דינסטאג מערץ 5, 2024 4:34 pm#553115
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
מילך טראק #כיהודה ועוד לקרא וויל איך מוסיף זיין אז צו פארשטייען עכט גוט די ויואל משה די שיטה הקדושה מיט א קלארקייט דארף מען פראבירן צו באקומען קורצע ענטפערס צו 6 פשוטע פראגעס.איך פאנג אהן מיט איין קשיא, אויב איז שלש שבועות א הלכה פארוואס ווערט עס נישט געברענגט אין שלחן ערוך??
האט שוין איינער געטראפן א בקי אין ויואל משה וואס קען ענטפערן די פראגעס אן צוצייכענען אז דער רבי רעדט שוין דערפון אין סימן דארט און דארט? דהיינו א איד וואס ווייסט די פשוט'ע ענטפער מיט פשוטע לאגיש אן ווארפן מראה מקומות וואס ער אליין פארשטייט נישט?
א. איז די דריי שבועות אן הלכה? אויב יא פארוואס שטייט די ג' שבועות אינמיטן אן אגדתא גמרא?
ב. פארוואס ברענגן די ראשונים נישט אראפ די ג' שבועות אלץ אן הלכה?
ג. אויב איז די ג' שבועות איינע פון די וויכטיגסטע הלכות פארן זמן הגלות פארוואס שטייט עס נישט אין שולחן ערוך?
ד. ווען איז פארגעקומען די שבועה צערעמאניע? ד.ה. ווען איז כלל ישראל דערמיט באשוואוירן געווארן?
ה. ווען די חשמונאים האבן מורד געווען אין די יוונים האבן זיי עובר געווען אויף די ג"ש? ווען בר כוכבא מיט אלע חכמים פון יענעם דור האבן מורד געווען אין די רומיים האבן זיי עובר געווען אויף די ג' שבועות? (לשון הרמב"ם: ודימה הוא וכל חכמי דורו שהוא המלך המשיח)
ו. אויב ווילן אסאך יודן ארויפגיין קיין ארץ ישראל מיט איין מענטש ווייניגער פון עליה בחומה כדי נישט עובר צו זיין די שבועה, ביי וויפיל מענטשען פונקטליך הייסט יא עליה בחומה (כדי מען זאל קענען גיין איינס ווייניגער)?