Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • ראסיזם צווישן היימישע אידן

קאווע שטיבל • ראסיזם צווישן היימישע אידן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
108 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3091
זונטאג מערץ 03, 2013 4:21 am#91989
ראסיזם צווישן היימישע אידן
ניין איך האב נישט דורכגעפירט קיין אנקעטע. אבער באזירט אויף א ("פאקט" חסידיש גערעדט) טעאריע - הויפזעכליך צוליב מיין אייגענע ערפארונג פון שמועסערייען, אנאליזן, וכדו' - אונערהאלב אונזער געזעלשאפט, שטעלט זיך ארויס ארום 50% פונעם היימישער עולם איז און שטיצע פון פארקנעכטן שווארצע. און לכל הפחות צוויי דריטל זענען שטאלצע צו עפעס וואס ראסיסטן. איבריג צו באטוינען אז דאס נעמט זיך מייסטנס פון קליין קעפיגקייט און עקסטרעמיזם. (געווענדליך די וועלעכע זענען שארף אנטקעגען יעדן סארט אימיגראציע רעפארם). די איראניע שטייגט אבער ווען די יעניגע הענגען דאס זאגאר אן און די תורה. נעמליך, ציטירענדיג דאס אז נח האט געשאלטן חם. מ'שטיינס געזאגט דאס אז מיר זענען אידן איז שוין איינמאל פעסט קלאר, די שאלה איז נאר צו די אריבער א ביליאן געשאצטע שחורים ארום דער וועלט זענען חם אפשטאמעדיגע. אבער ווי פריער דערמאנט שיינט עס בכלל נישט צו זיין קיין שאלה, נאר עס איז ברור כשמש. לאמיר שוין מודה זיין אז יא. קודם כל, די גאנצע באגריף פון אידישע הערשאפט איז בכלל נישט געזאגט געווארען בעת מיר געפינען זיך אין גלות. צווייטענס, די תורה אינדארסירט נישט נאר שילדערט נח'ס אקט, און זיכער האט די תורה אונז נישט באויפטראגט עס צו אינפארסירן. אלזא שיינט עס צו זיין היבש מאדנע צו נוצן די תורה אלס א מיטל צו בארעכטיגען דעם וואנזיניגע איינגעבורענע ראסיזם וואס הערשט ביי אחינו בית ישראל.
זונטאג מערץ 03, 2013 9:19 am#92019
שלום עליכם יואב.
ס'זעהט מיר אויס ווי דו ביסט א חמת מלא תוכן, און דו האסט גע'עפענט א קליין לעכעל ארויסצושיסן למרחוק. הצלחה רבה.

אילו אונזער ראסיזם פראבלעם וואלט זיך אפגעשטעלט ביי א.ג. בני חם, החרשתי. די פראבלעם איז אז ס'איז פארהאן ראסיזם צווישען אידן גופא.
איך קען נישט מוסר זאגן, ווייל איך אליין לייד אויך דערפון, טיף אין הארץ האלט איך זיך מער "ריין" ווי אן ארם-צובה אפשטאמיגער, כאטש ער ציעט אן הערליכער יוחס בן אחר בן ביז גד בן יעקב אבינו, אבער זיינע חלומות-מעשות וואס ער האט מקובל פארשווארצט אים אין מיין אויגן. איי אונזער מכון-להוצאת-בלא-בלה האט דאך די זעלבע משוגענע מעשיות? א גוטע קשיא.
זונטאג מערץ 03, 2013 10:13 am#92025
קאווע אוי ביסטו גערעכט!! די האסט א מושג וואס טוט זיך אין ארץ ישראל צוווישען די אשכנזים מיט די ספרדים??
מאנטאג מערץ 04, 2013 8:49 am#92543
ביסט גערכט לגבי די שווארצע, לגבי ספרדים, אונז זענען מיר ראסיסטען.

אבער עס איז טיף איינגעווארצעלט, אנגעהויבען ביים ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי, און ביי לא תחנם, לא תתן להם חן, ממילא איז שוין אזוי דורות לאנג וואס מען איז געווינט זיי קליין צומאכען.

לגבי די ספרדים, מען קען נישט לייקענען, עס איז טאקע א בושה, קיינער פין אונז וויל נישט חתונ. האבען מיט א ספרדי, און דאס האט נישט מיט קיין מצוות גארנישט, לאידך גיסא אין ארץ ישראל פאר הונדרעט פיפציג יאר צוריק איז געוועהן די קארדס געפליפט ווען די ספרדים האבען נישט געוואלט זיך משדך זיין מיט די אשכנזים.

די מחלוקת ווער עס האט א בעסערע מסורה גייט שוין אהן הונדרעטער יאר ווען ביידע זייטען זענען באזירט אויף נארישע שפעקילאציעס.
מאנטאג מערץ 04, 2013 12:52 pm#92615
מאכטס ענק נישט אזוי אוועק, אמת אמאל האמער געפייט מיט אלע מיינאר גרופס און היינט האלט מיר זיך גרעסער אבער אזוי ווערט ווען מיט די צייט, דער שחור וואס איז דעווען פארקנעכטעט און געפייט פאר זיין עקזיסטענס האלט זיך אסאך חשובער פון דיר, דער ספאניאלא וואס דרייט זיך ארום מיט פאלשע פאפירן און ציטערט מ' זאל איהם נישט אויסליפערן שפייט דיר אין פנים (בעיני ראיתי כמ"פ ובעיניך ראית ג"כ), נישט אז עס בארעכטיגט נאר כך היא דרכו של עולם יעדער האלט זיך פאר די בעסטע ווען נישט דארף ער דאך ווערן בעסער
מאנטאג מערץ 04, 2013 4:14 pm#92673
די אפטייטש פון ראסיזם
יעדער מענטש אין דער וועלט האט ווירדן אין וואס ער גלייבט, און ממילא איז נישט מעגליך אז ער זאל אנקוקן אלעמען צוגלייך.
דער קריסט לאכט\פארדאמט\קוקט אראפ דעם מוסלמענער, דער מוסלמענער דעם קריסט, דער איד אלע ביידע, און דער אטטאיסט לאכט פון אלע 3.
ביי יעדער פערזאן אין דער וועלט איז עפעס חשוב, און עפעס אראפגעקוקט, און דער וואס קומט נישט נאך זיינע ווירדן איז נישט מיט אים גלייך.
אמעריקא זאגט נישט צו מער ווי אז אלע אירע בירגער זענען "גלייכבארעכטיגט", אלע האבן די זעלבע רעכטן.
איך בין זיך נישט מחויב צו משדך זיין מיט א ספרדיש'ן ווייל ער פרעזענטירט נישט מיינע ווירדן, און כל זמן ער קען קויפן א מקוה קארטל פונקט ווי מיר און ניצן דעם זעלבן בית הכבוד, זענען מיר גלייכבארעכטיגט, און איך בין נישט קיין ראסיסט.

