פארומס › קאווע שטיבל • ידיעות חז"ל און די מציאות

קאווע שטיבל • ידיעות חז"ל און די מציאות

321 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3222
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג מערץ 02, 2020 10:10 am#443541
דער אראבישער פילאזאף אל-גאזאלי האט (להבדיל) אויך געזאגט ענליך. ער האט גע׳טענה׳ט אז די זאכן/חכמות וואס זענען נתגלה געווארן צו (למשל) אברהם אבינו ע״ה און משרע״ה בנבואה זענען אנגעקומען צו די חכמי יון און זיי האבן דאס (בטעות) אנגעהאנגן אויף זייער אייגענע ראציאנאל. ער האט פרובירט דאס אויפצוווייזן דורכ׳ן טענה׳ן אז בעצם אויף א חלק פון זייערע הוכחות, הגם זיי זענען אמת, קען מען זיי נישט געהעריג אויפווייזן עפ״י לאגיק (אויף די ספעציפישע פעלער וואס ער ציטירט האט זיך אבן רשד [אוועראס] געדינגען מיט אים).

ער האט דאס אויך געזאגט בנוגע זייערע עטיקס.
פרייטאג יולי 17, 2020 10:50 am#454679
מי אני האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:א- איך מיין אז מיר קענען גרינג אויפווייזן אז מאטעמאטיק איז נישט די absolute underlying principle פון די אוניווערס, סיי דורך גאדעל'ס טעאראם וואס ווייזט אז ביי א געוויסע פוינט איז מאטעמאטיק זיך סותר מיט זיך אליין, און סיי דורך אויפווייזן אז ס'איז דא זאכן וואס קענען נישט ווערן מוסבר דורך מאטעמאטיק. דאס מיינט, אין אנדערע ווערטער, אז לאגיק איז נאר א געצייג.

ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן דר. מעקס טעגמארק׳ס Mathematical Universe Hypothesis וואס לויטעט אז נישט נאר אונזער גאנצע רעאליטעט קען מען מסביר זיין ״דורך״ מאטעמאטיקס, נאר אונזער רעאליטעט ״איז״ מאטעמאטיקס. (איך פארשטיי אז דאס פרעגט נישט אפ בכלל וואס יאיר זאגט.)

ס׳איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום מימרא פון דעם פּיטאגאריען פילאלאוס:
93965AB2-4C9D-4B4A-94BE-486AECBBA3AA.jpeg
מיטוואך יולי 29, 2020 12:02 pm#455450
מי אני האט געשריבן:איבער דעם ענין פון זמן אין חלום איז אינטרעסאנט צו זעהן דעם פילם Inception.

בענין חלומות בכלל פון א פילאזאפישן בליק זאגט דער כינעזער פילאזאף זשאנגזשע אין זיין בוך אז ער האט גע׳חלום׳ט פון א פראכטפולע בּאָטערפליי. ווען ער האט זיך אויפגעוועקט האט ער זיך געוואונדערט צו ס׳איז ער וואס חלום׳ט פון די בּאָטערפליי צו ס׳איז די בּאָטערפליי וואס חלום׳ט פון אים.

‏(וידוע מהלכו של פרויד וסייעתו בענין חלומות.)
מי אני האט געשריבן:און ווי יידל האט דא צוגעברענגט האט טאמאסא קאמפאנעלא געשריבן בשם אמבראזיאס אז פיטעגאראס האט געשטאמט פון אידן און זיינע חכמות קומען פון זיי.
‏

דער פילאזאף דזשאן מיילס דילאן האט געשריבן בנוגע פילון פון אלכסנדריא:
One half of this answer lies in Philo’s view of the history of philosophy, which I have alluded to earlier. According to this view, Plato was a follower of Pythagoras and Pythagoras was a follower of Moses… for Philo, Moses was not only a philosopher, but the very father of philosophy, from whom all Greek thinkers take their best ideas

‏דער רמב״ם האט כידוע אויך געהאלטן ענליך.
דינסטאג אוגוסט 25, 2020 9:01 pm#457576
מי אני האט געשריבן:ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן דר. מעקס טעגמארק׳ס Mathematical Universe Hypothesis וואס לויטעט אז נישט נאר אונזער גאנצע רעאליטעט קען מען מסביר זיין ״דורך״ מאטעמאטיקס, נאר אונזער רעאליטעט ״איז״ מאטעמאטיקס.

עס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אן אין א וועג פארקערטן מהלך. דהיינו, דער רלב״ג שרייבט אין מלחמות ה׳ (מאמר ה ח״ג פי״ד) אז די תכלית פון מאטעמאטיקס [חכמת הלמידות] איז כדי צו קענען טוהן אסטראנאמיע [חכמת הכוכבים] ע״ש. והנה, קאסמאלאגיע אלס א סייענס איז דאך שטארק מקושר אין (אסטראפיזיקס שהוא חלק מ)אסטראנאמיע. ולפי דר. טעגמארק׳ס טעאריע איז עס, אין א וועג פארקערט, קאסמאלאגיע ואסטראפיזיקס פירן צו דערצו אז די תכלית ושורש הבריאה והיוּניווערס איז מאטעמאטיקס.
מוצ"ש אקטאבער 31, 2020 7:54 pm#461770
EF5F521A-9159-46F7-8676-AE72BD3E5C49.jpeg

פונעם הקדמה פונעם ספר נחמד ונעים שחיבר הג׳ דוד גאנז על חכמת התכונה. ער ברענגט דארט גראדע אויך אראפ דעם מו״נ (ח״ג פי״ד) אז חז"ל האבן נאר גערעדט לפי החכמה בזמניהם.
דינסטאג נאוועמבער 03, 2020 12:11 am#461951
עיין ברמב"ן פרשת נח, נאכן מסביר זיין די ענין פונעם קשת -אז דאס איז א בריאה
וואס דער אויבערשטער האט דעמאלטס באשאפן- איז ער חוזר, ווייל "אנחנו על כרחינו
נאמין לדברי היוונים" און ער טוישט פשט.
דינסטאג פעברואר 02, 2021 9:19 pm#466398
הרב מנחם נחום משטעפינעשט/איטצקאן זצ״ל בהקדמתו לפירוש מן:
אמנם דע אדוני: אם נשמיע לאזנינו מה שאנו מוציאים מפינו, אז נראה כי ווכוח זה, הוא בלי שום מטרה ותכלית, ויען פשוט, אדוני, שאל שלא כענין לכן השיבותיו שלא כהלכה: אבל בי אדוני! השמעת מעולם שאנחנו מעריצי התלמוד שבחו אותו שהוא ספר תכונה שאין כמוהו, או שהוא ספר חקירת־הטבע עד להפליא? השמעת מעולם שחז״ל אומרים בדברים הנוגעים לתכונה או לחכמת־הטבע קבלו דעתנו? בפועל לקחו חז״ל חכמות אלו רק להיותן לתורה לרקהות, להיות משמשות לפניה, וכלי שרת לתורה, ולא יותר. אם תחפש בדברי חז״ל תמצא שבענינים כאלה התנהגו חז״ל בסבלנות גדולה, ואין קץ לסבלנותם בדברים שאינם נוגעים כלל לדת ולמוסר.
מאנטאג אפריל 05, 2021 9:11 pm#469271
מי אני האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:ס'איז אינטרעסאנט אנצומערקן דר. מעקס טעגמארק׳ס Mathematical Universe Hypothesis וואס לויטעט אז נישט נאר אונזער גאנצע רעאליטעט קען מען מסביר זיין ״דורך״ מאטעמאטיקס, נאר אונזער רעאליטעט ״איז״ מאטעמאטיקס.

