Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » קאווע שטיבל • ידיעות חז"ל און די מציאות

קאווע שטיבל • ידיעות חז"ל און די מציאות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
175 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 332 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3222
דינסטאג מערץ 19, 2013 6:16 pm#98614
לעיקוואוד, ביסטו אפשר דער רעטייערטער פויפסט? :)

ערנסט גערעדט, איך בין נישט אינגאנצן זיכער אויב דער "צוויי בחינות" איז א שכל'דיגער ענטפער, אבער אפילו אויב יא קען מען טרעפן נאך דוגמאות. למשל דער משולש, וואס אפילו לו יצוייר מען קען דאס פארענטפערן בדוחק ס'זאל נישט זיין קיין אפענע סתירה מיט אחדות הבורא, נאכאלס, רוב קריסטן טראכטן מסתמא נישט אריין אין דעם, און זיי גלייבן פשוט אז דער זעלבער גאט איז סיי איינס און סיי דריי. איי, ס'מאכט נישט קיין סענס? אבער ווען עס קומט צו רעליגיעזע גלויבונגען מאכן נישט צופיל זאכן קיין סענס. פארשטייט זיך אז צו זאגן אז גאט איז סיי צוויי און סיי דריי איז אינו דומה מיט זאגן אז די וועלט איז סיי פלאך און סיי רינדעכיג, אדער אפשר אפילו אינו דומה מיט זאגן אז חז"ל האבן געוואוסט אז די וועלט איז רינדעכיג, אבער איך מיין אז דער חילוק איז אין כמות, נישט אין איכות.
דינסטאג מערץ 19, 2013 6:33 pm#98623
לעיקוואד האט געשריבן:א. קאנט האט דאס געטעהנט אז מקען נישט מוכיח זיין א מציאות העכער פון אונזערע דורך נוצען אונזער קאטאגאריעס פון שכל וייל דער שכל איז נישט גענוג שטארק מוכיח צו זיין עפעס וואס גייט ארויס פון זיינע גבולים, דער גאנצער שכל איז געבויט אויף זיין וועלט און לויט אונזער השגה, ער איז נישט באמת מוכיח גארנישט אויך דער וועלט, ממילא קען מען אוודאי נישט מוכיח זיין א גאט דורך דער שכל ווייל ערבך ערבא צריך.
דער סארט טענה פירט צו אטעזים אדער אגנאסטיזם, אויב איז דער שכל נישט גענוג שטארק צו מוכיח זיין גאט איז בלייבט דאס אונז א ספק, נישט אמונה וודאית. עס איז א פלא וויפיל מאל מענשען מאכען אזא גראבע טעות כאילו אז אויב איז מען מוכיח אז שכל איז נישט גענוג שטארק איז דאס עפעס א הוכחה צו אמונה בשעת וואס פונקט פארקערט.

לו יציור אז שכל איז מוכיח אז זי שטימט נישט מיט זיך אליין? לו יציור זי איז מוכיח אז די גאנצע מושג פון קאנצעפטען, זענען זיך סותר מיניה וביה ווען מען גייט מיט זיי ביזען סוף? וועסטו דאך מיזען מסכים זיין פשוט צו אט דעם סימפעל רעאליטי אז שכל ענד קאמפאני איז נישט די be all and end all.
ואפתח במשל פי. איך וועל ברענגען א דוגמא ווי שכל שליסט זיך אליינס אויס. אבער נאר לשם דוגמא מען מיז נישט מסכים זיין צו דעם ספעציפישען משל. [חאטש איך האלט גראדע אז ס'איז יא א ריכטיגע טענה].
אויב די גאנצע מושג פון 'קאנצעפט' [וואס דאס איז שכל - מושגים -דעפיניציעס- הגדרות.], פארלאנגט צו האבען דעם יא און ניין, דעם דבר והיפוכו. עס איז נישט מעגליך צו קאנסעפטשולייזען 'יא', אהן האבען א קאנצעפט פון 'ניין'. דאן רוימט דאך די שכל זעלבסט אריין אין אונזער אויער און זאגט אונז - מיין נישט אז מיינע קאטעגאריעס און קאנצעפטען זענען באמת א פארטייטש אויף די מציאות, פארשטיי אז עס איז נישט מער ווי א נוצבארע tool, מיט וואס ארומצוארבעטען up to a point. (מעין דמעין ווי מען זעהט אז Newtonian physics מיט איר פונקטליכע הגדרות, איז א גיטע tool, אבער נאר up to a point, דערנאך נעמט quantom mechanics, מיט איר אומבאשטימטקייט, איבער.].
איך באמערק יעצט אז איך האב נישט אויסגעפירט דא די נקודה. וועל איך צולייגען דאס פאלגענדע. -אויב מיר זעעהן אז יא איז נישט שייך אהן ניין, און ניין איז נישט שייך אהן יא, ווייזט דאס אויף א סתירה מניה וביה. וויאזוי פאנגט זיך דאס אהן? עס איז קעגן די כללים פון שכל זעלבסט אז איין זאך [א'] זאל האבען א זכות קיום נאר מכח די אנדערע זאך [ב'], בו בשעה וואס די זכות קיום פון די אנדערע זאך [ב'] איז נאר מכח די ערשטע זאך [א']. עס איז נישט קיין אויסגעהאלטענע שכל. קומט דאך אויס אז שכל זאגט אז איך בין נישט אויסגעהאלטען לויט מיינע כללים. - עד כאן ההוספה
קען דאך שכל אויב אזוי יא מחייב זיין אז זי איז inherently נישט אויסגעהאלטען.
אויב מיר וועלן איר פאלגען און זיך ארויסלאזען פון די דיקטאטורשאפט און שליטה פונעם שכל, מיט וואס בלייבט מען? איך קען דיר נישט ענטפערן. ווייל דו בעטסט איך זאל דיר געבען א דעפעניציע, און פון דעם גופא (דהיינו דעפעניציעס) איז וואס איך קריך דאך ארויס פון. דאס נענסטע ווארט וואס איך קען דערויף ניצען איז בלי גבול, אבער זיין מיך נישט ביטע מגביל צו דעי הגדרה זעלבסט.[ווייל אפי' צו זאגען אז אלעס וועט זיין אהן הגדרה איז שוין אויך צופיל געזאגט, אויב מיינט מען עס מיט א פונקטליכקייט].
עס איז אזוי ווי א מענטש וואס האט מאיזשהוא סיבה א מהלך פון פארטייטשען און שפירען די גאנצע בריאה וכל אשר בה באופן שמעק, דהיינו מיט'ן חוש הריח. ענדליך נאך לאנגע שעה'ן הסבר,פארשטייט ער שוין אז ס'איז דא א וועלט אינדרויסען פון שמעק. געט ער זיך א רוף אהן, אהא איך פארשטיי שוין אז רעאליטי איז אויך אינדרויסען פון שמעק, טא זאג מיר זיי מוחל, וויאזוי שמעקט טאקע יענס? (נו האלט איך מיט אים ווי דער מאדער איד).
דאס זעלבע דא, אינדרויסען פון שכל/קאנצעפט איז אינדרויסען. מען קען איר נישט אריינשמוגלען פון אן אונטערטירל.
איך בין פריער געגאנגען איינקויפען עפעלעך פאר די אשת חיל. עס איז געלעגען אין א באקס אין אזעלכע cardboard קעסטעלעך. איך האב געגעבען א שלעפ ארויס די גאנצע cardboard קעסטעלעך כדי צו קענען נעמען אפאר עפעל אויף אמאל. מיר שלעפען דא ארויס די גאנצע מושג פון מושג.
מיר בלייבען מיט אין סוף, דהיינו מיר בלייבען אהן קיין מושגים הגדרות והגבלות. מיר בלייבען מיט בלי גבול.
נמצא אז איינמאל מיר אקצעפטירען שכל'ס זעלבסט מארד, זאגען מיר גארנישט מער. עס איז נישט אז מיר גייען פון דארט ווייטער, אויף צו מאמת זיין גאט. מיר זענען שוין דארט.
גאט איז סך הכל נאך א ווארט פאר 'אין סוף', 'בלי גבול', וכדו'.
דינסטאג מערץ 19, 2013 6:42 pm#98630
אגב, צו מוכיח זיין אז לאגיק אליין איז נישט גענוג קען מען נוצן דעם פשוט'ן Gödel's incompleteness theorom וואס ווייזט אויף אז מאטעמאטיק קומט אן בהכרח אן צו א פוינט ווי סיי וועלכע ענטפער וועט זיך סותר זיין מיט זיך אליין. די שאלה איז צו דאס איז מוכיח אז מיר מוזן אנצייגן אויף עפעס טיפער'ס ווי לאגיק, אדער מיר קענען בלייבן דערביי און זאגן אז אין הכי נמי, די וועלט איז טאקע אינקאמפליט. איך וועל אויס די ערשטע אפציע.
דינסטאג מערץ 19, 2013 6:48 pm#98633
יאיר האט געשריבן:לעיקוואוד, ביסטו אפשר דער רעטייערטער פויפסט? :)

ערנסט גערעדט, איך בין נישט אינגאנצן זיכער אויב דער "צוויי בחינות" איז א שכל'דיגער ענטפער, אבער אפילו אויב יא קען מען טרעפן נאך דוגמאות. למשל דער משולש, וואס אפילו לו יצוייר מען קען דאס פארענטפערן בדוחק ס'זאל נישט זיין קיין אפענע סתירה מיט אחדות הבורא, נאכאלס, רוב קריסטן טראכטן מסתמא נישט אריין אין דעם, און זיי גלייבן פשוט אז דער זעלבער גאט איז סיי איינס און סיי דריי. איי, ס'מאכט נישט קיין סענס? אבער ווען עס קומט צו רעליגיעזע גלויבונגען מאכן נישט צופיל זאכן קיין סענס.

