Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • יש עתיד: מיר גייען נישט זיצן אין א רעגירונג מיט די חרדים!

קאווע שטיבל • יש עתיד: מיר גייען נישט זיצן אין א רעגירונג מיט די חרדים!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
131 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3075
זונטאג מערץ 10, 2013 6:57 pm#95328
ממי_שאמרו האט געשריבן:רוב עולם הייבט נישט אן צו קענען פארשטיין די פאליטיק אין ארץ ישראל.

אמת אבער אפילו די שרייבסט נאטירליך איז עס גוט גענוג אז מפארשטייט בערך וואס גייט פאר

ענדערשט גארנישט שרייבען ווי איידער שרייבע אויף עברית עס פארמיאוסט די סייט
מאנטאג מערץ 11, 2013 11:38 am#95600
שניידנדיגע אנאליז פון אסף וואל אין ידיעות:

בדרך לאופוזיציה: החרדים נגמלים מהסם הציוני
כעת משלמים החרדים על ההתעמרות ארוכת השנים בציבור הישראלי ועל גבהות ליבם. ההליכה לאופזיציה, היא עת להכיר בכישלון דרכם: מעבר לגידול הדמוגרפי, הם לא רשמו שום הישג או יצירה משמעותית בדברי ימי מדינת ישראל
אסף וול
פורסם: 10.03.13, 09:56

תבהלה שכזו לא נרשמה בעיירה מאז גזירות תתנ"ו - תקבל"ו. נראה שהפעם ידו של הפריץ הציוני על העליונה. הבכי, הקינות והמספד מרעידים את אמות העיתונות המגזרית ואת קווי הנאייעס. בשעה הרת גורל זו, ניצב "עולם התורה" מול שאלות תיאולוגיות לא פשוטות. האם יכול הקב"ה לברוא תקציב שגפני אינו יכול להרים? הכיצד ליצמן ורע לו, בנט וטוב לו? והיכן לעזאזל היה אלוהים בבחירות?

<< כל מה שמעניין בעולם היהודי - בפייסבוק שלנו. כנסו >>

סוף למרדף: נתפס הנהג שהרג את הזוג החסידי

איכה ישבה בדד עסקונה רבתי עם? איך בחרה ההשגחה הפרטית דווקא בר' יאיר ובר' נפתלי להרכבת הקואליציה? כיצד מעזים הסרוגים להפר את מצוותם, האין הם יודעים את מקומם (בגולני)? כך או כך, נראה שהחרדים כלל לא התכוננו ליום בו לא יהיו סמוכים עוד על סיר הצ'ולנט הציוני.

המבקר באתרים החרדים מגלה כי הם זועמים, מבוהלים, נעלבים ובעיקר מאיימים. חביבה עליהם במיוחד הפנטזיה שבה הם חוברים לשמאל, ומפנים יישובים של שנואי נפשם החדשים הלאומיים או מחרימים מוצרי התנחלויות, כולל את אלו המיוצרים באיזורי התעשיה השוקקים של עמנואל וקרית ספר. בעיתונות החרדית, לפיד הוא פרעה של ימינו, אך הפעם בליווי אח יקר העונה לשם בנט, שכבר הוציא עצמו מכלל ישראל באקזיט מטורף.

גם אחשדרפני המגזר עולים להתקפה דמיקולו. גפני, במופע אימים מושקע, הפחיד נורא את לוחמי ישיבות ההסדר כשהכריז כי יחשוף אצלם "שחיתויות", שככל הנראה, נגלו לו רק לאחר שנדחה מהממשלה. אבל השיא הגיע באיומיו של פרוש כי החרדים ירדו מן הארץ, ואולי אף יעבירו את עולם התורה ברילוקיישן לגלקסיה אחרת.

משלמים על חטאיהם
משום מה, מכל עמי הארצות ומשפחות האדמה, רק החרדים רואים בהליכה לאופוזיציה גזירת שמד נוראית. בכל בחירות הולכים כמה עשרות ח"כים ומתיישבים על ספסלי האופוזיציה, אך רק מפלגות האל רואות בכך את חורבן הבית. וכל כך למה? יען התמכרותם לסם הציוני, ולאו דווקא באמצעות דיל עם "עלה ירוק".

כעת משלמים החרדים על ההתעמרות רבת שנים של עסקניהם ונושאי כליהם בציבור הישראלי. על הבדלנות, על הבטלנות, על אי לקיחת האחריות ויותר מכל – על חטא היהירות. ציבור שהליכותיו תואמות לכל הגדרה של "אידיאולוגיה טוטליטרית", השתרר באדנות על חייהם הפרטיים של אזרחי מדינה דמוקרטית והתיימר לאכוף עליהם את הליכותיו הטרחניות. כיצד להינשא, כיצד להתגרש, כיצד להתלבש (בכותל), כיצד להתגייר ואפילו העזו להכריז על פתיחת עונת החורף באמצעה של אשמורת קיץ.