עס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אן אין א וועג פארקערטן מהלך. דהיינו, דער רלב״ג שרייבט אין מלחמות ה׳ (מאמר ה ח״ג פי״ד) אז די תכלית פון מאטעמאטיקס [חכמת הלמידות] איז כדי צו קענען טוהן אסטראנאמיע [חכמת הכוכבים] ע״ש. והנה, קאסמאלאגיע אלס א סייענס איז דאך שטארק מקושר אין (אסטראפיזיקס שהוא חלק מ)אסטראנאמיע. ולפי דר. טעגמארק׳ס טעאריע איז עס, אין א וועג פארקערט, קאסמאלאגיע ואסטראפיזיקס פירן צו דערצו אז די תכלית ושורש הבריאה והיוּניווערס איז מאטעמאטיקס.

3AB97E88-F893-4318-A8FB-DA5097547C49.jpeg

במשנתו של ניקולאס מאלעבראנך.
דינסטאג אפריל 06, 2021 10:27 am#469289
מי אני: אויב איך. אני הקטן קען אויך עפעס אריינרעדן איבער די עניינים וואלט איך געזאגט אזוי.... אז מאטעמאטיקס איז נישט קיין תכלית בפני עצמו. ס'איז נאר געמאכט צו דינען די אנדערע גוטע זאכן וועלכע קומען ארויס דערפון. למשל אן מאטעמאטיקס וואלט די גאנצע בוי אינדוסטרי (שוין אפגערעדט פון די קאמפיוטער און ספעיס אינדוסטריס) נישט עקזיסטירט. די הייזער וואלטן געווען קרום און הינקעדיג. און זיי וואלטן צום סוף איינגעפאללן...!

נאר מיט ידיעות חז"ל האט עס גארנישט צו טון. ווייל די חכמי המשנה וגמרא האבן אויך געשעפט זייערע וועלטליכע און סייענטיפישע ידיעות פון די בעסטע מקורות וועלכע זענען דאמאלס געווען אין זייערע צייטן. למשל זיי שרייבן נישט איבער עראפלאנען אדער קאמפיוטערס. איבער עראפלאנען שרייבן זיי גראדע יא. ווייל ס'איז פארהאן אזא אויסדרוק אין די גמ' (מס' גיטין און אנדערע פלעצער) איבער א ..."מגדל הפורח באוויר"...זעהט אויס אז עפעס א קאנספעט פון פליען איז שוין דאמאלס געווען...!
דינסטאג אפריל 06, 2021 10:53 am#469290
איך מוז זאגן, אין בין היבש סאפרייזד אז פונקט דער גמרא האט עס געמאכט ביי דיר, ר' בערל.
מיטוואך אפריל 07, 2021 12:46 am#469351
אישתישבי:דו ווייסט. דו מאכסט מיך לאכן. ס'זעהט אויס אז דו האסט (פונקט) נישט געלערנט די גמרא. אנישט וואלסטו גארנישט געזאגט. ווייל די גמ' רעדט איבער דעם אויף עטליכע פלעצער. איך קען יעצט נישט נאכקוקן אויף גוגל. (מיין פאון איז שוין אין טשארדזשער.). אבער די יודעי דבר דא אין שטיבל, אזוי ווי רביה"ק זי"ע, וועללן דיר קענען זאגן פונקטליך וויפיהל...!
מיטוואך אפריל 07, 2021 12:56 am#469353
berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי:דו ווייסט. דו מאכסט מיך לאכן. ס'זעהט אויס אז דו האסט (פונקט) נישט געלערנט די גמרא. אנישט וואלסטו גארנישט געזאגט. ווייל די גמ' רעדט איבער דעם אויף עטליכע פלעצער. איך קען יעצט נישט נאכקוקן אויף גוגל. (מיין פאון איז שוין אין טשארדזשער.). אבער די יודעי דבר דא אין שטיבל, אזוי ווי רביה"ק זי"ע, וועללן דיר קענען זאגן פונקטליך וויפיהל...!


גמרא אהין גמרא אהער, די פארשטייסט נישט מען הערה.

איז דאס דער איינציגסטער גמרא וואס האט דיר געמאכט טראכטען?

בדרך אגב, אויב מיין זכרון דינט מיר, איז דא דארט א מהרש"א.
מיטוואך אפריל 07, 2021 1:27 am#469357
אישתישבי: ניין. איך בין מודה אז כ'האב נישט פונקטליך פארשטאנען דיין קאמענט. איך בין נישט אזא גאון צו וויסן וואו אין גאנץ ש"ס די חכמי התלמוד האבן ארויסגעוויזן זייער גרויס חכמה. נאר פונקט די גמרא האביך געלערנט אין ישיבה קטנה.

ס'איז דא א ספר, ..."דברי תורה"... פונ'ם בעל מנחת אלעזר. מונקאטשער רב. וואו ער ברענגט אראפ אלע מאדערנע , טעכנאלאגישע חידושים וואס די חכמים אין די גמרא'ס צייטן האבן שוין געוואוסט. אויך פון זוהר. דאכציך איבער עקס רעיס. נאר איך שרייב בכוונה נישט זוה"ק. ווייל איך האלט אזוי ווי ר' יעקב עמדין. אז ער איז נישט אויטענטיש. פון דעם הייליגן תנא רשב"י. אזוי ווי מ'האט שוין דיסקוטירט באריכות אין יענעם אשכול...!
מיטוואך אפריל 07, 2021 1:41 am#469359
וואס, ווייל ס׳איז נישט פון רשב״י קומט איהם שוין נישט קיין ״הקדוש״? רבי משה די ליאון איז נישט גענוג גרויס געווען? של״ה הקדוש און אור החיים הקדוש מעג מען יא און זוהר הקדוש נישט? אתמהה... :D
מיטוואך אפריל 07, 2021 1:52 am#469360
רביה"ק זי"ע: זיי האבן נישט געטרייט אויסצופאפן די וועלט. משתמש באיצטלא שאינו שלו...! ס'איז טאקע א זאמלונג פון זייער אינטרעסאנטע ידיעות. און א קאלעקשן פון זיינע , הארציגע תפילות. איך, למשל ווער זייער שטארק איבערגענומען פון די תפילה..."בריך שמיה"... זוהר פ' ויקהל. און פון אנדערע, לכאורה'דיגע דברי נביאות וועלכע זענען שוין מקויים געווארן. אבער פארוואס האט ער עס אנגעהאנגען אין רשב"י. ער וואלט געקענט שרייבן אז ס'איז א זאמלונג פון אינטרעסאנטע מאמרים און תפילות...!

