Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע?

איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3433
דינסטאג אפריל 16, 2013 5:17 pm#105501
איך ביניש דער גרויסער חכם אריינצורעדן דא, (און מעגליך באלאנגט מיין תגובה אינעם אשכול איז היטלער געווען א מאמין; נאר כ'באציה זיך אויף דיינע ווערטער אויבן) אבער אלמלי היטלער ימש"ו וואלט גע'הרג'עט מיט א געווענליכן טויט די אלע אידן הי"ד, וואלטן נאך מעגליך געווען צו טרעפן תמימי לב צו גלייבן זיין ווערסיע אז דאס איז פאר די טובה פון דער וועלט; אבער עכשיו מיט די אלע סארטן מיתות משונות מיט ברוטאלע פייניגונגען און דאס אויסטיילן פאר מיליאנען אידן דאס גיהנם אויף דער וועלט מיט אזעלכע ברוטאלע מיטלען וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל, דאס ווייזט ארויס אז ער האט געהאט עפעס א אויסערגעווענליכע שנאה דערביי, און נישט געמיינט נאר די טובה.

מען קען דא צולייגן דעם ווארט וואס שטייט אין ספרים אויף מצרים, אז פארוואס קומט זיך שלעק פאר די מצריים, השי"ת האט דאך שוין פאראויסגעזאגט פאר אברהם ועינו אותם ארבע מאות שנה וגו', נאר די קישוי השעבוד האבן זיי צוגעלייגט מדעת עצמן אלס שנאת ישראל, אויב אזוי איז א סימן אז דו האסט עס נישט געטון אלס קיום רצון ה', נאר מתוך שנאה כבושה ועמוקה, און אויב אזוי קומט זיך זיי מכות נמרצות. וכן הענין כאן, וק"ל.
דינסטאג אפריל 16, 2013 5:24 pm#105506
רבי ט"ס, און אנדערע וואס האבן דא מגיב געווען.

אני כשלעצמי - קענט איר זיך אליין פארשטעלן - אז איך האלט אז טאלעראנץ איז א מעגליכע זאך און עס וועט נאר אויפטון למען קיום העולם ותיקון השלם. ותשועה ברוב יועץ מיינט נישט אז די "רוב יועץ" האלטן אלע פון די שיטה, נאר אז די רוב יועץ האבן פארשידענארטיגע שיטות, דאך איז דאס די "ותשועה". איך האלט אז ווען מען טאלערירט זיך איינער דעם אנדערען וועט עס סוכ"ס ברענגן ריוח פאר אלע. לייגטס אוועק אייער פערזענליכע נגיעות, טראכטס אריין מיט אן אפענע קאפ, אבער טיף טיף, וועט איר קומען צו די זעלבע מסקנה. (אגב, קוקטס וויפיל בעק-טשענעל קאמיוניקאציע טוט אויף פארן וועלט. ישראל האט בעק-טשענעל קאמיוניקאציע מיט אסאך אראבישע לענדער, כאטש לפנים זענען זיי געשוואוירענע פיינט. אמעריקא האט אלעמאל געהאט א בעק-טשענעל מיט די קאמוניסטן. סאטמאר מיט אגודה, אגודה מיט ש"ס, וכו' וכו' דו"ק ותשכח.)

למעשה אבער זעהן מיר גאר אסאך אומטאלעראנץ פון אלע זייטן. למען קוצר הזמן לאמיר נאר רעדן איבער אונזערע געמיינדע. די א.ג. פרומע חסידישע האלטן זייער שטארק דאס התבדלות ווייל נאר אזוי האלטן זיי וועט מען קענען האלטן א קליין הייפעלע אמת'ע ריינע לויטערע אידן (וואטעווער דעט מינס). זיי האלטן אז אויב וועט מען זיך נישט אפשיידן פון מער מאדערנערע, אדער פון משפחות וואס גייען נישט אינגאנצן מיט זייער גאנג וועט עס אראפשלעפן די אנדערע. און פארדעם זענען דא די גאר שטרענגע תקנות אין די מוסדות. די אויסרייד איז אז די עלטערן וואס שוקן דא האלטן אז דאס-און-דאס איז נישט אויסגעהאלטן, ממילא דער וואס האלט נישט דער גדר מוז זיך טרעפן אן אנדערע פלאץ כדי נישט צו אראפשלעפן די פאר שלא כרעו לבעל. די זעלבע איז מיט א בית המדרש, אדער סתם א קאמיוניטי.