די מושג אז יעדע זאך איז בעצם דריי, איז אין מיין קאפ כמעט ווי מוכרח. כדי מיר זאלען קענען האבען א קאנצעפט פון מציאות. מוזען מיר האבען א קאנצעפט פון יש, העדר יש, און א וועג וויאזוי ביידע זאלען קענען זיין בחדא מחתא. דאס דרוקט זיך אויס אין יעדע חפץ ווי ס'איז דא ביידע צוזאמען, איר ישות (נישט פארמישען מיט ישו :evil: ] און איר גבול.
ומטינך קענען מיר טאקע זעהן אז די פשוטע מענטשען דארפען זיך טאקע פארלאזען אויף די חכמים. וואס קען איינער וואס איז נישט קיין פילוסוף פארשטיין אין דעי זאכען? אוודאי איז ער גערעכט זיך צו פארלאזען אויף זיינע חכמים, ניין?
דינסטאג מערץ 19, 2013 6:54 pm#98636
נוח שליט'ס משולש שטימט אפשר מיט שכל, אבער דער משולש פון קריסטן באשטייט דאך פון דריי אנדערע זאכן.
דיין ענטפער אויף מיין טענה וואלט געווען גערעכט ווען יעדער קריסט וואלט געזאגט, "דער משולש לויט ווי אזוי איך פארשטיי עס שטימט טאקע נישט, נאר מיין שכינות'דיגע קריסטליכער פילאזאף האט עפעס א מהלך אין משולש וואס לויט דעם קען עס אפשר יא שטימען". (דאס איז אויסער דעם וואס איך האלט אז ס'איז נישט דא קיין עכטער שכל'דיגער וועג צו ערקלערן דעם משולש).
דינסטאג מערץ 19, 2013 7:04 pm#98639
יאיר כ'מיין האסט גענומען צו ערנסט לעיקוואד'ס ווערטער איבער די הסתברות פון די קריסטליכע אמונה. לכאורה האט ער געמיינט סארקאסטיש, און זיין תירוץ פון צוויי בחינות איז אן עקיצה צו די וואס ניצן אזעלכע תירוצים ווען ס'קומט צו זייער אייגענער אגענדע.
דינסטאג מערץ 19, 2013 7:09 pm#98641
יידל, איך בין נישט אינגאנצן זיכער, לעיקוואוד אליין בכבודו ובעצמו וועט מוזן קומען מפרש זיין זיינע ווערטער. אבער בעצם ביסטו גערעכט אז איך האב בכלל נישט אויפגעפאסט די כונה פון לעיקוואוד'ס ווערטער:
אז מען פארשטייט וויאזוי מקען פארשוואנגען דורך גאט אליינס איז דער פשט צו ער הייסט א זון פון דיין טאטע אדער נישט פון די קליינע פרטים אויסצוגראדען.
דינסטאג מערץ 19, 2013 7:09 pm#98642
יאיר האט געשריבן:מוח, איך האב נאכנישט דרוכגעליינט דיין גאנצע דוגמא, אבער פאר דעם געלט קענסטו דאך שוין נוצן דעם פשוט'ן Gödel's incompleteness theorom וואס ווייזט אויף אז מאטעמאטיק קומט אן בהכרח אן צו א פוינט ווי סיי וועלכע ענטפער וועט זיך סותר זיין מיט זיך אליין. די שאלה איז צו דאס איז מוכיח אז מיר מוזן אנצייגן אויף עפעס טיפער'ס ווי לאגיק, אדער מיר קענען בלייבן דערביי און זאגן אז אין הכי נמי, די וועלט איז טאקע אינקאמפליט. איך וועל אויס די ערשטע אפציע.

איך האב נישט געזאגט אינקאמפליט. איך האב געזאגט זעלבסט מארד. שכל זאגט קלאר אז איך בין נאר א שפיל. i'm not for real. איך בין נישט די עכטע מציאות. איך בין א פארטייטשעכטס וואס איז גוט אויף ווילאנג מען פרעגט נישט צו טיף. וואס איז אזוי שווער דערמיט?
איידער דו זאגסט מיר אנדערע משלים מיט נמשלים, ביטע אדרעסיר דאס וואס איך האב יא געשריבען.
א - קען זיין יציור אז שכל זאל מאכען זעלבסט מארד? דורך ווייזען אז זי שטימט נישט מיט זיך אליין?
ב- אויב זאל דאס שכל טון, מיט וואס בלייבט מען? קען מען דאן זאגען אז די נאהנסטע ווערטער מסביר צו זיין דאס, איז 'אין סוף' און 'בלי גבול'?
ג - די ווארט 'גאט' איז נישט מער ווי א נאמען פאר אט די מושגים פון 'אין סוף' און 'בלי גבול'?
דינסטאג מערץ 19, 2013 7:28 pm#98645
בקיצור נמרץ.
"אינסוף", איז שוין אליינס א קאנצעפט, וממילא העלפט עס אונז גארנישט זיך ארויסצושמוגלען פון אונזערע קאנסעפטן. [אויזער אויב וועסטו טייטשען אינסוף בלויז ע"ד השלילה כלומר אויף דאס וואס איך וייס נישט אז איך וייס נישט. אבער דאן איז דאס שוין זייער ווייט פון א מציאות וואס מקען רופען גאט, עס איז אפשר עמנואל לוינס'ס גאט. מקען דאס רופען א גאט פון קטנות האדם אן גדלות הבורא (קרדיט: רא"מ)].

אויב איז שכל נישט גילטיג, בלייבן מיר מיט גארנישט. לויט קאנט למשל איז שכל יא גילטיג, נאר עס איז גילטיג נאר אויף די וועלט פון אירע קאטאגאריעס וואס דאס איז א אמתער וועלט לויט עם און איז דער תנאי פון אונזערע ידיעה. סך הכל האלט ער אז מקען נישט פון דעם ארויסדרינגען עפעס מער וואס איז נישט א חלק פון דער וועלט, ממילא מאכט ער בכלל נישט קיין זעלבסטמארד ער מאכט נאר קלאר דער גבול פון שכל. און ממילא קומט נישט ארויס דיין טענה בכלל.

לגבי קריסטנטום, האב איך געמיינט האלב סארקאסטיש האלב ערנסט [בכלל, כפי שגילה ידידנו מוח שליט, איז דער קאנסעפט פון ערנסטקייט תלוי אין דער קאנסעפט פון היפכו וואס איז סארקאסטיש, וממילא איז איינער א חלק פון דער צוייטער, אויזער אויב איז דא עפעס א דריטער רוח הקודש וואס איז זיי מקשר ומאחד]. דאס וואס איך מיין יא אינגאנצן ערנסט איז אז מקען נישט מזלזל זיין אין א דריטל מענטשהייט מיט אזוינע סארט טענות. רוב מענטשען טראכטען טאקע נישט צו גאט איז איינס אדער דריי, [זיי האבען וויכטיגירע זאכען צו טראכטען..] און אז זיי גלייבען גלייבן זיי בעיקר אין דער עצם מציאות פון א גאט און אין דער תוכן וואס זייער אמונה ברענגט אריין אין זייער לעבן. וואס דאס איז אלץ גלייכע זאכען. די פרטים פון תאלוגיה לאז פאר תאלוגים און פילוסופים עוסק צו זיין, נישט דאס איז מעסיק רוב מאמינים וממילא ווערן זיי נישט נאריש אדער אפגעפרעגט פארן גלייבען וואס זיי גלייבען. פארשטייט זיך נאך אלס איז אונזער רעליגיע גארנישט קיין סאך מער מסתבר אדער ראציאנאליש, פאר יעדער מגוחכ'דיגער זאך וואס דו טרעפסט אין נצרות קען מען טרעפן כנגדו אין יידושקייט. סנישט קיין חכמה אלעמאל אנצוכאפן יענעמ'ס שוואכקייטן און דיינע שטארקייטן.
צוויי בחינות איז אפשר א תירץ מדארף נאר זיין גרייט צו גיין מיט דעם ביז'ן סוף, וואס דאס איז בעצם אינסוף, וייל מיט אזוינע תורות קען מען פארענטפערן יעדער שטות אין דער וועלט [וכמאמר החכם: מה בין נגלה ונסתר? שע"פ נגלה אפשר להצדיק כל עבירה, יתר עליו הנסתר שאפשר להצדיק בו גם כל שטות]. אויב ניצט מען דאס נאר ווען סלוינט איז מען סתם נישט קיין גלייכער מענטש.
דינסטאג מערץ 19, 2013 7:30 pm#98646
יאיר האט געשריבן:יידל, איך בין נישט אינגאנצן זיכער, לעיקוואוד אליין בכבודו ובעצמו וועט מוזן קומען מפרש זיין זיינע ווערטער. אבער בעצם ביסטו גערעכט אז איך האב בכלל נישט אויפגעפאסט די כונה פון לעיקוואוד'ס ווערטער:
אז מען פארשטייט וויאזוי מקען פארשוואנגען דורך גאט אליינס איז דער פשט צו ער הייסט א זון פון דיין טאטע אדער נישט פון די קליינע פרטים אויסצוגראדען.
איך בעט דיך זייער. וואס איז אזוי שווער פאר גאט צו פארשוואנגערען. אלעס קען ער טוהן, נאר פונקט פארשוואנגערען, וואס דו קענסט אויך טוהן, דאס קען ער נישט, ביטע?
אוודאי די היסטארישע חלק פון זייער רעליגע איז בכלל נישט מוכרח, אמיתיות אויף היסטאריע האט דעמאלט געהאט אן אנדער דערהער. עפעס ווי מען דערציילט היינט מעשיות אויף חסידישע רבי'ס וואס אפי' ביי די דערציילערס זעלבסט איז מען נאר אן "אפיקורס" ל"ע, אויב מען גלייבט נישט אז עס האט געקענט געשעהן. מען דארף בכלל נישט אהנעמען אז עס איז טאקע געשעהן. אבער די פילוזפיע שבו קען אפשר זיין ריכטיג.
און נאך איידער די אלע איינגעמיירעכטץ למיניהם וועלען מיך באפאלען וועל איך עס צושטעלען צו איסלם. אז דער רמב"ם האט נישט געהאט קיין פראבלעם צו זאגען אז זייער גלויבען כשלעצמו איז אויסגעהאלטען [עכ"פ בנוגע אחדות]. יעצט קען הרב איינגעמיירעט ברענגען א גאנצע ליסטע פוסקים און מהר"ל'ס מיט כ'ווייס וואס נאך, וואס איך דארף אלץ צו לערנען פאר'ן זאגען א ווארט. נו יאלא..
דינסטאג מערץ 19, 2013 7:34 pm#98647
מוח שליט האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:מוח, איך האב נאכנישט דרוכגעליינט דיין גאנצע דוגמא, אבער פאר דעם געלט קענסטו דאך שוין נוצן דעם פשוט'ן Gödel's incompleteness theorom וואס ווייזט אויף אז מאטעמאטיק קומט אן בהכרח אן צו א פוינט ווי סיי וועלכע ענטפער וועט זיך סותר זיין מיט זיך אליין. די שאלה איז צו דאס איז מוכיח אז מיר מוזן אנצייגן אויף עפעס טיפער'ס ווי לאגיק, אדער מיר קענען בלייבן דערביי און זאגן אז אין הכי נמי, די וועלט איז טאקע אינקאמפליט. איך וועל אויס די ערשטע אפציע.

