Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • יש עתיד: מיר גייען נישט זיצן אין א רעגירונג מיט די חרדים!

קאווע שטיבל • יש עתיד: מיר גייען נישט זיצן אין א רעגירונג מיט די חרדים!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
131 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3075
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 6:24 pm#91486
יש עתיד: מיר גייען נישט זיצן אין א רעגירונג מיט די חרדים!
די זאך איז ווארשיינליך פארטיג. ביבי נתניהו גרייט זיך אויפצושטעלן זיין דריטע רעגירונג אויף א קאאליציע מיט די בנט-לפיד פארבאנד, און לאזט די חרדים אינדערויסן.

די רעזולטאטן וואס אזא קאאליציע ברענגט מיט זיך מיט זענען א געוואלד. קודם כל קומט א פעסטע גיוס בני הישיבות פלאן, און א שטורעמישע מערכה מצד גאנץ כלל ישראל דערקעגן וואס היות זיי זענען נישט אין די קאאליציע האבן זיי נישט קיין פראבלעם זיך צו שלאגן ווי די קנאים דערקעגן; ביבי'ס שטארקייט אלס ראש הממשלה וועט זיין היבש וואקעלדיג היות די לפיד-בנט פארבאנד האבן א שיינעם צאל דעפוטאטן צו קענען מאכן אינערליכע געוואלדטאטן אינערהאלב די קאאליציע קעגן די 'ליכוד' פארטיי; די חרדים וועלן זיך נוקם זיין אין נפתלי בנט מיטן שטומען מיט די לינקע פארטייען אויף התנחליות אנגעלעגנהייטן, וואס איז דער יסוד קיום פון די 'בית היהודי' פארטיי; שטארקע שניטן אין סאציאלע רעגירונגס הילף פאר משפחות מיט אסאך קינדער, וואס עפעקטירט בעיקר די חרדים; עס וועלן קומען גרויסע גראבע שניטן אין די רעגירונגס פאנדן פאר ישיבות און כוללים, עס וועט זיך שוין באלד נישט לוינען צו נעמען געלט נאר ענדערש זיך אנשליסן אין 'קרן הצלה'..

ביבי נתניהו זעלבסט איז שטארק אומצעפרידן מיט דעם געשטעל פון זיין נייע קאאליציע, אבער איז אבער אפציע-לאז היות די בנט-לפיד פארבאנד האט זיך נישט געהאלטן ביים ברעכן פאר גארנישט, און מיט די חרדים אליינס האט ער נישט געהאט קיין רעגירונג. ווייטער גיין אויף פרישע בחירות, ווי דער געזעץ לויטעט אויב קען מען נישט צוזאמשטעלן א קאאליציע ביז 60 טאג, איז ביבי אויך נישט גרייט, אלזא איז ער געבליבן מיט די קאאליציע פון בנט-לפיד-ליבני-ליכוד.

ביבי'ס נייע שותף, אביגדור (איווט) ליבערמאן האט היינט צופרי אין א ראדיו אונטערוויו געזאגט אז ער וויל נאך יא זען די חרדים אין רעגירונג. אבער יעצט אויפדערנאכט איז פארגעקומען א זיצונג צווישן די פארהאנדלער פון 'יש עתיד' און 'ליכוד' ווי יש עתיד האט דערקלערט אז זיי ווילן נישט זען די חרדים אין די נייע רעגירונג.
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 6:27 pm#91487
פארוואס איז בענעט מיט דעם עוכר לפיד?
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 6:30 pm#91490
ווייל ביבי האט אים נישט אנגעקוקט אנפאנג, האט ער געדארפט זיך צושטעלן מיט לפיד בבחינת שמור לי ואשמור לך
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 6:39 pm#91494
דא שרייבט ער אז עס איז געבליבען אז די חרדים גייען און די אופוזיציה
לדעתי און א יאר ארום איז דא נאך אמאל וואלען און בעסטע פאל וועט עס זיין א יאר איך גלייב אז נאך ווייניגער אפי'
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 6:43 pm#91497
דא ליגט שוין טיף פאליטיק. בנט איז אמאל געווען הויפט משב"ק ביי ביבי, און ער האט זיך צופראסקעט מיט רעבעצין שרה. זינט דעמאלס זענען זיי אויף מעסער שטעך. אלזא דער נפתלי האט מורא געהאט אז מיט זיינע 12 מאנדאטן וועט מען אים ווארפן צו די הונט און מאכן א יד אחת מיט די חרדים און יש עתיד, האט ער זיך געשאפן א פארבאנד מיט לפיד'ן, וואס באמת גערעדט זענען זיי אידילאגיש געשטימט הונדערט פראצענט, זיי האבן נאר אפאר חוצונית'דיגע חילוקים. (איך רעד פון די פערזענליכקייטן, נישט פון די פארטייען)
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 6:47 pm#91501
פארוואס האט ביבי אזוי שטארק לכתחילה יא געוואלט האבן די חרדים??
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 6:50 pm#91504
ווייל די חרדים מאכן א רעגירונג זייער סטאביל. זיי האבן 3 אישוי'ס, און איינמאל מ'געט זיי נאך די דריי אישוי'ס גייט זיי גארנישט עפעס אנדערש נישט אן. די 3 אישוי'ס זענען געלט, געלט און געלט. איינמאל מ'זאגט צו געלט פאר די ישיבות און כוללים זיצן די חרדים אין די רעגירונג און מ'הערט נישט קיין מוק פון זיי. משא"כ די אנדערע פארטייען, לאמיר זאגן ציפי ליבני'ס 'תנועה' פארטיי, אויב מאכט ביבי די מינדערסטע צו שטארק "רעכטע" מאוו וועלן זיי ארויסלויפן פון די רעגירונג, ווייטער די מפד"ל'ס 'הבית היהודי' וועט ארויסלויפן טאמער פארשפארט מען איין זידלונג אפילו עס האט נאר 6 הייזער אויף זיך.
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 6:51 pm#91505
ווייל מיט די חרדים איז די גרינגסטע צו דילען, זיי האבען די פאר זאכען וואס זיי דארפען און חוץ פון דעים זענען זיי גוט סטראשענען נישט יעדען טאג אז זיי גייען ארויס
מיין מיינונג האקט זאגט זייער גוט
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 6:53 pm#91507
נאך א נקודה וואס איז נישט דערמאנט געווארן דא איז אז ביבי טראסט נישט לפיד. (איך אויך נישט). לפיד וועט ווארטן ביז ער ווערט די מערסטע פאפולער וואס נאר שייך און דערנאך וועט ער ער צו ווארפן די רעגירונג דורכ'ן ארויסגיין פון די קאאליציע און אזוי ארום ווערן ראש ממשלה ביי די קומענדיגע בחירות.
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 6:57 pm#91509
מיין מיינונג האט געשריבן:האט ער זיך געשאפן א פארבאנד מיט לפיד'ן, וואס באמת גערעדט זענען זיי אידילאגיש געשטימט הונדערט פראצענט, זיי האבן נאר אפאר חוצונית'דיגע חילוקים. (איך רעד פון די פערזענליכקייטן, נישט פון די פארטייען)


