Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » ענדרויד

ענדרויד

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
96 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 471 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #491
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 2:29 pm#7980
ענדרויד
אזוי ווי עס איז נאך נישט דא א טעכנילאגיע ווינקל שטעל איך עס אריין אין קאווע שטיבל , דרך אגב קען איך נישט פארשטיין פארוואס מען זעהט אידן אין קאווע שטיבלעך שמועס'נדיג מיט מענטשן און זיי האלטן די קאווע אין איין הענט און אין די אנדערע הענט.... האלטען זיי א סעלפאון! פארוואס?? שמועס'טעך יעצט מיט איינעם! די טוויטער מעססעדזש אז די שטערן איז שוין ארויסגעקומען קען ווארטן אפאר מינוט!

יעצט צום ענין וועלעכע ענדרויד איז די בעסטע ??
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 3:11 pm#7993
Re: ענדרויד
קען ענדרויד האבן א פילטער? אויב יא, איז אינטערסאנט אז די שמיעס זאל גיין ווייטער,
אויב נישט טאר מען דאך עס נישט קויפן הרה"ג ר חיים קנוויסקי שליט"א און אנדערע גדולים זאגען, אז עס איז ביהרוג ואל יעבור, סאו פארוואס זאל מען רעדן פון א זאך וואס איז ווייניגער כשר ווי א מעקדאלאנדס סענדוויטש? א טריפה סענדוויטש איז נישט ביהרוג ואל יעבור, און דאס יא.
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 3:17 pm#7997
Re: ענדרויד
פריינדליך האט געשריבן:קען ענדרויד האבן א פילטער? אויב יא, איז אינטערסאנט אז די שמיעס זאל גיין ווייטער,
אויב נישט טאר מען דאך עס נישט קויפן הרה"ג ר חיים קנוויסקי שליט"א און אנדערע גדולים זאגען, אז עס איז ביהרוג ואל יעבור, סאו פארוואס זאל מען רעדן פון א זאך וואס איז ווייניגער כשר ווי א מעקדאלאנדס סענדוויטש? א טריפה סענדוויטש איז נישט ביהרוג ואל יעבור, און דאס יא.


אבער נישט פאלגן א פסק פון א גדול איז דאך נישט ביהרוג ואל יעבור :roll: - קידינג.
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 3:19 pm#7999
Re: ענדרויד
K9 just gave out a filter for android
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 4:34 pm#8022
Re: ענדרויד
פריינדליך האט געשריבן:קען ענדרויד האבן א פילטער? אויב יא, איז אינטערסאנט אז די שמיעס זאל גיין ווייטער,
אויב נישט טאר מען דאך עס נישט קויפן הרה"ג ר חיים קנוויסקי שליט"א און אנדערע גדולים זאגען, אז עס איז ביהרוג ואל יעבור, סאו פארוואס זאל מען רעדן פון א זאך וואס איז ווייניגער כשר ווי א מעקדאלאנדס סענדוויטש? א טריפה סענדוויטש איז נישט ביהרוג ואל יעבור, און דאס יא.

הרב קניווסקי'ס פסק איז נישט מחלק בין מפולטר לאינו מפולטר, מ'סתם ביסטו שוין געהארגעט געווארן על קידוש השם אויפן וועג צום קאווע שטיבל...
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:17 pm#8056
Re: ענדרויד
סאו לויט ווי איך פארשטיי ווילט איר איך זאל ניצן דאס וואס ר' חיים האט?

ערנסט גערעדט וואס קויף איך פאר מיין רעביצין
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:31 pm#8063
Re: ענדרויד
געפילטע פיש האט געשריבן:הרב קניווסקי'ס פסק איז נישט מחלק בין מפולטר לאינו מפולטר,


האסט א גיטע פוינט, אויך איז שוין דא דרגא'ס און אידשקייט, מיט א פילטער בין איך זיך מקיל,
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 9:14 pm#8134
Re: ענדרויד
פריינדליך האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:הרב קניווסקי'ס פסק איז נישט מחלק בין מפולטר לאינו מפולטר,


האסט א גיטע פוינט, אויך איז שוין דא דרגא'ס און אידשקייט, מיט א פילטער בין איך זיך מקיל,

טאמער קען מען זיך וועלן דרגות אין אידישקייט קען דאך אין-כולל אויסוועלן נאר צו קויפן א ענדרויד פאון וואס האט די אפשען אז אויב זעט מען אן אומריינע בילד קען מען דריקן א קנעפל וואס לעשט גלייך אויס די סקרין.

