פארומס › קאווע שטיבל • יונג פארפאלק אומגעקומען אין שרעקליכע וויליאמסבורג טראגעדיע

קאווע שטיבל • יונג פארפאלק אומגעקומען אין שרעקליכע וויליאמסבורג טראגעדיע

453 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3090
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג מערץ 5, 2013 12:56 pm#93167
Oren Yaniv ‏@OrenNYDN
Another giveaway that Acevedo's arrest at his work was bogus: he's unemployed.
דינסטאג מערץ 5, 2013 1:05 pm#93173
בן תמליון
ער זאגט מען האט געשאסן אויף איהם ווען ער האט אריינגעשמיסן אין נחמי & רייזי און ער איז אוועק פון די סצענע ווייל ער איז געווען דערשראקן פון די קוילן.

אינטרעסאנט אז פון אלע פארבייגייער האט מען נישט געהערט קיין רמז קל פון קוילן...
דינסטאג מערץ 5, 2013 1:12 pm#93177
בכלל נישט אינטערסאנט...
דינסטאג מערץ 5, 2013 1:28 pm#93184
יאסעלע וואסער טרעגער
קאווע טרינקער
זר זהב
איך האב געהערט אז מארגן גייען ביידע פעמיליס זיצן צוזאמען, משפחת גלויבער קומט אויף וויליאמסבורג.

מסתמא כדי להקל על כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, למנוע טילטולא דאורחא דגברא רבה.

ניין נישט וועגן דעם עס האט מיט קיין רבי׳ס גארנישט עס איז אז ביידע עלטערן זאלן קענען באוויינען זייערע קינדער און זייער שרעקליכע פארלוסט ציזאמען...
די פלאץ דא פארשעמט די זכרון פון נחמי און רייזי.
עטץ קענץ יעצט אלע חוזק מאכן פון מיר, אבער דער אמת וועט דאס נישט מרחק זיין...

דו האלסט טאקע איך בין מזלזל אין די משפחה'ס צער? גאנץ מוצאי שבת האט איך זיך געוואלגערט אין בעט. ניטמאל קיין לייקס האב איך נישט געקענט געבען פאר די באריכטען. יאסעלע, דו קענסט מיך נישט, איך וויין ביטערלעך ווען א איד איז בצער.
אבער ווען עפעס שמעקט פון עבו"ז, בין איך ווי די רבי לגבי ציונות.
אלץ א משפחה מיטגעליד וואלט איך אפשר דיך מציע געווען צו מארגן זיין אן אסיפת התעוררות אין גאר א גרויסע פלאץ, ווי ס'זאל אויפטרעטען א מהרז"ל דיין, א מהר"א דיין, און א צאנזע דיין, און אפשר אפילו א בעלזא רעדנער.
אויב דו ערלעדיגסט דאס דאן וועל איך דיר רעספעקטן לאין שיעור.
דינסטאג מערץ 5, 2013 2:03 pm#93206
עס האט מיט ר' זלמן לייב אדער מיט ר' אהרן גארנישט.
מיר אידן גלייבן אז נסתרים דרכי השם.
און דער אייבערשטער ווייסט וואס ער טוט אפי' מיר זעהן נישט די טובה.
אבער אריינצומישן פאליטיק אין אזא טראגעדיע איז נישט שיין.

צו זאגן אז א צובראכענע טאטע פארט אין שטאט זיצן כדי אז א רבי זאל אים קענען באזוכן איז שטותים!
ער פארט ווייל ער מיט זיין מחותן זאלן קענען צוזאמען באוויינען זייער חורבן צוזאמען...
דינסטאג מערץ 5, 2013 2:25 pm#93217
דו ווייסט דאך דער אמת, ביסט פון די משפחה.
איך האב סתם מעלה געווען אן השערה, חסידים און משבקי"ם זענען עלול אויף אלעם.
אם טעותי, טעותי.
ויה"ר שיקויים ושאבתם מים בששון.
דינסטאג מערץ 05, 2013 3:31 pm#93221
אסעוועדא רעדט צו א רעפארטער פון ABC ווי עס שיינט ענזשויט ער זיין אטענשאן און ספאט אין די זון און איו די זעלבע צייט מאכט צו שפאט די NYPD.

m http://abclocal.go.com/wabc/video?id=90 ... id=9016026 m
דינסטאג מערץ 05, 2013 4:11 pm#93241
ער זעהט גראדע אויס ענדליך צו רבי מאטל סלאנימער.


