Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • ראסיזם צווישן היימישע אידן

קאווע שטיבל • ראסיזם צווישן היימישע אידן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
108 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3091
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:38 pm#92863
אונזער רעליגיע האט גארנישט קעגן ספעציפישע ראסעס, דער ווייסער אינטעלעגענטער גוי איז דער זעלבער קליפה וטומאה ווי דער כאלערע שחור,

חוץ די ז' אומות און זרע עמלק,

איז אזוי, ז' אומות זאגט דאך דער רמב"ם אז ס'שוין ממילא נאבד ונכרתו לעולם ועד נאך מימי דוד,
און זרע עמלק האט דער חפץ חיים געזאגט אז די ציונים און די אלע לינקע שונאי הדת זענען בלי ספק מזרע עמלק, ממילא איז דאך עס גאר אונזער ראסע,
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:42 pm#92864
מאראנצןזאפט האט געשריבן:יעצט ווען ראסיזם אין אמעריקא וואלט גע'אסר'ט נאר ראסיזם מצד ראסע, וואלסטו געווען ביטער גערעכט.
אבער מה נעשה אז ראסיזם ווערט פאררעכנט א יעדע סארט וואס ס'קען דיך נאר איינפאלן, כולל ראסיזם מצד רעליגיע.

על זה דברנו למעלה אז דאס האט שוין צוטוהן מער מיט די שאלה פון פלורליזם נישט מיט די שאלה פון ראסיזם.
מכל מקום, איז קלאר אז דאס וואס מלאזט נישט דיסקרימינאציע באזירט אויף רעליגיע איז דווקא אין א קאנטעקסט וואס האט נישט צוטוהן מיט רעליגיע. למשל א ארבעטסגעבער טאר נישט ארייננעמן נאר קריסטליכע ארבייטער. אבער א קלויסטער למשל הא קיינער נישט קיין טענות אויף דעם וואס ער נעמט נישט קיין גלח וואס איז נישט קיין קריסט, אדער אפילו א גלויביגער וואס האט נישט חתונה מיט איינער פון אן אנדערע רעליגיע.
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:44 pm#92865
לעיקוואד האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:'בן נח נהרג על פחות משוה פרוטה' איז א שכל'דיגע הלכה?

א. דאס איז א הלכה ולא למעשה. איך גלייב נישט אז עס איז אמאל פארגעקומען אין היסטאריע אז מזאל עס טאקע טוהן. און עס איז קיינמאלנישט געווען אז מהאט געלערנט אין בית מדרש הלכות גויים מיט אן ערנסטקייט אויף למעשה.
ב. אין א וועלט ווי מפארשטייט בכלל אז גניבה איז מחוייב מיתה, און ר' אלעזר בר' שמעון מסר'ט אידישע גנבים צו די גויים זאלן זיי הרגנען, איז שוין די מעשה אנדערש.
די הגיון פון דער הלכה איז פונקט ווי יידל האט געברענגט, אז בעצם איז מען חייב מיתה פאר יעדער גניבה, עס איז נאר דא א טעכנישע דעטעיל אז עס איז דא א חילוק פון שו"פ ביז פחות משו"פ, איז די טעכנישע פרט זאגט מען עס איז נאר ביי יידען וואס אויף זיי זענען חל חוקי התורה. קענסט דיך דינגען אויף די הגיון פון הרגנען גנבים, און אויף די הגיון פון דין שו"פ, עס איז אבער קלאר נישט געבויט אויף א מהותדיגער חילוק פון א יוד ביז א גוי.

אזא מעשה האט שוין פאסירט: ובן נח שעבר על אחת משבע מצות אלו יהרג בסייף, ומפני זה נתחייבו כל בעלי שכם הריגה, שהרי שכם גזל והם ראו וידעו ולא דנוהו, ובן נח נהרג בעד אחד ובדיין אחד בלא התראה ועל פי קרובין. (רמב"ם מלכים פ"ט).
איז דאס יושר'דיג און שכל'דיג אדער ראסיזם?
אויסער דעם, ס'איז בכלל נישט קיין נפק"מ צו מ'איז עס מקיים למעשה, דאס וואלט געווען פיל ערגער. די פוינט איז אז הלכה מאכט ראסיסטישע חילוקים אפילו אויב ס'איז נאר טעארעטיש, און דאס איז פונקט גענוג. און וואס איז מיט עם הדומה לחמור, איז דאס נישט א גלאטע ראסיסיטישע סטעיטמענט?
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:46 pm#92866
יאיר האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:יא.