פ.ס. טאקע שווער צו גלייבען אבער מ'קען שוין היינט קויפן אזאלכע פאונס...
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:41 pm#8151
Re: ענדרויד
in-Kolel האט געשריבן:סאו לויט ווי איך פארשטיי ווילט איר איך זאל ניצן דאס וואס ר' חיים האט?

ערנסט גערעדט וואס קויף איך פאר מיין רעביצין


פאר דיין רעבעצן זאלסטו קויפן א פשוטע LG פאון
פארוואס דארף זי עפעס מער

דרשענען און טעקסטען
וואס זוכט זי אויפן אונטערנעט
מילא די מענער האבן תאוות
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:50 pm#8178
Re: ענדרויד
in-Kolel האט געשריבן:אזוי ווי עס איז נאך נישט דא א טעכנילאגיע ווינקל שטעל איך עס אריין אין קאווע שטיבל , דרך אגב קען איך נישט פארשטיין פארוואס מען זעהט אידן אין קאווע שטיבלעך שמועס'נדיג מיט מענטשן און זיי האלטן די קאווע אין איין הענט און אין די אנדערע הענט.... האלטען זיי א סעלפאון! פארוואס?? שמועס'טעך יעצט מיט איינעם! די טוויטער מעססעדזש אז די שטערן איז שוין ארויסגעקומען קען ווארטן אפאר מינוט!

יעצט צום ענין וועלעכע ענדרויד איז די בעסטע ??


שטעלט זיך די פראגע וואס פרעגסטו... ענדרויד קעגן ios? סעמסאנג קעגן htc אדער דרויד? ענדרויד 4 קעגן 2.3? 2.1 קעגן webos?

די ערשטע פראבלעם מיט אנדרויד איז קלאר צו מאכן פון וועלכן די רעדסט. במקום גדולתו שם אתה מוצא ענותנותו. קיינער זוכט דיר נישט צו קאנטראלירן אין די גוגל וועלט, און דעם חלק וועלט האט סטיוו דזשאבס נישט כובש געווען. מילא איז די אויסוואל גאר גרויס. מאך קלאר פון וואס דו רעדסט דערנאך 'עמער רעדן.

בדא"ג ס'איז יעצט ארויסגעקומען א געוואלדיגע ליצנות קליפ פון סעמסאנג אויף עפל. ממש א מחי' צו זען. קוקטס און האט הנאה. m http://youtu.be/t8RgFITKTRk m
פרייטאג אפריל 27, 2012 12:41 am#8185
Re: ענדרויד
אההההה איך געב אויף ! איך האב נישט קיין אנונג פין וואס די רעדסט געהאט ביז יעצט א פשוטע אייפאון פין ר' סטיוון אין דא ווער איך איגאנצן צימישט די מעשה איז איך דארף טוישן קעריער מילא דארף איך א נייע פאון אין דעם היינטיגן וועלט דארף דאס דאך זיין קיל סאו חשבתי ליקח ענדרויד למעשה בין איך אזוי קאנפיוסד אז איך האלט שוין ביים צירוקגיין צי וואס מיין זיידע ע"ה האט געהאט
פרייטאג אפריל 27, 2012 12:48 am#8188
Re: ענדרויד
Ten Reasons You Should Buy an iPhone
1) Because they have rounded edges, so you won't poke yourself.
2) Because the other kids in your high school class have one already.
3) Because you enjoy donating to CISPA every time you pay your bill.
4) Because Steve Jobs said to buy one and he knew everything.
5) Because you love to spend money on a minor upgrade each year.
6) Because you like to laugh at Siri trying to understand your accent.
7) Because you love Instagram and want the authentic experience.
8) Because the 3.5" screen fits your dainty little fingers so well.
9) Because you want to do your part to bring back slave labor.
10) Because you just don't know any better.
פרייטאג אפריל 27, 2012 12:59 am#8189
Re: ענדרויד
דבילה האט געשריבן:
in-Kolel האט געשריבן:אזוי ווי עס איז נאך נישט דא א טעכנילאגיע ווינקל שטעל איך עס אריין אין קאווע שטיבל , דרך אגב קען איך נישט פארשטיין פארוואס מען זעהט אידן אין קאווע שטיבלעך שמועס'נדיג מיט מענטשן און זיי האלטן די קאווע אין איין הענט און אין די אנדערע הענט.... האלטען זיי א סעלפאון! פארוואס?? שמועס'טעך יעצט מיט איינעם! די טוויטער מעססעדזש אז די שטערן איז שוין ארויסגעקומען קען ווארטן אפאר מינוט!