איך האב נישט געזאגט אינקאמפליט. איך האב געזאגט זעלבסט מארד. שכל זאגט קלאר אז איך בין נאר א שפיל. i'm not for real. איך בין נישט די עכטע מציאות. איך בין א פארטייטשעכטס וואס איז גוט אויף ווילאנג מען פרעגט נישט צו טיף. וואס איז אזוי שווער דערמיט?
איידער דו זאגסט מיר אנדערע משלים מיט נמשלים, ביטע אדרעסיר דאס וואס איך האב יא געשריבען.
א - קען זיין יציור אז שכל זאל מאכען זעלבסט מארד? דורך ווייזען אז זי שטימט נישט מיט זיך אליין?
ב- אויב זאל דאס שכל טון, מיט וואס בלייבט מען? קען מען דאן זאגען אז די נאהנסטע ווערטער מסביר צו זיין דאס, איז 'אין סוף' און 'בלי גבול'?
ג - די ווארט 'גאט' איז נישט מער ווי א נאמען פאר אט די מושגים פון 'אין סוף' און 'בלי גבול'?
מוח, דו רירסט אן דקות'דיגע נקודות אין וואס איך האב שוין נישט עוסק געווען א שטיק צייט. לאמיר פרובירן זיך צו אויפפרישן דעם זכרון.
א- איך מיין אז מיר קענען גרינג אויפווייזן אז מאטעמאטיק איז נישט די absolute underlying principle פון די אוניווערס, סיי דורך גאדעל'ס טעאראם וואס ווייזט אז ביי א געוויסע פוינט איז מאטעמאטיק זיך סותר מיט זיך אליין, און סיי דורך אויפווייזן אז ס'איז דא זאכן וואס קענען נישט ווערן מוסבר דורך מאטעמאטיק. דאס מיינט, אין אנדערע ווערטער, אז לאגיק איז נאר א געצייג.
ב - א גוטע קשיא, און איך וועל נישט נעמען די העזה צו זאגן אז איך ווייס דעם ענטפער.
ג - ווענדט זיך ביי וועמען. ס'איז דא מענטשן וואס דינען אן עבודה זרה וואס רופט זיך 'גאט', ס'דא מענטשן ביי וועמען גאט איז טאקע אבסטראקט און מיינט נאר 'אין סוף', ס'איז דא מענטשן וואס ביי זיי איז גאט א מציאות וואס איינע פון אירע תכונות (נישט עכטע תכונות, פארשטייט זיך) איז אז עס איז אין סוף.

לגבי דיין משל, דאס גרעניצט זיך מיט טיפע פילאזאפישע מושגים. כדי עס זאל שטימען דארפן מיר קודם אננעמען די פלאטאניק שיטה אז קאנצעפטן עקזיסטירן, נאכדעם דארפן מיר אננעמען די פארמאנייד שיטה אז ווען מען רעדט פון 'יא' רעדט מען בהחלט אויך פון 'ניין'. ביידע פון זיי זענען מיר נישט אינגאנצן צום הארצן, די צווייטע אסאך ווייניגער ווי די ערשטע. איך מיין אז אויב דו ווילסט נעמען דיין משל ביז צום סוף וועסטו אנקומען צום סוף צו א גענצליכע parmonide view אויף די וועלט, עפעס וואס דו ווילסט זיכער פארמיידן. להוי ידוע אז איך שרייב פון אויבנאויף, און מעגליך אז איך רעד הוילע שטותים.
דינסטאג מערץ 19, 2013 7:36 pm#98648
איך בעט דיך זייער. וואס איז אזוי שווער פאר גאט צו פארשוואנגערען. אלעס קען ער טוהן, נאר פונקט פארשוואנגערען, וואס דו קענסט אויך טוהן, דאס קען ער נישט, ביטע?

גאט קען נישט פארשוואנגערן. ער קען אויך נישט ווערן אויפגערעגט. ער קען אפילו נישט רעדן.
דינסטאג מערץ 19, 2013 7:36 pm#98649
איז וואס קען ער שוין יא טון אז מדארף אזוי מורא האבען פון עם?

(ערנסט, ממילא אויף דער אריגענעלער יידיש-קריסטליכער גאט, וואס קען רעדן, שרייען, זיך אויפרעגן, ליב האבען, פיינט האבען, זיך מתפייס זיין, וכו', ככתוב בתורת משה, איז אפשר קען ער אויך פארשוואנגען. אבער מוח שליט'ס גאט ואוס איז נישט מער ווי דער סוף פון מענטשליכע מושגים, וואס איז שייך אזעלכע טענות?
און אויב פארשטייסטו שוין אז דעמאלטס האט היסטאריע נישט געמיינט כפשוטו, זאג מיר נאר וויאזוי ביסטו מכוון עבדים היינו לפרעה במצרים ויוציאנו ה"א משם בעשר מכות וקרי"ס וכו', דאס איז דען נישט געשריבען געווארען אין די זעלבע תקופה, אדער נאך פריער?)
דינסטאג מערץ 19, 2013 7:45 pm#98654
לגבי קריסטנטום, האב איך געמיינט האלב סארקאסטיש האלב ערנסט [בכלל, כפי שגילה ידידנו מוח שליט, איז דער קאנסעפט פון ערנסטקייט תלוי אין דער קאנסעפט פון היפכו וואס איז סארקאסטיש, וממילא איז איינער א חלק פון דער צוייטער, אויזער אויב איז דא עפעס א דריטער רוח הקודש וואס איז זיי מקשר ומאחד]. דאס וואס איך מיין יא אינגאנצן ערנסט איז אז מקען נישט מזלזל זיין אין א דריטל מענטשהייט מיט אזוינע סארט טענות. רוב מענטשען טראכטען טאקע נישט צו גאט איז איינס אדער דריי, [זיי האבען וויכטיגירע זאכען צו טראכטען..] און אז זיי גלייבען גלייבן זיי בעיקר אין דער עצם מציאות פון א גאט און אין דער תוכן וואס זייער אמונה ברענגט אריין אין זייער לעבן. וואס דאס איז אלץ גלייכע זאכען. די פרטים פון תאלוגיה לאז פאר תאלוגים און פילוסופים עוסק צו זיין, נישט דאס איז מעסיק רוב מאמינים וממילא ווערן זיי נישט נאריש אדער אפגעפרעגט פארן גלייבען וואס זיי גלייבען. פארשטייט זיך נאך אלס איז אונזער רעליגיע גארנישט קיין סאך מער מסתבר אדער ראציאנאליש, פאר יעדער מגוחכ'דיגער זאך וואס דו טרעפסט אין נצרות קען מען טרעפן כנגדו אין יידושקייט. סנישט קיין חכמה אלעמאל אנצוכאפן יענעמ'ס שוואכקייטן און דיינע שטארקייטן.

איך מיין אז דו האסט נישט ארויס מיין פוינט. איך בין בכלל נישט מגנה איינעם וואס גלייבט אן אומשכל'דיגע זאך. פונקט פארקערט, אמונה איז איינגעבוירן אין יעדן פון אונז, אריינגערעכנט איך און דו, און רוב פון אונזערע אמונות גרעניצט זיך מיט אומ'שכל'דיגקייט. די שאלה איז נאר צו וויפיל דעגרי מען נעמט עס. איינגעמיירעט האט עס גענומען צו אזא דעגרי אז איך ווייס נישט אויב מען קען נאך גיין ווייטער, ווייל אויף יעדע דריטע זאך קענסטו זאגן אז ס'איז געטליך ממילא איז לאגיק נישט שייך דערביי. אגב, איך האב אנגעכאפט יענעמ'ס שוואכקייטן ווייל איך געפין זיך אויף קאווע שטיבל.
צוויי בחינות איז אפשר א תירץ מדארף נאר זיין גרייט צו גיין מיט דעם ביז'ן סוף, וואס דאס איז בעצם אינסוף, וייל מיט אזוינע תורות קען מען פארענטפערן יעדער שטות אין דער וועלט [וכמאמר החכם: מה בין נגלה ונסתר? שע"פ נגלה אפשר להצדיק כל עבירה, יתר עליו הנסתר שאפשר להצדיק בו גם כל שטות]. אויב ניצט מען דאס נאר ווען סלוינט איז מען סתם נישט קיין גלייכער מענטש.

