ענדרויד
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
96 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 471 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #491
זונטאג מערץ 15, 2015 2:22 am#258619
@גראדעמעכעלע דו מײנסט דער פאון?
א לינק צי/פאר די מעניועל. (אויב דו דארפסט עס)
m http://downloadcenter.samsung.com/conte ... _F1_AC.pdf m
go to page 131.

זונטאג מערץ 15, 2015 10:39 am#258639
ריכטיג האט געשריבן:מיין LG סקרין פריזט לעצטענס בשעת פאון קאלס איך קען נישט דריקן קיין קנעפלעך און אויך נישט אראפלייגן איך מוז ארויסנעמען די בעטערי... איינער מיט עפעס אן עצה?
זונטאג מערץ 22, 2015 11:26 am#260422
קראום האט ארויסגעגעבן א גרויסע אפדעיט מיט פארשידענע דברים טובים, אייניגע סייז אותיות איבער פורומס (אזוי זעהט מיר אויס), עס נוצט 50 פראצענט ווייניגער דאטא, און שלעפט אראפ דעם פעידזש צו ריפרעשען, ועוד ועוד.
זונטאג מערץ 22, 2015 1:13 pm#260452
די חלק פון ריפרעשן די בלאט איז גאר גוט. די צעשפרייטע גרויסע אותיות קריכט אבער אויף די געהירן.
דאנערשטאג אפריל 16, 2015 2:06 am#266561
Re: ענדרויד
קענסט טרעפן דיין פארלוירנע פאון דורך גוגל
The Next Web: Lost your Android phone? Now you can just Google its location. m http://google.com/newsstand/s/CBIw_aeKniE m

דאנערשטאג אפריל 16, 2015 6:27 am#266574
Re: ענדרויד
נולד מאוחר האט געשריבן:קענסט טרעפן דיין פארלוירנע פאון דורך גוגל
The Next Web: Lost your Android phone? Now you can just Google its location. http://google.com/newsstand/s/CBIw_aeKniE
ס'וועט נאר ארבעטן אויב דו בוזט אריינלאגירט אינע'ם זעלבן גוגל אקאונט סיי אויפ'ן פאון בראוזער און סיי אויפ'ן קאמפיוטער וואו דו זוכסט עס. משא"כ די געהעריגע אלטע וועג.
מיטוואך יוני 10, 2015 6:18 pm#281917
אשפוך שיחי,
איך בין כידוע אלץ געווען מער אויף ענדרויד זייט צוליב זייערע מעלות איבער עפל. אבער עס קוקט אויס ווי צייטן בייטן זיך. עפל ווערט צעביסלעך בעסער, און כאטש אסאך שריט טוען זיי מיט בושה בלויז "בלית ברירה" ווייל דער עולם איז עקסייטעד מיט אנדרויד, איז אבער דער אונטערשטע שורה אז זאכן ווערן בעסער און גרינגער, און מיט דעם אנומעלט-אנאנסירטן iOS 9 גייען זאכן ווערן נאך בעסער.
בשעת ענדרויד ווערט גארנישט בעסער.... יא, אודאי איז דא יעדן טאג אסאך אפדעיטס, אבער ס'רוב איז שטותים והבלים, מען האט ארויסגעגעבן דעם נייעם אנדרויד 5.0, די גרעסטע חידוש דערפון? מאטעריאל דעזיין... און אלע עפפס אפדעיטן זיך כדי צו קענען זיין קאמפעטיבל דערמיט און האבן אן ענליכן אויסקוק.. טאקע פונקט דאס האט מיר געקוועטשט. גוגל טוט כסדר ענטפערן קשיות וואס קיינער האט נישט געפרעגט. טיילמאל מאכן זיי מער שאדן ווי נוצן. כהאב ממש באקומען א געוויסע אבשיי פון גוגל, לענ"ד קוקט מיר אויס ווי זיי האבן פארלוירן טאטש מיט די פשוט'ע מענטשהייט.
כ'וועל נישט אוועקנעמען קרעדיט פון זייערע גוטע זאכן, אודאי איז עס נישט אזוי שווארץ ווי איך לייג עס אראפ. פארט ווען מען לייענט כסדר איבער די אפדעיטס וואס גוגל און עפל שטעלן צו, קען מען זיך נישט העלפן נאר שפירן אז עפל איז מער אינטרעסירט צופרידנצושטעלן זייער קאנסומער באזע – א זאך וואס מוז לשבחם ארויסגעברענגט ווערן אז זיי האבן זיך געטוישט פון זייער גאוה'דיגער שטעלונג אין די בראשית יארן – און גוגל נישט.