אליבא דאמת זענען מיר אסאך מער צעשניטן אין פראקציעס ווי נאר אשכנז-ספרד.
דער סאטמארער וועט נישט נעמען קיין בעלזן איידעם ווייל ער גייט צום כותל און ביי מיר איז דאס אפגעפרעגט, אויך נישט קיין וויזניצער ווייל ער האלט נישט ר"ת און ביי מיר איז דאס חילול שבת. און דער וויזניצער נעמט נישט קיין סאטמארער ווייל ער לאכט פון מיין רבי'ן.
א רויטער בחור ווילן מיר נישט ווייל מיר גלייכן נישט רויט, אבער ראסיזם מאן דכר שמיה, דעם בית הכבוד געבן מיר פאר אלע צוגלייך.
מאנטאג מערץ 04, 2013 6:15 pm#92716
מאראנצןזאפט האט געשריבן:יעדער מענטש אין דער וועלט האט ווירדן אין וואס ער גלייבט, און ממילא איז נישט מעגליך אז ער זאל אנקוקן אלעמען צוגלייך.

די גאנצע חכמה איז צו גלייבען אין געוויסע זאכען און אף על פי כן צו פארשטיין אויך דער וואס גלייבט אנדערש. און עם נישט אראפקוקען דערפאר.
מאנטאג מערץ 04, 2013 6:20 pm#92718
לעיקוואד, די היפוך פון ראסיזם איז פלוראליזם?
מאנטאג מערץ 04, 2013 6:33 pm#92722
אין די קאנטעקסט וואס מאראנצען-זאפט האט גערעדט, יא.
כלומר, יש ראסיזם וואס איז סתם הוילע שטותים און פאנטאזיע, למשל שווארצע און וייסע, ספרדים און אשכנזים. לגבי דעם איז די היפך ראסיזם שכל הישר.
אבער ר' מיץ-תפוזים האט די אריינגעברענגט די נושא פון רעליגיע, פון למשל סאטמערע מול ציונים, אדער יודען און קריסטען, מוסלמעינער און בודהיסטן. לגבי דעם איז די היפך פלאראליזעם. [לעולם איז דאס נישט ראסיזם ממש נאר סתם אי קבלת האחר].
מאנטאג מערץ 04, 2013 6:37 pm#92724
לעיקוואד האט געשריבן:אין די קאנטעקסט וואס מאראנצען-זאפט האט גערעדט, יא.
כלומר, יש ראסיזם וואס איז סתם הוילע שטותים און פאנטאזיע, למשל שווארצע און וייסע, ספרדים און אשכנזים. לגבי דעם איז די היפך ראסיזם שכל הישר.
אבער ר' מיץ-תפוזים האט די אריינגעברענגט די נושא פון רעליגיע, פון למשל סאטמערע מול ציונים, אדער יודען און קריסטען, מוסלמעינער און בודהיסטן. לגבי דעם איז די היפך פלאראליזעם. [לעולם איז דאס נישט ראסיזם ממש נאר סתם אי קבלת האחר].

אויב זאל וויסנשאפט אויפווייזן אז א געוויסע סעקטע, למשל אידן אדער שחורים זענען מעצם טבעם א גזע נחות, און נישט בלויז ווייל די שחורים זענען געווען פארקנעכטעט וכדומה, נאר טאקע ווייל דאס איז זייער נאטור, וועט עס נאך אלס זיין ראסיזם?
ראסיזם האט צו טון מיט שקר?
מאנטאג מערץ 04, 2013 6:41 pm#92726
להוסיף נופך, אין אן אנדערע אשכול ווערט דעבאטירט דאס וואס מען זאגט אז אידן זענען מער קלוג, אזוי איז אנגענומען כאטש וואס איך קען געוויסע אידן וואס זענען בכלל נישט אזוי קלוג, אבער בדרך כלל איז עס אזוי.
יעצט לגבי שחורים, בדרך כלל זענען זיי נישט אזוי קלוג (מילד גערעדט), כאטש מען קען טרעפן צווישן זיי קלוגע.
לפי זה, אויב איינער קוקט זיי אראפ דערפאר, הייסט דאס ראסיזם?
מאנטאג מערץ 04, 2013 6:53 pm#92727
קופערניקוס האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:אין די קאנטעקסט וואס מאראנצען-זאפט האט גערעדט, יא.
כלומר, יש ראסיזם וואס איז סתם הוילע שטותים און פאנטאזיע, למשל שווארצע און וייסע, ספרדים און אשכנזים. לגבי דעם איז די היפך ראסיזם שכל הישר.
אבער ר' מיץ-תפוזים האט די אריינגעברענגט די נושא פון רעליגיע, פון למשל סאטמערע מול ציונים, אדער יודען און קריסטען, מוסלמעינער און בודהיסטן. לגבי דעם איז די היפך פלאראליזעם. [לעולם איז דאס נישט ראסיזם ממש נאר סתם אי קבלת האחר].

