Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • יונג פארפאלק אומגעקומען אין שרעקליכע וויליאמסבורג טראגעדיע

קאווע שטיבל • יונג פארפאלק אומגעקומען אין שרעקליכע וויליאמסבורג טראגעדיע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
197 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3090
מיטוואך מערץ 06, 2013 6:45 pm#93927
גאלד האט געשריבן:יא דעילי ניוס באריכט עס שוין

לינק?

וואס איז נייעס: m http://www.vosizneias.com/125694/2013/0 ... n-custody/ m
מיטוואך מערץ 06, 2013 6:45 pm#93928
זיי זאגן ער האט זיך אריין געגעבן דארט
מיטוואך מערץ 06, 2013 6:46 pm#93929
צדיקל האט געשריבן:זיי זאגן ער האט זיך אריין געגעבן דארט

אזוי שרייבט די טיימס
m http://www.nytimes.com/2013/03/07/nyreg ... oklyn.html m
מיטוואך מערץ 06, 2013 6:49 pm#93930
יכול להיות, זעהט אויס אז כ' האב געהאט מיס אינפארמאציע

@VINeias: WILLIAMSBURG: U/D - The Suspect was arrested as we walked into the parking lot of a Turkey Hill store in Bethlem shortly after 5pm.
מיטוואך מערץ 06, 2013 6:52 pm#93931
אינטערוויא מיט אסעוועדא'ס ווייב
m http://abclocal.go.com/wabc/html5/video ... l/new_york m
מיטוואך מערץ 06, 2013 6:53 pm#93932
מיטוואך מערץ 06, 2013 6:55 pm#93933
ביים ווערן ארעסטעד
בילד
מיטוואך מערץ 06, 2013 6:57 pm#93935
פון די מעשה וואס זיי שרייבן זעהט נישט אויס אז האט סורענדעד
Julio Acevedo, 44, was grabbed by the NYPD Fugitive Apprehension Team as he walked into the parking lot of a Turkey Hill store in Bethlehem, Pa., shortly after 5 p.m.

Read more: m http://www.nydailynews.com/new-york/jul ... z2MnrQztrK m
מיטוואך מערץ 06, 2013 7:13 pm#93941
וויאזוי מאכט מען אן upload?
מיטוואך מערץ 06, 2013 7:19 pm#93944
פון וואס?
מיטוואך מערץ 06, 2013 7:38 pm#93947
אויב מיינסטו א בילד, דאן נאדיר קורצע אינסטראקשענס:
screenshot-1362612031693.png
screenshot-1362612031693.png (28.66 KiB) געזען געווארן 3157 מאל

ווען דו דריקסט רעאגיר, דאן קומט ארויף א באקסל וואו דו שרייסט די טעקסט, אינטער יענער באקסל העסטו זעהן אזויווי דער בילד (^^^), טוען די דריקסט אויפן "צולייגן א פייל" טעב וועסטו זעהן א קנעפל "טשאס פייל“, ווען דריקסט דאס קומט ארויף דיינע לאקאלע פיילס, מאכן אויסקלייבן וועלכע דו ווילסט דריקסטו אויף "ליי צו פייל", דער וועבפעידזש וועט זיך רילאודען און ס'וועט ארויפקומען א קנעפל "לייג אריין די פייל אין די שורה", איז קודם קליק פונקטליך וואו דו ווילסט דער בילד זאל גיין און דערנאך קוועטש דעם "לייג...." קנעפל, והכל על מקומו יבוא בשלום! !
נישט פארשטאנען, הייב אויף די הענט און פרעג איבער....
מיטוואך מערץ 06, 2013 8:33 pm#93962
נייגעריגער האט געשריבן:אויב מיינסטו א בילד, דאן נאדיר קורצע אינסטראקשענס:
ווען דו דריקסט רעאגיר, דאן קומט ארויף א באקסל וואו דו שרייסט די טעקסט, אינטער יענער באקסל העסטו זעהן אזויווי דער בילד (^^^), טוען די דריקסט אויפן "צולייגן א פייל" טעב וועסטו זעהן א קנעפל "טשאס פייל“, ווען דריקסט דאס קומט ארויף דיינע לאקאלע פיילס, מאכן אויסקלייבן וועלכע דו ווילסט דריקסטו אויף "ליי צו פייל", דער וועבפעידזש וועט זיך רילאודען און ס'וועט ארויפקומען א קנעפל "לייג אריין די פייל אין די שורה", איז קודם קליק פונקטליך וואו דו ווילסט דער בילד זאל גיין און דערנאך קוועטש דעם "לייג...." קנעפל, והכל על מקומו יבוא בשלום! !
נישט פארשטאנען, הייב אויף די הענט און פרעג איבער....