עפל האט ביים לעצטן אייפאן ענדליך נאכגעגעבן א לאנג-ערווארטעטער גרעסערן סקרין. 4.7 אינטשעס איז ממש פערפעקט פאר מיר און רוב מענטשן. אויב איינער וויל גאר א גרויסע, קען ער נעמען דעם פלאס, וואס איז ריזיג. ווייטער די ענדרויד פאונ'ס (און דא קען איך נישט פוינטן פינגער'ס דייקא אויף גוגל, נאר ענדערש צו די פאון מאנופעקטשורערס) האבן זיך גענומען פאר א מינימום צו ערצייגן בלויז 5.1 אדער 5.2 אינטשעס, עפעס וואס איז צו גרויס פאר רוב מענטשן. מען קען זיך שווער באנוצן מיט איין האנט אויף אזעלכע גיגאנטישע פאונס. צומאל ווארפן זיי צו א ביינדל מיט א "מיני" ווערסיע, אבער געווענליך שניידן זיי די פראסעסאר, סקרין רעזאלושען און קעמרע צו האלב פון די פלעגשיפ'ס זייערע. אזוי אז ס'איז גארנישט ווערד. בכלל מעג זיך שוין ענדיגן די רייץ פון די אבנארמאלע הויכע-רעזולוציע סקרינ'ס. 1080p איז איבער גענוג, העכער דעם איז ממש ווערדלאז, האט נישט קיין שום בענעפיט, נאר חסרונות. עס סאקט בעטערי ווי א חזיר, און געוויסע זאכן אויף וועבסייטס און אנדערע עפפס קומט אויס אדער צו קליין אדער בלורי. די אייפאונ'ס רעטינא רעזאלוציע איז פונקט גוט.
גוגל צווינגט אויך ארויף געוויסע זאכן אויף זייערע פאונס. דאס ערגסטע האט מיר פארדראסן לעצטנס אז געוויסע עפפס (ווי הענגאוט'ס) האט עד'ס נאכן ענדיגן טשעטן. א מין משוגעת!! פוץ ארויס פון דא!
איך האב שוין אויבן געשריבן אז א UNDO פונקציע איז שרעקליך וויכטיג. ממש כ'קען נישט פארשטיין ווי אזוי דאס זאל נישט זיין א טאפ-פריאריטעט, עס איז לכאורה א קלייניגקייט אריינצוריקן אזא פונקציע אינעם סיסטעם. וויפיל מאל מעק איך בטעות אויס א פאראגראף און איך וויל דרוקן קאנטראל-Z אבער איך קען נישט מער ווי האקן דעם פאון אין וואנט און זיך בייזערן.
אסאך מאל מאכט זיך מיר אומפאראויסגעזעהענע פראבלעמען. ווען איך גיב א סורטש אויף גוגל, זעה איך אז הונדערטער מענטשן ליידן פון די זעלבע. אבער גוגל איגנארירט דאס אלעס. צב"ש לעצטע וואך האט זיך מאיזה סיבה נישט געקענט שיקן א טעקסט מעסעדזש, אוי וויפיל מאל איך האב באקומען דעם נאטאפיקאציע "message not sent". אפגעזעהן וויפיל מאל איך האב אים פארשיקט, איז עס געווען א משלחת וחוזרת, אן קיין אפציע פון איגנארירן אדער קענסלען דעם מעסעדזש. אנליין האב איך געזעהן וויפיל חברה ליידן דערפון.
פארוואס זאל גוגל נישט האבן א פלאץ ווי מענטשן קענען אויסדרוקן זייערע קאנסערנ'ס און געבן איידיע'ס און עצות צו פארבעסערן זייערע פראדוקטן, אזוי ווי מייקראסאפט טוט לעצטנס? דאס גליק האט מיר באטראפן מיט OFFLINE מעפס, אדער מיט די נייע פונקציע "tap to search" אין קראום, און נאך אזעלכע אומגעבעטענע טובות. ביטע, גוגל! איך האף אז דו לייענסט דא (דו קענסט דאך טרענסלעיטן פון אידיש...), הער שוין אויף מיט דיין ב"ש, טו שוין צו דער זאך!!