דו ביסט אויפן קאפ געפאלן? לפיד איז געווען פון די גרעסטע תומכים פונעם התנתקות.
לפיד איז גרייט נאך היינט צוריקצוגעבן שטחים פאר די מוחמד אבעס- אבו מאזן.
לפיד וויל געי חתונת אין אר"י, א זאך וואס בענעט איז שטארק קעגן דעם אלס א דתי
לפיד איז א גרויסע חסיד פון שתי מדינות לשני עמים, א זאך וואס בענעט איז גאר שארף קעגן דעם.
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 7:03 pm#91513
If Prime Minister Binyamin Netanyahu cannot complete the task of forming a coalition by the March 16 deadline, US President Barack Obama will cancel his March 20 visit to Israel, Channel 10 quoted American officials as saying on Thursday.
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 7:04 pm#91515
דערווייל איז נאך דער קאפ אויף מיר נישט געפאלן. איך זאג איבער דעם סטעיטמענט אז אידעלאגיש זענען די צוויי גאר אייניג. די טענות וואס דו האסט געברענגט זענען פיין און וואויל כלפי די דיפרענצן פון די צוויי פארטייען, נישט פון די פערזענליכקייט.

און אז מ'רעדט שוין לאמיר דיך עפעס מסביר זיין. לפיד איז נישט קיין רעכטער און נישט קיין לינקער. ער איז גארנישט אויסער א צייטונג שרייבער און שונא דת (ניטאמאל א פאליטישען איז ער). ממילא צו זאגן אז ער איז שטארק פאר דעם געדאנק פון שני מדינות לשני העמים, ווען ער האט דאס נאך ניטאמאל געהאט ווען און וואו דאס צו פראקטיצירן, עס האט ס"ה אזוי משמע געווען פון אן ארטיקל וואס ער האט אפגעשריבן, איז נישט גערעכט.

מארק מיי ווארד'ס:
בנט גייט נאך צושפליטערן די דתיים לאומים מיט זיינע מיינונגן און שיטות.
לפיד האט קיין שום מיינונג איבער מדיניות (ד.ה. שלום מיט אראבער, התנחלות וכו'), ער וועט שפילן לויט וועלכע זייט ס'פידל גייט זינגן.

און אגב, איך ווייס נישט צי דו ווייסט ווי שטארק "דתי" בנט איז, דאס אז ער וואוינט מיט א גויטע להלכה יוכיח.
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 7:08 pm#91519
איך רעד און איך ברענג עס פון זיין אפיצעלע מצע:
m http://yeshatid.org.il/programmes/full_platform/ m

ליין עס, און זאג מיר אויב לפיד אדער עני רעכטער קען אינטערשרייבן אויף דעם. זיי זענען אזוי ווייט אידאלאגיש ווי מיר מיט מיין שוויגער
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 7:13 pm#91523
דער חילוק איז אבער אז דו מיט דיין שוויגער האבן נישט חתונה געהאט, און לפיד מיט בנט יא. דאס זאגט שוין אסאך.

גראדע האט בנט אליינס געזאגט די וואך אז די סיבה פון דעם שידוך זיינעם מיט לפיד איז ווייל אזוי וועט אים לפיד העלפן וואטשן אז ירושלים זאל נישט ווערן צוטיילט.
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 7:14 pm#91524
מיין מיינונג האט געשריבן:דער חילוק איז אבער אז דו מיט דיין שוויגער האבן נישט חתונה געהאט, און לפיד מיט בנט יא.

פריער שרייבסטע אז ער וואוינט מיט א גויטע?!
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 7:15 pm#91525
לפיד וויל טאקע נישט צוריקגעבן ירושלים, אבער אלע קליינע התנחליות (נישט די גושי התנחלות, נאר התנחליות בודדות ומאחזים)וויל ער יא
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 7:18 pm#91528
ווי אזוי איז זי געווארן א גויטע? ווייל זי איז פריי? אגב זי איז א שומרת שבת וטהרת המשפחה (איך נעם עס פון איר אינטערוואו).

אדער אפשר איז זי א גויטע ווייל זי רעדט עיברית? גיי ווייס
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 7:26 pm#91530
גילת בנט, א גויטע? מה פתאום?
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 7:28 pm#91531
אפשר ווייל זי גייט מיט דענים?
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:03 pm#91545
די בעסטע זאך איז אז די פרומע זענען אינדרויסן, סיי פאר די פרומע און סיי פאר די פרייע.
די פרומע וועלן אסאך מער אויפטוען, אויב ארבעטן זיי פון אינערהאלב די פרייע פארטייען, וואו אין ליכוד אדער עבודה וואו עס שמעקט זיי בעסער, איינמאל עס וועלן זיין זייער אסאך פרומע אין די צוויי פארטייען, וועלן זיי זיך מוזן אסאך מער רעכענען מיט די פרומע, וואו אויך וועלן די פרומע קענען אריינשטעלן אין די פריימעריז זייערע קאנדידאטן.

