Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » קאווע שטיבל • ספרים היפך שיטת ויואל משה

קאווע שטיבל • ספרים היפך שיטת ויואל משה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1 נאך געראטעוועטע פאסטס · לייענען די צוגעלייגטע הודעות · קוואלן און אריגינעלע דאטעס
200 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 521 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2617
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 6:14 pm#72853
ספרים היפך שיטת ויואל משה
אין סאטמאר לערנט מען אויס די קינדער (אויך די טאטעס) אז קיינער האט נאך קיינמאל נישט אפגעפרעגט אפי' א חלק פונם ויואל משה. ס'איז נעבעך דא הונדערטער אידען וואס גלייבן טאקע אזוי. וואלט ווען כדאי געווען דא צו מאכן א ליקוט פון אלע ספרים און מאמרים וואס זענען ארויסגעקומען וועגן די נושא

דא איז דא זייער אסאך ספרים וועגען די ענינים
עס איז דא זייער א שטארקע ספר פון מנדל כשר.
אפשר קען איינער ברענגען די מאמארים וואס איז געלאפן אין די מחנה החרדי
עס איז דא א ספר פון הרב טייכטאהל וואס איז געווען א תלמיד פון מנחת אלעזר, אבער נאך די מלחמה האט ער געטוישט זיין מיינונג.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 6:23 pm#72858
נו, פאנג אן...
דא איז דער קונטרס "פוקח עורים" - וואס ווייזט איבער אז ידי זרים שלטו אין דעם "ויואל משה", און זיי האבן דערין אריינגעלייגט "בוקי סריקי... הבל ובורות, ודברי בלע ונאצה חירוף וגידוף שבו כנגד גדולי ישראל המובהקים."
m http://www.israel613.com/BOOKS/ERETZ_POKEACH_IVRIM.pdf m
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 6:31 pm#72862
וואס הייסט, ס'איז דאך דא א ווידיא ווי מ'זעט ווי די רבי שרייבט די ויואל משה, ניין?
אין תוך גערעדט איך האב אדורך געבליקט די ספר, די חברה זענען אייזען, לצנות אויפן גרעסטן פארנעם. איז היינט דא איינער, וואס האלט באמת אז די רבי האט נישט געשריבען די גאנצע ספר?
ס'איז אבער א גוטע יסוד אויף שפעטערע יארען, אויב די סאטמערע וועלן וועלן לייקענען אויב ס'וועט אויסקומען בעסער אזוי.... 
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 6:50 pm#72867
אוהב דעת האט געשריבן:וואס הייסט, ס'איז דאך דא א ווידיא ווי מ'זעט ווי די רבי שרייבט דעם ויואל משה, ניין?

פארשטייט זיך אז דאס איז אן איידעלער וועג וויאזוי צו שרייבן אויף א גדול בישראל אז ער האט נישט געשריבן צו דער זאך... ענליך צו וואס הג"ר משה פיינשטיין האט געשריבן אויפ'ן פירוש ר"י החסיד עה"ת, ואח"כ וואס הג"ר מנשה קליין האט געשריבן אויף שו"ת אגרות משה.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 6:59 pm#72872
ווייסט איינער פשוט היסטערי, איז מעגליך אזא זאך אז מענטשען האבן צוגעלייגט שטיקלעך אינעם ויואל משה און די רבי האט עס נישט געזען?
וואס האט מנשה געזאגט אז ר' משה געזאגט אז ר' יהודה החסיד האט געזאגט???
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 7:01 pm#72873
אוודאי איז עס נישט מעגליך. דער ספר איז געדרוקט געווארן אין די יארן תש"כ-תשכ"א, ווען האדמו"ר מסאטמאר איז געווען בתוקפו.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 7:03 pm#72874
איז נישט געווען נאך א דרוק א פאר יאר שפעטער מיט פרישע שטיקלעך?
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 7:23 pm#72878
מענין לענין, האביך געהערט אמאל אז סאטמאר רב זצ"ל האט געפרעגט ר' פישל פעלדמאן (א אנטוניא חסיד, וואס איז געווען פון די ראשי קהילה אין שטאט סאטמאר. ער איז געווען פון די וואס האבן זיך קעגנגעשטעלט צו די נאמינאציע פון סאטמאר רבי'ן אלטס שטאטס רב, למעשה זענען זיי געווארן זייער נאנט) וואס ער זאגט צו זיין חיבור ויואל משה. האט ר' פישל גענטפערט, לויט ווי איך קען דעם רבי'ן וואלט ער געקענט מאכען א חיבור פון פינעף בענדער אויף פארקערט...
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 7:32 pm#72881
און די מעשה גייט אז דער רבי האט גענטפערט אז אפי' איך אליין זאל זאגען פארקערט זאל מען מיך נישט פאלגען (ס'איז זייער נוגע ווייל איך עקספעקט אז ס'גייט נאך ארויסקומען כתבים פונעם רבי'ן ווי ער אליין שרייבט אנדערש).
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 7:48 pm#72883
אוהב דעת האט געשריבן:און די מעשה גייט אז דער רבי האט גענטפערט אז אפי' איך אליין זאל זאגען פארקערט זאל מען מיך נישט פאלגען .