וצ"ל אז נייגעריגער איז פושט אנדערע'ס נייגעריגקייט. א שכיוח אדיר.
דאנערשטאג מערץ 07, 2013 12:21 pm#94264
אויף אייוועלט האט מען צוגעברענגט א געוואלדיגע חיזוק בריוו פון הרב אפרים וואקסמאן שליט"א, (אין א אנדערע סיטואציע).
צוליב די גוטע חיזוק ווערטער מיט וואס איך האב זיך באלעקט, וועל איך מקיים זיין דעם "אל תמנע טוב מבעליו", און ארויפלאדענען דעם בריוו דא אהער.
ליינט און האט הנאה, שעפט אייך אן מיט חיזוק אין אמונה אין די שווערע צייטן.
דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:12 pm#94304
pa.jpg
pa.jpg (49.12 KiB) געזען געווארן 2947 מאל


Julio Acevedo being walked into the Lehigh County Courthouse in Allentown, Pa. today.
דאנערשטאג מערץ 07, 2013 2:58 pm#94337
דער בלאט
זונטאג מערץ 10, 2013 12:04 pm#95163
Hakumas matziva today in kj
זונטאג מערץ 10, 2013 1:53 pm#95199
אזוי אויך קומט היינט פאר צוויי עצרת'ן אין ליכט פון די טראגעדיע

אין סאטמאר ראדני וועט זיין א עצרת ווי עס וועט אויפטרטען הרה"ג ר' אנשיל אשכנזי, אדמו"ר מגאלאנטא, און אדמו"ר מסאטמאר מהרז"ל

אין סאטמאר מאנסי קומט פאר א עצרת אין ביהמ"ד פון הרב חיים יושע אויף מאנסי בולעווארד, עס וועט אויפטרטען הרה"ג ר' מנחם פישער די ווינער דיין, אין הגה"צ ר' חיים יושע
מאנטאג מערץ 11, 2013 5:14 pm#95749
עס איז נעכטן פארגעקומען די הקמת המציבה פאר דעם גלויבער פארפאלק ע"ה. ליידער האט מען נישט געלייגט איין גרויסע מציבה כראוי וכיאות פאר אזא געשיכטע, נאר צוויי באזונדערע מציבות.
m http://www.jdn.co.il/news/198105 m
מיטוואך מערץ 13, 2013 10:53 am#96447
דער "דעילי ניוס" פרובירט צו מאכן א סקאנדאל פון דעם פאקט אז אסעוועדא'ס ריכטער האט אים נישט געוואלט אוועקנעמען זיין לייסענס נאכ'ן באשולדיגט ווערן אין דרייוון אונטער דעם איינפלוס פון אלקאהאל.
m http://www.nydailynews.com/new-york/jud ... -1.1286887 m
פרייטאג פעברואר 21, 2014 9:35 am#185394
היינט געפאלט אויס די יארצייט פון די גלויבער פארפאלק ע"ה וואס זענען טראגיש אומגעקומען פארגאנגענע יאר און זיי האבן ליידער נישט איבערגעלאזט קיין זרע של קיימא, ווער עס וויל קען לערנען משניות און אנצינדן א ליכטל לעילו נשמת נחמן בן חנני יו"ט ליפא הי"ו וזוג' רייזל בת ר' יצחק הי"ו זייערע נשמות זאלן רוען און לעכטיגן גן עדן און זיי זאלן זיין א מליץ יושר פאר זייערע משפחות און פאר גאנץ כלל ישראל עדי יקוצו וירננו שוכני עפר, ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן
פרייטאג פעברואר 21, 2014 2:57 pm#185454
לאזט זיך נישט גלייבן אז א יאר איז שוין פאראיבער פון יענע שווארצע מוצאי שבת נעבעך.