יעצט צום ענין וועלעכע ענדרויד איז די בעסטע ??


שטעלט זיך די פראגע וואס פרעגסטו... ענדרויד קעגן ios? סעמסאנג קעגן htc אדער דרויד? ענדרויד 4 קעגן 2.3? 2.1 קעגן webos?

די ערשטע פראבלעם מיט אנדרויד איז קלאר צו מאכן פון וועלכן די רעדסט. במקום גדולתו שם אתה מוצא ענותנותו. קיינער זוכט דיר נישט צו קאנטראלירן אין די גוגל וועלט, און דעם חלק וועלט האט סטיוו דזשאבס נישט כובש געווען. מילא איז די אויסוואל גאר גרויס. מאך קלאר פון וואס דו רעדסט דערנאך 'עמער רעדן.

בדא"ג ס'איז יעצט ארויסגעקומען א געוואלדיגע ליצנות קליפ פון סעמסאנג אויף עפל. ממש א מחי' צו זען. קוקטס און האט הנאה. http://youtu.be/t8RgFITKTRk


מיט וואס פונקטליך קען מען קאנטראלירן א ענדרויד מער ווי אן אייפאון?
איך האב אן ענדרויד און אן אייטאטש, איך זעה נישט וואס די ענדרויד איז בעסער.
פרייטאג אפריל 27, 2012 1:04 am#8191
Re: ענדרויד
משה רוקח האט געשריבן:מיט וואס פונקטליך קען מען קאנטראלירן א ענדרויד מער ווי אן אייפאון?
איך האב אן ענדרויד און אן אייטאטש, איך זעה נישט וואס די ענדרויד איז בעסער.

לדוגמה, טאמער ווילסטו טוישן דיין אן סקרין קיבאורד אדער דיין טעקסטינג אדער קאנטאקטס עפפ, קענסטו עס טוהן?
פרייטאג אפריל 27, 2012 1:05 am#8192
Re: ענדרויד
איך וואלט געזאגט זאלסט אויסווארטן די גרויסע אסיפה און דערנאך באשלוסן צו דו ווילסט א גרויסע שווארצע מאטאראלע מיט די גראבע בעטערי אויפן דעקל. אדער א נעקסטעל פרי פרי..
פרייטאג אפריל 27, 2012 1:06 am#8193
Re: ענדרויד
ס'איז צרות ווי א בארג.
ווען איך ליין דא פון מיין ענדרויד און ס'איז דא נקודות אויף איין ווארט, קומט די גאנצע שורה אויס פארקערט. איז דא עפעס אן עצה פאר דעם?
פרייטאג אפריל 27, 2012 1:08 am#8194
Re: ענדרויד
געפילטע פיש האט געשריבן:
משה רוקח האט געשריבן:מיט וואס פונקטליך קען מען קאנטראלירן א ענדרויד מער ווי אן אייפאון?
איך האב אן ענדרויד און אן אייטאטש, איך זעה נישט וואס די ענדרויד איז בעסער.