אויב אין אמעריקע קען אזא פאליטיק ארבעטן, און עס איז נישטא קיין פרומע פארטיי דארט, קען עס אין ארץ ישראל פונקט אזוי און נאך אסאך בעסער ארבעטן, וויבאלד ס'איז א קלענערע לאנד, מיט א קלענער באפעלקערונג.
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:46 pm#91552
משה גרילאק האט דאס אמאל געשריבן אין משפחה, מ׳האט אים שיעור גע׳ממית׳ט דערפאר. און דאס איז געווען איינע פון די הויפט סיבות פאר די ליטווישע רבנים חרם אויף משפחה.
ער האט געשריבן וואס יעדער טראכט.
אגב אינעם אינטערוואו פון הרב פארווארסקי אין בקהילה איז געשטאנען די זעלבע. בקהילה האט זיך געדארפט מתנצל זיין דערויף און געלאזט לויפן 3 וואכן ארטיקלן פארוואס די היימישע פארטייען זענען יא גוט.
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:55 pm#91556
יידל האט געשריבן:נאך א נקודה וואס איז נישט דערמאנט געווארן דא איז אז ביבי טראסט נישט לפיד. (איך אויך נישט). לפיד וועט ווארטן ביז ער ווערט די מערסטע פאפולער וואס נאר שייך און דערנאך וועט ער ער צו ווארפן די רעגירונג דורכ'ן ארויסגיין פון די קאאליציע און אזוי ארום ווערן ראש ממשלה ביי די קומענדיגע בחירות.

דער נקודה איז שייך ביי יעדע שמאלע קאאליציע, לאו דוקא לפיד און בנט, ווען דער קאאליציע איז שמאל האבן די קאליציע פארטייען א גרינגערע פעלד צי צו ווארפן די רעגירונג. ממילא זיכט ביבי צו צוזאמשטעלן די גרעסטע קאאליציע וואס איז שייך, הגם זעכציג בענקלעך איז אים גענוג.
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:57 pm#91559
צ״ל, איין אין זעכציג
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:00 pm#91560
גערעכט
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:21 pm#91565
יוסי אליטוב שרייבט אויף טוויטער: הקרב כעת הוא על הפרידה: ביבי הזמין הערב את שלישיית הנהגת ש״ס לביתו. הם סירבו בנימוס. מהלילה, הימין והחרדים בקרב גירושין מכוער. הברית מתה.

אין אנדערע ווערטער עס קומט א מלחמה ראש בראש צווישן די חרדים און ביבי. ביז היינט פלעגן די חרדים הייסן זיינע נאטורליכע שותפים, אבער ווארשיינליך איז עס פארטיג.
מיטוואך מערץ 06, 2013 11:27 am#93608
ממי שאמרו אנהייב טאג האב איך דיר חושד געוועהן אלץ רמב"ם, יעצט גיי איך אריבער אופן מיינד אז דו ביסט באמת "ביבי".. פון קענסטו אזוי גוט די מהלכים??
מיטוואך מערץ 06, 2013 12:25 pm#93631
לפיד לא מעוניין באוצר (את האמת כי אין לו כישורים לכך ויעשה את העבודה גרוע) ומעביר אותו בכיף לבנט
מיטוואך מערץ 06, 2013 12:35 pm#93639
ממי_שאמרו האט געשריבן:שלי איז גוט פאר די חרדים אין אלע הינזיכטן. כמעט א מושלמת

נישט דא קיין שאנס אז ביבי וועט איינגיין אויף אירע תנאים, שלי וועט פארוואדלען מדינת ישראל אין א צווייטער ווענעזועלה, מיטן איינציגן חילוק אז ישראל האט נישט קיין אויל און דער עסק וועט שנעל קראכן
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:00 pm#93654
סמעטענע האט געשריבן:לפיד לא מעוניין באוצר (את האמת כי אין לו כישורים לכך ויעשה את העבודה גרוע) ומעביר אותו בכיף לבנט


אבל אין לו ברירה, חוץ הוא לא מקבל.
אני מתחיל להאמין שלפיד קורא את קאווע שטיבל, בהתחלה הוא גם הסכים או אוצר או חוץ, אחרי שכתבתי למה האוצר יהיה לו לרועץ, פתאום הוא לא רוצה...
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:08 pm#93663
בפרסום המקורי בידיעות של אתמול כבר דווח שהוא לא מעוניין באוצר
מיטוואך מערץ 06, 2013 9:28 pm#93992
ישראל היום פון מארגן אינדערפרי (3 שעה ארום אין ארץ ישראל):

לא בדיוק פוליטיקה חדשה
מתי טוכפלד // 7.3.13
בשעה שלוש וחצי בלילה רטטו המכשירים הסלולריים של חברי צוות המו"מ מטעם הליכוד ביתנו, בשעה שנמו שנת ישרים במיטותיהם. ההודעה: צוות המו"מ של יש עתיד מבטל את הפגישה שתוכננה. לא ברור מדוע קפצה הבהילות הזאת על אנשי לפיד ומדוע לא המתינו עד שעה סבירה יותר בבוקר כדי לבשר על העניין, אולם ברור מדוע יזמו משבר: לפיד רוצה את החוץ ומסרב לאוצר.