אויב זאל וויסנשאפט אויפווייזן אז א געוויסע סעקטע, למשל אידן אדער שחורים זענען מעצם טבעם א גזע נחות, און נישט בלויז ווייל די שחורים זענען געווען פארקנעכטעט וכדומה, נאר טאקע ווייל דאס איז זייער נאטור, וועט עס נאך אלס זיין ראסיזם?
ראסיזם האט צו טון מיט שקר?

אודאי נישט. אבער היות עס איז אויפגעוויזן געווארן אז ראסיזם איז פאלש און אז סייענטיפיש איז נישטא קיין חילוק צווישן איין ראסע אין די צווייטע, דערפאר איז ראסיסטישע דיסקרימינאציע נישט ריכטיג.
מאנטאג מערץ 04, 2013 6:53 pm#92728
שוין, איך האב געוואוסט אז די שאלה וועט קומען.
איז לאמיר קלאר מאכען. אפילו ווען עס זאל זיין קלאר ווי די טאג אז שווארצער זענען נארישער ווי ווייסע, מעצם טבעם [נישט וועגן כל מיני סאציאלע אומשטענדען וואס זענען אליינס תולדות פון דיסקרימינאציע] אז נאכאלץ ראסיסטיש זיך מתייחס צו זיין צו א שווארצער נידריגער נאר וועגן די קאליר פון זיין הויט. עס איז נישט מאראליש, וועגן כמה וכמה סיבות. איינס יעדער מענטש האט די רעכט מזאל עם דן זיין פאר זיך, נישט נאר על סמך צו וועלכע גרופע ער געהערט. און וויבאלד יעדער איינער וועט מודה זיין אז אסאך שווארצער זענען קלוגער פון אסאך ווייסער, איז צו געבן א שוואכערער טשאנס פאר איינער ווייל ער איז שווארץ און זיין גרופע איז ע"פ רוב ווייניגער קלוג איז נישט אויסגעהאלטן, מדארף יעדער עקסטער דן זיין לויט זיין יכולת און ארבעט.

ווי אויך איז אפילו זאל באמת זיין הבדלים צווישען גרופעס גיט דאס נאכנישט קיין רעכט פאר דער מער מוצלחדיגער גרופע צו פארשקלאפען די וייניגע מוצלחדיגע גרופע אין קיין שום צורה.

ר' ברלסבער,
איך גיי זיך נישט דינגען יעצט אין דער עצם פאקט, איך בין נאר מעורר אז דיין הערכה אויף "שווארצער" ליידט פון א פונדאמענטאלער בייעס און איז נישט אויסגעהאלטן. איך שטעל מיך פאר אז דו דרייסט זיך אין היימישער געגנטער, און רוב שווארצער וואס דו טרעפסט אן זענען אזוינע וואס האבען נישט קיין געהעריגע עדוקעישין, און ארבעטן אין "שווארצע ארבעט" [לאמיר נישט פארגעסן אז עדוקעישין קאסט געלט, ווער עס איז לכתחילה ארים האט שוין וייניגער שאנסן צו זיין קלוג]. דריי זיך אביסעל אין קאלעדזשעס וכדומה און נאכדעם זאג מיר צו שווארצער זענען באופן כללי נארישער.
מאנטאג מערץ 04, 2013 6:56 pm#92730
בקיצור, צו פארשען אין א אקאדעמישער סעטינג אויב א געוויסע ראסע איז בעסער, קלוגער, וכדומה, איז אויסגעהאלטן, סנישטא קיין ענין צו גלייבן ליגנט.
אבער צו נוצען אזא הבחנה, סיי א אמתע סיי א פאלשע, אין א סאציאלער מציאותדיגער סעטינג, למשל נישט אריינלאזען שווארצער אדער ספרדים אין א מוסד, איז ראסיזם.
מאנטאג מערץ 04, 2013 7:01 pm#92731
לעיקוואד האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:יעדער מענטש אין דער וועלט האט ווירדן אין וואס ער גלייבט, און ממילא איז נישט מעגליך אז ער זאל אנקוקן אלעמען צוגלייך.

די גאנצע חכמה איז צו גלייבען אין געוויסע זאכען און אף על פי כן צו פארשטיין אויך דער וואס גלייבט אנדערש. און עם נישט אראפקוקען דערפאר.

איך האלט אז ס'איז נישט מצוי, וויל די 2 זאכן זענען א תרתי דסתרי, ספעציעל ביי רעליגיע, איך בין א איד, און איך רעספעקטיר דעם קריסט מצד זיין רעליגיעזע אייגנשאפטן?! ס'קלעבט עפעס נישט, דעמאלט שטיי איך נישט מיט מיין רעליגיע.
בכל אופן קענסט אים רופן א נאר, אבער מיט ראסיזם האט דאס נישט. ראסיזם איז נאר אין רעכטן.
מאנטאג מערץ 04, 2013 7:03 pm#92732
היינטיגע צייטן איז דאס זאגן אז געוויסע עטנישע גרופעס זענען ווייניגער ווי אנדערע אויך ראסיזם און שטארק אראפ געקוקט אין די סייענטיפישע קאמיוניטי.

en.wikipedia.org/wiki/Scientific_racism
מאנטאג מערץ 04, 2013 7:12 pm#92733
מאראנצןזאפט האט געשריבן:איך האלט אז ס'איז נישט מצוי, וויל די 2 זאכן זענען א תרתי דסתרי, ספעציעל ביי רעליגיע, איך בין א איד, און איך רעספעקטיר דעם קריסט מצד זיין רעליגיעזע אייגנשאפטן?! ס'קלעבט עפעס נישט, דעמאלט שטיי איך נישט מיט מיין רעליגיע.
בכל אופן קענסט אים רופן א נאר, אבער מיט ראסיזם האט דאס נישט. ראסיזם איז נאר אין רעכטן.