אך למרות שפע הפורענויות שפקדו אותם, איש במגזר הקדוש אינו מעלה על דעתו התורנית חשבון נפש. את האיבה שרוחש להם הציבור, הם מנמקים בשלל שמות-עצם, במנעד שבין "קנאה" לבין "הסתה". אנחת הרווחה הקולקטיבית מדחיקתם לאופוזיציה, אינה מגיעה לאוזניהם. בכל זאת לא תמצא בכל גבול ישראל, מבני ברק ועד קרית ספר, ולו מניין חרדים שיבקר באופן מעשי את עסקניו הגחמניים.

הסרוג עושה הכל יותר טוב
על עסקני הציבור החרדי להביט בראי ולהכיר בכישלון המוחלט של דרכם. מעבר לגידול דמוגרפי,

לא הצליחו לרשום שום הישג ושום יצירה משמעותית. לא בתחום החומרי ולא בתחום הרוחני. כפי שמתברר מחרדתם, תלויים הם לחלוטין במדינה החילונית בכל הנוגע לביטחון, כלכלה, רפואה ומה לא.

עם כל האמביוולנטיות כלפי הציבור דתי-לאומי, יש לחרדים הרבה מה ללמוד ממנו. עם יד אחת קשורה מאחורי האפוד והפק"ל, עושה הסרוג הכל טוב יותר מהם. בתחום היצירה התורנית, במשק העבודה ובכלל בתרומתו לעם היושב בציון. אם לא יעשו החרדים שינוי דרמטי וימשיכו באותה גבהות לב, לא יגיעו לשום מקום. בדרך בה הם צועדים לא ירחק היום בו יעלו עליהם הסרוגים אפילו במגרש הביתי שלהם – עסקאות אפלות עם בני ברית מפוקפקים בדרך לעוד קואליציה.
דינסטאג מערץ 12, 2013 3:20 am#95913
קורצער אפדעיט מאנטאג ויקרא:

יאיר לפיד, וועלכער איז ניי אינעם עולם הפאליטיקע, האט באשלאסן צו טאנצן אויף ביבי'ס געדולדן און שלעפט ארום מיטן פארמירן ס'רעגירונג פאר נישטיגקייטן. ביבי'ס חלום איז געווען ביי זונטאג צו האבן אונטערגעשריבן דעם הסכם מיט די צוויי פארטייען יש עתיד און הבית היהודי, אבער יאיר לפיד האט אנגעהויבן אויפקומען מיט פרישע פארלאנגן אויף וואס די צוויי צדדים האבן זיך נישט געקענט פאראייניגן.

קודם האט מען זיך געשלאגן אויפן די צאל מיניסטארן וואס די נייע רעגירונג זאל פארמאגן. יאיר לפיד האט געשטעלט אלס איינע פון זיינע אגענדעס אז מ'מוז שניידן פון די געשוואלענע צאל מיניסטארן וואס ס'זענען געווען אין די פאריגע רעגירונג, און אויף דעם פראנט האט ער געהאט א היבשער ניצחון נאכדעם וואס די צאל שרים איז אראפגעקומען פון עטליכע אין 30 ביי די פאריגע קאדענציע צו 21 כולל דעם ראש הממשלה.

אויף וואס מ'שלאגט זיך יעצט איז אויפן בענקל פון ערציאונגס מיניסטער (שר החינוך), יאיר לפיד וויל דאס פאר זיין נומבער 2, שי פירון, און ביבי וויל דאס פאר זיין געטרייער מענטש, גדעון סער, וועלכער האט געדינט אויף דעם אמט אין פאריגן קאדענציע. ווי עס קוקט אויס האט נפתלי בנט געלערנט יאיר לפיד א פרק אין מסכת ביבי, און יאיר שלעפט ביז צו די לעצטע רגע ווען ביבי וועט אריינפאלן אין א פערנויע און נאכגעבן וואס זיי פארלאנגן אבי מ'זאל שוין אונטערשרייבן דעם הסכם.
דינסטאג מערץ 12, 2013 5:28 am#95922
די ארגון המורים האט נעכטן געגעבען זייער שטיצע צו גדעון סער צו זיין נאכאמעל שר החינוך (נישט אז ס'וועט עפעס אויסמאכען).
דינסטאג מערץ 12, 2013 10:53 am#95965
א נאייווע פראגע..

