פארומס › אשכולות וואס האבן די ווארט "והמסתעף" אין די טעמע, והמסתעף...

אשכולות וואס האבן די ווארט "והמסתעף" אין די טעמע, והמסתעף...

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3399
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג אפריל 9, 2013 5:50 pm#102998
אשכולות וואס האבן די ווארט "והמסתעף" אין די טעמע, והמסתעף...
לעצטענס שפראצט ארויס יעדען טאג חדשים לבקרים נאך אפאר אשכולות וואס נוצן די ווארט והמסתעף אין זייער טעמע, איך פארשטיי אז איר ווילט נוצן פענסי ווערטער, ס'האט א שיינע קלינג צו דעם, והמסתעף, אבער ס'קריכט שוין ארויס פון די נאז והמסתעף! איך האב געטראכט עס צו לייגן דא, אבער כ'האב געקלערט אז ס'פארדינט אן עקסטערן אשכול והמסתעף.
רבותי! זייטס קריעטיוו, קומט אויף מיט עפעס ניי, און קייט נישט איבער די זעלבע זאצן והמסתעף יעדען טאג נאכאמאל! מעג מען בעטן אזוי פיל?
דינסטאג אפריל 9, 2013 6:20 pm#103010
וואס איז מיט סאמאטוכע?

די זעלבע זאך?
דינסטאג אפריל 9, 2013 6:34 pm#103013
דאס האב איך געמיינט מיט די המסתעף.
דינסטאג אפריל 9, 2013 7:00 pm#103021
די מאכסט אן א סאמאטוכע פון די מסתעף'ס
דינסטאג אפריל 9, 2013 8:26 pm#103054
דעטס די פוינט!
דינסטאג אפריל 9, 2013 8:31 pm#103055
פארפאלען געפילטע! א גוטע זאך האט מען ליב און מען ווערט נישט נמאס דערפון! איך האב דעם ניסן אריינגעריקט לכאורה מער געפילטע פון תגובות וואס דו האסט געשריבן!
מיטוואך אפריל 10, 2013 8:17 pm#103511
מ'דארף ארויסקומען מיט א קול קורא ווערסיע 2.0 אדער ווי די עפל פענס וועלן עס רופן 1S און צולייגן צו די אלטע ק"ק פון וד"ל אז דאס גייט אויך אריין אין די גדר און עס איז חל די זעלבע איסור
מיטוואך אפריל 10, 2013 11:48 pm#103624
איך פארשטיי נישט וואס איז דער מסתעף פין דער מסתעף?
ועוד, איינער פין די פאר אשכולות וואס איך האב געעפענט פארמאגען א "והמסתעף" בנוגע ר' חיים האלפערין, און דער מסתעף דארט גייט ארויף אויף אלע אנדערע ענינים און מענטשען וואס ווערען באשולדיגט און באשולדיגען אנדערע.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:07 am#103636
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:48 am#103757
איחודל, לכאורה מיינט דער המסתעף די אנדערע ווערטער וואס זענען געפאנישט צו שטיין אין די קארנער פאר אומבאשטימטע צייט, א שטייגער ווי וד"ל, ווער עס פארשטייט פארשטייט, אכמ"ל, ביי אינז, והמסתעף.
מאנטאג אפריל 15, 2013 7:54 pm#105142
אסאך האבן זיך געשראקן. איך האב געעפענט א אשכול מיט "והמסטעף" מיט א טי"ת, קאך-לעפל האט געעפענט אן אשכול "והמתעף" אנעם סמ"ך...
דינסטאג אפריל 16, 2013 2:17 pm#105415
איך בין דא ניי

אבער ווען איך זע די לאנגע ליסטע פון ענייני מסתעף והמסתעף פארשטיי איך אז ס׳איז א ביסל
מוגזם, און אויך נישט יעדעס מאל פאסיג, ס׳פעלט זיך אויס נאך ווערטער
מאנטאג יולי 14, 2014 11:21 pm#211782
המסתעף איז די קאד ווארט אויף די חלק ה'צימעס, וואס גייט זעכער ערגעץ אריין פאלן אינעם אשכול.
דינסטאג מאי 19, 2015 10:28 pm#277099
ויצא העגל הזה
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3425">viewtopic.php?f=10&t=3425</a><!-- l -->