מיטוואך אקטאבער 21, 2015 9:34 am#305388
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
איך האב געלייגט א לינק, ליין דארט.אגב אורחא ,טיש שפרינגען בעידן ריתחא, הגם ביי מאנכע איז עס פון די יסודות פון זייער חינוך, איז א שוואכע הלכה'דיגע מקור
דעת תורהאהער מיטן מחנה חיים, לאמיר עס זען אינעווייניג.
די פאקטן אויפן שטח שטימען נישט. ווען דער מחנה חיים איז ארויף געשפרינגען אויפן טיש און געשריגן אז מען טאר מער נישט זיין דא, האט ער נישט געוויסט אויב עס וועט געלונגען פאר די רבנים צו פועל'ן א טיילונג אין ווין. אדער, זעט אויס ער האט געהאלטן אז לאזן די פעלד פאר די רעפארמער הייסט נישט אז מען האט נישט קיין אויסוואל.
ירא שמיםאבער די רבי האט דאך מתיר געווען צו וועלן פאר די עיריות ?
בראשיתירא שמיםאבער די רבי האט דאך מתיר געווען צו וועלן פאר די עיריות ?
אמת! אבער דארט איז נישטא קיין הודאה והכל על מקומו יבא בשלום ווער ס'וויל באמת פארשטיין.
בראשיתקודם זאל זיך איינער מרחם זיין ארויפריקען א נערמאלע לינק צו רפאל קדוש טהעסיס.
בראשיתבראשיתירא שמיםאבער די רבי האט דאך מתיר געווען צו וועלן פאר די עיריות ?
אמת! אבער דארט איז נישטא קיין הודאה והכל על מקומו יבא בשלום ווער ס'וויל באמת פארשטיין.
און דאס איז טאקע די חילוק פון פולין קראקא פארלעמענט. והמבין יבין.
דעת תורהבראשיתבראשיתירא שמיםאבער די רבי האט דאך מתיר געווען צו וועלן פאר די עיריות ?
אמת! אבער דארט איז נישטא קיין הודאה והכל על מקומו יבא בשלום ווער ס'וויל באמת פארשטיין.
און דאס איז טאקע די חילוק פון פולין קראקא פארלעמענט. והמבין יבין.
נו פארוואס איז אין כנסת יא דא הודאה?
ליטוואק פון בודאפעסטמ'האלט אין איין סטראשען אוועק צו גייען, אבער דערנאך קען מען זיך נישט איינהאלטען.
דאס וואס דער בעיות הזמן זאגט צווישען עבירה לשמה און נטו"ק איז אויך וויכטיג, און דארט זאגט ער קלאר אז דאס וואס זיי מאכען געזעצן אויף אונז בלא"ה, וואס מ'קען זיך נישט אויסדרייען דערפון, דעריבער דאס גייען דארט מינימירען די פראבלעם איז נישט קיין הודאה נאר א שלאגעריי מיט זיי, און דאס נישט גייען איז גאר די הודאה.
דאס נישט שלאגען מיט נטו"ק שרייבט ער פאר טעמים. מ'דארף וויסען צו ס'איז גילטיג היינטיגע צייטען, וואס נטו"ק איז צו שפאלטען אויף שטיקער און א חלק פון זיי האבען גארנישט מיט'ן שלאגעריי אויף בחירות, נאר מיט התקרבות לנכרים וכדו'. אזוי אויך סאטמאר, וואס האט אפשר אין אנהייב טועה געווען לש"ש, אבער היינט איז דאס 'מלחמה' אויף אגודה מער נישט ווי א מיטל זיך צו באפעסטיגען אינ'ם פארטייש'ן הינזיכט און אויפצובויען מאכט מיט געלט פאר די מוסדות וכדו', און ווייניג האט עס צו טוהן מיט א מלחמה לש"ש, הן אין איהר כוונות הן אין איהר מעשים, והדבר פשוט.
דער מחנה חיים קען יעדער איינער זען פאר זיך. אז מ'נעמט אין חשבון וואס די מציאות דארט איז געווען און וואס די כופרים האבען געוואלט, און דער מהר"ם שיק קען מען דא זען ותמצא הרבה נחת.
בכפייה הייסט נישט קיין התחברות, מן המקרא ומן הסברא. ועל המשנה להביא ראיה.
דעת תורהאין א שטאט מאכט מען די חוקי העיר.
ווי ווייט מיר דוכט זיך, האט דעם רבי'ןס שיטה מיט בחירות לכנסת קנאפ צו טון מיט דעם מחנה חיים, נאר עס איז געבויט מכח די פסול פון די עצם מדינה. נאר אזויפיל אז די וואס ווילן ווארפן זאמד אין די אויגן מכח די מעשה, זענען מופרך מיני' ובי', אויב עפעס זעט מען דארט סימוכין לאיסור. אבער נישט 'דאס' איז דעם רבי'ןס שיטה.
cictimבראשיתקודם זאל זיך איינער מרחם זיין ארויפריקען א נערמאלע לינק צו רפאל קדוש טהעסיס.