קען איינער אפשר אביסעל מסביר זיין ווער איז בנט, לפיד, בית יהודי, וכו' וואס מיינט זייערע פארטיייען און וואס זענען זיי פרעזענדלעך, וואז איז זייער אדשענדע אין וואס מאכט עס אויס פאר די חרדים און פאר די וועלט וכו

אדרבה ווער סקען נעמען די פענע אין די האנט אין אביסעל פארציילען פאר די היימישע עולם דא וואס ווייסט נישט וואלט געווען א גוטע זאך

תודה מראש
דינסטאג מערץ 12, 2013 10:57 am#95968
בענעט איז די פירער פון הבית היהודי. ס'איז מער ווייניגער מזרחי. לפיד איז א פרייע פארטיי, וואס איז מער אינדערמיט פאליטיקעלווייז
דינסטאג מערץ 12, 2013 10:58 am#95970
smart האט געשריבן:
ממי_שאמרו האט געשריבן:רוב עולם הייבט נישט אן צו קענען פארשטיין די פאליטיק אין ארץ ישראל.

אמת אבער אפילו די שרייבסט נאטירליך איז עס גוט גענוג אז מפארשטייט בערך וואס גייט פאר

ענדערשט גארנישט שרייבען ווי איידער שרייבע אויף עברית עס פארמיאוסט די סייט

קאווע שטיבעל איז אל אבאוט טעלענט. איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט עיברית. אבער אז איינער האט א טאלאנט פאר דעם קען מען נישט זאגען אז עס פארמואסט
דינסטאג מערץ 12, 2013 11:00 am#95974
ראשעקאל האט געשריבן:בענעט איז די פירער פון הבית היהודי. ס'איז מער ווייניגער מזרחי. לפיד איז א פרייע פארטיי, וואס איז מער אינדערמיט פאליטיקעלווייז


ווי שוין עטליכע מאהל אויפגעוויזן דא אויבן, לפיד איז שוין גארנישט אזוי אינדערמיט. ער שטייט זייער נאנט צו ציפי לבני אין פאליטישע מיינונגען.
דינסטאג מערץ 12, 2013 11:09 am#95986
דאס מיינט מער לינק?
דינסטאג מערץ 12, 2013 11:13 am#95993
זייער לינק. איינער וואס איז מסכים צו זיצן היינט צוטאגס מיט אבו מאזן און אים געבן (אזא טעות ניצן דאס ווארט צוריקגעבן, עס איז קיינמאל נישט געווען זיינס!!) שטחים, אפילו ער ווייסט אז איך האב מער כוח אין עזה ווי אבו מאזן היינט צוטאגס, דארף זיין לינק שבלינק.

דאס איז וואס ער יושב ראש פונעם פארטיי האלט, זיינע מענטשן זענען לינקער פון מרץ (די מערסט לינקע אידישע פארטיי)!, איינע פון זיינע חברי כנסת מיט׳ן נאמען עופר שלח איז נישט געגאנגען צו מרץ ווייל עס איז צי רעכט פאר אים! אזא שטייגער ווי איינער זאל זאגן אז שרה פעלין איז צו לינק פאר מיר.
דינסטאג מערץ 12, 2013 1:00 pm#96076
ממי_שאמרו האט געשריבן:זייער לינק. איינער וואס איז מסכים צו זיצן היינט צוטאגס מיט אבו מאזן און אים געבן (אזא טעות ניצן דאס ווארט צוריקגעבן, עס איז קיינמאל נישט געווען זיינס!!) שטחים, אפילו ער ווייסט אז איך האב מער כוח אין עזה ווי אבו מאזן היינט צוטאגס, דארף זיין לינק שבלינק.

הייסט לפי דעם אז ביבי איז לינק שבלינק
דינסטאג מערץ 12, 2013 1:02 pm#96078
ביבי האלט נישט ביים זיצן מיט אבו מאזן, און זיכער נישט געבן פאר די אראבער שטחים.
אלעס וואס ער האט געזאגט (ער האט נאר גערעדט, גארנישט געטוהן) איז זאגן אז ער וויל שלום און געבן שטחים, אבער....
דינסטאג מערץ 12, 2013 1:04 pm#96080
ממי_שאמרו האט געשריבן:דאס איז וואס ער יושב ראש פונעם פארטיי האלט, זיינע מענטשן זענען לינקער פון מרץ (די מערסט לינקע אידישע פארטיי)!, איינע פון זיינע חברי כנסת מיט׳ן נאמען עופר שלח איז נישט געגאנגען צו מרץ ווייל עס איז צי רעכט פאר אים! אזא שטייגער ווי איינער זאל זאגן אז שרה פעלין איז צו לינק פאר מיר.

וואס איז דער מקור פון דעם?
ליין דורך זיין מצע און טרעף מיר א חילוק צווישן אים און ביבי, ער איז בפירוש מרכז, קעגן צוטיילן ירושלים, בעד די גושי התנחליות
דינסטאג מערץ 12, 2013 1:07 pm#96081
ממי_שאמרו האט געשריבן:ביבי האלט נישט ביים זיצן מיט אבו מאזן, און זיכער נישט געבן פאר די אראבער שטחים.
אלעס וואס ער האט געזאגט (ער האט נאר גערעדט, גארנישט געטוהן) איז זאגן אז ער וויל שלום און געבן שטחים, אבער....