בקיצור, מען סוספענדירט דעם שכל, גענוי דאס וואס איינגעמיירעט וויל טון מיט אונז, און דאס וואס רוב נארמאלע מענטשן טוען צו א געוויסע דעגרי.
דינסטאג מערץ 19, 2013 7:56 pm#98658
בחינות איז לאו דווקא סוספענדירט דער שכל, עס הייסט נאר מפרש זיין יעדער זאך מעטאפאריש ווייזענדיג אויף געוויסע רעיונות נישט כפשוטו. דאס איז נישט אנטי שכל דער פראבלעם דערפון איז נאר אז מקען פון דעם גארנישט מוכיח זיין ווייל אלעס מיינט אלעס און גארנישט מיינט גארנישט. אויף דרוש/רמז איז עס גאר גוט.
דינסטאג מערץ 19, 2013 7:57 pm#98660
לעיקוואד האט געשריבן:בקיצור נמרץ.
"אינסוף", איז שוין אליינס א קאנצעפט, וממילא העלפט עס אונז גארנישט זיך ארויסצושמוגלען פון אונזערע קאנסעפטן. [אויזער אויב וועסטו טייטשען אינסוף בלויז ע"ד השלילה כלומר אויף דאס וואס איך וייס נישט אז איך וייס נישט. אבער דאן איז דאס שוין זייער ווייט פון א מציאות וואס מקען רופען גאט, עס איז אפשר עמנואל לוינס'ס גאט. מקען דאס רופען א גאט פון קטנות האדם אן גדלות הבורא (קרדיט: רא"מ)].
איך בין דוקא יא מסכים אויף א דרך השלילי לגמרי. איך פרעג אויב שכל באגייט יא זעלבסטמארד, וואס איז דעמאלט?.
יעדעס מאל ווען איינער וויל זאגען אן הנחה וואס נאכ'ן אריינטראכטען זעהט מען אז עס איז זיך סותר מיניה ביה. דאן קריכען מיר ארויס פון די הנחה און געענדיגט. איך פרעג לו יציור אז שכל כשלעצמו באווייזט זיך צו זיין א אוממעגליכקייט אנצוהאלטען ביזען סוף, לו יציור אז עס באווייזט זיך סותרדיג מיניה וביה, דארפען מיר ארויסקריכען פון איר. אזוי ווי אויבען ערווענט אפשר קען מען בלייבען מיט איר אלץ א נוצבארע tool, אבער מיר דארפען געדענקען נישט איר געבן דאס לעצטע ווארט. מיר וועלן דעמאלט געדענקען אז די בריאה לויט דעפיניציע/הגדרות/הגבלות, איז נישט די מציאות, עס איז נאר א וועג ווי מיר קענען אפערעיטען גרינג אונזער טעגליכע לעבן.
לעיקוואד האט געשריבן:אויב איז שכל נישט גילטיג, בלייבן מיר מיט גארנישט. לויט קאנט למשל איז שכל יא גילטיג, נאר עס איז גילטיג נאר אויף די וועלט פון אירע קאטאגאריעס וואס דאס איז א אמתער וועלט לויט עם און איז דער תנאי פון אונזערע ידיעה. סך הכל האלט ער אז מקען נישט פון דעם ארויסדרינגען עפעס מער וואס איז נישט א חלק פון דער וועלט, ממילא מאכט ער בכלל נישט קיין זעלבסטמארד ער מאכט נאר קלאר דער גבול פון שכל. און ממילא קומט נישט ארויס דיין טענה בכלל.
קאנט זאגט דאך אז מיר זעעהן די וועלט מיט אונזער built-in קאלירטע אויגען גלעזער. דאס איז דאך מיניה וביה געזאגט אז עס איז נישט די מציאות כשלעצמו. עס איז אונזער סוביעקטיווער פארטייטש פון בריאה. וואס איז פארטייטשט דוקא ווייל מיר האבען אהן קאלירטע זון גלעזער. דאס איז א פאטאלע אטאקע אויף די שליטה פון שכל, ניין? דאס זאגט אז שכל איז נאר אונזער tool. מציאות ווערט נישט צוקראצט ווייל מיר האבען אזא tool. עס איז פונקט אזוי ווי איינער וועט האבען built -in אין זיין סיסטעם צו עקספיריענסען גאנץ רעאליטי מיט חוש הריח. ער איז כשר גערעכט אז דאס איז זיין tool, אבער ער דארף מודה זיין אז דאס איז נישט די פארטייטש פון בריאה כשלעצמו. דהיינו די זאך פאר זיך אליין, די יקום פאר זיך אליין.

די נעקסטע שאלה וועט זיין אויב מיר זענען אריינגעבויעט מיט די אויגען גלעזער איז וואסארא פשט האט צו רעדען מצד די בריאה אהן דעם? אויף דעם פארשטיי איך אז אמת מיר קענען נאר פארטייטשען און דעפינירען וועלט מיט אט די ספעציפישע גלעזער, אבער עקספיריענסען וועלט אפשר קען מען אהן דעם? נאך אלעם זענען מיר אליין אויך א חלק פון די אביעקטיווער וועלט. מיר זענען דאך א חלק פון די וועלט וואס האט עפעס א קיום אפי' אהן אונזערע בריללען. ווערען מיר דען בטל ווען מיר האבען נישט אהן די בריללען? יא אפשר ווערען מיר בטל פון דאס וואס מיר פארטייטשען זיך אפ [דורך די בריללען אונזערע] אבער מיר זענען דאך מודה אז דאס איז נאר בריללען. אט דעם טיפעניש, איז וואס מען וויל ווען מען זאגט אז מיר זאלען זיין דבוק אין בלי גבול.
דינסטאג מערץ 19, 2013 7:57 pm#98661
יאיר האט געשריבן:
איך בעט דיך זייער. וואס איז אזוי שווער פאר גאט צו פארשוואנגערען. אלעס קען ער טוהן, נאר פונקט פארשוואנגערען, וואס דו קענסט אויך טוהן, דאס קען ער נישט, ביטע?

גאט קען נישט פארשוואנגערן. ער קען אויך נישט ווערן אויפגערעגט. ער קען אפילו נישט רעדן.

באשאפען א וועלט קען ער. אבער פארשוואנגערען קען ער נישט?
דינסטאג מערץ 19, 2013 8:00 pm#98663
מוח שליט האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
איך בעט דיך זייער. וואס איז אזוי שווער פאר גאט צו פארשוואנגערען. אלעס קען ער טוהן, נאר פונקט פארשוואנגערען, וואס דו קענסט אויך טוהן, דאס קען ער נישט, ביטע?

גאט קען נישט פארשוואנגערן. ער קען אויך נישט ווערן אויפגערעגט. ער קען אפילו נישט רעדן.

באשאפען א וועלט קען ער. אבער פארשוואנגערען קען ער נישט?

אפשר קען ער מאכן אז די וועלט זאל באשאפן ווערן. (אויך א גרויסער ספק אויף דיין אין סוף'דיגער גאט. אבער פערזענליך פארשוואנגערן א מיידל ווי איך און דיר? ס'איז דאך ממש ווי די אמאליגע עבודה זרות.
דינסטאג מערץ 19, 2013 8:02 pm#98664
לעיקוואד האט געשריבן:בחינות איז לאו דווקא סוספענדירט דער שכל, עס הייסט נאר מפרש זיין יעדער זאך מעטאפאריש ווייזענדיג אויף געוויסע רעיונות נישט כפשוטו. דאס איז נישט אנטי שכל דער פראבלעם דערפון איז נאר אז מקען פון דעם גארנישט מוכיח זיין ווייל אלעס מיינט אלעס און גארנישט מיינט גארנישט. אויף דרוש/רמז איז עס גאר גוט.

איז אויב איינער נוצט אזא נישט מוכיח'דיגע ענטפער אויף א שכל'דיגע פראגע וואס איז יא עפעס מוכיח, מיינט דאס נישט אז ער סוספענדירט דעם שכל?
דינסטאג מערץ 19, 2013 8:07 pm#98667
כאמור, אויב איז ער מודה אז בבחינה שכלית איז די קשיא ריכטיג און ממילא פארטייטשט ער די יסוד שלא כפשוטו, איז דאס שכלדיג. למשל אז שטייט אין תורה יד ה', האבען מיר א קשיא עס קען דאך נישט זיין, ענטפערט מען ער האט טאקע נישט און יד איז נאר א משל פאר עפעס א נקודה. דאס איז אינגאנצן שכלדיג. [כלומר עס קען שטומען און איז נישט מופרך, כמובן שיל"ע ווי מסתבר איז מוציא זיין מדי פשוטו וכו']. אויב, ווי עס איז דער שטייגער אסאך מאל, (וכמו שכתבתי כאן במ"א לגבי תשובת הפויבסט שעעל"ט בספרו על הקושיות הנזכרות למעלה) נוצט מען די תירוץ סתם צו פארדרייען די קאפ אן צוריקקומען פארענטפערן די שאלה, וייס איך נישט צו דאס איז סתם געארבעט אויף דער עולם אדער עפעס אנדערש. למשל מזאגט דער אייבישטער האט יא א האנט אבער עס איז נישט כפשוטו ער האט נישט קיין האנט וכו', איז דאס סתם מערפל געווען און זיך ארויסגעדרייט.
דינסטאג מערץ 19, 2013 8:07 pm#98668
יאיר האט געשריבן:
מוח שליט האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
איך בעט דיך זייער. וואס איז אזוי שווער פאר גאט צו פארשוואנגערען. אלעס קען ער טוהן, נאר פונקט פארשוואנגערען, וואס דו קענסט אויך טוהן, דאס קען ער נישט, ביטע?

גאט קען נישט פארשוואנגערן. ער קען אויך נישט ווערן אויפגערעגט. ער קען אפילו נישט רעדן.

באשאפען א וועלט קען ער. אבער פארשוואנגערען קען ער נישט?

אפשר קען ער מאכן אז די וועלט זאל באשאפן ווערן. (אויך א גרויסער ספק אויף דיין אין סוף'דיגער גאט. אבער פערזענליך פארשוואנגערן א מיידל ווי איך און דיר? ס'איז דאך ממש ווי די אמאליגע עבודה זרות.