מיטוואך יוני 10, 2015 8:26 pm#281940
Re: ענדרויד
זעיט אויס אז טאקע פאר דיר האט עפל יעצט ארויסגעגעבן די נייע עפפ וואס קען טרענספערן אלע דעיטע פון אנדרויד צו עפל
פרייטאג יוני 12, 2015 2:59 am#282244
העי, בארעד נישט מיין טייערע גוגעלע, דו באלעקסט דיך מיט זייער סירטש ענדשעין, מינוטלעך? יוטוב ראקט אוועק, נישטא זאנס גלייכען? קאם אן, האסט נישט געטראפען וועם בעסער אראפצורייסן,
בד"וו האסט פרובירט די נעקסוס, די איינציגסטע טעלעפאון וואס זיי אליין פאבריצירען, סגארנישט אזוי שלעכט, דאס אז אנדערע טעלעפאונס ארבעטען נישט אזוי גוט מיט זייער סופטוועיר קענסטו זיי נישט בלעימען, אוודאי ווען די קאמפאני אליין מאכט ביידע סיי די סאופטוועיר סיי די הארדוועיר, אזוי ווי עפל, וועט עס בעסער קלאפען
קוק אויף די קראום עפפ אויף ענדרויד, סאיז צו קושן, לעצטענס אפדעיטס איינס בעסער פונעם צווייטען, עפלס סאפארי קען זיך באגראבען דערפאר

פרייטאג יוני 12, 2015 8:23 am#282257
די נעקסוס? א 6 אינטשיגע סקרין? טענקס באט נאו.
פרייטאג יוני 12, 2015 8:26 am#282258
דערמאנסט מיך פון די חברה וואס ווען מען האלט זיי פאר איבער מאלעסטעישאן און אנדערע עוולות אינערהאלב די קאמיוניטי, זאגן זיי, האסט נישט געטראפן אויף וועמען צו רעדן? ביסט זיך נישט מחיה מיט הצלה, חברים, שומרים, תומכי שבת? דו ווייסט אויף וועלכע קאמיוניטי דו רעדסט? והבן....
זונטאג יאנואר 24, 2016 7:33 pm#318825
איך זיך א גוטע קלאוד בעיסד נאוטבוק וואס איך זאל קענען ניצן פון ענדרויד און פונעם קאמפיוטער, איך האב גענוצט OneNote אבער ווען איך שרייב לה''ק אויפן ענדרויד קומען אויס די ווערטער פארקערט,
Evernote ארבעט יא גוט מיט לה''ק אבער איך זעה אז כדי צו קענען האלטן נאוטבוקס אפליין מוז מען צאלן דערפאר,
ווייסט איר עפעס בעסער?

מיטוואך אפריל 06, 2016 9:54 pm#328020
כ'זעה אז קאהאן אקעדעמי האט ענדליך ארויסגעגעבן אן עפפ פאר ענדרויד.
מיטוואך אפריל 06, 2016 11:18 pm#328042
Re: ענדרויד
שמעקעדיג, איךהאב מיר איינגעהאנדעלט די נייע LG 5 עס איז ממש ווינדערבאר, עס האט פילע מעלות מער ווי די S7 וואס איז אויך ארויס פון סעמסאנגס געדערם, עס איז גיט אבער היות עס האט נישט די אפציע םון וועקסלען בעטאריס האב איך זיך געמיזט אפשאקלען דערפון. למעשה פארמאגט די LG אסאך מעלות, דהיינו עס האט א ווייד ענגלעל לענז וואס כאפט בילדער פון ממש 135 דעגרי, אויך אוועקסלבארע בעטארי.
Sent from my VS987 using Tapatalk
Sent from my VS987 using Tapatalk
מיטוואך אפריל 06, 2016 11:36 pm#328050
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 11:31 am#328143
Re: ענדרויד
ונבנתה העיר האט געשריבן:כ'זעה אז קאהאן אקעדעמי האט ענדליך ארויסגעגעבן אן עפפ פאר ענדרויד.
כניץ עס, אבער איך זע נאר דארט די ווידיאוס, מקען דארט פרעקטיסן אויך?
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 12:37 pm#328182
כ'קען זיך נישט אויס מיט'ן פרעקטיסן, מאך אבער זיכער אז דו האסט די אפיציעלע עפפ.