לפיד האט אויך נאר גערעדט און גארנישט געטון...
הייסט זאגסט אז ביבי איז א פאלנער ליגנער איך בין מסכים מיט דיר... אבער מה נעשה, ער האלט אין איין זאגן אז ער וויל זיצן מיט אבו מאזן און צוריקגעבן שטחים
דינסטאג מערץ 12, 2013 1:08 pm#96082
ליין וואס ער האט געשריבן אלע יארן. זייער שטארק קעגן מתנחלים, קעגן התנחליות, און קעגן אז מ׳גיבט נישט צוריק קיין שטחים פאר די אומשולדיגע אראבער.

איך האב געברענגט א לינק פון זיין מצע דא אינעם אשכול, ער האלט זייער פון שטיצן אבו מאזן.

אדרבה, אפשר זאגסטו מיר די חילוק פון מרץ, עבודה?
זאג מיר מיט וואס ער איז אנדערש פון ציפי?
וואס איז בנט אנדערש פון ליכוד?
דינסטאג מערץ 12, 2013 1:08 pm#96083
סמעטענע האט געשריבן:
ממי_שאמרו האט געשריבן:ביבי האלט נישט ביים זיצן מיט אבו מאזן, און זיכער נישט געבן פאר די אראבער שטחים.
אלעס וואס ער האט געזאגט (ער האט נאר גערעדט, גארנישט געטוהן) איז זאגן אז ער וויל שלום און געבן שטחים, אבער....

לפיד האט אויך נאר גערעדט און גארנישט געטון...
הייסט זאגסט אז ביבי איז א פאלנער ליגנער איך בין מסכים מיט דיר... אבער מה נעשה, ער האלט אין איין זאגן אז ער וויל זיצן מיט אבו מאזן און צוריקגעבן שטחים


ווייל ער האט אבאמא אפן קאפ.
דינסטאג מערץ 12, 2013 1:29 pm#96096
ממי_שאמרו האט געשריבן:ליין וואס ער האט געשריבן אלע יארן. זייער שטארק קעגן מתנחלים, קעגן התנחליות, און קעגן אז מ׳גיבט נישט צוריק קיין שטחים פאר די אומשולדיגע אראבער.

איך האב געברענגט א לינק פון זיין מצע דא אינעם אשכול, ער האלט זייער פון שטיצן אבו מאזן.

אדרבה, אפשר זאגסטו מיר די חילוק פון מרץ, עבודה?
זאג מיר מיט וואס ער איז אנדערש פון ציפי?
וואס איז בנט אנדערש פון ליכוד?

ביבי האט אויך געשריבן און געזאגט אנדערש אלע יארן פון וואס ער זאגט און טוט יעצט, האסט דעמאנט די לחץ פון אובאמא וועל איך דיר געבן א דוגמה ווי דאס איז נישט רעלעוואנט, עסקת שליט, און פארגלייך דאס מיט וואס ער האט געשריבן ביי די עסקת ג'יבריל רג'וב, און בכלליות אלע יארן קעגן פיל קלענערע עסקאות ווי דעם

מרץ איז בעד זכות השיבה פאר די פאלעסטינער, עבודה איז קעגן, ציפי הייסט עס איז בעד חלוקת ירושלים,
דו פרעגט מיט וואס איז בנט אנדערש ווי ביבי, אדער ווי טייל אין ליכוד?
בנט איז קעגן א פאלעסטינער שטאט, בעד סיפוח שטחי C, נגד השבת פליטים גם בתוך שטחי A ו B
מיטוואך מערץ 13, 2013 9:44 am#96427
עס איז לעבעדיג אין א"י, נתניהו הרא געגעבען א אולטימטום פאר לפיד ביז 5 אזייגער, אויב בייגט ער זיך נישט גייט ער מיט די פרומע
מיטוואך מערץ 13, 2013 10:42 am#96441
לפיד זאגט שוין אז ער האט נישט מורא צו זיצן אין אופעזיציע.
מיטוואך מערץ 13, 2013 10:45 am#96444
סמעטענע, זייער גוט ארויסגעברענגט אין ראשי פרקים.
די מיליון דאלער פראגע איז וואס גייט בנט טוהן?
ער האט געשריבן אויף פעיסבוק אז ער גייט מיט לפיד, די שאלה צו זיינע מענטשן וועלן צו לאזן דאס צוטוהן ווייל לפיד דארף די חינוך
מיטוואך מערץ 13, 2013 11:41 am#96464
אן ארטיקעל וואס ברענגט ארויס דעם קאנפליקט איבער גיוס בני ישיבות אין א זעלטענער קלארער אופן ולענ"ד איז עס א "must read"