נו ער מאכט אז זרע זאל באשאפען ווערען, יש מאין, און ער מאכט אז עס זאל אריינגיין און דעי פרוי. דאס איז די וועג וויאזוי גאט פארשוואנגערט [רח"ל מהאי דעתא]. האסט עפעס אויסצושטיין דערגעגען?
גראדע מיין גאט האט נישט די אלע לימיטעישאנס וואס דו לייגסט ארויף דא. מיין גאט קען טון אלעס וואס דו קענסט. הע זעהסטו איך האב א גרעסערע שטערקער העכערע גאט ווי דיר. שטעל דיך נאר פאר ווי סאך גרעסער מיין רבי איז פון דיין רבי. :lol:
בד"וו דו האסט עפעס א געפערליכע פחד פון די אמאליגע עבודה זרות. ווייס איין זאך אז מיין גאט איז אין סוף מיינט אז עס איז נישטא קיין כח וואס איז אינדערויסען פון אים. אויב יא האט ער דאך א סוף. נמצא אז גארנישט האלט אים אפ. נמצא אז ער קען אלעס. יא ער קען פארשוואנגערען א מיידל, אפי' מיט אן אימאקולירטע קאנסעפציע. אוודאי און אוודאי אלף פעמים, האט ער דאס ח"ו נישט געטוהן ווייל עס שטייט דאך עלמה נישט בתולה. אבער מען רעדט דאך למספרם ל"ע.
דינסטאג מערץ 19, 2013 8:11 pm#98671
פון אזא סארט פארשוואנגערונג קומט ארויס א מענטש, נישט א גאט.
איך האב אפילו נישט קיין רבי. :twisted:
דינסטאג מערץ 19, 2013 8:14 pm#98672
לעיקוואוד האט געשריבן:אויב, ווי עס איז דער שטייגער אסאך מאל, (וכמו שכתבתי כאן במ"א לגבי תשובת הפויבסט שעעל"ט בספרו על הקושיות הנזכרות למעלה) נוצט מען די תירוץ סתם צו פארדרייען די קאפ אן צוריקקומען פארענטפערן די שאלה, וייס איך נישט צו דאס איז סתם געארבעט אויף דער עולם אדער עפעס אנדערש. למשל מזאגט דער אייבישטער האט יא א האנט אבער עס איז נישט כפשוטו ער האט נישט קיין האנט וכו', איז דאס סתם מערפל געווען און זיך ארויסגעדרייט.

דער פויפסט ע"ה האט דען נישט איבער א ביליאן חסידים וואס גלייבן אין זיינע איינגעמיירעטע קאפ פארדרייעכצער? אפשר היינט, נאכ'ן ווערן אויסגעהייליגט, האט ער שוין מער נישט.
דינסטאג מערץ 19, 2013 8:16 pm#98673
מוח שליט האט געשריבן:בד"וו דו האסט עפעס א געפערליכע פחד פון די אמאליגע עבודה זרות. ווייס איין זאך אז מיין גאט איז אין סוף מיינט אז עס איז נישטא קיין כח וואס איז אינדערויסען פון אים. אויב יא האט ער דאך א סוף. נמצא אז גארנישט האלט אים אפ. נמצא אז ער קען אלעס. יא ער קען פארשוואנגערען א מיידל, אפי' מיט אן אימאקולירטע קאנסעפציע. אוודאי און אוודאי אלף פעמים, האט ער דאס ח"ו נישט געטוהן ווייל עס שטייט דאך עלמה נישט בתולה. אבער מען רעדט דאך למספרם ל"ע.

דיין גאט קען אויך באשאפן א רינדעכיגע טרייענגל?
דינסטאג מערץ 19, 2013 8:19 pm#98674
יאיר האט געשריבן:פון אזא סארט פארשוואנגערונג קומט ארויס א מענטש, נישט א גאט.
איך האב אפילו נישט קיין רבי. :twisted:
אזוי ווי Niels Bohr האט שוין געזאגט במתק לשונו. "אלבערט, הער שוין אויף צו זאגען פאר גאט וואס צו טוהן". [זה היה באותו מעמד ווען איינשטיין האט זיך צום וויפילטן מאל אויסגעדרוקט פתגמו הידוע אז גאט שפילט נישט קיין ביינדליך [dice] מיט די וועלט.]
דינסטאג מערץ 19, 2013 8:23 pm#98678
יאיר האט געשריבן:
מוח שליט האט געשריבן:בד"וו דו האסט עפעס א געפערליכע פחד פון די אמאליגע עבודה זרות. ווייס איין זאך אז מיין גאט איז אין סוף מיינט אז עס איז נישטא קיין כח וואס איז אינדערויסען פון אים. אויב יא האט ער דאך א סוף. נמצא אז גארנישט האלט אים אפ. נמצא אז ער קען אלעס. יא ער קען פארשוואנגערען א מיידל, אפי' מיט אן אימאקולירטע קאנסעפציע. אוודאי און אוודאי אלף פעמים, האט ער דאס ח"ו נישט געטוהן ווייל עס שטייט דאך עלמה נישט בתולה. אבער מען רעדט דאך למספרם ל"ע.

דיין גאט קען אויך באשאפן א רינדעכיגע טרייענגל?
ביטע עקספלעין בעסער וואס דו ווילסט ער זאל באשאפען. דו ווילסט ער זאל באשאפען /-0ם'ןק/]םןיע אדער =]09824טא,ש]דןםטומ?
אהא דו ווייסט נישט וואס די געשרייבעכטס מיינט? איך אויך נישט. אבער דו ווייסט אויך נישט וואס א רינדעכיגע טרייענגעל מיינט. עס איז סתם צאמגעקלאפט אותיות.
דארפסט מיר קודם זאגען וואס דו ווילסט ער זאל באשאפען, דערנאך וועלן מיר רעדן פון זיין יכולות דערויף.
דינסטאג מערץ 19, 2013 8:25 pm#98679
יאיר האט געשריבן:דער פויפסט ע"ה האט דען נישט איבער א ביליאן חסידים וואס גלייבן אין זיינע איינגעמיירעטע קאפ פארדרייעכצער? אפשר היינט, נאכ'ן ווערן אויסגעהייליגט, האט ער שוין מער נישט.

כמבואר, די חסידים רובם זענען נישט מעיין אין טעאלאגיע. ממילא איז נישט קיין ראיה פון דעם וואס דער פויבסט שרייבט נישט אויסגעהאלטענע תורות אז די חסידים זענעו נאריש. רוב מענטשען נעמען פון רעליגיע די תוכן און הדרכה וואס עס גיט, און אינטרעסירען זיך נישט פונקטליך וויפיל ספירות דער גאט האט אדער וואס איז די תירוץ פון עפעס א סתירה אין די כתבי הקודש. אויף אנדערע ווערטער. די ביליאן חסידים פון פויבסט איז נישט קיין הסכמה אויף די שלשידעס תורה זיינע פונקט ווי די צען טויזנט גערע חסידים איז נישט קיין הסכמה- אפילו מבחינתם- אויף די טיפקייט און אמתקייט פון גערער רבי'ס שלשידעס תורה. נישט פארדעם זענען זיי דארט.
דינסטאג מערץ 19, 2013 8:27 pm#98681

און דו ווילסט גאט זאל באשאפן א מענטש וואס איז אויך א דריטל פון גאט. ביטע עקספלעין וואס דאס מיינט.
דינסטאג מערץ 19, 2013 8:30 pm#98683

מיר רעדן צו ער קען פארשוואנגערען. לאמיר נישט אריינמישען דאס צו ער קען זיך מאנעפעסטירען בצורת גבול. צו ער קען זיין גבול און אויך בלי גבול. איינס אויף אמאל.
דינסטאג מערץ 19, 2013 8:33 pm#98684
לעיקוואד האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:דער פויפסט ע"ה האט דען נישט איבער א ביליאן חסידים וואס גלייבן אין זיינע איינגעמיירעטע קאפ פארדרייעכצער? אפשר היינט, נאכ'ן ווערן אויסגעהייליגט, האט ער שוין מער נישט.

כמבואר, די חסידים רובם זענען נישט מעיין אין טעאלאגיע. ממילא איז נישט קיין ראיה פון דעם וואס דער פויבסט שרייבט נישט אויסגעהאלטענע תורות אז די חסידים זענעו נאריש. רוב מענטשען נעמען פון רעליגיע די תוכן און הדרכה וואס עס גיט, און אינטרעסירען זיך נישט פונקטליך וויפיל ספירות דער גאט האט אדער וואס איז די תירוץ פון עפעס א סתירה אין די כתבי הקודש. אויף אנדערע ווערטער. די ביליאן חסידים פון פויבסט איז נישט קיין הסכמה אויף די שלשידעס תורה זיינע פונקט ווי די צען טויזנט גערע חסידים איז נישט קיין הסכמה- אפילו מבחינתם- אויף די טיפקייט און אמתקייט פון גערער רבי'ס שלשידעס תורה. נישט פארדעם זענען זיי דארט.

דער פויפסט איז דאך שוין דער קלוגער געלערנטער קריסט, און אויב ער האלט אזוי, איז אנצונעמען אז רוב פון זיינע חסידים וואלטן צוגעשטימט צו דעם ווען זיי וואלטן עס געזען. אזוי ווי רוב סאטמארע חסידים קענען נישט גרונטליך דעם ספר ויואל משה, אבער מ'קען אננעמען אז ווען זיי וואלטן עס דרוכגעלערנט וואלטן זיי מער ווייניגער צוגעשטימט צו זיינע רייד.
דינסטאג מערץ 19, 2013 8:34 pm#98686
מוח שליט האט געשריבן:מיר רעדן צו ער קען פארשוואנגערען. לאמיר נישט אריינמישען דאס צו ער קען זיך מאנעפעסטירען בצורת גבול. צו ער קען זיין גבול און אויך בלי גבול. איינס אויף אמאל.

