פארומס › קאווע שטיבל • ידיעות חז"ל און די מציאות

קאווע שטיבל • ידיעות חז"ל און די מציאות

321 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3222
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג יוני 21, 2021 12:48 am#476205
עס איז דא וואס טענה'ן אז דער רמב"ם'ס מושג אין נבואה מאכט אז יחזקאל איז נישט ממש נבואה נאר אפאקילעפסי, דאס הייסט חזיונות, און עס איז אנדערש פין אלע אנדערע נביאים, און דערפאר האט מען עס נישט געוואלט אריין שטעלן אין די ספרי קודש. עס ענדעלט אנדערע ספרים חיצונים וואס רעדן פין מראות אלקים.

עס שטימט מיט דעם וואס די זאגסט אז דער רמב"ם האט נישט געהאלטן אז אלעס אין יחזקאל מוז זיין אמת גמור, ווייל עס איז נישט נבואה גמור.

הגע עצמך, דער רמב"ם וואס האלט אז נבואה איז ממש שייך פאר יעדן, און ער האט זיך אפילו אליין געהאלטן פאר א נביא אדער נאנט צו א נביא, ווי מען זעהט אין אגרת תימן ווי ער רעדט ווי א נביא, זאל האלטען אז נביאות איז נישט אקוראט?

אלא מאי, יחזקאל שאני.
מאנטאג יוני 21, 2021 8:07 am#476211
הקטן
ווער בעט דעם רמב"ם צי רעדן אויב וויל ער אזוי שטארק מאכן א סוד...

דר. דעיוויִס איז עס טאקע מסביר דארט אין זיינע פוּטנוֺיטס [7]:
Maimonides clearly felt some conflict about writing his interpretation down. On one hand, he was charged with the responsibility of keeping secrets and did not want to reveal what he believed the prophet concealed. On the other hand, he also felt the need to teach and share divine knowledge with his fellow creatures. He describes this dilemma in the his introduction to Part 1 of the Guide:

If we should adhere to parables and to concealment of what ought to be concealed… we would, as it were, have replaced one individual by another of the same species. If, on the other hand, we explained what ought to be explained, it would be unsuitable for the vulgar.

Ultimately, he decides that it is necessary to put down the secret teaching in writing, with the risk of revealing it to everyone. By the time he has finished his explanation of the chariot, he writes “I have plunged deep into it with temerity.”

דאס איז דאך בכלל די באקאנטע מהלך פונעם רמב״ם דורכאויס די גאנצע מורה אויף יעדע טאַפּיק; זיין בכלל עסאטערישע וועג פון שרייבן. ועכ״כ אז עס זענען דא חילוקי דיעות וואס ער האט ״באמת״ געהאלטן לגבי דאקטרינס וואס ער טוהט דורך [כידוע לדוגמא מדר. ליִאוֺ סטראַוּס צי דער רמב״ם האט יא באמת געהאלטן פון קדמות בח״ב].

ולגבי המרכבה עיין ג״כ בההקדמה לח״ג. לפי דעיוויִס איז עס אין די קאנטעקסט מגלה זיין טפח ומכסה טפחיים וואס דער נביא האט געמיינט און געזאגט הגם די מאדעל זיינע איז נישט אינגאנצן אמתי; מ׳איז דאס מגלה אלס א לערונג פאר׳ן תלמיד החכם והמבין ברמז וואס וועט נישט בועט זיין וכו׳ מיט׳ן דאס געוואוּר ווערן. אין אנדערע ווערטער, מ׳האט עס דאך נישט ״אויסגעמעקט״ מספר יחזקאל, הגם עס איז אומריכטיג (לפי די מהלך), איז דערפאר פאר איינער וואס איז ראוי כנ״ל איז מען מגלה ברמז וואס דער נביא זאגט און האט געמיינט על אף עס איז טאקע נישט בעצם אינגאנצן אמתי.