m http://www.algemeiner.com/2013/03/12/th ... i-bennett/ m
מיטוואך מערץ 13, 2013 1:57 pm#96529
ביבי זיך געבראכן פאר לפיד. שי פירון איז דער שר החינוך אין די נייע ממשלה וואס ווערט פארמירט אין מדינת ישראל. היינטיגן אווענט וועלן די פארטייען יש עתיד און הבית היהודי ענדגילטיג אונטערשרייבן די הסכמים אריינצוגיין אין די קאאליציע.
מיטוואך מערץ 13, 2013 1:59 pm#96531
זייער א שלעכטע קואליציה פאר די חרדים.
מיטוואך מערץ 13, 2013 2:03 pm#96535
דאס איז דאך נישט קיין נייעס. די שאלות השאלות איז ווילאנג אזא קאאליציע גייט אנהאלטן.
מיטוואך מערץ 13, 2013 2:29 pm#96553
מיין מיינונג, זיי קענען דאך דורכפירן ואס זיי ווילן אין די צייט וואס עס האלט יא אן.
ממי, פארוואס איז עס אזוי שלעכט פאר די חרדים, פשוט ווייל זיי זענען נישט אין די קאאליציע און מען דארף זיך נישט רעכענען מיט זיי בנוגע גיוס בני הישיבות אדער פאר זייער פאנדינג?
מיטוואך מערץ 13, 2013 2:52 pm#96576
פשוט ווייל שי פירון (דער נייע חינוך מיניסטער) עסט די חרדים לתיאבון, האט פיינט יעדע חרדי ווי עס גייט נאר.
ער גייט אפשפארן צענדליגע תלמידי תורה וישיבות ווייל זיי לערנען אין קאראוונס, און עס איז נישט סעיף.
ער גייט אפשטעלן יעדע מוסד וואס לערנט נישט די תוכנית הליבה זייער פאנדס.
ער גייט אפשטעלן די פאנדס פאר יעדע מוסד וואס האט נישט מער פון 30 פראצענט ספרדים.
עס איז כאילו לדוגמה אז יוסי בראך זאל זיצן מטעם די גאווערנמענט וויפיל געלט די זאלוינים זאלן באקומען פון די שטאט. נאר אסאך ערגער.
די חרדים האבן מער מורא פון שי פירון אין חינוך ווי לפיד אין אוצר.
מיטוואך מערץ 13, 2013 4:57 pm#96690
ממי ס'איז א נחת צו ליינען דיינע אנאליזן
מיטוואך מערץ 13, 2013 5:19 pm#96700
הער אויף אנזייען פאניק, פירון איז א רעליגיעזער מענטש, א רב, יא, ער וועט אויסמענטשלען די חרדים, יא, ער וועט פארשפארן קאראוואנען-מוסדות, און יא, וועט אריינברענגען די נארישע ווארט "סעיפטי" אין חרדישע מוסדות. העכסטנס וועלן אין ארץ ישראל אויך די קינדער אהיימקומען זאגן היינט האבן מיר געהאט פליישיגס וועגן עס איז געווען א נעספעקטער. היינט האבן מיר געלערנט אין די רבי שליט"א דיינינג רום און נישט אין די קאראוואן, היינט האט מען גערייניגט די חדר, היינט האט מען געלייגט טישוס אנשטאט האנטוכער, היינט האט דער רבי אוועקגעלייגט די שטעקן, ווייל עס איז געווען א אינספעקטאר.
מיטוואך מערץ 13, 2013 5:35 pm#96710
מי שאמרו האט זיך נישט אזוי גוט אויסגעדרוקט, ער האט נישט געמיינט די סעפטי פון די קינדער, נאר די סעפטי פון די מוסדות. אז מוסדות וועלן אויפהערן ערהאלטן געלט שטיצע איז די מוסד נישט "סעיף" אז ס'וועט אנהאלטן...

תכלית, סעיפטי פון די קינדער הער איך נאך, אבער אפשר זאגסטו מיר צו וואס מ'זאל געברויכן לערנען די תוכנית הליב"ה מיט די קינדער? דאס איז אויך פאר זייער סעפטי אדער דאס איז שוין סתם אויפצובויען א לאומיות?
מיטוואך מערץ 13, 2013 6:00 pm#96721
און יעצט, נאכדעם וואס ש"ס און יהדות התורה מאכן זיך באקוועם אויף די אפאזיציע בענקלעך, איז ערווארטעט דאס ריכטיגע.
דאס ליידיגע צייט וואס די ערוועלטע וועלן פארמאגן וועט אונז שאפן אסאך העדליינס. אנגעהויבן מיט ש"ס ווי מ'וועט זיך רייסן ביי די קעפ ווער ס'זאל זיין דער קאפ (יו"ר). דערנאך צו יהדות התורה ווי די נציגים וועלן האבן אסאך צייט זיך אפצוגעבן מיט אינערליכע רייבערייען ביי די לאקאלע בחירות וואס וועלן פארקומען קומענדיגן ווינטער.
מיטוואך מערץ 13, 2013 6:28 pm#96740
מיין מיינונג האט געשריבן:און יעצט, נאכדעם וואס ש"ס און יהדות התורה מאכן זיך באקוועם אויף די אפאזיציע בענקלעך, איז ערווארטעט דאס ריכטיגע.
דאס ליידיגע צייט וואס די ערוועלטע וועלן פארמאגן וועט אונז שאפן אסאך העדליינס. אנגעהויבן מיט ש"ס ווי מ'וועט זיך רייסן ביי די קעפ ווער ס'זאל זיין דער קאפ (יו"ר). דערנאך צו יהדות התורה ווי די נציגים וועלן האבן אסאך צייט זיך אפצוגעבן מיט אינערליכע רייבערייען ביי די לאקאלע בחירות וואס וועלן פארקומען קומענדיגן ווינטער.

