Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » איז דא פאר דעם אן עפפ??

איז דא פאר דעם אן עפפ??

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
87 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 88 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3431
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:00 pm#103903
איז דא פאר דעם אן עפפ??
איך זוך אן עפפ וואס מאכט אז מ'זאל קענען אנשטעלן אז די טעלעפאן זאל אויטאמאטיש גיין אויף ווייעברעיט פאר באשטימטע שעות פון דעם טאג.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:37 pm#103925
איך זוך נאכאלץ אז קאווע שטיבל זאל אהערשטעלן א געהעריגע עפפ מזאל קענען נארמאל ליינען אויפן טעלעפאן. מיט אלע ברואזערס מוטשע איך זיך.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:54 pm#103931
@חד גדיא, ס'דא אפאר עפפס פאר דעם, אפאר מער פארגעשריטן, אז דו קענסט אנשטעלן דורך GPS אז ווען דו קומסט אן אין די ארבעט זאל די פאון ווערן ווייבערעיט, און אין בית המדרש זאל עס זיין סיילענט, אינדערהיים מידיום און אין ווערהאוז אויף הויך (loud),וכהנה רבות.
אויף וועלכע פלאטפארם ביזטו?
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 6:34 pm#103973
ענדרויד, די לעצטע ווערסיע
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 6:52 pm#103981
איך וועל דיר געבן אפאר נעמען אפפ הענד, ואידך פירושא זיל גמור.
Tasker
Llama
Smart profile pro (עפעס אזוי)
on}X} (פון מייקראסאפט)
גוגל ארום אביסל מיט די נעמען וועסטו טרעפן נאך, געוויסע זענען פריי, אנדערע קאסטן אפאר פיאסטער, זיי האבן זיך זייער מעלות און חסרונות, ווי מיין זיידע פלעגט זאגן, ואידך פירושא, זיל גגל (מלשון גוגל).
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:12 pm#104012
נאך צוויי, Locale, און Atooma.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:56 pm#104029
סמארט עקשאן קענסטו אנשטעלן א געוואלד. און קאר בלו טאט און ארבעט קלינגעו אונדערהיים זינגען. און דזשים מוזיק. קען זיין סארבעט נאר מיט מאטאראלע. סקומט אינסטאלט אין די moto פאנס
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:43 pm#104051
Re: איז דא פאר דעם אן עפפ??
איז דא א עפפ אויפ ענדרויד אז ביי געוועסע נומבער'ס וואס קאלן זאל עס זאגן אז דער נאמבער איז דיסקענעקטעט אדער אויט אוו סערוויס וכדו' ?

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:57 pm#104052
איך ווייס נישט פון קיין עפפ אבער ווארייזן ספרינט און טמאביל האבן די אפשען.
idiotsguides.com/static/quickguides/computertechnology/how-to-block-an-incoming-call-on-your-cell-phone.html
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:58 pm#104053
Youmail
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:04 pm#104055
סאיז דא א ענדרויד אשכול
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:07 pm#104056
Google Voice
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:10 pm#104057
איך האב אמאל געוואלט איינער זאל מיר סטאפן טעקסטן
האב איך איינמאל ריפלייד '' The subscriber has choosen not to recive text messages. Message 347b.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:18 pm#104059
נולד.... גוט, גוט.. נאר כ'האב מורא אז אנשטאט זעהן זיין פראוויידערס איי.די. אויפן מעסעדזש האט ער געזעהן
New message from: Noled Me'icher Mobile

געפילטע פיש האט געשריבן:ווי מיין זיידע פלעגט זאגן, ואידך פירושא, זיל גגל (מלשון גוגל).

כ'מעג פרעגן ווי אלט דיין זיידע איז?
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:32 pm#104063
נולד, אויב האסטו עס געספעלט אזוי ווי דא, דאן גייט זיך דיין חבר צוקריגן מיט דיר! ער וועט קיינמאל גלייבן אז דאס איז פון די קאמפאני...
איך האף אז דיין בילט-אין ספעל-טשעקער העלפט דיר ארויס צו מאכן א דבר השלם.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:43 pm#104066
שמעקעדיג האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:ווי מיין זיידע פלעגט זאגן, ואידך פירושא, זיל גגל (מלשון גוגל).

כ'מעג פרעגן ווי אלט דיין זיידע איז?

