Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע?

איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3433
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 7:25 pm#103986
איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע?
איז "טאלעראנץ" א פאנטאזיע? די שאלה פרעג איך באופן כלליות, נישט אויף א ספעציפישע אופן נאר קוקענדיג אויפן ביג פיקטשער.

בעקבות די שמועס איבער אינטעליגענץ ווס. טאלעראנץ וועלכער קומט ערשט, האב איך אנגעהויבן צו טראכטן פון א חקירה וואס דרייט זיך ארום ביי מיר אין קאפ שוין פאר א לענגערע צייט. וואו מען גייט און וואו מען שטייט הערט מען מענטשן שרייען און בעטן זיך פאר טאלעראנץ און דאך פילט זיך אז עס איז דא היינט אין די וועלט, אין אמעריקא און אין אונזער סאסייעטי דאס ווייניגסטע טאלעראץ ווי ווען אימער. איך ווייס אז איך האב דא געזאגט אפאר שארפע סטעיטמענטס, איך וועל פרובירן צו ערקלערן וואס איך מיין און אויפווייזן. אדרבא אויב קענט איר אויפווייזן פארקערט, בי מיי געסט.

דאס אומה אידן שרייען אז די וועלט דארף זיי מער טאלערירן, די אראבער שרייען די זעלבע, אויך די שווארצע, אויך די שפאנישע וכו'. לענדער פארלאנגען איינער פון די אנדערע אז מען זאל זיי טאלערירן, אירלאנד בעט זיך ביי ענגלאנד, קובא ביי אמעריקא, מדינת ישראל פון פאלעסטינא, סיריע, לבנון, עגיפטן וכו' און ווייס ווערסע, אינדיע און פאקיסטאן איינער פונעם אנדערע. ראסען בעטן זיך איינער ביים אנדערע פאר מער טאלעראנץ. פרויען פארלאנגען מער טאלעראנץ. אידן, מארמאנען, מוסלמענער, קריסטן און אנדערע רעליגיעס פארלאנגען טאלעראנץ. ליבעראלן, און קאנסערוויטיווע ווילן פארשטאנד איינער פון די אנדערע, דיסעיבילד פארלאנגן מער טאלעראנץ. אלע דאמינאציעס פון אידן פארלאנגן מער טאלעראנץ איינער פונעם אנדערען. א.א.וו.

איך וויל קלארשטעלן אז איך רעד נישט דא פון קעמפן פאר געזעצליכע רעכטן און פאר זייער עקזיסטענץ. איך רעד דא פון טאלעראנץ אויף א הומענאטארישע אופן, מענטשן צו מענטש, יליד אשה צו יליד אשה, מען זאל קענען פארשטיין אז אפילו איך קען בשום אופן פארשטיין די אנדערע, און אפילו איך מוז משום איזה סיבה שיהיה דיסעגריען מיט יענעם דאך בין איך גרייט אויסצוהערן יענעמ'ס מיינונג און אים פארגונען צו האלטן אזוי פראסט און פשוט ווייל עס איז זיין רעכט צו האלטן וואס ער וויל.

פארשטייט זיך אז אויב עס קומט אן צו א מצב ווי ביידע ווילן די פארקערטע און מען קען מיט א קאמפראמייז קיינעם נישט צופרידן שטעלן, מעג יעדער צד טון וואס זיי קענען זיך צו באשוצן און זיך צו העלפן געווינען ווילאנג עס איז אויף אן אויסגעהאלטענעם וועג. אבער מען קען געווינען איבער יענעם און יענעם נאך אלץ פארגינען אן אייגענע מיינונג אין די זעלבע צייט.

לאמיך נעמען אפאר משלים. אויב איינער איז קאנווינסד אין די קאנסערוויטיווע שיטות אין פאליטיק, און עס איז אים קלאר אז די ליבעראלער וועלן פירן די וועלט אין די ערד אריין, זאל ער פארשטייט זיך טון וואס ער קען צו האלטן די וועלט ווי מער קאנסערוויטיוו, ער זאל דעבאטירן, פרעדיגן, פראטעסטירן, שרייבן, בלאגן, פאנדרעיזן און פארשטייט זיך גיין וועהלן. דאס מיינט אבער נאך נישט אז ער קען נישט ריספעקטן און טאלערירן זיין ליבעראלער חבר אדער אפאנאנט אלס א מענטש וואס האט א רעכט צו זיין אייגענע מיינונג. און די זעלבע איז פארקערט מיט די ליבעראלער וועלכער וויל אונטערברענגן די קאנסערוויטיווע און ער קען אים נישט דולדן און טאלערירן.