זיין ווייב האט (לאחר הגט) אליינס עדות געזאגט ווי זי האט געזעהן אז ער האט געשריבן די מערסטע שטיקלעך פונ'ם זוהר. וואס איז מעגליך אליינס אויפגעטראכט. אדער ר'האט עס גענומען פון אנדערע ספרים און נישט געגעבן קרעדיט פאר די מחברים...!
מיטוואך אפריל 07, 2021 12:25 pm#469382
בריך שמיה איז ודאי נישט פון רשב"י, ווארום אין מדרש רבה שעלט רשב"י נבוכדנצר פארן ניצן די אויסדריק "בר אלהין".
מיטוואך אפריל 07, 2021 1:24 pm#469387
פאלט דיר נישט ביי אז ס'קען אפשר זיין אז סיי די מדרש רבה און סיי די זוהר הקדוש זענען פאבריקירט און האבן גארנישט איינגעשטויסן מיט רבי שמעון? :x.

הגם באמת קען מען עס פארענטפערן על דרך הקריעטיוו טינקינג פון גמרא אז ס'איז תרי תנאי אליבא דרבי שמעון...

בנוגע רבי בערל'ס טענה מיין איך אז רמד"ל האט קיינמאל נישט געהאט אינזין איינעם אפצונארן, ס'איז זייער קענטליך פונעם ספר אז דאס איז געשריבן געווארן סוף תקופת הראשונים און ער פרובירט עס ניטאמאל באהאלטן, דאס אז ס'דא אפאר שוטים וואס רעדן זיך איין אז ס'איז פון רשב"י איז זייער פראבלעם.
מיטוואך אפריל 07, 2021 3:29 pm#469390
כרם זית האט געשריבן:בריך שמיה איז ודאי נישט פון רשב"י, ווארום אין מדרש רבה שעלט רשב"י נבוכדנצר פארן ניצן די אויסדריק "בר אלהין".

כרם זית: דער אויסדרוק..."בר אלהין"...קען האבן עטליכע מיינונגען. א איד אין ביהמ"ד האט מיר געזאגט אז איהם שטערט דער "בר אלהין" ווייל ס'איז א ראיה אויף יאשקע, וואס די קריסטן האלטן אז ער איז (כביכול) א זון פון גאט.

נאר איך האלט אז ס'מיינט נישט ליטעראריש א זון. נאר ס'קען מיינען איינער וואס האט געטליכע כוחות. א מלאך. די פשט איז. בר אלהין דער ישות/פארמיטלער. ס'הייסט אז מ'פארלאזט זיך נישט אפילו אויף א מלאך. נאר אויפ'ן באשעפער.

ס'זענען דא מענטשן וועלכע זאגן נישט דעם שטיקל (ביי זמירות למוצ"ש)..."איש תישבי תצילנו מפי האריות"... ווייל ס'זאלל נישט הייסן אז מ'בעט א מלאך...!
מיטוואך אפריל 07, 2021 3:34 pm#469391
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פאלט דיר נישט ביי אז ס'קען אפשר זיין אז סיי די מדרש רבה און סיי די זוהר הקדוש זענען פאבריקירט און האבן גארנישט איינגעשטויסן מיט רבי שמעון? :x.

הגם באמת קען מען עס פארענטפערן על דרך הקריעטיוו טינקינג פון גמרא אז ס'איז תרי תנאי אליבא דרבי שמעון...

בנוגע רבי בערל'ס טענה מיין איך אז רמד"ל האט קיינמאל נישט געהאט אינזין איינעם אפצונארן, ס'איז זייער קענטליך פונעם ספר אז דאס איז געשריבן געווארן סוף תקופת הראשונים און ער פרובירט עס ניטאמאל באהאלטן, דאס אז ס'דא אפאר שוטים וואס רעדן זיך איין אז ס'איז פון רשב"י איז זייער פראבלעם.

רביה"ק זי"ע: נישט ריכטיג. ווייל ער (משה די ליאון) שרייבט נישט אויפ'ן שער בלאט..."אני ליקטתי מדברי..." איז אפילו ער זאגט נישט בפירוש ארויס אז ער פארקויפט פאר די וועלט אז דאס זענען בלויז מאמרים פון רשב"י. אבער וויבאלד ער שרייבט נישט קלאר ארויס אז דאס זענען זיינע ליקוטים, הייסט אז ר'איז ..."דיס-האנעסט"...!
מיטוואך אפריל 07, 2021 11:44 pm#469428
ר׳ בערל. פירושים אין בר אלהין זענען דא אסאך צ.ב.ש. רע"י שלעזינגער זצ"ל טייטשט בר א לשון פון חוץ, אז מען פארלאזט זיך נישט אויף קיינעם חוץ אלהין. אבער די פאקט אז רשב"י האט נישט אריינגעטייטשט די פירושים אין נבוכדנצר׳ס רייד ווייסט אויס אז ער האט נישט אזוי פארשטאנען.
דאנערשטאג אפריל 08, 2021 8:33 am#469441
רמד"ל האט נישט געמאכט זוהר, ער האט עס אפשר מלקט געוועהן. עס איז דא אנדערע ספרים פין אים, און ער איז פשוט נישט געוועהן א בר הכי עס צו מאכען.

איך שיהיה איז זוהר א מוראדיגע ספר, און איינער וואס געדענקט סך הכל אפאר שורות פין ישיבה קטנה זאל האבן די העזה צו זאגען אז דער שורה גמרא איז אריינגעלייגט דורך לצים, און אז גאנץ זוהר איז פאבריקאציע, מאכט עס לאכען.

ר' בערל, גיי צוריק צו דיין באס און דיין בלע"ז אין רש"י. טאמער די ווילסט זאגן דעות אויף אויטענטישקייט פין גמרא און זוהר דארפסטו עס לכל הפחות אדורך לערנען איינמאל.
דאנערשטאג אפריל 08, 2021 8:44 am#469442
berlbalaguleh האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:בריך שמיה איז ודאי נישט פון רשב"י, ווארום אין מדרש רבה שעלט רשב"י נבוכדנצר פארן ניצן די אויסדריק "בר אלהין".

כרם זית: דער אויסדרוק..."בר אלהין"...קען האבן עטליכע מיינונגען. א איד אין ביהמ"ד האט מיר געזאגט אז איהם שטערט דער "בר אלהין" ווייל ס'איז א ראיה אויף יאשקע, וואס די קריסטן האלטן אז ער איז (כביכול) א זון פון גאט.

נאר איך האלט אז ס'מיינט נישט ליטעראריש א זון. נאר ס'קען מיינען איינער וואס האט געטליכע כוחות. א מלאך. די פשט איז. בר אלהין דער ישות/פארמיטלער. ס'הייסט אז מ'פארלאזט זיך נישט אפילו אויף א מלאך. נאר אויפ'ן באשעפער.

