Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » קאווע שטיבל • ספרים היפך שיטת ויואל משה

קאווע שטיבל • ספרים היפך שיטת ויואל משה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1 נאך געראטעוועטע פאסטס · לייענען די צוגעלייגטע הודעות · קוואלן און אריגינעלע דאטעס
200 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 521 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2617
מיטוואך יולי 18, 2018 9:36 pm#409250
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
דער פרעדיגער גלייבט אליינס זיין ווערטער? טאמער יא, דארף מען א דאקטאר, זאפארט. טאמער נישט, פארוואס זאגט ער עס? די צוהערערס גלויבען עפעס דארט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יולי 18, 2018 10:49 pm#409255
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער פרעדיגער גלייבט אליינס זיין ווערטער? טאמער יא, דארף מען א דאקטאר, זאפארט. טאמער נישט, פארוואס זאגט ער עס? די צוהערערס גלויבען עפעס דארט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
גראדע איך גלייב עס ווייל די רמע מפאני איז ביי מיר א באגלייבט ספר, און געס וואט.. די ויואל משה אויך.
אפשר ווען ער וואלט געזאגט א ווילדן חידוש וואלט איך געלאכט פון אים באט וואס ער זאגט איז פון א פריערדיגער און א פשוטע זאך וואס מאכט סענס מיטן שכל

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
מיטוואך יולי 18, 2018 10:53 pm#409257
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
berlbalaguleh האט געשריבן:איך ווילל נאר פארשטיין:וועגן די ציונים אין ארץ ישראל גייט דער פראסטער'ער עולם אין סאטמאר און געט זיך נאך אלע תאוות עוה"ז. זיי גייען אין די קאסינאס. און פארן אויף אלע מקומות המזוהמות אין מעקסיקא און פארטא ריקא...!
גראדע בין איך סאטמארער געווען און א פארטא ריקא קאסינא און אויפן באס אויפן וועג גיין מעקסיקא האב איך געטראפן צוויי בעלזע מיט א פאפענע שמיסן

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
מיטוואך יולי 18, 2018 10:57 pm#409258
מארמאראשער האט געשריבן:גראדע איך גלייב עס ווייל די רמע מפאני איז ביי מיר א באגלייבט ספר,

די רמ"ע מפאנו האט קיינמאל נישט געזאגט אז רשעים וואס וואוינען אין ארץ ישראל קענען צוריקהאלטן די השפעה, אדער אז דורך לערנען ויואל משה פארלירן די רשעים אין ארץ ישראל זייער שליטה, ס'איז זיין אייגענע ברעכאץ וואס איז איהם ארויפגעקומען לערנעדיג דעם רמ"ע מפאנו.

די ויואל משה איז ביי מיר נישט באגלייבט, כ'האב איהם שוין געכאפט ביי אפענע ליגנס.
מיטוואך יולי 18, 2018 10:57 pm#409259
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
כגון דא פלעגט מען ביי אונז זאגן ווען א יוד און בעלז טוט זיך אויס די הויזן בענדלעך שמד זיך א יוד און ווארשא

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
מיטוואך יולי 18, 2018 11:00 pm#409260
תיקון טעות: ווען א חסידישע איד בינדט זיך צו די שיך...
מיטוואך יולי 18, 2018 11:02 pm#409261
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
מארמאראשער האט געשריבן:גראדע איך גלייב עס ווייל די רמע מפאני איז ביי מיר א באגלייבט ספר,

די רמ"ע מפאנו האט עס נישט געזאגט, ס'איז זיין אייגענע ברעכאץ וואס איז איהם ארויפגעקומען לערנעדיג דעם רמ"ע מפאנו.

די ויואל משה איז ביי מיר נישט באגלייבט, כ'האב איהם שוין געכאפט ביי אפענע ליגנס.
איך האף אז די ויואל משה ווענדסטו בעסער אפ ווי די רמע מפאני

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
מיטוואך יולי 18, 2018 11:03 pm#409262
די ויואל משה דארף מען נישט אפווענדן, ס'איז מופרך ועומד.
מיטוואך יולי 18, 2018 11:56 pm#409264
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די ויואל משה דארף מען נישט אפווענדן, ס'איז מופרך ועומד.
רבינו סר מן הדרך ב"ה מ'האמער דערלעבט, משיח! קענסט שוין קומען
דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:33 am#409272
berlbalaguleh האט געשריבן:איך ווילל נאר פארשטיין:וועגן די ציונים אין ארץ ישראל גייט דער פראסטער'ער עולם אין סאטמאר און געט זיך נאך אלע תאוות עוה"ז. זיי גייען אין די קאסינאס. און פארן אויף אלע מקומות המזוהמות אין מעקסיקא און פארטא ריקא...!

