Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » קאווע שטיבל • פארוואס זענען אידן אזוי קלוג?

קאווע שטיבל • פארוואס זענען אידן אזוי קלוג?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
96 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 97 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2916
מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:51 pm#86221
פארוואס זענען אידן אזוי קלוג?
עס איז א דבר ידוע אז אשכנז'ישע אידן זענען אבנארמאל קלוג. ניין, נישט יעדער, אבער עס איז א קלאר אז אשכנז'ישע אידן האבן אן עווערעדזש פון העכער איי-קיוס ווי אין אלגעמיין. פון וואס קומט עס?

כ'בין זיכער אז יעדער איז באקאנט מיט די תירוץ וואס מ'הערט פון קינדווייז אן אז די סיבה איז וויבאלד תורה מאכט קלוג. אבער די תירוץ איז זייער א שוואכע תירוץ. ערשטנס, פארוואס זענען די ספרדים נישט אזוי קלוג ווי די אשכנזים? האבן זיי דען געלערנט ווייניגער תורה במשך די דורות? צווייטנס, די מציאות אז אז די אשכנזישע חכמה באווייזט זיך אויך ביי מענטשן וואס זענען שוין דורות אפגעריסן פון א תורה'דיגן לעבנסשטייגער, און דאך האבן זיי דעם אשכנז'ישן מוח.

אין דעצעמבער 2012 האט האנק פעליסער (א טרענסהומאניסט) ארויסגעגעבן א בוך מיטן נאמען "פארוואס איז די איי-קיו פון אשכנז'ישע אידן אזוי הויך?" ווי ער גיט אן פארשידענע טעאריעס פארוואס אידן זענען אזוי קלוג. אלץ טרעסהומאניסט איז פעליסער'ס ציל מיטן בוך אויסצולערנען מענטשן טעכניקן וויאזוי צו העכערן די אייגענע איי-קיו און וויאזוי צו אויפצוען קלוגערע קינדער. אבער פאר מיך איז אינטערעסאנט די טעאריעס וואס ער גיט אן. פעליסער האט ארויפגעלייגט אויפן אינטערנעט די חלקים פון זיין בוך וועלכע באציען זיך דירעקט צו די סיבה פארוואס אידן זענען אזוי קלוג, אבער אן די פוטנאוטס און רעפערענצן. איך האב זיך גענומען די מי איבערצושרייבן (אין פרייע איבערזעצונג) וואס ער זאגט ווייל איך גלייב אז דאס קען זיין העכסט אינטערעסאנט. אגב, אזעלכע סארט שטודיעס און פארשונגען זענען אפט קאנטראווערסיאל און ווערן באשולדיגט אין ראסיזם.

יא, אשכנזים זענען טאקע קלוגער!
צום ערשט, טוט פעליסער איבערגיין די עווידענס אז אשכנזים זענען טאקע אזוי קלוג ווי מ'מאכט זיי. אבער קודם, ווער זענען דאס אשכנזים? אשכנזים זענען אפשטאמיגע פון אידן וועלכע האבן געוואוינט במשך די מיטל-אלטער יארן אין מזרח אייראפע. אריגינעל זענען די אידן געקומען פון ארץ ישראל, כמובן. די שאלה איז ווען האט זיך אנגעהויבן די אידישע יישוב אין אייראפע? ד.נ.א. ריסוירטש דורך די אלבערט איינשטיין קאלעדזש פון מעדעצין האט געוויזן אז די אשכנזישע צווייגל האט זיך אפגעטיילט פון אנדערע אידישע גרופעס פאר בערך 2,500 יאר צוריק, און אז 40% פון אלע אשכנזישע אידן זענען אפשטאמיגע פון די זעלבע 4 פרויען. בערך 80% פון אידן היינט צו טאגס זענען אשכנזים, די איבעריגע 20% זענען בעיקר ספרדים.

אלע פארשער וועלכע האבן שטודירט אשכנזים האבן אנגעמערקט אז זיי געפונען זיך ביים שפיץ פונעם איי-קיו טשארט. דער פסיכאלאג און קאגניטיוו סייענטיסט סטיווען פינקער האט געשריבן אז "[אידן'ס] עווערעדזש איי-קיו מעסט זיך ביי 108 - 115". דער קאנטראווערסיאלער אינטעליגענץ פארשער און פסיכאלאג ריטשארד לין, זאגט אז עס איז די עווערעדזש שטייט ביי 107.5. הענרי הארפענדינג, דזשעסאן הארדי און גרעגארי קאטשרען, דריי פארשער פון די יוטא אוניווערזיטעט וועלכע האבן צוזאמען געשריבן א פארש פאפיר מיטן קעפל "נאטורליכער היסטאריע פון אשכנזישע אינטעליגענץ", שרייבן אז אשכנזים האבן אן עווערדעזש איי קיו פון 112-115. דער פאליטישער סייענטיסט טשארלס מורעי לייגט דעם עווערעדזש ביי 110.

אויב מיר וועלן אננעמען די נומער 115 פאר די אידישע איי-קיו עווערעדזש, דאן שטייען מיר מיט 8 פונקטן העכער ווי די צווייט קלוגסטע עטנישע גרופע אין די וועלט: די צפון-מזרח אזיאנער, וועמענס עווערעדזש איי-קיו איז 107, און מיר זענען 40% העכער ווי די גלאבאלע איי קיו עווערעדזש, וועלכע שטייט ביי 79.1 לויט דעם אויבנדערמאנטן ריטשארד לין און פאליטישער סייענטיסט טאטו וואנהאנעןאין זייער בוך "איי קיו און גלאבאלער אומגלייך"

מען דארף אין באטראכט נעמען נאך אן אינטערעסאנטן פאקט. אן איי קיו טעסט האט אפאר חלקים. אידן זענען בכלל נישט אויסגעשארפט אין אלע חלקים. לדוגמא אין די חלק וואס רופט זיך "וויזשועל-ספעשל" איי קיו, זענען אידן נישט מער ווי 98 אין עווערעדזש. די הויעכע עווערעדזש נעמט זיך פון די גאר הויעכע איי קיו וואס אידן האבן אין די חלק וואס רופט זיך "ווערבל" איי קיו, וועלכע מעסט די יכולת פון סברא, פארשטיין און אויפכאפן מושגים, זכרון און מאטעמיטשע יכולת'ן. א 1958 שטודיע פון ישיבה בחורים האט געוויזן אז זיי פארמאגן אן עווערעדזש "ווערבל" איי קיו פון 125.6!

עס איז אויך אינטערעסאנט צו קוקן אויף די פראצענט פון הויעכע איי קיו ביי אידן ווערסוס די פראצענט פון הויעכע איי קיו אין די אלגעמיינע פאפולאציע. אין אן אלגעמיינע פאפולאציע ווי די עווערעדזש איי קיו איז 100, ווערט די פראצענט פון נידעריגע, עווערעדזש און הויעכע איי קיוס צעטיילט ווי פאלגנד (נוצענדיג די מעטאדע פון א בעל קוארוו):


2.5% פון די פאפולאציע פארמאגט אן איי-קיו אונטער 70
12.5% פון די פאפולאציע פארמאגט אן איי קיו צווישן 71 און 85
35% פון די פאפולאציע פארמאגט איין איי-קיו צווישן 86 און 100
35% פון די פאפולאציע פארמאגט איין איי-קיו צווישן 101 און 115
12.5% פון די פאפולאציע פארמאגט איין איי-קיו צווישן 116 און 130
2.5% פון די פאפולאציע פארמאגט איין איי-קיו העכער ווי 130

אויב מיר וועלן נוצן די זעלבע מעטאדע פאר אשכנזים וועלן מיר טרעפן די פאלגענדע רעזולטאטן:

2.5% פון די פאפולאציע פארמאגט אן איי-קיו אונטער 87
12.5% פון די פאפולאציע פארמאגט אן איי קיו צווישן 88 און 102
35% פון די פאפולאציע פארמאגט איין איי-קיו צווישן 103 און 117
35% פון די פאפולאציע פארמאגט איין איי-קיו צווישן 118 און 132
12.5% פון די פאפולאציע פארמאגט איין איי-קיו צווישן 133 און 148
2.5% פון די פאפולאציע פארמאגט איין איי-קיו העכער ווי 148

אשכנזישע אידן זענען בלויז א פיצינקע טייל פון די 7 ביליאן מענטשן וואס לעבן אויף די וועלט. מיר זענען בלויז 0.25% פון די וועלט'ס פאפולאציע. דאך אבער ווערן אידן אווער-רעפרעזענטירט (דאס הייסט עס איז דא פיל מער פראצענטווייז) סיי וואו ס'פארלאנגט זיך הויעכע איי-קיו און חכמה. לדוגמא, אויב קוקט מען אויף סטודענטן אין אייווי ליג אוניווערזיטעטן (דאס זענען פון די העכסט-פרעסטיזשפולע אוניווערזיטעטן אין די וועלט) טרעפט מען א ריזיגע פראצענט אידן, נישט אין פראפארציע צי די פראצענט אידן אין די וועלט. 30% פון סטודענטן אין יעיל אוניווערזיטעט זענען אידן; 27% פון הארווארד סטודענטן זענען אידן; 23% פון בראון אוניווערזיטעט זענען אידן; 32% פון קאלאמביע סטודענטן זענען אידן און 31% פון פענסילוועניע אוניווערזיטעט זענען אידן.
דער אויבנדערמאנטער טשארלס מורעי ברענגט א 1954 סורוועי פון ניו יארק פובליק שולע קינדער מיט אן איי-קיו פון העכער 170. בלויז 28 קינדער זענען געווען אין די קאטאגאריע. 24 פון זיי זענען געווען אשכנזישע אידן!

עס איז באקאנט מארק טוועין'ס אבזערוואציע איבער אידן'ס חכמה, ומשום חיבוב הדברים אביאם בלשונו:

מארק טוועין, אין באצוג צו אידן האט געשריבן:The Jews] are peculiarly and conspicuously the world’s intellectual aristocracy… [Jewish] contributions to the world’s list of great names in literature, science, art, music, finance, medicine, and abstruse learning are way out of proportion to the weakness of his numbers. He has made a marvelous fight in this world… and has done it with his hands tied behind him.

עס איז טאקע שוין איבער הונדערט יאר זינט טוועין האט דאס געשריבן, אבער זיינע ווערטער זענען נאך אלץ קאי וקיימא.

די ערשטע פלאץ צו קוקן פאר אידישע באשטייערונגען צו ליטעארטור און סייענס איז די נאבל פרייז. כ'גלייב אז יעדער וואס ליינט די ווערטער האט שוין אמאל געהערט אז אידן באקומען אן אבנארמאלען פראצענט פון נאבל פרייזעס, אבער ס'איז אלץ כדאי איבערצוגיין די דעטאלן. זינט 1950, האבן אשכנזישע אידן באקומען 29% פון נאבל פרייזעס, כאשטיג ווי ערווענט זענען זיי ווייניגער ווי 1% פון די פאפולאציע. אויב האט איינער געמיינט אז אשכנזישע איי קיו ווערט שוואכער, דארף מען נישט מער ווי קוקן אויף די 21סטע יאר-הונדערט. זייט 2000 האבן אשכנזישע אידן באקומן 32% פון נאבל פרייזעס. אין 2011 זענען 5 פון 13 נאבל פרייז געוואונער געווען אידן - דאס איז 38.5%!

אין אונגארן אין די 1930 יארן: אשכנזים זענען געווען 6% פון די באפעלקערונג, אבער זיי זענען געווען 55.7% פון דאקטוירים, 49.2% פון אדוואקאטן, 30.4% פון ענדזשינירן, און 59.4% פון באנק אפיצירן. ענליכע סטאטיסטיקס זענען דא פון די פוילן און דייטשלאנד אין די זעלבע יארן.