הבעיה של לפיד היא שהוא לא יכול לומר זאת. מאבק על תיקים ותפקידים זה לא בדיוק פוליטיקה חדשה. תיק החוץ הוא תיק נוצץ ומפתה. אי אפשר להיכשל בו. תיק האוצר לעומת זאת הוא מלכודת מוות. כמעט אי אפשר להצליח בו. לפיד פוחד להתקרב אליו.
לכן הוא העדיף לעטוף את המשבר בנושא אידיאולוגי לכאורה, למשל, מספר השרים המכהנים בממשלה. ואולם גם פה הוא נתקל בכשל לוגי. אם ממשלה גדולה פירושה בזבוז כסף, כלומר שהנושא התקציבי בראש מעייניו עד כדי כך שעל זה הוא מוכן לפוצץ את המו"מ, שוב יש לשאול: מדוע אם כן לא ייטול את האוצר?
עדיין קשה להעריך בנקודת זמן זו אם הסדקים שהתגלעו אתמול בברית המקודשת בין לפיד לבנט יביאו בסופו של דבר להפרתה, אולם כבר עכשיו ברור כי מדובר בהתפתחות טבעית שהיה זה רק עניין של זמן לחשיפתה לעין כל. יש לשתי המפלגות הללו אינטרסים כל כך מנוגדים, שמה שהתגלה אתמול זה רק ההתחלה. חברי הבית היהודי יכולים אולי לחיות עם חוק גיוס דרקוני ועם צמצום סמכותם של שירותי הדת, אולם תחבורה ציבורית בשבת, נישואים אזרחיים והתערבות במערך הגיור, הם כבר חציית קווים מבחינת כמה מהם.
ויש גם עניין התיקים. מספר התיקים הקטן שדורש לפיד יפגע בתוכניותיו של בנט למנות שלושה שרים ממפלגתו מלבדו.
הרב בן דהן היה מראשוני המזדעקים נגד דרישות יש עתיד בנושא התחבורה הציבורית והגיור. במקרה או שלא, בן דהן מועמד לתפקיד שר. אבל אף אחד לא מדבר על תיקים. רק אידיאולוגיה.
דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:57 am#94116
ממי שאמרו, דיין אנאליז איז סופער. ממש ווי א פרשן בכיר אין א גרויסע צייטונג אין די מדינה.

*

היינט האט נפתלי בנט ארויסגעגעבן א קליפ ווי ער אפעלירט צו זיינע "אחים החרדים" צו אראפנידערן די שנאה טענער קעגן אים און זיין פארטיי, זאגענדיג אז ער וועט היטן אויפן עולם התורה אז זי זאל נישט פארשוועכט ווערן.
עס דארף צוגעצייכענט ווערן א שטארקע נקודה לטובת בנט, ווי קלוג און פאליטיש זיינע שטיקלעך זענען מאנאווירט. בנט זאגט אז די נייע פלאן וואס ער האט אויף גיוס בני הישיבות, רעדט זיך בכלל נישט פון גיוס בכפי', ס'הייסט נעמען בחורים אין מיליטער מיט געוואלד דורכן ארעסטירן אדער אראפשיקן מחנות פאליציי אויפפיקן די בחורים. זיין פלאן לויטעט נאר אז ער וועט ארויפלייגן שרעקליכע געלט סאנקציעס אויף די ישיבות אויב וועלן זיי נישט מגייס זיין די בחורים. אויף אזא פלאן קענען שוין נישט די חרדים אזוי פארפירן כלפי חוץ, ווייל אויב פארשטייסטו אז דו דארפסט נישט מגייס זיין דיינע בחורים און מיט דעם העלפן די מדינה, פארוואס איז די מדינה מחויב דיר צו העלפן מיט געלט שטיצע?! דער טאקטיק איז זייער א קלוגער און שטעלט די פרומע פארטייען אין א ערענסטע דילעמא וויאזוי דאס צו עסן.

ביני לביני איז נישטא עפעס קיין ספעציעלע פארשריט אויפן פראנט פון גרונדן א קאאליציע, דערווייל זענען אלע צדדים פארנומען מיטן ארויסשיסן ספינס איינס אויפן צווייטן. ביז א וואך מוז ביבי ארויפקומען צום נשיא מיט א קאאליציע, אז נישט וועט זיין בחירות חוזרות. די סיבה פארוואס ביבי יאגט זיך נישט אזוי איז ווייל די ש"ס'ניקעס פארקויפן אים אז זיי לייגן גרויס דרוק אויף שלי יחימוביץ פון עבודה, און ער רעדט זיך איין אז ס'וועט עפעס ווערן דערפון.
דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:06 am#94120
אגב, בנט איז גערעכט מיט די נקודה. קענסט נישט טרינקן די מילעך אויב ווילסטו נישט באצאלן דערפאר.
דא איז א שפיל ווער גייט שנעלער בלינקען, ביבי, ליברמן, שלי, יאיר, בנט, ש״ס און אגודה. עס איז פשוט א האנט רעסל יעדער קעגן יעדעם.
דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:11 am#94121
נו אודאי איז בנט גערעכט. די חרדים וועלן אפילו נישט קענען מאכן א שטורעם אין די וועלטליכע מידיא, ווייל ס'האט דאך נישט קיין הסבר, דא לעבסטו איינס אויף איינס מיט די רעגירונג, ווען ס'קומט אבער צו דינען ס'לאנד האלטסטו נישט דערביי. ווייטער די נישט געלט נעמערס האבן א ענדליכע טענה צו די אראבער, איך בין נישט מכיר אין דיין מדינה ממילא נעם מיך נישט צום דינסט (אויך נישט קיין שטארקע טענה, ווייל דינען ס'לאנד האט גארנישט מיט געלט נעמען, אבער לפי בנט'ס טאקטיק אז מ'גייט סתם אויפהערן טיילן געלט, נישט ארעסטירן אדער שלעפן מיט געוואלד, איז עס א טענה)
דאנערשטאג מערץ 07, 2013 1:13 am#94123
וואס מ׳דארף ווען יא טוהן אז עס שירות לאומי אדער ארבעטן 50 שעה א וואך איז אויך גוט פאר א חרדי.
תכלית די מדינה וועט פארדינען אסאך מער אז די חרדים וועלן גיין ארבעטן (ווייס...) איין מאהל פאר אלע מאהל.
דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:40 am#94190
דא איז די ווידיאו פון בנט'ו צו די "פרומע ברודער" (האחים המ?)
m http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=51817 m
זונטאג מערץ 10, 2013 2:57 am#95099
אפדעיט מוצ"ש ויק"פ:

לויט די יעצטיגע באריכטן וועט אין די קומענדיגע טאג צוויי פרעזענטירט ווערן פארן עם היושב בציון די נייע רעגירונג וואס ווערט געגרינדעט אונטערן פירערשאפט פון פרעימער מיניסטער בנימין נתניהו. פארמאל וועט דער רעגירונג הערשט געגרינדעט ווערן מיטוואך, ווען דער פרעזידענט שמעון פרס וועט אהיימקומען פון זיין טריפ אין אייראפע.