איך האב פארשטייט זיך נישט אזא גרויסע אינטערעסע אין טאלעראנץ צווישן פאליטיקאנטן און מויל מאכער. איך האב בעיקר פארשריבן דער שמועס צוליב דברים העומדים על הפרק במחנינו.

עס זענען דא אזוי פיל גרופעס אין כלל ישראל מינים ממינים שונים אז עס איז נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע ווייל יכלה הזמן והם לא יוכלו, אבער דאך דא האט איר אפאר.

אשכנזים, ספרדים, תימנים, פרענקן, מאראקאנים, גרוזינער, חסידים, ליטווישע, ישיבה'שע, אמעריקאנער, ארטאדאקסישע, מאדערן ארטעדאקס, קאנסערוויטיוו, רעפארם, ריוויזעניסט, פלורעליסט, גאליציאנער, פוילישער, רוסישע, אונגארישע, יעקעשע, אויבערלאנדער, מאנסיער, שטאטישער, דארפישער, קנאים, ציונים, אגידיסט, מזרחישע, פארפרומטער, אפגעפארענער, בעלי תשובה, ארימע, רייכער, בעלי בתים, ארבייטער, בני תורה, באיאן, סאטמאר, באבוב, בעלז, ספינקא, מלאכים, קלויזענבורג, צאנז, גור, וויזניץ, ספינקא, סקווירא, דעעש, ועוד, ועוד. (די לעצטע פאר קענט איר נעמען און צוטיילן אין דריי.)

קען א קנאי, אדער א נטורי קרתא פארשטיין אז די מתנחל איז אויך א יציר פון די באשעפער און אים פארגינען זיין דעה טראץ דעם וואס די צוויי שיטות קענען בשום אויפן רעקענסיילד ווערן? קען א ארטאדאקסישע איד טאלערירן די רעפארמער ראביי'טע וואס טוט זיך אן א טלית און דאווענט פארן עמוד? און קען א רעפארמער טאלערירן און פארשטיין די ארטאדאקסידער וואס שרייט אז די רעפארמער זענען משומדים? קענען מיר טאלערירן אויפגעקלערטע וואס ווילן גיין אין אן אנדערע דרך, וואס פויקן אין די גאסן אלע אונזערע סודות, און וואס ברענגען אריין איידיעס וואס מיר פרובירן ארויסצוהאלטן? קען אן אויפגעקלערטע אונגערמאן און זיין טייערע רעביצן פון עירמאנט אויפנעמען אזא איידיע אז זיי זאלן קענען טאלערירן און פארגינען די א.ג פארפרומטע טראץ דעם וואס די פארפרומטע האבן צוועלף קינדער און זיין צווינגן אלע ווייבער נישט צו דרייווען און זיך צו שערן די האר.

געווענטליך ווען מען הערט רעדן וועגן טאלעראנץ ביי אונז, רעדט מען וועגן די נרדפים, די מינאריטעט און די ארויסגייענדע זאלן ווערן טאלערירט דורך די רודפים, די מאיאריטעט און די פארבליבענע. מיין שאלה איז וואס טוט זיך מיט דאס פארקערטע? מיר ווייסן אז די וואס שרייען "טאלעראנץ" אז זיי טאלערירן אלע ארום די וועלט, די שאלה איז צו זיי טאלערירן אבער אויך די וואס טאלערירן זיי נישט. פארוואס נישט? מעגן זיי נישט האבן א מיינונג? זאל איך נישט טאלערירן יענעמס שיטה מיך נישט צו טאלערירן? איך פארשטיי אז מען טאר זיך נישט לאזן איבערטרעטן, אבער דאס מיינט נאך נישט אז איך קען יענעם נישט ריספעקטן און טאלערירן.