דער אויבנדערמאנטער טשארלס מורעי שרייבט אין זיין בוך "אידישער דזשעני" שרייבט אז אידן זענען איבער-רעפרעזענטירט אין אלע פעלדער פון וויסנשאפט. עס איז צום ערווארטן אז אידן וואלטן ווען געדארפט האבן א קליינע רעפרעזענטאציע צוליב זייער קליינע פאפולאציע, דערווייל זענען זיי רעפרעזענטירט 5 מאל מער ווי ערווארטעט אין ביאלאגיע, 6 מאל מער אין כעמיע, 9 מאל מער אין פיזיקס, 4 מאל מער אין ליטעראטור, 5 מאל מער אין מוזיק, 5 מאל מער אין וויזשועל ארטס, 12 מאל מער אין מאטעמאטיקס און 14.2 מאל מער אין פילאזאפיע.

אין אמעריקע היינט צו טאגס זענען אידן 2.2% פון די פאפולאציע אבער זיי רעפרעזענטירן 30% פון פראפעסארן אין עליטע קאלעדזשעס, 21% אייווי ליג סטודענטן און 25% פון די טורינג אווארד געווינער. אידן זענען אויך 50% פון די טאפ צוויי הונדערט אינטעלעקטואלן אין אמעריקע, 40% פון די שותפים אין פירענדע געזעץ פירמעס אין ניו יארק און אין וואשינגטאן, 59% פון די דירעקטארס, שרייבער און פראדוסערס פון די 50 בעסטע מאוויס (בעסטע געמאסטן לויט וויפיל געלד זיי האבן געמאכט).

מדינת ישראל האט א פאפולאציע פון 3 מיליאן אשכנזים. זיי זענען נומער 1 אין די וועלט אין גראדועט דעגריס, נומער איינס אין די וועלט אין מוזעאמס און נומער איינס אין דיי וועלט אין פובליצירן סייענטיפישע פאפירן.

אלזא, דאס אז אשכנזים פארמאגן מער חכמה צווישן זיך איז לכאורה א פאקט. די שאלה איז נאר וואס יאיז פשט דערפון? אי"ה מארגן וועל איך שרייבן אפאר פון די טעאריעס וואס פעליסער ברענגט.
מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:58 pm#86223
יידל...!! קעניינעהארע!

אגב, האסט שוין אמאל אויסגעטשעקט דיין אייגענע איי.קיו?
כעט געקענט באשטיין צו וויסן...
דינסטאג פעברואר 12, 2013 12:01 am#86225
א הערלעכער ארטיקל!
יידל האט געשריבן:אויב מיר וועלן אננעמען די נומער 115 פאר די אידישע איי-קיו עווערעדזש, דאן שטייען מיר מיט 8 פונקטן העכער ווי די צווייט קלוגסטע עטנישע גרופע אין די וועלט: די צפון-מזרח אזיאנער, וועמענס עווערעדזש איי-קיו איז 107, און מיר זענען 40% העכער ווי די גלאבאלע איי קיו עווערעדזש, וועלכע שטייט ביי 79.1 לויט דעם אויבנדערמאנטן ריטשארד לין און פאליטישער סייענטיסט טאטו וואנהאנעןאין זייער בוך "איי קיו און גלאבאלער אומגלייך"

שטייט נישט דער גלאבאלער איי-קיו דורכשניט ביי 100?
דינסטאג פעברואר 12, 2013 12:19 am#86232
איך האב אויך אלעמאל געוויסט אז די mean IQ איז 100, ווי ער שרייבט ווייטער
יידל האט געשריבן:אין אן אלגעמיינע פאפולאציע ווי די עווערעדזש איי קיו איז 100

סא יידל, האיך יתקיימו שניהם?
און פאר איך פארגעס, א הערליכע דזשאב פון יידל, עס יוזשואל, איך בין שוין קלוגער געווארן, נאר פון לייענען די ארטיקל.
דינסטאג פעברואר 12, 2013 3:17 am#86249
דינסטאג פעברואר 12, 2013 11:22 am#86280
ערגעץ האב איך געהערט אז די סיבה פארוואס אידען איז אשכנז זענען געוועהן קלוגער פין גוים איז ווייל ביי די קריסטען ווען איינער איז קלוג, לערנט ער מער, און ענדליך איז ער זוכה צו ווערען א גלח, און א גלח האט דאך נישט חתונה, ממילא בלייבט נישט קיין דורות פין די חכמה, ווערט די חכמה דורך אויס די דורות נתמעט, משא"כ ביי די אידען, ווערט דער חכם א רב, און א רב ווערט אן איידעם ביי א גביר, און איז זיך אויך משדך מיט א גביר, ממילא האט ער געהאט מער קינדער וואס זענען געבליבען לעבן, משא"כ דער שוטה, האט אמאהל יא חתונה אמאהל נישט, און אפילו אויב יא, האט ער חתונה שפעט, און אפילו דעמאלס האט ער נישט קיין געלט אויף דאקטוירים און די קינדער זענען מער עלול צו שטארבען וכו', ממילא דורך א צייט פין טויזענט יאר זענען די אשכנז אידען געבליבען פיל קלוגער פין זייערע קריסטען שכנים.

איי אויב אזוי פארוואס זענען די ספרדים נישט קלוגער? כ'ווייס נישט פונקטלעך,

אבער קען זיין זיי זענען יא קלוגער באמת, נאר אויף אנדערע וועגען, אונז ווייסען מיר אז ספרדישע גדולים האבען בדרך כלל א בעסער זכרון ווי אשכנזישע.

ואת"ל, אפשר האבען זיי נישט געהאט די רדיפות, און ממילא האט נישט יעדער געלערנט, מען האט אפשר נישט געזוכט צו טוהן רייכע שידוכים,

ואת"ל, בכלל האבען זיי געהאט א בעסער לעבען ווי אשכנזים איז ממילא זענען די קינדער נישט געוועהן אויסגעשטעלט צו די מחלות ווי אשכנזים, און האבען געהאט מער צוטריט צו דאקטוירים, און ממילא איז נישט געוועהן די זעלבע סעלעקציע פראסעס ווי ביי אשכנזים.
דינסטאג פעברואר 12, 2013 11:33 am#86283
איך האב פארשטאנען איין סיבה פארוואס אשכנז'ישע אידן זענען קלוג, ווייל זיי זענען אייביג געווען פארשפארט אין געטאס, ממילא קיין דארפסלייט מיט פויערן זענען זיי נישט געווארן צו לעבן מיט די קיען און גראז, צו לעבן האט מען געמוזט נוצן דעם קאפ, זענען אידן געווארן באנקירער מיט סוחרים געשארפט דעם קאפ. און אודאי אויך זענען אידן געווען לערנערס אייביג בעת רוב אייראפע זענען נאך געווען פויערן אינעם מיטל אלטער.
דינסטאג פעברואר 12, 2013 4:39 pm#86352
בן תמליון האט געשריבן:איך האב פארשטאנען איין סיבה פארוואס אשכנז'ישע אידן זענען קלוג, ווייל זיי זענען אייביג געווען פארשפארט אין געטאס, ממילא קיין דארפסלייט מיט פויערן זענען זיי נישט געווארן צו לעבן מיט די קיען און גראז, צו לעבן האט מען געמוזט נוצן דעם קאפ, זענען אידן געווארן באנקירער מיט סוחרים געשארפט דעם קאפ. און אודאי אויך זענען אידן געווען לערנערס אייביג בעת רוב אייראפע זענען נאך געווען פויערן אינעם מיטל אלטער.

יידל האט דערמאנט דריי פארשער פון יוטא אוניווערזיטעט. צוויי פון זיי, גרעגארי קאטשראן און הענרי הארפענדינג, האבן אין 2009 פובליצירט א ביכל מיט'ן נאמען "דער 10,000-יעריגער עקספלאזיע: וויאזוי ציוויליזאציע האט פארשנעלערט מענטשליכער עוואלוציע". אין דעם בוך שטעלן זיי פאר די טעאריע וואס בן תמליון דערמאנט, נאר נישט אז צוליב די אומשטענדן האבן זיך אידן "געשארפט דעם קאפ," נאר אז אין דעם עוואלוציאנערישן מהלך פון "סורווייוועל אוו דה פיטעסט" האבן די אידן מיט שארפערע קעפ געקענט לעבן לענגער און האבן מער קינדער. און, דעריבער, אין לויף פון די יארן, זענען אשכנזישע אידן דאמינירט געווארן דורך גענעס פון שארפערע קעפ.
דינסטאג פעברואר 12, 2013 10:40 pm#86438
יישר כוח ונבנתה פארן צולינקן צום אשכול וואו פארשידענע טעאריעס איבער אידן'ס קלוגשאפט זענען אויסגעשמועסט געווארן. אינטערעסאנט אז אויך דארט האט יאנקל דערמאנט דעם בוך וואס ער דערמאנט דא.

איך האב נעכטן געשריבן אז כ'וועל איבערגיין פעליסער'ס טעאריעס. די ערשטע טעאריע רופט ער "בבלי'שער יודזשעניקס". יודזשעניקס מיינט נוצן פארשידענע מיטלן צו פארמערן די רעפראדוקציע פון בעסערע אינדיווידואלן און פארמינערן די רעפראדוקציע פון שוואכערע אינדיווידואלן. אדער, אין מער פשוט'ערע ווערטער: אויב האט מען אין א קאמיוניטי הונדערט חכמים און הונדערט טפשים, אדער הונדערט געזונטע מענטשן און הונדערט קראנקע, און איינער באשליסט אז מ'דארף זיכער מאכן אז די קלוגע/געזונטע האבן קינדער ווי מער און די טפשים/קראנקע האבן ווי ווייניגער קינדער, דאס הייסט יודזשעניקס. א ביישפיל פון יודזשעניקס איז דאס וואס די נאציס האבן פרובירט צו טון. די נאציס ימ"ש האבן געגלייבט אז די אריער ראסע איז די ריינסע און בעסערע ראסע, און די אידישער ראסע איז א נידעריגע און שמוציגע ראסע. האבן זיי באשלאסן אז כדי צו "בעסער מאכן" די וועלט וועלן זיי אויסראטן די "נידעריגע" ראסע. דאס איז יודזשעניקס.

בבל'ישער יודזשעניקס
די טעאריע קומט פונעם ענגלישען ביאלאג, גענעטיקער און יודזשעניקער סירעל דארלינגטאן, אין זיין בוך "די עוואלוציע פון מענטש און געמיינדע". לויט אים האבן מיר צו פארדאנקן נבוכדנאצר און גלות בבל פאר אונזער איבערגעטריבענע מאס פון חכמים.

ווען נבוכדנצר האט פארטריבן די אידן אין גלות בבל נאכן חורבן בית המקדש הראשון, פארציילט אונז די פסוק און מלכים ב' קאפיטעל כד פסוקים י-יד ווי פאלגנד:

בָּעֵת הַהִיא עָלוּ עַבְדֵי נְבֻכַדְנֶאצַּר מֶלֶךְ-בָּבֶל, יְרוּשָׁלִָם, וַתָּבֹא הָעִיר בַּמָּצוֹר. ... וְהִגְלָה אֶת כָּל יְרוּשָׁלִַם וְאֶת כָּל הַשָּׂרִים וְאֵת כָּל גִּבּוֹרֵי הַחַיִל, עֲשֶׂרֶת אֲלָפִים גּוֹלֶה, וְכָל הֶחָרָשׁ, וְהַמַּסְגֵּר. לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ.

דאס הייסט אז די ארעמע מענטשן, די טויגניכטס האט ער איבערגעלאזט אין ירושלים. אין גלות זענען נאר געגאנגען די אריסטאקראטן, טויגליכע מענטשן וואס פארשטייען אן עסק, החרש והמסגר. מעקס דימאנט אין זיין בוך "די אומבאזיגבארע אידן" שרייבט אז די אידן וועלכע זענען פארטריבן געווארן דורך נבוכדנאצר זענען געווען מוראדיג ערפאלגרייך אין בבל. אין ווייניגער ווי 50 יאר האבן אידן אין בבל זיך ארויפגעארבעט צו הויעכע פאזיציעס אין די בבל'ישע געמיינדע, אידן זענען געווען ביזנעסלייט, חכמים און שטודירער.