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 12:47 pm#328185
פליקער האט געשריבן:שמעקעדיג, איךהאב מיר איינגעהאנדעלט די נייע LG 5 עס איז ממש ווינדערבאר, עס האט פילע מעלות מער ווי די S7 וואס איז אויך ארויס פון סעמסאנגס געדערם, עס איז גיט אבער היות עס האט נישט די אפציע םון וועקסלען בעטאריס האב איך זיך געמיזט אפשאקלען דערפון. למעשה פארמאגט די LG אסאך מעלות, דהיינו עס האט א ווייד ענגלעל לענז וואס כאפט בילדער פון ממש 135 דעגרי, אויך אוועקסלבארע בעטארי.
די איינציגסטע עכטע מעלה איז די טשעינזעבל בעטערי (וועלכע איז א טראפעלע שוואכער ווי די S7 פון סעמסאנג), אבער די S7 האט גענוג א שטארקע בעטערי אז רוב מענטשן זאלן קענען אדורכמאכן דעם טאג (מיט א שמוץ אריבער) אן טשארדזשן. (הגם מיט די צייט וועפט אויס די שטארקקייט, אבער די שנעלע טשארדזשער איז א לייף סעיווער).
די ווייד-ענגל קעמרע פון וואס דו רעדסט (עס פארמאגט 2, א רעגולער + א ווייד ענגל) דארפן 99% מענטשן נישט האבן, חוץ די וועלכע כאפן בילדער ביי רבי'שע שמחות און ווילן נאר א "טייל" פונעם עולם אויף אמאל. און די קוואליטעט פון די בילדער - כאטש עס איז פון די בעסטע אויפן מארקעט - איז נאך אלץ נישט ביי דער מדריגה פונעם גאלעקסי S7.
איך פערזענליך גלייך נישט קיין גרויסע טעלעפאנ'ס, און די 5.1 אינטש פונעם גאלעקסי איז אביסעלע גרעסער ווי איך גלייך, און די LG G5 איז דאך 5.3, שוין מער ווי אביסל צו גרויס פאר מיינע קליינע הענטעלעך.
האבענדיג דאס געזאגט, איז קלאר אז די LG G5 איז א אויסגעצייכענטער פאון, און אפילו ביי די קריטיקירער וואס גלייכן דעם גאלעקסי בעסער, איז די G5 נעקסט אין ליין, עס איז כמעט ביים שפיץ. פלאס וואס די LG סאפטוועיר האט אפאר מעלות און פיטשעווקעס וואס די גאלעקסי פארמאגט נישט.
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 1:09 pm#328191
יא גערעכט, איך ניץ טאקע מיין סעלפאון נאר ביי רעבישע שמחות, כדי ארויסצינעמען רעבישע אויגן, שפעצייל ביי די וועלכע קומען פונעם עולם האמת פאר די בליץ באזיך.
איך פלעיג איבערדרייען 3-4 בעטאריס יעדען טאג, דעריבער האב איך מיך נישט געקענט איינבייגן פארדי געלאקסי עס 7 און געמיזט זיך לאזן שמייסן מיט די עלז'

דאנערשטאג אפריל 07, 2016 1:22 pm#328195
וואס די גיהנם קען מען טאן מיט א פאון צו ברויכן איבערדרייען בעטעריס 3-4 מאל א טאג? כ'האב נאך אזוינס נישט געהערט. א חוץ אויב דיין פאון איז שוין אלט 5 יאר און דו נוצט נאך די זעלבע בעטערי פון דעי וואן. בעטערי'ס ווערן אפגענוצט מיט די צייט.
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 1:55 pm#328198
כ'קען עפעס אריין פרעגען? מ'הערט מיר? איך דארף נאר וויסן וועלכע פאון האט די 'קלארסטע' קעמערע.
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 1:07 pm#328201
פליקער האט געשריבן:שמעקעדיג, איךהאב מיר איינגעהאנדעלט די נייע LG 5 עס איז ממש ווינדערבאר, עס האט פילע מעלות מער ווי די S7 וואס איז אויך ארויס פון סעמסאנגס געדערם, עס איז גיט אבער היות עס האט נישט די אפציע םון וועקסלען בעטאריס האב איך זיך געמיזט אפשאקלען דערפון. למעשה פארמאגט די LG אסאך מעלות, דהיינו עס האט א ווייד ענגלעל לענז וואס כאפט בילדער פון ממש 135 דעגרי, אויך אוועקסלבארע בעטארי.