ס'זענען דא מענטשן וועלכע זאגן נישט דעם שטיקל (ביי זמירות למוצ"ש)..."איש תישבי תצילנו מפי האריות"... ווייל ס'זאלל נישט הייסן אז מ'בעט א מלאך...!
אין די פיוט מלאכי רחמים לאזן זיי נישט אויס!?
דאנערשטאג אפריל 08, 2021 9:53 am#469451
ATUB @אישתישבי ATUB ווער נישט אזוי באליידיגט אז טייל לאזן דיר אויס מוצאי שבת... ערנסט גערעדט, רמ"ל האט געשריבן ספרים כסדר אויף די זעלבע שניט ווי די קבלה אין זוהר, נאך פאר ער האט׳אנדעקט׳ זוהר. דאן האט ער גענומען א הפסקה פון ערשיינען מיט ספרים און פלוצלינג האט ער ׳געטראפן׳ די זוהר. קאמאן סענס זאגט אז אין די צייט וואס ער איז נישט ערשינען מיט נייע ספרים איז ער געווען פארנומען שרייבן די זוהר, בפרט אז סאיז אויף זיין מהלך.

און בנוגע די טענה אז אויב די ווערטער זענען ריכטיגע דאן איז נישט קיין חילוק ווער עס האט עס געשריבן. לפע"ד איז עס א גרויסע חילוק צי רמ"ל האט עס אליין אויפגעמאכט צי מקבל געווען מדור דור, כמובן.
דאנערשטאג אפריל 08, 2021 10:03 am#469452
לויט ווי איך געדענק איז למעשה אנגענומען אז די זוהר הקדוש איז א ליקוט פון כתבים און חיבורים וואס זענען געשריבן געווארן אין א צייט אפשניט פון ארום צוויי הונדערט יאר, אנגעפאנגען פון די חסידי אשכנז אבער בעיקר פון די חדר פון אברהם אבולעפיא ותלמידי תלמידיו (רמד״ל איז געווען א תלמיד פון ר׳ יוסף ג׳יקטיליה וואס איז געווען א תלמיד פון ר׳ אברהם אבולעפיא). דאס פארענטפערט אויך פארוואס פון איין זייט איז די זוהר הקדוש אויף די זעלבע שניט ווי רמד״ל׳ס ספרים און פון די אנדערע זייט זענען דא געוויסע שטיקלעך וואס די היסטאריקער זאגן אז ס׳קען נישט זיין אז ער האט עס געשריבן, ווייל אפילו די שטיקלעך וואס ער האט נישט געשריבן זענען נאכאלץ פונעם זעלבן חדר וואו ער האט געלערנט און געשעפט זיין השקפה און אינפארמאציע.

צו מאכט עס אויס ווער ס׳האט געשריבן דעם זוהר הקדוש? ווענדט זיך וועם מ׳פרעגט. אין די סעקולארע וועלט וואו מ׳איז מקבל את האמת ממי שאמרו מאכט עס טאקע נישט אויס, אין די פרומע וועלט אבער וואו דער אמת ווענדט זיך אין ווער ס׳זאגט עס איז עס שוין איינמאל א נפקא מינה.

לגבי די שאלה צו רמד״ל האט פרובירט צו פארנארן מענטשן, אויב יא האט ער געמאכט זייער א שלעכטע דשאב, אדער איז ער געווען א גרויסע טיפש, אדער איז ער געווען א חכם מחוכם וואס האט פארשטאנען צו די פרומע גאליבל מיינדסעט...
דאנערשטאג אפריל 08, 2021 10:22 am#469453
אישתישבי האט געשריבן:רמד"ל האט נישט געמאכט זוהר, ער האט עס אפשר מלקט געוועהן. עס איז דא אנדערע ספרים פין אים, און ער איז פשוט נישט געוועהן א בר הכי עס צו מאכען.

איך שיהיה איז זוהר א מוראדיגע ספר, און איינער וואס געדענקט סך הכל אפאר שורות פין ישיבה קטנה זאל האבן די העזה צו זאגען אז דער שורה גמרא איז אריינגעלייגט דורך לצים, און אז גאנץ זוהר איז פאבריקאציע, מאכט עס לאכען.

ר' בערל, גיי צוריק צו דיין באס און דיין בלע"ז אין רש"י. טאמער די ווילסט זאגן דעות אויף אויטענטישקייט פין גמרא און זוהר דארפסטו עס לכל הפחות אדורך לערנען איינמאל.

אישתישבי: ייש"כ פאר דיינע גוטע עצות וואו איך זאלל גיין. איך וועלל דיר באלד אויך זאגן אוואו דו זאלסט גיין. (אויף א לאנגן שפאציר, אויף א קורצע בירזשע. (פיער. אויף ענגליש). אדער ק*קן אויפ'ן ים.

ווען דו וואלסט נישט געווען פארנומען מיט עד האמינעם אטאקעס. און וואלסט זיך קאנצענטרירט צו דיסקוטירן זאכליכע סאבדזשעקטס, וואלט איך דיר געזאגט אז איך נעם נישט אזוי לייכט אפצופסק'נען איבער א גמרא אדער זוהר אויב זיי זענען אויטענטיש. איך נעם אין באטראכט אלע מעגליכקייטן פון די פארשידענע זייטן לכאן או לכאן. און ס'זענען פארהאן פארשידענע שטיקלעך אין זוהר וואס טוען שטארקן דעם ארגומענט אז ער איז יא אויטענטיש. נאר איך בין יעצט נישט אין קיין מאאד זיך אויסצוטענה'ן מיט דיר.

הגם דו ביסט (לכאורה) א טאלאנטיר'טער יונגערמאן און א שטיקל יודע ספר. האסטו אין דיר געמיינע, פארדארבענע און אומ'פארגינערישע מידות וועלכע קומען פון א שלעכטן מקור. דו שטאמסט אוודאי פון רוסלאנד. (עלטערן. זיידעס). ווייל דו ווילסט אייביג נאר, נעמען, נעמען און נאכאמאל נעמען. פון קעגנזייטיגן רעספעקט פאר א צווייטן ווייסטו נישט. און דו ווילסט נישט וויסן...!
דאנערשטאג אפריל 08, 2021 10:48 am#469455
אין דער ענד, איז עס א האקעלע זאךַ צו רעדן דערפין, ווייל איינער וואס זאגט אז זוהר איז נישט הייליג איז פסול לעדות לויט רשז"א. אסאך ערגער ווי איינער וואס זאגט אז אור החיים הקדוש איז נישט געשריבן מיט רוח הקודש.

די מאדנע פסקים מאכען עס שווער צו זיין א מיטגליד פין דער סאסייעטי אין הארץ.

בערל האקט
א פלא ווי דוקא די וואס באשולדיגט מיר מיט עד האמינאם איז ביזי מסביר זיין אז ער גייט נישט דעבאטירן מיט אויף דער ענין ווייל מיינע זיידעס קומען פין רוסלאנד.

איך וואלט מציע געוועהן אז די ביסט פין די סארט מענטשן וואס קענען נישט דערהייבן צו דעבאטירן א זאך אויס מורא פין בלייבען אפגעפרעגט.
דאנערשטאג אפריל 08, 2021 10:59 am#469456
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: זיי האבן נישט געטרייט אויסצופאפן די וועלט. משתמש באיצטלא שאינו שלו...! ס'איז טאקע א זאמלונג פון זייער אינטרעסאנטע ידיעות. און א קאלעקשן פון זיינע , הארציגע תפילות. איך, למשל ווער זייער שטארק איבערגענומען פון די תפילה..."בריך שמיה"... זוהר פ' ויקהל. און פון אנדערע, לכאורה'דיגע דברי נביאות וועלכע זענען שוין מקויים געווארן. אבער פארוואס האט ער עס אנגעהאנגען אין רשב"י. ער וואלט געקענט שרייבן אז ס'איז א זאמלונג פון אינטרעסאנטע מאמרים און תפילות...!