דאס איז די סאטמארע נוסח, די וועלטס נוסח איז אז סאטמאר רב האט זיך צושמייכלט, און די ב"י נוסח איז אז סאטמאר רב האט זיך שטארק געבייזערט.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 8:03 pm#72888
לאמיר נישט רעדן קיין שטותים, סאטמאר איז אפשר נאריש פארן שרייבן "קיינער האט קיינמאל נישט אפגעוואנדן דעם רבי'ן"
אבער אין פאקט האט קיינער אין זיין רעינדזש, אין זיין רמה געשריבן עפעס אפילו נאנט צו וואס ער האט געשריבן, און דעריבער זענען זיי אזוי שטארק מיט זיין שיטה. יא, דא דארטן האט אפשר איינער געשריבן א קונטרס'ל, אבער ווען טשעבינער רב שרייבט א חיבור, אדער אז דער סטייפלער שרייבט א קונטרס וואלט עס אפשר געווען א שטיקל איווען פייט, אזוי פילן די סאטמארער ווי קיינער האט אים נישט מצליח געווען אפצעווענדן
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 8:12 pm#72889
דא האסטו נאך א ספר פון עמיצן וועלכע איז עט ליעסט אין סאטמער רבינס זצ"ל רעינדש. "בעיות הזמן" פון הגאון ר' ראובן גרוזובסקי זצ"ל ראש ישיבת קאמעניץ ואח"כ בית מדרש עליון און תורה ודעת, פון מנהיגי יהדות החרדות בארה"ב נאך דעם לעצטן קרוג. דער ספר איז, אגב, אסאך מער פארשטענדליכער און גלאטער ווי דער ויואל משה. און דוכט זיך אז רוב רובם פון פרומע אידן זענען זיך נוהג על פי דעם ספר ווי על פי דעם ויואל משה.
עיין בו ותמצא נחת.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 8:18 pm#72893
טייכטאהל איז יא זיין רעינדזש, האסט שוין אמאל אריינגעקוקט אין מנחם כשר׳ס ספר? סאיז זייער שטארק, אלנספאלס זיי זאגען שטארקע זאכען , יעצט אז סאטמער וויל אז איינער זעל זיי אויסהערן מוזען זיי אדורך לערנען אלע ספרם שכנגדם און אפפרעגן, סתם זינגען אז קיינער האט נאך נישט אפגעפרעגט, איז לצנות געמאכט פון זיך אליינס, און די וועסט און ערגעץ נישט אנקומען. (נישט אז איך האלט אז די סאטמערע ווילען ערגען אנקומען just for the seck of the discussion(
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 8:24 pm#72894
קופערניקוס האט געשריבן:לאמיר נישט רעדן קיין שטותים, סאטמאר איז אפשר נאריש פארן שרייבן "קיינער האט קיינמאל נישט אפגעוואנדן דעם רבי'ן"
אבער אין פאקט האט קיינער אין זיין רעינדזש, אין זיין רמה געשריבן עפעס אפילו נאנט צו וואס ער האט געשריבן, און דעריבער זענען זיי אזוי שטארק מיט זיין שיטה. יא, דא דארטן האט אפשר איינער געשריבן א קונטרס'ל, אבער ווען טשעבינער רב שרייבט א חיבור, אדער אז דער סטייפלער שרייבט א קונטרס וואלט עס אפשר געווען א שטיקל איווען פייט, אזוי פילן די סאטמארער ווי קיינער האט אים נישט מצליח געווען אפצעווענדן

קבל את האמת, האט דע רבי זכותו יגן עלינו געזאגט, ממי שאמרו (נישט די ניק) (וואו איז ער טאקע?) (די ניק.)
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 8:35 pm#72900
אוהב דעת האט געשריבן:עס איז דא א ספר פון הרב טייכטאהל וואס איז געווען א תלמיד פון מנחת אלעזר אבער נאך די מלחמה האט ער געטוישט זיין מיינונג


למען הפונקליכקייט. ער האט געטוישט זיין מיינוג ביי די צווייטע וועלט קריג.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 8:37 pm#72901
עטליכע אשכולות אין בחדרי, דורך "באטשי" ז"ל.
ויואל משה תמוה מאד
לכבוד די יארצייט. פירכא על ספר ויואל משה
פארוואס די שלש שבועות זענען נישט בבל תוסיף

באטשי איז נישט אין דעם רעינדש, ער איז אבער גוט און זיס.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 8:49 pm#72906
איך וויל יעצט נישט עוסק זיין אין "באטשי"'ס פירכות, דעריבער איז מעגליך אז מיין פאלגענדער פראגע איז שוין געפרעגט געווארן דורך אים. איך האב א ראיה ברורה פון רמב"ם אין יד וואו מ'זעט קלאר אז שלש שבועות זענען נישט גע'פסק'נט להלכה. פאלגנד איז דער רמב"ם,

ואם יעמוד מלך מבית דוד הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, וילחם מלחמות ה', הרי זה בחזקת שהוא משיח, אם עשה והצליח ונצח כל האומות שסביביו ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל הרי זה משיח בודאי. ואם לא הצליח עד כה או נהרג בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה והרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו.
(רמב"ם הלכות מלכים פרק יא הלכה ד)

