Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרב יואל ראטה

הרב יואל ראטה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
189 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 389 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #273
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 2:20 am#424445
יהודי פשוט האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:נאה דורש ונאה מקיים!! זיין בחור ווערט יעצט 16 יאר!

ווער איז די מחותן ר' יואל בן? וחתן?
ער איז זיבעצן יאר אלט

נאופס פאר א צוויי יאר האט גערעדט שושן פורים אז ער איז יעצט די חודש געווארן 14 וכו' אס איז ווערט אויסצוהערן
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 11:54 am#424474
נו שוין, וועלען מיר האבן נאך א שומר הברית.

דערמאנט מיר א ווערטעל, איינער האט אמאהל געזאגט פאר דער בית ישראל אז ער געדענקט נאך זיין ברית, האט אים דער בית ישראל געזאגט, מען דארף זיין א שומר הברית, נישט א זוכר הברית. (והמ"י אז ער מיינט אויך צו זאגען נישט אינזינען האבען א גאנצען טאג דער ענין פין שומר הברית).
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:11 pm#424475
Re: הרב יואל ראטה
אישתישבי האט געשריבן:נו שוין, וועלען מיר האבן נאך א שומר הברית.

דערמאנט מיר א ווערטעל, איינער האט אמאהל געזאגט פאר דער בית ישראל אז ער געדענקט נאך זיין ברית, האט אים דער בית ישראל געזאגט, מען דארף זיין א שומר הברית, נישט א זוכר הברית. (והמ"י אז ער מיינט אויך צו זאגען נישט אינזינען האבען א גאנצען טאג דער ענין פין שומר הברית).
א שומר הברית מלשון ואביו שמר את הדבר
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 5:41 pm#427246
דעם דינסטאג, ביים אויסרופן זיין טאטן צו מצוה טאנץ.

דאנערשטאג מערץ 28, 2019 6:35 pm#427251
גאנץ נאריש, און ווער עס האט איינגערעדט דעם זכר אז ער קען זינגן יבוא על שכרו משמים.

אבער ווי קומט זיך סטראקעס צו יואלי? זיין זיידעס טאטע איז געווען א געשעפטס מאן אין א''י.
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 7:32 pm#427256
איך אויך האט געשריבן:גאנץ נאריש, און ווער עס האט איינגערעדט דעם זכר אז ער קען זינגן יבוא על שכרו משמים.

אבער ווי קומט זיך סטראקעס צו יואלי? זיין זיידעס טאטע איז געווען א געשעפטס מאן אין א''י.

מילא די סטראקעס, אבער די נשים באהאלטן אונטער די מחיצה ווי די צען ברעקלעך?

דאס האבן זיין זיידעס זיכער נישט געטוהן. נישט די ברעסלעבע זיידעס, און נישט די קארלסבורגע זיידעס...
דאנערשטאג מערץ 28, 2019 9:48 pm#427265
איך אויך האט געשריבן:גאנץ נאריש, און ווער עס האט איינגערעדט דעם זכר אז ער קען זינגן יבוא על שכרו משמים.

אבער ווי קומט זיך סטראקעס צו יואלי? זיין זיידעס טאטע איז געווען א געשעפטס מאן אין א''י.

ליתר דיוק, זיין זיידע'ס טאקע איז געווען א שניידער און האט גענייט שיינע סטראקעס בעקעטשעס... דער בעלזער האט דאך באדאנקט פאר ר' יחזקאל ראטה אפאר יאר צוריק פאר די שיינע בעקיטשעס וואס זיין טאטע האט אים אויפגענייט...

און אויב דו ביסט טאקע נייגעריג צו וויסן, ר' משה איז אן איידעם ביי ר' אלחנן ט"ב ז"ל און צוליב דעם האבן זיי סטראקעס.
פרייטאג מערץ 29, 2019 12:43 am#427287
איך אויך האט געשריבן:גאנץ נאריש, און ווער עס האט איינגערעדט דעם זכר אז ער קען זינגן יבוא על שכרו משמים.

אבער ווי קומט זיך סטראקעס צו יואלי? זיין זיידעס טאטע איז געווען א געשעפטס מאן אין א''י.

לדעתי האט ער טאקע נישט די שענסטע שטימע אבער עס האט א געוויסע חן, ועל טעם וריח וכו'.