זיין ווייב האט (לאחר הגט) אליינס עדות געזאגט ווי זי האט געזעהן אז ער האט געשריבן די מערסטע שטיקלעך פונ'ם זוהר. וואס איז מעגליך אליינס אויפגעטראכט. אדער ר'האט עס גענומען פון אנדערע ספרים און נישט געגעבן קרעדיט פאר די מחברים...!


אפאר תיקונים, זיין ווייב האט נישט עדות געזאגט, עס איז דא א מעשה פין איינער וואס זאגט ער האט גערעדט מיט זיין ווייב לאחר מיתתו.

און ווי רביה"ק האט שוין געזאגט, ווער עס קען די מקובלים און זייער שפראך איז רעדן פין אן אנדערע נשמה גאר א נארמאלע זאך ביי זיי, און דער טעות פין מייחס זיין די ווערטער אריגינאל צו די תנאים קומט דוקא פין אנדערע, נישט פין די שרייבער.

יעדער וואס קוקט אריין תיקונים אדער רעיא מהימנא און ווייסט אביסל, וועט גאנץ שנעל אנערקענען אז מען רעדט נישט פין קיין אריגינעלער ארבעט.

אנדרעש ווי ירושלמי אויף קדשים וואס דער שרייבער האט דוקא געוואלט אפנארן.



פארוואס האט ער עס אנגעהאנגען אין רשב"י. ער וואלט געקענט שרייבן אז ס'איז א זאמלונג פון אינטרעסאנטע מאמרים און תפילות...!


ווייל אין זיין הימלישע סטאטוס האט ער עס געהערט פין רשב"י.

אזויווי דער קאמארנער האט געהערט זאכען פין דער בעל שם טוב. און דווקא דער קאמארנער פארשטייט צו שרייבען אז דער זוהר איז געמאכט אויף דעם אופן.
דאנערשטאג אפריל 08, 2021 11:06 am#469457
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לויט ווי איך געדענק איז למעשה אנגענומען אז די זוהר הקדוש איז א ליקוט פון כתבים און חיבורים וואס זענען געשריבן געווארן אין א צייט אפשניט פון ארום צוויי הונדערט יאר, אנגעפאנגען פון די חסידי אשכנז אבער בעיקר פון די חדר פון אברהם אבולעפיא ותלמידי תלמידיו (רמד״ל איז געווען א תלמיד פון ר׳ יוסף ג׳יקטיליה וואס איז געווען א תלמיד פון ר׳ אברהם אבולעפיא). דאס פארענטפערט אויך פארוואס פון איין זייט איז די זוהר הקדוש אויף די זעלבע שניט ווי רמד״ל׳ס ספרים און פון די אנדערע זייט זענען דא געוויסע שטיקלעך וואס די היסטאריקער זאגן אז ס׳קען נישט זיין אז ער האט עס געשריבן, ווייל אפילו די שטיקלעך וואס ער האט נישט געשריבן זענען נאכאלץ פונעם זעלבן חדר וואו ער האט געלערנט און געשעפט זיין השקפה און אינפארמאציע.

צו מאכט עס אויס ווער ס׳האט געשריבן דעם זוהר הקדוש? ווענדט זיך וועם מ׳פרעגט. אין די סעקולארע וועלט וואו מ׳איז מקבל את האמת ממי שאמרו מאכט עס טאקע נישט אויס, אין די פרומע וועלט אבער וואו דער אמת ווענדט זיך אין ווער ס׳זאגט עס איז עס שוין איינמאל א נפקא מינה.

לגבי די שאלה צו רמד״ל האט פרובירט צו פארנארן מענטשן, אויב יא האט ער געמאכט זייער א שלעכטע דשאב, אדער איז ער געווען א גרויסע טיפש, אדער איז ער געווען א חכם מחוכם וואס האט פארשטאנען צו די פרומע גאליבל מיינדסעט...

רביה"ק זי"ע: נאכאמאל. די הויפט נקודה דא איז נישט איבער די קוואליטעט פון די מאמרים, פרעדיקשאנס און עצות פון ספר הזוהר. די עיקר טענה וואס מענטשן האבן איז איבער די אויטענטישקייט פון דעם ספר. ווייל אויסער דעם פאקט אז ס'שטייען דארט געשריבן פארשידענע קאנטראווערסיאלע זאכן. און קאנטרארישע הלכות און הנהגות, איז די פראגע אויב די אלע מאמרים זענען אויטענטיש פון רבי שמעון בר יוחאי. אדער רמד"ל האט עס אליינס מלקט געווען און אויפגעמאכט. און ר'האט עס אנגעהאנגען אויף רשב"י. איבער דעם זענען דא א בארג מיט קושיות.

פון ר' יעקב עמדין קענמען נישט אינגאנצן ברענגען קיין ראיות (איבער די אויטענטישקייט פונ'ם ספר הזוהר. ווייל ער איז געווען אן עקסטרעמיסט. און ר'האט געהאט אן אגענדא. און ער און זיין טאטע דער חכם צבי האבן זייער גאנץ לעבן געפיהרט מערכות. (זיי זענען טאקע זייער גאנץ לעבן געווען ..."אן דהע ראן"...! דער יעב"ץ איז געווען רב אין עטליכע קהילות פאר ער האטציך געסעטלט אין די שטאט עמדען.) און ער האט גענוצט דעם ארגומענט (איבער'ן זוהר) אלס א טייל פון די געווער אין זיין מלחמת חורמה אקעגן די כת ש"ץ און זייערע עכטע אדער געדאכ'טע אנהענגערס. אזוי ווי זיין קריעג אקעגן ר' יונתן (פאן) אייבשיץ.

למשל. אין זוהר איז פארהאן, אויסער די שיינע און הארציגע תפילה פון בריך שמיה אויך פארשידענע פרעדיקשנס (פאראויסזאגונגען) וועלכע האבן זיך אויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג. אזוי ווי די דרשה אויפ'ן פסוק..."וארובות השמים נפתחו"...זאגט ער אזוי..."בשנת ת"ר (לאלף הששי) יתפתחין תרעין ד'חוכמתא"...וועללן זיך עפענען די טויערן פון חכמה. און אויב מ'וועט זוכה זיין וועט די התגלות זיין אין חכמת התורה. און אויב נישט וועט עס זיין אין וועלטליכע זאכן. און מיר זעהען אז די גרעסטע טעכנאלאגישע פארשריט פון די מאדערנע צייט זענען געשעהן נאכ'ן יאר ת"ר (1840). דאס יאר ווען ס'איז געווען דער גרויסער ..."גאלד ראש"...אין קאליפארניע..! אויך שטייט אין זוהר אז בעפאר ביאת המשיח וועללן די בני ישמעאל, די עכטע אראבערס (נישט די אזויגערופענע פאלעסטיניאנס) באקומען גרויס עשירות. ווייל דער אייבישטער ווילל זיי צוריקצאללן שכר פאר די (טיילווייזע) מצות מילה (מל ולא פרע). אויף די וועלט. אזוי אז לעתיד לבוא זאללן זיי נישט קענען האבן קיין טענות. ווי די גמ' אדער זוהר רופט עס אן..."שטר פרוע"... א קענסל'ד טשעק...!