לדוגמה, טאמער ווילסטו טוישן דיין אן סקרין קיבאורד אדער דיין טעקסטינג אדער קאנטאקטס עפפ, קענסטו עס טוהן?

גערעכט. איך האב נישט געכאפט דאס. איך נוץ טאקע נישט די געהעריגע טעקסטינג עפפ און קיעבאורד.
פרייטאג אפריל 27, 2012 1:12 am#8195
Re: ענדרויד
מיין מיינונג אין דעם ענין איז, אז ווער עס קען ענטפערן אויף די פאלגענדע פראגע זאל קויפן אן ענדרויד, און ווער נישט זאל נעמען אן אייפאון.

די פראגע: How do you ping a remote IP address? Answer it without Google
פרייטאג אפריל 27, 2012 1:14 am#8196
Re: ענדרויד
משה רוקח האט געשריבן:ס'איז צרות ווי א בארג.
ווען איך ליין דא פון מיין ענדרויד און ס'איז דא נקודות אויף איין ווארט, קומט די גאנצע שורה אויס פארקערט. איז דא עפעס אן עצה פאר דעם?

עצה: שרייבן אן נקודות, נישטא עפעס אנדערש
פרייטאג אפריל 27, 2012 1:17 am#8198
Re: ענדרויד
אבער אנדערע שרייבן דאך יא מיט נקודות.
פרייטאג אפריל 27, 2012 1:20 am#8200
Re: ענדרויד
מומחה האט געשריבן:מיין מיינונג אין דעם ענין איז, אז ווער עס קען ענטפערן אויף די פאלגענדע פראגע זאל קויפן אן ענדרויד, און ווער נישט זאל נעמען אן אייפאון.

די פראגע: How do you ping a remote IP address? Answer it without Google

מה ענין שמיטה? טאמער קען איך נאר פינגען מיין אייגענע איי פי (localhost) מעג איך אויך האבן א ענדרויד? איך קען א קנאפע פאר יודן וואס קענען נישט די זאכן און באלעקען זיך מיט זייער אייז קרעים סענדוויטשעס.
פרייטאג אפריל 27, 2012 1:33 am#8202
דאס איז ווען איינער פרעגט, אבער אז ער האט עס שוין איז נישט קיין חילוק
פרייטאג אפריל 27, 2012 2:08 am#8207
Re: ענדרויד
איינער וואס ווייסט פון א פילטער אויף א ענדרויד זאל ביטע שרייבן כ׳וואלט געקענט באשטיין צי לייגן א פילטער. איכא דרכא אחרינא.....
פרייטאג אפריל 27, 2012 9:00 am#8214
Re: ענדרויד
מומחה אויב פארשטיי איך דיין תגובה האסטו געמיינט צו זאגן, אויב איינער איז א עדווענסד יוזער זאל ער נעמען א ענדרויד, א סימפל יוזער זאל נעמען דעם אייפאון,
עם איי קארעקט?
פרייטאג אפריל 27, 2012 9:12 am#8216
יא, האסט עס גוט ארויס.
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 1:41 am#230304
לאליפאפ האט געשריבן:איך האב אזא פראבלעם מיטן S4, אז אין פלעי סטאר קען איך נישט דאונלאעדן קיין איין עפפ אדער אפדעיטן ווייל עס קומט ארויף א מעסעדזש אז איך האב Insufficient Storage אויפן טעלעפאן, און דאס איז זיכער נישט די פאל.

קען זיין אז אויפן SD קארטל האסטו ריווח פלאץ, אבער אויפן internal storage האסטו נישט גענוג.

פארדעם קענסטו טוהן אפאר זאכן, אדער קענסטו דאונלאוד אזא מין עפפ וואס זאגט דיר ווער ס'נוצט אויס די מערסטע פלאץ, אדער קענסטו פראבירן מיט איינער פון די move2sd עפפס וואס רוקן אריבער געוויסע חלקים פונעם עפפ צום external סטארידזש.