'בן נח נהרג על פחות משוה פרוטה' איז א שכל'דיגע הלכה?

אליעזר טרייטל האט געשריבן אויף דעם אין עצכ"ח:

לולי דמסתפינא הייתי אומר שיש לפרש 'הלכה' זו שבן נח נהרג על פחות משווה פרוטה כדרך שיש לפרש את המאמר 'עם הארץ מותר לנוחרו ביום כיפור שחל להיות בשבת' - גוזמא בעלמא!
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:47 pm#92868
האבן מיר א מחלוקת צווישן רמב"ם און אליעזר טרייטל :).
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:49 pm#92869
אויף די מעשה אין שכם פעלט נישט קיין מפרשים וואס האבען טענות אויף דעם און זענען נישט מוותר שמעון ולוי אויף די רציחות. די ערשטער מבקר פון דער מעשה איז איינער יעקב אבינו אין עפעס א ספר חומש בראשית פרשת ויחי..

כאמור אין יענע צייט האט מען געהרגט מענטשען סתם על ימין ועל שמאל, דאס האט נישט צוטוהן מיט די פראבלעם פון ראסיזם נאר סתם פון אכזריות וואס דער תנ"ך איז פול דערפון.

מאמרי חז"ל קען מען טרעפן וויפיל מוויל סיי לצד זה און סיי לצד זה עס איז שווער צו ברענגען פון זיי עפעס א קלארע ראיה. אויף יעדער אזא מאמר איז דא אויך א פארקערטער מאמר.

ספעציפיש דער עם הדומה לחמור האט ער דאך געזאגט אויף דעם ווייל זיי האבען נישט געהאט קיין רוה"ק צו וואס צו זעהן דער גילוי שכינה בענן קשור על ההר, שוין, זענען מיר שוין פיל ערגער פון דער דומה לחמור..
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:54 pm#92871
וואס פארשטייט ר' יעקב צו א שטיקל רמב"ם? :D
דו זאגסט אז ס'איז דא מאמרי חז"ל לכאן ולכאן. אדרבה, איך וואלט זייער געוואלט זען עפעס א קנאקעדיגע מאמר חז"ל וואס זאגט אז אלע מענטשן זענען גלייך, א גוי איז גארנישט ווייניגער ווי א איד, און בעסער אז ס'איז נישט קיין פארשטיפטע תנא דבי אליהו, נאר אזא וויכטיגע דרש פון גמרא פון וואס מען לערנט ארויס אזעלכע יסודות'דיגע לימודים ווי גוי אין לו חייס אדער בן נח נהרג על ז' מצוות. אפשר קענסטו מיר טרעפן נאך בעסערס, אז עס זענען דא געוויסע מעלות ביי גויים וואס מיר אידן האבן נישט. דאס וואלט געווען געשמאק.
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:55 pm#92873
יעדער רעליגיע גלויבט אז זייערע גלויביגע זענען הייליגער און העכער ווי די נישט גלויביגע דאס איז די נאטור פון רעליגיע, פארדעם זענען פילע מלחמות, ימים בלוט פארגאסן געווארן און נאמען פון רעליגיע,

דאס מיינט נישט ראסיסטיש ווייל יעדע רעליגיע, עכ"פ אונזער זיכער, לאזט אריין יעדע ראסע תחת כנפי השכינה (חוץ עמון ומואב, וואס נאכאמאל עס עקזיזטירט עס נישט)

אבער ווען פרומע אידן מאכן חוזק און דערנידערן שחורים מער ווי אנדערע ראסעס, דאס איז שוין ראסיסטיש און נישט אידישליך,
מאנטאג מערץ 04, 2013 11:02 pm#92877
יאיר האט געשריבן:וואס פארשטייט ר' יעקב צו א שטיקל רמב"ם? :D
דו זאגסט אז ס'איז דא מאמרי חז"ל לכאן ולכאן. אדרבה, איך וואלט זייער געוואלט זען עפעס א קנאקעדיגע מאמר חז"ל וואס זאגט אז אלע מענטשן זענען גלייך, א גוי איז גארנישט ווייניגער ווי א איד, און בעסער אז ס'איז נישט קיין פארשטיפטע תנא דבי אליהו, נאר אזא וויכטיגע דרש פון גמרא פון וואס מען לערנט ארויס אזעלכע יסודות'דיגע לימודים ווי גוי אין לו חייס אדער בן נח נהרג על ז' מצוות. אפשר קענסטו מיר טרעפן נאך בעסערס, אז עס זענען דא געוויסע מעלות ביי גויים וואס מיר אידן האבן נישט. דאס וואלט געווען געשמאק.