הרב ראטה איז א איידעם ביי מייזליש פון ווייטצען און לכאורה פון דארט קומט די סטראקעס.
פרייטאג מערץ 29, 2019 12:45 am#427288
זיין טאטע און די גאנצע משפחה גייט מיט סטראקעס, כמו שכתבתי לעיל ווייל ר' משה איז אן איידעם ביי טייטלבוים.
דינסטאג יוני 11, 2019 8:53 pm#431822
איז האלטן מוסר דרשות פאר פרויען יעדע צווייטע וואך א סימן פון א קולט? איך פיל אז יא
מיטוואך יוני 12, 2019 1:14 am#431833
קאצקע ציקער האט געשריבן:איז האלטן מוסר דרשות פאר פרויען יעדע צווייטע וואך א סימן פון א קולט? איך פיל אז יא

מה פתאום?
מיטוואך יוני 12, 2019 1:16 am#431834
שושן פורים האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:איז האלטן מוסר דרשות פאר פרויען יעדע צווייטע וואך א סימן פון א קולט? איך פיל אז יא

מה פתאום?

ס'איז פאני א רב זאל שרייען אויף פרויען פארוואס קויפסטו דעי שוך מיט דעי ס'קירט ... און מען דארף יא אויסזעהן שיין וכו'
מיטוואך יוני 12, 2019 1:49 am#431835
קאצקע ציקער האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:איז האלטן מוסר דרשות פאר פרויען יעדע צווייטע וואך א סימן פון א קולט? איך פיל אז יא

מה פתאום?

ס'איז פאני א רב זאל שרייען אויף פרויען פארוואס קויפסטו דעי שוך מיט דעי ס'קירט ... און מען דארף יא אויסזעהן שיין וכו'

פון פאני ביז א קולט איז א לאנגע מהלך
מיטוואך יוני 12, 2019 1:56 am#431836
איסר האטלקי האט געשריבן:זיין טאטע און די גאנצע משפחה גייט מיט סטראקעס, כמו שכתבתי לעיל ווייל ר' משה איז אן איידעם ביי טייטלבוים.

וועלכע טייטלבוים פון די משפחה גייט מיט סטראקעס? זיין טאטע ר' משה גייט אויך נישט קיין סטראקעס. די סטראקעס קומט פון זיין שווער - מייזליש כמ"ש @שושן
מיטוואך יוני 12, 2019 1:57 am#431837
שושן פורים האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:איז האלטן מוסר דרשות פאר פרויען יעדע צווייטע וואך א סימן פון א קולט? איך פיל אז יא

מה פתאום?

ס'איז פאני א רב זאל שרייען אויף פרויען פארוואס קויפסטו דעי שוך מיט דעי ס'קירט ... און מען דארף יא אויסזעהן שיין וכו'

פון פאני ביז א קולט איז א לאנגע מהלך

אזוי פאנגט זיך עס אן...
מיטוואך יוני 12, 2019 2:02 am#431839
קאצקע ציקער האט געשריבן:איז האלטן מוסר דרשות פאר פרויען יעדע צווייטע וואך א סימן פון א קולט? איך פיל אז יא

די קהילה איז די איינציגסטע וואס טראגט נישט תקנות און איז נישט מחייב קיינעם.

די איינציגסטע מנהיג וואס זארגסט זיך פאר די אייגענע קהילה און רעדט דברים של טעם.

דאס רעדן פאר די פרויען ( דורך אויפשפילן א פארגעזאגטע שיעור ) קומט פאר איינמאל א חודש און מען צווינגט קיינעם צו קומען, דאס איז פאר די וואס ווילן מרצונם הערן דברי חיזוק והדרכה.
מיטוואך יוני 12, 2019 8:56 am#431852
ער האט נישט מורא צו גיין נגד דער נארמע, כלומר, ער רופט ארויס משוגעת'ן וואס דער גאנצע עולם טוט, און טוט פארקערט. וויפיל אונז אלע קוקען צו און האבן הנאה ווען איינער האקט אויף דער סיסטעם, יהיה מה שיהיה, און האט נאך דער גאטס צו טוהן פארקערט, אויסרייסן חתונות מיט א פארקערטע מהלך עד קצה האחרון, אדער מאכען סיומים אויף ש"ס און משניות דורך זאגען די עברי אזוי ווי תהלים (חס ושלום אויף די ספרים פין ר' נחמן), ועוד, חוזק מאכען פין זאמלן געלט צו קויפן א סטרעטשי, און נאך מאכן דער פרוי פין זיין חלומות, די אלע זאכן ווייזט אז ער רעכענט זיך נישט מיט נארמס פין דער סאסייאיטי, און טוט וואס ער וויל.