און די אראבערס זענען אייביג געווען בשפל המצב. נישט נאר עקאנאמיש. נאר אויך אין פרעסטיזש און חשיבות...! און אין די'1920גער יארן האט מען געטראפן א סאך אויל ביי זיי. און דאס האט זיי געברענגט גרויס עשירות...!
דאנערשטאג אפריל 08, 2021 11:20 am#469458
ATUB @אישתשבי ATUB דער יעב"ץ גייט מיט די מהלך אז ער האט געווילט אפנערן, אבער ער האט געהאט די רעכט דערצו ווי די גמרא געבט די עצה אויף הרוצה שיתקבלו דבריו יתלן באילן מאסק... כמיין גדול. און דער חת"ס דרוקט זיך אויס אויף די יעב"ץ, ׳דבר גדול דיבר הנביא׳.

בנוגע די ווייב זיינע, מיין אז די ביסט זיך טועה וויבאלד עס איז דא אן עדות פון א תלמיד הרמב"ן אז ער האט גערעדט מיט איר נאכן טויט (זיי האבן זיך נישט געגט), און זי האט מיט א פשטות געזאגט אז איר מאן האט עס געשריבן (קען זיין זי איז געווען אויפגערעגט אז ער שרייבט דארט אז פרויען דארפן זיך אפשערן די האר... אויב עס שטייט דארט...). נאר די פלא איז אז דער זעלבער תלמיד הרמב"ן ציטירט שפעטער יא דעם זוהר בשם הרשב"י, און דא קען שוין יעדער ציען זיינע מסקנות צי תפוס לשון א׳ צי ב׳.

אגב די בעסטע טענה אז כאטש א חלק זוהר קומט פון רשב"י איז אז דעם גר"א האט מען נישט געקענט פארנערן.
דאנערשטאג אפריל 08, 2021 11:23 am#469459
ר׳ ATUB @berlbalaguleh ATUB איך פארשטיי נישט פארוואס די זאגסט מקען נישט ברענגען קיין ראיה פונעם יעב"ץ אפילו לאמיר אנעמען ער האט געהאט אן אדזענדא. סוכ"ס טענהט ער זאכליכי טענות כשלעצמם.
דאנערשטאג אפריל 8, 2021 11:30 am#469460
כרם זית
@אישתשבי דער יעב"ץ גייט מיט די מהלך אז ער האט געווילט אפנערן, אבער ער האט געהאט די רעכט דערצו ווי די גמרא געבט די עצה אויף הרוצה שיתקבלו דבריו יתלן באילן מאסק... כמיין גדול. און דער חת"ס דרוקט זיך אויס אויף די יעב"ץ, ׳דבר גדול דיבר הנביא׳.

בנוגע די ווייב זיינע, מיין אז די ביסט זיך טועה וויבאלד עס איז דא אן עדות פון א תלמיד הרמב"ן אז ער האט גערעדט מיט איר נאכן טויט (זיי האבן זיך נישט געגט), און זי האט מיט א פשטות געזאגט אז איר מאן האט עס געשריבן


קען זיין די יעבץ זאגט אזוי, כאטש לפי זכרוני האלט דער יעבץ אז עס איז דא שטיקלעך וואס זענען יא אמת, און הוספות פין שפעטער וואס זענען געמישט. און אפילו אויב ער האלט אזוי, קען זיין אז ער האט נישט מודה געוועהן צו דער רעיון אין קבלה פין זיך מתדבק זיין אין א נשמה און איבערזאגען זאכען פין א נשמה, וואס דאס איז דער פראבלעם מיט היינטיגע יהדות אויך, אז עס איז א געמישעכץ פין אמונות אהן מודה זיין אז עס קען זיין עטליכע אמונות וואס זענען אמת, והדברים ארוכים.

דער יעבץ האט בעיקר געבאדערט אז עולם גולם גלייבט אין דער זוהר אזויווי גמרא, און דאס האט ער געוואלט אויסרייסען, די ידענים בדורו האבען מן הסתם שוין געוויסט וואס ער שרייבט בנוגע די זוהר, ער האט נישט אנטדעקט א באמבע דא.

וואס איז די טעות בנוגע זיין ווייב?
איך ווייס פין די גאנצע מעשה אין יוחסין, דער מעשה איז לפי זכרוני אפגעפרעגט פין די חוקרים, אפשר איז א שמץ דערפין אמת, אבער עס איז נישט דא א ספר וואס דארט שטייט איינער און זאגט אז ער האט גערעדט מיט זיין ווייב, עס איז מעשה וואס קומט פין א כתב יד ישן נושן וואס דער כתב יד האט נאר דער מעשה. און אנדערע חלקים פין די מעשה זענען מיין איך נישט וועריפייד, למשל אז רמד"ל האט געשריבען דער זוהר צו מאכען געלט, ווייל ער האט פאקויפט בלעטלעך דערפין, ביינאכט האט ער געשריבען און באטאג פארקויפט, און דער עיקר קשיא איז ווער האט צוזאמען גענומען די כתבים? בקיצור דער גאנצע מעשה זעהט אויס צו זיין א גרעסערע פאבריקאציע ווי דער טענה אז דער גאנצע זוהר איז פאבריקעיטעט.
דאנערשטאג אפריל 8, 2021 11:38 am#469461
כרם זית
אגב די בעסטע טענה אז כאטש א חלק זוהר קומט פון רשב"י איז אז דעם גר"א האט מען נישט געקענט פארנערן.

אדער קען זיין אז ער האט מיטגעשפילט די געים.
דאנערשטאג אפריל 8, 2021 11:51 am#469463
רביה''ק זי''ע
כרם זית
אגב די בעסטע טענה אז כאטש א חלק זוהר קומט פון רשב"י איז אז דעם גר"א האט מען נישט געקענט פארנערן.

אדער קען זיין אז ער האט מיטגעשפילט די געים.


דער גר"א האט נישט געהאלטן פין מגידים, עס איז דא דער באקאנטער מעשה אז ער האט אוועקגעשיקט דער מגיד וואס איז געקומען לערנען מיט אים.
דאנערשטאג אפריל 8, 2021 11:52 am#469464
טאקע דאס איז די הוכחה, ווייל דער גר"א האט קיינעם נישט נושא פנים געווען ווען עס קומט צום אמת. אפילו אויף זיין עלטער זיידע דער באר הגולה שרייבט ער אין הלכות חדש ׳ולבאר הגולה טובה היה השתוקה כאן׳.
דאנערשטאג אפריל 8, 2021 11:59 am#469465
Re: ידיעות חז"ל און די מציאות
א שאד איך געדענק נישט אויפן מינוט, אבער עס איז דא א מקובל פון די תלמידי הרמב"ן וועלכע איז געגאנגען אויספארשן די זאך און זיין ווייב האט אים מודה געווען, און ער האט עס פארשריבן אין יענע צייטן נאך. איינער געדענקט פון וועם מרעדט.

