היימישער ליטוואק האט געשריבן:הציץ ונפגע האט געשריבן:איך וויל יעצט נישט עוסק זיין אין "באטשי"'ס פירכות, דעריבער איז מעגליך אז מיין פאלגענדער פראגע איז שוין געפרעגט געווארן דורך אים. איך האב א ראיה ברורה פון רמב"ם אין יד וואו מ'זעט קלאר אז שלש שבועות זענען נישט גע'פסק'נט להלכה. פאלגנד איז דער רמב"ם,
ואם יעמוד מלך מבית דוד הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, וילחם מלחמות ה', הרי זה בחזקת שהוא משיח, אם עשה והצליח ונצח כל האומות שסביביו ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל הרי זה משיח בודאי. ואם לא הצליח עד כה או נהרג בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה והרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו.
(רמב"ם הלכות מלכים פרק יא הלכה ד)
שטעלט זיך די פראגע, אויב איז ער גע'הרג'ט געווארן און עס שטעלט זיך ארויס אז ער איז נישט משיח, וויאזוי קען דער רמב"ם שרייבן אז ער איז ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו, אמער ער האט דאך עובר געווען אויף די שלש שבועות?
באטשי פרעגט דאס אין דעם אשכול "לכבוד די יארצייט...".
אדרבה, עפן א פרישע אשכול אויף דעם נושא און מיר וועלן דן זיין פאוינט ביי פאוינט...
אומגלויבליך!
שוין יארן וואס איך דריי מיך ארום מיט די קשיא, כ'האב שוין אנגעפרעגט צענדליגע אידן - ביניהם הייסע סאטמארע - דערוועגן, וכולם מלאו פיהם מים [און אויב ס'געווען 'מים אין בו', איז אבער יא צומאל געווען 'נחשים ועקרבים יש בו'].
גראדע האב איך אפילו א תשובה להשיב דעת הויוא"מ שלא ראה את דברי הרמב"ם, אז היות דער שטיקל איז חלק פון וואס די צענזור האט משמיט געווען, איז מעגליך אז סאטמארער רב האט בכלל נישט געזען דעם שטיקל רמב"ם [ואע"פ שאין ראי' לדבר, זכר לדבר איכא. אז אין ויוא"מ ברענגט ער שטיקלעך פונעם רמב"ם אפאר הלכות געריקט פון דעם שטיקל. און ס'נישט מסתבר אז ער האט פשוט 'פארזען' אדער זיך אומוויסנדיג געמאכט פון דעם שטיקל. אע"כ מחוורתא כדשנינן אז ער האט עס נישט געזען וויבאלד ס'איז פון די השמטות].
-----------------
גאלד האט געשריבן:דער מגדול עוז וואס איז אריינגעדריקט אינעם רמב"ם אדרעסירט דער קשיא, ער לערנט פשט אינעם רמב"ם אז ווען איינער האט אלע שטריכן פון משיח, דהיינו ער איז "הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה" דאן איז שוין קיין שום נפק"מ צו עווענטועל פאלט ער דורך מיט זיין מיסיע צו אויסלייזן כלל ישראל, א מענטש ווערט נישט נידון למפרע צוליב די תוצאה פון א הצלחה, און דאס וואס דער רמב"ם פירט אויס "הרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו" מיינט אז אפי' די מיסיע פאלט דורך און ליידער פאלן דער עם ישראל תחת יד האומות מיטדעם אלעם איז דער אינדיווידועלער מענטש ווערט מוזכר לשבח בדורות הבאים,
כמה אידן האבן מיר געענטפערט ענליכעס, אבער דאס איז ממש נישט גערעדט צום זאך [והודו לי בזה]: אויב ער איז אן ערליכער איד, וואס האט נישט אויסגעלייזט כלל ישראל, איז א סימן אז ער איז נישט געווען משיח. אויב איז ער נישט משיח און האט סתם אזוי געמאכט אן אויפשטאנד, דאן איז ער נישט אין כלל פון 'השלמים הכשרים שמתו', נאר ער איז א רשע מרושע וואס האט עובר געווען אויף די שלש חמורות. אנטשולדיגס, די שלש שבועות [אקעי, היינו הך].
אלא מאי, דער רמב"ם האט קלאר געהאלטן אז ס'נישטא קיין שלש שבועות.
------------------
יאיר האט געשריבן:גאלד, אפשר קענסטו ברענגען דעם לשון פונ'ם מגדל עוז און דער מקור, ווייל איך טרעף עס נישט אינ'ם רמב"ם.
איך מיין אז דער רמב"ם איז נישט נוגע צו די ענין פון שלש שבועות לגבי ציונות. דער רמב"ם רעדט ווען עס איז דא אן ערנסטע צד אז ער איז משיח, און ער גייט אויף דעם ציל, אלס אנגעגעבענער משיח, ווען לדעתו איז שוין געקומען דעם קץ, צוריקנעמען ארץ ישראל. אויב וועט מען נישט לאזן אפילו משיח אייננעמען ארץ ישראל צוליב די שלש שבועות וועט ער דאך קיינמאל נישט קענען קומען, לויט'ן רמב"ם אז משיח דארף נישט באווייזן קיין שום מופתים. אבער ווען ציונות איז אויפגעקומען איז דאך דאס געווען פאר די פארקערטע ציל, און אויף דעם איז לכאורה יא חל די שלש שבועות נישט צו אייננעמען ארץ ישראל פאר משיח קומט.
במחכ"ה, איז דאס געמאלן וואסער. מילא מ'וויל מחלק זיין צווישן א 'ממשלת המינים', און א ממשלת חרדים, ניחא. אבער אז דער שאלה איז איבער עובר זיין אויף שלש שבועות, דאן איז דער דורכגעפאלענער משיח יענער גענגסטער וואס האט פשוט עובר געווען אויף די ג' שבועות. אפגעזען פונעם פאקט, אז ער איז - אין אנדערע ענינים - אן ערליכער איד. חוץ אויב ס'נישטא קיין איסור שלש שבועות, וכנ"ל.
און דיין טענה אז 'אויב וועט מען נישט לאזן אפילו משיח אייננעמען ארץ ישראל צוליב די שלש שבועות וועט ער דאך קיינמאל נישט קענען קומען, לויט'ן רמב"ם אז משיח דארף נישט באווייזן קיין שום מופתים' - כדבריך, איז ממש נישט ריכטיג. ווייל לכולי עלמא דארף דער משיח זיין אויסדערוועלט דורך גאט [כאטש ער דארף נישט באווייזן קיין מופתים פארן המון עם. אבער אמת'דיג פאר זיך דארף ער זיין], קומט אויס אז ווען איינער דערקלערט זיך פאר משיח דארף זיין א ספק משיח אמת, ספק עובר על שלש שבועות. איז ווילאנג זיינע מעשים זענען אויסגעהאלטן גלייבט מען אים, און אויב איז ער מצליח נעמט מען אן אז ער איז משיח. אבער אויב פאלט ער שפעטער אדורך, דאן איגלאי מילתא למפרע אז דער איז געווען א שקרן ביז יעצט, און ער האט פשוט עובר געווען אויף די שלש שבועות, וואס דארף אים ווען פארוואנדלן אין א שייגעץ אנשטאט אין א גדר פון 'ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו'.