קען נישט זיין??
דאנערשטאג יולי 19, 2018 6:40 am#409275
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
מארמאראשער האט געשריבן:כגון דא פלעגט מען ביי אונז זאגן ווען א יוד און בעלז טוט זיך אויס די הויזן בענדלעך שמד זיך א יוד און ווארשא

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
דא זאגסטו אז די שטאט בעלזא איז די שרש, און דער רמ"ע מפאנו וואס מ׳האט פארדרייט זאגט אז ארץ ישראל איז די פלאץ. וויאזוי שטימט עס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 19, 2018 12:24 pm#409293
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די ויואל משה דארף מען נישט אפווענדן, ס'איז מופרך ועומד.

היבש אינטערסאנט!

א ניק א טוטער, האט נאך קיין פרישטאג נישט פארפאסט פאר כבוד שמים, נניח אז ער 'קען' לערנען (ווייסטעך וויאזוי די היינטיגע 'קענערס' רעדן), קומט און איז 'מחליט' אז א ספר וואס א איד א אויסעגווענליכע עובד ה' א צדיק הדור, א גאון מופלג וכו' האט פארפאסט, איז 'מופרך ועומד'.

נישט ווייל דו מוזט פסקנ'ן ווי אים אויב דיינע רביים האבן געהאלטן אנדערש, אבער פון דאס ביז שרייבן 'מופרך ועומד' איז פאלג מיר א גאנג
דאנערשטאג יולי 19, 2018 12:59 pm#409302
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
מארמאראשער האט געשריבן:כגון דא פלעגט מען ביי אונז זאגן ווען א יוד און בעלז טוט זיך אויס די הויזן בענדלעך שמד זיך א יוד און ווארשא
דא זאגסטו אז די שטאט בעלזא איז די שרש, און דער רמ"ע מפאנו וואס מ׳האט פארדרייט זאגט אז ארץ ישראל איז די פלאץ. וויאזוי שטימט עס?
גראדע די צוויי געדאנקען זענען איינס היפך דער אנדערער,
דער בעלזער ווארט קומט זאגן אז דער פרומער זאל זיך אכטונג געבן אויפ'ן קוצו של יו"ד וואס דורך דעם וועט דער שוואכערער יוד נישט אנקומען צו זיך שמד'ן,
(עטליכע ווערסיע'ס און גירסאות ארום געשמועסט אין אן אנדערן אשכול איבער די ווארט, און איך טרעף דאס ניט איצטער).
משא"כ דאס ווארט פון אשר מרדכי רובין געבויט אויף רמ"ע מפאנו באדייט דאס פארקערטע.
וויבאלד ס'זענען דא רשעים אין ארץ ישראל, קומט אראפ א קליפה'דיגע השפעה אויפ'ן גאנצען וועלט,
און אויב מ'וועט זיך מחזק זיין מיט'ן ריינע-אמונה וועט דאס השפעה ריינער ווערן.
דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:14 pm#409306
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
כפארשטיי נאך נישט גענוי דיין פירחא כוועל באלד מעיין זיין און דעם
אבער דעס איז נאר פאר די פרעמדע גאס כלשון רבי אשר מרדכי אבער אונז ווייס מיר דאך אז ציונות ביי אונז און וויליאמסבורג פלאקערט ווי קיינמאל בעפאר
איז אונז תלמידי רבינו וועלן פילעווען אונעם ויואל משה און די תלמידי הגהק אונעם על הגאולה, און אויסרייסן די קליפה פון אונז און בדרך סגולה די טומאה פון ארץ ישראל עד שתכלה מלכות הזלה

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:19 pm#409308
מארמאראשער האט געשריבן:כפארשטיי נאך נישט גענוי דיין פירחא כוועל באלד מעיין זיין און דעם
אבער דעס איז נאר פאר די פרעמדע גאס כלשון רבי אשר מרדכי אבער אונז ווייס מיר דאך אז ציונות ביי אונז און וויליאמסבורג פלאקערט ווי קיינמאל בעפאר
איז אונז תלמידי רבינו וועלן פילעווען אונעם ויואל משה און די תלמידי הגהק אונעם על הגאולה, און אויסרייסן די קליפה פון אונז און בדרך סגולה די טומאה פון ארץ ישראל עד שתכלה מלכות הזלה