און ווען ער וועט האבן א שטעטעל, וועט ער חתונה מאַכן יונג, און פראקען בחורים און מיידלעך אזוי ווי דער מהרא"ש.

די ברעסלבער קונטרסים פין מהרא"ש זענען מלא קולטיזים.

ער באהאלט נאך יעצט זיינע פולע קאלירן, ווייל ער האט נאך נישט גענוג מענטשן. ווען ער וועט מחליט זיין אז ער האט שוין גענוג וועט ער ארויס קומען מיטען גאנצע אמת'ער פנימיות, און עס וועט נישט זיין דער יופי וואס ער שטעלט זיך היינט אהער
מיטוואך יוני 12, 2019 12:03 pm#431855
Re: הרב יואל ראטה
אין א געווענליכע קאלט, לייגט מען א גרויסע דגוש אויף מייקראו מענעדזשן יעדעמס פערזענליכע לעבן, יואלי ראטה גייט דערווייל דווקא אויף א פארקערטע מהלך , ער זאגט טאקע זיין מיינונג אויף יעדע זאך, אבער ער לויפט נישט נאָך קיינעם צו מען פאלגט אים יא צו נישט.
מיטוואך יוני 12, 2019 2:15 pm#431865
אונטער חכם האט געשריבן:אין א געווענליכע קאלט, לייגט מען א גרויסע דגוש אויף מייקראו מענעדזשן יעדעמס פערזענליכע לעבן, יואלי ראטה גייט דערווייל דווקא אויף א פארקערטע מהלך , ער זאגט טאקע זיין מיינונג אויף יעדע זאך, אבער ער לויפט נישט נאָך קיינעם צו מען פאלגט אים יא צו נישט.

Sent from my XT1526 using Tapatalk

אזוי פאנגט זיך עס אן די ערשטע שטאפל איז זאגן א מיינונג אויף יעדע זאך נאכדעם קימט די ריכטיגע סחורה

יונגעלייט קישן זיין האנט . איז אויך א שמעק פון א קולט
מיטוואך יוני 12, 2019 2:52 pm#431866

שוין האמער א באנטש מיט קולט לידערס בתוכינו, אין סאטמאר× 2, ויזניץ × 15 , פאפא וכו' קושט מען אויך די האנט.
מיטוואך יוני 12, 2019 2:57 pm#431867
שוין האסט מיר געכאפט ביים ווארט .. אבער זיי זענען רביס אן אדמור קען איך פארשטיין אז מען זאל קישן זיין האנט אבער יואלי ראטה איז א ראש ישיבה , דו האסט שוין געזעהן ערגעץ ווי מען קישט דעם דיין'ס האנט אדער רב'ס אדער ראש ישיבה'ס האנט?
מיטוואך יוני 12, 2019 3:17 pm#431869
גראדע איז קושען דער האנט נישט א ראי' אויף גארנישט. ער האלט זיך פאר א רבי, אקעי, ר' נחמן איז דער רבי, ער האלט זיך פאר א אדמור און מען קושט.

ער טוט ער מייקראמענזשען, און טאקע אלע זאכן וואס ער פארלאנגט איז פרטים אין לעבן. ספענדען געלט און אלע דקדוקים וואס ער רעדט, איז אלעס קאנטראל אויף פרטים. און ער טוט עס יא אינפארסירען אויף זיין מהלך.

און דער האקעריי אויף גבירים, כאילו זיי זענען שולדיג אז מען מאכט רייכע חתונות, איז דער אקט פין פאבריצירן א שונא, דאס איז דער ערשטער זאך וואס א סטאלאניסט דארף.