קודם תנא דבי אליהו איז גארנישט אזוי פארשטופט, עס איז נאך אזא מקור ווי אסאך אנדערע מקורות..
מאמרי חז"ל קעגן יודען איז דא אסאך.. למשל ישראל עזים שבאומות, למה ניתנה תורה לישראל מפני שהם עזים, וע"ש בפירש"י.
כמו"כ פעלט נישט קיין מארז"ל וואס זענען אפען משבח מעלות וואס זענען דא בי גוים און נישט ביי יודען.
ידוע דער וויכוח פון רשב"י ור' יהודה בר עילאי לגבי מה נאים מעשיהם של אומה זו.
ר"ג אומר בג' דברים אוהב אני את הפרסיים.
דאס איז אלץ מעלות וואס איז נישטא ביי יודען.
אז אלע מענטשען זענען גלייך איז דא א מאמר זה ספר תולדות אדם זה כלל גדול מזה
וואס איז אזוי שלעכט אן אפענער משנה, חביב אדם שנברא בצלם, חיבה יתירה נודעת לו שנברא בצלם. סך הכל לייגט די משנה צו חביבין ישראל שנקראים בנים למקום, אבער בצלם זענען אלע גלייך.

כל זה מה שנזכרתי כרגע, א קלארע מחקר אויף דעם וועט אוודאי ברענגען פיל מער.
מאנטאג מערץ 04, 2013 11:02 pm#92878
תמצית הדברים לפי הבנתי, אז די תורה דיסקרימינירט, אבער נישט געבויעט אויף ראסיזם, דאס הייסט אויף א טעאריע אז איין ראסע איז מער ווי דער צווייטער. הרב יואב והרב יאיר איר קענט אראפנעמען די לייקס אויף מיינע ווערטער משום שצדק בזה החכם מלעיקוואוד, ונסתרה כל הקו' מדיני תורה לגוים ולנשים.
ומכאן הקריאה יוצאת: ווען הרב לעיקוואוד זאגט עפעס, אל תבהל להשיב!
מאנטאג מערץ 04, 2013 11:05 pm#92880
אה, מיר זענען נישט אינגאנצן באנקראט, כאטש נישט ממש אזעלכע קנאקעדיגע אויף וואס איך האב געהאפט. ניחמתנו, לעיקוואוד, ניחמתנו.
מאנטאג מערץ 04, 2013 11:20 pm#92889
גאלד האט געשריבן:די ראסיסטן קעגן שחורים צווישן היימישע אידן, זענען געווענליך די וואס האבן ווייניגער שכל ווי דער עוורעדש שחור

שטודיעס ווייזן אז ראסיסטן האבען בדרך כלל א נידעריגערע IQ.
מאנטאג מערץ 04, 2013 11:41 pm#92908
געפילטע פיש האט געשריבן: שטודיעס ווייזן אז ראסיסטן האבען בדרך כלל א נידעריגערע IQ.

במה דברים אמורים, ביי איינעם וואס פארשטייט אזוי מדעתו, משא"כ איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין אזא סביבה, איז שווער אזוי דן צו זיין.
מאנטאג מערץ 04, 2013 11:55 pm#92920
ברסלבער האט געשריבן:במה דברים אמורים, ביי איינעם וואס פארשטייט אזוי מדעתו, משא"כ איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין אזא סביבה, איז שווער אזוי דן צו זיין.