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

ווער איז רבינו און ווער איז הגהק
איך נאר וויסן ווער ס'וועט לערנען ויואל משה און ווער על הגאולה
אלס א סייד נאוט די איינציגסטע וואס זענען שולדיג אז ציונות פלאקערט אין ווילי ווי קיינמאהל פריער זענט עטס
ווען איינער וואקסט אויף און פארשטייט אין וואס ער גלייבט קען ער זיך האלטן ביי דעם
משא"כ ווען יעדעס מאהל ער פרעגט שרייט מען אים אן ציוני! אדער שעמסט זיך נישט צו פרעגן אויפן הייליגן רבי'ן איז זייער שווער צו בלייבן ביי דעם
נאך דערצו ווען אלע זיינע חברים אין ישיבה גלייבן נישט אין דעם
דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:25 pm#409311
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
מארמאראשער האט געשריבן:כגון דא פלעגט מען ביי אונז זאגן ווען א יוד און בעלז טוט זיך אויס די הויזן בענדלעך שמד זיך א יוד און ווארשא

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
דא זאגסטו אז די שטאט בעלזא איז די שרש, און דער רמ"ע מפאנו וואס מ׳האט פארדרייט זאגט אז ארץ ישראל איז די פלאץ. וויאזוי שטימט עס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: אפילו לויט די וואס זאגן אז דאס ווארט שטאמט פון בעלזא איז עס נישט די שטאט, נאר דער רב. ומעשה שהיה כך היה. (אין דעם ווארט אליינס איז אויך דא עטליכע גירסאות.) איינער פון די יושבים אין בעלזא איז אמאל אריינגעקומען אין ביהמ"ד מיט געפוצטע שטיוול. און דער רב האט דאס באמערקט. האט ער איהם אויפמערקזאם געמאכט אויף דעים. האט דער יושב געפרעגט..."רבי, וואס האביך דען געטון"...?! האט איהם דער רב געזאגט א טייטש אויף דעם פסוק יעקב חבל נחלתו. אז די אידן זענען אזוי ווי א שטריק. אויב א יושב אין בעלזא פוצט זיך די שטיוול, שמד'ט זיך א איד אין פאריז...! וי"א אז די מעשה איז געווען מיט קנעפלעך אויפ'ן העמד. ווייל ביז דאן איז מען געגאנגען מיט בענדלעך אויפ'ן העמד. און א חסיד איז אמאל אריינגעקומען מיט דעם מאדערנעם לבוש, קנעפלעך...!
דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:31 pm#409314
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
סדא טערעפי פאר אזע איינעם, איימין סאיז זייער נישט עטיש אפצילייקענען א שיטה וואס האט צענדליגע ספרים אויף דעם ווייל איינער האט אנגעשריגן דיין שכן'ס חבר פארן פרעגן א קשיא

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:35 pm#409316
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
אגב די רמע מפאני טייטשט עס אויך אויף די פסוק יעקב חבל נחלתו והיינו הך בעלז און ווארשא מיט ארץ ישראל און חוץ לארץ

Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 19, 2018 2:15 pm#409324
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נקודת-אמת האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
מארמאראשער האט געשריבן:כגון דא פלעגט מען ביי אונז זאגן ווען א יוד און בעלז טוט זיך אויס די הויזן בענדלעך שמד זיך א יוד און ווארשא
דא זאגסטו אז די שטאט בעלזא איז די שרש, און דער רמ"ע מפאנו וואס מ׳האט פארדרייט זאגט אז ארץ ישראל איז די פלאץ. וויאזוי שטימט עס?
גראדע די צוויי געדאנקען זענען איינס היפך דער אנדערער,
דער בעלזער ווארט קומט זאגן אז דער פרומער זאל זיך אכטונג געבן אויפ'ן קוצו של יו"ד וואס דורך דעם וועט דער שוואכערער יוד נישט אנקומען צו זיך שמד'ן,
(עטליכע ווערסיע'ס און גירסאות ארום געשמועסט אין אן אנדערן אשכול איבער די ווארט, און איך טרעף דאס ניט איצטער).
משא"כ דאס ווארט פון אשר מרדכי רובין געבויט אויף רמ"ע מפאנו באדייט דאס פארקערטע.
וויבאלד ס'זענען דא רשעים אין ארץ ישראל, קומט אראפ א קליפה'דיגע השפעה אויפ'ן גאנצען וועלט,
און אויב מ'וועט זיך מחזק זיין מיט'ן ריינע-אמונה וועט דאס השפעה ריינער ווערן.
דא l viewtopic.php?p=338930#p338930 l