נאכאמאל, איך האב נישט קיין פראבלעם מיט דעם אז גאט האט געמאכט אז ספערם זאל אריינגיין אין א פרוי אין זי זאל ווערן מעוברת, איך האב א פראבלעם מיט א ספערם וואס קומט פערזענליך פון גאט און איז אליין געטליך.
דינסטאג מערץ 19, 2013 8:42 pm#98692

שוין דאס איז נאר א sideshow. לאמיר נישט ווערן sidetracked. איך וויל נישט אנהייבען מיט קיין הסבירים אז אויב די זרע איז באשאפען געווארען בדרך נס, יש מאין, און איז אויסגעמישט מיט זרע יוסף דער סטאליער, דאן איז עס איז מתייחס צו ביידען. און אז אוודאי נישט אריינגיין אין קיין הסברים אז אט דער פעולה פון בריאת זרע יש מאין, האט גורם געווען אז די געטליכקייט און בלי גבולקייט וואס איז דא אין אלעם, זאל זיך מער נתגלה ווערן און דעם רך הנולד.
דו ווייסט דאך די מעשה מיט'ן פרייען איד וואס א גלח האט אים געוואלט איבערצייגען דעם אמת פון ישו הנוצרי. האט ער געענטפערט, ר' גלח טייערער, איך האב נאך פראבלעמען מיט'ן טאטען, איך האלט נאך נישט ביים זון. :)
דינסטאג מערץ 19, 2013 8:52 pm#98698
גאנץ א פיינע המצאה, מוח. איך קלער אז ס'קען זיין אזא זה וזה גורם ביזנעס, בבחינת אין סוף וואס איז נצטמצם געווארן. ודין רזא דלא מתגליא אלא לחד בר חד עד לישו ורעיתו מערי מגדולוניא.
דאנערשטאג אפריל 04, 2013 1:50 pm#101278
ממרום שלח אש האט געשריבן:יאיר, די מעשה פון סאלעמענדער קען מען גרינג פארענטפערן כדלהלן

אין ספר הברית זאגט ער אז א חלק פון די מעשיות אין חז"ל איז נישט מקובל, און ס'איז נישט אמת, סאיז בלויז שיין אראפגעלייגט די מעשה, אז ס'וואלט געקענט אזוי זיין, אדער אז סאיז זייער מעגליך אז די מעשה האט אויסגעקוקט בערך אזוי.

(הערת ממרום שלח אש: נראה לי, ס'איז זייער דומה צו סיני מאלעוויצקיס הערליכע שילדערונגען איבער שמחת בית השואבה, עליה לרגל וכו. אין "דער איד", ער מיינט נישט קיינעם איינצורעדן אז אזוי איז עס פונקטליך געווען, און דאך איז עס זייער אינטערעסאנט)

ס'איז מסתמא דא א נאמען דערפאר, צווישן א דאקומענטארי און א נאוועלע, זאלן די חכמי אומות העולם דא עס קאטעגאריעזירן.

תמצית שיטתו לפענ"דו: סאיז נישט אמת, און חז"ל האבן בכלל נישט פלאנירט אז דו זאלסט אזוי מיינען, כאטש זיי האבן נישט אפן געזאגט אזוי, ווייל סאיז געווען ביי זיי א דבר פשוט.

ממילא די סאלעמענדער מעשה האבן זיי מטעים געווען לויט זייער פארשטאנד, אנשטאט צו זאגן אז עס האט פאסירט א נס, האבן זיי עס אנגעלייגט אויף א מעגליכע טבעיותדיגע (כפי הבנתם אז) פאקטאר.

קען איינער מיך זאגען ווי אין ספר הברית שטייט אז א חלק מעשיות זענען נישט אמת, איך מיין אז אזא זאך מוז מען קענען צוברענגען א פונקטלעכע מקור
מאנטאג אפריל 08, 2013 7:53 pm#102638
קען מיר איינער אפשר מסביר זיין די כונה פון תחכמוני מיט'ן עפענען דעם אשכול? וויל ער סתם טראכטן אוט אוו די באקס? וואס שטערט איהם אז דער אלגעמיינער עולם טראכט אז חז"ל האבן אלעס געוואוסט? איך מיין אז איינס פון די צוויי, אדער וויל ער פשוט מבלבל זיין דעם עולם, אריינברענגען ספיקות, (ד. ה. אויב חז"ל זענען געווען wrong איז ווער זאגט אז צו דרש'נען האבן זיי יא פארשטאנען? אפשר איז אונזערע הלכות פון תושבע"פ נישט עכט מחייב אאז"וו), אדער האט ער פשוט טענות אויף אונזער חרדישער סיסטעם וואס לאזט נישט טראכטן, טא אויב אזוי וואס הייבסטו אן מיט די אמונות טפילות? וואס ארט דיך? ס'איז דאך נישט קיין כפירה צו האלטן אז זיי האבן יא אלעס געוואוסט? ענדערש הייב אן מיט זאכן וואס - מחמת דעם וואס מיר טראכטן נישט - האבן מיר נישט ריכטיג ארויס און מחמת דעם האבן מיר נישט די ריכטיגע אמונה און מיר גלייבן נישט און דעם וואס מיר ברויכן יא צו גלייבן, וואס דאס איז דער גרעסערע חלק פונעם פראבלעם, ווייל דער אמת איז: וויפיל פון אונזער קרייז קען מען שטעלן אויף א שטרענגע פארהער איבערן ריכטיגן אפטייטש פון די י"ג עיקרי אמונה? וויפיל פון אונז קענען מסביר זיין פארוואס פונקטליך מיר גלייבן אין וואס מיר גלייבן? ליידער זייער ווייניג פון אונז זענען מסוגל דערצו.
מאנטאג אפריל 08, 2013 8:12 pm#102648
אפשר איז דער פארבארגענער ציל פון תחכמוני צו שעירן זיינע ידיעות מיט אונז און אונז מאכן קלוגער, אזוי ווי יעדער איינער פון די סאציאלע בעלי חיים וואס קומען אויף קאווע שטיבל טוט?
מאנטאג אפריל 08, 2013 8:16 pm#102649
יאיר האט געשריבן:אפשר איז דער פארבארגענער ציל פון תחכמוני צו שעירן זיינע ידיעות מיט אונז און אונז מאכן קלוגער, אזוי ווי יעדער איינער פון די סאציאלע בעלי חיים וואס קומען אויף קאווע שטיבל טוט?

איך מיין אז דאס איז נכלל אין מיין צווייטן צד, טא פארוואס הייבט ער אן פון דארט?, (אגב: צעב"ח גייט אויך אן ביי ווירטואלע בע"ח?)
מאנטאג אפריל 08, 2013 8:49 pm#102660
ריכטיג האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אפשר איז דער פארבארגענער ציל פון תחכמוני צו שעירן זיינע ידיעות מיט אונז און אונז מאכן קלוגער, אזוי ווי יעדער איינער פון די סאציאלע בעלי חיים וואס קומען אויף קאווע שטיבל טוט?

איך מיין אז דאס איז נכלל אין מיין צווייטן צד, טא פארוואס הייבט ער אן פון דארט?, (אגב: צעב"ח גייט אויך אן ביי ווירטואלע בע"ח?)

ווער זאגט אז ער האט דא א גאנצע סיסטעם פון אנהייבן און ענדיגן, אפשר האט ער פשוט גוט דורכגעטון די ספעציפישע נושא און ער וויל עס שעירן מיט'ן עולם? אגב, סייענטיסטן זאגן אז אונטער יעדער ווירטואלער בעל חי באהאלט זיך ווייניגסטנס איין לעבעדיגער.
מאנטאג אפריל 08, 2013 8:56 pm#102664
ריכטיג פארוואס די רבי זאגט זיי שלשידעת תורה האסטו שוין דורך געטאן?
סגעפעלט מיר ווי ווען סקומט צי געוויסע נושאים וואס מענטשן גלייכן נישט צי הערן ווערט מען א גאנצע פילוסוף?
מנעמט זיך פרעגן שאלות.
אלע מאמרים וואס חז''ל האבן אונדז פארציילט וויייסטו פארוואס זיי האבן דאס געשערט מיטן עולם?

כהאב געשערט אן אט אף דע באקס מחשבה מיט א חבר אמאל, נעמט ער זיך גלייך פרעגן שאלות ,אפשר ביסט דיך טועה, קענסט דען זיין זיכער. כהאב עם געוואלט פרעגן ,זאג אויף די אלע מעשיות און סגילות האסטו אויך געפרעגט אזויפיל שאלות, אדער דארט קויפסט וואס מזאגט?
דינסטאג אפריל 09, 2013 2:32 pm#102945
כ'דינג מיך טאקע אויף די שאלעשידעס תורה און אויף די סגולות אויך, און אויף די מלמדים אין חדר און מגי"ש אין ישיבה וואס היפן איבער וויכטיגע נקודות וואס מ'ברויך צו וויסן, אויף חז"ל שטעל איך מיר פאר אז דאס איז געשריבן געווארן מיט די הנחה אז דער עולם ווייסט שוין וואס מ'ברויך צו וויסן, משא"כ דא אין ק"ש איז דאך קלאר דא אסאך מאל טפשות'דיגע סעיטמענטס וואס ווייזט קלאר וואו דער עולם האלט. ס'איז נישט אז איך גלייך עס נישט צו הערן, כ'זאג נאר אז אפילו ער איז גערעכט הייבט ער אן ביי ת' בעפאר דער עולם איז באהאווענט אין א', אדער ביי םןץף"ך בעפאר מנצפ"כ.
@יאיר פארוואס פארלאנגען געוויסע סייטס ובראשם מורינו ר' גוגל שליט"א צו פעסטשטעלן אז איך בין נישט קיין ראבאט?
דינסטאג אפריל 09, 2013 9:40 pm#103078
דאס איז צוליב דעם וואס זיי האבן נישט געליינט מיינע תגובות אין די "ווער בין איך" אשכול.
דינסטאג אפריל 09, 2013 9:45 pm#103080
ריכטיג, זאג דו, וואס איז דער א' פון וואו מ'דארף אנהייבן?
מיטוואך אפריל 10, 2013 1:21 pm#103285
יידל האט געשריבן:ריכטיג, זאג דו, וואס איז דער א' פון וואו מ'דארף אנהייבן?