Sent from my VS987 using Tapatalk
די סעמסאנג S7 איז ביזדערווייל די שנעלסטע ענדרויט מאשין וואס איך האב נאר געהאלטן אין מיין הענט. איך וויל דיר נישט אנרייצן, אינדזשוי דיין LG5, איך בין זיכער עס האט אסאך מעלות. אבער די S7 איז עפעס וואס פאסט נישט פאר די ענדרויט פלאטפארמע, אדער סעמסאנג פאמיליע. אנדערש ווי פריערדיגע פלעסטיג מאדעלס (חוץ די S6) פארמאגט די S7 א מעטעל פרעם, און א SD סלאט. די פאון איז סופער שנעל און ריספאנסיוו, און די בעטערי איז אויך עפעס זעלטן. ווילאנג די רייוועלס וועלן זיך רייסן ביי די קעפ וועלן מיר נאר פארדינען.
עס איז דא פיטשערס וואס סעמסאנג האט אראפגעווארפן (זעט אויס זיי זעען עס איז גארבעדזש) צב"ש: סקראלן פעידזשעס מיט די אויגן. אדער MUTE א קאל ווען מען waved די הענט העכער די דעווייס. מיט די זאכן גייט סעמסאנג אויף צוריק. קיינמאל טאר מען נישט אראפנעמען א פיטשער פון א פריערדיגע מאדעל.
צווייטענס גייט א גענערעל פראבלעם פאר די ענדרויט פלאפארמע - ווען אימער דו באקומסט א נאטיפיקעשען, דארפסטו אנצינדן דיין פאון עס צו ליינען. עס איז מאדנע פארוואס די נאטיפיקעשען צינד נישט אן די פאון.
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 2:03 pm#328213
סעמסאנג האט אראפגעווארפן געוויסע פיעטשורס פון זייערע פאונס לויט די פארלאנג פון די קאסטומערס וואס ווילן דעם פאון מיט ווייניגער 'אומנויטיגע גארבעדזש' וואס נעמט אויף פלאץ, אבער זיי זאגן אז די אלע זאכן זענען אוועילעבל צו דאונלאודן.
די גאלעקסי S7 האט דערווייל די בעסטע קעמרע אויפן מארקעט, לויפט די שנעלסטע, און האט די שענסטע סקרין. די LG G5 האט אויך א הערליכן סקרין כמעט אזוי שיין ווי די גאלעקסי, איז אויך גאר שנעל, אבער אין שנעלקייט און אין פיקטשער קוואליטי איז עס א סטעפ ביהיינד, נישט אז עס איז שלעכט, בכלל נישט, און נישט יעדער מוז האבן די סאמע בעסטע און שנעלסטע, רוב צייט כאפט מען עס ניטעמאל. די אייפון קעמרע איז פארט בעסער ווי דעם LG. און די אייפאון סקרין קען נוצן א שטיקל אפדעיט מיט די רעזאלוציע.

דאנערשטאג אפריל 07, 2016 3:46 pm#328235
פרייוויליג האט געשריבן:אינדזשוי דיין LG5, איך בין זיכער עס האט אסאך מעלות. אבער די S7 איז עפעס וואס פאסט נישט פאר די ענדרויט פלאטפארמע, אדער סעמסאנג פאמיליע. אנדערש ווי פריערדיגע פלעסטיג מאדעלס (חוץ די S6) פארמאגט די S7 א מעטעל פרעם, און א SD סלאט. די פאון איז סופער שנעל און ריספאנסיוו, און די בעטערי איז אויך עפעס זעלטן.
די LG האט אויך מער נישט קיין פלעסטיג נאר מעטאלענע פרעימ'ס (כאטש נישט אזא קוואליטעט ווי סעמסאנג), ווי אויך האבן זיי אייביג געהאט א SD קארד סלאט, בנוסף האבן זיי די בעטערי וואס מען קען טוישן.
די G5 איז ענדליך פטור געווארן פון די קנעפלעך אויפן רוקן פונעם פאון, און געלייגט אין די זייטן גענוי ווי די אנדערע פראדוצירער, זיי זאגן אז די קאסטומער פידבעק האט דאס פארלאנגט.
בכל אופן, עס איז פאראן מערערע אשכולות איבער די פאונ'ס, דער אשכול איז מער געווידמעט פאר די סאפטוועיר פון ענדרויד.
