זונטאג אקטאבער 25, 2015 6:32 pm#306115
בערל דו האסט עכט געשוויצט פאר די תגובה!! ׳נאר׳ וועגן דעם האסטו באקומען מיין לייק


היימישער ליטוואק האט געשריבן:הציץ ונפגע האט געשריבן:איך וויל יעצט נישט עוסק זיין אין "באטשי"'ס פירכות, דעריבער איז מעגליך אז מיין פאלגענדער פראגע איז שוין געפרעגט געווארן דורך אים. איך האב א ראיה ברורה פון רמב"ם אין יד וואו מ'זעט קלאר אז שלש שבועות זענען נישט גע'פסק'נט להלכה. פאלגנד איז דער רמב"ם,
ואם יעמוד מלך מבית דוד הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה, וילחם מלחמות ה', הרי זה בחזקת שהוא משיח, אם עשה והצליח ונצח כל האומות שסביביו ובנה מקדש במקומו וקבץ נדחי ישראל הרי זה משיח בודאי. ואם לא הצליח עד כה או נהרג בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה והרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו.
(רמב"ם הלכות מלכים פרק יא הלכה ד)
שטעלט זיך די פראגע, אויב איז ער גע'הרג'ט געווארן און עס שטעלט זיך ארויס אז ער איז נישט משיח, וויאזוי קען דער רמב"ם שרייבן אז ער איז ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו, אמער ער האט דאך עובר געווען אויף די שלש שבועות?
באטשי פרעגט דאס אין דעם אשכול "לכבוד די יארצייט...".
אדרבה, עפן א פרישע אשכול אויף דעם נושא און מיר וועלן דן זיין פאוינט ביי פאוינט...
גאלד האט געשריבן:דער מגדול עוז וואס איז אריינגעדריקט אינעם רמב"ם אדרעסירט דער קשיא, ער לערנט פשט אינעם רמב"ם אז ווען איינער האט אלע שטריכן פון משיח, דהיינו ער איז "הוגה בתורה ועוסק במצוות כדוד אביו, כפי תורה שבכתב ושבעל פה, ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה" דאן איז שוין קיין שום נפק"מ צו עווענטועל פאלט ער דורך מיט זיין מיסיע צו אויסלייזן כלל ישראל, א מענטש ווערט נישט נידון למפרע צוליב די תוצאה פון א הצלחה, און דאס וואס דער רמב"ם פירט אויס "הרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו" מיינט אז אפי' די מיסיע פאלט דורך און ליידער פאלן דער עם ישראל תחת יד האומות מיטדעם אלעם איז דער אינדיווידועלער מענטש ווערט מוזכר לשבח בדורות הבאים,
יאיר האט געשריבן:גאלד, אפשר קענסטו ברענגען דעם לשון פונ'ם מגדל עוז און דער מקור, ווייל איך טרעף עס נישט אינ'ם רמב"ם.
איך מיין אז דער רמב"ם איז נישט נוגע צו די ענין פון שלש שבועות לגבי ציונות. דער רמב"ם רעדט ווען עס איז דא אן ערנסטע צד אז ער איז משיח, און ער גייט אויף דעם ציל, אלס אנגעגעבענער משיח, ווען לדעתו איז שוין געקומען דעם קץ, צוריקנעמען ארץ ישראל. אויב וועט מען נישט לאזן אפילו משיח אייננעמען ארץ ישראל צוליב די שלש שבועות וועט ער דאך קיינמאל נישט קענען קומען, לויט'ן רמב"ם אז משיח דארף נישט באווייזן קיין שום מופתים. אבער ווען ציונות איז אויפגעקומען איז דאך דאס געווען פאר די פארקערטע ציל, און אויף דעם איז לכאורה יא חל די שלש שבועות נישט צו אייננעמען ארץ ישראל פאר משיח קומט.
berlbalaguleh האט געשריבן:אזוי ווי אונזער געטרייער חבר ..."שמעקעדיג" וועלכער האט זייער א חשוב'ע פאזיציע דא אין קאווע שטיבל. א יעדער בלאז וואס גייט ארויס מהגה פיו הקדוש, באקומט תיכף דאזנס אף לייקס.