סארי, אפשר די צוגלייך ברענגט דיר טשילס, אבער וואסארא טפשות איז דאס? אפשאצן א מענטש לויט זיין פימפעלס.

מען דארף אים מחרים זיין ער רעדט ווי א פאלנער באם
דינסטאג מערץ 05, 2013 4:22 pm#93247
שלום עליכם הרב בעל הבית.
דארפסט עפענען א באזונדערע אשכול פאר חרמות.
איך ווייס נאר נישט אויב אויפ'ן קאווע שטיבל?
דינסטאג מערץ 05, 2013 4:23 pm#93248
קופערניקעס פארוואס זצ"ל? ער לעבט אויף אלע באקן!
דינסטאג מערץ 05, 2013 4:25 pm#93251
דעילי ניוס
דינסטאג מערץ 05, 2013 4:30 pm#93253
גראדע איז דער דרייווער א געמיינער יונג און א לאנגיעריגער פארברעכער, אבער מיר האט נישט געשמעקט ווען איינער פסקנט אויף איינעמס מיאוסע פנים, דאס איז זייער נישט קיין אידישע מדה
דינסטאג מערץ 05, 2013 4:36 pm#93258
בראסלבער די ביסט מיך זייער נישט שייו מקבל פנים ווען מען שרייבט אנדרזש ווי ראבותנו זצ'ל האבן אונז גלערנט קומט א קליינע חרמ"ל
דינסטאג מערץ 05, 2013 4:39 pm#93263
וואס האבן ראבותנו געלערנט? אפשר מיינסט א מיזוג פון אבותנו ורבותנו, און האסטו דערפון געמאכט א וקבצלנו?
און ווי שטייט הלכות חרם'ל? הלכות חרם ווייס איך שוין, אבער דאס חרם'ל איז למעלה מהשגתי.
און ווער האט גערעדט קעגן רבותנו?
ווער איז די רבותנו, און וואס האט איינער געזאגט.


און יעצט, צו די זייט, שלום עליכם בעל הבית, זעץ דיר צו, דא איז א ליבליך מקום מיר זענען יעדן מקבל פנים בכבוד רב, אבער אז די ערשטע תגובה איז נעגאטיוו בבחינת האחד בא לגור גר, מאכט עס אן אומבאטעם'טע פירסט אימפרעשאן.
שלום עליכם און ברוך הבא!
דינסטאג מערץ 05, 2013 4:40 pm#93264
הודעהדורך קופערניקוס » דינסטאג מערץ 05, 2013 3:30 pm
גראדע איז דער דרייווער א געמיינער יונג און א לאנגיעריגער פארברעכער, אבער מיר
האט נישט געשמעקט ווען איינער פסקנט אויף איינעמס מיאוסע פנים, דאס איז זייער נישט קיין אידישע מדה

קופערניקוס האט שון סימנו חרטה
דינסטאג מערץ 05, 2013 4:47 pm#93272
בעל הבית, אויב די קריכסט אראפ פון מיר און די שרייבסט סיי וואס, געב איך דיר א לייק, דיעל?