<a class="postlink" href="http://musaf-shabbat.com/2013/06/28/%D7%99%D7%A9-%D7%92%D7%91%D7%95%D7%9C-%D7%9C%D7%A7%D7%99%D7%A6%D7%95%D7%A0%D7%95%D7%AA-%D7%A8%D7%A4%D7%90%D7%9C-%D7%A7%D7%93%D7%95%D7%A9%D7%94/">http://musaf-shabbat.com/2013/06/28/%D7 ... %A9%D7%94/</a>
ירא שמיםאבער די רבי האט דאך מתיר געווען צו וועלן פאר די עיריות ?
berlbalagulehירא שמיםאבער די רבי האט דאך מתיר געווען צו וועלן פאר די עיריות ?
אבער די היפאקריטן און דעמאגאגן וועלכע טומלען אויף די העכסטע קולות וועלן קיינמאל נישט דערמאנען דעם פאקט. און נאך א סאך זאכן וועלכע ווערן געברענגט אין ספה"ק ויואל משה. העכסטנס וועלן זיי (ישראל מ. סופר, שמואל שלמה טעללער, און דער פארשטארבענער הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו) זאגן אז די ציונים אדער אגוד'יסטן האבן דאס אריינגעשמוגלט.
למשל, אין די הקדמה צום ויואל משה (דף ח') זגט רביה"ק מסאטמאר, זי"ע אז...היינט, אז ס'איז שוין דא א מדינה, דארף מען גרויס רחמי שמים אז די מדינה זאלל ח"ו נישט בטל ווערן דורך די גויים...."רק על ידי כח מלמעלה ולא ע"י האומות"...כי אם ע"י האומות, לא יהיה טוב לישראל, ח"ו. רק ע"י כח מלמעלה"... דו האסט שוין געהערט אדער געליינט ערגעץ וואו אז איינער פון די טומלערס זאלל דערמאנען אט דעם מאמר. און אזוי אויך צענדליגע אנדערע מאמרים און אויסדרוקן...!
cictimא איד גייט אדורך דעם "טשעק פוינט" ביים לופטפעלד מיט נישט ווייניגער ווי 5 פרידזשידערס...
דער באאמטער האלט אים אפ פון גיין: ר' איד, וואס איז דאס?
"איך בין א פרומער איד" ענטפערט ער "דארף איך האבן א באזונדערע פאר מילכיג און א באזונדערע פאר פליישיג"
"פיין" זאגט דער אפיציר "אבער דאס געט מיר נאר צו פארשטיין 2 פון זיי, וואס טוט זיך מיט די איבריגע?"
"פון פסח האט איר שוין געהערט" פרעגט אים דער איד צוריק "איך ברויך אויך האבן 2 אויף פסח, איינס אויף מילכיג און איינס פליישיג"
דער באאמטער קראצט זיך אין שטערן און פרעגט: און וואס איז מיטן פינפטן פרידזשידער?
"נו, צוליב איין פרידזשידער מאכסטו אזא עסק?"...
על דרך זה אין די אשכול אליין זענען דערמאנט צענדליגע גדולים היפך שיטת ויואל משה און צו יעדעם א תירוץ, כופר, אפיקורס, מין, זיוף, ימח שמו, ליטוואק, מזרחי, די טענה ווערט דערמאנט אין ויואל משה, די טענה איז אפגעפרעגט,וכו', אבער מיט די בילגורייער רב'ס בריוו פון זיין הייליגן ברידער צום סקווירא רבי, איז די תירוץ, צוליב איין קשיא מאכסטו אזא עסק?"...
ירא שמיםדער באלעגאלע איז א סאטמערער גאר?
ירא שמיםאז דו וואולסט נישט ווערן אריינגעצויגען אין קיין שמועס דערמאן נישט דיינע ראיות אזוי בדרך אגב …
און בדרך אגב וועגן בעלזער רב׳ס דעה קענסטו פרעגן בעלזער רב אליינס אדער זיין ברודער בולגערייער רב שכתבם מעידים עליהם.
ירא שמיםאז דו וואולסט נישט ווערן אריינגעצויגען אין קיין שמועס דערמאן נישט דיינע ראיות אזוי בדרך אגב …
און בדרך אגב וועגן בעלזער רב׳ס דעה קענסטו פרעגן בעלזער רב אליינס אדער זיין ברודער בולגערייער רב שכתבם מעידים עליהם.