מ'רייסט זיך שוין, דרעי האט פריער געזאגט פארן צווייטען קאנאל (ערוץ 2) אז אלץ איז געשעהן ווייל ער איז געוועהן נאר מספר 2 און נישט יו"ר..
מיטוואך מערץ 13, 2013 6:42 pm#96749
קופירניקוס, אין ארץ ישראל, יעדע מוסד וואס נעמט געלט פון די רעגירונג האט אפאר מאהל א יאר אן אינספעקטאר, און עס איז אסאך שטרענגער פון מחנה רב טוב אינספעקטארס.
נאך א וויכטיגע טעות, דארט איז נישט דא קיין לאנטש פראגראמען פאר די היימישן עולם, יעדער גייט אהיים עסן לאנטש. במילא איז נישט שייך צו פארבעסערן די לאנטש.
די חילוק איז, אז אין די הלכות וואס די ממשלה האט געשריבן אין מנחם בעגינ׳ס צייטן וועלכע מוסד קען באקומען געלט פון די רעגירונג אפילו עס איז נישט אינגאנצן אינטער די רעגירונג. דארט שטייט אלע סעיפטי זאכן וועלכע דארף זיין, אבער איבעראל שטייט מבנה (ד.מ. בילדונג), און דער שר החינוך גייט זאגן אז עס איז נישט א מבנה נאר א קאראוואן, במילא קען ער נישט באקומען קיין געלט. און אזוי ווייטער אזעלכע תורות אויב וועט שי פירון ווערן שר החינוך.

נאך א זאך א דוגמה, ש״ס האט געמאכט אן אפמאך מיט׳ן פאריגן שר החינוך, אז זיי גייען לערנען אין זייערע מוסדות ענגליש מיט חשבון, און די מדינה קריכט אראפ פון זיי בנוגע די איבעריגע חלק פון ליבה. און די הסכם גייט שוין אן פאר כמעט 4 יאר. שי פירון גייט דאס מבטל זיין.
מיטוואך מערץ 13, 2013 8:38 pm#96811
נישט לפיד און נישט פיראן זענין שונאי ישראל זיי וויללן אויסמענטשלין די חרדים וואס ווילען נעמען געלד פון די רעיגירונג און גארנישט צוריקגעבין. פארפאלן זיי האבן א נקידה און אונז אין עמריקא זענן אויך נישט פארזיכערט נאך אביסל די מידיא רידערט זענען מיר אויף צרות צרירות
מיטוואך מערץ 13, 2013 8:56 pm#96816
עסן, דו שטעלסט זיך פאר, אדער דו האסט זיי שוין געהערט רעדן אויף טעלעוועזיע און ראדיא און בכלל אינטערוואוס? אדער דו געדענקסט נאך יאיר ווען ער האט געשריבן אין ידיעות?

ווייל למשל אז רבנים זאלן נישט זיין די איינציגסטע וועלכע קענען מסדר קידושין זיין,
אדער אז יעדע גוי וועלכע זאגט אז ער האט ליב מדינת ישראל נישט תורת ישראל זאל קענען ווערן א איד כדת,
די צוויי דוגמאות האט צוטוהן מיט אויסמענטשלן חרדים כלשונך?? איך קען דיר געבן נאך, אבער קודם ענטפער די צוויי.
מיטוואך מערץ 13, 2013 8:58 pm#96819
כהאב גיהערט לפיד ווי ער רעדט אין א פרומע קאלידזש און זיינע חברי כנסת זענען א שיינע טהייל פרומע.
יא עס איז א גרויסע פראבלעמם אז זיי ווילען א דעמאקראטישע מדינה אבער איך פארשטיי זיי
מיטוואך מערץ 13, 2013 9:05 pm#96820
די פראגע איז וואס דו רופסט פרום...

סייווי אזוי איז ער קלאר געלאפן אויף א פארטפעל פון אנטי חרדים, זיין ערשטע קאמפיין לאזונג איז געווען: איפה הכסף?! וואו אהין דאס געלט פון די מדינה גייט, געצילט
קעגן די געלטער וואס גייט פאר די חרדים יערליך.