שטעלט זיך די פראגע, אויב איז ער גע'הרג'ט געווארן און עס שטעלט זיך ארויס אז ער איז נישט משיח, וויאזוי קען דער רמב"ם שרייבן אז ער איז ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו, אמער ער האט דאך עובר געווען אויף די שלש שבועות?
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 8:54 pm#72909
באטשי פרעגט דאס אין דעם אשכול "לכבוד די יארצייט...".
אדרבה, עפן א פרישע אשכול אויף דעם נושא און מיר וועלן דן זיין פאוינט ביי פאוינט...
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 8:59 pm#72912
וואס איז שלעכט מיט דעם אשכול?
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 9:42 pm#72922
הציץ ונפגע האט געשריבן:איך וויל יעצט נישט עוסק זיין אין "באטשי"'ס פירכות, דעריבער איז מעגליך אז מיין פאלגענדער פראגע איז שוין געפרעגט געווארן דורך אים. איך האב א ראיה ברורה פון רמב"ם אין יד וואו מ'זעט קלאר אז שלש שבועות זענען נישט גע'פסק'נט להלכה. פאלגנד איז דער רמב"ם,

ואם יעמוד מלך מבית דוד הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, וילחם מלחמות ה', הרי זה בחזקת שהוא משיח, אם עשה והצליח ונצח כל האומות שסביביו ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל הרי זה משיח בודאי. ואם לא הצליח עד כה או נהרג בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה והרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו.
(רמב"ם הלכות מלכים פרק יא הלכה ד)

שטעלט זיך די פראגע, אויב איז ער גע'הרג'ט געווארן און עס שטעלט זיך ארויס אז ער איז נישט משיח, וויאזוי קען דער רמב"ם שרייבן אז ער איז ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו, אמער ער האט דאך עובר געווען אויף די שלש שבועות?


דער מגדול עוז וואס איז אריינגעדריקט אינעם רמב"ם אדרעסירט דער קשיא, ער לערנט פשט אינעם רמב"ם אז ווען איינער האט אלע שטריכן פון משיח, דהיינו ער איז "הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה" דאן איז שוין קיין שום נפק"מ צו עווענטועל פאלט ער דורך מיט זיין מיסיע צו אויסלייזן כלל ישראל, א מענטש ווערט נישט נידון למפרע צוליב די תוצאה פון א הצלחה, און דאס וואס דער רמב"ם פירט אויס "הרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו" מיינט אז אפי' די מיסיע פאלט דורך און ליידער פאלן דער עם ישראל תחת יד האומות מיטדעם אלעם איז דער אינדיווידועלער מענטש ווערט מוזכר לשבח בדורות הבאים,
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 9:56 pm#72924
קופערניקוס האט געשריבן:לאמיר נישט רעדן קיין שטותים, סאטמאר איז אפשר נאריש פארן שרייבן "קיינער האט קיינמאל נישט אפגעוואנדן דעם רבי'ן"
אבער אין פאקט האט קיינער אין זיין רעינדזש, אין זיין רמה געשריבן עפעס אפילו נאנט צו וואס ער האט געשריבן, און דעריבער זענען זיי אזוי שטארק מיט זיין שיטה. יא, דא דארטן האט אפשר איינער געשריבן א קונטרס'ל, אבער ווען טשעבינער רב שרייבט א חיבור, אדער אז דער סטייפלער שרייבט א קונטרס וואלט עס אפשר געווען א שטיקל איווען פייט, אזוי פילן די סאטמארער ווי קיינער האט אים נישט מצליח געווען אפצעווענדן




הרב אברהם יעלין זצ"ל בעל מחבר ספר "ארך אפים" אויף כעס וואס האט דע הסמכה פון די חפץ חיים זצ"ל און נאך..
האט אין שנת תרפ"ח לפ"ק ארויסגעגעבן א ספר מיטן נאמען גאולת ישראל בעניני ארץ ישראל וישובה צווישען אנדערע שרייבט אויך בענין השלש שבועות ועוד.
http://www.yeshiva.org.il/wiki/index.php?title=%D7%92%D7%90%D7%95%D7%9C%D7%AA_%D7%99%D7%A9%D7%A8%D7%90%D7%9C#section_1

m http://www.hebrewbooks.org/20460 m
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:05 pm#72926
גאלד, אפשר קענסטו ברענגען דעם לשון פונ'ם מגדל עוז און דער מקור, ווייל איך טרעף עס נישט אינ'ם רמב"ם.
איך מיין אז דער רמב"ם איז נישט נוגע צו די ענין פון שלש שבועות לגבי ציונות. דער רמב"ם רעדט ווען עס איז דא אן ערנסטע צד אז ער איז משיח, און ער גייט אויף דעם ציל, אלס אנגעגעבענער משיח, ווען לדעתו איז שוין געקומען דעם קץ, צוריקנעמען ארץ ישראל. אויב וועט מען נישט לאזן אפילו משיח אייננעמען ארץ ישראל צוליב די שלש שבועות וועט ער דאך קיינמאל נישט קענען קומען, לויט'ן רמב"ם אז משיח דארף נישט באווייזן קיין שום מופתים. אבער ווען ציונות איז אויפגעקומען איז דאך דאס געווען פאר די פארקערטע ציל, און אויף דעם איז לכאורה יא חל די שלש שבועות נישט צו אייננעמען ארץ ישראל פאר משיח קומט.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:13 pm#72927
הערליכער אשכול, אבער אביסל מעורבב, לאמיר פרובירן קלאר מאכן

עס זענען פאראן כמה וכמה שאלות און השקפות מה שנוגע זינט תרנ"ו עד ימינו, עס איז נישט איין שאלה און איין מחלוקה.