געוואלדיג
יעצט צום נושא, דא האב איך געברענגט די בריוו וואס בעלזא רב האט אונטערגעשריבן בנוגע בחירות א. די בריוו האט געשריבן בולגערייער רב ביז די ווארט יעזור וואס איז בכתי"ק פון בעלזא רב, די נוסח איז עפ"י וויאזוי בעלזא רב האט איהם געהייסן און עס שטייט נישט חוב קדוש נאר א לשון נבקש מען בעהט, בולגערייער רב האט געשריבן לשון יחיד אבקש און בעלזא רב הט געטוישט אויף לשון רבים נבקש. ב. עס שטייט דארט א פונקטליכע טעם פאר וואס עס איז וויכטיג צו וואוטען, ווייל מען האט דעמאלטס געמיינט אז מען גייט מאכן א קאנסטעטוציע פאר די מדינה און אויב וועלן זיין פרומע דעפוטאטן וועלן זיי קענען האבן א השפעה אז די מדינה זאל געשטעלט ווערן וואס מער אידישליך (למעשה איז ביז היינט נישטא אין ישראל קיין קאנסטעטוציע אןון עס איז מיוסד אויף די ענגלישע קאנסטעטוציע). ג. אין א בריוו פון י"ב סיון תש"ט צו סקווירא רבי שרייבט בולגערייער רב, איינס אז בעלזא רב אליין איז נישט געגאנגען וואוטען, צוויי אז ער האט געמאכט א גילוי דעת אויף די נחיצות פון וואוטען אן קיין שום פרעשור אדער פרעמדע השפעה אויף איהם. ד. הרי"מ לווין האט נישט באקומען רשות פון מועצגה"ת צו אריין דיי אין די ממשלה נאר נאך שוין דארט זיין האט ער באקומען רשות אז ער דארף נישט ארויס גיין פון דארט.
איז פון די פאקטן זעהן מיר 1. בעלזא רב האט געבעהטן און נישט געהייסן אדער חוב קדוש לא מיניה ולא מקצתיה נאר א וויכטיגע בקשה (יא אוודאי פאר א בעלזא חסיד איז דאס גענוג כמובן, יעדער חסיד וואלט אזוי געטוהן אבער פארט ווייט פון חוב קדוש). 2. וויבאלד עס שטייט ארויס א סיבה פאר די בקשה, קען סאטמאר רב טענה'ען אנדערש און האבן א אנדערע מיינונג און עס מוז נישט זיין גרייזיג (ביידע זענען נישט גרייזיג, נאר אנדערע סברות וויאזוי איז די ריכטיגע וועג צו טוהן). 3. בולגערייער רב ((וואס איז געווען א נאמן) שרייבט קלאר אז די גילוי דעת אויף די נחיצות פון וואוטען איז געמאכט געווארן אן קיין פרעשור אדער פרעמדע השפעות אויף איהם. ה. הרי"מ לווין האט כדלעיל אסאך זאכן געטוהן אן פרעגן מועצגה"ת.
די אלע פאקטן זענען באשטעטיגט דורך דאקומענטן און ווערן גוט צולייגט אין די ספר מקטוביץ עד ה' איייר פון צבי וויינמאן
יעצט מיט די בעקראונד קען מען זין נעמען מתווכח זיין צו די חברי כנסת טוהן עפעס אויף אדער נישט
בראשיתדאס איז מסתמא פון די בריוון פון בלאך וואס קלאפהולץ האט אריין געשטעלט ועי׳ באשכול של הגעוואגטער אינגעלע,ירא שמיםאז דו וואולסט נישט ווערן אריינגעצויגען אין קיין שמועס דערמאן נישט דיינע ראיות אזוי בדרך אגב …
און בדרך אגב וועגן בעלזער רב׳ס דעה קענסטו פרעגן בעלזער רב אליינס אדער זיין ברודער בולגערייער רב שכתבם מעידים עליהם.
גערעכט און זיין ברידער איז אויך נישט באגלייבט און ס'איז דא זאכן וואס ער שרייבט קעגן אפענע פסוקי תורה ואכ"מ.
ועיין בספר אדמורי בעלז ח"ג עמ' רנז: בשם רבי ישכר דוב; הראשונים והאחרונים לא עלה במחשבה ליסד מלוכה כמזימות הציונים הגאים, והלא בר בי רב דחד יומא יבין שכל הענין נגד דעת רבותינו ז"ל.
ובשם אביו השר שלום: אף אם יהיו רוצים להמית אותם בעינוי קשה לא יהיו יוצאים.
ירא שמיםכזעע אז די מעשיות וואו אזוי מהאט אויסגענארט בעלזער רב טוישען זיך מיט די יארן, והדברים ידועים ופשוט וברור ואכמ״ל.
בראשית האט געשריבן:באמת האב איך שוקל געווען בפאר איך האב איך האב ארייגעווארפן מיין ערשטע הערה צי סאיז בעסער צי לאזן דעם אשכול אינטן אין לאזן פארגעסן אדער יא אריינווארפן א ווארט, ולפי דעתי יצאתי את חובתי. און איך וועל מיך בשום אופן נישט אריין לאזן אין זינלאזע ויכוחים. ועוד יותר הרב שך האט געזאגט ענליכעס ברבים ווען ער האט אים מספיד געווען. דארפסט א מקור אויף דעם אויך?