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג יולי 19, 2018 2:33 pm#409326
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
נקודת-אמת האט געשריבן:(עטליכע ווערסיע'ס און גירסאות ארום געשמועסט אין אן אנדערן אשכול איבער די ווארט, און איך טרעף דאס ניט איצטער).
דא viewtopic.php?p=338930#p338930
ייש"כ ידידנו הרב ליטוואק פאר'ן דאס צו-טרעפן
און בעיקר האט איהר לכאורה געמיינט די שורה:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'זאגט א הוספה צו דעם בשם ר' ברוך מרדכי אזרחי שליט"א - ווען א בחור אין עטרת (זיין ישיבה) כאפט א שמועס אין מיט'ן לערנען, ווארפט מען שטענדער'ס אין פאנאוויעז!
:lol:
דאנערשטאג יולי 19, 2018 4:08 pm#409343
מארמאראשער האט געשריבן:אגב די רמע מפאני טייטשט עס אויך אויף די פסוק יעקב חבל נחלתו והיינו הך בעלז און ווארשא מיט ארץ ישראל און חוץ לארץ
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk

וואו אזוי גייט דער טייטש?

קען מען אויך זאגן אז ווען מיר וועלן וויינגער זיך נאך געבען די תאות וועלען די כופרים אין א"י אנפאנגען גלייבן און מאפן קיין יאגאנדע? (ע"ד בעלז און ווארשא)
איז אפשר זאל מען טאקע לערנען ווייניגער ויאל משה און מער זיך אפגעבן מיט זיך, וואו די רמע מפאני טייטשט
דאנערשטאג יולי 19, 2018 6:44 pm#409362
די מעשה איז אזוי. עס איז זייער א שיינע תורה (לשיטתם) ווי לאנג ער זאגט עס ביי שלש סעודות אדער כו' אב פאר א שיינע דברי אגדה אבער אז ער פרעגט עס ביי הלכה למעשה'דיגע שיעור אין די קשיא איז דאך א הארבע קשיא אין מיט די דברי אגדה פארענטפערט ער די קשיא איז wath a joke
דאנערשטאג יולי 19, 2018 7:30 pm#409365
יעקב מענטש האט געשריבן:נישט ווייל דו מוזט פסקנ'ן ווי אים אויב דיינע רביים האבן געהאלטן אנדערש, אבער פון דאס ביז שרייבן 'מופרך ועומד' איז פאלג מיר א גאנג

אזעלכע שטותים צו רעדן, איך מיין אז פון מיין ניק אליין קענסטו וויסן ווער מיינע רביים זענען געווען.
פרייטאג יולי 20, 2018 5:53 pm#409470
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די ויואל משה דארף מען נישט אפווענדן, ס'איז מופרך ועומד.
אמאל געהערט מפי חכם אז די בעסטע פירכה אויפן ויואל משה איז דער ויואל משה זעלבסט והדברים ידועים למעיינים בספר.

אגב, איז אינטערסאנט אז דער ספר ווערט גערופן דורך איר נאכפאלגער 'ספר הקדוש', ווייסט איינער פון נאך א הלכה ספר וואס האט דעם טיטול 'קדוש'?
(א שיטה הקדושה איז טאקע פארהאן נאך איינס דהיינו שוואנצאנעס).
פרייטאג יולי 20, 2018 6:54 pm#409477
די צונאמען 'הקדוש' ווערט געווענליך געגעבן פאר ספרים וואס רעדן ארום קבלה, וועגן דעם רופט מען חסידישע ספרים 'ספרים הקדושים' ווייל זיי זענען געבויט אויף קבלה. די 'ויואל משה' איז טאקע נישט קיין קבלה ספר אבער אויך נישט קיין הלכה ספר. די גאנצע ספר איז יסודות אין אמונה, און השקפה טהורה און נישט ווייל ס'רעדט וועגן ציונות.
פרייטאג יולי 20, 2018 7:22 pm#409480
רביה"ק זי"ע: אבער דער עכטער רביה"ק זי"ע איז מברר זיין שיטה און השקפה על פי התורה...!
פרייטאג יולי 20, 2018 7:37 pm#409482
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: אבער דער עכטער רביה"ק זי"ע איז מברר זיין שיטה און השקפה על פי התורה...!
אינזער רביה"ק זי"ע איז דער עכטער, אלע אנדערע מאכן נאך אינזערס
פרייטאג יולי 20, 2018 7:39 pm#409484
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: אבער דער עכטער רביה"ק זי"ע איז מברר זיין שיטה און השקפה על פי התורה...!
און טאקע איינע פון די זאכן וואס ער איז מבאר איז, אז קיינער שטייט נישט העכער פון די תורה, און א צדיק קען אויך מאכן א טעות, און אז א צדיק זאגט עפעס קעגן די תורה הקדושה טאר מען איהם נישט פאלגן, אפילו די רבי זי"ע אליינס.
מאנטאג יולי 23, 2018 3:55 pm#409601

יאפ הונדערט פראצענט.