דעת תורה האט געשריבן:אין קובץ גינת ורדים האט מען אסאך גערעדט דערוועגן
סקרן האט געשריבן:געקויפט לעצטענס א הערליך ספר מענה חכם פון ר' יואל כהן פון ליובאוויטש ווי ער טוהט דורך ויואל משה און על הגאולה לענ"ד איז עס א הערליך ארבעט
mevakesh האט געשריבן:איך בין ווייט פון א לובאוויטשער אבער דאכט זיך אז לגבי די שיטות איז עס זייער פארשטענדליך ער קען זיין אן אנטי ציוני און נאכאלץ האלטן אז עס איז סכנות נפשות צוריקצוגעבן שטחים
Sent from my Z717VL using Tapatalk
יעקב מענטש האט געשריבן:זיין פראבלעם איז געווען שלימת הארץ, נישט סעקיוריטי
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:אויך איז כדי צו דערמאנן דעם ספר "יהודי וארצו" פון הרב אברהם קורמאן ז"ל, וואס א חלק פונעם ספר געט ער זיך אפ מיטן ויואל משה און מיטן על הגאולה, אבער די ספר איז נישט דוקא פאר דעם געווידמעט, אבער ער ארבייט אריין און פארענטפערט אלעס בטטוד"ת.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קוקט׳ס אויך דא https://www.yhe.center
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:אדער ראשי תיבות'ר
Gimpel האט געשריבן:לאחרונה מוחקים הרבה תגובות ידע הציבור ויזהר
מארמאראשער האט געשריבן:חזקה על ר אשר מרדכי אז ער לערנט נישט עברי טייטש, ער וועט לכאורה אריינווארפן עפעס אקטואל ביי יעדע שורה
Sent from my SM-G1650 using Tapatalk
calculator האט געשריבן:אשר מרדכי רובין האט זיך גענuמען פאר לערנען ויואל משה אויף די חומת הדת האטליין אין נעכטען האט ער אויפגעטוען א מורה'דיגע חידוש ער זאגט אזוי מענטשען פרעגן פארוואס דארף מען לערנען ויואל משה, דאס איז די נסיון הדור? ציונות? יושב ארץ ישראל? עס איז דאך דא טעכנאלאגיא נסיונות אויף די ריגטיגע ריינע אמונה, שכר ועונש מענשטען ווערן מגושם אין נאך, זאגט ער אזוי אז די רמ"ע מפענו ברענגט אז אין ארץ ישראל פארלייג זיך די יצר הרע די מערסטע אין די שפע פאר די גאנצע וועלט קומט פין ארץ ישראל, קומט אויס זאגט אשר מרדכי, אז אויס אז אויב אין ארץ ישראל זענען דא רשעים איז עס משפיע אויף די פאר די גאנצע וועלט איז וועגן דעם פלאגן מיר זיך זייער שטארק אויף אינזערע נסיונות דא אין אמעריקא טעכנאלאגיא, וכו' קומט אויס אז ויואל משה איז א יסודת'דיג ספר, אין אז מען וועט לערנען ויואל משה וועט דער אייבישטער העלפען אז די רשעים פין ארץ ישראל נישט האבן קיין השפעה וועט אסאך גרינגער ווערן אינזערע נסיונות.wath a joke
גראדע איך גלייב עס ווייל די רמע מפאני איז ביי מיר א באגלייבט ספר, און געס וואט.. די ויואל משה אויך.ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער פרעדיגער גלייבט אליינס זיין ווערטער? טאמער יא, דארף מען א דאקטאר, זאפארט. טאמער נישט, פארוואס זאגט ער עס? די צוהערערס גלויבען עפעס דארט?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
גראדע בין איך סאטמארער געווען און א פארטא ריקא קאסינא און אויפן באס אויפן וועג גיין מעקסיקא האב איך געטראפן צוויי בעלזע מיט א פאפענע שמיסןberlbalaguleh האט געשריבן:איך ווילל נאר פארשטיין:וועגן די ציונים אין ארץ ישראל גייט דער פראסטער'ער עולם אין סאטמאר און געט זיך נאך אלע תאוות עוה"ז. זיי גייען אין די קאסינאס. און פארן אויף אלע מקומות המזוהמות אין מעקסיקא און פארטא ריקא...!
מארמאראשער האט געשריבן:גראדע איך גלייב עס ווייל די רמע מפאני איז ביי מיר א באגלייבט ספר,
איך האף אז די ויואל משה ווענדסטו בעסער אפ ווי די רמע מפאנירביה''ק זי''ע האט געשריבן:מארמאראשער האט געשריבן:גראדע איך גלייב עס ווייל די רמע מפאני איז ביי מיר א באגלייבט ספר,
די רמ"ע מפאנו האט עס נישט געזאגט, ס'איז זיין אייגענע ברעכאץ וואס איז איהם ארויפגעקומען לערנעדיג דעם רמ"ע מפאנו.
די ויואל משה איז ביי מיר נישט באגלייבט, כ'האב איהם שוין געכאפט ביי אפענע ליגנס.