לגבי דיין טענה אז די מדינה האט גארנישט פון די חרדים איז טאקע אמת, אבער דאס מאכט נאכנישט לפיד פאר א אוהב חרדים. בכללו של דבר איז דאס אוממעגליך צו טוישן, און לפיד ווייסט דאס גאנץ גוט. ער קען אבער באשטיין אונטערצוהאקן די פיסלעך פאר די חרדים. גלייב מיר, ווען ס'זאל זיך מאכן א סינעריא אז די גדויילים פון ירושלים און בני ברק באשליסן אז ס'איז עת לעשות לה' הפרו, און מ'מעג יא גיין אין מיליטער כדי מ'זאל גארנישט שניידן פון די תקציבים, וואלט לפיד געווען פונקט אזוי אומצופרידן. אים גייט נישט אן קיין מיליטער, קיין חינוך, גארנישט. ער וויל די חרדים אויפעסן.

וועגן די פאר קאפל-טראגערס פון זיין פארטיי קוק אביסל נאך זייער היסטאריע צו זען אז דא רעדט מען פון אדער רעפארמער אדער סתם קלים וריקים אויבערחכמים מתוך המחנה.
מיטוואך מערץ 13, 2013 9:08 pm#96821
מיין מיינונג, אמת ויציב יעדעס ווארט. זייער קלאר און שיין ארויסגעברענגט. איך האב נישט וואס צוצולייגן.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:46 am#96973
ממי_שאמרו האט געשריבן:מיין מיינונג, אמת ויציב יעדעס ווארט. זייער קלאר און שיין ארויסגעברענגט. איך האב נישט וואס צוצולייגן.

נאר דאסס דארף איך צו לייגען אז ביסט בכלל נישט גערעכט אז די פרומע לייגען נישט צו צום מדינה, גייען טאקע נישט אין מיליטער אבער צאלען מסים אין גרויסן..
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 10:03 am#96994
ווידער אמאל לעבעדיג ביים אויפשטעלן די קאליציא, ממש אויפן לעצצטע מינוט, די חבר'ה פון בית היהודי זענען נישט אנגעקומען צו א מיטיניג מיט די ליכוד, זיי וארטן שוין דארט אפאר גיטע שעות
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 10:53 am#97004
טעפל, זיי צאלן נישט קיין מס (דאס הייסט געלט פאר די רעגירונג פון די געלט וואס זיי מאכן).
אבער מע״מ (שטייער פאר יעדע זאך וואס מ׳קויפט) צאלן זיי אינגרויסן מער פון א פרייע.
די פרימע האבן א שטוב פון 12 קינדער און די פרייע פון 2, די פרומע איד צאלט 6 מאהל מע״מ פון עסן, טרינקן, קליידער, שיך, שפעטער קומט דירות וואס זיי אלע קויפן, און אזוי ווייטער און ווייטער. דאס גיבט פאר די רעגירונג די זעלבע געלט ווי דער פרייע גיבט.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:45 pm#97028
מיין מיינונג האט געשריבן:מי שאמרו האט זיך נישט אזוי גוט אויסגעדרוקט, ער האט נישט געמיינט די סעפטי פון די קינדער, נאר די סעפטי פון די מוסדות. אז מוסדות וועלן אויפהערן ערהאלטן געלט שטיצע איז די מוסד נישט "סעיף" אז ס'וועט אנהאלטן...

תכלית, סעיפטי פון די קינדער הער איך נאך, אבער אפשר זאגסטו מיר צו וואס מ'זאל געברויכן לערנען די תוכנית הליב"ה מיט די קינדער? דאס איז אויך פאר זייער סעפטי אדער דאס איז שוין סתם אויפצובויען א לאומיות?

די תכנית הליב"ה איז אן אויפטוה אז ווען די קינדער וועלן אויפוואקסן אי"ה זאלן זיי קענען אויספילן אן אפליקעישן פאר מעדיקעיד און פוד סטעמפס. אדער, ווען זיי וועלן גיין קויפן א הוט זאלן זיי קענען שרייבון א טשעק.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:46 pm#97030
צוויי זיסע טוויטס פון יוסי אליטוב און אריה ארליך (משפחה)

@yoelituv: כשרואים את המראות ושומעים את הקולות, בש״ס כמובן, נזכרים בפסוקי הקינות על עיר האלוקים המושפלת עד שאול תחתיה. סיום הש״ס, ערב פסח תשע״ג.