ריכטיג האט געשריבן:ענדערש הייב אן מיט זאכן וואס - מחמת דעם וואס מיר טראכטן נישט - האבן מיר נישט ריכטיג ארויס און מחמת דעם האבן מיר נישט די ריכטיגע אמונה און מיר גלייבן נישט און דעם וואס מיר ברויכן יא צו גלייבן, וואס דאס איז דער גרעסערע חלק פונעם פראבלעם, ווייל דער אמת איז: וויפיל פון אונזער קרייז קען מען שטעלן אויף א שטרענגע פארהער איבערן ריכטיגן אפטייטש פון די י"ג עיקרי אמונה? וויפיל פון אונז קענען מסביר זיין פארוואס פונקטליך מיר גלייבן אין וואס מיר גלייבן? ליידער זייער ווייניג פון אונז זענען מסוגל דערצו.
מיטוואך אפריל 10, 2013 1:33 pm#103292
געווען דא אמאל א ניק מיטן נאמען שיטה מקובצת, ער האט געעפנט אן אשכול מיטן קעפל "וואס איז די ווייניגסטע וואס כ'דארף גלייבן?". אלזא, די פאזעטיווע חלק, וואס מ'דארף יא גלייבן, האט שוין א מקום וואו ס'ווארט צו ווערן אויסגעשמועסט.

עכ"פ, איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס איז דיין פראגע אויף תחכמוני, אבער כללו של דבר, אין אדם לומד אלא במקום שלבו חפץ.
מיטוואך אפריל 10, 2013 1:34 pm#103293
נולד מאוחר האט געשריבן:סגעפעלט מיר ווי ווען סקומט צי געוויסע נושאים וואס מענטשן גלייכן נישט צי הערן ווערט מען א גאנצע פילוסוף?
מנעמט זיך פרעגן שאלות.
כהאב געשערט אן אט אף דע באקס מחשבה מיט א חבר אמאל, נעמט ער זיך גלייך פרעגן שאלות ,אפשר ביסט דיך טועה, קענסט דען זיין זיכער. כהאב עם געוואלט פרעגן ,זאג אויף די אלע מעשיות און סגילות האסטו אויך געפרעגט אזויפיל שאלות, אדער דארט קויפסט וואס מזאגט?

עס גייט ביידע וועגן, די וואס טראכטן אוט אוו די באקס אלעמאל זענען אויכעט נישט באקוועם ווען איינער איז מסביר די אנגענומענער מיינונג אויף א ראציאנאלן אופן, אביישפיל האסטו פון מיר, איך האב אין דעם אשכול געפרעגט א שאלה פון יעדע זייט, לענ"ד זענען די שאלות אייניג שטארק, אבער דאך אויף די שאלה וואס איך האב געפרעגט אויפן קאנסערוויטיווע זייט האב איך זוכה געווען צו א לייק משא"כ אויף די שאלה וואס איך האב געפרעגט אויפן ליבעראלן זייט האב איך נישט זוכה געווען, ודו"ק.
מיטוואך אפריל 10, 2013 2:06 pm#103317
זעט אויס אז לענ"ד המלקק (דער לייקער) איז דאס ערשטע תגובה געווען שטערקער ווי די צווייטע, ווי מ'זעט טאקע אז אויפן צווייטן תגובה פרעגט ער תיכף ומיד.
מיטוואך אפריל 10, 2013 3:34 pm#103380
ריכטיג האט געשריבן:קען מיר איינער אפשר מסביר זיין די כונה פון תחכמוני מיט'ן עפענען דעם אשכול? וויל ער סתם טראכטן אוט אוו די באקס? וואס שטערט איהם אז דער אלגעמיינער עולם טראכט אז חז"ל האבן אלעס געוואוסט? איך מיין אז איינס פון די צוויי, אדער וויל ער פשוט מבלבל זיין דעם עולם, אריינברענגען ספיקות, (ד. ה. אויב חז"ל זענען געווען wrong איז ווער זאגט אז צו דרש'נען האבן זיי יא פארשטאנען? אפשר איז אונזערע הלכות פון תושבע"פ נישט עכט מחייב אאז"וו), אדער האט ער פשוט טענות אויף אונזער חרדישער סיסטעם וואס לאזט נישט טראכטן, טא אויב אזוי וואס הייבסטו אן מיט די אמונות טפילות? וואס ארט דיך? ס'איז דאך נישט קיין כפירה צו האלטן אז זיי האבן יא אלעס געוואוסט? ענדערש הייב אן מיט זאכן וואס - מחמת דעם וואס מיר טראכטן נישט - האבן מיר נישט ריכטיג ארויס און מחמת דעם האבן מיר נישט די ריכטיגע אמונה און מיר גלייבן נישט און דעם וואס מיר ברויכן יא צו גלייבן, וואס דאס איז דער גרעסערע חלק פונעם פראבלעם, ווייל דער אמת איז: וויפיל פון אונזער קרייז קען מען שטעלן אויף א שטרענגע פארהער איבערן ריכטיגן אפטייטש פון די י"ג עיקרי אמונה? וויפיל פון אונז קענען מסביר זיין פארוואס פונקטליך מיר גלייבן אין וואס מיר גלייבן? ליידער זייער ווייניג פון אונז זענען מסוגל דערצו.

מיין גאנצע כוונה איז נאר געווען צו געבן פאר דער וואס איז נייגעריג צו טראכטן און ער ווייסט נאר נישט ווי אנצוהייבן א שטיקל הקדמה אין די ענינים. עס שטערט מיר נישט אז עס זענען דא מענטשען וואס ווילן נישט טראכטן (איך דריי זיך א גאנצן טאג מיט די חברה). מיין ארטיקל איז דייטליך נאר געשטעלט פאר איינער וואס וויל יא טראכטן. אויב איז אבער דא איינער וואס וויל זיך איזולורן אין זיין ווינקל און פארשטאפן די אויערן, דאן געב איך אים רשות נישט צו ליינען די ארטיקל. איך וועל ציטירן די רמב"ם אין זיין פתיחה צו מורה נבוכים:

ואִילו המבולבלים אשר מוחותיהם לוכלכו בדעות שאינן נכונות ובדרכים מסלפות, וחושבים את אלה לחוכמות אמיתיות, וטוענים שהם אנשי עיון, שעה שאין להם ידיעה כלל בדבר הנקרא חוכמה באמת - הללו יירתעו מפרקים רבים בספר. ומה מאוד יקשו עליהם, מכיוון שהם לא ישיגו בהם משמעות כלל ומכיוון שמתוכם יתברר שפסולים המטבעות המזויפים שבידם שהם אוצרם ורכושם השמור עמם לעתות מצוקה. והאל יתעלה יודע שתמיד יראתי מאוד מאוד מלכתוב את הדברים שברצוני לכתוב בספר זה, מכיוון שהם דברי סתר שלא נכתב עליהם ספר באומה בימי הגלות האלה... אלא שהסתמכתי על שתי הנחות: האחת מה שאמרו (חז"ל) על מעין עניין זה: עת לעשֹות לה' [הפרו תורתך]...
בסיכומו של דבר, אני האיש אשר בהציק לו עניין וצרה לו הדרך, ולא ימצא תחבולה ללמד אמת שיש עליה הוכחה מופתית, אלא בכך שיעשׂה את המתאים לאיש אחד מעולה ואינו מתאים לעשׂרת אלפים בורים - הריני מעדיף לאמר זאת לו לבדו ואיני שועה אל הגנאי של אותו עם רב, ואשים לבי לחלץ אותו יחיד מעולה מן הסבך שנסתבך בו, ואדריכנו ממבוכתו עד שיגיע לשלמות וירווח לו.
זונטאג אפריל 14, 2013 8:00 pm#104712
תחכמוני האט געשריבן:א גוטן ליבע ליינער,

אין יאר 1574 האט אן איטאליענישע חכם, עזריה מן האדומים (נאך זיין משפחה נאמען ROSSI) ארויסגעגעבן א ספר מיטן נאמען מאור עינים. דארט אנאליזירט ער אסאך אגדות חז"ל און ער קומט צו אז זיי שטימען נישט מיט די מציאות און זאלן נישט ווערן באטראכט אלס אמת. הגם בנוגע תורה זענען זיי די גרעסטע אוטאריטעטן ווייל זיי האבן מקבל געווען די תורה בקבלה איש מפי איש מפי הגבורה, אבער בנוגע וועלטליכע עניינים האבן זיי נישט געהאט קיין שום קבלה נאר זיי האבן געשריבן אזוי ווי עס איז געווען באקאנט אין יענע צייטן. אזוי שרייבט ער צום ביישפיל אויף איין פלאץ:

אין ספק שכל המקובל לנו מחכמינו במתיחס למצות התורה שרשיהן וענפיהן עד ראש כל אמיר דבר ה' הוא אשר באהבה ויראה נשיתהו עטרה לראשנו... ועוד זאת שנית מלתא דפשיטא לכל אנשי לבב שהנמצא להם ז"ל בדברים העיוניים כמו על אודות אצטגנינות וצורת השמים והארץ וכדומה אשר דבריהם בם אנושיים לגמרי בפנותם אל הדרושים ההם איש במתנת שכלו או כפי מה שקבל מחכמי הדורות מאיזה עם היו בלי שפע נבואה ועזר ממנה, יכולים אנחנו עם רצונם הטוב לתת בו אל האחרונים שכתבו נגדם אזן שומעת ולבחון דברי החלקים כפי כח דעתנו (אמרי בינה ראש פרק יד)