און לאמיר זיך ערקלערן, איך האב געליינט ווי איינער שרייבט אז עמיצער איז א בעל עבירה ווייל ער האט פימפעלס, האב איך געשריבן אז געוויסע גרויסע צדיקים האבן געהאט מיאוסע פרצופים און ריזן פימפעלס. א צדיק אדער רשע ווערט מען בלויז לויט די מעשים, מעשיך יקרבוך ומעשיך ירחקוך. ברוך מרדכי לעבאוויטש האט מער א רבישע צורה ווי רבי טודרוס זילבער און בראד פיט זעהט אויס בעסער ווי הרב שטיינמאן, נאך עפעס?
דינסטאג מערץ 05, 2013 4:48 pm#93274
בעל הבית האט געשריבן:בראסלבער די ביסט מיך זייער נישט שייו מקבל פנים ווען מען שרייבט אנדרזש ווי ראבותנו זצ'ל האבן אונז גלערנט קומט א קליינע חרמ"ל

איימעסארי. עס האט מיר נאר געבאדערט דעם חרם, פאר א חרם דארף מען האבן א געהעריגן בית דין און דן זיין בכובד ראש.

ברוך הבא, מאכט אייך היימיש און באקוועם, איר וועט נאך אסאך הנאה האבן דא אויפ'ן שטיבל.
דינסטאג מערץ 05, 2013 4:48 pm#93276
קופערניקוס האט געשריבן:בעל הבית, אויב די קריכסט אראפ פון מיר און די שרייבסט סיי וואס, געב איך דיר א לייק, דיעל?

און לאמיר זיך ערקלערן, איך האב געליינט ווי איינער שרייבט אז עמיצער איז א בעל עבירה ווייל ער האט פימפעלס, האב איך געשריבן אז געוויסע גרויסע צדיקים האבן געהאט מיאוסע פרצופים און ריזן פימפעלס. א צדיק אדער רשע ווערט מען בלויז לויט די מעשים, מעשיך יקרבוך ומעשיך ירחקוך. ברוך מרדכי לעבאוויטש האט מער א רבישע צורה ווי רבי טודרוס זילבער און בראד פיט זעהט אויס בעסער ווי הרב שטיינמאן, נאך עפעס?

פאר דעם קומט א חרם, א חרם'ל, א פאטש אדער א ציפ? וואס זאגט דעת בעל הבית
דינסטאג מערץ 05, 2013 4:51 pm#93279
קופערניקוס חוזק מאכן פין א ספעללינג איז נישט קיין מהלך . מיין ספעשלטי איז נישט שרייבין איך האב ב"ה אנדרע שיינע מעלות איו כשרונות אי אפשר לפרטם כי .........
דינסטאג מערץ 05, 2013 4:53 pm#93280
אבער דער עולם ספיד געהעריג ווייטער
m http://www.vosizneias.com/125576/2013/0 ... ent-avenue m
דינסטאג מערץ 05, 2013 4:54 pm#93281
אה, פונקט האט ער דא אריינגעוואנדערט שעפטל, א זיס קינד, א סוויט-הארט, פעלט אים עפעס? אבער מיאוס איז ער ווי די נאכט פון טבת אין פשוט קאמפליצירט'ס פאעזיעס, איז עס א געצייג אויף סיי וואס?
דינסטאג מערץ 05, 2013 5:03 pm#93287
גראדע נישט....
(און הער אויף מיט דיין גילו פראסעס...)
דינסטאג מערץ 05, 2013 5:04 pm#93289
קוק דיר אין אוועטאר פנים אריין
דינסטאג מערץ 05, 2013 5:06 pm#93291
נע, ס'איז א פארדרייטע בילד משום סיבות שונות
דינסטאג מערץ 05, 2013 5:09 pm#93295
וכבר גילה לנו משה געציל רז זה, אז די עכטע איז די פון שטיבל
דינסטאג מערץ 05, 2013 5:13 pm#93302
ך » דינסטאג מערץ 05, 2013 4:09 pm קופערניקוס די ביסט זייער ווילד די נעמסט דוך צו שטארק אן פאר דעם פאטריקאע גוי . ביסטו אפשר א משפחה זיינע ?
דינסטאג מערץ 05, 2013 6:21 pm#93355
קופערניקוס האט געשריבן:וכבר גילה לנו משה געציל רז זה, אז די עכטע איז די פון שטיבל

