס מען האט געטראפן אין קומראן זענען פסול לחלוטין לויט די הלכות למשה מסיני וואס מיר האבן מקובל כמבואר בש"ס.
מאנטאג מערץ 31, 2014 6:43 pm#193847
א 1,300-יעריקע עגיפטישער מומיע איז געפונען געווארן מיט א טאטוע וואס ווייזט דעם נאמען פון דעם ביבלישן מלאך מיכאל, געשריבן אין גריכיש - Μιχαήλ.
m http://news.discovery.com/history/ancie ... 140326.htm m
דינסטאג מאי 13, 2014 12:30 pm#200284
געפינען קאלאמבוס'ס פאן שיף, די סאנטעא מאריע!
א שטוינענדע ארכעאלאגישע אנטדעקונג וואס לאו בכל יומא מתרחיש, מעגליך געפינען קאלאמבוס'ס פאן שיף, די סאנטעא מאריע ביים ברעג פון האיטי!

בילד

די ברוכווארג האט מען שוין געפינען אין 2003, נאר מען האט עס נישט אידענטיפיצירט.

די יעצטיגע הנחה איז באזירט אויף די אנטדעקונג פון קאלאמבוס'ס פאׂרט (FORT) אויפן ברעג, אויך אין 2003. יעצט האט מען קלארגעשטעלט אז די ברוכווארג אין ים שטימט רעלאטיוו צום פארט לויט ווי עס ווערט געשילדערט אין קאלאמבוס'ס טאג בוך.

אין 2003 זענען פאטאגראפירט געווארן אויפן ים גרונט אלטע קאנאנען פון בערך יענע צייט, וואס וואלט צוגעהאלפן צו באשטעטיגן די הנחה, אבער בינו לביני איז עס ראבירט געווארן דורך אומבאקאנטע פערזאנען.

האיטי איז אין א געזעצלאזע כאאטישע מצב, מען פרובירט מיט די הילף פון די רעגירונג צו באוואכן דאס פלאץ און פרעזערווירן וואס איז געבליבן.

m http://www.independent.co.uk/news/scien ... 59330.html m
מיטוואך מאי 14, 2014 11:04 am#200442
יאיר האט געשריבן:ריכטיג. עס איז א גרויסער חידוש אז נאכדעם וואס דער פראכטפולער בית המקדש פון שלמה איז געווארן אויפגעבויעט, און ווי עס שטייט אין נ"ך האבן אלע אידן אנטיילגענומען אין דער גרויסער חנוכת הבית און זיך מיטגעפרייט, און אנגעהויבן מקריב זיין קרבנות אויסשליסליך אין בית המקדש, האט זיך געפינען הארט דערנעבן א גרויסער מקדש וואו מען האט מקריב געווען שחוטי חוץ, צוזאמען מיט פסלים.

דו מיינסט צו מרמז זיין די ווערטער פונעם בארימטן ארכאולוג, יישראל פינקלשטיין:
אבל אם אנחנו מתארים את ירושלים ככפר נידח, איך יכול להיות שעמד שם המקדש?

"זה לא הפנתאון שעמד שם. המקרא מתאר בניין די צנוע. אנחנו, בתרבותנו, מתארים לעצמנו את המקדש כאיזה פרתנון ענק ששולט על כל הר הבית. זה בקושי נכון לימי הורדוס. מדובר בקאפלה של בית המלוכה".
מיטוואך מאי 14, 2014 10:57 pm#200591
די שווארצע מגפה איז געווען פון די ערגסטע מגפות אין היסטאריע, בערך 650 יאהר צוריק [ארום 1350] האט זי אויסגעמעקט בערך 30-50 פראצענט פון די פאפיולאציע אין אייראפע מיט א געשאצטע 75-200 מיליאן טויטע, און האט געברענגט אין איהרע פיסטריט פילע רעליגיעזע, סאציאלע און עקאנאמישע תוצאות.