יש בזה אמת, אבער נאכטאנצען דער סביבה אן טראכטען איז אויך נישט קיין סימן פון גרויס חכמה.
מאנטאג מערץ 04, 2013 11:57 pm#92922
כמעט יעדער טאנצט נאך די סביבה אויף א געוויסע פארנעם, אפילו די קלוגסטע מענטשן, איינער מער און איינער ווייניגער.
דינסטאג מערץ 05, 2013 12:03 am#92925
ברסלבער האט געשריבן:במה דברים אמורים, ביי איינעם וואס פארשטייט אזוי מדעתו, משא"כ איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין אזא סביבה, איז שווער אזוי דן צו זיין.
דהיינו א תינוק שנשבה איז מען דן אנדערש נישט נאר כלפי שמיא נאר אויך אין די וועלט פון IQ
דינסטאג מערץ 05, 2013 1:30 am#92970
לעיקוואד האט געשריבן:ראסיזם איז נאר די אמונה אז אידען זענען עפעס בעצם אנדערש מער בעסער ווי אנדערע, נישט אלץ זייער אמונה אדער רעליגיע וואס איז מער ריכטיג, נאר בעצם אז די אידישע ראסע איז עפעס בעסער און אנדערש פון דער גוי. אויף דעם האב איך געזאגט אז סך הכל אפאר מפרשים פארשטייען אזוי, ובראשם דער כוזרי והנמשכים אחריו, אבער אין דער תורה אליינס טרעפט מען דאס נישט, און איך בין נישט מחוייב צו גלייבען אין דעם. דאס איז טאקע ראסיזם און עס איז נישטא קיין נארמאלער סיבה עס צו גלייבען.

גאלד האט שוין מעורר געווען, און געפילטע האט שוין אזוי געשריבן במ"א:

געפילטע פיש האט געשריבן:די עולם מישט דא צאם רעליגיע מיט ראסע. ראסע איז א זאך וואס מ'קען נישט טוישן, א שווארצער בלייבט א שווארצער, און צו אריינצוגיין אינעם אריאנע ראסע קען מען זיך נישט מגייר זיין, משא"כ די אידישע רעליגיע וואס נעמט אן גרים, אפגעזען פון דיין אפשטאם, ראסע, קענסטו ווערן א איד. און דאס קען נישט זיין ראסיסטיש.

אבער א ראסיסט קענסטו נאך אלץ זיין, אזוי ווי א גרויס חלק פון אונזער קאמיוניטי וואקסט אויף ראסיסטיש, אבער מיט אידישקייט האט עס נישט צו טוהן.


הגם דער כוזרי קלאפט יא אביסל די גרים, איז עס אבער א חידוש גדול וואס ווערט לכאורה נישט דערמאנט אין ערגעץ.
דינסטאג מערץ 05, 2013 1:51 am#92988
איך בין בכלל נישט אויסגעקאכט אין די ענין , אבער כ'האב ביי מיר א לאנגע ארטקיעל וואס איז געוועהן אין קובץ "פעמון" וועגן די ענין, וועל איך מזכה זיין דעם עולם.
אזוי ווי ס'געוועהן צו גרויס האב איך עס צוטיילט אין צוויי

Paamoin.1-11.pdf
(158.7 KiB) אראפגעלאדנט 125 מאל

Paamoin.12-23.pdf
(153.83 KiB) אראפגעלאדנט 109 מאל
דינסטאג מערץ 05, 2013 3:03 pm#93207
עס איז א לאנגע מאמר די הפעמון מאמר וואס איז זיין מסקנה האט עס אמיצער אדוירכגעלייענט?
מיטוואך מערץ 06, 2013 3:19 am#93558
לא יבא ממזר בקהל השם
כהן לוי ישראל
זר הקרוב ימת
מלכות בית דוד

ראסיזם פון מיין פראספעקטיוו איז all men created equal under god און ווער ביסטו קליינע מענטשעלע צו מאכן חילוקים וועגן color nationality religion
אבער גאט מעג יא !! סאיז זיין וועלט כחומר ביד היוצר אויב גלייבסטו אז די תורה קומט פון גאט איז נישט דא קיין קושיות
והשתא דאתית להכא איז אלע דוחקים וואס לעקוואד וחביריו האבן געמאכט צו פארענפערן יאיר וחבריו לכאורה איבריג.
מיטוואך מערץ 06, 2013 3:32 am#93560
אבער אזוי ווי אונז זענען דעם עם הנבחר, קינדער פונעם אייבישטער, איז אפשר מעגן אונז אויך..
מיטוואך מערץ 06, 2013 4:06 am#93563
לא יודע מה טעפל כותב אולי צריך טעפל לעיין בחתימה שלי
מיטוואך מערץ 06, 2013 4:09 am#93564
כ'האב געוואלט זאגען א ווערטעל, אבער אפשר איז עס נישט אויפן פלאץ
מיטוואך מערץ 06, 2013 10:43 am#93597
איר פארגעסט אז אפילו פון די ז' אומות און עמלק, (לויט דעם רמב"ם) דארף מען דורש זיין בשלום איידער מען גייט מלחמה האלטן.
אויך, אויב איינער פון זיי איז זיך מגייר באקומט ער א דין פון א רעגורלער ישראל (ווייטער, לויט כמה פוסקים). און זיין ראסע מאכט נישט אויס.
מיטוואך מערץ 06, 2013 11:11 am#93604
moti107 האט געשריבן:לא יבא ממזר בקהל השם
כהן לוי ישראל
זר הקרוב ימת
מלכות בית דוד