Sent from my LM-X210(G) using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 8, 2021 12:01 pm#469466
ר' יצחק דמן עכו, ס'איז אבער א נישט קלאר ווי קראנט ס'איז ווייל אין זיין ספר פארציילט ער נישט די מעשה, ס׳איז מאדנע אז פון אלע זיינע מסעות האט ער פונקט דאס אויסגעלאזט.

פון דער גר"א איז נישט קיין ראיה ווייל דער בעל הסולם האט אויך געהאלטן אז די זוהר איז נישט פון רבי שמעון
דאנערשטאג אפריל 8, 2021 4:21 pm#469506
כרם זית: ווען א מענטש גייט אויף אן עקסטרעמען וועג און ר'האט אן אגענדא, דארפסטו שוין אראפ-רעכענען לכה"פ 50% פון זיינע ווערטער. ווייל ער איז נישט אביעקטיוו. (נאר סוביעקטיוו)..! ווייל סוכ"ס זיין מלחמת חורמה אקעגן דעם רבי'ן ר' יהונתן אייבשיץ , וועלכער איז געווען אן אדם גדול לכל הדיעות, איז געווען געטריבן דורך זיין עקסטרעמיזם. מ'רעדט דאך נישט פון דעם פאקט אז ער (יעב"ץ) איז געווען א גרויסער מענטש בזכות עצמו...!
דאנערשטאג אפריל 8, 2021 9:20 pm#469529
אישתישבי
אין דער ענד, איז עס א האקעלע זאךַ צו רעדן דערפין, ווייל איינער וואס זאגט אז זוהר איז נישט הייליג איז פסול לעדות לויט רשז"א. אסאך ערגער ווי איינער וואס זאגט אז אור החיים הקדוש איז נישט געשריבן מיט רוח הקודש.

די מאדנע פסקים מאכען עס שווער צו זיין א מיטגליד פין דער סאסייעטי אין הארץ.

בערל האקט
א פלא ווי דוקא די וואס באשולדיגט מיר מיט עד האמינאם איז ביזי מסביר זיין אז ער גייט נישט דעבאטירן מיט אויף דער ענין ווייל מיינע זיידעס קומען פין רוסלאנד.

איך וואלט מציע געוועהן אז די ביסט פין די סארט מענטשן וואס קענען נישט דערהייבן צו דעבאטירן א זאך אויס מורא פין בלייבען אפגעפרעגט.

דו נעמסט ווערטער און סטעיטמענטס און דו פארדרייסט זיי בכוונה תחילה. איך האב נישט געזאגט אז איך ווילל נישט דעבאטירן דעם סאבדזשעקט מיט דיר ווייל דיינע זיידעס קומען פון רוסלאנד . נאר איבער דיינע עד האמינעם , פערזענליכע אטאקעס. מיין פערזענליכע השערה איז אז דו שטאמסט פון רוסלאנד. ווייל 99.9% פון רוסיש אפשטאמיגע מענטשן האבן אן עטיטוד און פיהרן זיך אויף אזוי ווי דו...! דער תירוץ פארוואס דאס איז אזוי איז שוין נישט אינטרעסאנט...!
פרייטאג אפריל 16, 2021 12:21 pm#470271
הרב אליהו דילמדיגו אין זיין ספר בחינת הדת:
ואולם בחלק האחר והם הדברים אשר אמרום על צד הסברא לא כמורי התורה לא נחויב בלי ספק להאמינם כאשר יראה לנו היותם חולקים על האמת ולא יהיו החכמים גדולים מהנביאים בדבר הזה, וזה כי לו אמר הנביא דבר מה לא מצד היותו נביא אבל מצד היותו איש פלוני או הכם פלוני ונראה לנו בלתי נכון לא נחויב להאמינו, ולכן האיש הגדול רבי משה [הרמב״ם] כתב בביאור המשנה ,כי בדברים שאין בם מחלוקת ואינם בעניני הדינים אין ראוי לפסוק הלכה כדברי פלוני או כדברי פלוני, ויסייענו בזה מה שנמצא בע״ז בלתי מחלוקת תאנא דבי אליהו שני אלפים תוהו שני אלפים תורה שני אלפים משיח, וכאשר לא נתאמתה בעונותינו נודע שאין הענין כן כאשר גם כן נאמר שם וכאלה רבות ואשר יחפוץ להתעקש לא נחלוק אתו, אבל מ״מ אין ראוי לבזות את האומרים ההמה כי הם ראשי העם ושופטיו וכאלו הם השלימו התורה והמבזה אותם ראוי שיהיה בכלל האפקורוסים מבזי החכמים

דערנאך גייט ער אריין אין אן אריכות אין ווי אזוי אפצולערנען בכלל אגדות חז״ל.
דאנערשטאג מאי 13, 2021 3:58 pm#473090
📎 אפודי.jpg
דער אפודי [ר' יצחק בן ר' משה פרופייט דורן] אין די הקדמה צו זיין מעשה אפוד.
דאנערשטאג מאי 13, 2021 10:47 pm#473140
מי אני: יא. אבער די גמרא אליין ברענגט דאך א סאך ווערטער פון די לשון היוונים. אויך מאמרים בשם די חכמי יון.

למשל ערגעץ (כ'מיין אין מס' סנהדרין ברענגט די גמרא אז איינער פון די תנאים אדער אמוראים האט געהאט א ויכוח מיט איינעם פון די גוי'אישע פילאזאפן. וואס יענער האט איהם געזאגט געדענק איך שוין נישט. אבער דער אידישער רבי האט איהם געענטפערט ..."וכי משה ..."קניגי"... היה". זאגט רש"י צודה חיות...! נאך היינט. אויף גריכיש (ימח שמם וזיכרם, די אנטיסעמיטן וואס זיי זענען) הייסט א האנטער. א יעגער פון חיות,,, "קניגי"...!
פרייטאג יוני 18, 2021 11:16 am#476049
דר. דניאל דעיוויִס זאגט אז עס איז מעגליך אז דער רמב"ם האט געהאלטן אז מ'דארף מסתיר זיין און נישט געהעריג לערנען פרשת מעשה מרכבה וויבאלד עס איז נישט די ריכטיגע קאסמאלאגישע אויסשטעל.
פרייטאג יוני 18, 2021 11:43 am#476055
מי אני: אבער פון וואו ווייסט דר. דניאל דעיוויס די ריכטיגע אויסשטעלל?...?! ער איז דארט געווען (אין ספעיס).?

אדער. אפיקורסיש גערעדט...פון וואו האבן די חכמים געוואוסט...?!
זונטאג יוני 20, 2021 6:27 pm#476162
מי אני
דר. דניאל דעיוויִס זאגט אז עס איז מעגליך אז דער רמב"ם האט געהאלטן אז מ'דארף מסתיר זיין און נישט געהעריג לערנען פרשת מעשה מרכבה וויבאלד עס איז נישט די ריכטיגע קאסמאלאגישע אויסשטעל.

