דינסטאג מערץ 27, 2012 11:16 am#3108
הרב יואל ראטה
קרעמער1 האט געשריבן:נאר איין קליינע טענה האב איך אויף ר' יואל'ן, אז ער לאזט נישט די קינדערלעך ווערן ערוואקסן. נאכן זיין אביסל אין קינדערגארטן - וואס פעלט זיך אבסעלוט אויס, וואו מען האט שוין דערמאנט- דארף מען זיי דערהייבן צו א העכערן שטאפל פון אן עדאלט נישט בלייבן קליינקעפיג און קינדעריש א גאנץ לעבן.
ודי בזה.
שמואל הלוי האט געשריבן:ער טוט טאקע אסאך אויף, אבער לדעתי דאס רעדן פאר בחורים אזוי אפן און גראב פון דברים שהצניעות יפה להם (מען קען הערן א דוגמא אינעם אויבנדערמאנטן קליפ באמצע הדרשה) איז א זאך וואס מאכט מיך נישט אזוי שטארק ארויפקוקן אויף אים.
קרעמער1 האט געשריבן:איך בין מסכים מיט קארל אויף 101 פראצענט. און כ'האב אפי' ארויסגעברענגט מיין גלייכעניש מיט א דרוק אויפן אגודל אלס באווייז אז איך האב געגליכן זיין הודעה..
איך האלט שטארק פון ר' יואל'ן. און איך ווייס קלאר פון עטליכע בחורים וואס ער האט ממש געראטעוועט זייער עתיד. נאר איין קליינע טענה האב איך אויף ר' יואל'ן, אז ער לאזט נישט די קינדערלעך ווערן ערוואקסן. נאכן זיין אביסל אין קינדערגארטן - וואס פעלט זיך אבסעלוט אויס, וואו מען האט שוין דערמאנט- דארף מען זיי דערהייבן צו א העכערן שטאפל פון אן עדאלט נישט בלייבן קליינקעפיג און קינדעריש א גאנץ לעבן.
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:עס מוז אויך דערמאנט ווערן דאס וואס ער האט געהאט (און האט אפשר נאך היינט) תלמידים וועלכע האבן דארטן געלערנט קעגן דעם רצון פון זייערע עלטערן...
קופערניקוס האט געשריבן:די געדאנק פון יואל ראטה, צו מאכן א ישיבה נישט גענוי לויט די סיסטעם און זיין אביסל קריעיטיוו איז גאר א געוואגטע און פאזיטיווע זאך, א שאד נאר אז שכל, קענטעניס, און געוואגטקייט שטייען נישט איין ביים זעלבן מענטש. אנשטאט געוואגטקייט און מאכן א ישיבה ווי עס דארף צו זיין מאכט ער זיי פאר פערדן, יא, פריייליכע פערדן, אבער פארט פערדן.
איר קענט די בא'טעמט'טע יונגעלייט מיטן בא'חן'טן סלאגאן "איר ווילט אפשר א קונטרס? איר האט אפשר צדקה? " וואס טיילן אויס די געפינטלטע קונטרס קדושת הברית חלק יח, זיי זענען די ראול-מאדעל פאר הרב ראטה?
גדעון האט געשריבן:אזא קילע ראש ישיבה... א שאד איך האב נישט געלערנט דארט.
משה רוקח האט געשריבן:איך זעה כסדר ווידיאויס פון אים ווי ער זינגט מיט די בחורים מיט אזא ווארימקייט!
די הארץ צוגייט מיר טראכטענדיג וויפיל בחורים וואלטן ווען געקענט געראטעוועט ווערן אויב גייען אלע ראשי ישיבות אויף דעם מהלך!
לעמיל האט געשריבן:משה רוקח האט געשריבן:איך זעה כסדר ווידיאויס פון אים ווי ער זינגט מיט די בחורים מיט אזא ווארימקייט!
די הארץ צוגייט מיר טראכטענדיג וויפיל בחורים וואלטן ווען געקענט געראטעוועט ווערן אויב גייען אלע ראשי ישיבות אויף דעם מהלך!
אין וויפיל בחורים וואלטען קאליע געווארען אויב אלע ראשי ישיבות וואלטען געגאנגען אויף דעם מהלך???
טעפל האט געשריבן:איין קליינע שאלה, וועמענ'ס זוהן איז ער? פארוואס גייט ער שיך און זאקען אינדערוואכן? רעבישע אייניקל?
איך אויך האט געשריבן:מיינד יור און ביזנעס.
זר זהב האט געשריבן:ער איז אן אייניקל פון רעב חזקאל ראטה.
איך אויך האט געשריבן:אקעי ר' יואל קען שוין שלאפן רוהיג וויל דו לאזט עם גיין מיט די זאקן, און דו קענסט שוין שלאפן רוהיג ווייל דו ווייסט שוין פארוואס ער גייט עס.
טענקס איי וויל קיפ עיט אין מיינד.
איך אויך האט געשריבן:חחחח איך בין אזוי ווייט פון ברסלב אז נאר.
דער שואל זעהט אויס צו זיין א טיפיקל ווילי סאטמארער חזיר וואס לעבט פון קריכן יענעם אין די קישקע אריין.