ראסיזם פון מיין פראספעקטיוו איז all men created equal under god און ווער ביסטו קליינע מענטשעלע צו מאכן חילוקים וועגן color nationality religion
אבער גאט מעג יא !! סאיז זיין וועלט כחומר ביד היוצר אויב גלייבסטו אז די תורה קומט פון גאט איז נישט דא קיין קושיות
והשתא דאתית להכא איז אלע דוחקים וואס לעקוואד וחביריו האבן געמאכט צו פארענפערן יאיר וחבריו לכאורה איבריג.

דעמאלט פארוואס האבן מיר טענות אויף די אינקוויציע אין שפאניע, זיי האבן געגלייבט אז גאט וויל אז מען זאל פארברענען די אידן און מען קען נישט פרעגן קיין קשיות?
מיטוואך מערץ 06, 2013 12:06 pm#93625
ווייל גאט האט זיי עס קיינמאל געזאגט, האט ער דען?
מיטוואך מערץ 06, 2013 12:24 pm#93630
איך האב א שאלה.

זענען היימישע אידן ראסיסטיש קעגן גאנצע חסידות'ן?

למשל: ברסלב זענען משוגעים. פאפא זענען נערנים. סקווירא זענען מצומצם. באבוב זענען קארג.

מענטשן וועלן גלייך אפווארפן א שידוך, אדער נישט אן נעמען אן ארבייטער פון א געוויסע חסידות, איז דאס ראסיזם?
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:13 pm#93669
גנדי האט געשריבן:למשל: ברסלב זענען משוגעים. פאפא זענען נערנים. סקווירא זענען מצומצם. באבוב זענען קארג.

האסט גע'עפנט פיר צימעס אשכולים אין איין שאס.

אז איינער זאגט אפ א שידוך ווייל דער מדובר איז א משוגענער, נער, מצומצם, קארג, איז דאס נישט ראסיזם.

אויב איינער זאגט אפ א ברסלבר, ווייל ער וויל נישט זיין איידעם זאל פארן קיין אומן יאריערליך, און ער וויל נישט זיין איידעם זאל זיין געלעבעלט דורך אנדערע, איז דאס אויך נישט ראסיזם.
אויב איינער זאגט אפ א סקווירא בחור ווייל ער וויל נישט זיין איידעם זאל פארן יעדע נאכט צו שיכון סקווירא פאר א חתן מאהל, ארומע סעודה, שבע ברכות, בר מצוה, וכו', איז דאס אויך נישט ראסיזם.
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:18 pm#93677
ברסלב׳ס היינטיגע גאנג קען נאר גיין אינאיינעם מיט שוואכע מוחות,

סקווירע מהלך איז זייער זייער שווער נאכצוגיין,

סאטמער מהלך איז גרינג אבער מען מוז זיין א שותומ"צ,
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:22 pm#93682
וואס הייסט דער מהלך יענער מהלך? מ'רעדט דאך דא אז יעדער גייט זיין מהלך, די שאלה איז צו איך וויל נישט יענעם ווייל ער איז פאפא'נער צו דאס איז ראסיזעם..
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:23 pm#93684
בדחן, דו ביסט איגנאראנט אדער אראגאנט?
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:24 pm#93686
בדחן האט געשריבן:סאטמער מהלך איז גריניג אבער מען מוז זיין א שותומ״צ,

ווי א בדחן, דו פארסט פון איין זאך צום צווייטען, שלא במקומו.

גרינג און שותומ"צ גייען נישט אין איינעם, אויסער ווען מ'איז מצרף סאטמער ("איך יא, דו נישט") דאן איז עס טאקע גרינג.
דאס האסטו געמיינט?
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:24 pm#93687
ח"ו איך האלט נישט אז די סטעריאטייפ איז אמת, איך האב געזאגט "למשל".