ווען דער פרס'ישער קעניג כורש האט געגעבן רשות פאר די אידן צוריקצוגיין קיין ירושלים און ווידער אויפבויען די ביהמ"ק האבן די רייכע אידן וועלכע האבן זיך גוט ארויפגעארבעט אין בבל, פינאנצירט די מאסן וועלכע האבן באשלאסן ארויפצוגיין און נאכאמאל באזעצן יהודה. די ערשטע פרואווען זענען דורכגעפאלן אבער דערנאך איז עזרא הסופר און נחמי' ארויף און זיי האבן מצליח געווען צוריק צו שטעלן א געהעריגע אידישע געמיינדע אין יהודה. די עולי בבל האבן אנדעקט אז ס'איז נישט פארבליבן כמעט קיין זכר פון די "דלת עמי הארץ" וואס זענען פארבליבן אין ארץ ישראל. די מענטשן האבן נישט געקענט זיך אליינס אויסהאלטן און אנהאלטן א נארמאלע געמיינדע און זיי זענען צוביסלעכווייז אסימילירט געווארן אין די ארומיגע גויאשיע געמיינדעס פון עובדי ע"ז. די אידן וועלכע זענען ארויפגעקומען צוריק זענען אלע געווען אייניקלעך פון די געוועזענע עליטע. די אייניקלעך פון די געוועזענע נידעריגע קלאס איז ליידער פארפאלן געווארן.

עם הספר
די צווייטע טעאריע וואס פעליסער ברענגט איז אויפגעברענגט געווארן דורך דעם אויבנדערמאנטן טשארלס מורעי. ער טענה'ט אז וויבאלד רוב אידן לערנען תלמוד בבלי, און תלמוד בבלי איז אינטעלעקטואל קאמפליצירט און סאפיסטיקירט. מורעי טענה'ט אז צו בלייבן א איד האט מען געמוזט זיין קלוג. די נישט קלוגע האבן נישט געקענט לערנען און זיי האבן געהאט שוואכערע שאנסן צו באקומען א שידוך און אויפצוען קינדער וועלכע וועלן בלייבן אידן. דאס איז ענליך צו איחוד פעלד'ס טעאריע איבער לערנען, און האט אויך אן עלעמענט פון נאטורליכען סעלעקציע וואס יאנקל האט דערמאנט.

אי"ה מארגן וועל איך ממשיך זיין מיט זיינע אנדערע טעאריעס.
מיטוואך פעברואר 13, 2013 1:25 am#86470
שמעקעדיג האט געשריבן:יידל...!! קעניינעהארע!

אגב, האסט שוין אמאל אויסגעטשעקט דיין אייגענע איי.קיו?
כעט געקענט באשטיין צו וויסן...

אין די צייטשריפט איז געווען אמאל א טעסט אויסצורעכענען די אייגענע איי קיו, אפשר קען יידל ערלעדיגן אז מ'זאל עס דא ארויפלייגן.
מיטוואך פעברואר 13, 2013 2:36 am#86477
יידל, די בבלישע טעאריע איז מיר אינטערעסאנט, אבער עס לייגט זיך עפעס נישט אויפן שכל אז אן איינמאליגע סעלעקציע זאל עפעקטירן אזויפיל דורות שפעטער. די סברא זאגט אז די גענעס זענען שוין פיל מאל אינצווישן פארוואסערט געווארן.
מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:26 am#86487
יידל זייער רייך באשריבן, סאמהאוי פילט זיך גוט צו ליינען אזא אשכול..
מיטוואך פעברואר 13, 2013 10:08 am#86489
יאנקל האט געשריבן:יידל, די בבלישע טעאריע איז מיר אינטערעסאנט, אבער עס לייגט זיך עפעס נישט אויפן שכל אז אן איינמאליגע סעלעקציע זאל עפעקטירן אזויפיל דורות שפעטער. די סברא זאגט אז די גענעס זענען שוין פיל מאל אינצווישן פארוואסערט געווארן.


אויך פארענטפערט עס נישט די חילק צווישען אשכנזים און ספרדים.

בכלל איז פופציג יאר צו א קליינע צייט צו פארלירן א פאלק אפילו א קליינער. דאס איז אויב מיר זאל אננעמען אז א ערענסטער צאל אידן זענען פארבליבן אין יהודה. וויל אויב נישט, איז שוין נישט געווען א סעלעקציע.
מיטוואך פעברואר 13, 2013 10:35 am#86495
עס איז דא עטליכע ווייבזייטלעך ווי מ׳קען טעסטן די איי קיו. איך האב עס שוין עטליכע מאהל געטוהן ביי פארשידענע זייטלעך. די חסרון איז, צו מאהל דארפסטו קענען א גוטן ענגליש צו פארשטיין די קשיא, און דו האסט נישט צופיל צייט צו טראכטן דעם ענטפער
מיטוואך פעברואר 13, 2013 10:37 am#86496
ממי_שאמרו האט געשריבן:עס איז דא עטליכע ווייבזייטלעך ווי מ׳קען טעסטן די איי קיו. איך האב עס שוין עטליכע מאהל געטוהן ביי פארשידענע זייטלעך. די חסרון איז, צו מאהל דארפסטו קענען א גוטן ענגליש צו פארשטיין די קשיא, און דו האסט נישט צופיל צייט צו טראכטן דעם ענטפער

וכל המ'לינק'טים יבואו ולינקיהם בידיהם.....
מיטוואך פעברואר 13, 2013 10:47 am#86499
Iqtest.con

דאס איז די בעסטע לכאורה פאר היימישע אידן, האסט וויפיל צייט דו ווילסט צו ענטפערן די קשיא, און באקומסט די ראזאלטס אין אימייל.

חסרון;
יעדער ווייסט אז דו האסט געהאט אסאך צייט, במילא פארלירט עס פון די עכטע חשיבות, און מ׳קען זיך נישט עכט גרויס האלטן דערמיט
מיטוואך פעברואר 13, 2013 10:58 am#86505
כ'האב א בליק געטוהן דארטן, און זיי שרייבן יא אז אויב ס'געדויערט לענגער ווי א געוויסע סכום צייט גייט די אייקיו נאבמער זיין עטוואס נידריגער.
מיטוואך פעברואר 13, 2013 1:25 pm#86570
די אלע אנליין IQ טעסטס זענען נישט ווערט קיין סאך, דאס דארף געגעבן ווערן דורך א פראפעשאנאל.
מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:20 pm#86717
יאנקל האט געשריבן:יידל, די בבלישע טעאריע איז מיר אינטערעסאנט, אבער עס לייגט זיך עפעס נישט אויפן שכל אז אן איינמאליגע סעלעקציע זאל עפעקטירן אזויפיל דורות שפעטער. די סברא זאגט אז די גענעס זענען שוין פיל מאל אינצווישן פארוואסערט געווארן.

גענעס ווערן נאר פארוואסערט אויב נייע גענעס ווערן אינטראדוסט אינעם "גענע באסיין"*. עזרא האט דאך מחזק געווען דעם איסור חיתון מיט די אומות העולם און אזוי ארום פארמיטן פון נייע גענעס אריינצוקומען און פארוואסערן די אלטע (עיין עזרא פרק ט פסוק י והלאה). אין פאקט איז די מציאות אז 40% פון אשכנזים שטאמען פון בלויז 4 פרויען! אז מ'טראכט אריין אין דעם איז עס דאך מרפסין איגרא.

איינער האט געשריבן:בכלל איז פופציג יאר צו א קליינע צייט צו פארלירן א פאלק אפילו א קליינער. דאס איז אויב מיר זאל אננעמען אז א ערענסטער צאל אידן זענען פארבליבן אין יהודה. וויל אויב נישט, איז שוין נישט געווען א סעלעקציע.

דוכט זיך מיר די מציאות איז אז אין די פאר צענדליג יאר וואס די עליטע זענען געווען אין בבל, זענען די נידעריגע קלאס היבש אויסגעמעקט געווארן וויבאלד עס איז נישט איבערגעבליבן קיין געהעריגע געמיינדע.

אלענפאלס דארף מען אויך אין אכט נעמען אז די טעאריעס זענען נישט אויסשליסליך איינס פון צווייטן. ס'איז זייער מעגליך אז די איבערגעטריבענע אינטעליגענץ ביי אשכנזים איז א רעזולטאט פון מערערע פאקטארן.
___________________________
*איך ווייס מאנכע גייען נישט גלייכן דעם יידישיזם אבער I couldn't resist...
מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:50 pm#86729
לאמיר זעהן נאך א טעאריע וואס פעליסער ברענגט.

געזונטע היגיענע און דיעטע
פראפעסאאר סעם לעהמאן-ווילציג פון בר-אילן אוניווערזיטעט אין ישראל טענה'ט אז אשכנזים האבן במשך די יארן זיך געהאלטן ריינער ווי די גויים ארום זיי, און די פארבעסערטע היגיענע האט פארמיטן פון אידן פון ווערן אנגעשטעקט מיט פארשידענע קרענק. עס איז פארהאן א סטאטיסטיקעל קארעלאציע צווישן הויעכע איי קיו און א געזונטער דיעטע און ריינע היגיענע. לויט די טעאריע איז עס וויבלאד געזונטערע מענטשן קענען זיך מער אפגעבן מיט שעפערישקייט און חכמות. פראפעסאר לעהמאן-ווילציג באזירט זיין טענה אויף דעם אז וויבאלד די איבערוועגנדע רוב פון אשכנזישע אידן האבן געהיטן הלכה, האבן זיי אויטמאטיש זוכע געווען צו א בעסערע היגיענע. אידן זענען מחיוב זיך צו וואשן אינדערפרי ווען מ'שטייט אויף, זיך צו וואשן בעפאר מ'עסט ברויט און אסאך פירן זיך צו גיין אין מקוה משום טבילת עזרא. פרויען גייען אויך אין מקוה לכה"פ איין מאל א חודש, און בעפארן גיין האבן זיי זיך געדארפט גענצליך אפרייניגן אלץ חציצה.
אלץ ערגענצונג צו זיין טעאריע לייגט לעהמאן צו אז וויבאלד אידן האבן אויך נישט געגעסן חזיר, האט עס זיי פארמיטן פון באקומען טריכינאסיס, א פאטאלע קרענק וועלכע האט אוועקגעלייגט גאוטאמא בודהא און וואלפגאנג מאצארט, צווישן אנדערע.

די נקודה וועגן א געזונטע דיעטע איז שוין אויפגעברענגט געווארן דורך פריערדיגע, בעפאר דר. לעהמאן-ווילציג. דער אידיעשער פארמאקאלאג דוד מאכט פון דזשאן האפקינס אוניווערזיטעט האט גע'טענה'ט אז אלע פליישן וועלכע ווערן גע'אסר'ט פאר אידן אין ויקרא און אין דברים זענען פלייש מיט א העכערע מאס טאקסיק (toxic) ווי סיי וועלכע כשר'ע פלייש. אזוי אויך, אין א לעצטיגע בוך מיטן קעפל "סורווייוועל אף די סיקעסט" (א ווערטערשפיל אויף די נאמען פון טשארלס דארווין'ס טעאריע "סורווייוועל אף די פיטעסט") טענה'ן די מחברים אז אידן וועלכע האבן אויסגערוימט די חמץ אין פסח פון זייערע הייזער, האבן אויסגעמיטן די ראטען וועלכע האבן פארשפרייט די [url=bubonic plague]בובאנישע מגיפה[/url] אין די דרייצענטע יאר-הונדערט (באקאנט אלס "דער שווארצער טויט").
דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 6:33 am#86878
יידל האט געשריבן:מען דארף אין באטראכט נעמען נאך אן אינטערעסאנטן פאקט. אן איי קיו טעסט האט אפאר חלקים. אידן זענען בכלל נישט אויסגעשארפט אין אלע חלקים. לדוגמא אין די חלק וואס רופט זיך "וויזשועל-ספעשל" איי קיו, זענען אידן נישט מער ווי 98 אין עווערעדזש.