ולא זכיתי להבין
דינסטאג מערץ 05, 2013 6:26 pm#93360
שעפסיל די ביסט א שוואכע קאפ .? אז קופערניקוס שרייבט פרעגט מען נישט אריין אר איז פין די חכמי מלאכת הקאווע שטיבל
דינסטאג מערץ 05, 2013 6:38 pm#93367
סארי מר. נייער בעל הבית, שלום עליכם און צאתכם לשלום. כ'גלייך נישט אזעלכע ווי דיר, אפילו דו האלסט ביזסט גערעכט נעם נישט א אינווידיאלע מעמבער און אטאקיר אים טריט און שריט. און וויש דיך נישט אריין אין מיר

צוריק צום ענין ביטע!
דינסטאג מערץ 05, 2013 6:49 pm#93372
יעדער דא אלע חכמים און נבונים זענען ביזי אז די רבנים זאלן שלום מאכן צווישן זיך און דעמאלטס וועט שוין נישט זיין קיין טראגעדיעס.
אבער תוך כדי דיבור רייסט מען זיך ארום דא ביי די קעפ איינער מיטן אנדערן אז עס איז א שרעק.
דינסטאג מערץ 05, 2013 6:50 pm#93373
שעפטל האט געשריבן:סארי מר. נייער בעל הבית, שלום עליכם און צאתכם לשלום.

כל מה שיאמר לך בעל הבית עשה, חוץ מצא...
אפשא אז מען זאגט פארן באלעבוס איז אנדערש?
דינסטאג מערץ 05, 2013 6:53 pm#93374
שעפטל האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:וכבר גילה לנו משה געציל רז זה, אז די עכטע איז די פון שטיבל

ולא זכיתי להבין

אט דא האט חכם דנן משה געציל במתק שפתיו ערקלערט אז די עכטע איז די פון קאווע שטיבל, די פון ס'מעדרעש איז גאר די ניק
דינסטאג מערץ 05, 2013 6:54 pm#93375
יאסעלע נישט געוואלט שרייבן ביז יעצט איבער די נושא, אזוי ווי אבער דו האסט געשריבן אז דו ביסט פון די משפחה, וויל איך דיר פרעגן: פארוואס מאכט נישט די משפחה שלום? פארוואס שלאגט זיך די משפחה נאך אזא ביטערע טראגעדיע?
דינסטאג מערץ 05, 2013 6:58 pm#93378
יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:יעדער דא אלע חכמים און נבונים זענען ביזי אז די רבנים זאלן שלום מאכן צווישן זיך און דעמאלטס וועט שוין נישט זיין קיין טראגעדיעס.
אבער תוך כדי דיבור רייסט מען זיך ארום דא ביי די קעפ איינער מיטן אנדערן אז עס איז א שרעק.

Wikipedia
ב.ד.וו. איך האב אן א העלמעט.
דינסטאג מערץ 05, 2013 7:15 pm#93380
ממי_שאמרו האט געשריבן:יאסעלע נישט געוואלט שרייבן ביז יעצט איבער די נושא, אזוי ווי אבער דו האסט געשריבן אז דו ביסט פון די משפחה, וויל איך דיר פרעגן: פארוואס מאכט נישט די משפחה שלום? פארוואס שלאגט זיך די משפחה נאך אזא ביטערע טראגעדיע?

איך האב די זעלבע שאלה...
דינסטאג מערץ 05, 2013 7:17 pm#93381
בעל הבית האט געשריבן:ך » דינסטאג מערץ 05, 2013 4:09 pm קופערניקוס די ביסט זייער ווילד די נעמסט דוך צו שטארק אן פאר דעם פאטריקאע גוי . ביסטו אפשר א משפחה זיינע ?

Do you realize that you are changing the subject from the nik title !
דינסטאג מערץ 05, 2013 7:17 pm#93383
א הערליכע ארטיקל פון "אידיש מיט אן אלף":

March 5, 2013, 3:56pm
צער און שטאלץ, אין א טרויעריגער צייט

פֿון פייוויש בן-גוריון

א טיפער וואלקן פון צער האט זיך אויסגעשפרייט איבער דער חסידישער געמיינדע אין ניו-יארק הערנדיג די ביטערע בשורה איבער דעם אומקום פון נחמן און רייזל גלויבער, עליהם השלום, אין א שוידערליכן עקסידענט. דער ווייטאג און טרויער האט דערגרייכט א העכסטן קלימאקס ווען דאס פריש געבוירענע עופעלע וואס האט געזאלט זיין די נסימדיגע המשכה פון דער משפחה איז אויך ליידער נפטר געווארן.