פארשטייט זיך אז וואס גרעסער די כלל איז אלץ ברייטער מוזן די גדרים זיין. אונטערשטעט שורה איז אז כדי צו האלטן די גדרים קען מען נישט טאלערירן די וואס האלטן אנדערש. (ואל תשיבנו אז מען טאלערירט זיי נאר זיי קענען נישט בלייבן דא, ווייל דאס איז וואס איך מיין, אויב קען ער דא נישט בלייבן, ער מיט זיינע קינדער און אייניקלעך זענען אויסגעשלאסן אדער עכ"פ סעקאנד אדער טירד קלאס, דאס הייסט אומטאלעראנץ.)

די תירוץ איז מעגליך א גוטע תירוץ. איך אלץ – זעלבסט געהאלטענע – טאלערירער קען פארשטיין אזא גאנג און איך בין אקעי דערמיט. אין די זעלבע צייט האף איך אז די שטולע רעוואלוציע פון טאלעראנץ וואס דרינגט אריין שטייטליך אין אונזערע קאמיוניטי וועט זיך מער צושפרייטן למען תיקון השלם.

מייל שאלה איז נאר געווען אויב דאס איז א פאנטאזיע. ערשטענס, וועלן די אידן מיט די פארקערטע דעה פון מיר זייך לאזן טוישן מיט די צייט, אדער וועלן זיי פשוט ווערן א מיעוט פונעם כלל אז זייער מיינונג וועט נישט אנגיין קיינעם. צווייטענס, איז דא א סברא צו זאגן אז אומטאלעראנץ איז גאר א וויכטיגע שליסל צו קיום העולם צוליב דעם ווייל עס ברענגט קאמפיטישאן, און א יעדער ווייסט אז קאמפעטישאן איז גוט פאר ביזנעס.

די זעלבע שאלה איז לגבי, מדינות, רעליגיעס, ראסן, קולטורן, פאליטישע מיינונגען וכדומה.
דינסטאג אפריל 16, 2013 5:29 pm#105509
שמעקעדיג האט געשריבן:איך ביניש דער גרויסער חכם אריינצורעדן דא, (און מעגליך באלאנגט מיין תגובה אינעם אשכול איז היטלער געווען א מאמין; נאר כ'באציה זיך אויף דיינע ווערטער אויבן) אבער אלמלי היטלער ימש"ו וואלט גע'הרג'עט מיט א געווענליכן טויט די אלע אידן הי"ד, וואלטן נאך מעגליך געווען צו טרעפן תמימי לב צו גלייבן זיין ווערסיע אז דאס איז פאר די טובה פון דער וועלט; אבער עכשיו מיט די אלע סארטן מיתות משונות מיט ברוטאלע פייניגונגען און דאס אויסטיילן פאר מיליאנען אידן דאס גיהנם אויף דער וועלט מיט אזעלכע ברוטאלע מיטלען וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל, דאס ווייזט ארויס אז ער האט געהאט עפעס א אויסערגעווענליכע שנאה דערביי, און נישט געמיינט נאר די טובה.


מסכים הונדערט פראצענט. סך הכל נוץ איך עס אלץ א דוגמא (אפשר נישט פערפעקט) אז מען קען נעמען אינטעליגענציע און עס פארדרייען אויף א מואס'ע אופן ווילאנג עס איז נישט דא קיין טאלעראץ. אילו ואילו דברי....
דינסטאג אפריל 16, 2013 8:42 pm#105602
איז טאלערנעץ א פאנטאזיע?

אויפ'ן אינטערנעט זיכער נישט.

דינסטאג אפריל 16, 2013 9:17 pm#105620
זאג מיר נישט אז דו האסט געוואטשט דעם גאאאאנצן קליפ.