@aryeweber: היוהרה ועונשה: שיחת טלפון קצרה בזמן הנכון - והכל נראה היה אחרת. אבל מישהו חשב להשפיל - ויצא התלמיד המוכה של הכיתה. מוסר השכל.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:50 pm#97031
בערל לאמיר נישט אריינגיין יעצט אין דעם צי ליב"ה איז גוט צי נישט. לאמיר זיך נאר פארשטעלן ווען די אמעריקאנער גאווערמענט פארלאנגט ווען אז זיי ווילן פארהערן אונזערע קינדער ענגליש, און זיי ווילן איינטיילן וואספארא לימודים צו לערנען ביי ענגליש, וואלט דא פונקט אזוי ענטשטאנען אן איבערקערניש. דאס איז דער איד, ער איז אפגעטיילט, ער איז באזונדער, ער וויל נישט דער גוי/ציוני זאל זיך אין זיינע לימודים אריינמישן.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:57 pm#97034
די אמעריקאנער רעגירונג (און אויך די איזרעלי רעגירונג) דערווארט נישט צו מאכן קאלעדזש פראפעסארן פון די חסידישע קינדער אין ת"ת. זיי ווילן נאר מ'זאל לערנען בעיסיקס. וכבר הי' לעולמים. אין מאנטריאל, קענעדע האט די רעגירונג זיך פרובירט צו מישן וויפיל מ'זאל לערנען לימודי חול. און די סאטמאר מוסדות האבן זיי גענומען אין קאורט און מען האט געוואונען, ב"ה.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:11 pm#97035
מאכסט נאר שטערקער מיינע ווערטער. מאנטריאל יוכיח אז אידן לאזן זיך נישט פון קיין רעגירונגן וואס ווילן זיך מישן אינעם סדר הלימודים.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:04 pm#97059
דאס ווען הערצל און זאב זבוטינסקי זענען געבוירן געווארן וכו' גייט מיר העלפן באקומען וועלכע דעגרי?
איך זעה נאך נישט, און איך זעה פארקערט, אז רוב רובו פון די עשירים אין די וועלט האבן דייקא נישט קיין קאלעדש דעגרי און אדורך דעם האבן זיי געמאכט זייער גאנצע געלט.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:29 pm#97072
צוריק צום קאאליציע.

עני אפדעידס וואס טוט זיך דארט?
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:02 pm#97181
עס איז אומאינטערעסאנט צו באריכטן מינוט טו מינוט אפדעיטס. זאכן טוישן זיך דארט שנעלער ווי דו טוישט אונטערוועש. מ'מוז ווארטן ווילאנג זאכן קלארן זיך אויס און הערשט דערנאך קען מען באריכטן.

*

אז דו ווילסט דווקא, נאדיר. יעצט כרגע איז שוין אלעס ווייטער אויף האלד. טראץ דעם וואס היינט נאכט האט שוין געזאלט זיין דער ענדגילטיגער חתימה פון אלע פארטייען. וואס מ'שלאגט זיך בעסיקלי איז אויף א נארישער טיטל, ווער עס זאל הייסן "סגן ראש הממשלה". יש עתיד און הבית היהודי פארלאנגן ביידע דעם טיטל. דערווייל האלט זיך נישט ליכוד ביים ברעכן.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:12 pm#97186
מיין מיינונג האט געשריבן:עס איז אומאינטערעסאנט צו באריכטן מינוט טו מינוט אפדעיטס. זאכן טוישן זיך דארט שנעלער ווי דו טוישט אונטערוועש. מ'מוז ווארטן ווילאנג זאכן קלארן זיך אויס און הערשט דערנאך קען מען באריכטן.

*

אז דו ווילסט דווקא, נאדיר. יעצט כרגע איז שוין אלעס ווייטער אויף האלד. טראץ דעם וואס היינט נאכט האט שוין געזאלט זיין דער ענדגילטיגער חתימה פון אלע פארטייען. וואס מ'שלאגט זיך בעסיקלי איז אויף א נארישער טיטל, ווער עס זאל הייסן "סגן ראש הממשלה". יש עתיד און הבית היהודי פארלאנגן ביידע דעם טיטל. דערווייל האלט זיך נישט ליכוד ביים ברעכן.

I heard that bibys wife mixed in & she has some grudge against LAPID lol !
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 7:37 pm#97200
gehlungen האט געשריבן:
מיין מיינונג האט געשריבן:עס איז אומאינטערעסאנט צו באריכטן מינוט טו מינוט אפדעיטס. זאכן טוישן זיך דארט שנעלער ווי דו טוישט אונטערוועש. מ'מוז ווארטן ווילאנג זאכן קלארן זיך אויס און הערשט דערנאך קען מען באריכטן.

*

אז דו ווילסט דווקא, נאדיר. יעצט כרגע איז שוין אלעס ווייטער אויף האלד. טראץ דעם וואס היינט נאכט האט שוין געזאלט זיין דער ענדגילטיגער חתימה פון אלע פארטייען. וואס מ'שלאגט זיך בעסיקלי איז אויף א נארישער טיטל, ווער עס זאל הייסן "סגן ראש הממשלה". יש עתיד און הבית היהודי פארלאנגן ביידע דעם טיטל. דערווייל האלט זיך נישט ליכוד ביים ברעכן.

I heard that bibys wife mixed in & she has some grudge against LAPID lol !


Lol