מאנטאג מערץ 4, 2013 9:41 am#92558
אוי רחמונת'דיגער גאט העלף אונז!!! אונז זאלען זעהן מיט די אויגן אז ס'איז גוט!
גאלדפאר א שווארץ יאר, וואס האט מען נאך נישט דער כלב מיטן BMW?
מ'האט א רעדשיסטערט קאר, פינגער פרינטס, א דיסקריפשן, ברענגטס איהם שוין אפיר???
וואס גייט דא פאר?????
וואס דארט אזוי לאנג
קאך_לעפליעדער דא איז פארנימען מיט ארויס ברענגען זיינע געפילן מיט די מאקסימום געפיל וואס דער פעדער קען נאר שרייבן, וואס דאס פאסט אויסדריקליך פאר די עזרת נשים, און דאס ברענגט נישט גארנישט, נאר קישות מיט תרעימות אויפן הייליגען באשעפער, לאמיר הערן ענדערש קבלות טובות וואס דער עולם האט מקבל געווען אויף זיך, לאמיר הערן די חשבוני הנפש פונעם עולם, נישט נאר סתם אזוי די עזרת נשים געפילן, מיט נארישע בדחנות.
גאלד האט געשריבן:פאר א שווארץ יאר, וואס האט מען נאך נישט דער כלב מיטן BMW?
מ'האט א רעדשיסטערט קאר, פינגער פרינטס, א דיסקריפשן, ברענגטס איהם שוין אפיר???
וואס גייט דא פאר?????
וואס דארט אזוי לאנג
געפילטע פיש האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:יעדער דא איז פארנימען מיט ארויס ברענגען זיינע געפילן מיט די מאקסימום געפיל וואס דער פעדער קען נאר שרייבן, וואס דאס פאסט אויסדריקליך פאר די עזרת נשים, און דאס ברענגט נישט גארנישט, נאר קישות מיט תרעימות אויפן הייליגען באשעפער, לאמיר הערן ענדערש קבלות טובות וואס דער עולם האט מקבל געווען אויף זיך, לאמיר הערן די חשבוני הנפש פונעם עולם, נישט נאר סתם אזוי די עזרת נשים געפילן, מיט נארישע בדחנות.
טאטע סינדרום?
חד גדיא האט געשריבן:דער מערדער דריווער האט געשיקט א מעסעזש אז ער גייט זיך היינט אונטערגעבן.
חד גדיא האט געשריבן:ברוך דיין האמת.
איך האב אמאל געהערט א דרשה פון הגאון רבי מיכל יהודה ליפקוביץ זצוק"ל וועגן די גרויסקייט פון תפילה, האט ער דערציילט: איינער פון די גרויסע ראשי ישיבות אין ארץ ישראל האט אמאל געהאלטן פאר'ן ארויסווארפן א בחור וואס האט זייער נישט געטויגט. מ'האט אריבערגערופן די עלטערן און געמאלדן די באשלוס. האט די מאמע גע'טענה'ט אז עס איז נישט קיין יושר, ווייל זי האט גארנישט געוואוסט די מצב פון איר זוהן. דער ראש ישיבה האט איר געפרעגט וואס זי וואלט ווען געקענט טוהן צו העלפן דעם בחור האט זי געענטפערט "איך וואלט מתפלל געווען פאר אים! און איך גלייב אז תפילה ווערט געענטפערט." הערענדיג די ווערטער האט דער ראש ישיבה געזאגט אז זי איז גערעכט, און מ'דארף געבן דעם בחור נאך א טשענס.
ווער ווייסט וויפיל תפילות די קליינע גלויבער בעיבי'לע האט פארלוירן ווייל קול מבשר האט געשפילט פרום און נישט גערעדט דערפון?! וויפיל צעבראכענע תמימות'דיגע פרויען וואלטן ארויסגענומען דעם תהילים'ל און מתפלל געווען פאר "תינוק בן רייזל". מיר אידן מאמינים בני מאמינים גלייבן אז יעדע תפילה איז עושה רושם. ווער ווייסט צו די איין איינציגע ירושה פון משפחת גלויבער איז אפגעהאקט געווארן נאר וועגן די פארפרומטע משוגעים.
