Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזניץ)
ר׳ ישראל איז א איש השלום, ער איז בשלום מיט ר׳ אהרן, מיט ר׳ מענדל, מיט זיינע (געוועזענע) שונאים, נישטא קיין זאך וואס דער איד טוט נישט למען השלום, אבער ווען עס ווערט א תרתי דסתרי, ר׳ אהרן הייסט אים זיך קריגן למשל, האט ער א דעת תורה וועם ער פרעגט, (אמאל פלעגט עס זיין רב וואזנער) און ער טוט גענוי וואו מען הייסט אים, (ווען ער איז געווען אין אמעריקע פאראיאר, איז ער געפארן קיין מאנרא וויזיטן זיין שוועסטער, ער האט געוואלט קיין צו ר׳ אהרן אויך, מען האט אים פשוט געזאגט ניין, ער האט נישט קיין טינא בלב אויף קיין איד אין די וועלט!)
יעצט לגבי די בנינים אין ארץ ישראל, ראשית כל, נישטא קיין איין בנין וואס ער האט געבויעט, דער ווייסט נישט פון שנארען/מוטשען, דער ווייסט פון שווייץ, קעז קוכן, און בעדער, וואו אויך פון 12 מאל א יאר א מסע המלכות, דאס וואס די ישועת משה האט געבויעט (בני ברק און אשדוד) וואלט ער לכאורה געהאט א טשענס צו באקומען 10 פראצענט אין דין תורה נאך 5 יאר, אבער דא דארף מען נעמען 4 פאקטארן אין באטראכט, איינס, לוינט זיך די ארבעט, געלט, און שמוץ, פאר די תוצאות? צווייטנס, אויב גייט מען אין דין תורה קען ווערן אויפגעדעקט אסאך באהאלטענע זאכן… (שווייצע באנק אקקאונט, וכו׳) דריטנס, אלעס וואס ער האט געשנארעט אויף זיין טאטנ׳ס נאמען פון תשס״ב ביז זיין טאטנ׳ס פטירה אין תשע״ב דארף מען אויך צוטיילן, און די עיקר, ער איז נאך אנטלאפן בחיי אביו, מעגליך על פי הלכה אז דאס הייסט אויפגעגעבן פרי-צייטיג, און עס קומט אים גארנישט.
אזוי צו אזוי, ווייסט ער מער פון אונז אלע, און א איד וואו אים וואס גייט נישט אין דין תורה, איז עס לכאורה ווייל ער האט נישט קיין טשאנס…