די וועלט איז באשאפן געווארן אז עס זאל זיין מינים ממינים שונים. די פלאן איז נישט געווען צו האבן איין סטייל מענטשהייט, אלע זאלן זיין ווייסע אמעריקאנער אשכנזישע סאטמארער חסידים (אוי וואס פאר א וועלט דאס וואלט נאר געווען). די קיום העולם איז פון די ברייטע סעלעקשאן פון בריאים און פון די אלע סארט קאלירפולע מענטשן.

מיין שאלה איז צו עס איז בכלל שייך אז עס זאל אמאל זיין ריכטיגע רעספעקט און טאלעראנץ צווישן די גאנצע מענטשהייט, איינער צום אנדערע, חברים און שונאים צוגלייך, אדער אפשר איז אומטאלעראנץ גאר א אינטעגראל קאמפאונענט וואס איז וויכטיג פאר קיום העולם, דאס הייסט אז דאס אומטאלעראנץ ברענגט קנאה ושנאה וואס מאכט אז יעדער גרופע זאל האבן אן שטארקער אינטערעסע זיך צו בויען, און צו בויען א באשיצונג פאר זיך. (אויב איז דאס די אמת דאן לאמיר ארבייטן אויף אומטאלעראנץ.)
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 7:31 pm#103991
הוגה האט געשריבן:געווענטליך ווען מען הערט רעדן וועגן טאלעראנץ ביי אונז, רעדט מען וועגן די נרדפים, די מינאריטעט און די ארויסגייענדע זאלן ווערן טאלערירט דורך די רודפים, די מאיאריטעט און די פארבליבענע. מיין שאלה איז וואס טוט זיך מיט דאס פארקערטע? מיר ווייסן אז די וואס שרייען "טאלעראנץ" אז זיי טאלערירן אלע ארום די וועלט, די שאלה איז צו זיי טאלערירן אבער אויך די וואס טאלערירן זיי נישט. פארוואס נישט? מעגן זיי נישט האבן א מיינונג? זאל איך נישט טאלערירן יענעמס שיטה מיך נישט צו טאלערירן? איך פארשטיי אז מען טאר זיך נישט לאזן איבערטרעטן, אבער דאס מיינט נאך נישט אז איך קען יענעם נישט ריספעקטן און טאלערירן.

דאס איז שוין אן אלטע פראגע, די פאראדאקס פון טאלעראנץ. עס איז שוין אמאל דערמאנט געווארן אין קאווע שטיבל.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 7:32 pm#103992
עיקר הסובלנות (איך טאלעריר נישט דער ווארט טאלעראנץ, עפעס גרידזשעט עס מיר, אולי צ"ל טאלערענס) אינו אלא אחרי הקדמת הפלורליזם, וי"א אף הניהליזם, המחשבתי. בלא הקדמה זו קשה שתהיה לה קיום נכון אלא בעולם שבו כולם בעלי מידות עצומים.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 7:35 pm#103994
איני רואה כל פרדוקס באמירה שאני סובל את כולם חוץ מאלו שאינם סובלניים. הפרדוקס אינו אלא ענין של לקיחת הגדרה וניסוח יותר רחוק ממה שהתכוון בקומון סנס, (כמו רוב כל הפרדוקסים הפילוסופיים). כשאומרים סובלנות מתכוונים לזה ולא יותר. וודאי שאינו סובל את מי שרוצה להרוג אותי.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 7:49 pm#104002
אין אנדערע ווערטער (הלכה למעשה) ביסטו - לעיקוואד שוין געקומען צום החלטה אז טאלעראנץ איז א פאנטאזיע, און עס ווערט פשוט גענוצט דורך מענטשן צו פארלאנגען זכיות, סימפאטיע, עמפאטיע וכו'.

ב.ד.וו. איך טאלעריר די פאקט אז דו טאלערירסט נישט דאס ווארט טאלעראנץ טראץ דעם וואס די אידישע שרייבער האבן זיך באנוצט מיט די ווארט פאר לאנגען יארן. (דולדן איז די נענסטע אפטייטש אין אידיש, אבער עס ברענגט נישט עכט ארויס די מיינונג פון tolerance.)
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 7:58 pm#104007
הוגה האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער (הלכה למעשה) ביסטו - לעיקוואד שוין געקומען צום החלטה אז טאלעראנץ איז א פאנטאזיע, און עס ווערט פשוט גענוצט דורך מענטשן צו פארלאנגען זכיות, סימפאטיע, עמפאטיע וכו'.