וואס טייטש "וויזשועל-ספעשל"?
מאנטאג פעברואר 18, 2013 7:10 pm#88397
יידל, יישר כח א הערליכע ארבעט.
איך קלער א פשוטע סברא פארוואס מען טרעפט די אידן אין א אומפראפארציאנאלע וועג די קלוגסטע אין אלע חכמות, ווייל מען מעסט דאך די חכמה פון די אידן אין תחומים פון סעקולערע וויסנשאפט, למשל מען שרייבט די אשכנזישע אידן אין אונגארן, אין פוילן, אין אמעריקע, ווי שטארק קלוג ביחס צום איבעריגן באפעלקערונג. דאס זענען אלעס אידן וואס האבן אפגעלאזט דאס בית המדרש און געגאנגען פאשען אין פרעמדע פעלדער. מענטשן וואס האבן אליין, מיט אייגן געעפנטע אויגן, מיט אייגענע עקשנות איינגעזעהן זאכן, מענטשן וואס זענען באמת געווארן איבערגענומען פון חכמה און אויף די אייגענע האנט געטון "לך לך מארצך ממולדתך ומבית אביך" און אליין געזוכט חכמה אויפן שווערן וועג. דאס איז סיי א שטארקע באווייז אויף א אינערליכע דראנג צו חכמה און סיי א גורם צו לערנען זיך פארטיפן און שטייגן.
עס קען זיין אז א געוויסע עליטע גרופע וואס זאל אפלאזן זייער מסורה און זיך איבערגעבן צו חכמה איז אויך א געקליבענע גרופע גרעסערע מחות.
און אזא זאך קען גיין צו נעקסטע עטליכע דורות ווייל די קינדער און אייניקלעך פון די מענטשן, די וואס האבן אליין צוגעמאכט די גמרות און געזוכט וויסנשאפט, האבן אין זיך די גענעס.
דאס קען אפשר ערקלערן פארוואס די ספרדים האבן דאס נישט.
(איך מיין נישט דווקא משכילים וואס האבן בועט געווען, אבער מענטשן וואס זענען נישט נתחנך געווארן מיט סייענס, און האבן עס אליין ערפינדן ווייזט עס אויף עפעס)
איך האף אז איך האב זיך גוט ארויסגעברענגט
דינסטאג פעברואר 19, 2013 12:45 am#88560
טאמבל סאס האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:מען דארף אין באטראכט נעמען נאך אן אינטערעסאנטן פאקט. אן איי קיו טעסט האט אפאר חלקים. אידן זענען בכלל נישט אויסגעשארפט אין אלע חלקים. לדוגמא אין די חלק וואס רופט זיך "וויזשועל-ספעשל" איי קיו, זענען אידן נישט מער ווי 98 אין עווערעדזש.

וואס טייטש "וויזשועל-ספעשל"?

עס איז לכאורה א טעות ער האט מסתמא געוואלט שרייבן וויזשועל-ספעישל, ספעישל מלשון space, שטח, און וויזשועל מלשון ראיה, א טעסט וואס שאצט דעם מענטש'ס כח הראיה והמחשבה, נעמליך ווי גוט ער כאפט אויף די מאס פון א שטח און ענליכס. איינע פון די וועגן ווי אזוי צו טעסטן אזא זאך איז למשל דורך געבן פאר א מענטש פארשידענע סארטן פורמען, וואס גייען אריין אין אנדערע לעכער, און דער מענטש דארף צופאסן דורך כח הראיה והשכל וועלכע פארם באלאנגט אין וועלעכע לאך.
זונטאג מערץ 03, 2013 7:00 am#92008
פון צווישן די אשכנזים וועלעכע טריאמפירן מיט די אידישע חכמה צום מערסטנס און פארנעמן דעם אויבנאן אינערהאלב דעם עם נבון וחכם זענען ווי באוויסט די יעניגע וועלעכע האלטן זיך אויף און די 11211 אומגעגענט און זענען סוקסעספולע געניסערס פון יעדע סארט סאציאלע פראגראם. ריזן אין וויסנשאפט און סימבאלן פאר אינטלעקט, א יעדן געלונגענע פערזוין אדער נייע ערפינדונג איז אדער א יוד, אדער שטאמט ער פון יודן, אז נישט דארף מען גלייבן אז ס'קען זיין א יוד, טראץ זייער געווענדליכע אפאזיציע צו מדינת ישראל זענען זיי די ערשטע צו נעמען קרעדיט פאר א יודישע קאפ ווען איינער ברענגט ארויף די פארגעשריטנקייט פון זייער מיליטער, איך יאג מיר יעצט סאו לאמיר ענדיגן מיטן באוויסטן פראז, "א איד גוט זיך אן עצה (ווען אינעם זעלבן צייט) דער גוי קלאפט זיך דעם פלייצע"
מאנטאג מערץ 04, 2013 1:04 am#92484
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:מען דארף אין באטראכט נעמען נאך אן אינטערעסאנטן פאקט. אן איי קיו טעסט האט אפאר חלקים. אידן זענען בכלל נישט אויסגעשארפט אין אלע חלקים. לדוגמא אין די חלק וואס רופט זיך "וויזשועל-ספעשל" איי קיו, זענען אידן נישט מער ווי 98 אין עווערעדזש.

וואס טייטש "וויזשועל-ספעשל"?

עס איז לכאורה א טעות ער האט מסתמא געוואלט שרייבן וויזשועל-ספעישל, ספעישל מלשון space, שטח, און וויזשועל מלשון ראיה, א טעסט וואס שאצט דעם מענטש'ס כח הראיה והמחשבה, נעמליך ווי גוט ער כאפט אויף די מאס פון א שטח און ענליכס. איינע פון די וועגן ווי אזוי צו טעסטן אזא זאך איז למשל דורך געבן פאר א מענטש פארשידענע סארטן פורמען, וואס גייען אריין אין אנדערע לעכער, און דער מענטש דארף צופאסן דורך כח הראיה והשכל וועלכע פארם באלאנגט אין וועלעכע לאך.



אויב מיינט עס דאס, זענען מיר אידען די גרעסטע מומחים אויף דעם, מיר פיטען אריין 10 דירות אין צוויי פאמיליע הויז, ווייל מיר פארשטייען צו שטח די בעסטע פין די גלאבאלע פאפיולעישען.
מאנטאג מערץ 04, 2013 3:04 am#92525
מיט דעם גרעסטן רעספעקט צו אלע הויכגעשעצטע וויסנשאפטלער לייגט זיך מיר נישט אויפ'ן שכל קיין איין טעאריע וואס ווערט דא דערמאנט.
1) די בבלי'שע יוזשעניקס איז אביסל א מוגזם'דיגע זאך צו זאגן אז צוליב די סעלעקציע זענען זיי געבליבן לדורי דורות אזויפיל קלוגער, ווי מען האט שוין אנגעמערקט. ווי אויך איז שווער צו וויסן וויפיל פון דאס פאלק ביים בית שני זענען טאקע געווען אזעלכע גרויסע חכמים, פון עזרא זעט אויס אז זיי זענען נישט געווען צו שטארק באקאנט אין די תורה און מען האט געקענט טון מיט זיי וואס מען האט געוואלט.
2) די טעאריע פון עם הספר, אז תלמוד בבלי מאכט קלוג, מאכט דאך פשוט שטערקער די קשיא, פארוואס האבן דוקא די אידן אויסגעטראפן די שארפע פלפולים פון תלמוד בבלי בשעת די קריסטליכע גייסטליכע זענען געווען פארנומען דעבאטירן אויב דער שילוש איז איינס אדער דריי.
3) די געזונטהייט טעאריע איז, במחילת כבוד הפרופסור, נישט אזוי מסתבר, עס איז גאנץ שווער צו זאגן אז אין דעם שטעקט די גאנצע חכמה פון די אידן. איך בין זיכער אז עס זענען דא נאך פילע פעלקער אין די וועלט וואס היטן אויף א געזונטע לעבנסשטייגער און קומען נישט צו צו די חכמה פון די אידן. ווי אויך איז נישט מסתבר אז וויבאלד זיי זענען געווען געזונט האבן זיי געהאט מער צייט זיך אפצוגעבן מיט'ן לערנען, ווייל פון די אנדערע זייט זענען זיי געוען פאריאגט און פארפלאגט צוליב די שווערע גזירות און קיינמאל נישט גענאסן פון די מנוחה וואס זייערע ספרדי'שע ברידער און להבדיל די גויים האבן געהאט. איך וואלט געזאגט פארקערט, צוליב זייער מאראל און העכערקייט און קלוגשאפט האבן זיי געמאכט זיכער זיך צו האלטן ריין און געזונט, ווי אויך צוליב דעם חיוב פון ושמרתם מאוד לנפשותיכם.
4) סורווייוועל אוו די פיטעסט שטימט מיר אויך נישט, צוליב דעם זעלבן טעם ווי נומער 2, פארוואס טאקע איז ביי די אידן אלס געווען די וואס האבן זיך אן עצה געגעבן און דורכגעלעבט אלע שווערע אומשטענדן, בעת אנדערע פעלקער אין ענליכע אומשטענדן זענען געווארן צענישט נאך געציילטע דורות. ווי אויך ווערט נאר שווערער פארוואס אשכנזים זענען קלוגער ווי ספרדים, ווייל לויט דעם וואלטן די אשכנזים געדארפט זיין פיל ווייניגער אין צאל, ווייל נאר די קלוגע זענען געבליבן, בעת אין רעאליטעט זענען אשכנזים אסאך מער ווי די ספרדים.
ועל כולם איז מיר שווער עפעס וואס די אלע טעאריע נעמען נישט אין באטראכט. די אידן זענען שוין לכאורה געווען א קלוג פאלק נאך פאר גלות בבל, ווען זיי האבן געשריבן דעם תנ"ך און עס גע'חזר'ט מיט די קינדער וואס איז ענדגילטיג געווארן פארשפרייט אין די גאנצע וועלט. מיר אידן גלייבן אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך דעם מקור החכמה און דאס האט אונז געמאכט קלוג, אבער א גוי וועלכער איז נישט מודה דערין, וועט דאך מוזן זאגן אז די אידן זענען געווען זייער קלוג צו שרייבן אזעלכע ספרים וואס זענען געווארן אזוי אנגענומען און צו דעוועלאפן א רעליגיע וואס האט געפארעמט די יסודות פון גלויבונג פאר דריי ביליאן מענטשן. עס איז דאך ממש אומבאגרייפליך. מיר זענען געווען די ערשטע צו גלייבן אין אן איינציגן, מאכטפולן גאט, מיר זענען געווען די ערשטע צו פארשפרייטן די יסודות פון מאראל און געטליכקייט, און מיר זענען געווען די ערשטע צו ערקלערן אז היסטאריע האט א באדייט, עס פאסירט נישט סתם איין מעשה נאכ'ן צווייטן אן קיין שום באזונדערע קשר. דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן אסאך פאר גלות בבל! דאס מיינט אז מיר מוזן צוריקקוקן צו די יסודות פון דאס אידישע פאלק און זען פארוואס מיר האבן זוכה געווען צו זיין אזוי אויסדערוועלט. איבער די קשיא פארוואס מיר טרעפן די קלוגשאפט נאר ביי אשכנזים און נישט ביי ספרדים, איז מיר מער מסתבר צו זאגן אז די ספרדים האבן מאיזה סיבה (צוליב אסימילאציע וכדו') פארלוירן זייער אויסערגעווענליכער קלוגשאפט פון די ימי הביניים ווען זיי זענען געווען די העכסטע און קלוגסטע לייט אין שפאניע, פארטוגאל, מצרים, טערקיי, ועוד, ווי צו זאגן אז זיי האבן עס קיינמאל נישט געהאט.
מאנטאג מערץ 04, 2013 3:41 am#92528
@יאיר, מעגליך דאס אסימילאציע ביי ספרדים איז די סיבה פארוואס זיי זענען אסאך ווייניגער אין צאל אויך,
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:35 am#92554
יאיר האט געשריבן:מיט דעם גרעסטן רעספעקט צו אלע הויכגעשעצטע וויסנשאפטלער לייגט זיך מיר נישט אויפ'ן שכל קיין איין טעאריע וואס ווערט דא דערמאנט.
1) די בבלי'שע יוזשעניקס איז אביסל א מוגזם'דיגע זאך [פעלט א מקור] צו זאגן אז צוליב די סעלעקציע זענען זיי געבליבן לדורי דורות אזויפיל קלוגער, ווי מען האט שוין אנגעמערקט. ווי אויך איז שווער צו וויסן וויפיל פון דאס פאלק ביים בית שני זענען טאקע געווען אזעלכע גרויסע חכמים, פון עזרא זעט אויס אז זיי זענען נישט געווען צו שטארק באקאנט אין די תורה און מען האט געקענט טון מיט זיי וואס מען האט געוואלט.
2) די טעאריע פון עם הספר, אז תלמוד בבלי מאכט קלוג, מאכט דאך פשוט שטערקער די קשיא, פארוואס האבן דוקא די אידן אויסגעטראפן די שארפע פלפולים פון תלמוד בבלי (ערגעצוואו האט זיך דאך עס געמוזט אנהייבן) בשעת די קריסטליכע גייסטליכע זענען געווען פארנומען דעבאטירן אויב דער שילוש איז איינס אדער דריי.
3) די געזונטהייט טעאריע איז, במחילת כבוד הפרופסור, נישט אזוי מסתבר, עס איז גאנץ שווער צו זאגן אז אין דעם שטעקט די גאנצע חכמה פון די אידן. איך בין זיכער אז עס זענען דא נאך פילע פעלקער אין די וועלט וואס היטן אויף א געזונטע לעבנסשטייגער און קומען נישט צו צו די חכמה פון די אידן. ווי אויך איז נישט מסתבר אז וויבאלד זיי זענען געווען געזונט האבן זיי געהאט מער צייט זיך אפצוגעבן מיט'ן לערנען, ווייל פון די אנדערע זייט זענען זיי געוען פאריאגט און פארפלאגט צוליב די שווערע גזירות און קיינמאל נישט גענאסן פון די מנוחה וואס זייערע ספרדי'שע ברידער און להבדיל די גויים האבן געהאט. איך וואלט געזאגט פארקערט, צוליב זייער מאראל און העכערקייט און קלוגשאפט האבן זיי געמאכט זיכער זיך צו האלטן ריין און געזונט, ווי אויך צוליב דעם חיוב פון ושמרתם מאוד לנפשותיכם.
4) סורווייוועל אוו די פיטעסט שטימט מיר אויך נישט, צוליב דעם זעלבן טעם ווי נומער 2, פארוואס טאקע איז ביי די אידן אלס געווען די וואס האבן זיך אן עצה געגעבן און דורכגעלעבט אלע שווערע אומשטענדן, בעת אנדערע פעלקער אין ענליכע אומשטענדן זענען געווארן צענישט נאך געציילטע דורות. ווי אויך ווערט נאר שווערער פארוואס אשכנזים זענען קלוגער ווי ספרדים, ווייל לויט דעם וואלטן די אשכנזים געדארפט זיין פיל ווייניגער אין צאל, ווייל נאר די קלוגע זענען געבליבן, בעת אין רעאליטעט זענען אשכנזים אסאך מער ווי די ספרדים. (ספרדים האבן זיך מער אויסגעמישט מיט די גוים)
ועל כולם איז מיר שווער עפעס וואס די אלע טעאריע נעמען נישט אין באטראכט. די אידן זענען שוין לכאורה געווען א קלוג פאלק נאך פאר גלות בבל, ווען זיי האבן געשריבן דעם תנ"ך און עס גע'חזר'ט מיט די קינדער וואס איז ענדגילטיג געווארן פארשפרייט אין די גאנצע וועלט. מיר אידן גלייבן אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך דעם מקור החכמה און דאס האט אונז געמאכט קלוג, אבער א גוי וועלכער איז נישט מודה דערין, וועט דאך מוזן זאגן אז די אידן זענען געווען זייער קלוג צו שרייבן אזעלכע ספרים וואס זענען געווארן אזוי אנגענומען און צו דעוועלאפן א רעליגיע וואס האט געפארעמט די יסודות פון גלויבונג פאר דריי ביליאן מענטשן. עס איז דאך ממש אומבאגרייפליך. מיר זענען געווען די ערשטע צו גלייבן אין אן איינציגן, מאכטפולן גאט, מיר זענען געווען די ערשטע צו פארשפרייטן די יסודות פון מאראל און געטליכקייט, און מיר זענען געווען די ערשטע צו ערקלערן אז היסטאריע האט א באדייט, עס פאסירט נישט סתם איין מעשה נאכ'ן צווייטן אן קיין שום באזונדערע קשר. דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן אסאך פאר גלות בבל! דאס מיינט אז מיר מוזן צוריקקוקן צו די יסודות פון דאס אידישע פאלק און זען פארוואס מיר האבן זוכה געווען צו זיין אזוי אויסדערוועלט. איבער די קשיא פארוואס מיר טרעפן די קלוגשאפט נאר ביי אשכנזים און נישט ביי ספרדים, איז מיר מער מסתבר צו זאגן אז די ספרדים האבן מאיזה סיבה (צוליב אסימילאציע וכדו') אה, יעצט איז עס יא פאשטענדליך!!! פארלוירן זייער אויסערגעווענליכער קלוגשאפט פון די ימי הביניים ווען זיי זענען געווען די העכסטע און קלוגסטע לייט אין שפאניע, פארטוגאל, מצרים, טערקיי, ועוד, ווי צו זאגן אז זיי האבן עס קיינמאל נישט געהאט.

