דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 12:16 am#83835
מיר זעט אויס אז ער ברענגט ארויס זייער שטארק די יראת ההוראה פונ'ם משנה ברורה לעומת די זעלבסט זיכערקייט פונ'ם ערוך השולחן.
לעיקוואדאיני בסוגיא עכשיו, אבל פשוט שיש לחלק בין מי שאוכל משהו שהוא אסור משום כמה איסורים שונים, כמו שבת וטומאה וכו', לבין מי שמדבר דיבור אחד שהוא גם לשון הרע וגם רכילות וגם ארור אשר לא יקים, והוכח תוכיח , והדרת פני זקן, וכו', כל מיני לאוין לא קשורים שהח"ח מנה ברשימה שלו.
מה פשוט??
כמו"כ מנה הח"ח לאוין כאלה שאפשר להאשים בו את כל מי שעובר על כל חטא שבתורה, כמו מה שכתב שעובר על מ"ע של את ה' אלקיך תירא, שזה בוודאי לא נכון.
SO WHAT??
וכמו"כ למשל שכותב שעובר גם על ביטול תורה, שזה ג"כ לא נכון כי מצד ביטול תורה מותר לדבר דברים בטלים ולשוה"ר.
מנא לך היתר זה על ביטול תורה? האם אתה מתכוין לדברי האבן האזל הידועים אבל המחודשים?
בקיצור על רוב הרשימה של הח"ח יש לערער אפילו אם נקבל שזה דומה למשנה של חמש חטאות, וכאמור נראה שיש לחלק ולדון בזה הרבה.
יאירמיר זעט אויס אז ער ברענגט ארויס זייער שטארק די יראת ההוראה פונ'ם משנה ברורה לעומת די זעלבסט זיכערקייט פונ'ם ערוך השולחן.
מוח שליטבזכרוני אז דער חפץ חיים זאל האבען אויסגערעכענט וויפיל ווערטער מען קען ארויסזאגען אין איין מינוט אין האט געציילט לאוין עקקארדינגלי. לפי הבנתי איז עס נישט תלוי אין די סכום פין ווערטער. עס איז איין מעשה של סיפור רע על חבירו. אפשר קען מען עס צושטעלען צו דין עדות בענין כיון שהגיד, אז ווילאנג ער האלט נאך אינמיטן מגיד זיין הייסט אלעס איין לאנגע הגדה.
יאיראון פארוואס האט דער גר"א געהאלטן אז יעדע ווארט תורה איז א מצוה? אפשר ווייל יעדע ווארט תורה האט אן אייגענע קדושה, אבער איך ווייס נישט אויב דאס איז שייך לגבי מצות ודברת בם. אויך, ס'איז נישט מסתבר אז יעדע ווארט האט באמת א קדושה, אויסער ביי תורה שבכתב וואס איז אנגעבליך געשריבן געווארן מיט שמות הק'.
שומריםאיך בין נייגעריג צו די וואס טענה'ן אז אין ספרי ח"ח ליגט נישט קיין חריפות האבן ריכטיג געלערנט זיינע ספרים,
ווייל מיר האט עס אויך געמאכט אזא רושם אויבן אויף, אבער זייט איך האב מיך אריינגעלייגט אין זיינע ספרים זעה
איך א מוראדיגע חריפות, א גאנצע ספר חפץ חיים מיט אלע הלכות בפרטיות ווען ס'איז כמעט נישט געווען קיין מקורות
אויף דעם, אין משנה ברורה אויב לערנט מען פארדעם די ט"ז מ"א זעט מען קלאר ווי יעדע שוועריגקייט האט ער אויסגעגלעט
חוץ זיין גרויסע בקיאות אין אלע פוסקים (אן קיין אוצר החכמה) און אין זיין ביאור הלכה זעט מען ווי קלאר ס'האט געדארפט שטימען
ביי אים אלע פרטים לויט די מקורות אין גמרא.
