שמעקעדיג האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:קאך לעפל, איך בין שוין לאנג נישט געווען אזוי אויפגעברויזט אויף א תגובה, ווי אויף דיין פריערדיגע תגובה.
איך מיין זאלסט עס אויסמעקן. און הער אויף צו פייניגן אידן און גיסן זאלץ אויף די וואונדן!
פארוואס ביטע זיי מסביר דיין אויפברויז, און אויב עס איז דברים של טעם, וועל איך עס אויסמעקן בל''נ!
איך בין אויפגעברויזט, איך קען זיך נישט מצמצם זיין, אבער בקיצור ממש וועל איך דיר פרעגן קענסט מיר זאגן פארוואס האט נעכטן אויסגעפעלט די אלע "נארישע" הספדים, סיי אין ווילי, סיי אין מאנסי? מען קען זיך עפעס מקבל זיין און פארטיג! וואס עפעס רעדן און וויינען? כלשונך: "וואס דאס פאסט אויסדריקליך פאר די עזרת נשים, און דאס ברענגט נישט גארנישט, נאר קשיות מיט תרעומות אויפן הייליגן באשעפער..."
מיין גאט! דער באשעפער ווייסט אז מיר זענען צושאסן, קיינער האט נישט קיין תערומות ח"ו, מען מעג זיך - און מען דארף זיך - אויסגעבן, איך בין זיכער אז אין הימל האט מען הנאה פון די אלע הספדים און גראמען, עס איז יעדן מעורר.
אודאי דארף זיך יעדער מקבל זיין א קבלה טובה, מען ווייסט דאס אליינס, אבער מיר זענען גענוג צושאסן און צובראכן, מיר דארפן חיזוק אויף ווייטער, נישט איינער זאל קומען און אונז ווייטער שפייען אין פנים אריין און דערנידערן די אלע הערליכע שרייבערס דא וואס גיבן אויס זייער הארצווייטאג. ס'איז נישט קיין סתירה מיט קבלות טובות.
דאס איז בקיצור ממש.
טיה א קיק מר שמעקעדיג,
מיר זענען יודישע קינדער, און מיר האבן א תורה הק' וואס די תורה לערנט אונז וואס צו טאן, און וואו אזוי צו טאן, און ווען צו טאן.
די הייליגע תורה זאגט אונז אז מען דארף טרויערען אויף א בר מינן 7 טעג, שטארק, און דערנאך 30 טעג א ביסל לייכטער, און דער נאך א יאר נאך לייכטער,
די הייליגע תורה זאגט אונז וואו אזוי צו טרויערן, רייסן קריעה, זיך נישט וואשען, און זיך לאזן וואקסען די האר,
די היילגע תורה זאגט אונז ווען מען מעג יא מספיד זיין, און ווען טאר נישט, שבת, יו''ט, ר''ח, טאר מען נישט, און אונדערוואכן איז גאר א מצווה צו מספיד זיין,
נישט קיין חילוק וואו גרויס די אימגליק איז, און וואו שטארק מען איז פארווייטאגט, מיר האבן א תורה, וואס שטייט העכער דיינע פראזענליכע הרגשים,
איז אזוי:
מספיד זיין? יא!
לאזען טרערן? יא!
מנחם אבל זיין די פארמיליע? יא!
לערנען משניות? יא!
והחי יתן את ליבו, מקבל זיין אויף זיך תשיבה ותיקון המעשים? יא!
אבער:
שרייבן איבערגטריבענע הרגשים, וואס קענען ח''ו צו ברענגען קישות אויפן הייליגע באשעפער? ניין! ניין! ניין!
דעריבער הערט אויף צו שרייבן, מיט קטנות המוחין, און מיט ווייבערישע געפילן, און טרויערט אויף די אימגעקימענע אזוי ווי תורה געטרייע יודן..