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 3:51 pm#328238
זיי זענען נאר פטור געווארן פון די וואליאם קנעפל פונעם ריקן און ציריק געלייגט צים זייט
אבער דעםאנצינדער האבן זיי נאך אלס ביים ריקן מיט פינגער פרינט רידינג שלא לכנוס את מי שאין לו רשות, און איז זייער באטעםט, ווייל מען ברויך נאר צורירן באותו מקום און עס צינט זיך אינטער, און אפילו נישט אריין דריקן כמו ביים ענדרויד

דאנערשטאג אפריל 07, 2016 4:05 pm#328241
ווער האט א בעסערע קעמערע, די s6, אדער די איפאון 6? און איז דא נאך א פאון וואס קען זיך פארמעסטן מיט זיי? (אפשר htc)
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 5:14 pm#328247
די S6 און די אייפאן 6 זענען גאנץ ענליך, אבער ביי פארשידענע טעסטס איז איינס געווען אביסל בעסער ווי די אנדערע, אמאל די און אמאל יענע, אבער לכו"ע זענען זיי געווען די 2 בעסטע, ביז דעם נייעם S7.
HTC מאכט הערליכע פאונ'ס; אנפארטשונעטלי אין די קעמרע דעפט. זענען זיי זייער הונטערשטעליג![וויינט אדער זייער טרויעריג :cry:]()
HTC מאכט הערליכע פאונ'ס; אנפארטשונעטלי אין די קעמרע דעפט. זענען זיי זייער הונטערשטעליג
דאנערשטאג אפריל 07, 2016 5:15 pm#328248
פליקער האט געשריבן:מען ברויך נאר צורירן באותו מקום און עס צינט זיך אינטער
אוי כאפסטו באלד א פליקער.
מיטוואך אפריל 13, 2016 12:01 pm#328987
PC WORLD איז אויך נישט זייער צופרידן פון די LG G5
m http://www.pcworld.com/article/3055197/ ... y-off.html m

מיטוואך יוני 15, 2016 6:04 pm#337860
וואס איז די בעסטע בחינם'דיגע פילטער פאר ענדרויד סמארטפאון?
מיטוואך אוגוסט 03, 2016 5:44 pm#344452
די נייע "גוגל קיבאורד"
וואס קען מען שוין שרייבן פון א קיבארד? מען דרוקט סך הכל קנעפלעך און עס טייפט, ניין? טעות! קיבארדס פאר ענדרויד זענען שוין היינט שטארק פארגעשריטן. ביז א שטיק צייט צוריק האב איך נישט געגליכן גוגל'ס אייגענע קיבאורד, נאר גענוצט דריטע-פארטי קיבאורד'ס צוליב פארשידענע סיבות; אבער רוב פון די סיבות זענען לעצטנס מער נישט פעליג, גוגל האט מיט די לעצטע אפדעיט (ארום 2 וואכן צוריק) אריינגעלייגט שטארקע כוחות צו ברענגען די קיבאורד צו איינע פון די סאמע בעסטע קיבאורדס וואס איז נאר פארהאן אויף ענדרויד, און ס'בלייבט כמעט נישט איבער קיין אויסרייד פארוואס צו נוצן א צווייטע. כאטש עס פארבלייבט נאך פלאץ פאר תיקונים.
לאמיר אדורכגיין די בעסטע פונקציעס, רוב פון וועלכע איר האט מסתמא נישט געוואוסט.
יעדער איז געוויס באוואוסטזיניג צום פאקט אז מען קען "סווייפן", סיי ענגליש און סיי אידיש/לשה"ק. רוב מאל דארף מען ניטעמאל ענדיגן דאס גאנצע ווארט! כידוע טוט דאס שטארק פארגרינגערן און פארשנעלערן דאס טייפן. בפרט מיטן אויטא-קארעקט וואס העלפט ארויס מתקן זיין די טעויות הדפוס (חוץ ווען נישט..) ביז די לעצטע אפדעיט פלעגט גוגל אונטערשטרייכן א רויטע ליניע אונטער א נייע אומבאקאנטע ווארט, און מען האט דאס געקענט מעניועלי צולייגן צום "יוזער דיקשאנערי" צו סעיוון פאר קומענדיגע מאל. מיטן לעצטיגן אפדעיט וועט גוגל זיך אליינס לערנען די ווערטער שטילערהייט אין די בעקגראונד, אן מוזן דרוקן "add to dictionary". פארשטייט זיך אז מען קען אלעמאל אראפנעמען א נישט-ריכטיג ווארט וואס איז בטעות אריינגעפאלן. א נייע גרינגע וועג צו פארמעקן אן אומריכטיג געסעיווטע ווארט, איז לאנג-פרעס (האלט אן לאנג) דעם אומריכטיגן ווארט, און שלעפ עס ארויס פון די ליסטע, און עס וועט אריינפאלן אין שאול תחתית.