יאיר באמערק ווי דיינע אלע קשיות אויף יידל און די אנדערע, נעמט זיך ע"פ רוב פון סברא און "דיין" פארשטאנד. אנדערע ווערטער האב איך אבער געזען למשל ביי יידל. אט קוק.
יידל האט געשריבן:אלע פארשער וועלכע האבן שטודירט אשכנזים האבן אנגעמערקט אז זיי געפונען זיך ביים שפיץ פונעם איי-קיו טשארט. דער פסיכאלאג און קאגניטיוו סייענטיסט סטיווען פינקער האט געשריבן אז "[אידן'ס] עווערעדזש איי-קיו מעסט זיך ביי 108 - 115". דער קאנטראווערסיאלער אינטעליגענץ פארשער און פסיכאלאג ריטשארד לין, זאגט אז עס איז די עווערעדזש שטייט ביי 107.5. הענרי הארפענדינג, דזשעסאן הארדי און גרעגארי קאטשרען, דריי פארשער פון די יוטא אוניווערזיטעט וועלכע האבן צוזאמען געשריבן א פארש פאפיר מיטן קעפל "נאטורליכער היסטאריע פון אשכנזישע אינטעליגענץ", שרייבן אז אשכנזים האבן אן עווערדעזש איי קיו פון 112-115. דער פאליטישער סייענטיסט טשארלס מורעי לייגט דעם עווערעדזש ביי 110.

יידל האט געשריבן:אין אמעריקע היינט צו טאגס זענען אידן 2.2% פון די פאפולאציע אבער זיי רעפרעזענטירן 30% פון פראפעסארן אין עליטע קאלעדזשעס, 21% אייווי ליג סטודענטן און 25% פון די טורינג אווארד געווינער. אידן זענען אויך 50% פון די טאפ צוויי הונדערט אינטעלעקטואלן אין אמעריקע, 40% פון די שותפים אין פירענדע געזעץ פירמעס אין ניו יארק און אין וואשינגטאן, 59% פון די דירעקטארס, שרייבער און פראדוסערס פון די 50 בעסטע מאוויס (בעסטע געמאסטן לויט וויפיל געלד זיי האבן געמאכט).

יידל האט געשריבן:די טעאריע קומט פונעם ענגלישען ביאלאג, גענעטיקער און יודזשעניקער סירעל דארלינגטאן, אין זיין בוך "די עוואלוציע פון מענטש און געמיינדע". לויט אים האבן מיר צו פארדאנקן נבוכדנאצר און גלות בבל פאר אונזער איבערגעטריבענע מאס פון חכמים.

איך גיי נישט יעצט ציטירן יידל'ס אלע תגובות. אבער כאפסט מיין פוינט. אינדערצייט וואס ער איז ביזי ברענגען מקורות און לינקס אונטערצושטיצן יעדעס הנחה וואס ער לייגט אראפ, ביסטו בלויז איין שטיק סברא. כ'וועל מודה זיין. האסט א גראדע ברייטע טראכט, אבער סברא קען מען אייביג דרייען אזוי לאנג ווי מ'האט עס נישט עקספערימענטירט.
מאנטאג מערץ 04, 2013 11:15 am#92566
מיר האט דוקא יא אויסגעזעהן אז די ריינקייט געט אסאך צו, אבער וואס איז די תירוץ דערויף וועגען ספרדישע אידען??
דרך אגב ישר כוח ר' יידל פאר אהערשטעלען אזא געוואלדיגע ארטיקל, האסט אויפגעהויבען מיין IQ אביסל..
מאנטאג מערץ 04, 2013 3:08 pm#92645
קודם כל, ייש"כ יאיר פאר דיין לענגערן תגובה! ס'איז שטארק עפרישיעטעט אז איינער נעמט די מי דורכצוטראכטן די נושא און שרייבן דערויף א לענגערן תגובה. יעצט צו דיין תגובה זעלבסט. עס זענען דא צוויי זאכן וועלכע פארלאנגן א תגובה. די ערשטע איז דיין קריטיק פון די ערווענטע טעאריעס און די צווייטע איז דיין אייגענע טעאריע. אלזא, לאמיך ענטפערן על ראשון ראשון. איך וועל צעטיילן מיין תגובה אין צוויי. אין די ערשטע וועל איך אדרעסירן דיין קריטיק. און אין די צווייטע וועל איך אדרעסירן דיין אייגענעם טעאריע.

בעפאר איך גיי צו דיר, לאמיך נאר שרייבן א ווארט צו טאמבל סאס:
טאמבל סאס האט געשריבן:יאיר באמערק ווי דיינע אלע קשיות אויף יידל און די אנדערע, נעמט זיך ע"פ רוב פון סברא און "דיין" פארשטאנד. אנדערע ווערטער האב איך אבער געזען למשל ביי יידל. ...
איך גיי נישט יעצט ציטירן יידל'ס אלע תגובות. אבער כאפסט מיין פוינט. אינדערצייט וואס ער איז ביזי ברענגען מקורות און לינקס אונטערצושטיצן יעדעס הנחה וואס ער לייגט אראפ, ביסטו בלויז איין שטיק סברא. כ'וועל מודה זיין. האסט א גראדע ברייטע טראכט, אבער סברא קען מען אייביג דרייען אזוי לאנג ווי מ'האט עס נישט עקספערימענטירט.

א גרויסן ייש"כ פארן זיך אננעמען פאר מיר, אבער כ'מיין אז דו האסט נישט רעכט. סך הכל טוען מיינע מקורות אויך זיך פארלאזן אויף זייער סברות צו זאגן טעאריעס (כאטשיג זייערע סברות זענען למעשה שטערקער וויבאלד זיי זענען טעסטבארע טעאריעס מיט פרעדיקציעס וועלכע קענען זיך ארויסשטעלן צו זיין פאלש).

יאיר האט געשריבן:מיט דעם גרעסטן רעספעקט צו אלע הויכגעשעצטע וויסנשאפטלער לייגט זיך מיר נישט אויפ'ן שכל קיין איין טעאריע וואס ווערט דא דערמאנט.
1) די בבלי'שע יוזשעניקס איז אביסל א מוגזם'דיגע זאך צו זאגן אז צוליב די סעלעקציע זענען זיי געבליבן לדורי דורות אזויפיל קלוגער, ווי מען האט שוין אנגעמערקט. ווי אויך איז שווער צו וויסן וויפיל פון דאס פאלק ביים בית שני זענען טאקע געווען אזעלכע גרויסע חכמים, פון עזרא זעט אויס אז זיי זענען נישט געווען צו שטארק באקאנט אין די תורה און מען האט געקענט טון מיט זיי וואס מען האט געוואלט.