די רעגירונג באשטייט פון די ליכוד פארטיי, יש עתיד פון יאיר לפיד, מיטן "ברודער" זיינעם נפתלי בנט פון הבית היהודי, תנועה פון פייגעלע ווייס, און קדימה פון שאול מופז. די חרדים זענען ווארשיינליך אינדערויסן אויב ס'וועט נישט זיין קיין לעצט מינוטיגע איבעראשונגען. (אין ישראל זאגט מען אז די פאליטיק איז אזוי ווי א שפיטאל, מ'דערקלערט נישט איינעם טויט ווילאנג דער דאקטער שרייבט נישט אונטער כתוב וחתום אז דאס איז עס...)

די פארהאנדלונגן צווישן די פארטייען האט זיך אביסל פארשלעפט צוליב דאס הארטנעקיגקייט פון יאיר לפיד צו באקומען דעם אויסערן מיניסטעריום און נישט דעם אוצר. ווי דער עולם האט שוין געליינט די אנאליזן פון אונזער קאלעגע 'מי שאמרו' די סיבות דערביי. למעשה איז געליבן אז יאיר לפיד וועט באקומען דעם אוצר, און דער אויסערן מיניסטעריום וועט פארבלייבן ביי ביבי אין די הענט ביז דער געריכט וועט ריינוואשן אביגדור ליבערמאן פון זיינע קלאגעס, וואס דעמאלס קען ער זיך צוריקקערן צו דינען אלס מיניסטער.

נפתלי בנט האט באקומען דעם קאמערץ מיניסטעריום, גראדע נישט אזא גרויסע פאסטן וואס מ'האט ערווארטעט אז ער וועט פאקטיש באקומען נאך די וואכן צעגערנישן. אזוי אויך וועט די הבית היהודי פארטיי באקומען דעם משרד הדתות, משרד השיכון און נאך איין מינדערוויכטיגע משרד.

נאך א שטיקל שאק נייעס איז דא, אז טראץ די פארלאנגן פון יש עתיד צו באקומען דעם משרד החינוך פאר זייער נומבער צוויי, שי פירון. איז דער משרד פארבליבן ביי די ליכוד פארטיי, און גדעון סער וועט בלייבן אויפן אמט אזוי ווי די פאריגע רעגירונג, וואס דאס איז גראדע א שטיקל טרייסט פאר די חרדים, אזוי אויך א שטיקל שאק ווייל מ'האט נישט געגלייבט אז גדעון סער וועט באקומען דעם משרד החינוך נאך די קלאגעס וואס זענען געלאפן קעגן אים אין די מידיא די לעצטע שטיק צייט כאילו ער איז פארמישט אין קאראפציע סקאנדאלן.

ביי די פרומע פארטייען הערט מען נאר געוויינערייען און שעלטערייען אין ריכטונג פון נפתלי בנט פארן זיי אריינלייגן אין חרם. די צייטונגן האבן באריכטעט א אינטערעסאנטן פאקטאר אז ש"ס וועט דערלייגן פון זיצן אין די אפאזיציע א חשבון פון 1.4 ביליאן דאללער (!) וואס זי פלעגט ערהאלטן דורך כל מיני הסכמים זיצענדיג אין די קאאליציע (פרה חולבת כבר אמרנו?). אזוי אויך שטייען אויס ארום 500 אידן פון ש"ס און יהדות התורה צו פארלירן זייערע פאסטענעס וואס זיי האבן ערהאלטן אדאנק דעם וואס די ביידע זענען געזיצן אין די קאאליציע ביז היינט.
זונטאג מערץ 10, 2013 3:36 am#95106
הערליך. מיין אנאליז וועט אי״ה קומען מארגן ווי אזוי לפיד און בנט האבן זיך אליינס געשאסן אין זייער פיס אדורך צוויי מאשין גאנס.
זונטאג מערץ 10, 2013 3:40 am#95108
געוואלדיג, די אוצר ביי לפיד'ן אין די הענט איז די בעסטע פאר אונז, ס'גייט דאך זיין ריזיגע קיצוצים און אוי גייט מען איהם שעלטען ס'גייט גיין א רויעך..
זונטאג מערץ 10, 2013 3:46 am#95110
עדכונים מהבוקר בארץ:
מעריב; ההישגים של יש עתיד: מוסד ללא לימודי ליב"ה לא יתוקצב, פסולי חיתון יוכלו להינשא בישראל, תתוגבר התחבורה הציבורית בשבת למוקדי הבילוי, הקלות בתהליך הגיור וקבלת המתווה לשוויון בנטל שהציגו בשינוי קל. עוד הבוקר ב מעריב; בעקבות דחיקת המפלגות מהקואליציה, גורמים חרדיים מאיימים בהקמת מוסד נפרד לגיור.

גל"צ: נתניהו ולפיד סיימו פגישה שנמשכה קרוב ל-11 שעות. צפויים לשוב ולהיפגש בעוד שעה. המחלוקת כעת היא על תיק החינוך.

דה מרקר; לצד תיק האוצר 'יש עתיד' תקבל גם את ראשות וועדת הכספים, שם ימונה לתפקיד ככל-הנראה עופר שלח או מאיר כהן.
זונטאג מערץ 10, 2013 3:57 am#95114
טעפל, ס'לוינט נישט צו ציטירן פון די מבזקי חדשות 24 מיילים, עס איז אומקראנט און האלבעטע באריכטן. עס צומישט מער ווי ס'איז מחדש.

און אפשר בוסטו מיר מסביר ווי גוט דאס איז אז לפיד איז אוצר? עס וועלן קומען אזוינע שניטן פאר די חרדים, אז ס'וועט זיין ממש א הונגער יאר.

מי ששאמרו, קענט וועיט פארן אנאליז.
זונטאג מערץ 10, 2013 4:12 am#95117
מיין מיינונג האט געשריבן:טעפל, ס'לוינט נישט צו ציטירן פון די מבזקי חדשות 24 מיילים, עס איז אומקראנט און האלבעטע באריכטן. עס צומישט מער ווי ס'איז מחדש.

און אפשר בוסטו מיר מסביר ווי גוט דאס איז אז לפיד איז אוצר? עס וועלן קומען אזוינע שניטן פאר די חרדים, אז ס'וועט זיין ממש א הונגער יאר.