נו פארדעם זאג איך טאקע אז דאס איז די חכמה, אפשר אין דיין בית מדרש איז דאס נישט מצוי, אבער אין דער וועלט איז פון לאנג אנגענומען אז דאס איז דער ריכטיגער וועג ווי זיך צו פירען. אויף דברים שבלב איז קיינער נישט אחראי, אבער בפועל איז מען מחוייב זיל צו פירען אזוי.
איך קען גלייבען באמונה שלמה אין יהדות, און זיין דער בעסטער חבר פון איינער וואס גלייבט באמונה שלימה אין קריסטנטום. יא איך האלט אפשר אז זיין אמונה איז נאריש, און ער האלט דער זעלבער אויף מיין אמונה, אבער וואס האט דער הערכה אויף דער אמונה צוטוהן מיט דער הערכה אויפ'ן מענטש? מיר וייסען דאך אז די סיבות וואס ברענגען מענטשען צו אמונות זענען פארשידען און תלוי אין אן א שיעור זאכען עס איז נישט מעגליך שופט זיין דער מהות פון א מענטש לויט וואסארא מיינונג ער האט.

בכל אופן, צו טענה'ן אז מיר זענען נישט קיין ראסיסטען ווייל מיר לאזען יעדער איינער אריין אין מקווה איז אביסעל נאריש, אריינצונעמען קינדער אין א חדר איז נישט קיין רעכט? וכו' וכו' וכו'. אונזער געזעהלשאפט איז העכסט ראסיסטיש בכמה וכמה אופנים און סנישט קיין חכמה עס צו פארענטפערן מיט נארישע פשעטלאך די חכמה איז פראבירען זיך שלאגען מיט דעם און מתקן זיין.
מאנטאג מערץ 04, 2013 7:14 pm#92734
נניח אז די בני חם זענען די שווארצע און ממילא זענען זיי פארשקלאפט עפ"י תורה, קען מען עס אביסל ממתיק זיין.
דער שווארצער ער איז ברייט ביינערדיג, גוט געמאכט צו ארבעטן, ער איז פון א ביליגערן סארט, זיינע האר זענען צוקניפטע פון ביליגע מאטריאל, ער איז מיאוס, און ער איז קלאר נארישער, נישט נאר וויל ער איז ארים, נאר ער איז ארים ווייל ער איז נאריש, וחוזר חלילה.
דער וואס האט אים געקרוינט אלס עבד האט געוואוסט וואס ער טוט, זיי טויגן צו דעם פאסטן.
איז אפשר איז עס גאר זייער טובה און גוט פאר זיי צו זיין אן עבד פאר א געטרייען בעל הבית. ס'וועט אים דארט גארנישט פעלן, פונקט ווי א פרוי קומט צו זיין אונטער די שליטה פון א מאן (עפ"י תורה).
יש אומרים אז דאס געבן גלייכבארעכטיגקייט פאר די פרויען און שווארצע איז אין גרויס טייל שולדיג פאר די נידריגע מאראל וואס הערשט היינט איבעראל, אז מ'האלט זיי נישט אין דער ראמען איז ציפקע.
איך זאג נישט, איך טראכט נאר הויך, און הרב לעיקוואוד נישט פארשטיינערן ביטע...
מאנטאג מערץ 04, 2013 7:21 pm#92736
איך האב געליינט דיין תגובה הרב לעיקוואוד און איך כאפ נישט גענוי איבער וואס מיר קריגן זיך, הייסט מען א ראסיסט אויב וויל מען זיך נישט משדך זיין מיט א ספרדישן?
מיט וואס זענען מיר יא ראסיסטן? אויסער די בני חם, אין אונזער טעגליכן לעבנשטייגער דאהי (נישט פון עמניאל, אין מיין קלאס האב איך געהאט א דאנא מיט א מאסרי)?
(ווען מ'פרעגט מיך וואלט איך טאקע געזאגט אז מ'זאל צוריק שיקן פון ווי זיי קומען... ס'איז נאר א ווערטל פאר ווער ס'כאפט נישט).
מאנטאג מערץ 04, 2013 7:25 pm#92739
אוודאי וועל איך דיר פארשטיינערן. דו מיינסט איך וועל דיר לאזען אויסדרוקען אזוינע נארישע און ראסיסטישע מיינונגען, און נאך דערצו בשם התורה און איך זאל דיר נישט באשטיינערן?
שוין, איך וועל דיר נאר אפענטפערן, נישט ממש בארשטיינערן.
עס איז נישטא קיין שום סיבה אנצונעמן אז די שווארצער זענען טאקע די בני חם פון די תורה, מכמה וכמה סיבות.
און אפילו אז יא, איז יעדער קשר צווישען די "עבד עבדים" פון די תורה מיט די פארשקלאפונג פון די שווארצע אין אמעריקע אפגעפרעגט אינגאנצען ווייל שווארצע זענען געווארען קנעכט ערשט אפאר טויזנט יאר נאך מתן תורה, בערך אפאר הונדרעט אר צוריק סך הכך, און פאר דעם איז בכלל נישט געווען אזא מציאות. [שוין זעהסטו פון דעם א ראיה אז די תורה רעדט פון איינער אנדערש].
וממילא איז די גאנצע טעאריע דיינע פשוט אראפגעפאלען.
וייטער די טענות דיינע אויף די שווארצע ווייל זיי האבען א געוויסע סארט האר און א געוויסע סארט קערפער [נניח עס איז אמת און נישט סתם א סטיריאטייפ] מער לעכערליך וויפיל האר איך האב אויף מיין קאפ, איך ווייס גארנישט פון וואסארא זיי מהייבט אן אפצופרעגן אזא שטות.

דער א"ג "נידעריגע מאראל" וואס דו זאגט הערשט איבעראל. איז אפילו זאלן מיר יא אנערקענען אין דעם אלץ א פראבלעם, א דירעקטע תוצאה פון די געדאנקען פון ריינע ראסע ווייסע דענקער און אייאפעישער פילאסאפער, עס האט מיט שווארצע זערא איינגעלייגט.
אפשר וייזטו וויאזוי זיי האלטן זיך נישט אין די ראמען, אדער וואס דו זעהסט למשל אין פרעזידענט אבאמא וואס מאכט עם מער ראוי צו זיין א קענכט און רייניגען איינערס בית כסא ווי צו פירען די וועלט? אדער וואס דו זעהסט אין ביל קלינטאן למשל להיפך?
מאנטאג מערץ 04, 2013 7:27 pm#92740
מאראנצןזאפט האט געשריבן:איך האב געליינט דיין תגובה הרב לעיקוואוד און איך כאפ נישט גענוי איבער וואס מיר קריגן זיך, הייסט מען א ראסיסט אויב וויל מען זיך נישט משדך זיין מיט א ספרדישן?
.