ס'איז נאר אינטערסאנט וויאזוי דער צדיק וואס איז געזעצן יומם ולילה און געהארעוועט, און אפגעשריבן א ספר בדם לבבו, האט פארזעהן דאס וואס דו אנגעפרעסענער רוקסט ארויס אין א תגובה'לע צווישן איין גרעבס און צווייטן.

איך האב אמאל געהערט א שיעור פון הרב רייזמאן שליט"א איבער א רבי עקיבא אייגר וואס איז 'לכאורה' קעגן א אפענע משנה, און יעדער איינער פראבירט צו שרייבן הסבירים וואס די משנה זאגט און וואס דער ר' עקיבא אייגר האט געמיינט אז ס'זאל נישט זיין קיין סתירה, פארוואס? ווייל ר' עקיבא איגר קען מען נישט כאפן זיך טועה זיין מיט א אפענע חז"ל, מוז מען טרעפן ישובים זעהן וואס איז די ריכטיגע כוונה דא.

לענינינו, איז זאג נישט אז רביה"ק מ'סאטמער זי"ע איז געווען דער רבי עקיבא איגר ז"ל, אבער אויב איינער גייט אים כאפן ביי א טעות, (נאך פון דעם קאליבער פון "מופרך ועומד") גייט עס נישט זיין תגובה שרייבער אויף קאווע שטיבעל.
מאנטאג יולי 23, 2018 5:21 pm#409606
זייער שטארקע טענות, אבער רביה"ק האט אונז אנדערש געלערנט. די רבי האט אונז געלערנט אז אויב רעק"א אדער סיי ווער זאגט עפעס קעגן די תורה טאר מען איהם נישט פאלגן, און ער האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו טון אנדערש פון זיינע רביס און עלטערן אויב האט ער געהאלטן אז ס'איז קעגן הלכה.

דו ווילסט זיך אננעמען פאר'ן רבינ'ס שיטה אפילו ס'שטימט נישט? כל הכבוד. אבער פארקויף דיך נישט אלץ ממשיך דרכו, דו ביזט פונקט די היפך פון איהם.
דינסטאג יולי 24, 2018 12:37 am#409668
יעקב מענטש האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: אבער דער עכטער רביה"ק זי"ע איז מברר זיין שיטה און השקפה על פי התורה...!
און טאקע איינע פון די זאכן וואס ער איז מבאר איז, אז קיינער שטייט נישט העכער פון די תורה, און א צדיק קען אויך מאכן א טעות, און אז א צדיק זאגט עפעס קעגן די תורה הקדושה טאר מען איהם נישט פאלגן, אפילו די רבי זי"ע אליינס.

יאפ הונדערט פראצענט.

ס'איז נאר אינטערסאנט וויאזוי דער צדיק וואס איז געזעצן יומם ולילה און געהארעוועט, און אפגעשריבן א ספר בדם לבבו, האט פארזעהן דאס וואס דו אנגעפרעסענער רוקסט ארויס אין א תגובה'לע צווישן איין גרעבס און צווייטן.

איך האב אמאל געהערט א שיעור פון הרב רייזמאן שליט"א איבער א רבי עקיבא אייגר וואס איז 'לכאורה' קעגן א אפענע משנה, און יעדער איינער פראבירט צו שרייבן הסבירים וואס די משנה זאגט און וואס דער ר' עקיבא אייגר האט געמיינט אז ס'זאל נישט זיין קיין סתירה, פארוואס? ווייל ר' עקיבא איגר קען מען נישט כאפן זיך טועה זיין מיט א אפענע חז"ל, מוז מען טרעפן ישובים זעהן וואס איז די ריכטיגע כוונה דא.

לענינינו, איז זאג נישט אז רביה"ק מ'סאטמער זי"ע איז געווען דער רבי עקיבא איגר ז"ל, אבער אויב איינער גייט אים כאפן ביי א טעות, (נאך פון דעם קאליבער פון "מופרך ועומד") גייט עס נישט זיין תגובה שרייבער אויף קאווע שטיבעל.