נאכן פארשן כמעט 600 סקעלעטאנען אין א לאנדאנ'ער בית הקברות פון פאר די מגפה ביז א תקופה פון 200 יאהר דערנאך, זאגן די פארשער אז אומדירעקט האט די מגפה געברענגט א דראסטישע שינוי לטובה פאר די שפעטער'דיגע דורות, אין געזונט, לעבנ'ס ערווארטונג און קוואליטעט פון לעבן.
פרייטאג מאי 16, 2014 2:29 am#200791
ממרום שלח אש האט געשריבן:א שטוינענדע ארכעאלאגישע אנטדעקונג וואס לאו בכל יומא מתרחיש, מעגליך געפינען קאלאמבוס'ס פאן שיף, די סאנטעא מאריע ביים ברעג פון האיטי!

בילד

די ברוכווארג האט מען שוין געפינען אין 2003, נאר מען האט עס נישט אידענטיפיצירט.

די יעצטיגע הנחה איז באזירט אויף די אנטדעקונג פון קאלאמבוס'ס פאׂרט (FORT) אויפן ברעג, אויך אין 2003. יעצט האט מען קלארגעשטעלט אז די ברוכווארג אין ים שטימט רעלאטיוו צום פארט לויט ווי עס ווערט געשילדערט אין קאלאמבוס'ס טאג בוך.

אין 2003 זענען פאטאגראפירט געווארן אויפן ים גרונט אלטע קאנאנען פון בערך יענע צייט, וואס וואלט צוגעהאלפן צו באשטעטיגן די הנחה, אבער בינו לביני איז עס ראבירט געווארן דורך אומבאקאנטע פערזאנען.

האיטי איז אין א געזעצלאזע כאאטישע מצב, מען פרובירט מיט די הילף פון די רעגירונג צו באוואכן דאס פלאץ און פרעזערווירן וואס איז געבליבן.

http://www.independent.co.uk/news/scien ... 59330.html


דעיס בילד קוקט מיר נישט אויס אפילו ענליך צו א שיף...
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 6:37 pm#229635
וויסנשאפטלער האבן פארעפנטליכט זייער אפשאצונג וויאזוי קעניג טוטאנכאמון האט אויסגעזען, נאכ'ן שטודירן זיין מומיע.

m http://mentalfloss.com/article/59616/sc ... e-king-tut m
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 2:43 pm#242374
Synagogue where Jesus likely preached uncovered in Israel m http://t.co/jHaIqF6H7f m m http://t.co/X0GY4O495Y m
מאנטאג יאנואר 05, 2015 2:37 am#245902
אין מצרים האט מען געפונען די קבר פון א קעניגן - א ווייב פון פרעה Neferefre, וועלכער האט געקעניגט מיט 4,500 יאהר צוריק.
מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:19 am#245914
ווי זענען אידן געוועהן באותו זמן, לפני 4500 יאר?

זענען די דריי געשטאלטען די עקטשועל מאממיס?
מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:17 am#251663
2,500 יאר אלט לוחות (tablets)
געשאצטע 2,500 יאר אלט לוחות (tablets) איז ארויס געשטעלט פאר די פובליק.

m http://www.huffingtonpost.com/simcha-ja ... lp00000592 m

סקראל אראפ און קליקט אויף די לינק פאר די פול װערזשען (בחנם)
m http://www.haaretz.com/life/archaeology ... m-1.639822 m
מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:33 am#251671
וואס שטייט אויף די לוחות?
מיטוואך פעברואר 04, 2015 1:00 am#251680
גראדעמעכעלע האט געשריבן:וואס שטייט אויף די לוחות?



The tablets reflect trade transactions, leasing houses and fields, addresses, inheritances, etc. Certificate 31, for example, is of a deal between Yirpa Ben Dohah and Ahikam Ben Refa’iyahu, in which the former trades a “trained, five-year-old bull” for “one gray jennet.” In certificate 52 a man called Ikisha sold his female slave for “three pieces of silver.” In another document, Neriayu Ben Ahikam rents a house for “10 silver shekels ... half given at the beginning of the year and the rest in the middle of the year.” The tenant undertook in the agreement to pay for damages, if any, from the foundations to the roof.

On some tablets, ancient Hebraic letters appear beside the Akkadian details. The researchers assume these were intended for cataloging and tracing. On tablet 10, for example, which deals with a bond for barley, the name Shalemiyahu appears in Hebraic. “These are the most ancient Hebraic letters from the Babylonian exile,” says Horowitz.