אז איינער זאגט אפ א שידוך ווייל דער מדובר איז א משוגענער, נער, מצומצם, קארג, איז דאס נישט ראסיזם. - דאס בין איך מודה.

אויב ער זאגט אבער פארן שדכן: "איך וויל נישט הערן קיין שום שידוך פון חסידות X ווייל זיי זענען... " - איז דאס ראסיזם?

אויב ער וויל נישט זיין איידעם זאל זיין געלעבעלט דורך אנדערע - מיינט דאס ער רעכנט זיך מיט די מיינונג פון ראסיסטן?
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:26 pm#93691
טעפל האט געשריבן:די שאלה איז צו איך וויל נישט יענעם ווייל ער איז פאפענער צו דאס איז ראסיזעם..

אויב איז דער בחור באמת א נער, דאן איז דאס נישט ראסיזעם, אויב האט ער נישט קיין אנדערע סיבה אפצוזאגן דעם שידוך, דאן איז דאס ריינע ראסיזעם.
אבער, דער פאפא בחור וויל דאך אויך נישט חתונה האבן מיט א סאטמער מיידל צוליב ראסיזעם.
די שאלה איז נאר ווער ס'האט אנגעהויבן.
די תשובה איז גראדע נישט קיין סוד.
whatever
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:30 pm#93694
איי דיסאגריע. א פאפא'נער האט אנדערע השקפות פון סאטמאר, מ'קען נישט יעדן צאמפארן. ס'נישט ווי סקווירא איז זיך משדך מיט קלויזענבארג
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:33 pm#93696
געפילטע פיש האט געשריבן:בדחן, דו ביסט איגנאראנט אדער אראגאנט?


פארוואס ווייל איך בין צופרידען פינעם סיסטעם און איך לאז וויסען אנדערע אז מען קען לעבן און זיין צופרידען?
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:34 pm#93697
טעפל האט געשריבן:וואס הייסט דער מהלך יענער מהלך? מ'רעדט דאך דא אז יעדער גייט זיין מהלך, דיש אלה איז צו איך וויל נישט יענעם ווייל ער איז פאפענער צו דאס איז ראסיזעם..


אויף דעם איז די ענטפער אז עס איז נישט ראסיזם, נאר פשוט אז די צוויי קענענן ( כמעט ) נישט גיין אינאיינעם.
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:36 pm#93698
קאווע טרינקער האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:די שאלה איז צו איך וויל נישט יענעם ווייל ער איז פאפענער צו דאס איז ראסיזעם..

אויב איז דער בחור באמת א נער, דאן איז דאס נישט ראסיזעם, אויב האט ער נישט קיין אנדערע סיבה אפצוזאגן דעם שידוך, דאן איז דאס ריינע ראסיזעם.
אבער, דער פאפא בחור וויל נישט חתונה האבן מיט א סאטמער מיידל אויך צוליב ראסיזעם.
די שאלה איז נאר ווער ס'האט אנגעהויבן.
די תשובה איז גראדע נישט קיין סוד.
whatever


אויב א פאפא בחור וויל נישט חתונה האבן מיט א סאטמער מיידל, ווייל ער האלט סאטמארע מיידלעך זענען קלוגער פון פאפא, איז דאס ראסיזם?

ראסיזם איז לכאורה נאר ווען מ'קוקט אראפ א געמיינדע, נישט ווען מ'קוקט ארויף?
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:38 pm#93701
גנדי, כ'בין נישט געווען קלאר, שוין פאראכטן.
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:40 pm#93703
ניין עס האט נישט מיט קיין ראסיזם, יעדער האט זיך זיין סטייל, זיין קאפ אוו טי וואס ער שפירט זיך באקוועם, ס'אלס בעסער צו צאמשטעלן צוויי מענטשן מיט די זעלבע בעקגראונד, אסאך מאל קען א נארישע מנהג נערווירן א מענטש, מ'קען זיך נישט צוגעוויינען, וואס קען אסאך מאל ברענגען צו גרעסערע פראבלעמען, איך ווייס ס'סאונד סילי, אבער דאס איז א אמת וואס פסיכיאטורן וועלן דאס באשטעטיגן,
אוואדי איז עס נישט קיין כלל, אבער דער ריזיקע עקזיסטירט
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:47 pm#93708
וואס מ'רעדט דא איז נישט ראסיזם דאס איז "סטיריאטייפינג", (stereotype) דאס מיינט מ'שטעלט זיך פאר אזא מענטש האט א געוויסער נאטור בלויז ווייל ער געהער צו א געוויסע גרופע,
מיטוואך מערץ 06, 2013 2:03 pm#93721
בדחן האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:וואס הייסט דער מהלך יענער מהלך? מ'רעדט דאך דא אז יעדער גייט זיין מהלך, דיש אלה איז צו איך וויל נישט יענעם ווייל ער איז פאפענער צו דאס איז ראסיזעם..


