דינסטאג מערץ 12, 2013 1:34 pm#96099
איך האב געבעטן די פונקטליכע נומער, וואס איז ק"מ נומער?
אויס מענטש האט געשריבן:מאכט נישט קיין איבערקערעניש איך וויל עס נאך הערן מען וועט דאס נאך אראפנעמען
דרך אגב הרבה נשאר בקולמוסי אודות הרב דאמב ולא רציתי לכתוב משום דאין מספרין אחר מטתו של ת"ח
והוא הי' גאון עצום, וכן אסור לדבר על המת משום ולא תקלל חרש
וחלופיהן האט געשריבן:דער דאראגער אין בעלז ועוד ועוד.
תיקון טעות, אין מחנה אברהם-חוג.
וחלופיהן האט געשריבן:תיקון טעות, אין מחנה אברהם-חוג.
גארנישט א טעות. פרעג דיך נאר נאך וואו ער איז געווען פאר חוג.
משה געציל האט געשריבן:פון אים איז דאך דא די באקאנטע ווארט וואס ווארפט א בליק אויף זיין אייגענארטיגקייט און צומאל קריאזע דרך; "מען דארף אלע רבי'ס אויפהענגען אויף איין בוים און איבער לאזן איינס, די וועלט זאל וויסן וואס מען האט אויפגעטוהן"... צו עס איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, אבער עס איז זיכער אויסגעשטאנען פון אים.
ר' שמחה האט געשריבן:אויס מענטש האט געשריבן:בד"ה
זיין שייכות מיט דעם סטריקובער רבי, איז געווען ווייל זיי זענען ביידע געווען תלמידים פון ישיבת חכמי לובלין,
עס איז דא אסאך וואס צו שרייבן וועגן אים, ליהנות בהן בני אדם, לאמיר האפן זיינע אייניקלעך וועלן ארויס געבן א ביישרייבונג אויף אים, און עס שרייבן על פי דרכו.
דער וואוידיסלאבער רב ז"ל איז געווען זיין ידיד און אליינס א תלמיד פון יח"ל, דער וואוידיסלאבער רב איז אבער געווען א שטארקער אנהענגער פון סדר, הנהגה, און אויפטון, און דער צייט וואס רב דאמב איז געווען אויף די אנדערע זייט צוים, ווען זיי פלעגן זיך טרעפן איז געווען אסאך וואס צו הערן, א ריכטיגער שיחות חולין של ת"ח מיט א טעם פון פוילישע זקינים,
איין אנקעדאט וואס ליגט מיר אין זכרון:
ווען דער וואוידיסלאבער רב איז געווען אויפן וועג קיין אר"י האט ער אפגעשטאט א באזוך אין לונדון ביי הרב דאמב, בתוך הדברים האט אים רב דאמב געזאגט, "אמאל איז חסידות געוון א לוקסוס, אבער היינט איז עס לעבנ'ס וויכטיג, מען דארף צו לערנען חסידישע ספרים, עס קומען ארויס די אלע צייטונגען מלא כפירה ומינות, ווי דער איד, און אלע ציוניסטשיע צייטונגען אנגעפיקעוועט מיט אלעם בייזען און אפי' דער המודיע, איז מלא כפירה, ובכן דארף מען לערנען חסידישע ספרים כתריס לפני הפורעניות"
נאכן פארענדיגן דעם שמועס, ביים ארויסגיין זאגט הרב דאמב פארן וואידיסלאבער, "איר פארט אויפן פליגער, געב איך אייך מיט אן החומה ווי איך האב יעצט געשריבן א מאמר, איר קענט עס קוקן אויפן וועג,.
רופט זיך אן דער וואוידיסלאבער רב, איז זייט אזוי גוט, און גיט מיר אויך מיט א מאור ושמש'ל,...
איר זענט נישט דער ערשטער וואס האט דעם טעות.
דער וואוידיסלאווער רב איז קיין תלמיד פון יח"ל (אדער פון ר' מאיר שפירא) נישט געווען.
היסטאריקער האט געשריבן:מיין מיינונג האט געשריבן:מ'זאגט אויך אז ער האט מעריץ געווען דעם אלטן סטריקובער רבי'ן. ווייסט איינער פשט פון דעם קשר צווישן די צוויי?
ער פלעגט קומען קיין אר״י אויף שבת, בצילו פון סטריקעווער רבי׳ן מראשי אגודת ישראל
מוצ״ש האט ער געהאלטן א דרשה ביי די נטו״ק ווי ער האט פוער פיו געווען קען די עדה״ח און די דעמאלסדיגע ראשים, בעל מנחת יצחק זצ״ל, הרמ״א פריינד זצ״ל, ( כידוע האט קיינער נישט געטרויט צו טשעפען מיט רמ״א זצ״ל, אפילו די בעלזע חסידים, רב דאמב איז געווען א יחיד מיט אזא חוצפה) און נאך, פאר יעדען האט ער געהאט א באזינדערע כינו של גנאי שאין להעלותן על הכתב,
איך אויך האט געשריבן:ניין דער שמוציג יונג האט פראבירט צו מאכן א מרידה אין יח''ל אקעגן ר' מאיר ווען ר' שימעלע האט פארלאזאט די ישיבה.