מיין זיידע איז נולד מאוחר, געבוירן זייער שפעט, קוים בר מצווה געווארן.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:52 pm#104068
איך זיך א עפפ און די עפפ סטאר, וואס האט און זיך אלע מיינע data usage ווי אויך יעדע אפליקעישן וויפיל עס ניצט אא״וו!
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:18 pm#104082
גוגל טו די רעסקיו, זעה דא, דא, און דא.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:44 pm#104091
געפילטע פיש האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:ווי מיין זיידע פלעגט זאגן, ואידך פירושא, זיל גגל (מלשון גוגל).

כ'מעג פרעגן ווי אלט דיין זיידע איז?

מיין זיידע איז נולד מאוחר, געבוירן זייער שפעט, קוים בר מצווה געווארן.

כוואלט געשעפט האפענעס אידיש נחת ווען געפילטי איז מיין אייניקעל.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:45 pm#104092
רעד דיך נישט איין, וואלסט דיך געגעסן פארוואס דיין אייניקל איז אזוי פאנאטיש.
מיטוואך אפריל 24, 2013 11:44 pm#108551
איך דארף א גוטע אודיא בוק ליינער עפפ. דער עיקר פיטשור וואס איך דארף איז אז מ'זאל קענען מאכן בוקמארקס אויף יעדן טרעק, און נישט אז ווען מ'גייט צו א צווייטן טרעק האלט עס מער נישט קאפ וואו מ'האלט ביים פריערדיגן טרעק.
מיטוואך אפריל 24, 2013 11:45 pm#108552
ווען כהער א יאטוב א שיעור אדער מוזיק. קען איך מאכן די סקרין זאל זיך אויסלעשן אבער איך זאל ווייטער הערן די סאונד.
סבאדערט מיר אויסניצן בעטערי ווען כבין נישט אינטעסירט צי זען, נאר הערן.
סאיז דא אןן עפפ? סדארף בכלל אן עפפ?
יעצט זע איך אז פאר אייפאן איז דא. וואס איז מיט ענדריוד?
יגעתי מאצתי תאמין. געטראפן
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:19 am#108647
הוא מותיב לה והוא מפרק.
בענזשאמין, שטעל עס צו צו נולד'ס פראפייל.
מיטוואך מאי 08, 2013 1:25 pm#113025
איז דא א עפפ וואס וועט מיך לאזן מאכן טעלעפאן קאל'ס אויף ווייפיי? עס איז דא פלעצער ווי מיין טעלעפאן סערוויס כאפט נישט, אבער וויי פיי האב איך יא.
מיטוואך מאי 08, 2013 1:42 pm#113028
כמיין סדא אסאך. לכאורה דארף דאס ארבעטן
מיטוואך מאי 08, 2013 1:52 pm#113031
נולד מאוחר האט געשריבן:ווען כהער א יאטוב א שיעור אדער מוזיק. קען איך מאכן די סקרין זאל זיך אויסלעשן אבער איך זאל ווייטער הערן די סאונד.
סבאדערט מיר אויסניצן בעטערי ווען כבין נישט אינטעסירט צי זען, נאר הערן.
סאיז דא אןן עפפ? סדארף בכלל אן עפפ?
יעצט זע איך אז פאר אייפאן איז דא. וואס איז מיט ענדריוד?
יגעתי מאצתי תאמין. געטראפן

כ'פארשטיי נישט. אז דו דרוקסט דעם POWER קנעפל פארלעשט זיך דער סקרין. נישט אזוי?
הגה, וכן אני נוהג.
מיטוואך מאי 08, 2013 2:14 pm#113036
נולד מאוחר האט געשריבן:כמיין סדא אסאך. לכאורה דארף דאס ארבעטן

יא! ס'ארבייט. א גרויסן ישר כח!
מיטוואך מאי 08, 2013 2:19 pm#113040
ביי מיר לעשט זיך אויס די סאונד.
דינסטאג מאי 27, 2014 12:53 am#202760
פעסווארט רימיינדער
איך האב בליעה״ר א הינדערט יוזער נעמס (user name) און צוויי הינדערט פעסווארס
Capital one, chase, discover, td, apple וכו׳ וכו׳
און ב״ה מהייבט שוין אן צו קומען און די עלטערע יארן און דער מח הייבט שוין אן צו פארגעסן, אשר ע״כ זיך איך א עפפ מיט איין יוזער און איין פעסווארט, דארט וועל איך בעזהשי״ת באהאלטן אלא נעמען מיט אלא סיקרעט קושיות מיט פעסווארטס וכדומה...
יישר כח הקטן רבי מ׳אפריקע ניו יארק
דינסטאג מאי 27, 2014 1:00 am#202761
דערמאנסט מיר פון אפריקא, 53 לענדער מיט 500 tribes.