איך בין מסכים צו דיר אז צו זאגן אז דאס אליינס איז די גורם פון אידישע חכמה לייגט זיך נישט אויפן שכל. כ'מיין אבער אז עס איז שטארק מסתבר אז דאס האט שטארק צוגעהאלפן אז די אידן זאלן זיך דעוועלאפן צו א קלוג פאלק. לגבי דיינע טענות גופא, שטעלסטו ארויס צוויי טענות. די ערשטע אז עס איז מוגזם צו זאגן אז א סעלעקציע פועל'ט אויף לדורי דורות. דאס איז נישט ריכטיג. סעלעקציע פועל'ט אודאי יא אויף לדורי דורות, אויב ווערט עס נישט פארוואסערט. אין אונזער פאל, וויבאלד פון עזרא און ווייטער האבן זיך די אידן געהאלטן שטארק אפגעזונדערט, איז נישטא קיין שום סברא צו זאגן אז די גענעס זענען פארוואסערט געווארן. פארגעס נישט אויך דאס וואס כ'האב שוין געשריבן פאר יאנקל, אז אלע אשכנז'ישע אידן שטאמען פון 4 פרויען. דאס מיינט אז אויב די פרויען האבן פארמאגט גענעס וועלכע פאראורזאכן קלוגשאפט, דאן האבן אלע זייער אייניקלעך (דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, אלע אשכנז'ישע אידן) א פארמערטן שאנס צו זיין קלוג.
דיין צווייטע טענה איז אז די פאלק איז נישט געווען צו קלוג ביים בית שני, און דו מעסט דאס אויף באקאנטשאפט מיט די תורה און זייער נאאיוויטעט. לענ"ד איז נישט ריכטיג צו מעסטן קלוגשאפט לויט באקאנטשאפט מיט די תורה (איינשטיין איז אויך נישט געווען באקאנט מיט די תורה) אדער נאאיוויטעט (וועלכע איז בכלל נישט קיין אנדייטונג אויף א שטומפיג קעפל, עס האט מער מיט וואס מ'רופט "סטריט סמארטנעס", כאטשיג פאר אידן פעלט ב"ה דאס אויך נישט). צווייטענס, קיינער זאגט נישט אז די עליטע איז געווען לויטער קלוג. עס האט פשוט געהאט א גרעסערע מאס קלוגע ווי די נידעריגע קלאס. שטעל דיך פאר ווען אמעריקע ווערט חרוב און נאר די הויעכע קלאס (קאלעדזש גראדואירטע, ביזנעסלייט, פאליטיקאנטן, עסקנים וכו') בלייבט איבער, וועט דען נישט אין די צוקונפטיגע אמעריקע זיין א העכערע מאס קלוגע?

יאיר האט געשריבן:2) די טעאריע פון עם הספר, אז תלמוד בבלי מאכט קלוג, מאכט דאך פשוט שטערקער די קשיא, פארוואס האבן דוקא די אידן אויסגעטראפן די שארפע פלפולים פון תלמוד בבלי בשעת די קריסטליכע גייסטליכע זענען געווען פארנומען דעבאטירן אויב דער שילוש איז איינס אדער דריי.

מאך נישט אזוי אוועק די קריסטליכע גייסטליכע, די טענה איז נישט אז תלמוד בבלי איז א קלוגערע לימוד ווי די טעאלאגישע ביכער פון אנדערע רעליגיעס נאר אז ביי אידן איז דא א חיוב אז יעדער זאל לערנען, און ביי די קריסטן (און אנדערע) האבן נאר די עליטע געלערנט. די תלמוד בבלי זעלבסט איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך די מיעוט קלוגע וואס יעדע פאלק פארמאגט, אבער דאס פארלאנגן פון יעגעם דאס צו לערנען האט אריבערגעפירט די קלוגשאפט צום פאלק. משל למה הדבר דומה, צו פרויען. במשך די היסטאריע זענען פרויען פאררעכנט געווארן פאר נידעריגערער ראנג מענטשן, און פאר נישט קלוגע. אבער ווי נאר די פרויען רעכטן באוועגונג בנוסף צו קאנטראצעפטיוון האבן צוגעברענגט צו דעם אז פרויען קענען זיך אפגעבן מיט לערנען און ווערן שטודירט פונקט ווי מענער, איז זייער עווערעדזש IQ געשטיגן, און היינט צו טאגס איז עס אייניג מיט די מענער'ס IQ. (אגב, כ'האב נאך נישט געענדיגט ברענגן אלע טעאריעס וואס פעליסער ברענגט. גראדע ברענגט ער נאך א טעאריע וואס זאגט יא אז תלמוד בבלי איז בעסער ווי די לימודים פון אלע אנדערע פעלקער, אבער נישט אז די מחברים פון תלמוד בבלי זענען געווען קלוגער נאר אז די מעטאדע פון לערנען וואס די תלמוד בבלי נוצט האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א בעסערע מעטאדע ווי די מהלכים וואס די אנדערע לימודים נוצן, ממילא איז שוין ווייטער נישט שווער "פארוואס דוקא די אידן האבן אויסגעטראפן די שארפסטע פלפולים".)
יאיר האט געשריבן:3) די געזונטהייט טעאריע איז, במחילת כבוד הפרופסור, נישט אזוי מסתבר, עס איז גאנץ שווער צו זאגן אז אין דעם שטעקט די גאנצע חכמה פון די אידן. איך בין זיכער אז עס זענען דא נאך פילע פעלקער אין די וועלט וואס היטן אויף א געזונטע לעבנסשטייגער און קומען נישט צו צו די חכמה פון די אידן. ווי אויך איז נישט מסתבר אז וויבאלד זיי זענען געווען געזונט האבן זיי געהאט מער צייט זיך אפצוגעבן מיט'ן לערנען, ווייל פון די אנדערע זייט זענען זיי געוען פאריאגט און פארפלאגט צוליב די שווערע גזירות און קיינמאל נישט גענאסן פון די מנוחה וואס זייערע ספרדי'שע ברידער און להבדיל די גויים האבן געהאט. איך וואלט געזאגט פארקערט, צוליב זייער מאראל און העכערקייט און קלוגשאפט האבן זיי געמאכט זיכער זיך צו האלטן ריין און געזונט, ווי אויך צוליב דעם חיוב פון ושמרתם מאוד לנפשותיכם.

ווידער בין איך מסכים אז צו זאגן אז *בלויז אין דעם* שטעקט די חכמה איז נישט רעאליסטיש. אבער צו זאגן אז עס האט צוגעהאלפן איז גאנץ מסתבר. דו שרייבסט אז דו ביסט זיכער אז אנדערע פעלקער וואס היטן אויף א געזונטע לעבנסשטייגער און זענען נישט אזוי קלוג. איך ווייס נישט פון וואו דו נעסט דיין זיכערקייט, אבער די צווייטע קלוגסטע פאלק נאך די אידן זענען די אזיאנער און זיי האבן במשך אלע דורות געהיטן אויף גאר א ריינעם לייף סטייל כידוע. (ואגב, קוק שפעטער וואס איך שרייב לגבי נאטורליכע סעלעקציע, אז מ'קען נישט פארגלייכן פון איין פאלק צום צווייטן). אבער בכלל מיין איך אז דו האסט געמיסט די פוינט. די נקודה איז נישט אז געזונטהייט און ריינקייט מאכט קלוג, נאר אז א געזונטע לעבן גיבט פאר א מענטש די יכולת זיך צו פארנעמען מיט חכמה און שטודירן. דאס איז די סיבה פארוואס ערשטע-וועלט לענדער זענען פיל קלוגער ווי צווייטע וועלט און דריטע וועלט לענדער, וויבאלד אין די לענדער דארפן מען זיך נישט אזויפיל אפגעבן מיט געזונט, קען מען אוועקגעבן מער צייט דורש צו זיין חכמה.
דיין צוווייטע נקודה איז דאך א גלגל החוזר: דער חיוב פון ונשמרתם (און די אנדערע חיובים פון מקוה און כשרות) איז דאך גורם ריינקייט און געזונטהייט. די ריינקייט און געזונטהייט איז גורם מאראל און העכערע חכמה, וועלכע איז חוזר וגורם ריינקייט און געזונטהייט. וכן הגלגל חוזר און מ'ווערט מער און מער קלוג.
יאיר האט געשריבן:4) סורווייוועל אוו די פיטעסט שטימט מיר אויך נישט, צוליב דעם זעלבן טעם ווי נומער 2, פארוואס טאקע איז ביי די אידן אלס געווען די וואס האבן זיך אן עצה געגעבן און דורכגעלעבט אלע שווערע אומשטענדן, בעת אנדערע פעלקער אין ענליכע אומשטענדן זענען געווארן צענישט נאך געציילטע דורות. ווי אויך ווערט נאר שווערער פארוואס אשכנזים זענען קלוגער ווי ספרדים, ווייל לויט דעם וואלטן די אשכנזים געדארפט זיין פיל ווייניגער אין צאל, ווייל נאר די קלוגע זענען געבליבן, בעת אין רעאליטעט זענען אשכנזים אסאך מער ווי די ספרדים.

וועלכע אנדערע פעלקער אין ענליכע אומשטענדן? אבער נניח עס איז דא אן אנדערע פאלק מיט ענליכע אומשטענדן און אנדערע רעזולטאטן, קען מען קיינמאל נישט פארגלייכן וויבאלד נאטורליכע סעלעקציע ארבעט נישט אז מ'קען פאראויס זאגן וואס וועט ווערן סעלעקטירט, מ'קען בלויז צוריקקוקען און פרובירן אויסצופיגערן וועלכע סעלעקציע האט סעלעקטירט די תכונות מיט וועלכע מיר זענען געבליבן. לדוגמא, די הייפאטעטישע 'אנדערע פאלק' האט אולי נישט געהאט די עקשנות ("עם קשה עורף") וואס די אידן האבן געהאט און דערפאר האבן זיי זיך אונטערגעבראכן. משא"כ די אידן'ס עקשנות האט גורם געווען אז די קלוגע זאלן אויפקומען מיט וועגן וויאזוי זיך ארויסצודרייען פון די אונטערדורקענדע גויים. נאטורליכע סעלעקציע איז א פראצעדור וועלכע פארמאגט אין זיך צענדליגע פאקטארן וואס אלע צוזאמען ברענגן צו צו א רעזולטאט פון קלוגשאפט
דיין צווייטע שאלה פארשטיי איך נישט: איז דיין שאלה פארוואס די אשכנזים זענען קלוגער ווי ספרדים, אדער פארוואס די אשכנזים זענען מער ווי ספרדים? זיי זענען קלוגער וויבאלד די ספרדים זענען פיל ווייניגער גע'רודפ'ט געווארן און האבן געהאט א פיל רואיגערן לעבן. זיי זענען מער וויבאלד די ספרדים האבן געליטן פון אסימילאציע (ווי יואב און טאמבל סאס האבן ביידע דערמאנט, און ווי דו אליין שרייבסט).

אין מיין קומענדיגע תגובה וועל איך אדרעסירן די צווייטע העלפט פון דיין תגובה.
מאנטאג מערץ 04, 2013 3:39 pm#92653
יעצט אז איך האב אביסעלע זיך אנגענומען פאר די טעאריעס וועלכע כ'האב אראפגעברענגט, לאמיך זיך נעמען צו דיין טעאריע.
יאיר האט געשריבן:ועל כולם איז מיר שווער עפעס וואס די אלע טעאריע נעמען נישט אין באטראכט. די אידן זענען שוין לכאורה געווען א קלוג פאלק נאך פאר גלות בבל, ווען זיי האבן געשריבן דעם תנ"ך און עס גע'חזר'ט מיט די קינדער וואס איז ענדגילטיג געווארן פארשפרייט אין די גאנצע וועלט. מיר אידן גלייבן אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך דעם מקור החכמה און דאס האט אונז געמאכט קלוג, אבער א גוי וועלכער איז נישט מודה דערין, וועט דאך מוזן זאגן אז די אידן זענען געווען זייער קלוג צו שרייבן אזעלכע ספרים וואס זענען געווארן אזוי אנגענומען און צו דעוועלאפן א רעליגיע וואס האט געפארעמט די יסודות פון גלויבונג פאר דריי ביליאן מענטשן. עס איז דאך ממש אומבאגרייפליך. מיר זענען געווען די ערשטע צו גלייבן אין אן איינציגן, מאכטפולן גאט, מיר זענען געווען די ערשטע צו פארשפרייטן די יסודות פון מאראל און געטליכקייט, און מיר זענען געווען די ערשטע צו ערקלערן אז היסטאריע האט א באדייט, עס פאסירט נישט סתם איין מעשה נאכ'ן צווייטן אן קיין שום באזונדערע קשר. דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן אסאך פאר גלות בבל! דאס מיינט אז מיר מוזן צוריקקוקן צו די יסודות פון דאס אידישע פאלק און זען פארוואס מיר האבן זוכה געווען צו זיין אזוי אויסדערוועלט. איבער די קשיא פארוואס מיר טרעפן די קלוגשאפט נאר ביי אשכנזים און נישט ביי ספרדים, איז מיר מער מסתבר צו זאגן אז די ספרדים האבן מאיזה סיבה (צוליב אסימילאציע וכדו') פארלוירן זייער אויסערגעווענליכער קלוגשאפט פון די ימי הביניים ווען זיי זענען געווען די העכסטע און קלוגסטע לייט אין שפאניע, פארטוגאל, מצרים, טערקיי, ועוד, ווי צו זאגן אז זיי האבן עס קיינמאל נישט געהאט.