שמעקעדיג האט געשריבן:קאך לעפל, איך בין שוין לאנג נישט געווען אזוי אויפגעברויזט אויף א תגובה, ווי אויף דיין פריערדיגע תגובה.
איך מיין זאלסט עס אויסמעקן. און הער אויף צו פייניגן אידן און גיסן זאלץ אויף די וואונדן!
קאמפיאטער האט געשריבן:חד גדיא האט געשריבן:ברוך דיין האמת.
איך האב אמאל געהערט א דרשה פון הגאון רבי מיכל יהודה ליפקוביץ זצוק"ל וועגן די גרויסקייט פון תפילה, האט ער דערציילט: איינער פון די גרויסע ראשי ישיבות אין ארץ ישראל האט אמאל געהאלטן פאר'ן ארויסווארפן א בחור וואס האט זייער נישט געטויגט. מ'האט אריבערגערופן די עלטערן און געמאלדן די באשלוס. האט די מאמע גע'טענה'ט אז עס איז נישט קיין יושר, ווייל זי האט גארנישט געוואוסט די מצב פון איר זוהן. דער ראש ישיבה האט איר געפרעגט וואס זי וואלט ווען געקענט טוהן צו העלפן דעם בחור האט זי געענטפערט "איך וואלט מתפלל געווען פאר אים! און איך גלייב אז תפילה ווערט געענטפערט." הערענדיג די ווערטער האט דער ראש ישיבה געזאגט אז זי איז גערעכט, און מ'דארף געבן דעם בחור נאך א טשענס.
ווער ווייסט וויפיל תפילות די קליינע גלויבער בעיבי'לע האט פארלוירן ווייל קול מבשר האט געשפילט פרום און נישט גערעדט דערפון?! וויפיל צעבראכענע תמימות'דיגע פרויען וואלטן ארויסגענומען דעם תהילים'ל און מתפלל געווען פאר "תינוק בן רייזל". מיר אידן מאמינים בני מאמינים גלייבן אז יעדע תפילה איז עושה רושם. ווער ווייסט צו די איין איינציגע ירושה פון משפחת גלויבער איז אפגעהאקט געווארן נאר וועגן די פארפרומטע משוגעים.
שוין לאנג ניש געהערט אזוינע שטותים! קול מבשר איז דיר גארנישט שילדיג! ווילסט עפען אויף אליינס אין טי וויאזוי די פארשטייסט, אין שיס נישט קיין נביאות אויף יענעמס חשבון.
איך האלט ער האט זייער קליג געהאנדעלט, אין אזא איינער וואס האט נישט געוויסט אז דא איז דא א אינגעל האט נישט געדארפט צי וויסען.
לעמאן דזשוס האט געשריבן:איחוד ביזט אף, עז אלוועיס. סאררי.
חד גדיא האט געשריבן:ברוך דיין האמת.
איך האב אמאל געהערט א דרשה פון הגאון רבי מיכל יהודה ליפקוביץ זצוק"ל וועגן די גרויסקייט פון תפילה, האט ער דערציילט: איינער פון די גרויסע ראשי ישיבות אין ארץ ישראל האט אמאל געהאלטן פאר'ן ארויסווארפן א בחור וואס האט זייער נישט געטויגט. מ'האט אריבערגערופן די עלטערן און געמאלדן די באשלוס. האט די מאמע גע'טענה'ט אז עס איז נישט קיין יושר, ווייל זי האט גארנישט געוואוסט די מצב פון איר זוהן. דער ראש ישיבה האט איר געפרעגט וואס זי וואלט ווען געקענט טוהן צו העלפן דעם בחור האט זי געענטפערט "איך וואלט מתפלל געווען פאר אים! און איך גלייב אז תפילה ווערט געענטפערט." הערענדיג די ווערטער האט דער ראש ישיבה געזאגט אז זי איז גערעכט, און מ'דארף געבן דעם בחור נאך א טשענס.