אויף דעם איז די ענטפער אז עס איז נישט ראסיזם, נאר פשוט אז די צוויי קענענן ( כמעט ) נישט גיין אינאיינעם.


אויב א ווייסע ארבייטס געבער זאגט פאר אן אפריקען-אמעריקאן, "איך נעם דיר נישט אויף פאר אן ארבעטר, ווייל ווייסע און שווארצע האבן אן אנדערן מהלך און די צוויי קענענן ( כמעט ) נישט גיין אינאיינעם." - איז דאס ראסיזם?

אויב זאגט דאס א גוי פאר א איד - איז דאס ראסיזם?
מיטוואך מערץ 06, 2013 2:06 pm#93722
גאלד האט געשריבן:וואס מ'רעדט דא איז נישט ראסיזם דאס איז "סטיריאטייפינג", (stereotype) דאס מיינט מ'שטעלט זיך פאר אזא מענטש האט א געוויסער נאטור בלויז ווייל ער געהער צו א געוויסע גרופע,


וואס איז די חילוק צווישן "סטיריאטייפינג" און "ראסיזם"?
מיטוואך מערץ 06, 2013 2:13 pm#93725
קאווע טרינקער האט געשריבן:
גנדי האט געשריבן:למשל: ברסלב זענען משוגעים. פאפא זענען נערנים. סקווירא זענען מצומצם. באבוב זענען קארג.

האסט גע'עפנט פיר צימעס אשכולים אין איין שאס.

אז איינער זאגט אפ א שידוך ווייל דער מדובר איז א משוגענער, נער, מצומצם, קארג, איז דאס נישט ראסיזם.

אויב איינער זאגט אפ א ברסלבר, ווייל ער וויל נישט זיין איידעם זאל פארן קיין אומן יאריערליך, און ער וויל נישט זיין איידעם זאל זיין געלעבעלט דורך אנדערע, איז דאס אויך נישט ראסיזם.
אויב איינער זאגט אפ א סקווירא בחור ווייל ער וויל נישט זיין איידעם זאל פארן יעדע נאכט צו שיכון סקווירא פאר א חתן מאהל, ארומע סעודה, שבע ברכות, בר מצוה, וכו', איז דאס אויך נישט ראסיזם.

די וועלכע האבן דיסקרמינירט אקעגן יודן אדער להבדיל, שחורים האבן אויך אנגעגעבן "לאגישע" סיבות און טעמים פארוואס זיי געבן נישט אן ארבעט'ס געלעגנהייט אדער האוזינג פאר מעמבערס פון די גרופעס.
מיטוואך מערץ 06, 2013 2:21 pm#93731
גנדי האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:וואס הייסט דער מהלך יענער מהלך? מ'רעדט דאך דא אז יעדער גייט זיין מהלך, דיש אלה איז צו איך וויל נישט יענעם ווייל ער איז פאפענער צו דאס איז ראסיזעם..

אויף דעם איז די ענטפער אז עס איז נישט ראסיזם, נאר פשוט אז די צוויי קענענן ( כמעט ) נישט גיין אינאיינעם.

אויב א ווייסע ארבייטס געבער זאגט פאר אן אפריקען-אמעריקאן, "איך נעם דיר נישט אויף פאר אן ארבעטר, ווייל ווייסע און שווארצע האבן אן אנדערן מהלך און די צוויי קענענן ( כמעט ) נישט גיין אינאיינעם." - איז דאס ראסיזם??


100%גערעכט
מיטוואך מערץ 06, 2013 2:28 pm#93735
גערעכט - אז דאס איז ראסיזם?

אדער גערעכט - אז דער ארבייטס געבער איז בארעכטיגט אזוי צו זאגן?
מיטוואך מערץ 06, 2013 2:30 pm#93738
בדחן האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:בדחן, דו ביסט איגנאראנט אדער אראגאנט?