אקעגן אים איז ארויסגעקומען די מהר"ל מפראג מיט די גאנצע שארפקייט און אין זיין ספר באר הגולה (באר השישי) שרייבט ער אזוי:
והיה ראוי לסיים דברינו, לולא כי הגיע לידינו ספר אחד שחבר מבני עמנו, והובא הספר לפני ואמרו ראה כי זה חדושי דברים. כאשר ראיתי שמחתי לקראתו כשמחת חתן לקראת כלה, ובקראי בו נקרע לבבי ונשפך רוחי בקרבי, ואמרתי אוי לעיני שכך ראו ואוי לאזני שכך שומעים דברים כאלו, ארור יהיה היום אשר בו נגלו ונראים דברים אלו. איש אשר לא ידע להבין דברי חכמים, אף דבר אחד מדבריהם הקטנים וכ"ש הגדולים, וכל שכן דבריהם העמוקים, איך לא ירא לדבר בחכמים וידבר עליהם כאלו הם אנשים בדורו חביריו, דבר זה לא היה בישראל עד הדור הזה... ועתה בדור הזה הפחות והסכל מכל חכמה, יעמוד אחד וישלח לשונו בקדושים אשר היו לפנינו יותר מאלף שנה ויאמר ראה דרכי וחכם... ומובטח אני בשארית ישראל הנאמנים עם ה' ועם תורתו, כי לא ישאירו לספר הזה שם ושארית בישראל רק ידונו אותו כמשפטו, כי המבזה את החכמים אמרו בפרק חלק (סנהדרין צט:) שהוא בכלל האומר אין תורה מן השמים או בכלל אפיקורס.
און ער ענדיגט צו "לכן ספר הזה הוא בכלל ספרים החיצונים אשר אסור לקרות בהם. וכל איש בעל דת תורת משה ומאמין בתורה שבכתב ובתורה בע"פ, יהא הספר הזה בבל יראה ובל ימצא ולא יביט אליו ולא יסתכל בו לא ראיה שכלית ולא ראיה חושית".

יעצט לאמיר זעהן וואס די ראשונים האבן צו זאגן אויף דעם נושא. איך וועל אנפאנגען מיט די איבערנאטורליכע כוחות, דאס הייסט כישוף. אויב האט איר שוין אמאל געעפנט א גמרא האט איר זיך שוין זיכער באגעגענט מיט כישוף. די גמרא ברענגט אראפ פילע מעשיות פון כישוף-מאכער און עס איז קלאר אז די גמרא האט דאס אנגענומען פאר א מציאות. אזוי ווי די גמרא שרייבט אין חולין (ז:) "והאמר רבי יוחנן למה נקרא שמן כשפים שמכחישין פמליא של מעלה". אזוי אויך היינט איז אנגענומען ביי רוב אנשי שלומינו אז כישוף איז א מציאות'דיגע חכמה נאר עס איז אסור צו נוצען. יעצט אבער קוקט וואס די רמב"ם שרייבט אין הלכות עבודת כוכבים סוף פרק יא:
ודברים האלו כולן דברי שקר וכזב הן והם שהטעו בהן עובדי כוכבים הקדמונים לגויי הארצות כדי שינהגו אחריהן ואין ראוי לישראל שהם חכמים מחוכמים להמשך בהבלים אלו ולא להעלות על לב שיש תועלת בהן שנאמר כי לא נחש ביעקב ולא קסם בישראל ונאמר כי הגוים האלה אשר אתה יורש אותם אל מעוננים ואל קוסמים ישמעו ואתה לא כן וגו' כל המאמין בדברים האלו וכיוצא בהן ומחשב בלבו שהן אמת ודבר חכמה אבל התורה אסרתן אינן אלא מן הסכלים ומחסרי הדעת ובכלל הנשים והקטנים שאין דעתן שלימה אבל בעלי החכמה ותמימי הדעת ידעו בראיות ברורות שכל אלו הדברים שאסרה תורה אינם דברי חכמה אלא תהו והבל שנמשכו בהן חסרי הדעת ונטשו כל דרכי האמת בגללן ומפני זה אמרה תורה כשהזהירה על כל אלו ההבלים תמים תהיה עם ה' אלהיך.

אזוי שרייבט די רמב"ם אין נאך אפאר פלעצער אז כישוף איז הוילע דמיונות אזוי ווי ער שרייבט אין פירוש המשניות (סנהדרין פרק ז משנה ז) "ובעל אוב הנזכר במקרא יהיה בעשיית מעשים, ויש ממנו מין אחר והוא שלוקח גולגולת אדם אחד שנתעכל ממנו הבשר ויצניע אותה ויקטר לה ובודה דברים בה והוא שומע ממנה דברים כמו ששומעין מן המת במלאכת בעל אוב, וכל מה שאתה רואה ממאמר מדבר ושומע בענין זה הוא שמיעה כוזבת כפי מה שישים מחשבתו בזה, כמו שיארע לבני אדם הרבה במקום הפנוי רוצה לומר בשעת התיחדות".

איך וואונדער זיך נאר איין זאך, קען זיין איינער האט עס שוין דא געפרעגט און כ'האב עס פארזען, דער מהר"ל איז נאך געווען אזא ידען צו וויסן פון דעם רמב"ם, פארוואס ביי כישוף איז ער נישט שאקירט געווארן ביזן תוך צו זען ווי דער רמב"ם מאכט אוועק בפירוש'ע גמרות, און פלוצים ביים איטאליענישן חכם ווערט דער מהר"ל אויס מענטש אז ער וואגט זיך אנצונעמען זאכן אנדערש ווי דער גמרא?
איך קען ענטפערן צוויי תירוצים, 1 - אז דער רמב"ם'ס ווערטער מוז נישט זיין א סתירא צו די גמרא, מאיזה סיבה שהוא, (אפשר ווייל די גמרא רעדט אויך נאר פון אחיזת העניים, און זיי זענען מכחישים פמליא של מעלה מיטן איינרעדן דעם עולם פאלשע זאכן). 2 - אז דער מהר"ל האט געשמעקט אז דער איטאליענער האט דא גאר אנאנדערער אגענדע ווי בלויז מפרש זיין די תורה און די גמרא
אין אנדערע ווערטער די קעיס וואס דו האסט געבויט מיטן רמב"ם איז לכאורה מפוקפק
זונטאג אפריל 14, 2013 8:45 pm#104731
קאנצעפט האט געשריבן:איך וואונדער זיך נאר איין זאך, קען זיין איינער האט עס שוין דא געפרעגט און כ'האב עס פארזען, דער מהר"ל איז נאך געווען אזא ידען צו וויסן פון דעם רמב"ם, פארוואס ביי כישוף איז ער נישט שאקירט געווארן ביזן תוך צו זען ווי דער רמב"ם מאכט אוועק בפירוש'ע גמרות, און פלוצים ביים איטאליענישן חכם ווערט דער מהר"ל אויס מענטש אז ער וואגט זיך אנצונעמען זאכן אנדערש ווי דער גמרא?
איך קען ענטפערן צוויי תירוצים, 1 - אז דער רמב"ם'ס ווערטער מוז נישט זיין א סתירא צו די גמרא, מאיזה סיבה שהוא, (אפשר ווייל די גמרא רעדט אויך נאר פון אחיזת העניים, און זיי זענען מכחישים פמליא של מעלה מיטן איינרעדן דעם עולם פאלשע זאכן). 2 - אז דער מהר"ל האט געשמעקט אז דער איטאליענער האט דא גאר אנאנדערער אגענדע ווי בלויז מפרש זיין די תורה און די גמרא
אין אנדערע ווערטער די קעיס וואס דו האסט געבויט מיטן רמב"ם איז לכאורה מפוקפק

קודם כל דארפסטו פארשטיין אז די רמב"ם האט געלעבט אין א תקופה ווי זיינע שיטות זענען נישט באטראכט געווארן אלס כפירה. אין ספרד איז געווען נפוץ די שיטת הפלוסופים און די עולם האט נישט געקענט אקצעפטירן די אלע אמונות טפילות פון די גמרא און עס זענען שוין געווען אפילו גאונים וואס האבן געהאלטן ווי אים. ממילא איז די רמב"ם ווי אויך די רלב"ג אקצעפטירט געווארן אזוי אז היינט וואלט זיך קיינער שוין נישט געוואגט זיי אוועקצומאכן. און מיט דעם אלעם זענען דא אחרונים וואס דינגען זיך שארף מיט זיי, ווי צום ביישפיל די גר"א, יערות דבש וכדומה. זאל אבער זיך איינער וואגן היינט ארויסצוקומען מיט אזא ספר! פרוביר צו ווייזן היינט פאר איינעם די רמב"ם און זעה ווי יענער דרייט מיט די צונג. ער האט דאס נאר געשריבן פאר די אפיקורסים וכדומה.

פארשטייט זיך אז די מהר"ל האט געהאלטן אז ר' עזריה האט געהאט אנדערע כוונות. פון די אנדערע זייט זענען דא אסאך אחרונים וואס ברענגען אים צו ווי די תוספות יו"ט, צמח דוד, מהר"ץ חיות, פחד יצחק און נאך. ר' עזריה איז נישט געווען קיין כופר חלילה נאר וויבאלד ער איז געגאנגן זייער ראדיקאל (פיל ווייטער פונעם רמב"ם) זענען אסאך ארויסגעקומען קעגן אים, און ער האט זיך געמוזט מתנצל זיין.

זעה מיין מאמר אויף דרשות חז"ל וסיפורי מעשיות. איך בוי נישט נאר אויפן רמב"ם.
מאנטאג אפריל 15, 2013 2:50 am#104884
תחכמוני, פיר אויס:
"קודם כל דארפסטו פארשטיין אז די רמב"ם האט געלעבט אין א תקופה ווי זיינע שיטות זענען נישט באטראכט געווארן אלס כפירה. אין ספרד איז געווען נפוץ די שיטת הפלוסופים און די עולם האט נישט געקענט אקצעפטירן די אלע אמונות טפילות פון די גמרא און עס זענען שוין געווען אפילו גאונים וואס האבן געהאלטן ווי אים." משא"כ דער מהר"ל וגדולי האחרונים האבן געלעבט א תקופה ווען די פינסטערניש פון דעם מיטלאלטער האט נאך געשוועבט אין דער לופט, און טעאלאגן פון אלע קרייזן האבן אוועקגעצויגן פון ראציאנאליזם.