א' - שלש שבועות, ומסתעף לכמה סעיפים: א', אי למדין הלכה מפי אגדה. ב', אי כבר בטל מחמת שהאומות לא קיימו את שבועתם. ג', אם יש ראי' מהרמב"ם. ד', דברי המהר"ל בזה.

ב' - ישוב ארץ ישראל. א', מצותה. ב', למי שייך המצוה. ג', לאחר השואה. ד', עלי' בחומה. ה', שלימות הארץ. ו', חיוב להעביר הגלולים. ז', מלחמת מצוה. ח', האם לבטוח בצה"ל. ט', במחשבת כוחי ועוצם ידי. י', חיוב להיות בגלות בבלה יבואו ועוד.

ג' - איך לייחס אל 'מדינת ישראל' אחרי שנעשה למציאות. א', להשתתף בכנסת שלה ולפעול למען הדת. ב', להתנגד מבחוץ. ג', להשתתף בבחירות עיריית. ד', להשתתף במחאות נגד גזירות קשורים לדת. ה', חיוב לפרסם לאומות העולם היחס. ו', לבקש מאנשי ממשלת ארה"ב לפעול נגד מדינת ישראל.

ד' - ענין הכספים שהמדינה מחלק, א' ליחידים, ב' מוסדות ציבוריים ותורה, ג' כספים שמדינת חו"ל מחלקים, ד' כח הפועל בהנפעל, ה' כספי גרמניה, ו' כסף ממחללי שבת ופושעי ישראל.

און אזוי ווייטער, די אלע ענינים ווערן מבואר אין די אלע ספרים, אבער נישט אין אלע רעדט מען פון אלע נושאים, והשבוש מצוי.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:19 pm#72928
לעמאן דזשוס. דער פראבלעם איז אז אין ויואל משה זענען די אלע ענינים גוט צומישט, דער מחבר שפרינגט פון איין נושא צום צווייטן, ער מישט אויס אגדתא, הלכה, און השקפה מיט איין קאכלעפל. ער בויט אויף גאנצע מגדלים אויף קלייניקייטן, כמו שסמך בזה על אבותי ורבותי יוצאי הונגריה והגלילות.
דינסטאג פעברואר 26, 2013 1:02 am#90281
וואס מיינט קיבוץ גליות, אויב מ'איז נאך אין גלות (=נישט אין ארץ ישראל)?
דינסטאג פעברואר 26, 2013 1:05 am#90282
וואס האט קיבוץ גליות מיט ארויס גיין פון גלות?
קיבוץ גליות - צוזאמנעמען אלע גליות אויף איין פלאץ.
דינסטאג פעברואר 26, 2013 1:30 am#90284
ברסלבער האט געשריבן:אין ויואל משה ווערט עטליכע מאל ארומגערעדט וועגן די גמרא, ער ברענגט פון די ראשונים אז די ערשטע קיבוץ גליות פון וואס די גמרא רעדט דא וועט נישט זיין צו ארץ ישראל, נאר צו די מדבר און פון דארט וועט מען שפעטער גיין צו ארץ ישראל, און דאס וואס עס שטייט אין די ברכה וקבצינו יחד מהרה מארבע כנפות הארץ לארצינו, קודם אז אים אסאך נוסחאות שטייט נישט לארצינו, און אפילו אויב יא, מיינט עס אז די ציהל פונעם קיבוץ איז שפעטער אנצוקומען לארצינו.

אז דו ביזט א שטארקע סאטמערער דארפסטו לערנען מער ויואל משה..


אלס בחור געלערנט. שוין אסאך יאר פארלאפן. און וואס טוט זיך מיט אתחלתא דגאולה?
דינסטאג פעברואר 26, 2013 1:59 am#90286
ברסלבער האט געשריבן:וואס האט קיבוץ גליות מיט ארויס גיין פון גלות?
קיבוץ גליות - צוזאמנעמען אלע גליות אויף איין פלאץ.

לשון הגמרא
ומה ראו לומר קיבוץ גליות לאחר ברכת השנים דכתיב (יחזקאל לו, ח) ואתם הרי ישראל ענפכם תתנו ופריכם תשאו לעמי ישראל כי קרבו לבוא וכיון שנתקבצו גליות נעשה דין ברשעים שנאמר (ישעיהו א, כה) ואשיבה ידי עליך ואצרוף כבור סיגיך וכתיב (ישעיהו א, כו) ואשיבה שופטיך כבראשונה

קלאר אז מ'רעדט פון עם ישראל'ס צוריקקער פון דער פרעמד.
רש"י מערקט דאס אויך אן, שרייבענדיג אז מען וועט נאר נישט האבן ירושלים. ווייל דאס איז דאך מוכרח אז קבוץ גליות מיינט צוריקקומען קיין ארץ ישראל.
זעה אויך גמרא מס' תענית דף ח'
אמר רבי יוחנן: גדול יום הגשמים כיום קבוץ גליות, שנאמר (תהלים קכ"ו) שובה ה' את שביתנו כאפיקים בנגב, ואין אפיקים אלא מטר, שנאמר (שמואל ב' כ"ב) ויראו אפקי ים
דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:05 am#90360
איך זעה נאך אלץ נישט ווי די גמרא זאגט דא אז די ערשטע קיבוץ גליות וועט זיין צו ארץ ישראל.
און דער ויואל משה זאגט עס נישט פון זיך אליינ'ס, ער ברענגט עס פון די ראשונים, דאכטציך פונעם ראב"ד, אז קודם וועט זיין איין קיבוץ צו די מדבר און דארט וועט משיח מחזיר בתשובה זיין די אידן, און דערנאך גיין אויף ארץ ישראל.
פאר מער דיטעיל'ס קוק אריין אין ויואל משה, איך האב עס אויך נישט געלערנט ממש לעצטנ'ס, און איך האב נישט קיין געדולד יעצט נאכצוקוקן.
מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:45 pm#90931
עלה נעלה
שמעתי אז עס איז נארוואס ארויסגעקומען א ספר עלה נעלה, ווי עס ווערט צולייגט און אפגפרעגט דער גאנצער ספר ענין נאך ענין.
איינער ווייסט מער דערוועגן?
מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:46 pm#90932
דעתי הענייה האט געשריבן:שמעתי אז עס איז נארוואס ארויסגעקומען א ספר עלה נעלה, ווי עס ווערט צולייגט און אפגפרעגט דער גאנצער ספר ענין נאך ענין.
איינער ווייסט מער דערוועגן?

