berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: זיי האבן נישט געטרייט אויסצופאפן די וועלט. משתמש באיצטלא שאינו שלו...! ס'איז טאקע א זאמלונג פון זייער אינטרעסאנטע ידיעות. און א קאלעקשן פון זיינע , הארציגע תפילות. איך, למשל ווער זייער שטארק איבערגענומען פון די תפילה..."בריך שמיה"... זוהר פ' ויקהל. און פון אנדערע, לכאורה'דיגע דברי נביאות וועלכע זענען שוין מקויים געווארן. אבער פארוואס האט ער עס אנגעהאנגען אין רשב"י. ער וואלט געקענט שרייבן אז ס'איז א זאמלונג פון אינטרעסאנטע מאמרים און תפילות...!
זיין ווייב האט (לאחר הגט) אליינס עדות געזאגט ווי זי האט געזעהן אז ער האט געשריבן די מערסטע שטיקלעך פונ'ם זוהר. וואס איז מעגליך אליינס אויפגעטראכט. אדער ר'האט עס גענומען פון אנדערע ספרים און נישט געגעבן קרעדיט פאר די מחברים...!
אפאר תיקונים, זיין ווייב האט נישט עדות געזאגט, עס איז דא א מעשה פין איינער וואס זאגט ער האט גערעדט מיט זיין ווייב לאחר מיתתו.
און ווי רביה"ק האט שוין געזאגט, ווער עס קען די מקובלים און זייער שפראך איז רעדן פין אן אנדערע נשמה גאר א נארמאלע זאך ביי זיי, און דער טעות פין מייחס זיין די ווערטער אריגינאל צו די תנאים קומט דוקא פין אנדערע, נישט פין די שרייבער.
יעדער וואס קוקט אריין תיקונים אדער רעיא מהימנא און ווייסט אביסל, וועט גאנץ שנעל אנערקענען אז מען רעדט נישט פין קיין אריגינעלער ארבעט.
אנדרעש ווי ירושלמי אויף קדשים וואס דער שרייבער האט דוקא געוואלט אפנארן.
פארוואס האט ער עס אנגעהאנגען אין רשב"י. ער וואלט געקענט שרייבן אז ס'איז א זאמלונג פון אינטרעסאנטע מאמרים און תפילות...!
ווייל אין זיין הימלישע סטאטוס האט ער עס געהערט פין רשב"י.
אזויווי דער קאמארנער האט געהערט זאכען פין דער בעל שם טוב. און דווקא דער קאמארנער פארשטייט צו שרייבען אז דער זוהר איז געמאכט אויף דעם אופן.