מי ששאמרו, קענט וועיט פארן אנאליז.

נישט געזארגט קיין הונגער יאר וועט נישט זיין אזוי שנעל,און לכאורה וועט זיך נישט האלטן די ממשלה מער ווי א יאר.
זונטאג מערץ 10, 2013 5:41 am#95124
שיגעון גדלות
ממי שאמרו- קאווע שטיבל

אגדה עממית ישנה מספרת שהמצביע הדגול נפוליון אמר פעם: את כולם אני יכול לנצח, חוץ מאומה שרק עכשיו אבדה קרב. ההסבר הפשוט היא; אומה שפגעו כבר ברגשות הכבוד שלהם, יעשה הכול בעולם כולל התאבדות רק בכדי לא לאבד קרב שוב, הכאב עדיין צורב הדם.

לפיד ובנט נצחו אולי את המערכה אבל פשלו ובגדול את הקרב.

בוא נתחיל מביבי; אני מרחם עליו יותר מאריה דרעי. אנחנו הולכים לראות השבוע בן אדם שצועד לחופה בעל כרחו ושונא את הכלה מכל הלב. הממשלה שהולך לקום אין לו שום סיכוי בעולם להתקיים יותר משנה-שנה וחצי. כמה תרחישים;

1) אובמה מגיע בעוד כמה ימים והולך להכריז על תחילתה של המשא ומתן (מתן ומתן יותר נכון), מה יעשה בדיוק אורית סטרוק מהבית יהודי שידוע כסמן ימיני קיצוני עם ציפי לבני ועד עופר שלח שלא הלך למרץ בגלל שמרץ מדי מתון לטעמו? איך יש להם סיכוי בעולם להסכים על אותה דעה בנוגע המו״מ?? 

2) לפיד ירצה לקיים את הבטחת הבחירות וינסה למסד את מוסד הנשואים האזרחי, האם יש סיכוי שהרב אליהו בן דהן יישב באותה ממשלה? האם יש סיכוי שרבני יש״ע יתנו יד למהלך כזו? ובפרט ששר הדתות הוא אחד משלנו, יהודי עם כיפה. ועוד לא דברתי על תחבורה ציבורית בשבת וחוק הגיור. 

3) ביבי יהיה חייב לבצע קיצוצים נרחבים או לעלות מיסים אין לו ברירה אחרת. לפיד יצעק: תקצצו חתיכות מההתנחלויות ולא תחשבו אפילו לעלות מיסים לחברה שלו מרמת אביב ג׳ או מהרצליה. בנט יצעק: אני לא מקנא בכם עם תעיזו לגעת במפעל ההיתיישבות. מה יעשה ביבי??? איך יתקיים דברי שניהם?? 

4) לפיד ירצה בתור שר האוצר לקצץ בתקצוב הישיבות, אם זה יעלה על הדעת שרבני הדלי״ת יסכימו למהלך כזאת?? משהו צריך אשפוז דחוף!


עכשיו ליאיר לפיד. השתגעת? נפלת מדעתך? הסכמת להיות החסר האוצר לשנתיים הבאות? כבר הספקת לשכוח ואתה לא זוכר איך שצעקו ומחאו ברחובות נגד שטייניץ? אתה ברצינות רוצה לקפוץ מצוק בלי מצנח? איך תסביר לשושנה מירוחם שהצביע בתמימות ליש עתיד, למה קצצו לה בסל התרופות? למה היא לא יכולה לקנות תרופה לבעלה החולה? 
אתה רוצה להסביר לשי מהרצליה שהבטחת לו שקט מהמניאקים ממס הכנסה, שקיבל עכשיו מכתב מהרו״ח שמעלים את המע״מ בכשש אחוז, ואת מס ההכנסה בתשעה אחוז?? איך הסכמת להיות חתום על הגזירות?? 

ממתי אתה מבין בכלכלה? למה לא לקחת עליך את משרד הבטחון? כי ידעת שאתה לא מכיר בזה. אז איך החלטת שאתה מבין בכלכלה כשכלכלת כל המדינות קורסות בזו אחר זו???

אתה רוצה להתאבד פוליטית? אין לי שום בעיה עם זה, אבל לקחת מדינת ישראל איתך?? אתה מאמין ב72 בתולות??


 
עכשיו תורו של בנט, הלעולם חוסן? אתה באמת סומך על יאיר לפיד או ציפי לבני שהם ימסרו את נפשם הפוליטית בשבילאיזה מאחז נידח שבג״ץ הורה לפנות? מה תעשה אז? אתה חולם שביבי יאמץ עכשיו את דו״ח אדמונד לוי שיעשה חסד עם המתנחלים שתקעו סכין בגב וסבבו את הסכין לכל הכיוונים? למה שירצה בחיים ולמה שיהיה לו אפילו שמץ של מוטיבציה לשכב על הגדר בשבילכם אחרי הכול שעוללתם לו?? 

ועוד נקודה למחשבה, לא היה חבר כנסת שאין לו כיפה סרוגה שעזר לכם כמו מאיר פרוש, תשמעו אותו מדבר עכשיו, פגעתם בו, בגדתם בו, והוא לא איש שסולח ושוכח כל כך מהר. זוכרים את הסיסמה לא נשכח ולא נסלח? מה לעשות שזה כביש דו סטרי? נכון, זכיתם במטבעות, אבל הפסדתם שטרות! 
 
בוא נעשה חשבון, כמה היה עד עכשיו למחנה הלאומי? ליכוד ביתנו 31, הבית היהודי 12, ש״ס 11, יהדות התורה 7, ביחד זה יוצא 61, ולפי מיטב ידעתי זה רוב בכנסת ישראל לכנסת התשע עשרה. מה עשיתם עכשיו? הפסדתם 18 מנדטים שהלכה שמאלה. למחנה הלאומי נשאר היום 43 מנדטים! מה תעשו עם כל אלה?? מחר לדוגמה מפלגת העבודה מעלה הצבעה הכנסת שמחייב לפנות כל ישוב ומאחז ״לא חוקי״ שמעבר לקו הירוק תוך חדשיים, ציפי לבני או עמיר פרץ נראה לך יצביעו נגד? כל השמאלנים מיש עתיד יצביעו נגד? איך יהיה לכם רוב בכנסת? אובמה יחייב את ביבי להתחיל להתניע את הרכב התקוע שקוראים משא מתן מדיני, אתם תהיו חייבים לפרוש לש״ס ואגודה יכנסו, אתה באמת חולם שהם ישמרו על האינטרסים שלכם כשירקתם להם בפרצוף עם משפרצה???