ער פלעגט האקן אויף רעביס, ווען דאס האט געשאדט אויף פרנסה, טרעפט ער אנדערע צו האקן.
מיטוואך יוני 12, 2019 6:44 pm#431874
Re: הרב יואל ראטה
לכשדקדק וועסטו טרעפן ענליכקייטן צווישען מהר״י מברסלב און מהר״י מוואודרידזש, ביידע זעלבסט געקרוינטע ראשי ישיבה וואס פירן זיך אויף כמו אדמורי״ם - קישן די הענט וכו׳, ביידע האקן קעגן די סיסטים (רבי יצחק זאגט אז סיסטים איז נטרוקין סוס-תם), נאר רבי יואל איז מצליח ווייל ער איז מער אראפגעלאזט צו די בחורים און בכלל איז ער מער נארמאל

Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך יוני 12, 2019 7:24 pm#431879
וויפיל מאל האט ער געשריגן אז די רבנים מיינען אז די קאפלס וועלן נישט זוכה זיין צו קינדער אויב די גאס וועט נישט זיין בלאקירט ביים חופה?

אנשטאט מאכן די חופה אויפן דאך פון זיין ישיבה, האט ער גענצליך בלאקירט דעם טראפיק אויף סקילמאן סט. 5'ווע נאכמיטאג, נישט ווי געווענליך 8'טע ביינאכט ווען מענטשן זענען שוין לאנג אינדערהיים.

איך האב חלילה נישט קיין טענות, ער האט חסידים און מעג טון וואס ער וויל, אבער שריי נישט אויף אנדערע רבנים מיט הויז בחורים און עשירים וכו'.
מיטוואך יוני 12, 2019 7:27 pm#431880
Re: הרב יואל ראטה
חוקר ודורש האט געשריבן:לכשדקדק וועסטו טרעפן ענליכקייטן צווישען מהר״י מברסלב און מהר״י מוואודרידזש, ביידע זעלבסט געקרוינטע ראשי ישיבה וואס פירן זיך אויף כמו אדמורי״ם - קישן די הענט וכו׳, ביידע האקן קעגן די סיסטים (רבי יצחק זאגט אז סיסטים איז נטרוקין סוס-תם), נאר רבי יואל איז מצליח ווייל ער איז מער אראפגעלאזט צו די בחורים און בכלל איז ער מער נארמאל

Sent from my iPhone using Tapatalk
און אויך, ביידע homo sapiens.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יוני 12, 2019 7:49 pm#431881
חוקר ודורש האט געשריבן:לכשדקדק וועסטו טרעפן ענליכקייטן צווישען מהר״י מברסלב און מהר״י מוואודרידזש, ביידע זעלבסט געקרוינטע ראשי ישיבה וואס פירן זיך אויף כמו אדמורי״ם - קישן די הענט וכו׳, ביידע האקן קעגן די סיסטים (רבי יצחק זאגט אז סיסטים איז נטרוקין סוס-תם), נאר רבי יואל איז מצליח ווייל ער איז מער אראפגעלאזט צו די בחורים און בכלל איז ער מער נארמאל

Sent from my iPhone using Tapatalk

ר' מאטל זילבער איז אויך אין דעם קאטעגאריע, למחצה ולשליש.
מיטוואך יוני 12, 2019 8:04 pm#431882
Re: הרב יואל ראטה
רבי מאטל זילבער איז מער א רבי/משפיע, אויך ברבים ביי זיינע שיעורים מיין איך איז ער נישט אזוי פארנומען ווי די אנדערע צוויי צו אראפרייסען די סיסטים.
אז מען רעדט שוין פון רבי מאטל, רבי יצחק רייסט אונטער רבי מאטל אז ער פירט זיין עולם אריין אין עולם הדמיון והתוהו, און רבי מאטל לעומתו אומר אז רבי יצחק איז א גרויסע רחמנות, א בעל כשרון גדול וואס איז זיך מתבודד על הרי הקעטסקילס. וואס רבי יואל האט צו זאגן אויף די צוויי ווייס איך נישט, אבער איך האב געטראפן א תשובה פון זיין זיידע הגה״ח רבי יחזקאל שליט״א צו רבי יצחק, בספרו ״עמק התשובה״ חלק רביעי סימן כ״ז, ווי ער שרייבט כדלהלן: למע״כ ידידי הרב הגאון המפו׳ איש חי ורב פעלים לתורה ולתעודה ״מנקיי הדעת״ מתלמידי רביה״ק זצוק״ל כש״מ מוהר״ר יצחק לעבאוויטש שליט״א רב ור״מ דקה״י וואדרידזש יצ״ו

Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך יוני 12, 2019 8:22 pm#431883
איסר האטלקי האט געשריבן:וויפיל מאל האט ער געשריגן אז די רבנים מיינען אז די קאפלס וועלן נישט זוכה זיין צו קינדער אויב די גאס וועט נישט זיין בלאקירט ביים חופה?