העי!
שאץ נישט אינטער די חברים דא אין שטיבל. לא אלמן ישראל, ק"ש פארמאגט פיינע תלמידי חכמים מיט א שכל הישר וואס קענען זיך עניטיים פארמעסטן מיט כולל יונגעלייט און אנדערע שיינע אידן
דינסטאג יולי 24, 2018 11:20 am#409684
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זייער שטארקע טענות, אבער רביה"ק האט אונז אנדערש געלערנט. די רבי האט אונז געלערנט אז אויב רעק"א אדער סיי ווער זאגט עפעס קעגן די תורה טאר מען איהם נישט פאלגן, און ער האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו טון אנדערש פון זיינע רביס און עלטערן אויב האט ער געהאלטן אז ס'איז קעגן הלכה.

דו ווילסט זיך אננעמען פאר'ן רבינ'ס שיטה אפילו ס'שטימט נישט? כל הכבוד. אבער פארקויף דיך נישט אלץ ממשיך דרכו, דו ביזט פונקט די היפך פון איהם.
טאמער ער האט נישט געהאט קיין פראבלעם צו געבן דעם כינוי 'טפשים' (מאמר ג' שבועות אות פ"ו) פארן אבני נזר, הג"ר מאיר שמחה הכהן און די רד"ק (ראשון!) איז זיכער אז ער גיבט דעם רעכט פאר יעדע אחרון זיך צו דינגן מיט אים.
דינסטאג יולי 24, 2018 12:52 pm#409688
פון וואו מיינסטו האב איך מיך אויסגעלערנט מיין שפראך? דאס האט אונז די רבי אויסגעלערנט, זיך נישט אוועקרירן פונעם אמת.

תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו!!!

גראדע די טיטל 'טיפשים' איז נאך פון די שיינע טיטלען וואס באצירן דעם הייליגן ספר.
זונטאג יולי 29, 2018 5:13 pm#410062
איך האב פריערט געדאונלאוד פון די אשכול די קונטרס פון הרב מנדלסון פון קוממיות אבער בטעות האב איך פארקלאפט די טעב און יעצט קען איך עס פאר די לייף או מי נישט טרעפן דא. איך האב שוין דריי מאל איבערגעקוקט די אשכול און עס איז -מאדנע- נישטאמאל אין מיין היסטארי. ווער קען מיר פליז צו צייגן די תגובה ווי די קונטרס ווערט געברענגט? תודה מראש
דינסטאג אוגוסט 07, 2018 10:28 am#410647
בן חכמוני האט געשריבן:איך האב פריערט געדאונלאוד פון די אשכול די קונטרס פון הרב מנדלסון פון קוממיות אבער בטעות האב איך פארקלאפט די טעב און יעצט קען איך עס פאר די לייף או מי נישט טרעפן דא. איך האב שוין דריי מאל איבערגעקוקט די אשכול און עס איז -מאדנע- נישטאמאל אין מיין היסטארי. ווער קען מיר פליז צו צייגן די תגובה ווי די קונטרס ווערט געברענגט? תודה מראש

טו די רעסקיו פליז?
מיטוואך אוגוסט 08, 2018 11:26 am#410697
בן חכמוני האט געשריבן:איך האב פריערט געדאונלאוד פון די אשכול די קונטרס פון הרב מנדלסון פון קוממיות אבער בטעות האב איך פארקלאפט די טעב און יעצט קען איך עס פאר די לייף או מי נישט טרעפן דא. איך האב שוין דריי מאל איבערגעקוקט די אשכול און עס איז -מאדנע- נישטאמאל אין מיין היסטארי. ווער קען מיר פליז צו צייגן די תגובה ווי די קונטרס ווערט געברענגט? תודה מראש

עס איז געדרוקט צוזאמען מיט די מענה החכם פון הרב יואל כהן
דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 8:54 pm#411330
איינער זאגט מיך נאך פין הרה"ג ר' יצחק לעבאוויטש א גוט אין א טיף ווארט
אז כדי צי האלטן פינעם שיטות ויואל משה היינטיגע צייטן, דארף מען קודם האלטן פינעם שיטות ישועות משה
פרייטאג אוגוסט 17, 2018 12:30 am#411345
calculator האט געשריבן:איינער זאגט מיך נאך פין הרה"ג ר' יצחק לעבאוויטש א גוט אין א טיף ווארט
אז כדי צי האלטן פינעם שיטות ויואל משה היינטיגע צייטן, דארף מען קודם האלטן פינעם שיטות ישועות משה