עס קענען געמאכט ווערן א סך אבזערוואציעס אין דער צייט פון אזא טראגעדיע. פון טעאלאגישע און אנטראפאלאגישע שטאנדפונקטן איז וויכטיג און אינטערעסאנט צו אנאליזירן וויאזוי אזא טיף-רעליגיעזע געמיינדע נעמט אויף אזעלכע טראגישע בשורות, און די ראלע וואס עס שפילט די אומבויגזאמע באציאונג מיט גאט אין ראציאנאליזירן די ברענעדיגע פראגעס.

עס איז אבער וויכטיגער צו קוקן אויף דעם מענטשליכן עלעמענט; אויף דעם קאלעקטיוון געפיל פון ווייטאג און טרויער וואס האט איינגענומען אלע חסידישע אידן. דאס האט זיך אפגעשפיגלט אין דעם ברייטן און טיפן געיאמער וואס האט אפגעהילכט אין אלע שולן און קאפע-הייזער, וועמענס ווידער-קול האט זיך אפגערופן אין חרדישע צענטערן פון אלע עקן פון דער וועלט. חסידישע פנימער זענען איצט איינגעפאלן, פארטרויערט, רוקנס איינגעבויגענע איבער צעריסענע הערצער.

די לויה איז נישט פארגעקומען אין א ראמאנטיש מילד-באלאכטענעם טשאפל, נאר טויזנטער האבן וואקלדיג באגלייט די ארונות אויף די ווייסע טראפיק-שטרייפן פון א וויליאמסבורגער געסל. מ’האט נישט געזען מענטשן זיך האלזן, פאלן אויף איינעם דעם צווייטנס פלייצעס לויט די געזעלשאפטליכע מאניערן, אבער מ’האט געזען די רויע, הארץ-טרייסלענדע געפילן וועלכע האבן זיך געגאסן אויף די גאסן בלויז שעהן נאך דער טראגעדיע. מ’האט נישט געזען קיין עלעגאנט-באקליידעטע מענטשן ארום אן אויסגעפיצטן ארון, נאר פשוט’ע מענטשן, פארבראכן און פארצווייפלט, ארום א פשוט’ן הילצערנעם ארון. מ’האט נישט געהערט קיין פאסיגע לידער און הימנעס, אבער מ’האט געהערט די הויכע כליפען פון עטליכע דורות דערוואקסענע מענטשן וועלכע האבן עניוותדיג מקבל געווען אויף זיך גאטס רצון.

מ’האט אין די טעג נישט געקענט לעבן ווי א חסידישער איד אן פארכאפט ווערן אין דעם טרויער-שטורם. די חושים זענען באשיימפערליך פארטייבט געווארן, און דער מח, א צעחושטער, האט נישט געקענט גראד טראכטן אין אזא געדוכטעניש פון דערביטערונג. עס איז נישט מעגליך געווען צו פארמיידן די אבילות – די איידעלע און באחנטע פנימער פון נחמן און רייזל האבן געשוועבט פארנט פון די אויגן און האבן איינגעמאנט צו טרויערן מיט יעדן.

ווי דערשעפנד עס איז געווען איבערצולעבן אט די פינסטערע טעג, טוען אבער אזעלכע איבערלעבענישן פארשטארקן די שעצונג צו אזא סאלידאריטעט, אזא עמפאטיע וואס צעגיסט זיך אין אלע אברים, און ברענגט ארויס טרערן ביי די פארהארטעוועטסטע הערצער. ווער וואלט דען נישט געוויינט ביי א קינדס לויה? וועלכער חסיד וועט דען נישט וויינען ווען א מיטגליד פון דער גרויסער חסידישער פאמיליע איז אזוי טראגיש פארשניטן געווארן.