אנשטאט מאכן די חופה אויפן דאך פון זיין ישיבה, האט ער גענצליך בלאקירט דעם טראפיק אויף סקילמאן סט. 5'ווע נאכמיטאג, נישט ווי געווענליך 8'טע ביינאכט ווען מענטשן זענען שוין לאנג אינדערהיים.

איך האב חלילה נישט קיין טענות, ער האט חסידים און מעג טון וואס ער וויל, אבער שריי נישט אויף אנדערע רבנים מיט הויז בחורים און עשירים וכו'.

קיינמאל נישט געהערט פון אים לגבי בלאקן גאסן, מסתמא ביזטו זיך טועה מיט אן אשכול דא אין שטיבל, און לגבי פארוואס נישט מאכן אויף זיין דאך איז פארהאן 4 תירוצים, איינס ווייל די טרעפן ארויף זענען שמאל, און די כלה האט א גרעסערן קלייד וואס פיט נישט דורעך, נאך א סיבה, ווייל עס האט נישט קיין שטארקע צוים, און מען קען אראפ פאלן ח״ו, נאך א סיבה, ווייל עס איז זייער שמוציג, און בדרך אפשר קען מען צולייגן וויבאלד עס איז די מנהג צו מאכן די חופה בחצר ביהכ״נ ולא על הגג, ממילא אין לשנות.

עכשיו לענינינו, איך ווייס נישט אויב די גאס איז בפועל געווען פארמאכט, אדער נאר פארמאכט דורעך מענטשן, אבער מען רעדט דא פון א גאס וואס מען קען ניטאמאל פארן דארט אן פארמאכן, און עס איז דא גענוג וועגן ארום, עס איז א שמאלע פוסטע בלאק, ווי אויך גלייב איך נישט אז עס איז געווען פארמאכט מער פון א שעה צוויי, אויב ווילסטו זוכן טענות, טרעף בעסערע.
מיטוואך יוני 12, 2019 8:23 pm#431884
רבי מאטל זילבער האקט אויפ'ן סיסטעם די והותר, נישט נאר אויף די חסידישע סיסטעם, נישט נאר אויף די חרדישע סיסטעם, נאר אויף די גאנצע זאך פון אלף ביז תיו.
מיטוואך יוני 12, 2019 8:45 pm#431885
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:רבי מאטל זילבער האקט אויפ'ן סיסטעם די והותר, נישט נאר אויף די חסידישע סיסטעם, נישט נאר אויף די חרדישע סיסטעם, נאר אויף די גאנצע זאך פון אלף ביז תיו.

חוקר מיינט צו זאגן אז ר' מאטל רעדט פון נאך זאכן אויך אויסער האקן אויפן סיסטעם, משא"כ ר' יצחק און יואלי ראטה....
מיטוואך יוני 12, 2019 9:05 pm#431889
איסר האטלקי האט געשריבן:חוקר מיינט צו זאגן אז ר' מאטל רעדט פון נאך זאכן אויך אויסער האקן אויפן סיסטעם, משא"כ ר' יצחק און יואלי ראטה....

האסט א טעות, ביידע פון זיי זענען פול מיט נאך אסאך אנדערע אינהאלטרייכע נושאים, כל אחד לפי דרכו
מיטוואך יוני 12, 2019 9:16 pm#431891
איסר האטלקי האט געשריבן:
חוקר ודורש האט געשריבן:לכשדקדק וועסטו טרעפן ענליכקייטן צווישען מהר״י מברסלב און מהר״י מוואודרידזש, ביידע זעלבסט געקרוינטע ראשי ישיבה וואס פירן זיך אויף כמו אדמורי״ם - קישן די הענט וכו׳, ביידע האקן קעגן די סיסטים (רבי יצחק זאגט אז סיסטים איז נטרוקין סוס-תם), נאר רבי יואל איז מצליח ווייל ער איז מער אראפגעלאזט צו די בחורים און בכלל איז ער מער נארמאל

Sent from my iPhone using Tapatalk

ר' מאטל זילבער איז אויך אין דעם קאטעגאריע, למחצה ולשליש.