ער האט אנגענומען פעיסבוק גאר ערנסט.
דינסטאג אפריל 16, 2013 10:15 pm#105649
הוגה, עפעל'ס רילעשאנשיפ צי גוגל אדער פארד מאטער צי טיאטע וואלסטו אנגעריפען 'נישט טאלערנץ'?
סאיז דא א געזינטע קאמפעטישן יעדער פראבירט יענעם איבערשטייגן, נאך אלץ וואלט איך עס געריפן טאלערנץ.
סאטמער אין די אלטע צייטן ווען סהאט זיך געגאסן בליט איז געווען 'נישט טאלערנץ' דאן האט מען נישט געדארפט ווערן בעסער כדי צי שטייגן, מהאט יענעם אראפגעקלאפט און פארטיק.היינט ווען סדא היפש מער טאלערנץ מיז יעדער זיך אליינס פארבעסרן. די זעלבע ווען קריסטען האבן נישט טאלערירט די אידן משאכ היינט
דאנערשטאג יוני 06, 2013 5:44 am#122217
איך ווייס נישט אויב דאס קומט אריין אין דעם שמועס, אבער מ'רעדט דאך דא פון טאלעראנץ. היות די לינקע פרעדיגן אלעמאל טאלעראנץ, און די דאזיגע ארטיקל שילדערט גאר גוט דער טייטש פון היינטיגע ליבעראלע טאלעראנץ, האב איך געקלערט עס דא צו לינקען.
די ארגינעלע ארטיקל איז ערשינען אין די באסטאן העראלד, אבער אהין קאסט געלט אריינצוגיין אין די ארכיוון, משא"כ אויף די ספארט פארום וואו איך האב געלינקט.
אויב עמיצער איז גע'חוסמ'ט, זאל ער זאגן און איך וועל אראפשלעפן די גאנצע ארטיקל אהער.
מיטוואך יולי 03, 2013 7:33 am#130384
שמעקעדיג האט געשריבן:...אבער טאלעראנץ איז לכאורה טיפער ווי דעם. פארשטיי אז יענער האט אויך א שיטה, כאטש ס'אנדערש ווי דיר, און ביידע קענען זיין ריכטיג! נאר דו האלטסט זיך מיט דיין קבלה צי צוליב ואל תטוש, צי ווייל דו האסט דאס איינגעזעהן פאר ריכטיגער...


איך מיין אז דא לייגט דער טעות. טאלערענץ איז א מידה ככל המידות. ס׳איז פארהאן א מעגליכקייט פון עקסטרעם אומטאלערענץ (מ'דארף נישט קיין משלים) און א מעגליכקייט פאר עקסטרעם טאלערענץ (לכאורה אן קיין אייגענע פרינציפולס; אן קיין נארמאלע סעלף-עסטים).

אזוי ווי אין יעדע מדה, איז די ריכטיגע וועג, די מיטל וועג. מען דארף נישט - און מען טאר נישט - טאלערירן יענעמ'ס מיינונג אז עס פונקט אזוי אמת ווי מיין מיינונג. דאס הייסט נישט טאלעראנץ; דאס איז קיין מיינונג בכלל. און דאס אז מען דארף אבער וויסען אז יענער קען מעגליך זיין גערעכט, דאס האט מיט א אפען מיינד און נישט טאלעראנץ.

קענסט די זעלבע פרעגן אויף כמעט יעדע מדה. קען די וועלט ווערן ריין פון לשון הרע? עס איז גאר נאאיוו. אויס מיט די קרעדיט רעפארטס. קען די וועלט ווערן ריין פון שקר? אויס מיט דיפלאמאטיע. וכן לכולם.
דינסטאג פעברואר 25, 2020 11:57 pm#443401
Re: איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע?
אין די שמועס קען אפשר אריינקומען דאס וואס הרב דר. נחום [נארמאן] לאם האט געזאגט בנוגע רעפארם ראבייס: זיי זענען ״וואליד״ פירערס, אבער נאר די ארטאדאקסישע זענען ״לעגיטים״. דאס באדייט אז הגם זיי זענען ריכטיגע פירערס לעדתם איז אבער פונ׳ם מבט פונ׳ם ארטאדאקס זענען זיי למעשה נישט ״גערעכט״.