סדערמאנט זיך די שרעקליכע לוי', ווען מען האט דערמאנט דאס קינד וואס איז געווען בין מות לחיים, דאס איז געווען עפעס וואס וועט נישט ארויסגיין פון זכרון קיינמאל לכאורה. און ווי לאליפאפ זאגט איז כדאי אינזין צו האבן די צוויי אידן וואס האבן גארנישט איבערגעלאזט חוץ צובראכענע עלטערן.
מוצ"ש מערץ 22, 2014 11:17 pm#191876
אדר ב'
לאליפאפ האט געשריבן:היינט געפאלט אויס די יארצייט פון די גלויבער פארפאלק ע"ה וואס זענען טראגיש אומגעקומען פארגאנגענע יאר און זיי האבן ליידער נישט איבערגעלאזט קיין זרע של קיימא, ווער עס וויל קען לערנען משניות און אנצינדן א ליכטל לעילו נשמת נחמן בן חנני יו"ט ליפא הי"ו וזוג' רייזל בת ר' יצחק הי"ו זייערע נשמות זאלן רוען און לעכטיגן גן עדן און זיי זאלן זיין א מליץ יושר פאר זייערע משפחות און פאר גאנץ כלל ישראל עדי יקוצו וירננו שוכני עפר, ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן
זונטאג מערץ 23, 2014 12:05 pm#191960
וואס טוט זיך מיט דעם דרייווער איז ער נאך אין תפיסה ? שוין באקומען א פסק ?
זונטאג מערץ 23, 2014 3:28 pm#192010
גאנצל האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט דעם דרייווער איז ער נאך אין תפיסה ? שוין באקומען א פסק ?

איך האלט מען טרייט עס צי פארשטילן ווייל עס גארנישט אזוי זיכער ווער עס איז שילדיג אין ווער עס איז אימשילדיג ווער עס פארשטייט דער פארשטייט!
מאנטאג יוני 16, 2014 12:41 pm#206245
הכנסת ספר תורה לע"נ די גלויבער פאר-פאלק
בילדער פון די הכנסת ספר תורה אין וויליאמסבורג געשריבן דורך זיינע חברים פון מאנטריאלער ישיבה אריינגעגעבן אין מאנטריאלער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג
מאנטאג יוני 16, 2014 12:47 pm#206246
נאך בילדער
מאנטאג פעברואר 02, 2015 10:42 am#251267
Williamsburg: Man Who Killed Glauber Couple In Hit And Run Crash Faces Life Sentence - Julio Acevedo, the man ... - m http://t.co/1mTBXEbyg6 m
מאנטאג פעברואר 02, 2015 11:22 am#251273
היינט קומט פאר א טרייעל אין די ברוקלין קאורט
מאנטאג פעברואר 02, 2015 11:51 am#251277
איך האב שטארק מיטגעפיל מיט די גלויבערס אבער איך זעה נישט פארוואס ס'קומט זיך אים א לייף סענטענס. אפילו ס'איז געווען א היט נ ראן
מאנטאג פעברואר 02, 2015 12:11 pm#251284
עזריאל האט געשריבן:איך האב שטארק מיטגעפיל מיט די גלויבערס אבער איך זעה נישט פארוואס ס'קומט זיך אים א לייף סענטענס. אפילו ס'איז געווען א היט נ ראן

Totally agree.
מאנטאג פעברואר 02, 2015 12:48 pm#251291
אויב איז ער גיוועהן אונטער די איינפלוס פארשטייסטו אויך נישט?
מאנטאג פעברואר 02, 2015 1:51 pm#251305
לית דין בר נש האט געשריבן:אויב איז ער גיוועהן אונטער די איינפלוס פארשטייסטו אויך נישט?

פארשטיי איך שוין מער פארוואס ער ברויך קריגן א מער שטרענגען שטראף, אבער נאך אלץ נישט פארוואס לייף.
מאנטאג פעברואר 02, 2015 2:00 pm#251307
בכלל דארף מען לכאורה שטראפן לויטן חומר מעשה העבירה , נישט לויטן תוצאה אויף דעם ספעציפישן פאל
מאנטאג פעברואר 02, 2015 2:13 pm#251310
ווען איינער שיסט מיט א ביקס אויף א בוים און איינער שיסט מיט א ביקס אויף א מענטש דארפן ביידע נידון ווערן די זעלבע? לויט די חומר מעשה העבירה?
עס איז א חילוק צו מען פארט סתם אונטער די איינפלוס צו מען פארט אריין אין צוויי מענטשן אונטער די איינפלוס
מאנטאג פעברואר 02, 2015 2:14 pm#251311
chusid האט געשריבן:בכלל דארף מען לכאורה שטראפן לויטן חומר מעשה העבירה , נישט לויטן תוצאה אויף דעם ספעציפישן פאל

הוא אשר דיברנו ביודיש,
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 8:31 pm#254777
OrenYaniv

Breaking: verdict reached in manslaughter and leaving the scene of an accident trial against Julio Acevedo

Acevedo found guilty on nearly all counts, including manslaughter. Facing life sentence because of prior convictions