אויך חיימא, למחצה ולשליש.

הערטס אויף רעדן הוידל בוידל לאקשן.
מיטוואך יוני 12, 2019 11:04 pm#431901
Re: הרב יואל ראטה
calculator האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:חוקר מיינט צו זאגן אז ר' מאטל רעדט פון נאך זאכן אויך אויסער האקן אויפן סיסטעם, משא"כ ר' יצחק און יואלי ראטה....

האסט א טעות, ביידע פון זיי זענען פול מיט נאך אסאך אנדערע אינהאלטרייכע נושאים, כל אחד לפי דרכו

ר' יואל ראטה איז פיל מיט אינהאלטסרייכע ענינים??? זעהט אויס אז דו הערסט איהם נישט אויס..
מיטוואך יוני 12, 2019 11:27 pm#431902
מיט וואס זיי זענען פול ווייס איך נישט און איז נישט נוגע צו אונזער שמועס. דא רעדט מען וואס זיי געבן ארויס, נישט וואס זיי האלטן אינעווייניג.

ר' יצחק ווארפט טאקע א וועלט פון ידיעות מיט השקפות, אבער אלעס נאר אנצוקומען צום ציל פון ווייזן ווי קארופטירט דער סיסטעם איז.
מיטוואך יוני 12, 2019 11:29 pm#431903
כוכב האט געשריבן: הערטס אויף רעדן הוידל בוידל לאקשן.

האסט געקוקט אין וועלכע אשכול ביסט אריין?
מיטוואך יוני 12, 2019 11:30 pm#431904
ער האקט אויף רביס מאכט חוזק אז זיי דארפן גבאים מאכט חוזק פון אלע פיטשיבקעס ווען בשעת ער לאזט זיך קישן די האנט
דאנערשטאג יוני 13, 2019 11:51 am#431917
יהודי פשוט האט געשריבן:
ר' יואל ראטה איז פיל מיט אינהאלטסרייכע ענינים??? זעהט אויס אז דו הערסט איהם נישט אויס..

די דארפסט נישט צו שטומען צו זיינע דעות, אבער עס איז קלאר אז ער האט א מהלך פון לעבן און ווי אזוי איבער צו געבן אידישקייט וואס מיט דעם איז ער פארנומען מיט רוב פון זיינע דרשות, וואס הונדערעטער זענען זיך מחיה מיט די מהלך. אין ווי די סיסטעם שטייט אין וועג פאר זיין מהלך, שנייט ער עס אויס מיט ליצנות.
דאנערשטאג יוני 13, 2019 12:02 pm#431919
איסר האטלקי האט געשריבן:
ר' יצחק ווארפט טאקע א וועלט פון ידיעות מיט השקפות, אבער אלעס נאר אנצוקומען צום ציל פון ווייזן ווי קארופטירט דער סיסטעם איז.

ר' יצחק האט אויך א מהלך פון לעבן וואס מיט דעם איז ער אסאך פארנומען מיט זיינע דרשות, און מאכט ליצנות ווי די סיסטעם שטייט דאס אין וועג. אבער חוץ פון דעם האט ער הונדערטער שיעורים אויף תולדות פון גדולי ישראל און הונדערטער שיעורים דרושים און פלפולים, און שיערים אויף התעוררות פון ספרי תלמידי בעל שם טוב(כלשונו, נישט חסידות) ועוד.

אין א גרויסע חלק איז ער אויך פארנומען מיטן סיסטעם און בכלל מיטן דור, און ווי עס קוקט אויס פון אים אסאך מאל אז ער האלט אז ער דארף ווען זיין די מנהיג פון גאנץ כלל ישראל אדער עכ"פ פון די יוצאי אונגארן.
זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 11:15 pm#436460
אויב ר' יואל דרייט זיך דא וויל איך אים זאגן א גרויסן יישר כח. מיינע קינדער הערן כסדר דיינע שיעורים אויף יוטוב היינט האבן זיי געהערט א שיעור וויאזוי זיך צו באהיטן פון מנוולים. שוין לאנג וואס איך וויל עס זיי זאגן ולא עלתה בידי כמובן, סאיז דאך א שווערע זאך, אשרי לך ואשרי יולדתך!