דאס קען אפשר באטראכט ווערן ווי א פארעם פון ווי אזוי מ׳דארף צוגיין און טאלערירן חילוקים בדעות. דהיינו, אז ביי לאגיק (מ׳האט דאך דערמאנט דא דעם פאראדאקס פון טאלעראנץ, וואס א פאראדאקס האט צו טוהן מיט לאגיק...) ווייסט מען אז א סילאגיזם איז וואליד אויב די קאנקלושען פאלגט נאך בעצם פון די פרעמיסעס. אבער אפילו עס איז וואליד איז ל״ד אז עס איז קאדזשענט. דהיינו, די פרעמיסעס אליין קענען זיין אומריכטיג. איז קען מען זאגן (אפילו שיחתן וכו׳) אז מ׳דארף פארשטיין און טאלערירן אז עפ״י די הנחות וואס יענער האט איז זיין דרך ״וואליד״, אבער מ׳דארף נאך אלס האלטן אז זיינע הנחות זענען נישט ריכטיג וממילא איז עס נישט ״לעגיטים״ [קאדזשענט]. ער האט אבער נאך אלס א וואלידיטי פאר דאס וואס ער האלט און איז. (איך ווייס אז ער האט דאס געזאגט אינ׳ם קאנטעקסט פון פירן אן עדה.)

דאס גייט אין איינקלאנג מיט דאס וואס ער האט געהאט געזאגט בנוגע דאס אחדות פון כלל ישראל, אז הגם טאלעראנץ איז א מטרה האט עס אבער למעשה ״לימיטס אין פראקטישקייט״.
מיטוואך פעברואר 26, 2020 12:18 am#443406
איך זעה אז דער עולם דא מוטשעט זיך ארום מיט א הארבע קשיא, אמער, פארוואס זעהט מען אז מענטשן האבן נאר טאלעראנץ פאר מענטשן וואס האבן טאלעראנץ פאר זיי? מה נפשך, איז טאלעראנץ א גוטע זאך צו נישט? און איך מיין אז די תירוץ דערצו איז זייער פשוט. פארוואס האב איך טאלעראנץ פאר דיר? ווייל איך וויל אז דו זאלסט האבן טאלעראנץ פאר מיר, און אזוי וועל איך זיין גוט מיט דיר און דו מיט מיר און אונז וועלן לעבן בשלום ובשלווה. אויב אבער דו וועסט סייווי נישט האבן טאלעראנץ פאר מיר מה הועילו חכמים בתקנתם? וואס האב איך פון די גאנצע טאלעראנץ? אז מ'וועט זיך סייווי שלאגן לנצח נצחים זאל איך כאטש האבן א שאנס ארויסצוגיין א געווינער.
מיטוואך פעברואר 26, 2020 12:33 am#443407
דעת תורה האט געשריבן:מורידין ולא מעלין גייט אן נאר בזמן שיד ישראל תקיפה. פונקט ווי מחיית עמלק. בשגם אז לויט פילע איז היינט אין אזא הסתר פנים וואס מיר לעבן בכלל נישט שייך כמעט אזא איינער.
דאס איז דאך ממש legal fiction במיטבה, מ'האט איינגעזעהן אז ס'מער נישט קיין הפקר וועלט מער און מ'קען מער נישט טון וואס מ'וויל, האט מען געבאקן א תורה פון יד ישראל תקיפה און הסתר פנים, ס'האט עפעס א מקור אין חז"ל? (כ'מיין אז דאס איז טאקע די באדייט פון "אין יד ישראל תקיפה", ודו"ק)

דעת תורה האט געשריבן:מקריב זיין קרבנות האט מען אויפגעהערט כשחרב בית המקדש,
מקריבין אף על פי שאין בית המקדש.

דעת תורה האט געשריבן:און מיתות בית דין האט מען געסטאפט וועגן ריבוי הרוצחים,
ממילא איז וואס? זאל מען זיי אלע אויסמארדן! מ'קען נישט אלע כאפן? זאל מען כאטש טייטן וויפיל מ'קען, ס'דאך א מצוות עשה דאורייתא, נישט אזוי?