ווער ווייסט וויפיל תפילות די קליינע גלויבער בעיבי'לע האט פארלוירן ווייל קול מבשר האט געשפילט פרום און נישט גערעדט דערפון?! וויפיל צעבראכענע תמימות'דיגע פרויען וואלטן ארויסגענומען דעם תהילים'ל און מתפלל געווען פאר "תינוק בן רייזל". מיר אידן מאמינים בני מאמינים גלייבן אז יעדע תפילה איז עושה רושם. ווער ווייסט צו די איין איינציגע ירושה פון משפחת גלויבער איז אפגעהאקט געווארן נאר וועגן די פארפרומטע משוגעים.
קאך_לעפל האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:קאך לעפל, איך בין שוין לאנג נישט געווען אזוי אויפגעברויזט אויף א תגובה, ווי אויף דיין פריערדיגע תגובה.
איך מיין זאלסט עס אויסמעקן. און הער אויף צו פייניגן אידן און גיסן זאלץ אויף די וואונדן!
פארוואס ביטע זיי מסביר דיין אויפברויז, און אויב עס איז דברים של טעם, וועל איך עס אויסמעקן בל''נ!

זר זהב האט געשריבן:חלפת אבן באיש! (כ'ווייס ס'נישט דיין שולד)
ראשעקאל האט געשריבן:זשאליא אקעוועדא julio-acevedo איז באשילדיגט אין זיין די דרייווער וואס האט געהרג'עט משפחת גלויבער
http://www.ibtimes.com/police-identify- ... by-1110790
שמעקעדיג האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:קאך לעפל, איך בין שוין לאנג נישט געווען אזוי אויפגעברויזט אויף א תגובה, ווי אויף דיין פריערדיגע תגובה.
איך מיין זאלסט עס אויסמעקן. און הער אויף צו פייניגן אידן און גיסן זאלץ אויף די וואונדן!
פארוואס ביטע זיי מסביר דיין אויפברויז, און אויב עס איז דברים של טעם, וועל איך עס אויסמעקן בל''נ!
איך בין אויפגעברויזט, איך קען זיך נישט מצמצם זיין, אבער בקיצור ממש וועל איך דיר פרעגן קענסט מיר זאגן פארוואס האט נעכטן אויסגעפעלט די אלע "נארישע" הספדים, סיי אין ווילי, סיי אין מאנסי? מען קען זיך עפעס מקבל זיין און פארטיג! וואס עפעס רעדן און וויינען? כלשונך: "וואס דאס פאסט אויסדריקליך פאר די עזרת נשים, און דאס ברענגט נישט גארנישט, נאר קשיות מיט תרעומות אויפן הייליגן באשעפער..."
מיין גאט! דער באשעפער ווייסט אז מיר זענען צושאסן, קיינער האט נישט קיין תערומות ח"ו, מען מעג זיך - און מען דארף זיך - אויסגעבן, איך בין זיכער אז אין הימל האט מען הנאה פון די אלע הספדים און גראמען, עס איז יעדן מעורר.
אודאי דארף זיך יעדער מקבל זיין א קבלה טובה, מען ווייסט דאס אליינס, אבער מיר זענען גענוג צושאסן און צובראכן, מיר דארפן חיזוק אויף ווייטער, נישט איינער זאל קומען און אונז ווייטער שפייען אין פנים אריין און דערנידערן די אלע הערליכע שרייבערס דא וואס גיבן אויס זייער הארצווייטאג. ס'איז נישט קיין סתירה מיט קבלות טובות.
דאס איז בקיצור ממש.
גאלד האט געשריבן:פעך!! אזא עקלהאפטיגע פנים, קוקט אויס ווי א ראט,
זר זהב האט געשריבן:קאך לעפל אויב קענסטע נישט פארנעמען הרגשים גיי צוריק אין קיטשען לעדל. שרייבסט אומגעהויערע שטותים.