לאליפאפ האט געשריבן:ווער קען דא העלפן? איך מיין אז @געפילטע פיש וואלט שוין געמעגט אוטאמאטיש באקומען א מעלדונג ווען איינער שרייבט אין דעם אשכול... :lol:

פאר די רייט פרייז...
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 9:07 am#230320
פאלענד ספרינג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז פשט אז כמעט יעדן טאג באקום איך איינס אדער צוויי נאטיפיקאציעס אויף מיין פאון, דהיינו כ'הער אזא קלינג (די DEFAULT רינג, די זעלבע סארט ווי ווען איך קריג א טעקסט), אבער ווען איך נעם אפיר מיין פאון, זעה איך לא מיניה לא מקצתיה לא נגע ולא פגע ולא מידי, גארנישט באווייזט זיך נישט.

מוז זיין עפעס א עפפ פון די בעקגראונד מאכט אים קלינגען און דרייט מיר דעם קאפ, ווי אזוי קען איך פטור ווערן דערפון?


http://www.popsci.com/science/article/2 ... en-it-isnt

http://en.m.wikipedia.org/wiki/Phantom_ ... n_syndrome


דו רעדסט צו מיר? פארשעמסט מיר. כ'לייד נישט פונעם דמיון סינדראם ב"ה.
בכלל וויבראציע מאן דכר שמיה? איך רעד דאך פון א קלינג וואס הילכט אפ אינעם גאנצן צימער!
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 9:22 am#230324
פון וויקיפידיע:
Other terms for this concept include ringxiety (a portmanteau of ring and anxiety),
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 9:40 am#230327
שמעקעדיג האט געשריבן:
פאלענד ספרינג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז פשט אז כמעט יעדן טאג באקום איך איינס אדער צוויי נאטיפיקאציעס אויף מיין פאון, דהיינו כ'הער אזא קלינג (די DEFAULT רינג, די זעלבע סארט ווי ווען איך קריג א טעקסט), אבער ווען איך נעם אפיר מיין פאון, זעה איך לא מיניה לא מקצתיה לא נגע ולא פגע ולא מידי, גארנישט באווייזט זיך נישט.

מוז זיין עפעס א עפפ פון די בעקגראונד מאכט אים קלינגען און דרייט מיר דעם קאפ, ווי אזוי קען איך פטור ווערן דערפון?


http://www.popsci.com/science/article/2 ... en-it-isnt

http://en.m.wikipedia.org/wiki/Phantom_ ... n_syndrome


דו רעדסט צו מיר? פארשעמסט מיר. כ'לייד נישט פונעם דמיון סינדראם ב"ה.
בכלל וויבראציע מאן דכר שמיה? איך רעד דאך פון א קלינג וואס הילכט אפ אינעם גאנצן צימער!

The first step to dealing with mental or emotional issues is to admit that you have them. ;)
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 10:34 am#230337
נו שוין, ומודה ועוזב ירוחם. :roll: :cry:

אינטרעסאנט נאר ווי אלע מיינע ארומיגע זענען געווארן אנגעשטעקט דערמיט, און ווען אימער איך דמיון אז עס גיט א קלינג דרייען זיך אלע אויס פונקט צו מיר און קוקן וואס עס קלינגט דא אין קאפ אריין.
דאס האב איך שוין נישט געוואוסט, זיי שרייבן נישט אין וויקי אז ס'איז קעטשי,
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 11:51 pm#230507
קודם פראביר צו פינפוינטען וועלכע עפפ איז גורם די קלינג, אויב נוצטו די דיפאלט נאטיפיקאציע טאן פאר אלעס דעמאלס מאך א באזונדערע פאר טעקסט, אימעיל, א.א.וו. אזוי וועסטו כאטש וויסן וועלכע מין נאטיפיקאציע ס'איז און וועלכע עפפ איז דאס גורם. ס'קען זיין אז ס'איז א אימעיל וואס קלונגט אבער גייט גלייך אריין אין פאלדער, אמאל קען עפעס זיין ראנג מיט'ן עפפ און דורך דיליט'ן די קעש אדער נאכאמאל אינסטאלירן וועט עס פארראכטן ווערן.
זונטאג אקטאבער 26, 2014 6:04 pm#230605
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז פשט אז כמעט יעדן טאג באקום איך איינס אדער צוויי נאטיפיקאציעס אויף מיין פאון, דהיינו כ'הער אזא קלינג (די DEFAULT רינג, די זעלבע סארט ווי ווען איך קריג א טעקסט), אבער ווען איך נעם אפיר מיין פאון, זעה איך לא מיניה לא מקצתיה לא נגע ולא פגע ולא מידי, גארנישט באווייזט זיך נישט.