יא בהחלט. פארגעס נישט אז נישט משדך זיין איז בלויז א תוצאה פון א גאנצע קוק איבער ספרדישע אלץ מער נידעריג וכו' וואס האט מיט דער מציאות גארנישט איינגעלייגט.
מאנטאג מערץ 04, 2013 7:39 pm#92743
צו טרעפן ראסיזם ביי חסידי'שע אידן דארף מען נישט גיין ביז די ספרדים, ביי אונז אליין איז מען איינגעטיילט אויף אזויפיל סובקאטעגאריעס פון 'שענערע' משפחות און נידריגערע משפחות, אז ס'איז ממש א שרעק. הגם אויף די סעקולערע וועלט איז דאס אויך דא אויף א געוויסע אופן, למשל מען ווערט משוגע פאר די קענעדיס כאטש זיי זענען עס בכלל נישט ווערד.
מאנטאג מערץ 04, 2013 7:41 pm#92745
לעיקוואוד האט געשריבן:איך קען גלייבען באמונה שלמה אין יהדות, און זיין דער בעסטער חבר פון איינער וואס גלייבט באמונה שלימה אין קריסטנטום. יא איך האלט אפשר אז זיין אמונה איז נאריש, און ער האלט דער זעלבער אויף מיין אמונה, אבער וואס האט דער הערכה אויף דער אמונה צוטוהן מיט דער הערכה אויפ'ן מענטש? מיר וייסען דאך אז די סיבות וואס ברענגען מענטשען צו אמונות זענען פארשידען און תלוי אין אן א שיעור זאכען עס איז נישט מעגליך שופט זיין דער מהות פון א מענטש לויט וואסארא מיינונג ער האט.

איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט אפענמיינדעד. פונדעסטוועגן, איז דען נישט פיל הלכות פון די תורה געבויט אויף ראסיזם, ווי למשל בן נח שגזל חייב מיתה?
מאנטאג מערץ 04, 2013 7:44 pm#92746
יאיר האט געשריבן:
לעיקוואוד האט געשריבן:איך קען גלייבען באמונה שלמה אין יהדות, און זיין דער בעסטער חבר פון איינער וואס גלייבט באמונה שלימה אין קריסטנטום. יא איך האלט אפשר אז זיין אמונה איז נאריש, און ער האלט דער זעלבער אויף מיין אמונה, אבער וואס האט דער הערכה אויף דער אמונה צוטוהן מיט דער הערכה אויפ'ן מענטש? מיר וייסען דאך אז די סיבות וואס ברענגען מענטשען צו אמונות זענען פארשידען און תלוי אין אן א שיעור זאכען עס איז נישט מעגליך שופט זיין דער מהות פון א מענטש לויט וואסארא מיינונג ער האט.

איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט אפענמיינדעד. פונדעסטוועגן, איז דען נישט פיל הלכות פון די תורה געבויט אויף ראסיזם, ווי למשל בן נח שגזל חייב מיתה?

גזירת הכתוב הוא, חידוש הוא שחידשה תורה, ואין לך בו אלא חידושו.
מאנטאג מערץ 04, 2013 7:49 pm#92748
לאל... כ'האב א בארג פון אזעלכע הלכות. ווילסט כ'זאל אנהויבן אויספאקן?
מאנטאג מערץ 04, 2013 7:51 pm#92749
יאיר
ניין עס זענען נישטא קיין שום הלכות אין די תורה וואס זענען געבויט אויף ראסיזם.
און אויב עס זענען געווען אזעלכע מפרשים פון די תורה וואס האבען געהאט ראסיסטישע דעות און דאס האט משפיע געווען אויף זייערע פסקים און פרשנות זענען זיי טאקע נישט גערעכט און אין הלכה כמותם.
דאס איז די כלל מיינע און איך בין גרייט צו שטיין אונטער דעם ביזן סוף. ביטע אבער ברענג מיר נישט דא א גאנצע רשמה פון פינף הונדרעט הלכות ופסקים אזעלכע און הייס מיר פארענטפערן דא יעדער איינער ווייל דאס איז נישט די פלאץ פאר דעם.
מאנטאג מערץ 04, 2013 7:54 pm#92750
איז דו האלטסט אז די אלע הונדערטער הלכות פון חילוקים צווישן אידן און גויים האבן יעדע איינע א באזונדערע סיבה, אבער דאס צייגט נישט אז די וואס האבן געמאכט די אלע הלכות האבן באמת געהאלטן אז דער גוי איז בעצם א נידריגע בריאה?
מאנטאג מערץ 04, 2013 7:58 pm#92752
נישט דאס האב איך געזאגט.
קודם כל דארף מען וויסען ווער איז דער גוי פון וועם די הלכות רעדן, ידוע שיטת המאירי, און עכ"פ איז דער געדאנק אז גויים זענען בעצם נידעריגער זיכער נישט דער גלאטסטער אדער איינציגסטער הסבר פאר די אלע הלכות. עס איז זיכער אז דער מער פשוטער פשט אזי אזויווי דער פסוק זאגט בפירוש וויבאלד די גוים זענען עובדי עבודה זרה און טון אנדערע עוולות, נישט ווייל זיי זענען בעצם וייניגער.
צוייטענס קוק גוט איבער וואס איך האב מחלק געווען צווישען די תורה און מפרשי התורה. ודו"ק.
מאנטאג מערץ 04, 2013 8:18 pm#92765
א פאלק וואס האט געמאכט ראסע פאר אן אידעאלאגיע, און זיך שטארק באנוצט מיט די מושג פון נידריגע ראסע, איז זייער גוט באוואוסט אויף די וועלט וואס זיי האבן געטוען צו אזעלכע וואס האבן געהערט צו די נידריגע ראסע.
(ניין, לאו דווקא אידן, ס'האט געקענט מיינען סלאווישע פעלקער, ציגיינער און שווארצע).