דא
מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:49 pm#90934
אגב, דאס נאמען איז זייער אומפאסיג. דאס האבן די מרגלים געזאגט קעגן דעת משה רבינו און די תוצאות איז געווען זייער אומאנגענעם...
מאנטאג אפריל 08, 2013 6:42 pm#102627
מרן רבי משה זצ"ל פיינשטין - מסורת משה
ורבינו קרא בעיתון של חוגי הקנאים שכותבים, כדרכם, שחב"ד אפיקורסים מצד שלא חוששים לענין של הג' שבועות, שלא לעלות בחומה וכדומה. ואמר רבינו שזה פליאה איך שאנשים משתמשים בשם "אפיקורס" כ"כ בקלות. הלא אם מישהו שומר המצוות ושומר להשקפות שמוזכר שמעכבים, מה שייך לקרותו אפיקורס בשביל דבר כזה! ובכלל מה שייך לעשות עסק גדול על דבר כזה שמוזכר רק בגמרא, בשו"ע לא מוזכר, ואפילו רוב הראשונים לא מזכירים אותו, רואים שאינו מעיקרי היהדות, ובכלל, זה דבר שאפשר לפרשו כמו שרוצים ומה שייך לעשות אפיקורס בשביל זה!
וגם על המזרחי שיש שקוראים להם אפיקורסים, א"א כך להגיד, דאינם עוברים על עיקרי היהדות, ואסור להשתמש כ"כ בקלות בשמות כאלו. וחשב רבינו ואמר שנדמה לו שבשיר השירים יש לרמב"ן פירוש על מושג זה שלא יעלו בחומה, וכדאי לעיין שם.

(מסורת משה ע' תקצ"א)
מיטוואך אפריל 24, 2013 1:08 pm#108355
גאלד האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:I always had difficulty grasping the logic of Maimonides' words, if used in the context of him addressing legitimate or illegitimate wars:

אם עשה והצליח ונצח כל האומות שסביביו ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל הרי זה משיח בודאי. ואם לא הצליח עד כה או נהרג בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה


If a Jew has a question as to the Halachic legitimacy of a military campaign, whether one should join the cause or not, how could such an immediate and practical question that needs an imediate and practical answer be hinging on an event in the future, namely the eventual success or failure of the endeavor. It's almost as if Maimonides is labeling the legitimacy of a current action, say to join the IDF, as "TBD" (to be determined.)

Now, to begin with, I don't think Maimonides is addressing the legitimacy of a military campaign against the nations. The war seems to be a kosher act regardless. He's only providing a formula by which to determine whether that war was lunched by the Anointed or simply by a Jewish king.



דער רמב"ם האט נאך א קאנדישן פאר דעם,

"הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה"

דאכט זיך אז טעאדאר הרצל און לוי אשכול זענען דערווייל גאר ווייט פון דעם קאנדישן


מעג אן ערליכע איד, א הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד, עובר זיין אויף די שלש שבועות???
די רמב"ם האט נישט קיין פראבלען מיט אינזער ציוני על פי תורה חאטש ער איז קלאר נישט משיח נאר אן איינפאכע looser
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 12:00 am#108561
דא דעת מרן מבריסק ז"ל בנוגע צו זאגן אז ניסים קומען פון דעם שטן רח"ל. און כידוע וואס דער צנז-קלוזנבורגער רבי האט גאר שטארק דאס קריטיקירט (ווער קען ארויפשטעלן?)
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 8:40 am#108619
איך האב באמערקט אויך אין אגרות משה חלק ח' איז דא א תשובה וועגן ניסים פון די מדינה ווי ער זאגט כנגד דעת על הגאולה ועל התמורה, אין לי כעת נערוון נאכקוקען און צוצייכענען ווי, ומראה מקום אני לכם.
זונטאג אפריל 28, 2013 6:13 pm#109501
און די הקדמה פון עלה נעלה, ברענגט א תשובה פון הרב הרציל הענקין, אייניקל פון הגאון ר' יוסף אליהו ז"ל, צו מען מעג באטיטלען סאמאר רב מיט אדמו"ר, זצ"ל וכדו', דארט ברעגט ער אויך א מעשה אז בשעת עס האבן זיך ארומגעשלאגן, סאטמר מיט הרב פיינשטין בנוגע די מחיצות, האט זיך רב קוק אנגערופן: הגם געווענליך דינגען מיר זיך, אבער מיט דעם האלט איך ווי אים, די מעשה שטימט מיר עפעס נישט, ערשטענס די יארן, און צווייטענס, און מיינע אויגן איז רב קוק געווען א דרגה העכער וואו אזאלכע זאכען זאלן אים באדערן
מאנטאג מאי 13, 2013 12:52 pm#114634
smartinof האט געשריבן:און די הקדמה פון עלה נעלה, ברענגט א תשובה פון הרב הרציל הענקין, אייניקל פון הגאון ר' יוסף אליהו ז"ל, צו מען מעג באטיטלען סאמאר רב מיט אדמו"ר, זצ"ל וכדו', דארט ברעגט ער אויך א מעשה אז בשעת עס האבן זיך ארומגעשלאגן, סאטמר מיט הרב פיינשטין בנוגע די מחיצות, האט זיך רב קוק אנגערופן: הגם געווענליך דינגען מיר זיך, אבער מיט דעם האלט איך ווי אים, די מעשה שטימט מיר עפעס נישט, ערשטענס די יארן, און צווייטענס, און מיינע אויגן איז רב קוק געווען א דרגה העכער וואו אזאלכע זאכען זאלן אים באדערן


