דאנערשטאג יוני 4, 2020 1:16 pm#450515
דער חזו"א האט אויסדריקליך נישט אויף אלעס, נאר אויף אסאך פלעצער וואס מ'טרעפט נישט אין אנדערע ערטער.
שמערלליטוואק פון בודאפעסט
מיט די גאנצע מערכה פון הרב הנקין קען מען זיך לייכט דינגען. דער ערוך השלחן איז געשריבען געווארען אויף א לייכטער אופן. זיין פלעמעניק (הרב מאיר בר אילן) שרייבט אז ער האט עס געשריבען מער ווייניגער פון זכרון און איין מאל. איך בין שטארק נתפעל פון דער ספר, אבער צו דער משנה ברורה וואס ער האט גע'ארבעט יארען און יארען איז עס נישט קיין צושטעל. פארפאלען, פון ארבעט קומט רעזאלטס
"זקני כתב את ספרו בקלות ובמהירות כזו עד שכל הרואה זאת היה מעלה בדעתו.... נדמה כאילו הדברים נכתבים מאליהם.... היה זקני יושב כל היום מן הבוקר ועד הלילה....היה יושב על שלחנו לידו עמד כסא ועליו היו מונחים תמיד ארבעה ספרים: רמב"ם, טור, שו"ע, מסכת מש"ס בפורמט קטן. וכך, בעיינו פה ושם היה כותב את ספרו לעיתים רחוקות היה קם ממושבו וניגש להוציא ספר אחר לעיין בו....ובאלפי הגליונות של ערוך השלחן לא היה שום כתם של דיו, לא היתה שום שורה ושום מילה מחוקה או כתובה מחדש." (מוולזין עד ירושלים,עמוד 269 - 272).
חוקר ודורשאישתשבי: דער ב״ח מיטן חזון איש קומען נישט דא אריין ווייל זיי האבען געשריבען א פירוש מיט חידושי דינים אויף א צווייטע הלכה ספר, נישט א געהעריגע הלכה ספר צו לערנען פאר זיך.
mevakesh
באזונדער האט מיר געכאפט איבער איהם אז ער האט נישט געלאזט זיינע שיטות איהם דיקטירן זיין אויפפירונג מיט מענטשן. למשל ער איז געווען היבש אנטי ציונות און ווי הרב הנקין ברענגט איז ער אפילו געווען אנטקעגן חובבי ציון וואס זיין שוואגער און איידעם דער נציב איז יא געווען א שטארקע שטיצער. אבער ער האט געהאט מענטשן ארום זיך וואס זענען געווען ציניסטיש געשטימט און אפילו ער האט זיי קלאר געזאגט וואס ער האלט האבן זיי נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו דרייען ביי איהם
ליטוואק פון בודאפעסט
און בפרט דער שעה"צ.
ליטוואק פון בודאפעסטmevakesh
באזונדער האט מיר געכאפט איבער איהם אז ער האט נישט געלאזט זיינע שיטות איהם דיקטירן זיין אויפפירונג מיט מענטשן. למשל ער איז געווען היבש אנטי ציונות און ווי הרב הנקין ברענגט איז ער אפילו געווען אנטקעגן חובבי ציון וואס זיין שוואגער און איידעם דער נציב איז יא געווען א שטארקע שטיצער. אבער ער האט געהאט מענטשן ארום זיך וואס זענען געווען ציניסטיש געשטימט און אפילו ער האט זיי קלאר געזאגט וואס ער האלט האבן זיי נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו דרייען ביי איהם
ר' חיים בריסקער האט אויך געהאט יעקב מרק ארום זיך, און ער איז געווען אסאך א שארפערער קנאי ווי דער ערוך השלחן.
דער גדלות פון דער ערוך השלחן שפראצט ארויס פאר יעדעם. פאר דער מ"ב דארף מען זיין גרייט דערפאר. לערן א סוגיא און דערנאך לערן דער מ"ב, און בפרט דער שעה"צ. וועסט זיך איבערצייגן אז דער ביאוה"ל איז דער שוואכסטע פון זיי אלע. זיין שליטה אויף די סוגיא איז ממש אויסטערליש, און נישט ווייניגער ווי דער ערוה"ש. דער פסקי תשובות איז נישט אויף די זעלבע פעידזש בכלל, אפילו ווען ער וואלט געווען אן ארנטליכע ארבעט.
לייבל שטילעראגב, (פאר דער וואס האט מיך געפרעגט אין אישי):
די ספר 'תערוך לפני שלחן" איז נישטא אנליין אויף פי. די. עף., מ'קען עס קויפן אויף אלע ביכער-סייט'ס אריינגערעכנט אמאזאן, זעה זי לינק אויבן.
איך וואלט שטארק רעקאמאנדירט די ספר, ס'איז גאר א גוטע ארבעט, א פולשטענדיגע עבודת מחקר געשריבן לייכט פאר'ן ברייטען פובליקום.
לייבל שטילערעס איז נישט דומה צום קונטרס אחרון וואס איז גאר א שווערע לימוד, געשריבען בקיצור פיל מיט מראה מקומות.דו לייגסט גוט אראפ די 'שו"ע הרב', ערה"ש איז די 'רב' צוזאמען מיט 'קונטרוס אחרון' אריינגעבלענדט.
יום טוב ליפמאן צונזדער טפשות, קטנות, שלעכטס, עמהארצות, און נידריגקייט פון די תגובה איז מביא לידי הקאה.[ציטאט אראפגענומען]מ'קען אפשר זאגן אז ס'איז נאטוליך אז די חזון איש זאל נוטה זיין צום משנה ברורה, ווייל זיי זענען ביידע געזעצען אין שפיץ פון מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל. טאקע נישט אין דער זעלבע צייט און לאנד, אבער די ארגעניזאציע איז דער זעלבע דערפאר ברענגט דאס נרטורליך עפעס א נאנטשאפט.
נאך א מיינונגדאס וואס איינער שלאגט פאר א "טעאריע" בארעכטיגט נישט אזא אויסברויך.דער טפשות, קטנות, שלעכטס, עמהארצות, און נידריגקייט פון די תגובה איז מביא לידי הקאה.