זר זהב האט געשריבן:צו שרייבן אז איבערגעטריבענע הרגשים ברענגען קשיות אויפ'ן אייבירשטען איז מער ווי סתם א מיינונג, אבי געשאסן א סטעיטמענט און א פליק פאר די אלע גוטע שרייבערס
קאך_לעפל האט געשריבן: אנשולדיגט פארן אויסדריקן מיין מיינונג, איך האב נישט געמיינט קיינעם וויי צו טאן, איך האב געמיינט אז יעדער האט א רעכט צו האבן א מיינונג! ואתכם הסליחה
ראשעקאל האט געשריבן:http://www.nydailynews.com/new-york/brooklyn-baby-dies-day-parents-killed-hit-and-run-article-1.1278855
געפילטע פיש האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן: אנשולדיגט פארן אויסדריקן מיין מיינונג, איך האב נישט געמיינט קיינעם וויי צו טאן, איך האב געמיינט אז יעדער האט א רעכט צו האבן א מיינונג! ואתכם הסליחה
יעדער האט א רעכט צו האבן א מיינונג, און יעדער האט א רעכט דיר צו זאגן זאלסט גיין פון ווי ביסט געקומען, אזוי אויך האסטו א רעכט אנצופייפן און בלייבן דא, און דו האסט אויך א רעכט צו טרעטן אויף אידיש בלוט און רייטן אויף אידן וואס קלאגן אויף די טראגישע אומגליק פון א ברודער און א שוועסטער אונזערע, און א פיצל קינד וואס האט נישט געוויסט פון קיין גוטן טאג אויף דער וועלט, און אנדערע האבן א רעכט דיר פארצוהאלטן דערפאר.
איך מיין אז איינער דארף מודיע זיין פאר אלע מקונני קינה אויפן חורבן הבית, ת"ח ות"ט, חורבן אייראפה, אז זיי זאלן זיך אפלאזן פון די פרויענישע געפיעלן, און אויפהערן מעורר זיין קושיות אויף די רבש"ע'ס דרכים.
געפילטע פיש האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:http://www.nydailynews.com/new-york/brooklyn-baby-dies-day-parents-killed-hit-and-run-article-1.1278855
איינער שרייבט דארט אז מיטן ווארטן א טאג ווי לאנג די אלקאהאל איז ארויס פון זיין סיסטעם קען ער זיך ארויסדרייען פון מערדער טשארדזשעס ווייל ס'נישט דא קיין פרוף אז ער איז געווען שיכור בשעת מעשה. איז דאס אמת?
קאך_לעפל האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן: אנשולדיגט פארן אויסדריקן מיין מיינונג, איך האב נישט געמיינט קיינעם וויי צו טאן, איך האב געמיינט אז יעדער האט א רעכט צו האבן א מיינונג! ואתכם הסליחה
יעדער האט א רעכט צו האבן א מיינונג, און יעדער האט א רעכט דיר צו זאגן זאלסט גיין פון ווי ביסט געקומען, אזוי אויך האסטו א רעכט אנצופייפן און בלייבן דא, און דו האסט אויך א רעכט צו טרעטן אויף אידיש בלוט און רייטן אויף אידן וואס קלאגן אויף די טראגישע אומגליק פון א ברודער און א שוועסטער אונזערע, און א פיצל קינד וואס האט נישט געוויסט פון קיין גוטן טאג אויף דער וועלט, און אנדערע האבן א רעכט דיר פארצוהאלטן דערפאר.
איך מיין אז איינער דארף מודיע זיין פאר אלע מקונני קינה אויפן חורבן הבית, ת"ח ות"ט, חורבן אייראפה, אז זיי זאלן זיך אפלאזן פון די פרויענישע געפיעלן, און אויפהערן מעורר זיין קושיות אויף די רבש"ע'ס דרכים.
יא! יא! אמת! אבער איך האב דאך שוין תשיבה געטאן און ציריק אריין און לעדעל? וואס נאך ווילט איר פון מיר? איך ווילט דאווקא אז איך זאל טרויערען אויף דער יונגע קאפל וואס איז נעבאך נפטר געווארן, אזוי ווי מיין ווייב? וועה..... זיי זענען דאך געווען אזוי קיוט...... וועה...... זיי זענען דאך אזוי אים שילדיג...... וועה........... פאר האט דאס דער אייבישטער געטאן פאר זיי...... וועה....
איצט זענט איר שוין צו פרידען?
פיין, לאזט מיר זיצען באקוועם און לעדעל!