די עצם טראכטן אז א שווארצער איז מער נאר וואו א ווייסע גוי, האט נישט קיין שום האפט. אמת ס'איז דא נארישע שווארצע, צו זענען נישטא נארישע אידן? צו זענען נישט געווען אידישע מאפיאנערן, רוצחים און שווינדלער?
מאנטאג מערץ 04, 2013 9:26 pm#92802
געווענליך איינער (נארמאלע נישט ראסיסטישע שכל'דיגע פערזאן) וואס צווייפעלט איבער חתונה האבן מיט א ספרדי, איז עס נישט צוליב איר דירעקטע אפשטאם פונעם מער מזרח'דיגן טייל פונעם ערד קוגל. פשוט, בכדי צו קענען לעבן מיט א צווייטן מוז מען זיך פארשטיין, (אזוי גאר?) און העפענס טא בי אז ביי די יעניגע איז מער שכיח געוויסע איינצלהייטן וועלעכע זענען קעגן זיין ווילן. דהיינו, ער וואלט דאס נישט סובל געווען ביי א הארטשטאמידיגע אשכנזי עז וועל. נאר ער האלט אז ביי ספרדים קען זיך ענדערש מאכן. און אנדערע ווערטער, ער האסט געוויסע נאטורן א.ד.ג, און אויב איז ער גאראנטירט אז דאס איז מסודר, קען מען שטעלן א חופה. והוא הדין לגבי שווארצע. אז ער גלייכט נישט קיין טיפשום, און פערצופאל איז דא א גרעסערע פראצענט טיפשים ביי שווארצע ווי ביי די ווייסע, און נניח ער טרעפט א קלוגען שחור איז ער באקוועם דערמיט, איז נישט "שווארץ" זיין פראבלעם. דאס לייגט זיך נישט אויפן שכל עס זאל זיין ראסיזם, עס איז העכסט נארמאל א מענטש זאל זיך איבלען פון געפרוירענע מוחות אדער ספעציפישע התנהגות'ער. אויב אבער האסט ער אלע ספרדים צו שחורים - אפגעזעהן געפיראכצער, לעבנסשטייגער, קלוג, צו נאראנים, דאן איז ער העכס ווארשיינליך א ראסיסט.
מאנטאג מערץ 04, 2013 9:36 pm#92809
איך פערזענליך האלט נישט אז די שווארצע זענען די בני חם, (וכבאר ביאר דבר זה הג"מ פילאפ אין דער צייטונג בשנת 08' ווען אבאמא איז געלאפן) אבער למעשה האט די תורה פארשאלטן די בני חם אלס עבדים, ווער זיי זענען נאר. ראסיזם נומער1.
אויב מפרשי התורה איז תורה שבעל פה, דעמאלט אינטערעסירט מיר נישט וואס דו זאגסט. אויב נישט, דעמאלט וואס איז מיט אז פאר א גוי (נישט נאר אן עכו"ם) איז מען נישט מחלל שבת.
איך מיין ביזט פון קאפ געפאלן, ווייסטו נישט אז די תורה איז פיל מיט חילוקים צווישן א איד אין א גוי, עכו"ם ששבת, מ'טאר נישט לערנען קיין תורה זייער וויין איז מנסח, מ'טאר נישט מיט זיי חתונה האבן וכו', ריין אומגלייכבארעכטיגקייט לויט די היינטיגע סטאנדארטן , און כ'רעדט שוין נישט פון א פרוי וואס קען נישט זיין קיין מלך, און אפילו נישט וועלן פאר א מלך, איז דאס נישט ריין ראסיזם?
מאנטאג מערץ 04, 2013 9:40 pm#92811
אין עבודת המלך האט ער געהאט א געוואלדיגן הסבר אויף די אלע 'ראסיסטישע' הלכות, אז מיט א גוי גייט מען שורת הדין (נישט דין תורה נאר וואס די שכל זאגט), א איד לפנים משורת הדין.
מאנטאג מערץ 04, 2013 9:51 pm#92815
און גראדע אין אמעריקא קאסט נישט קיין געלט קיין עדיוקעישאן, און אזוי אויך אין רוב ציוויליזירטע מדינות אין דער וועלט (אויסער וויליאמסבורג אין בארא פארק ווי מ'שינדט די הויט...)
און ווער רעדט דא פון געבילדעטע עדיוקעישאן, מ'רעדט פון פשוט קאמען סענס, זיך אויפפירן קלאסיש, נישט ווי א שיכור, און לאכן אויף יעדע זאך ווי א זיבל.
און אז דו רעדסט וועגן קאלעדזשעס האט מיך פארציילט א לויער, אז ביי די עקזעמינעישאן איז פון א קלאס פון 30 אינגאנצן געווען 2 שווארצע (אין ניו יארק סיטי מיט אירע איבערפלוס פון שווארצע), זיי האבן געקענט א קרענק, און מ'האט זיי ממילא גענומען ווייל...
גראדע, דער איינציגסטער וואס וועט דיך האלטן א טיר ביי דער באן סטאנציע וועט זיין א שווארצער, זיי זענען לבבות נשברות מלא רחמנות וחמלה, און לפעמים זענען זיי נישט אזוי מיאוס, ווי דער פסוק זאגט שוין שחורה אני אבער ונאווה... אבער דאס איז שוין א מעדדער אף טעיסט.
מאנטאג מערץ 04, 2013 9:55 pm#92818
וואס האט דאס וואס לויט עטליכע מפרשעם מיינט דער נקודה פון עם הנבחר אז יודען זענען בעצם בעסער פון גוים צוטוהן מיט דער דמיון אז שווארצער זענען ערגער אדער נארישער פון ווייסער?
מאנטאג מערץ 04, 2013 9:56 pm#92819
מאראצן זאפט, אנאקדאטן פון לויערס זענען נישט אינטערעסאנט. חוץ פאר א בעל דרשן צו ריאינפארסן זיין נקודה.
מאנטאג מערץ 04, 2013 9:56 pm#92820
און אבאמא איז האלב ווייס...
און בכלל ברענגט מען נישט א ראי' פון א מילתא דלא שכיחא.
מאנטאג מערץ 04, 2013 9:58 pm#92821
יידל האט געשריבן:מאראצן זאפט, אנאקדאטן פון לויערס זענען נישט אינטערעסאנט. חוץ פאר א בעל דרשן צו ריאינפארסן זיין נקודה.