ביז היינט, אויב האט איר געשריבן א נייע ווארט און דער אויטא קארעקט האט עס געטוישט צו עפעס אומפאסיג, האט איר געקענט דרוקן "בעקספעיס" און גוגל האט כאילו 'חרטה געהאט' פון זיין תיקון און צוריקגעלייגט וואס איר האט געטייפט. אבער דאס האט געארבעט נאר תוך כדי דיבור; אויב האט איר שוין געדרוקט נאך א אות נאכדעם, איז געווען פארפאלן. דער אריגינעלער ווארט איז פארשוואונדן במקום אשר לא יזכרו ולא יפקדו. מיטן נייעם אפדעיט, קענט איר סיי ווען אימער קליקן אויף די 'פארראכטענע' ווארט צוריקצוברענגען אייער אריגינעלע ווארט, עס וועט ערשיינען צווישן די ליסטע פון תיקונים. דאס איז א געוואלדיגע תיקון וואס איז געווען (עכ"פ ביי מיר) איינע פון גוגל קיבאורד'ס גרעסטע חסרונות.
דער יוזער דיקשאנערי – ד.ה. די אלע ווערטער וואס דער גוגל קיבאורד לערנט זיך צו מיט דער צייט, ווערט געסעיווט אין א פייל. גוגל האט אצינד צוגעלייגט דעם אפציע "סינק עקראס דעווייסעס". דהיינו, אויב האט איר עטליכע טעלעפאנען, טאבלעטן, אדער קויפט איר א נייעם פאון, מוז מען נישט גיין איבערלייגן די אלע ווערטער פון דאסניי, נאר די דיקשאנערי ווערט כמו- יוניווערסל פאר אלע דעווייסעס אונטער דיין אקאונט.
נאך א געוואלדיגע מעלה איז צוגעקומען אז מען קען רוקן דעם קארסור דורכ'ן ספעיסבאר, און לאמיך עקספלעינען. איינע פון די גרעסטע ציין ווייטאג בשעת'ן טייפן אויף א סקרין, איז צו קענען אנשטעלן דעם קארסור גענוי אויף א געוויסן פלאץ. צב"ש איר האט געוואלט שרייבן דעם ווארט "ראובן", און בטעות געשריבן "רובן", יעצט ווילט איר צולייגן דעם א' צווישן דעם ר' אונעם ו'. פרוביר אהינצושטעלן דעם קארסור, גוד לאק! קענסט קליקן אבער דער קארסור (מלשון curse) איז לכאורה פארשאלטן געווארן נאך מששת ימי בראשית אז ער וועט שטענדיג גיין מיט עטליכע אותיות אפגערוקט רעכטס אדער לינקס, איבעראל נאר נישט ווי מען ברויך. קראכן זאלסטו! אצינד האט גוגל געמאכט א פונקציע אז מען קען סווייפן אויפן ספעיס-באר, אויב סוויפסטו רעכטס, וועט זיך דער קארסור מיטרוקן רעכטס; וכן לינקס. עס איז געוואלדיגע הילף בשעת מען איז אין טראבל מיט דעם קארסע"ר און די געדולד האלט אט אט ביים פלאצן.
וואס טוט זיך אויב איר ווילט טייפן אפאר אותיות אין קעפס? למשל NY? קענט איר סווייפן פונעם SHIFT קנעפל ביז דעם אות, און דער אות ערשיינט בגדול.
ווילסט אויסמעקן מערערע ווערטער? סווייפ פונעם X, דער DEL קנעפל.
נאך א חידוש אין די נייע אפדעיט איז אז איז פאראן די אפציע צו האבן קליינע סימבאלן העכער יעדע אות, וואס מען קען נוצן דורך לאנג-דרוקן דעם קנעפל (א זאך וואס רוב אנדערע קיבאורדס האבן שוין געהאט יארן). זעה בילד.