גלייבט זיך זייער שווער אז ר' יצחק לעבאוויטש זאל דאס האבן געזאגט
פרייטאג אוגוסט 17, 2018 7:55 am#411356
שיח ושיג האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:איינער זאגט מיך נאך פין הרה"ג ר' יצחק לעבאוויטש א גוט אין א טיף ווארט
אז כדי צי האלטן פינעם שיטות ויואל משה היינטיגע צייטן, דארף מען קודם האלטן פינעם שיטות ישועות משה

גלייבט זיך זייער שווער אז ר' יצחק לעבאוויטש זאל דאס האבן געזאגט

די לשון האט ער מיסתמא נישט געזאגט אבער די געדאנק האלט ער מיסתם יא.
פרייטאג אוגוסט 17, 2018 11:38 am#411375
חיים'ס ישיבה האט געשריבן:
שיח ושיג האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:איינער זאגט מיך נאך פין הרה"ג ר' יצחק לעבאוויטש א גוט אין א טיף ווארט
אז כדי צי האלטן פינעם שיטות ויואל משה היינטיגע צייטן, דארף מען קודם האלטן פינעם שיטות ישועות משה

גלייבט זיך זייער שווער אז ר' יצחק לעבאוויטש זאל דאס האבן געזאגט

די לשון האט ער מיסתמא נישט געזאגט אבער די געדאנק האלט ער מיסתם יא.

If it's not true you will hear it from him on his hotline. But either way it's a good and a true word
פרייטאג אוגוסט 17, 2018 11:47 am#411378
I'm sorry that I'm writing in English it's not my device
פרייטאג אוגוסט 17, 2018 1:37 pm#411388
איך וואלט געזאגט די ווארט אנדערש, רוב פין די סאטמוירים וואס האלטן פון שיטת ויואל משה איז ווייל זיי האלטן פון שיטות ישועות משה דהיינו שוואנצאנות. אבער צו זאגן אז מ'קען נישט האלטן פון שיטת ויואל משה אן האלטן פון שיטת ישועות משה איז נישט ריכטיג, ווייל אודאי קען מען האלטן פון די בירורים אין ויואל משה אן שוואנצאנות, אזוי ווי עס איז דא אסאך. צו זאגן אזא אויסדריק מיינט, אז מ'קען בשום אין אופן נישט האלטן דערפון אן שוואנצאנות, (דער סאקמער רב אליינס האט דאך געהאלטן דערפון אן שוואנצאנות, לאל...)
נאר דאס איז אמת, אז די אופן וואס די סאטמוירים האלטן פון די שיטה, איז מיט אן הקדמה פון שוואנצאנות, הוא ולא אחר, יעדעס ווארט וואס ער האט געזאגט איז זיכער אמת, און אלע אנדערע גדולי ישראל רעדן סתם שטותים, ער האט זיך נישט געקענט טועה זיין, אבער אלע אנדערע גדולי ישראל זענען זיך טועה.
פרייטאג אוגוסט 17, 2018 5:02 pm#411411
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
שיח ושיג האט געשריבן:איך וואלט געזאגט די ווארט אנדערש, רוב פין די סאטמוירים וואס האלטן פון שיטת ויואל משה איז ווייל זיי האלטן פון שיטות ישועות משה דהיינו שוואנצאנות. אבער צו זאגן אז מ'קען נישט האלטן פון שיטת ויואל משה אן האלטן פון שיטת ישועות משה איז נישט ריכטיג, ווייל אודאי קען מען האלטן פון די בירורים אין ויואל משה אן שוואנצאנות, אזוי ווי עס איז דא אסאך. צו זאגן אזא אויסדריק מיינט, אז מ'קען בשום אין אופן נישט האלטן דערפון אן שוואנצאנות, (דער סאקמער רב אליינס האט דאך געהאלטן דערפון אן שוואנצאנות, לאל...)
נאר דאס איז אמת, אז די אופן וואס די סאטמוירים האלטן פון די שיטה, איז מיט אן הקדמה פון שוואנצאנות, הוא ולא אחר, יעדעס ווארט וואס ער האט געזאגט איז זיכער אמת, און אלע אנדערע גדולי ישראל רעדן סתם שטותים, ער האט זיך נישט געקענט טועה זיין, אבער אלע אנדערע גדולי ישראל זענען זיך טועה.
זעהסט, האסט באקומען א לייק פון רביה"ק זי"ע אליינס, זעהט אויס אז ער איז מודה צו דיינע ווערטער
זונטאג אוגוסט 19, 2018 4:48 am#411445
שיח ושיג האט געשריבן:איך וואלט געזאגט די ווארט אנדערש, רוב פין די סאטמוירים וואס האלטן פון שיטת ויואל משה איז ווייל זיי האלטן פון שיטות ישועות משה דהיינו שוואנצאנות. אבער צו זאגן אז מ'קען נישט האלטן פון שיטת ויואל משה אן האלטן פון שיטת ישועות משה איז נישט ריכטיג, ווייל אודאי קען מען האלטן פון די בירורים אין ויואל משה אן שוואנצאנות, אזוי ווי עס איז דא אסאך. צו זאגן אזא אויסדריק מיינט, אז מ'קען בשום אין אופן נישט האלטן דערפון אן שוואנצאנות, (דער סאקמער רב אליינס האט דאך געהאלטן דערפון אן שוואנצאנות, לאל...)
נאר דאס איז אמת, אז די אופן וואס די סאטמוירים האלטן פון די שיטה, איז מיט אן הקדמה פון שוואנצאנות, הוא ולא אחר, יעדעס ווארט וואס ער האט געזאגט איז זיכער אמת, און אלע אנדערע גדולי ישראל רעדן סתם שטותים, ער האט זיך נישט געקענט טועה זיין, אבער אלע אנדערע גדולי ישראל זענען זיך טועה.