אפשר איז ער מסביר וואו אזוי דער רמב"ם האט פארשטאנען די משנה, פארוואס האלט דער משנה מען דארף באהלטן מעשה מרכבה

איך האב דארך געליינט זיין געשרייבעכטץ מיט א יעדער פאט-נאט דער איז אן איינפאכע שוטה וגס רוח...
ער בויט בניינים אויף ליפט, אז ס'איז א נחת...
זונטאג יוני 20, 2021 6:57 pm#476172
הקטן
מי אני
דר. דניאל דעיוויִס זאגט אז עס איז מעגליך אז דער רמב"ם האט געהאלטן אז מ'דארף באהאלטן מעשה מרכבה וויבאלד עס איז נישט די ריכטיגע קאסמאלאגישע אויסשטעל.

אפשר איז ער מסביר וואו אזוי דער רמב"ם האט פארשטאנען די משנה, פארוואס האלט דער משנה מען דארף באהלטן מעשה מרכבה?

איך האב דארך געליינט זיין געשרייבעכטץ מיט א יעדער פאט-נאט דער איז אן איינפאכע שוטה וגס רוח...
ער בויט בניינים אויף ליפט, אז ס'איז א נחת...

יויש איז דאס גוט, ממש א נחת! 😂
זונטאג יוני 20, 2021 7:18 pm#476175
מי אני
דר. דניאל דעיוויִס זאגט אז עס איז מעגליך אז דער רמב"ם האט געהאלטן אז מ'דארף מסתיר זיין און נישט געהעריג לערנען פרשת מעשה מרכבה וויבאלד עס איז נישט די ריכטיגע קאסמאלאגישע אויסשטעל.
דאס איז אויך די סיבה פארוואס מ׳טאר נישט לערנען נ״ך ווייל ס׳נישט די ריכטיגע אידישקייט, ודו״ק. בקיצור, ס׳איז אזא מין מעכאניזם ווי מ׳קען גלייבן אין עפעס כאטש וואס מ׳האלט אז ס׳איז נישט אמת, כמאמר החכם faith is believing what you know isn't true. מ׳גלייבט אין אזעלכע סארט מעטאפארישע מושגים פון מעשה מרכבה/מסורת התורה איש מפי איש מסיני הגם במציאות האלט מען אז ס׳נישט געשטויגן און נישט געפלויגן וכנ״ל.

נאך א שטויס פון בלאגס וויאזוי פונקטליך אמונה אין זאכן וואס מ׳גלייבט נישט ארבעט. <a class="postlink" href="https://www.lesswrong.com/tag/belief-in-belief#:~:text=Belief%20in%20belief%20is%20a,drives%20your%20anticipation%20of%20experience.&text=Were%20you%20to%20really%20believe,would%20be%20much%20more%20severe">https://www.lesswrong.com/tag/belief-in ... e%20severe</a>.
זונטאג יוני 20, 2021 7:20 pm#476176
הקטן
מי אני
דר. דניאל דעיוויִס זאגט אז עס איז מעגליך אז דער רמב"ם האט געהאלטן אז מ'דארף מסתיר זיין און נישט געהעריג לערנען פרשת מעשה מרכבה וויבאלד עס איז נישט די ריכטיגע קאסמאלאגישע אויסשטעל.

אפשר איז ער מסביר וואו אזוי דער רמב"ם האט פארשטאנען די משנה, פארוואס האלט דער משנה מען דארף באהלטן מעשה מרכבה

דר. דעיוויִס קען דאס אריינלערנען אליבא דהרמב״ם אפילו אין די משנה אויך. והיינו, אז דער רמב״ם האלט אז די חכמי המשנה האבן געוואוסט דעם ריכטיגן מאדעל לעומת יחזקאל, וממילא האבן זיי דאס געוואלט באהאלטן נישט אונטערצומינעווען דברי הנביאים.

די הוכחה פונעם רמב״ם (לפי דעיוויִס) איז נישט מיוסד אויף א דיוק בדבריהם. נאר וויבאלד, אליבא דהרמב״ם לפי המדע בימיו, איז דאך דאס דער אמת און יחזקאל האט נישט ריכטיג געזאגט לפי וויאזוי דער רמב״ם האט אים אפגעלערענט, האט דער רמב״ם פארשטאנען אז דאס איז די סיבה די חכמי המשנה האבן דאס געוואלט מסתיר זיין.
זונטאג יוני 20, 2021 7:41 pm#476181
די רמב"ם האט געהאלטן אז חז"ל האבן געהאלטן ס'דא 9 spheres נישט 4!!!
שיין...

אין יעדען פאל, נישט דאס זאגט ער
איך וועל לאזען דער ליינער אליין מחליט זיין


לערען דארך די מורה פין ג:א ביז ג:ח
ס'איז גרינער צי ווייזען אז יחזקל רעדט טאקע פין 9 spheres און נישט פין 4
וואו ווייזען אז די רמב"ם האט פארשטאנען אז די נביאה רעדט פין די קאזמאס...
זונטאג יוני 20, 2021 8:11 pm#476184
הקטן
די רמב"ם האט געהאלטן אז חז"ל האבן געהאלטן ס'דא 9 spheres נישט 4!!!
שיין...

אין יעדען פאל, נישט דאס זאגט ער
איך וועל לאזען דער ליינער אליין מחליט זיין


לערען דארך די מורה פין ג:א ביז ג:ח
ס'איז גרינער צי ווייזען אז יחזקל רעדט טאקע פין 9 spheres און נישט פין 4
וואו ווייזען אז די רמב"ם האט פארשטאנען אז די נביאה רעדט פין די קאזמאס...

דער אפודי בריש פ״א מח״ג איז גראד מפרש אז די ד׳ חיות זענען די ד׳ כדורים/גלגלים ע״ש. דער אברבנאל הנדפס בסוף המורה בהטענות הלקוחות מטבע הכתובים נגד פירוש הרמב״ם במרכבת יחזקאל, זאגט אין זיין דריטע טענה קעגן דעם רמב״ם אטע טאקע דאס: אז דער רמב״ם לערענט אפ אז יחזקאל האט געזאגט אז עס זענען דא נאר ד׳ גלגלים. און הגם ער האט דאס געוואלט פארענטפערן אין ח״ב פ״ט אז מ׳קען מדחיק זיין צו לערנען אז ס׳טאקע בעצם נאר דא פיר (וכמו שהביא דר. דעיוויִס), איז דאס אבער דאך א דעת בלתי אמתי ומן הנמנע אז דער נביא זאל אזוי זאגן משפע האלקי. עס איז אויך אפשר משמע בסוף דבריו אז ער האט אויך געהאלטן אז חז״ל האבן געהאלטן פון מספר ט׳ גלגלים; עכ"פ מער ווי פיר ע״ש. ועיין בטענה רביעית אז לפי הרמב״ם איז טאקע געווען במראה יחזקאל שיבושים און אליבא דהרמב"ם איז עס טאקע נישט געווען ממש בנבואה נאר בחקירה ועיון ע״ש.
זונטאג יוני 20, 2021 9:27 pm#476196
ווער בעט דעם רמב"ם צי רעדן אויב וויל ער אזוי שטארק מאכן א סוד...