DA Thompson here for verdict. First time I've seen him in a courtroom. Shows the importance of this case to his office
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 8:38 pm#254781
כ'האף אז ער באקומט א שטרענגען אורטייל, אבער גאט, ביטע נישט לעבנסלענגליכע טורמע.
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 9:36 pm#254802
איז ער דער ערשטער וואס טוט אפ אזאנס? יעדע עבירה האט זיל זיין שטראף און יעדע זאך גיט צו קאונטס וכדו', איך זעה נישט וואס איז דא איבערצודרייען מער ווי נארמאל
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 10:27 pm#254815
הכל לפי המבייש והמתבייש. ס'איז אנדערש ווען איינער ווישט אפ גענצליך א משפחה אין א פרידליכע שטילע לאו-קריים געגענט, ווי די פילע רציחות און קאר ווילדערייען אין היי-קריים געגענטער.
דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 10:45 pm#254820
יואב האט געשריבן:
לית דין בר נש האט געשריבן:אויב איז ער גיוועהן אונטער די איינפלוס פארשטייסטו אויך נישט?

פארשטיי איך שוין מער פארוואס ער ברויך קריגן א מער שטרענגען שטראף, אבער נאך אלץ נישט פארוואס לייף.

אויב פארשטייסטו אביסל וויאזוי די יוסטיץ סיסטעם ארבעט דאן וועסטו פארשטיין פארוואס ער האט באקריגן לעבנס לענגליכע טורמע. אסאך מאל געלונגט פאר פיל מענטשן זיך ארויסצודרייען פון יוסטיץ אפילו עס איז קלאר אז זיי זענען שולדיג. עס איז שוין געווען פיל מעשות פון מערדער, ערגעץ לעצטענס געווען א געשיכטע ווען א שווארצער סעלבערטי האט געדינגען א היט מענטש צו ארלעדיגן איינעם, און ער האט זיך ריינגעוואשן מיטן טענה אז די הענטשוך וואס מען האט געפונען אויפן סצענע פיט נישט אויף זיין האנט, און עס איז אים געלונגען. א צייט שפעטער האט מען אים געפונען שולדיג אויף א קלאגע. די ריכטער האט געזאגט האסט זיך לעצטע מאל ארויסגעדרייט, גוט, אבער יעצט גייסטו שוין כאפן. און ער האט געקריגן לייף.

דער איצטיגער ספידער וואס האט אראפגעקלאפט דעם פארפאלק האט געהאט א רעקארד צאל ארעסטן און קרימינאלע אקטן אויף זיין נאמען, יעצט נאכן ״אומשולדיג״ הרג׳נען 3 מענטשן האט ער געקריגן זיין פארדינטע שטראף. אזוי האב איך אויך געליינט אין די ווערדיקט אז דאס האט צוגעשפילט.
מוצ"ש פעברואר 21, 2015 11:40 pm#255056
איז אזוי, אין אמת'ן אריין וואלט יעדער דרינק דרייווער געדארפט זיצן לעבנס לענגליך. וואס הייסט דו זעצט דיך אריין אין א קאר אונטערן איינפלוס? דאס איז א פאטענציאלע מאסן וואפן, נאר טאמער כאפט מען אים נאך פאר עס קומט ארויס סיי וועלכע שאדן קומט ער אפ מיט א סאממענס. אבער טאמער געשעט חלילה עפעס אזוי ווי ביי דעם פאל, זאל ער זיצן פארן זיך ארויסלאזן מיט א וואפן אויפן גאס גרייט צו הארגענען אומשולדיגע מענטשן. דאס איז פשוט פשט.
זונטאג פעברואר 22, 2015 12:17 am#255066
ווי אזוי קוקט עס א נארמאלע גוי אן?
וואס טראכט ער אז די שווארצע DA קומט אראפ צו דע קעיס די ערשטע מאהל?
מאנטאג אפריל 13, 2015 4:39 pm#265683
25
TO
LIFE
מאנטאג אפריל 13, 2015 5:55 pm#265712
Re: יונג פארפאלק אומגעקומען אין שרעקליכע וויליאמסבורג טראגעד
Wow
ער קען אפיל'ן?
דינסטאג אפריל 14, 2015 1:38 am#265841
Re: יונג פארפאלק אומגעקומען אין שרעקליכע וויליאמסבורג טראגעד
אין קארט
נחמן גלויבער'ס מאמע רעדט


די פסק
דינסטאג אפריל 14, 2015 11:24 am#265908
וואס מיינט 25 to life? ער גייט זיצן 25 אדער life?
דינסטאג אפריל 14, 2015 11:32 am#265910
ס'מיינט נארמאל אז נאך 25 יאר קען ער באקומען פאראל.