ועוד משהו קטן. 
משהו שנראה כמו סוס, הולך כמו סוס, ומדבר סוסית, הוא סוס!!!
מי שמדבר שמאלנית, כותב שמאלנית, מתנהג שמאלנית, הוא שמאלן!!!
יאיר לפיד בשביל שיהיה מצביע ימין חייב להתגלגל שבע פעמים בתור חתולה ורק אחרי ״אולי״ יהיה איש ימין. הוא שמאל, שמאל ושמאל. לא איכפת לו מכל מתנחל באשר הוא. איך בחרת בו בתור שותף? תגיד, ראית פעם עירקי שהיה לו סבתא אשכנזית שמתחתן עם כורדית שהיא גם חצי גרוזינית? איך הצלחת לשכנע את עצמך שאתה ויאיר מתאימים אחד לשני??? 

 
ציפי היקרה והחביבה, חוץ מלהיות משוגעת את גם עיוורת? בנט הבטיח שהוא לא נכנס לקואוליציה רק בתנאי שאת לא מנהלת מו״מ, וביבי התחייב לו. למה נראה לך שישמור את המילה שהוא נתן לך ולהפסיד 12 מנדטים? איך את סומכת עליו? 

ואיך בעולם את רוצה לשבת באותה ממשלה עם אורית סטרוק? חוץ ששתיכם יהודים, אין ולא יהיה שום מכנה משותף בינכם! מה יש לך לעשות בממשלה כזאת? גם להצליח להסתכסך עם חצי מהמפלגה שלך, וגם להיות הלוזרית של הרחוב?  
זונטאג מערץ 10, 2013 6:06 am#95125
איך גיי ניסלעך פאר דעם אנאליז. דאס באלאנגט געהעריג אונטערן פענע נאמען נחום ברנע, נישט ממי שאמרו...

איצטערט איז דא אפאר נקודות וואס מ'דארף מעיין זיין אם כנים דבריך, אבער אויבנאויף האסטו מנתח געווען דעם תמונת מצב וואונדערבאר.
זונטאג מערץ 10, 2013 6:17 am#95128
יישר כוח פאר אייערע קאמפלעמענטירן. איך וואלט קיינמאל נישט זיך געזעצט שרייבן דעם אנאליז ווען נישט דיר! נאך דיין געוואלדיגע ארטיקל דא האב איך מחליט געווען אז איך דארף אויך עפעס שרייבן
זונטאג מערץ 10, 2013 6:38 am#95129
ממי_שאמרו האט געשריבן:שיגעון גדלות
ממי שאמרו- קאווע שטיבל

אגדה עממית ישנה מספרת שהמצביע הדגול נפוליון אמר פעם: את כולם אני יכול לנצח, חוץ מאומה שרק עכשיו אבדה קרב. ההסבר הפשוט היא; אומה שפגעו כבר ברגשות הכבוד שלהם, יעשה הכול בעולם כולל התאבדות רק בכדי לאבד קרב שוב, הכאב עדיין צורב הדם.

לפיד ובנט נצחו אולי את המערכה אבל פשלו ובגדול את הקרב.

בוא נתחיל מביבי; אני מרחם עליו יותר מאריה דרעי. אנחנו הולכים לראות השבוע בן אדם שצועד לחופה בעל כרחו ושונא את הכלה מכל הלב. הממשלה שהולך לקום אין לו שום סיכוי בעולם להתקיים יותר משנה-שנה וחצי. כמה תרחישים;

1) אובמה מגיע בעוד כמה ימים והולך להכריז על תחילתה של המשא ומתן (מתן ומתן יותר נכון), מה יעשה בדיוק אורית סטרוק מהבית יהודי שידוע כסמן ימיני קיצוני עם ציפי לבני ועד עופר שלח שלא הלך למרץ בגלל שמרץ מדי מתון לטעמו? איך יש להם סיכוי בעולם להסכים על אותה דעה בנוגע המו״מ?? 
 


איז אזוי, הגם פרעזידענט אבאמא'ס קומען דרייט אן א היבשער פחד אז מ'וועט דארפן צוריקגעבן התנחליות וכדומה, איז נישט מוכרח אז מ'קען נישט לעבן דערמיט. דהיינו, די גאנצע לעצטע קאדענציע פון ביבי האט (אומ)אפיציעל געהערשט א טאטאלער הקפאה צו בויען אויף אלע שטחים, כאטשיג עס איז געווען א רעכטער רעגירונג, אבער מ'האט עס דורכגעשטופט. יעדער האט געוויסט אז די התנחליות זענען פארפרוירן, אבער מ'איז געווען שטיל ווייל קיין אפיציעלע ריקצונגען האט מען נישט פארלאנגט. אלזא קען זיין אז אבאמא וועט טאקע פארלאנגן דאס און יענץ, אבער דאס איז נאכנישט ממש א גורם אז א ממשלה זאל צופאלן, און די היסטאריע האט געוויזן אז מ'האט שוין דורכגעשטופט קאדענציעס אויף אזא אופן.

ממי_שאמרו האט געשריבן:2) לפיד ירצה לקיים את הבטחת הבחירות וינסה למסד את מוסד הנשואים האזרחי, האם יש סיכוי שהרב אליהו בן דהן יישב באותה ממשלה? האם יש סיכוי שרבני יש״ע יתנו יד למהלך כזו? ובפרט ששר הדתות הוא אחד משלנו, יהודי עם כיפה. ועוד לא דברתי על תחבורה ציבורית בשבת וחוק הגיור. 
 