‏דר. צבי לאנגערמאן איז מסביר מהלכו של הרמב״ם מיט׳ן מגלה זיין עניני מדע וואס האבן א שייכות מיט כתבי קודש, אז וויבאלד מדע האט זיך אסאך פאראויס גערוקט ממילא קען מען בעצם מגלה זיין דאס וואס די תורה וכו׳ האט נאר געזאג ברמז בענינים אלו וואס בשעתה וואלט מען דאס נישט געקענט דערהייבן. אבער למעשה האבן זיך שוין ערווארבן ארום די רמזים אנדערע פירושים וואס גייען קעגן דאס וואס ער זאגט, ולכן האט ער אליין דאס אויך נאר געזאגט ברמז. (לאנגערמאן באציהט זיך טאקע וואו די מדע מכתבי קודש איז יא ריכטיג אליבא דהרמב״ם.)
מאנטאג יוני 21, 2021 8:38 am#476212
איך האב דאס געזען
דאס איז אסך גאבעלע גאב, ליידיגע ווערטר, רעדען פין צוויי זייטען פין די מויל
פין איין זייט אבער פין די אנדערע זייט...
וואס פארענפערט זילטש
מיטוואך יוני 30, 2021 9:06 am#476905
וז״ל של ר׳ יצחק אבן פולקר בעזר הדת (ח״א שער ז):
וגם חברו בתוכם עניינים מחכמות זרות ונכריות ודקדוקי תושיות גם ענייני רפואות, קרומות מהן טובות ומחלימות, ומהן דקות וצנועות, גם סיפורים וחידות ודברי עסקים והגדות מאשר קרו במקומות מושבותם, כאשר ספרו להם אבותם, מבלי שיבררו את התבן מן הבר ואת הבריא מן הנשבר, ואת העתיד מן העבר. רק הענין אשר תורה עליו מלת תלמוד וכוונתו הוא פירוש התורה ומצותיה בלבד אשר זכרתי ולא שאר התוספת והן הן העניינים אשר קבץ אדון החכמים התורניים ר׳ משה בר מימון ז״ל, וצרף אותם במצרף ההכנה, וכברם במכברת התקנה בחבור אשר קראו משנה תורה, אשר הוא באמת עצם התלמוד ומהותו, אבל שאר הדברים אשר ספורם בזולת פירושי התורה והמצות רק העניינים אחרים זרים שאין להם שום תלייה באמונה מאמונות הדת יש עלינו להאמינם מצד כי אותם החכמים אשר ספרום היו יודעי דת ומוחזקים, ואמנם אין לנו הכרח ולא צורך להחזיק בדברים ההם מצד שאנחנו מאמינים בדת משה האמתית, אף אמנם כולם צודקים ואמוניים טהורים ונקיים, דברי אלקים חיים, ואם יראה בפשטי ההגדות ההם שהם הורסים קצת יסודי אמתת התורה או יסודי החכמות האמתיות והופכים אותם אז יודע באמת שהן [שאין] הדברים ההם כפשטם, ונבקש להם פירוש אחר נסתר ונחפשנו אם נוכל ואם לא נוכל למצוא אותו נניח הסיפור ההוא בחזקת אמתי רק נאמר שלא נביניהו ואל נלמוד ממנו דבר. וכבר הרשונו בזה החכמים ז״ל באמרם אין מושיבן על ההגדה וגם מזה יודע שאין ההגדות עצמם התלמוד כי אם היו כן היה לנו רשות לשאת ולתת ולהשיב עליהן כאשר נעשה בכל הלכות מהלכות התלמוד.
דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 11:58 am#484754
אזא שיינע מאמר. (עס איז געווען צייטן אין קאווע שטיבל...)

איז דא ערגעצוואו א ליסטע פון אזעלכע דוגמאות וואס זענען נוגע להלכה.
א חלק פון די ליסטע וואס @תחכמוני האט געשריבן איז נישט נוגע להלכה, א חלק איז יא נוגע (לחומרא אדער לקולא).

למשל: כינים בשבת, מים שלנו בערב פסח וכו'

ווייסט איינער אויב עס איז ערגעץ וואו דא א גרייטע ליסטע?
דאנערשטאג נאוועמבער 4, 2021 2:31 pm#484765
Re: ידיעות חז"ל און די מציאות
זבולון
אזא שיינע מאמר. (עס איז געווען צייטן אין קאווע שטיבל...)

איז דא ערגעצוואו א ליסטע פון אזעלכע דוגמאות וואס זענען נוגע להלכה.
א חלק פון די ליסטע וואס @תחכמוני האט געשריבן איז נישט נוגע להלכה, א חלק איז יא נוגע (לחומרא אדער לקולא).

למשל: כינים בשבת, מים שלנו בערב פסח וכו'

ווייסט איינער אויב עס איז ערגעץ וואו דא א גרייטע ליסטע?

סאיז דא א ספר (ערגעץ געלינקט דא אויף ק"ש) דאכט זיך עס הייסט ידיעות מדעיות בחזל, עס איז דא דארט די גאנצע ליסטע מיט גאר אסאך חומר אויף די נושא
מאנטאג אפריל 4, 2022 2:00 pm#497478
דאס איז וואס הרב אריה ליב פיינשטיין ז״ל שרייבט אין זיין קונטרס שלטי גיבורים (באלף המגן):
📎 D793D1A5-CD73-4F9C-B0E9-9035160F503A.jpeg
📎 0F564FAE-B3F1-49EC-93C5-8DB666BAE103.jpeg
מאנטאג אפריל 4, 2022 8:58 pm#497494
פין ווי איז דער צווייטער אויסצוג?