הרב קוק האט שוין לאנג נישט געלעבט דעלמאץ. אפשר אן אנדערע רב הראשי
מאנטאג מאי 13, 2013 6:19 pm#114729
אפשר מיינט מען דארט רב צבי יהודה, יש לעי' עוד הפעם
דאנערשטאג יוני 20, 2013 2:20 pm#126706
אינעם נייעם המעיין, פון דעם חודש.
m http://www.shaalvim.co.il/uploads/files ... -63-66.pdf m
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 3:02 pm#225068
א דאנק אייך ב ATUB @אשטעטיגט ATUB פארן שרייבן דאס אין דא
באשטעטיגט האט געשריבן:
מאיר האט געשריבן:
באשטעטיגט האט געשריבן:
די רמב"ם רמב"ן בית יוסף אבני נזר זענען נישט מתיר. ביטע לאמיר זאך האלטען צים אמת. די אור שמח (אין די בריוו שנדפס לאחר פטירתו) איז יא מתיר, אבער ער רעדט פין שבועות שלא ימרדו באומות (אז וויבאלד די אומות זענען מסכים אין כאן מרידה) אבער לכאורה נישט פין שלא ידחקו את הקץ (נעמען א מלוכה ברשות האומות).

אויך ר' יהועשלע קוטנא (ישועות מלכו) רעדט פין ישוב א"י נישט פין מלוכה.

דעס אז מען האט עובר געווען איז ניטש קיין היתר, ממעג בלייבען וואוינען מיט אן אשת איש וויבאלד מהאט שוין עובר געווען?.

לויטען מהר"ל איז שלש שבועות ביהרג ואל יעבור. אויך מקען מאכען אופנים אז די יודען זאלן נישט געשעדיגט ווערן.


די אבני נזר יו"ד סימן תנד
איברא דכל זה הוא רק כשאין לו רשות מהממשלה לעלות. אבל אם השיג רשות לעלות ולהתיישב שמה שוב מחויב לעלות דמעתה ליכא הטעם דכל דליתא בציבור ליתא ביחיד שאם יותן רשות לכל ישראל לעלות לא יחשב שעולין בחומה. כי בחומה פרש"י ביד חזקה. גם י"ל כי אם יותן רשות לכולם יחשב פקודה...


אנטשילדיגט טייערע חבר, אבער ווי פריער שוין דערמאנט, די אבני נזר אין ישועות מלכו (אין לכאורה דער אור שמח) רעדן נאר פין די שבועה פין יעלו בחומה אז עס איז מותר ברשות (וויבאלד עס איז נישט בחומה, בחזקה), אבער זיי רעדן אינגאנצען נישט פין שלא ידחקו את הקץ, וואס אויף דעם זאגט דער מהר"ל עס איז אסור אפילו די אומות וועלן צווינגען די יודען צי נעמען א מלוכה. (אזוי ווי הימלער ימ"ש אין נאך געוויסע נאציס ימ"ש האבען געוואלט פין אנפאנג)