גוגל'ס קיבארד פארמאגט נאך נישט קיין עקסטערע רייע אויבן פאר נומבערס – א זאך וואס אנדערע האבן שוין יא – אבער ביי געוויסע פלעצער וועט יא ערשיינען א באזונדערע רייע מיט נומערן – ווי למשל אויב דארפסטו ערגעץ ענטערן א פעסווארד. עס איז א שטיקל פליאה פאר מיר. זייער אסאך טינט איז שוין פארגאסן געווארן איבער דעם פראבלעם.
גוגל האט אויך צוגעלייגט מערערע THEMES, און איר קענט זיך אויסוועלן וועלכע קאליר איר גלייכט. ווי אויך צי איר ווילט בארדערס ארום יעדן קנעפל אדער ליבערשט בארדערלעסס. אויב ווילט איר נאך מער, קענט איר לייגן אייער אייגענע בילד פאר די בעקגראונד.
#יאכלו ענוים

פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 7:56 am#357236
3 טיפס פאר די קיבאורד (איינס האב איך שוין דערמאנט אויבן):
m http://www.computerworld.com/article/30 ... tcuts.html m

זונטאג דעצעמבער 18, 2016 12:13 am#357293
נאָך אַ מעלה איז אז זי האט אידיש בילט אין. אריינגעבויט אלע ספעציעלע אותיות ווי איר א פֿ ווען מען דרוקט לאנג אויפן פֿ אדער א קמץ אָ.
זונטאג דעצעמבער 18, 2016 2:26 am#357318
גוגל האט ארויסגעגעבן א נייע אפדעיט אויפן קיבאורד, מיטן נייעם נאמען GBoard. דער עיקר מעלה (ביי מיר) איז, אז ענדליך קען מען האבן א באזונדערע שורה פון נומערן פון אויבן. ענדליך!!!
זונטאג דעצעמבער 18, 2016 2:42 am#357319
Re: ענדרויד
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך זיך א גוטע קלאוד בעיסד נאוטבוק וואס איך זאל קענען ניצן פון ענדרויד און פונעם קאמפיוטער, איך האב גענוצט OneNote אבער ווען איך שרייב לה''ק אויפן ענדרויד קומען אויס די ווערטער פארקערט,
Evernote ארבעט יא גוט מיט לה''ק אבער איך זעה אז כדי צו קענען האלטן נאוטבוקס אפליין מוז מען צאלן דערפאר,
ווייסט איר עפעס בעסער?
פראביר keep
עס איז א גוגל פראדוקט, און מען קען עס אויך ניצן פון א פשוט'ן בראוסער
זונטאג דעצעמבער 18, 2016 9:52 am#357326
Re: ענדרויד
Gnotes איז לכאורה וואס דו זיכסט
עס האט גאר פיינע פיטשערס, און עס סינקט אקראס דיווייסעס.

זונטאג יאנואר 01, 2017 7:43 pm#358497
Re: ענדרויד
פליקער האט געשריבן:Gnotes איז לכאורה וואס דו זיכסט
עס האט גאר פיינע פיטשערס, און עס סינקט אקראס דיווייסעס.
גריידע צו איך ציריק, עס ברויך סינקען, אבער ס'סינקט נישט, נאר אויב מען באצאלט א חודשליכע אפצאל,
על כן איז לכאורה ס'בעסטע אפציע, עווערנאוט.
איך בין געגאנגען איינמאל מיט וואן נאוט, אבער עס האט אריין געסינקט אידיש קאפויער, נישט גיט.
איך גלייך אויך צו ציילען וויפיל ווערטער מיין ארטיקל האט, דעריבער ניץ איך דערווייל נאוט עווריטינג, עס איז זייער פיין, אבער עס סינקט נישט, אבער האט יא א בעקאפ. משא''כ דזשינאוט ווייס איך נישט אויב עס האט א גיטע בעקאפ אפציע.
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 8:59 am#412519
איך האב א שאלה.
לעצטענס, יעדעס מאל מיין סקרין פארמאכט זיך צוליעב לאנגווייליגקייט ווארטענדיג אז איך זאל עפעס דארט טון, פארלעשט זיך די עפפ אין וואס איך בין נארוואס געווען. דאס מאכט מיר זייער נערוועז. ווי קען איך דאס טוישען? וועלכע setting איז דאס?
ייש"כ פון פאראויס.