מיר איז שווער צו גלייבען אז דער מ"ע זאגט אזוי.
זונטאג אפריל 10, 2022 3:31 pm#497893
וז"ל היש"ר מגוריציאה:
אך האמת לא אכחיד תחת לשוני שקצת מקדמנינו כתבו איזה דברים הנוגעים אל ידיעה זאת [תכונת הארץ] שאם באנו לשפוט עליהם על פי המציאות שהיא לנגד עינינו היום, נמצאם בלתי מסכימים עמה, ובהיות שאין לדיין אלא מה שעיניו רואות, מוכרחים אנו לומר שהחוש יכחיש דבריהם, ואם מרן יוסף קארו לא נמנע מלכתוב בהדיא שהחוש מכחיש מה שאמרו בגמ׳ פ׳ יוצא דופן דיולדת לתשעת יולדת לשלמים (זה לשון ב״י אבן העזר סי׳ קכ״ו: ואע״פ שאמרו פ' יוצא דופן יולדת לתשעה יולדת לשלמים כבר תמהו על זה רבים שהחוש מכזיב זה עכ״ד. וכי האי גוונא כתב בעל הלבושים באותו סימן, גם בעל ההגהה על ש"ע באותו סימן פסק ג״כ נגד הגמרא באמרו שהחוש מכחיש זה, והרמב"ן ז"ל בס' תורת האדם פסק שתינוק הנולד לתשעה חדשים בין שלמים בין מקוטעין מתאבל עליו בן יומו, עכ״ל. הרי שלדעתו היא בן קיימא אע״פ שנולד למקוטעין. ועיין על ענין זה הראב"ע על פסוק ותצפנהו שלשה ירחים, והריב״ש סי' תמ״ז), למה אמנע גם אנכי מלומר שקדמונינו כתבו בענין תכונת הארץ דברים שהם נגד החוש והמציאות? הלא האמת יקר מכל, וגם הם ז״ל חייבים בכבוד האמת! וכבר קדמני מהר״ם די לונזאנו בהקדמת ס׳ דרך חיים שלו בדברים אלה: אל תחשבו שהחכמים יקצפו עלי על אמרי שטעו בדבר מה. חלילה להם מזה! חחכמים אוהבי האמת הם ומודים עליו, ולא ישנאוני על כך, אדרבא יאהבוני וישמחו עלי על כך, גם הם לי לישועה כי לא לפניהם חנף יבא, כי הישרים בלבותם יאהבו החולק עליהם בדעת וישנאו העוזרם בלי דעת, עכ״ד הנעימים. לכן גם אני תחת כנפיו אחסה ואביא כאן שנים שלשה דברים מקדמונינו שמוכרחים אנו לקיים ההפך מהם.
מיטוואך יוני 1, 2022 3:15 pm#501424
📎 5B35BE69-80D6-416F-B709-748434E52882.jpeg 📎 17589128-85FE-4577-A083-9F7E1C6E7666.jpeg תיאופילוס מאנטיוכיה.
דינסטאג אקטאבער 25, 2022 6:40 pm#510649
מי אני
ועיין בטענה רביעית אז לפי הרמב״ם איז טאקע געווען במראה יחזקאל שיבושים און אליבא דהרמב"ם איז עס טאקע נישט געווען ממש בנבואה נאר בחקירה ועיון ע״ש.
דר. מנחם קעלנער שרייבט:
it seems to me likely that Maimonides regretted that the prophet Ezekiel recorded his vision at all, especially in light of the fact that the vision might lead one to see the figure of the man (Ezek 1:27) as referring to God, something Maimonides worked hard to interpret away (Guide 3:5–7)

This supposition gains credence in light of the fact that Maimonides saw the prophet Ezekiel as having reached only a relatively low level of prophecy (5th of 11 degrees of prophecy) in Guide 2:45. Maimonides may even have thought that the prophet Ezekiel was mistaken in his understanding of the nature of the heavenly spheres and bodies, the subject matter according to Maimonides of Ezekiel’s vision