ב"ויואל משה", "מאמר שלש השבועות", סעיף כ' כתב שדין השבועות הוא ייהרג ואל יעבור ולומד זאת מדברי המהר"ל בעניין השבועות ב"נצח ישראל" פרק כ"ד. בדברי הרבי מסטמר יש חמש בעיות קשות:
א. איך אפשר ללמוד הלכה כזו קיצונית שצריך להיהרג ולא לעבור על השבועות כמו דין גילוי עריות, שפיכות דמים וע"ז מדברי דרוש ומחשבה?
ב. נוסח דברי המהר"ל שעליהם מסתמך הרבי מסטמר אינו כפי הנוסח של דברי המהר"ל המופיעים לפנינו. בנוסח דברי המהר"ל בנצח ישראל פרק כ"ד כתוב: "אף אם יהיו רוצים להמית אותם בעינוי קשה, לא יהיו יוצאים ולא יהיו משנים בזה, וכן הפירוש אצל כל אחד ואחד ויש להבין זה", וכוונתו שאף במקום שמענים והורגים אותנו (כמו שהיה בגלויות רבות), בכל זאת, כל אחד ואחד מישראל שלא ימרוד באומות כיוון שאחת השבועות היא שלא למרוד באומות (כלומר המהר"ל פונה גם לכל אחד ואחד מישראל ולא רק לכלל). בנוסח שהביא הרבי מסטמר כתוב "וכן פירוש כל שבועה ושבועה משבועות הללו" במקום הנוסח המופיע בספר "נצח ישראל, וע"פ זה פירש שהמהר"ל אומר שגם אם מענים אותם ורוצים להמיתם אם לא יצאו מגלותם, עליהם למות ולא לצאת. כאמור לעיל, פירוש זה לא מסתדר עם נוסח דברי המהר"ל שלפנינו ב"נצח ישראל". (המשפט שכותב הרבי מסטמר בדברי המהר"ל מופיע כך במהדורות הראשונות: במהדורה הראשונה בתש"ך בעמ' נ"ג-נ"ד ובמהדורה השנייה עם הוספות [ללא ציון שנה] בסעיף כ', עמ' ל"ח. במהדורה החמשית, אלול תשל"ח, סעיף כ' עמ' ל"ח ובמהדורה הששית, ירושלים תשל"ב באותו מקום, "תוקן" הנוסח ל: "וכן הפירוש אצל כל אחד ואחד משבועות הללו". גם זה אינו נוסח המהר"ל שאין בדבריו את המילים: "משבועות הללו", ועוד שיש כן בעיה דקדוקית רצינית [ראה להלן סעיף ה']. לכן לא ייתכן שזו כוונת המהר"ל, מה שהבין בדבריו הרבי מסטמר).
ג. מדברי המהר"ל בעניין כיצד להתייחס לשבועות, לא רק שאי אפשר להבין שדין השבועות ייהרג ואל ייעבור, אלא אף א"א להבין שיש בשבועות איסור הלכתי כלשהו, אלא המהר"ל אומר שהשבועות הן גזירות אלוקיות כדי לשמר את המצב הגלותי שהוא לא טבעי לעם ישראל ולמנוע מעם ישראל לחזור למקומו הטבעי בא"י, וא"א בשום אופן להבין מדברי המהר"ל שיש כאן איזה שהוא איסור הלכתי. גם ה"שם משמואל" למשל הבין שהמהר"ל מפרש את השבועות בדרך רעיונית-מחשבתית (דבריו מופיעים בשו"ת אבני נזר", סימן תנ"ד. אמנם הוא הבין שהמהר"ל מפרש כאביו, וזה לא מדויק לגמרי כיוון שאביו מפרש את השבועות לישראל שנאמרו לשרשם של נשמות ישראל למעלה, ואת השבועה לאומות כשבועה לשורש נפשותיהם למעלה, שרי האומות שלא יסיתום להשתעבד בישראל יותר מדי, והמהר"ל מפרש את השבועות כגזירות אלוקיות, אך בכל מקרה ברור לפי ה"שם משמואל", שא"א לפרש את דברי המהר"ל על השבועות כאיסור הלכתי, ובוודאי לא כדין ייהרג ואל יעבור).
ד. מה שאומר הרבי מסטמר זה עצמו עברה על השבועה שלא למרוד בגויים. אם המלכות מאיימת עליך שתרצח אותך אם לא תצא מארצם ואתה מסרב לצאת, אין לך מרידה גדולה מזו, כך שלומר שהשבועות הן ייהרג ואל יעבור זה עצמו עברה על השבועה שלא למרוד בגויים. וכן אם מכריחים את כלל היהודים בגלות מסוימת שיעלו כחומה (ביחד) לא"י או שימותו, אם מסרבים לעלות כדי לקיים את השבועה שלא יעלו כחומה (לפי שיטת סטמר שהשבועה שלא לעלות כחומה זה גם ברצון האומות ונראה בסעיף 5 שרבים מחכמי ישראל לא סוברים כך), אז מורדים במלכות וזו עברה על השבועה שלא למרוד באומות, ולא ייתכן שקיום שבועה אחת יגרום לעברה על שבועה אחרת. וכן לגבי השבועה שלא לדחוק את הקץ, כלומר, שלא להרבות בתחנונים יותר מדי, כפי שמפרש רש"י, אז אם הגויים אומרים לישראל שירבו בתחנונים או שימותו אז הם צריכים למות ולסרב להרבות בתחנונים בגלל השבועה?! ולגרסה ברש"י "שלא ירחקו את הקץ בעוונם", כלומר שהעוונות יגרמו שהקץ יבוא מאוחר יותר, מה שייך כלל השבועה לדורו של שמד? וכן לגבי השבועה שלא יגלו מסטורין שלהם לגויים, אם הגויים אומרים להם או שתגלו או שתמותו, צריכים למות כדי לא לגלות מסטורין שלהם לגויים, בגלל השבועה?!
ה. בעיה לשונית: מדברי המהר"ל "וכן הפירוש אצל כל אחד ואחד", א"א להבין שהכוונה לשבועות כיוון שאז היה צריך להיות "וכן הפירוש אצל כל אחת ואחת", אלא כאמור לעיל הכוונה לכל אחד ואחד מישראל (ראה ב').
לכן, מכל זה ברור שלא ייתכן שהשבועות הן בדין ייהרג ואל יעבור לפי איזו דעה שהיא של חכמי ישראל עד הרבי מסטמר, גם לפי הסוברים שהן הלכה, ובוודאי שלא ייתכן שהמהר"ל סובר כך, שהשבועות הן לדעתו בכלל גזרות אלוקיות ולא הלכה. לכן דעה זו של הרבי מסטמר לא יכולה להיות יותר מדעת יחיד.
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 4:03 pm#225083
ברענגט דער ויא"מ דעם "אם הבנים שמחה" באיזה מקום?
האט ער גזען דעם ספר?
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 4:38 pm#225085
אפילו אויב די מהר"ל רעדט בלויז פון "שלא ימרדו" איז דאס אויך self refuting. וואס דארף מען טון אויב איין אומה צווינגט מיטן לעבן א מרידה אויף א צווייטע אומה? בכלל אפילו ס'איז נישט "ביהרג ועל יעבור" וועם דארף מען פאלגן?
פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 3:36 am#238996
איך האב געלערנט אביסל ויואל משה (איך בין מיך מודה אז נישט בעיון), אויבן אויף בויט די רבי אויף די איסור פין יהרג ואל יעבור - הגם בשעתן גיין אין כנסת איז דער חרדי נישט כופר אין גארנישט, מכח א הוכחה אז עבודה זרה בכפיה איז ביהרג ואל יעבור הגם מעשה בכפיה איז נישט נחשב באמת אלץ דו האסט עס געטוען, ממילא זעט מען אז דעמאנסטרירן א מעשה כפירה הגם ס'איז נישט איז ביהרג ואל יעבר, האב איך גוט פארשטאנען? ווייל לכאורה איז דאס נישט קיין פארגלייך.
פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 12:29 pm#239018
איך האב שוין לאנג נישט געזען די ספר, ווען איך האב עס מיט יארן צוריק געלערנט האט מיר אנדערש אויסגעזען די כוונה
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 6:42 am#239171
chusid האט געשריבן:איך האב געלערנט אביסל ויואל משה (איך בין מיך מודה אז נישט בעיון), אויבן אויף בויט די רבי אויף די איסור פין יהרג ואל יעבור - הגם בשעתן גיין אין כנסת איז דער חרדי נישט כופר אין גארנישט, מכח א הוכחה אז עבודה זרה בכפיה איז ביהרג ואל יעבור הגם מעשה בכפיה איז נישט נחשב באמת אלץ דו האסט עס געטוען, ממילא זעט מען אז דעמאנסטרירן א מעשה כפירה הגם ס'איז נישט איז ביהרג ואל יעבר, האב איך גוט פארשטאנען? ווייל לכאורה איז דאס נישט קיין פארגלייך.