גוטע אינפא דא.
דינסטאג מאי 27, 2014 1:02 am#202763
LastPass
קענסט האבן די זעלבע אקאונט אויפן קאמפיוטער (אומזיסט) און אויפן פאון/טעבלעט ($12 א יאר)
דינסטאג מאי 27, 2014 11:04 am#202831
איך נוץ עס און כ'בין זייער צופרידן
מיטוואך מאי 28, 2014 11:54 am#203177
On my PC I use RoboForm real nice program.
מאנטאג יוני 30, 2014 12:21 am#208569
איך זוך אן עפפ צו קענען דאונלאודן זאכן פון יוטוב. איז דא אזא זאך? איך האב אן ענדרויד פאון.
מאנטאג יוני 30, 2014 12:31 am#208571
ATUB @הדד בן בדד ATUB אוודאי. ס'ארבייט אמחי'

dentex.github.io/apps/youtubedownloader
מאנטאג יוני 30, 2014 12:43 am#208575
נולד מאוחר האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:ווי מיין זיידע פלעגט זאגן, ואידך פירושא, זיל גגל (מלשון גוגל).

כ'מעג פרעגן ווי אלט דיין זיידע איז?

מיין זיידע איז נולד מאוחר, געבוירן זייער שפעט, קוים בר מצווה געווארן.

כוואלט געשעפט האפענעס אידיש נחת ווען געפילטי איז מיין אייניקעל.

העי יו נעווער קנוי, אפשר איז ער...
מאנטאג יוני 30, 2014 3:27 pm#208746
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:@הדד בן בדד אוודאי. ס'ארבייט אמחי'

dentex.github.io/apps/youtubedownloader


שקויעח קלוגער, אבער דאס דערשרעקט מיך שוין. איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דאס איז, און וואס איך דארף טאן, דאס איז צו קאמפליצירט פאר מיר, אפשר קענט איר מיר ארויסהעלפן.
מאנטאג יוני 30, 2014 4:54 pm#208777
פראביר דאס
l viewtopic.php?p=161745#p161745 l
דינסטאג מערץ 10, 2015 2:08 pm#257757
איך זוך א גוטע עפפ אלץ קאלער איידי אז ס'זאל קענען אידענטיפיצירן סעלפאן נומערן.
פרייטאג מערץ 13, 2015 12:35 pm#258442
איך זוך א ענדרויד עפפ וואס זאל אויסזוכן אלע שיפינג טרעקינג נאמבערס וואס איך האב אויף מיין פאון (למשל אין עמעזאן און אימעיל) נישט נאר פעדעקס און יו עס פי עס. נאר אויך פון אויסלענדישע מעיל סערוויסעס, און ער זאל מיך נאוטיפייען יעדע מאל די טרעקינג סטעטוס ווערט אפדעיטעט פאר א אייטעם. איז דא אזא עפפ?
פרייטאג מערץ 13, 2015 12:45 pm#258444
chusid האט געשריבן:איך זוך א גוטע עפפ אלץ קאלער איידי אז ס'זאל קענען אידענטיפיצירן סעלפאן נומערן.

Treu caller סוירטש עס אויפן עפפ סטאר.
פרייטאג מערץ 13, 2015 1:14 pm#258450
איך זוך אן עפפ פון אלע בתי מדרשים אין ברוקלין וועלכע זענען אפען דורכאויס דער וואך און האבן טוילעטס.
מוצ"ש מערץ 14, 2015 11:50 pm#258563
ביסט א קאר סערוויס דרייווער?
זונטאג מערץ 15, 2015 12:20 am#258584
וועלכע ביהמ"ד האט דען נישט קיין טוילעטס?
זונטאג מערץ 15, 2015 12:35 am#258592
איך אויך האט געשריבן:ביסט א קאר סערוויס דרייווער?


אפשר װעד משמרת. :lol:
מאנטאג מערץ 30, 2015 5:19 pm#262894
וועלכע איז די בעסטע עפפ צו ליינען ביכער?
מאנטאג מערץ 30, 2015 5:28 pm#262902
גראדעמעכעלע האט געשריבן:וועלכע איז די בעסטע עפפ צו ליינען ביכער?

קינדעל, אדער נאק,
מאנטאג מערץ 30, 2015 5:50 pm#262908
גוגל האט אויכט זאז סערוויס, וועלעכע איז די ביליגסטע?