איך פארשטיי נישט? לויט שיטת ויואל משה קומט אויס אז א 3/4 וועלט (אדער אפילו די גאנצע) זענען אפיקורסים, איז צי האלטן אזא שיטה איז דען נישט שוואנצאנות?
1+1=2

שיח ושיג האט געשריבן:(דער סאקמער רב אליינס האט דאך געהאלטן דערפון אן שוואנצאנות, לאל...)

איי די סאטמאר רב זאל ער זיך אליינס פארענטפערן, סוף סוף its dosn't make sense
זונטאג אוגוסט 19, 2018 6:30 am#411449
שיח ושיג האט געשריבן:(דער סאקמער רב אליינס האט דאך געהאלטן דערפון אן שוואנצאנות, לאל...)

לויט'ן בעלזער'ס ענטפער אום תשמ"ב אז די בעל השיטה איז א בעל נגיעה פונקט ווי איינער וואס האט א פראפיט אינעם זאך
איז רביה"ק זיע"א וואס האט שוין געהאלטן די שיטה בעפאר'ן שרייבן דעם ספר הקדוש
און נאך איידערן בויען די שלימות'דיגע שיטה הקדושה האט ער דערהאלטן א שוואנצאנעס צו האלטן ווי זיין אייגענע שיטה...
:P :lol: :twisted:
דינסטאג אוגוסט 21, 2018 9:17 pm#411639
איך זעה נישט פארוואס Yaffed רעד זיך אפ אויף אינזער Education

https://drive.google.com/file/d/1i_Wi2IPNNYYOzpbqDs6Dkefqnd6OBWKU/view?usp=sharing
זונטאג נאוועמבער 04, 2018 2:40 pm#416014
ווייס נישט ווער דער שרייבער איז.
מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 7:38 am#417469
היימישער ליטוואק האט געשריבן:ברענגט דער ויא"מ דעם "אם הבנים שמחה" באיזה מקום?
האט ער גזען דעם ספר?

איינער ווייסט פארוואס? די גאנצע מהלך איז אפצופרעגן דעם גרויסן גאון וצדיק וואס איז געבליבן אנגענומען עד היום הזה אלץ איינע פון די שפיץ רבנים פון אונגארן, און ער דערמאנט אלץ צו ציטירן די מהלך פונעם אם הבנים שמחה אבער לא יזכר...!
מיטוואך נאוועמבער 28, 2018 11:53 am#417483
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
קענסט ברענגן באווייזונגען צו די פאסטן פון הרב טייכטאל בשעתו? אנטקעגען, למשל, דער טאשנאדער רב, דער מהרש"ג, און דער לבושי מרדכי. איז ער טאקע פון די מערסטע אנגענומענע רבנים אין אונגארן געווען? האט זיין מיינונג געקלינגען מער ווי די אנדערע דיינים אין שטעט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג דעצעמבער 24, 2018 1:33 pm#419818
הערליכע גליון קדושת ציון

לאומנים או מינים: עורך 'קדושת ציון' בראיון נטול כפפותבילד
העלונים שלהם מסעירים את המגזר החרדי, הנושאים שהם מעלים על סדר היום מפתיעים • ה'עדה החרדית' קוראת להם 'כופרים', אחרים קוראים להם 'חרדים לאומיים', אבל הם טוענים שהם ממשיכי המסורת • מיוחד
בילד
בילד