דאס אלעס איז נאר טעארעטיש. ווייל למעשה האטציך נאכנישט געטראפן א סאטמאר'ער חסיד וואס די רעגירונג זאל איהם צווינגען אריינצוגיין אין כנסת, סטראשענדיג מיט א גאן, און האטציך קעיגנגעשטעלט.
למשל, קויפן פראפערטי אין ארץ ישראל אדער מדינת ישראל, וואס א סאך פארמעגליכע סאטמאר'ער חסידים טוען. און ס'איז אויכעט ביהרג ועל יעבור. ספעציעל פארשרייבן עס אין "טאבו". וואס די ממשלת הכופרים צווינגט נישט קיינעם צו טון. פונדעסטוועגן דאך וועט א יעדער נארמאלער מענטש עס טון. כ'בין סתם נייגעריג צו וויסן אויב דארט איז נישט חל דער ויואל משה?...!
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 8:45 am#239175
chusid האט געשריבן:איך האב געלערנט אביסל ויואל משה (איך בין מיך מודה אז נישט בעיון), אויבן אויף בויט די רבי אויף די איסור פין יהרג ואל יעבור - הגם בשעתן גיין אין כנסת איז דער חרדי נישט כופר אין גארנישט, מכח א הוכחה אז עבודה זרה בכפיה איז ביהרג ואל יעבור הגם מעשה בכפיה איז נישט נחשב באמת אלץ דו האסט עס געטוען, ממילא זעט מען אז דעמאנסטרירן א מעשה כפירה הגם ס'איז נישט איז ביהרג ואל יעבר, האב איך גוט פארשטאנען? ווייל לכאורה איז דאס נישט קיין פארגלייך.

דער סאטמארער רבי האלט אז דאס האבן א מדינה איז אסור ביהרג ואל יעבור (ער באזירט דאס אויף א חידושי אגדות מהר"ל), ממילא דאס עצם זיצן אין כנסת און מאכן חוקים אויף אן אידישע מדינה איז לויט אים כפירה.
אויסער דעם האלט ער אז זיך משעבד זיין צו מאכן דעמאקראטישע געזעצן איז כפירה.
בנוסף לזה האלט ער אז דער כנסת האט א דין ווי א בית המינים וואו מען טאר נישט אריינגיין אפילו במקום סכנה.
דאס זענען אלעס די הלכה'דיגע טעמים. אבער מסברא איז פשוט אז לויט זיין הבנה איז דער בלויזער פאקט פון פארמאגן א זעלבסטשטענדיגע מדינה וואו מען מאכט חוקים לויט'ן שכל הישר די גרעסטע סתירה צו די תורה, און איז דער תכלית ההיפך פון אידישקייט. דאס אריינגיין אין כנסת איז, לויט אים, ממש עקירת הדת בידים.
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 5:26 pm#239297
איך רעד פינעם עצם אריינגיין וואס די איסור ווערט געבויט דורך א צושטעל צו מעשה בכפיה