מוז זיין עפעס א עפפ פון די בעקגראונד מאכט אים קלינגען און דרייט מיר דעם קאפ, ווי אזוי קען איך פטור ווערן דערפון?


איך האב געהאט די זעלבע שאלה, ביי מיר איז עס די וואויסמעיל, א פרישע וואיסמעיל ווייזט גארנישט אויפן סקרין נאר אינעם באר.
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:06 pm#232150
איך האב אפאר קשיות צו פרעגן און איך האף אז דער עולם דא וועט מיר קענען ענפערן.

מיין חבר טראגט מיר אן אפצוקויפן פון אים זיין געלעקסי עס 4, עס איז זייער א גוטע פרייז, אבער עס איז גענוצט. ער האט עס מיר געבארגט צו נוצן פאר אפאר טעג צו זעהן צו איך וויל עס. אבער איך ווער צופלאצט פון דעם, ווייל ער האט טאקע ארויסגענומען זיינע קאנטאקטס, אבער זיין היסטארי איז דארט געבליבן און ער ווייסט נישט וויאזוי עס אויסצומעקן.

יעדעס מאל איך הייב אן צו טייפן עפעס, געט ער מיר אפשענס פון ווערטער וואס ער האט געשריבן, נעמען וואס ער האט גענוצט. און אזוי אויך אין דעם עפפ סטאר, יעדעס מאל איך עפן עס און לייג נאר אריין א אות קומט גלייך ארויף זיינע סערטשעס וואס ער האט געמאכט. וויאזוי ווער איך פטור פון די זאכן. וויזוי מעק איך אויס די אלע ווערטער וואס ער האט ארייגעטייפט דארט, און אויך די היסטארי פון זיין עפפ סטאר.
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:07 pm#232151
אויך וויל איך וויסן וועגן א פילטער, איך וויל אריינלייגן א פילטער, וועלכע איז גוט, וועלכע איז די בעסטע, וואס טיען די פארשידענע מינים פילטערס?
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:10 pm#232153
אויב ווילסטו פטור ווערן פון אלעם אלטן און אנהייבן פון דאסניי, קענסטו גיין צו סעטינגס און ריסעטן דעם פאון.
פילטערס פאר ענדרויד איז נישט אזוי גרינג ווי אויפן אייפאן, מען קען לייגן דעם K9 בראוזער, מען קען אינגאנצן אפשפארן דעם בראוזער, פאר מער דרוקט TAG.
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 12:27 am#238218
מאדנער פאראדאקס. גוגל און עפל פרובירן לעצטנס איבערשטייגן איינער דעם צווייטן מיט די נאטיפיקאציעס - ד.ה. אז מען זאל קענען טאן מער פונקציעס ביי א נאטיפיקאציע, אן דעם וואס מען זאל מוזן אריינגיין אינעם עפפ זעלבסט, ווצב"ש רעפלייען אויף א טעקסט אדער אימעיל. דעריבער איז מיר א פלא אז ענדרויד האט לעצטנס פארלוירן א נוצבארע פונקציע. ביז נישט לאנג צוריק ווען איך בין געווען אויף א קאל און איך האב געעפנט דעם נאטיפיקאציע סענטער, איז אונטער דעם קנעפל פון "ongoing call" געווען א רויטע באר מיט די אפציע פון "end call", אבער לעצטנס איז עס מער נישטא! איך קען מער נישט ענדיגן א קאל דורך די נאטיפיקאציע צענטער. עס מאכט מיר נערוועז.
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 12:36 am#238219
קויף אייפאון
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 12:40 am#238224
אויף מיין פאון אויב האלט מען די ongoing call notification פאר א סעקונדע צווי, און מען שלעפט אראפ. קומט ארויף די ענד קאל.
מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:56 pm#246643
אין מיין אלטמאדישן פארצייטישן טעלעפאן האב איך געהאט א "SEARCH" פיטשער וואס האט אדורכגעזוכט דעם גאנצן פאון פאר א געוויסע ווארט. למשל כ'האב געזוכט דעם ווארט MOSHE האט עס אדורכגעזוכט די קאנטאקטס, טעקסט, נאטיצן, וכדו', און מיר געגעבן א רעפארט וואו אימער דער ווארט געפינט זיך אויפן פאון – ענליך צו א סוירטש אין ווינדאוס.