מיינסט צו זאגן אז דו ווילסט א נאמען, סארי איך געדענק נישט, ער איז געווען מיין ענגליש טיטשער אין חדר וואס האט אריינגעהויבן מיינע מאראנצן שאלאכטס צו מאכן א זייטיגן דאלער צו באצאלן זיין סקאלערשיפ.
מאנטאג מערץ 04, 2013 9:59 pm#92822
יידל האט געשריבן:אין עבודת המלך האט ער געהאט א געוואלדיגן הסבר אויף די אלע 'ראסיסטישע' הלכות, אז מיט א גוי גייט מען שורת הדין (נישט דין תורה נאר וואס די שכל זאגט), א איד לפנים משורת הדין.

מאכסט מיר לאכן. ווילסט איך זאל אנהייבן אויסרעכענען אלע שכל'דיגע הלכות לגבי גויים?
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:00 pm#92824
יא.
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:01 pm#92825
יידל האט געשריבן:יא.

'בן נח נהרג על פחות משוה פרוטה' איז א שכל'דיגע הלכה?
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:01 pm#92826
מאראנצןזאפט האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:מאראצן זאפט, אנאקדאטן פון לויערס זענען נישט אינטערעסאנט. חוץ פאר א בעל דרשן צו ריאינפארסן זיין נקודה.

מיינסט צו זאגן אז דו ווילסט א נאמען, סארי איך געדענק נישט, ער איז געווען מיין ענגליש טיטשער אין חדר וואס האט אריינגעהויבן מיינע מאראנצן שאלאכטס צו מאכן א זייטיגן דאלער צו באצאלן זיין סקאלערשיפ.

ניין, כ'מיין צו זאגן אז אן אנאנקדאט איז נישט קיין ראיה, וויבאלד איך קען דיר זאגן צען אנאקדאטן איבער אידן וועלכע ווייזן די זעלבע זאך. what matters is numbers, not anecdotes
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:09 pm#92832
לאמיר מאכן קלאר.
צו זאגען למשל אז דער אידישע אמונה איז אמת, און ווער עס גלייבט נישט אין באשעפער למשל האט א טעות און מאכט אן עוולה, וממילא אפילו צו מאכען כל מיני הלכות אז מען זאל בלייבען אפגעשיידט פון גויים וואס דינען עבודה זרה און בכלל היטען נישט חוקי האנושיות והתורה, דאס אלץ האט גארנישט מיט ראסיזם און איז זייער א פארשטענדליכע זאך אויב פארשטייט מען אז די תורה וויל איינפירען האמונה ועבודת ה' ביי יודען, און איינע פון די זאכען וואס מדארף דערפאר איז כל מיני הרחקות פון די וואס גלייבען נישט אין די אמונה. [מקען זיך אפשר דינגען אויף דעם אויך, און אוודאי האט דאס אויך א שיעור, וווי מזעהט אז חז"ל זענען משבח ר' יוחנן וואס האט מקדים שלום געווען אפילו א גוי, דהיינו עס איז דא א געוויסע מענטשליכקיט וואס ממוז זיך פירען אפילו מיט דער גוי מיט וועם מטאר נישט חתונה האבען און טרינקען זיין ויין כו'].

א שאלה פון הלכות ומצוות ווערט נאר אז סאיז דא א הלכה וואס הייסט זיך פירען מיט א גוי ערגער ווי דאס וואס פאדערט זיך זיך צו פירען מיט א מענטש, למשל מתיר זיין עם צו הרגנען על לא דבר, וכדומה. אזעלכע הלכות זענען לפי דעתי נישט קיים, כלומר דער עצם הלכה איז זיך נישט מתייחס צום גוי ווי ער איז נישט א מענטש. קען זיין אמאל באציט ער זיך נישט צום מענטש אזויוווי מיר זענען צוגעוואוינט, אבער דאס איז א צווייטער שמועס.

ראסיזם איז נאר די אמונה אז אידען זענען עפעס בעצם אנדערש מער בעסער ווי אנדערע, נישט אלץ זייער אמונה אדער רעליגיע וואס איז מער ריכטיג, נאר בעצם אז די אידישע ראסע איז עפעס בעסער און אנדערש פון דער גוי. אויף דעם האב איך געזאגט אז סך הכל אפאר מפרשים פארשטייען אזוי, ובראשם דער כוזרי והנמשכים אחריו, אבער אין דער תורה אליינס טרעפט מען דאס נישט, און איך בין נישט מחוייב צו גלייבען אין דעם. דאס איז טאקע ראסיזם און עס איז נישטא קיין נארמאלער סיבה עס צו גלייבען.
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:10 pm#92833
אין די הפעמון איז געווען א פייערדיגע מאמר איבער די נושא מיט אסאך מקורות, דאן האבן אפאר מענטשן דאס שטארק קריטיקירט. אין איי וועלט איז געווען א שמועס איבער די הפעמון סומאטאכע, כ'געדענק נישט ווי
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:13 pm#92837
יאיר האט געשריבן:'בן נח נהרג על פחות משוה פרוטה' איז א שכל'דיגע הלכה?