דיין הנחה אז כלל ישראל איז שוין געווען קלוגער ווי סתם א פאלק בעפאר גלות בבל איז נישט ריכטיג. לאמיר אפיר נעמען דיינע ראיות און זען צו ווי שטארק זיי זענען.

יאיר האט געשריבן:וען זיי האבן געשריבן דעם תנ"ך און עס גע'חזר'ט מיט די קינדער

ערשטנס, ווען איינער לערנט תנ"ך אן די מסורה און תורה שבעל פה וועט ער נישט קונה זיין קיין שום חכמה, די חכמה ליגט אין תורה שבעל פה (וועלכע איז שפעטער צוזאמגענומען געווארן אין גמרא). די מציאות איז אז תורה שבעל פה (וי"א אפילו תורה שבכתב) איז נישט געווארן נחלת הכלל ביז אין די צייטן פון עזרא בבית שני. (די איינציגסטע אויסנאם איז יאשיהו'ס רעוואלוציע, וועלכע האט געדויערט קוים 15 יאר פון די צוועלסטע אדער אכצנסטע יאר פון זיין מלוכה, ביז ווען ער איז גע'הרג'ט געווארן). עס איז אפן אין תנ"ך אז נאר די כוהנים און די עליטע און ירושלים האבן געקענט הלכות און געוואוסט וויאזוי צו לערנען. רוב פאלק זענען געווען פשוט'ע פארמערס און האבן נישט געקענט לערנען. דו אליינס שרייבסט דאך אז די אידן בימי עזרא זענען בכלל נישט געווען אויסטערליש קלוג, און וויאזוי ביסטו דאס מסביר לשיטתך?

יאיר האט געשריבן:מיר אידן גלייבן אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך דעם מקור החכמה און דאס האט אונז געמאכט קלוג

דאס אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך דעם מקור החכמה מאכט דען קלוג אלע אידן? עס מאכט קלוג די וואס לערנען איר. בזמן בית ראשון האבן נאר די עליטע געלערנט תורה, ווי געשריבן.

יאיר האט געשריבן: מיר זענען געווען די ערשטע צו גלייבן אין אן איינציגן, מאכטפולן גאט, מיר זענען געווען די ערשטע צו פארשפרייטן די יסודות פון מאראל און געטליכקייט, און מיר זענען געווען די ערשטע צו ערקלערן אז היסטאריע האט א באדייט

דו איגנארירסט דעם פאקט אז די אלע היסטארישע אומבאגרייפליכע זאכן זענען פרי יצירתם ועבודתם פון געציילטע מענטשן, די עליטע קלוגע. די חכמה ליגט אין די פארשפרייטנוג פון די קלוגשאפט צו די המון עם. און ווי טעאריע צוויי זאגט, האט די סיסטעם פון עם הספר געארבעט זייער גוט, און די חכמה איז פארשפרייט געווארן צו אלע אידן.

נאך איין הערה, איך פארשטיי נישט וויאזוי אסימילאציע זאל גורם זיין אז מ'זאל פארלירן חכמה (חוץ אויב דו וועסט זאגן אז נאר די קלוגע האבן זיך אסימילירט).
מאנטאג מערץ 04, 2013 11:54 pm#92919
נאך איין הערה, איך פארשטיי נישט וויאזוי אסימילאציע זאל גורם זיין אז מ'זאל פארלירן חכמה (חוץ אויב דו וועסט זאגן אז נאר די קלוגע האבן זיך אסימילירט).


ווייל אז מען אסימילירט האט מען חתונה מיט גוי/גויטע און די חכמה'דיגע גינס ווערען געמישט מיט טפשות'דיגע און נאך צוויי דורות בלייבט א חברה שוטים.
דינסטאג מערץ 05, 2013 12:13 am#92928
לגבי די מספר פארוואס די אשכנזים זענען מער פין ספרדים, איז אינטרעסאנט אנצומערקען אז די ספרדים בשעת גירוש שפאניע וואס מען האט פארטריבען בערך צוויי הונדרעט טויזענט אידען, איז ביי די אשכנזים נישט געוועהן די העלפט, אדער אפילו ווייניגער.

עס קען אפילו זיין אז אסאך ספרדים פין גירוש שפאניע זענען געווארען אשכנזים, און ממילא פארדעם זענען היינט דא מער אשכנזים ווי ספרדים.
דינסטאג מערץ 05, 2013 12:19 am#92931
In an essay on Sephardi Jewry, Daniel Elazar at the Jerusalem Center for Public Affairs[12] summarized the demographic history of Ashkenazi Jews in the last thousand years, noting that at the end of the 11th century, 97% of world Jewry was Sephardic and 3% Ashkenazi; in the mid-17th century, "Sephardim still outnumbered Ashkenazim three to two", but by the end of the 18th century, "Ashkenazim outnumbered Sephardim three to two, the result of improved living conditions in Christian Europe versus the Ottoman Muslim world."[12] By 1931, Ashkenazi Jews accounted for nearly 92% of world Jewry.[12]


m http://en.wikipedia.org/wiki/Ashkenazi_Jews m

אויב איז אמת אז אין די מיטעלע 1700 זענען די ספרדים געוועהן אזוי פיל מער, פאלט אוועק די פשט'לך וואס מען רעדט דא, עס איז נישט נוגע צו חכמה אדער נישט.

בדרך הלצה קען מען זאגען אז די קלוגע ספרדים זענען געווארען אשכנזים, ווייל מען דארף זיין א שוטה צו בלייבען א ספרדי................
דינסטאג מערץ 05, 2013 12:22 am#92933
פארן בן איש חי האט געפעלט עפעס חכמה? און נאך פיל פיל.
חוץ פון דעם, וואס א רב ביי די ספרדים האט געהייסן חכם, נישט מכוח לשון סגי נהור
דינסטאג מערץ 05, 2013 12:32 am#92937
טעות.
דינסטאג מערץ 05, 2013 12:52 am#92945
א שטיקעל ראי' אז די קליגשאפט פין די יודען איז נישט וועגען natural selection במשך הגלות אדער וועגען תלמוד בבלי, ווייל די תורה דערמאנט שוין אז יודען זענען עם חכם ונבון (דברים ו ד). די תורה ווארפט נישט סתם קאמפלמענט'ס, ער קען זיין שארף אויכעט ווי למשל עם קשה עורף.

אויך אברהם אבינו איז ציקעקימען צי ה' אחד דורך חכמה כמבואר בחז"ל, אין היינט ווערט זיין אמונה אנגענימען ביי 60% פין די וועלט.
דינסטאג מערץ 05, 2013 9:52 am#93042
איחוד פעלד האט געשריבן:
נאך איין הערה, איך פארשטיי נישט וויאזוי אסימילאציע זאל גורם זיין אז מ'זאל פארלירן חכמה (חוץ אויב דו וועסט זאגן אז נאר די קלוגע האבן זיך אסימילירט).

ווייל אז מען אסימילירט האט מען חתונה מיט גוי/גויטע און די חכמה'דיגע גינס ווערען געמישט מיט טפשות'דיגע און נאך צוויי דורות בלייבט א חברה שוטים.

אז מען אסימילירט בלייבט מען דאך נישט אידיש! די גענעס ווערן טאק פארוואסערט, אבער אין דעם פארקערטן ריכטונג (רוב קינדער פון אסימילירטע עלטערן פארלירן זייער אידישער אידענטיטעט נאך צוויי, דריי דורות).

ממי_שאמרו האט געשריבן:פארן בן איש חי געפעלט עפעס חכמה? און נאך פיל פיל.
חוץ פון דעם, וואס א רב ביי די ספרדים האט געהייסן חכם, נישט מכוח לשון סגינהור

קיינער זאגט נישט אז די ספרדים פארמאגן נישט קיין חכמים בכלל. אודאי האבן זיי פארמאגט חכמים לרחצה. די מדובר איז פון די אויסערארדנטליכע עווערדעדזש וואס איז דא ביי אשכנזים און האט נישט קיין פארגלייך צו קיין שום אנדערע עטנישע גרופע (חוץ אפשר די אזיאנע).


מאיר האט געשריבן:א שטיקעל ראי' אז די קליגשאפט פין די יודען איז נישט וועגען natural selection במשך הגלות אדער וועגען תלמוד בבלי, ווייל די תורה דערמאנט שוין אז יודען זענען עם חכם ונבון (דברים ו ד). די תורה ווארפט נישט סתם קאמפלמענט'ס, ער קען זיין שארף אויכעט ווי למשל עם קשה עורף.

אויך אברהם אבינו איז ציקעקימען צי ה' אחד דורך חכמה כמבואר בחז"ל, אין היינט ווערט זיין אמונה אנגענימען ביי 60% פין די וועלט.

עם חכם ונבון איז לכאורה יא א ראיה, אבער אברהם אבינו'ס חכמה איז נישט קיין ראיה פונקט ווי דער בן איש חי'ס חכמה איז נישט קיין ראיה. (אויב וואלט ווען אברהם אבינו'ס חכמה געווען א פאקטאר וואלטן דאך אלע אייניקלעך פון ישמעאל און עשיו געדארפט זיין פונקט אזוי קלוג).
דינסטאג מערץ 05, 2013 10:26 am#93048
פונקט ווי די אשכנזים מאכן חוזק פון די ספרדים, מאכן די ספרדים חוזק פון די אשכנזים, איינער האט מיר דערציילט אז ער האט מיטגעהאלטן א שמחה אין ארגענטינא ווי א ספרד'ישער בדחן האט זיך אויפגעשטעלט נאכמאכן און חוזק מאכן פון די אשכנזים, און דער עולם האט זיך געהאלטן ביי די זייטן.
אויך האבן זיי אן אויסדרוק אויף ספאניש "נארישער אשכנזי".
איך מיין אז די אשכנזים האבן מער אויבער-חכמה, און די ספרדים האבן מער תמימות אבער נישט טיפשות.
דינסטאג מערץ 05, 2013 10:32 am#93053
יואב האט געשריבן:פון צווישן די אשכנזים וועלעכע טריאמפירן מיט די אידישע חכמה צום מערסטנס און פארנעמן דעם אויבנאן אינערהאלב דעם עם נבון וחכם זענען ווי באוויסט די יעניגע וועלעכע האלטן זיך אויף און די 11211 אומגעגענט און זענען סוקסעספולע געניסערס פון יעדע סארט סאציאלע פראגראם. ריזן אין וויסנשאפט און סימבאלן פאר אינטלעקט, א יעדן געלונגענע פערזוין אדער נייע ערפינדונג איז אדער א יוד, אדער שטאמט ער פון יודן, אז נישט דארף מען גלייבן אז ס'קען זיין א יוד, טראץ זייער געווענדליכע אפאזיציע צו מדינת ישראל זענען זיי די ערשטע צו נעמען קרעדיט פאר א יודישע קאפ ווען איינער ברענגט ארויף די פארגעשריטנקייט פון זייער מיליטער, איך יאג מיר יעצט סאו לאמיר ענדיגן מיטן באוויסטן פראז, "א איד גוט זיך אן עצה (ווען אינעם זעלבן צייט) דער גוי קלאפט זיך דעם פלייצע"


אפאר הערות.