לפיד האט שוין מקיים געווען זיינע בחירות צוזאגונגען דורכן אהערשטעלן א רעגירונג וואס איז חרדים-פריי. דאס איז פונקט גענוג צו זעטיגן די וויסטע שונאי דת פון תל אביב. קיין איין פארטיי האט נאכנישט מקיים געווען אלע זייערע הבטחת בחירות. אמת ער גייט טאקע פרובירן צו פארלאנגן גיור שלא כהלכה, נישואין אזרחיים, און תחבורה בשבת, אבער קודם כל איז דאס נישט קיינעם מחייב, אביגדור ליבערמאן האט ביי די פאריגע בחירות אויך פארלאנגט א טויש אינעם גיור, אבער אן ערפאלג. והשנית בין איך נישט אזוי זיכער אז "הרב" אליהו בן דהאן האט אזא פראבלעם מיט די אלע זאכן. פארגעס נישט דעם סלאגאן "משהו חדש מתחיל" פון נפתלי בנט, ווי עס שיינט שטעקט א שיינע פאר סורפרייזעס אונטער דעם סלאגאן.
בכלל קוקט אויס ווי נפתלי בנט איז ערענסט דערביי להפריד דת ממדינה, ס'הייסט צו זאגן אז נישט וויבאלד עס הייסט "מדינת ישראל" מוז עס האבן די אלע תורה'דיגע געזעצן. עס איז פונקט גענוג אז מ'האט אהבת ארץ ישראל. מ'קען ווייטער לעבן אין די דעמאקראטישע מדינה, אבער אן זיך מתחייב זיין צו היטן דעם דת ישראלית.

ממי_שאמרו האט געשריבן:
3) ביבי יהיה חייב לבצע קיצוצים נרחבים או לעלות מיסים אין לו ברירה אחרת. לפיד יצעק: תקצצו חתיכות מההתנחלויות ולא תחשבו אפילו לעלות מיסים לחברה שלו מרמת אביב ג׳ או מהרצליה. בנט יצעק: אני לא מקנא בכם עם תעיזו לגעת במפעל ההיתיישבות. מה יעשה ביבי??? איך יתקיים דברי שניהם?? 


4) לפיד ירצה בתור שר האוצר לקצץ בתקצוב הישיבות, אם זה יעלה על הדעת שרבני הדלי״ת יסכימו למהלך כזאת?? משהו צריך אשפוז דחוף!



איך האב א אייזענע פשרה. שניידן קצבאות ילדים (וואס וועט בעיקר עפעקטירן די חרדים), שניידן קצבאות פון די ישיבות וואס גייען נישט אין מיליטער (וואס דאס איז דאך בנט'ס פלאן פאר גיוס, און וועט נישט עפעקטירן די ישיבות ווי הסדר אדער בני יהודה).


*

עס דארף גענומען ווערן אין באטראכט נפתלי בנט'ס סטאטוס ביי די דתלי"ם. עס קען זיין אזוי און עס קען זיין די אנדערע וועג, איך ווייס נישט וואס דער אמת איז. יכול להיות אז זיי קוקן אים אן פאר א משיח וואס האט געראטעוועט די פארטיי פון אונטערגאנג, און זיי וועלן אים נאכוואקן בלינדערהייט, און מכבד זיין יעדע החלטה וואס ער וועט מאכן (למשל זעט מען אז זיי האבן אים שוין איבערגעגעבן די רעכטן צו איינטיילן לויט זיין געשמאק די מיניסטערישע פאסטענס פאר די הבית היהודי קאנדידאטן; די בריוו פון די רבני תקומה אין זיין שטיצע). אויב איז אזוי, דעמאלס זענען רוב פון די פראגעס אויף וואס מיר פלאגן זיך יעצט בטל ומבוטל, ווייל בנט וועט טון וואס איז גוט פאר אים, הגם ס'וועט זיין בניגוד צו די ביז יעצטיגע שיטה פון די דתלי"ם, אבער ער וועט זיי שוין מסביר זיין אז משהו חדש מתחיל, און פאר יעצט דארף מען טון אזוי לתועלת הענין, און אזוי ארום וועט ער רואיג קענען פארבלייבן אין די קאאליציע.
ווידעראום אויב איז ער בלויז א פירער פון א צושפלינטערטע פארטיי וואס באשטייט פון אפאר פראקציעס, און אויב וועט ער טון ס'מינדערסטע שריט וואס איז למורת רוחם פון זיינע חברים וועט פארקומען א אויפשטאנד און א רידעריי, דעמאלס האט ער זייער שוואכע שאנסן צו סוקסידן אפילו פאר א קורצע צייט, ווייל ער וועט די משוגענע מתנחלים נישט קענען צופרידנשטעלן אפילו ווען ער זיצט ווען אין א עקסטרעם רעכטע רעגירונג.
זונטאג מערץ 10, 2013 6:20 pm#95303
ממי שאמרו וכל הכת

בבקשה אנא לכתוב באידיש

קאווע שטיבעל היא מקום ליודיש ועברית יש הרבה מקומות איפה לכתוב

כנראה שהאנאליזען שלך היא מתוק מאוד אנא לכתוב רק באידש

רבותי דעעס איז א אידישע סייט נישט קיין עברית! ביטע שרייבען אין אידיש אז דער עולם זאל פארשטיין
זונטאג מערץ 10, 2013 6:29 pm#95308
האסט שוין אמאל פראבירט צו באשרייבן א ספארטס געים אין אידיש? עס איז זייער שווער צו שרייבן וועגן די ישראל פאליטיק ווי עס דארף צו זיין אין אידיש.
זונטאג מערץ 10, 2013 6:52 pm#95320
ממי_שאמרו האט געשריבן:האסט שוין אמאל פראבירט צו באשרייבן א ספארטס געים אין אידיש? עס איז זייער שווער צו שרייבן וועגן די ישראל פאליטיק ווי עס דארף צו זיין אין אידיש.

קאם אן מען קען נאך שרייבען אין אידיש אפשר איז עס באטעמטער אין עברית אבער אויב רוב עולם פארשטייט דיך נישט דענמאלטס קענסטו שרייבען אין פויליש אויך...
זונטאג מערץ 10, 2013 6:54 pm#95323
רוב עולם הייבט נישט אן צו קענען פארשטיין די פאליטיק אין ארץ ישראל.