א. דאס איז א הלכה ולא למעשה. איך גלייב נישט אז עס איז אמאל פארגעקומען אין היסטאריע אז מזאל עס טאקע טוהן. און עס איז קיינמאלנישט געווען אז מהאט געלערנט אין בית מדרש הלכות גויים מיט אן ערנסטקייט אויף למעשה.
ב. אין א וועלט ווי מפארשטייט בכלל אז גניבה איז מחוייב מיתה, און ר' אלעזר בר' שמעון מסר'ט אידישע גנבים צו די גויים זאלן זיי הרגנען, איז שוין די מעשה אנדערש.
די הגיון פון דער הלכה איז פונקט ווי יידל האט געברענגט, אז בעצם איז מען חייב מיתה פאר יעדער גניבה, עס איז נאר דא א טעכנישע דעטעיל אז עס איז דא א חילוק פון שו"פ ביז פחות משו"פ, איז די טעכנישע פרט זאגט מען עס איז נאר ביי יידען וואס אויף זיי זענען חל חוקי התורה. קענסט דיך דינגען אויף די הגיון פון הרגנען גנבים, און אויף די הגיון פון דין שו"פ, עס איז אבער קלאר נישט געבויט אויף א מהותדיגער חילוק פון א יוד ביז א גוי.
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:14 pm#92838
קופערניקוס האט געשריבן:אין די הפעמון איז געווען א פייערדיגע מאמר איבער די נושא מיט אסאך מקורות, דאן האבן אפאר מענטשן דאס שטארק קריטיקירט. אין איי וועלט איז געווען א שמועס איבער די הפעמון סומאטאכע, כ'געדענק נישט ווי
מארק שפירא האט אמאל געהאט א פלאן צו שרייבן דערוועגן אין ספרים בלאג.
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:26 pm#92846
@מיץ מאראנצן, איך מיין אז די בני חם פארשעלטאכץ איז בכלל נישט קיין הלכה. עס איז ליבערשט א פערזענדליכע שטראף וואס חם האט אריין געהויבן פון זיין פאטער, נאכפאלגענדיג א ניבול'דיג אקט ער איז באגאנגען. ס'איז מסתבר צו זאגן אז דאס רעפלעטירט די מיינונג פון די תורה; אויב אבער איז עס נישט קיין הלכה דאן איז געוויס גרינגער די גאנצע דיבאטע.
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:27 pm#92851
לעיקוואד האט געשריבן:לאמיר מאכן קלאר.
צו זאגען למשל אז דער אידישע אמונה איז אמת, און ווער עס גלייבט נישט אין באשעפער למשל האט א טעות און מאכט אן עוולה, וממילא אפילו צו מאכען כל מיני הלכות אז מען זאל בלייבען אפגעשיידט פון גויים וואס דינען עבודה זרה און בכלל היטען נישט חוקי האנושיות והתורה, דאס אלץ האט גארנישט מיט ראסיזם און איז זייער א פארשטענדליכע זאך אויב פארשטייט מען אז די תורה וויל איינפירען האמונה ועבודת ה' ביי יודען, און איינע פון די זאכען וואס מדארף דערפאר איז כל מיני הרחקות פון די וואס גלייבען נישט אין די אמונה. [מקען זיך אפשר דינגען אויף דעם אויך, און אוודאי האט דאס אויך א שיעור, וווי מזעהט אז חז"ל זענען משבח ר' יוחנן וואס האט מקדים שלום געווען אפילו א גוי, דהיינו עס איז דא א געוויסע מענטשליכקיט וואס ממוז זיך פירען אפילו מיט דער גוי מיט וועם מטאר נישט חתונה האבען און טרינקען זיין ויין כו'].

א שאלה פון הלכות ומצוות ווערט נאר אז סאיז דא א הלכה וואס הייסט זיך פירען מיט א גוי ערגער ווי דאס וואס פאדערט זיך זיך צו פירען מיט א מענטש, למשל מתיר זיין עם צו הרגנען על לא דבר, וכדומה. אזעלכע הלכות זענען לפי דעתי נישט קיים, כלומר דער עצם הלכה איז זיך נישט מתייחס צום גוי ווי ער איז נישט א מענטש. קען זיין אמאל באציט ער זיך נישט צום מענטש אזויוווי מיר זענען צוגעוואוינט, אבער דאס איז א צווייטער שמועס.

ראסיזם איז נאר די אמונה אז אידען זענען עפעס בעצם אנדערש מער בעסער ווי אנדערע, נישט אלץ זייער אמונה אדער רעליגיע וואס איז מער ריכטיג, נאר בעצם אז די אידישע ראסע איז עפעס בעסער און אנדערש פון דער גוי. אויף דעם האב איך געזאגט אז סך הכל אפאר מפרשים פארשטייען אזוי, ובראשם דער כוזרי והנמשכים אחריו, אבער אין דער תורה אליינס טרעפט מען דאס נישט, און איך בין נישט מחוייב צו גלייבען אין דעם. דאס איז טאקע ראסיזם און עס איז נישטא קיין נארמאלער סיבה עס צו גלייבען.

איך בין נישט דער וואס דארף דיר קאמפלימענטירן, אבער דו ביזט א טיפער טראכטער! הלואי ווען איך קען מיט דיר דורכטוען די סוגיא פון תוקפו כהן.
יעצט ווען ראסיזם אין אמעריקא וואלט גע'אסר'ט נאר ראסיזם מצד ראסע, וואלסטו געווען ביטער גערעכט.
אבער מה נעשה אז ראסיזם ווערט פאררעכנט א יעדע סארט וואס ס'קען דיך נאר איינפאלן, כולל ראסיזם מצד רעליגיע.
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:32 pm#92858
די ראסיסטן קעגן שחורים צווישן היימישע אידן, זענען געווענליך די וואס האבן ווייניגער שכל ווי דער עוורעדש שחור
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:33 pm#92859
ראסיזם מצד רעליגיע הייסט דיסקרימינאציע, נישט ראסיזם.
מאנטאג מערץ 04, 2013 10:34 pm#92860
גערעכט! טעיתי לשעה.