1) איך ווייסט נישט ווי ס'קימט דא אריין אז 11211 נעמט פראגראמען. (אגב א גרויס חלק האבען גרויסע משפחות ממילא זענען זיי לאגעל בארעכטיגט)

2) דאס איז די אפענע קאפ פין 11211 אז אפילו זיי (איך) זענען קעגן מדינת ישראל אבער מ'קען גיין צווישען די טראפען אין זעען זייערע מעלות.

3) עס זעט עפעס אויס אז די האלטס נישט אז יודען זענען disproportional מער אינטעליגענט ווי גוים. לאמיך איך דיר זאגען אז 30% פין נאבעל פרייז ווינער'ס זענען יודען (וואס זענען .02 פין וועלט באפעלקערונג).

אגב די disproportional יודישע ערפינדונגען האט נישט דוקא צי טיען מיט IQ, עס האט אויך צי טיען מיט א שטארקע רצון צי שטייגען (ambition/energy), אין תיקון העולם וואס איז איינגפלאנצט ביי יודען מאיזה סבה שיהיה.
דינסטאג מערץ 05, 2013 10:41 am#93058
ברסלב, אויפגעכאפט מיינע ווערטער. די ספרדים האבן אין זיך א שטארקע תמימות וועלכע האט זיי געהאלטן אלע יארן (גירוש ספרד ועוד), אבער אין חכמה שטייגן זיי צו מאהל איבער די אשכנזים. צו דער ארי הקדוש איז געווען א ספרדי צו נישט, איז א גרויסע מחלוקת,
אבער די בית יוסף איז זיכער געווען,
רמב״ם,
רמב״ן,
חיד״א,
דון יצחק אברבנאל,
רש״ש,
רבי אברהם אבן עזרא,
רבי שלמה אבן גבירול,
רבי יהודה הלוי (בעל מחבר הכוזרי)
רבי סעדיה גאון,
רבי שלמה בן אדרת,
און די גרעסטע חכמי אסטראנאמיע זענען געווען אמאל ספרדים,
די ליסט קען נאך גיין אסאך אסאך לענגער.
דינסטאג מערץ 05, 2013 12:44 pm#93130
ממי און ברסלב'ער, מען רעדט פון היינטיגע ספרדים. זיי האבן נישט קיין העכערע איי קיו ווי די אלגעמיינע וועלט.
דינסטאג מערץ 05, 2013 12:51 pm#93134
און נישט קיין קלענערע
דינסטאג מערץ 05, 2013 12:58 pm#93140
ממי_שאמרו האט געשריבן:און נישט קיין קלענערע

אין הכי נמי. אבער די אשכנזים האבן יא א פיל העכערע, קומט אויס אז די אשכנזים אן עוורעדזש זענען קלוגער ווי די ספרדים אן עוורעדזש.
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:59 am#93553
מאיר האט געשריבן:
יואב האט געשריבן:פון צווישן די אשכנזים וועלעכע טריאמפירן מיט די אידישע חכמה צום מערסטנס און פארנעמן דעם אויבנאן אינערהאלב דעם עם נבון וחכם זענען ווי באוויסט די יעניגע וועלעכע האלטן זיך אויף און די 11211 אומגעגענט און זענען סוקסעספולע געניסערס פון יעדע סארט סאציאלע פראגראם. ריזן אין וויסנשאפט און סימבאלן פאר אינטלעקט, א יעדן געלונגענע פערזוין אדער נייע ערפינדונג איז אדער א יוד, אדער שטאמט ער פון יודן, אז נישט דארף מען גלייבן אז ס'קען זיין א יוד, טראץ זייער געווענדליכע אפאזיציע צו מדינת ישראל זענען זיי די ערשטע צו נעמען קרעדיט פאר א יודישע קאפ ווען איינער ברענגט ארויף די פארגעשריטנקייט פון זייער מיליטער, איך יאג מיר יעצט סאו לאמיר ענדיגן מיטן באוויסטן פראז, "א איד גוט זיך אן עצה (ווען אינעם זעלבן צייט) דער גוי קלאפט זיך דעם פלייצע"


אפאר הערות.

1) איך ווייסט נישט ווי ס'קימט דא אריין אז 11211 נעמט פראגראמען. (אגב א גרויס חלק האבען גרויסע משפחות ממילא זענען זיי לאגעל בארעכטיגט)

2) דאס איז די אפענע קאפ פין 11211 אז אפילו זיי (איך) זענען קעגן מדינת ישראל אבער מ'קען גיין צווישען די טראפען אין זעען זייערע מעלות.

3) עס זעט עפעס אויס אז די האלטס נישט אז יודען זענען disproportional מער אינטעליגענט ווי גוים. לאמיך איך דיר זאגען אז 30% פין נאבעל פרייז ווינער'ס זענען יודען (וואס זענען .02 פין וועלט באפעלקערונג).

אגב די disproportional יודישע ערפינדונגען האט נישט דוקא צי טיען מיט IQ, עס האט אויך צי טיען מיט א שטארקע רצון צי שטייגען (ambition/energy), אין תיקון העולם וואס איז איינגפלאנצט ביי יודען מאיזה סבה שיהיה.
קודם כל לגבי פראגראמען האב איך נישט געצילט דעם טעכנישן חלק, נאר דער באגריף פון לכתחילה זיך אויסשטעלן צו זיין אנגעוויזן אויף דער רעגירונג (אגב אז די רירסט אן דעם לעגאלן פונקט ווי קען איך איגנארירן דעם כוואליע פון"אומ"לעגאלע אקטיוויטעטן וואס שפילט זיך אפ ואין כאן המקום להאריך) לכתחילה זיין אומפעהיגבאר צו יעדן סארט ארבעט, לכתחילה ארוסווייזן שטאלצע בלינדע איגנארענץ, וכן להלאה דער גאנצע זינלאזע נאטור וועלעכע שלענגלט זיך אינטער די שטאנגן פונעם וויליאמסבורגער געטא אין דרינגט אריין מיט אירע אויסגעשפרייטע ווארצלען אונערהאלב די ראמען פון יהדות החרדית און פארפיגט אויף אונזער געזעלשאפט ביתר שאת וביתר עז, כלפי מדינת ישראל האב איך גענצליך נישט געמיינט דעם אידעלאגישען חלק, נאר דעם גרימאס פון הנאה און סאטיספאקשאנעל שלינג וואס דער איגערמאן וואס קען מיט רחמים סיינען זיין נאמען נעמט איין בשעת'ן זיך קראצן די פיס און מקוה ווען איינער שילדערט די מאדערנע פארשריט אדער אנטוויקלונגען פון(למשל) מדינת ישראל מיליטער (לאו דוקא מדינת ישראל'ס מיליטער, נאר סיי וואספארא אידישע ערפונדונג) און ברעכט אויס מיט דעם פארענדיגונג זאץ "יאפ, א אידישע קאפ -בקיצור", דריטנס כאפ איך נישט פונקטליך וויאזוי עס איז משמע פון מיינע ווערטער אז איך האלט נישט אז אידן ווען עס קומט צו קלוגשאפט זענען זיי disproportionate, אפשר דאס אז איך שרייב וועגן יהדות 11211 און דעריבער ברענגסטו א רייע פון נאבעל פרייז געווינער ווי מען זעהט טאקע דעם קליינעם ברוקלין ווי עס שטארט ארויס מיט אירע נאבעל פרייז געווינער טאקע נישט און קיין אנדערן פלאץ נאר "אין הארץ פון וויליאמסבורג"?
דאנערשטאג מערץ 07, 2013 11:31 am#94247
לאמיר זאגן אז עס איז דא אביסל מער פראגראמען ביים פרומען ציבור ווי ערגעץ אנדערש, אבער ביים נישט-פרומען ציבור איז דא אנדערע אומלעגאלע ענינים מער ווי ביים פרומען ציבור, ווי למשל דראגס. אןן לאמיר נישט פארגעסן פונעם מאדערן-ארטאדאקס קינדער מערדער צוויי יאר צוריק וואס האט אויפגעשוידערט די גאנצע שטאט, אין פון גרעסטן שווינדלער אין היסטאריע - מעידאף, וואס קומט נישט פון די געטא

ווען נאבעל פרייז זאל געבן פרייזעס פאר low violent crime וואלט די פרומע ציבור געווען די ערשטע אויף די ליין אין געוואונען דאס יעדעס יאר.
דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:15 pm#94308
ברסלבער האט געשריבן:פונקט ווי די אשכנזים מאכן חוזק פון די ספרדים, מאכן די ספרדים חוזק פון די אשכנזים, איינער האט מיר דערציילט אז ער האט מיטגעהאלטן א שמחה אין ארגענטינא ווי א ספרד'ישער בדחן האט זיך אויפגעשטעלט נאכמאכן און חוזק מאכן פון די אשכנזים, און דער עולם האט זיך געהאלטן ביי די זייטן.
אויך האבן זיי אן אויסדרוק אויף ספאניש "נארישער אשכנזי".
איך מיין אז די אשכנזים האבן מער אויבער-חכמה, און די ספרדים האבן מער תמימות אבער נישט טיפשות.


איך ווייס נישט ווער עס איז קליגער פין וועמען, אבער די אשכנזים אין בכלל די "וועסט" ווערט געפירט מער דורך לאגיק אין די ספרדים מער דורך געפיל. (איך מיין, וועגען דעם הייסען די אשכנזים גראד אין סטאביל משא"כ די ספרדים כיטערע ("שראד") אין מער אימסטאביל).

כדי ציציקימען צום אמת (אין יעדע זאך אויף די וועלט) מיז מען ניצען לאגיק אין אויך אינסקינקט ("אינטאאישען") וואס דאס איז מער א געפילישע זאך ("גאט פילינג").

די מענטשען וואס ניצען נאר לאגיק (90 80% סטאטיסטיק) וועלען זיך כמעט קיינמאל נישט טועה זיין אבער זיי וועלען זייער ווייניג אנקימען (מ'וועט נישט קענען אינוועסטען אדער טיען א שידוך, אדער פארשיקען איינעם אין תפיסה...) ווייל לאגיק אליין קאווערט זייער ווייניג.
דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:27 pm#94314
ווען נאבעל פרייז זאל געבן פרייזעס פאר low violent crime וואלט די פרימע ציבור געווען די ערשטע אויף די ליין אין געוואנען דאס יעדעס יאר.

ס'איז דא א נאבעל פרייז פאר דעם. ס'הייסט די nobel peace prize. אבער דאס באקומט מען נישט בלויז פאר'ן נישט זיין קרימינאלן, דאס באקומט מען נאר פאר'ן ארבעטן שווער צו צוגעבן שלום פאר די וועלט, און אודאי קען מען נישט זיין קיין קאנדידאט אויב מ'קריגט זיך אליין צווישן זיך און מ'בארעדט כסדר יעדן איינעם וואס איז אנדערש ווי דיר.
דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:36 pm#94320
קריגט זיך? אז די ערגסטע וואס מ'טוט איז אראווארפן יענעמס שטריימל הייסט ביי מיר נישט געקריגט. ס'איז 2 פארטייען אזוי ווי די יענקיס און די מעט'ס. אויב נאר אזעלכע מיני קריגערייען וואלטן פארגעקומען אויף די וועלט, וואלט די וועלט געווען אסאך אסאך אסאך א בעסערע פלאץ.

כאילו אנדערע קרייזן און אויך ביי גוים בארעדט מען נישט מענטשן וואס זענען אנדערש פון זיי. למשל דעמאקראטן און רעפאבליקאנער. קאטוליקען פראטיסטאנטען, מוסלמענער קריסטן, ליכוד עבודה. גיי אויף די אינטערנעט בלאג'ס וועסטו זעהן אביסל ווי איינער שעלט (מיט אסאך מיאוסערע לשונות) איינער דעם צווייטן.
דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:24 pm#94423
תיקון טעות: די דעמאקראטן און רעפאבליקאנער, די קאטוליקען און פראטיסטאנטען, די מוסלמענער און קריסטן, און די ליכוד און עבודה טוען נישט קיין קרימינאלע אקציעס איינער קעגען צווייטן (בדרך כלל).