יידלבשם דעם גרויסן פוסק הרב יוסף אליהו הענקין זצ"ל (שו"ת בני בנים ב, ח) ברענג הרב ענקין נאך אז ער האט אויך אזוי גע'טענה'ט אין פאר די פאלגנע סיבות: קודם כל, דער ערוך השלחן איז ארויסגעקומען הערשט נאכן משנה ברורה, און אין פאקט ברענגט דער ערוך השלחן אפט דעם משנה ברורה'ס שיטה פארן שרייבן זיין אייגענע. נו, איז דאך דער ערוך השלחן א פולקאמער "בתראי" אין פולען זון פון ווארט - האבנדיג געזען וואס דער משנה ברורה שרייבט.
ליטוואק פון בודאפעסטאיינער פון די פלעצער ווי מ'קען טרעפען דער דברי חיים איז ח"א חו"מ י"ז, והדברים מפורסמים
ווען האט זיך אנגעהויבען דער ליטווישע גאות? ביים מהרש"ל? ביים חלקת מחוקק? דער ווילנא גאון איז דער ערשטע פון די פארשטינקענע בעלי גאווה שהתחיל לדבר בגודל מעלת עצמו? וויאזוי האט זיך עס אנטוויקעלט?
ס'איז מיר געפערליך וויכטיג צו וויסען
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט
דער דברי חיים האט דאך שטארק נישט געהאלטען פון דער מהלך, און ער האט איינגעפיהרט דער קלארע צוגאנג פון מאכען א רשימה פון פוסקים און נאכגייען דער רוב. דאס האט א שטארקע ענדעלקייט צום צוגאנג אז מ'נעמט א שפעטערע פוסק און מ'באקרוינט איהם אלס פוסק אחרון ואין אחריו כלום. אין בני ברק האט מען אויך געוואלט דער באקוועמליכקייט און מ'האט גענומען דער קרוין וואס חסידים האבען געלייגט אויפ'ן שועה"ר און געלייגט אויפ'ן משנ"ב (ס'בלייבט אבער שווער וויאזוי גיבט מען זיך אן עצה מיט נעגעל וואסער
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
שמערלהאסט געשריבן אז דער ערוך השולחן איז געשריבן אויף א לייכטער אופן. און דאס גענוצט פאר א סיבה פארוואס ער'ז נישט געווארן אנגענומען.
ליטוואק פון בודאפעסט
מיט די גאנצע מערכה פון הרב הנקין קען מען זיך לייכט דינגען. דער ערוך השלחן איז געשריבען געווארען אויף א לייכטער אופן. זיין פלעמעניק (הרב מאיר בר אילן) שרייבט אז ער האט עס געשריבען מער ווייניגער פון זכרון און איין מאל. איך בין שטארק נתפעל פון דער ספר, אבער צו דער משנה ברורה וואס ער האט גע'ארבעט יארען און יארען איז עס נישט קיין צושטעל. פארפאלען, פון ארבעט קומט רעזאלטס
berlbalagulehאיי פרעגט די וועלט א קשיא...ווי קומט בערל בעל עגלה צו געבן א לייק פאר דעם ליטוואק...?!
נאר מיין געוואלדיגע ליעבשאפט צום חפץ חיים און זיינע ספרים. און זיינע הייליגע מידות, וועלכע שיינען ארויס אפילו פון דעם טעקסט פון די משנה ברורה. און אפילו פונ'ם שער הציון...! פאר מיר איז דער ביאור הלכה פונקט געניג גוט צו פארשטיין די שקלא וטריא פון א פסק הלכה. (אפילו ווען מ'לערנט נישט טור-ב"י)...!
יידלדער פראבלעם פון משנה ברורה, טענה'ט ער איז, אז ווען מ'פרובירט צו געפעלן יעדעם בלייבט מען אויסגעשפילט פון ביידע זייטן...
טעמפא[ציטאט אראפגענומען]
זאג'זשע הרב פריעד. איר וואלט געזאגט דאס זעלבע אויף "פסקי תשובות" אדער אדער אויף נטעי גבריאל"?