פארוואס ווייל איך בין צופרידען פינעם סיסטעם און איך לאז וויסען אנדערע אז מען קען לעבן און זיין צופרידען?

ניין, נאר פארן זאגן אז נאר איך בין נארמאל, יעדער אנדערש איז אדער משוגע אדער פאנאטיש.
מיטוואך מערץ 06, 2013 2:35 pm#93742
יאיר האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:לא יבא ממזר בקהל השם
כהן לוי ישראל
זר הקרוב ימת
מלכות בית דוד

ראסיזם פון מיין פראספעקטיוו איז all men created equal under god און ווער ביסטו קליינע מענטשעלע צו מאכן חילוקים וועגן color nationality religion
אבער גאט מעג יא !! סאיז זיין וועלט כחומר ביד היוצר אויב גלייבסטו אז די תורה קומט פון גאט איז נישט דא קיין קושיות
והשתא דאתית להכא איז אלע דוחקים וואס לעקוואד וחביריו האבן געמאכט צו פארענפערן יאיר וחבריו לכאורה איבריג.

דעמאלט פארוואס האבן מיר טענות אויף די אינקוויציע אין שפאניע, זיי האבן געגלייבט אז גאט וויל אז מען זאל פארברענען די אידן און מען קען נישט פרעגן קיין קשיות?

אה״נ דער אימוויסענדער פויער וואס איז איינגערעדט געווארן פון זיין שמייליגער אז דאס וויל גאט איז בעצם גערעכט פון זיין פרעספעקטיוו.

אסאמא בין לאדין קען אויך מיט אן אמת האלטן אז ער טוט גאטס ארבייט און זיך שפורן גערעכט,אבער ווער פרעגט אים?

מייזן אין ראטן מאכן כסדר מיטינגען וויאזוי קער צו נעמען פון די אכזריותדיגע exterminator's
מיטוואך מערץ 06, 2013 2:40 pm#93749
געפילטע פיש האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:בדחן, דו ביסט איגנאראנט אדער אראגאנט?

פארוואס ווייל איך בין צופרידען פינעם סיסטעם און איך לאז וויסען אנדערע אז מען קען לעבן און זיין צופרידען?

ניין, נאר פארן זאגן אז נאר איך בין נארמאל, יעדער אנדערש איז אדער משוגע אדער פאנאטיש.


ווי וואס ווען...??

לאמיר דיר עפעס מסביר זיין, איך בין א עווריטיש אינגערמאן זייער ווייט פון א פרומער, אבער איך בין זייער צופרידען פון די סאטמער ראדני מהלך החיים אפילו אז איך בין נאר בערך זעכציג אדער זיבציג אייניג מיט זיי, ווייל איך האלט אז כדי איך זאל האבן ערליכע דורות מוז זיין א סיסטעם, און איך ווייס און פארשטיי אז די סיסטעם האט לעכער אבער איך ווייס אז יעדע סיסטעם האט לעכער ווייל נאר אויף יענע וועלט איז אלעס גוט, און ווי לאנג מען קען לעבן דערמיט איז ווערט צו לעבן דערמיט און עס אויסניצען און זיכען צו ענדשויען דאס לעבן, איך קוק נאר אויף די זאכען מיט וואס איך בין צופרידען אוך זיך אויסצימיידען דאס וואס עס שטייט מיר און וועג, איך זיך נישט צו געפעלן פאר אנדערע נאר פארן באשעפער/ווייב און קינדער,

השי״ת האט געגעבן א מתנה פון לעבן, מען דארף אויס ניצען די מתנה און עס ניצען פרייליכערהייט, נישט זיין כסדר ביזי מיט וואס עס גייט נישט גוט, ענדערש זיי ביזי מיט וואס עס איז יא גוט, און זיי נישט אבסעסט מיט וואס אנדערע טיען שלעכט, אדער מיט וואס אנדערע טראכטען.

עס איז מיין פאזעטיווע בליק וואס מאכט מיר אנדערש ווי טייל ניקים דא, אבער באמת האלט איך אז עס ליגט ביי יעדעם און די האנט צו זיין צופרידען און האבן א פרייליך לעבן, און פאר איינעם וואס קען זיך בשו״א נישט ציגעוויינען צו וומסב״ג זאל ווי פריער מופען קיין טינעק ניו דשערזי און אזוי לעבן א ערליך געשמאק לעבן.