Maimonides, I am suggesting, thought it was wrong of the prophet Ezekiel to have recorded his vision and certainly would not have wanted such a vision to appear earlier in the Torah
דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 8:01 pm#512566
דער רמ"א בתורת העולה (פי"א) שרייבט אויך, מפי ספר ישן ושבילי אמונה, אז חכמת היונים איז גע'גנב'עט פון שלמה המלך ע"ש.
דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 11:28 pm#512583
ועיין בטענה רביעית אז לפי הרמב״ם איז טאקע געווען במראה יחזקאל שיבושים און אליבא דהרמב"ם איז עס טאקע נישט געווען ממש בנבואה נאר בחקירה ועיון ע״ש 😲
דאס איז אינטערעסאנט, ווייל דער רמב"ם בכלל האלט אז נבואה איז בלב ומוח, נישט זעהן מראות. און יחזקאל איז מראות. ר' עקיבא האלט פין מראות, ר' ישמעאל איז דער װאס איז בכלל דער ראציאנאלער, און דער רמב"ם איז א ר' ישמעאל'ניק.
דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 11:30 pm#512584
מי אני
דער רמ"א בתורת העולה (פי"א) שרייבט אויך, מפי ספר ישן ושבילי אמונה, אז חכמת היונים איז גע'גנב'עט פון שלמה המלך ע"ש.
ער ברענגט דארט דער מעשה מיט ירמיה הנביא אין אפלטון אדער נישט?
דינסטאג דעצעמבער 6, 2022 9:17 pm#513463
איך מיין אז נישט.

***
📎 גבעת המורה.jpg גבעת המורה (עיון ג פ"ד).
📎 גרשון.jpg דר. גרשון חורגין.
דינסטאג מערץ 28, 2023 1:39 pm#519872
לגבי מבט הרמב״ם על נבואתו של יחזקאל במעשה מרכבה, ברענגט דר. אביעזר רביצקי צו: 📎 0C1F8DB3-9A41-4EAC-B18A-F3E0D6BCCDA1.jpeg 📎 7BA976A7-1C17-4CC4-A0B1-5CF7918BE44C.jpeg ווי מ׳זעהט פון וואס ער ברענגט צו פון ר׳ משה אבן תיבון, אז די זעקסטע עיקר פון אמונה בנבואה, וואס איז בעיקר אינעם קאנצעפּט דערפון, איז בנוגע וואס עס אנבאלאנגט דת. אבער בסתם בעניני מדע וכדומה, וואו חז״ל האבן זיי מפרש געווען און וואו מ׳זעהט א טעות, ״עם היותם נמשכים לדעתם לאחר דעת הנביאים, אין אדם מחוייב להאמין בעל מה שאמרו.״
מאנטאג יולי 24, 2023 6:28 pm#532112
איש חזון
הרב "אביגדור אמיתי"
איך האב מיך באגעגנט מיט א פרישע ספר פון הרב אמיתי מיט'ן נאמען "אמונה טהורה", צו מבאר זיין די פאלגנדע: במה חובה להאמין? במה מותר להאמין? במה אסור להאמין? ובמה לא נכון להאמין?

דא איז א לינק צום ספר לתועלת שוחרי אמונה דפק"ק.
מאנטאג יולי 24, 2023 6:37 pm#532115
ער האט אפאר ספרים, אלעס גייט מיט די זעלבע הנחה
חז"ל ווייסן די טבע פון די מענטשען אויפן וועלט נישט פון די תורה
פארדעם מעגן זיי טועה זיין, און מ'מעג זיך דינגן אויף זיי

ער ברענגט א גאנצע ליסטע פון ראשונים וואס האלטן אזוי
מאנטאג יולי 24, 2023 8:42 pm#532128
זיין פריעדיגע ספר האב איך געליינט א לענגערע צייט צוריק און כ'האב זייער הנאה געהאט, גיי מיר ליינען די אויך.
אגב, קענט איר זעהן עטליכע בריוון פון ר' יהושע עינבל צום מחבר וואו ער דינגט זיך אויף איהם דא
פרייטאג אפריל 12, 2024 3:00 pm#558996
Re:
[ציטאט אראפגענומען]
כדוגמא ווי מ'זעהט אסאך מאל א קאמפאני אדער א טאון "עסטעבלעשט 1945"... אנשטאט נוסד
פרייטאג אפריל 12, 2024 3:04 pm#558997
Re: Re:
צוויי #
[ציטאט אראפגענומען]
כדוגמא ווי מ'זעהט אסאך מאל א קאמפאני אדער א טאון "עסטעבלעשט 1945"... אנשטאט נוסד
עס איז נישט נאר די מימרא אויף די פרס'ישע תקופה, עס איז די גאנע חשבון פון יארן וואס איז פארדרייט לכבוד דעם. בית שני איז געשטאנען בערך 580 יאר אנשטאט 420 וכו'. מ'האט גערעדט דערוועגן דא