ווי אזוי קען איך טון אזא זאך אין אנדרויד? כ'האב למשל 2,000 בילדער, כ'וויל עפעס זוכן, איז פאראן א סערטש פיעטשער??
מיטוואך יאנואר 07, 2015 4:22 pm#246647
לייג אריין די ווארט וואס דו זיכסט אין גוגל סירטש. און אינטן קען מען scroll'in פון רעכטס צו לינקס אפציעס. די לעצטע אפטציע איז סירטש פאון.
מיטוואך יאנואר 07, 2015 4:40 pm#246659
יעצט זעה איך אז עס ארבייט נאר פאר עפפס און קאנטאקטן.
די עפפ סירטשט אלעס אלעס אלעס!
m https://play.google.com/store/apps/deta ... everything m
מיטוואך יאנואר 07, 2015 7:06 pm#246715
אייגענטליך בין איך גוט צודרייט - כ'האב פלעין פארגעסן פונעם עפפ וועלכע איך נוץ שוין יארן:
ES file explorer
דינסטאג מערץ 03, 2015 4:20 pm#256940
איז פאראן א וועג צו מאכן "UNDO" אויף א סעלפאן? (אנדרויד, עפל).
צב"ש כ'האב אויסגעמעקט א פאראגראף מיט טעקסט. אויפן קאמפיוטער מיט איין דרוק קאנראל+Z איז עס דא צוריק.
קען מען דאס טון מיט א פאון?
דינסטאג מערץ 03, 2015 4:57 pm#256945
זונטאג מערץ 15, 2015 12:00 am#258569
וויאזוי מאכט מען די פאון זאל נאר ווייבעררעטן ווען איך באקום א אימעיל?
זונטאג מערץ 15, 2015 12:30 am#258587
װעלכע פאון האסטו?
זונטאג מערץ 15, 2015 12:38 am#258595
samsung galaxy
זונטאג מערץ 15, 2015 12:56 am#258600
Open on the Samsung Galaxy S5 from the home screen the menu and then the settings. Within the settings tap now "Sound". Scroll all the way down to the section "Samsung applications". Here you see a entry called "email". Tap on the entry and then select the e-mail account or e-mail address for which you want to enable vibration. Then you can set the notification settings.

Set a hook in the checkbox "Vibrate" to activate the vibration for new incoming e-mails on your Samsung Galaxy S5. That's it. Every time you now get a new e-mail on the Samsung Galaxy S5, vibration is activated in addition to the message tone.
זונטאג מערץ 15, 2015 1:27 am#258606
מיין LG סקרין פריזט לעצטענס בשעת פאון קאלס איך קען נישט דריקן קיין קנעפלעך און אויך נישט אראפלייגן איך מוז ארויסנעמען די בעטערי... איינער מיט עפעס אן עצה?
זונטאג מערץ 15, 2015 1:39 am#258609
ישר כח ר' פיטער, פארן פרובירן צו העלפן, איך האב נאך די t5nn. מאדעל וואס האט נישט די אפשען ביי סאונד,