ווען די מידיא הענגט אונזערע שמוציגע וועש אין דער עפנטליכקייט ווערט אמאל דאס חסידיש היטל ענג אויפן קאפ. אין ארבעט, אין דער פרעמד, איז שווער צו פארטיידיגן די סטעריאטיפן מיט וועלכע מ’באטראכט אונז. אבער אזא מאניפעסטאציע פון מיטגעפיל מאכט אונז ווידער באקוועם מיט אונזערע בגדים. ס’איז א שטאלץ צו קענען זאגן אז מיר זענען א טייל פון אזא הארציגער, מיטפילנדער געמיינדע. מיר געהערן צו א גרויסער משפחה וואס זארגט און שיצט אלע אירע טויזנטער מיטגלידער.


Read more: m http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... z2Mi61cech m
דינסטאג מערץ 05, 2013 7:21 pm#93385
ווער זענען זיי צו זאגן די אוכלי שפנים, אבער פארט, בא'טעם'ט צו ליינען ווארימע דיבורים
דינסטאג מערץ 05, 2013 7:24 pm#93390
אויף די וועג פון זיין שרייבן זעהט נישט אויס אז דער שרייבער איז פון די אוכלי שפנים, אבער דאס פלאץ ווי ער שרייבט איז טאקע נישט די פלאץ פון ווי צו נעמען הוראות, אבער ווי דו זאגסט דער ארטיקל זעלבסט איז גוט און ווארים געשריבן.
מיטוואך מערץ 06, 2013 12:06 pm#93626
זאגענדיג אז ער גייט אויפגעבען און די קומענדיגע טעג

www.zingmit.com/raw-footage-williamsburg-hit-and-run-murder-saying-to-wabc-that-he-will-turn-himself-in/
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:01 pm#93655
גינות האט געשריבן:זאגענדיג אז ער גייט אויפגעבען און די קומענדיגע טעג

www.zingmit.com/raw-footage-williamsburg-hit-and-run-murder-saying-to-wabc-that-he-will-turn-himself-in/

וואס זאגט ער?
פארוואס וויל ער ווארטען?

איך קען נישט הערען יעצט.
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:05 pm#93658
אברהם יעקב פרידמאן איז אין קאנטאקט, ער איז די פארמיטלער.
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:10 pm#93666
צווישן וועם און וועם?
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:15 pm#93672
ממי_שאמרו האט געשריבן:צווישן וועם און וועם?

צווישען די מערדער און פאליס...
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:17 pm#93675
כ'בין נישט זיכער, אבער אז קול מבשר פרעגט אים וואס די פאליציי טוויט ארויס, דאן זעהט אויס ער איז אין די זאך.

אברהם יעקב, ווילסט טאקע אויפטוהן פאר כלל ישראל, לייג א טרעפיק לייט ביי בעדפארוד און סאוט 9, שוין, היינט, יעצט, נו????
מיטוואך מערץ 06, 2013 2:46 pm#93753
מיטוואך מערץ 06, 2013 5:10 pm#93865
מיטוואך מערץ 06, 2013 5:26 pm#93873
שלום עליכם ערעב יונה.
מיטוואך מערץ 06, 2013 5:34 pm#93880
ער איז נישט קיין גאסט. זעה ווען ער האט זיך רעגעסטירט.
אבער שכחם וחזרם והגיב, איז אויך עפעס.
מיטוואך מערץ 06, 2013 5:58 pm#93899
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'בין נישט זיכער, אבער אז קול מבשר פרעגט אים וואס די פאליציי טוויט ארויס, דאן זעהט אויס ער איז אין די זאך.

אברהם יעקב, ווילסט טאקע אויפטוהן פאר כלל ישראל, לייג א טרעפיק לייט ביי בעדפארוד און סאוט 9, שוין, היינט, יעצט, נו????

היינט אינדערפרי האב איך געזען א אינדזשעניר מיט א ספעציעלע קעמערא ביי בעדפאר און סאוט 9 כ'ווייס נישט וואס דאס גייט ברענגן, צום האפן א טרעפיק לייט.