ב.ד.וו. איך טאלעריר די פאקט אז דו טאלערירסט נישט דאס ווארט טאלעראנץ טראץ דעם וואס די אידישע שרייבער האבן זיך באנוצט מיט די ווארט פאר לאנגען יארן. (דולדן איז די נענסטע אפטייטש אין אידיש, אבער עס ברענגט נישט עכט ארויס די מיינונג פון tolerance.)

לא אמרתי אלא שאין בזה פרדוקס אמיתי להגיד שאני סובל את כל אלו שסובלניים. וסובלנות בכלל לא חייב לכלול מבחינת קומון סנס לסבול את מי שרוצה להזיק לי, או בכלל מי שהולך עם שיטה שמזיקה לאנשים אחרים. לכן למשל אם מציצה בפה הוא עוולה מבחינה רפואית זה נלעג לגמרי לטעון שזה צריך להיות מותר מצד סובלנות, כמו ששום סובלני (לבד איזה חכמים שמאלניים קיצוניים שכתבו כן במאמרים- וגם זה להלכה ולא למעשה) לא סובל גאולת דם בשם הסובלנות.

לא אמרתי מה אני סובר, אני חושב שהחיוב המוסרי הוא חד צדדי ויש חיוב עלי לכבד גם את מי שאינו מכבד אותי, בבחינת הושטת הלחי השנייה. אבל זה ענין מוסרי אישי ולא משפטי ויש לחלק בזה הרבה.

אגב, איך מיין אז די אמתער שורש פון טאלעראנץ ,טאלערענס, ( וואטעווער) , בעולם המערבי איז טאקע דער בארומטען דרשה אויפן בארג, און לעולם מוטשעט מען זיך אין די נוצרישע וועלט זייט דעמאלטס צו פארענטפערן דער רעליגיעזע ווערזיע פון דער טאלערנסץ פרדוקס, וואס זאגט איר צו מיין צושטעל? כבר קדמוני?
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:18 pm#104016
לעיקוואד האט געשריבן:עיקר הסובלנות (איך טאלעריר נישט דער ווארט טאלעראנץ, עפעס גרידזשעט עס מיר, אולי צ"ל טאלערענס) אינו אלא אחרי הקדמת הפלורליזם, וי"א אף הניהליזם, המחשבתי. בלא הקדמה זו קשה שתהיה לה קיום נכון אלא בעולם שבו כולם בעלי מידות עצומים.

טאלעראנץ איז נאך אזא אידישע ווארט ווי אינטעליגענציע און טראנספארטאציע. הצד השוה שבהן אז ס'קומט פון די הייליגע שפראך דייטש וואס אונזערע אור עלטערן האבן גערעדט כדי זיך נישט צו אויסמישן מיט די גויים.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:20 pm#104017
לעיקוואוד האט געשריבן:אגב, איך מיין אז די אמתער שורש פון טאלעראנץ ,טאלערענס, ( וואטעווער) , בעולם המערבי איז טאקע דער בארומטען דרשה אויפן בארג, און לעולם מוטשעט מען זיך אין די נוצרישע וועלט זייט דעמאלטס צו פארענטפערן דער רעליגיעזע ווערזיע פון דער טאלערנסץ פרדוקס, וואס זאגט איר צו מיין צושטעל? כבר קדמוני?

דער אמת'ער שורש איז ואהבת לריעך כמוך. (הגם שיש אומרים שאין המובן כפשוטו, ודי בזה).
פרייטאג אפריל 12, 2013 12:27 am#104108
טאלערענס בעצם מאכט נישט קיין סענס. ס'הייסט איין דעה זאל פארגינען דאס פארקערטע דעה איז נישט מעגליך.
ווי אזוי קען איך טאן עני פעולה וואס איך האלט אז סאיז ריכטיג אויב איז דא א דעה וואס זאגט פארקערט?
סהייסט אויב איז טאלערנץ אמת ביסודו איז אפי' ביי מיר אליינס וואלט איך געדארפט זיין טאלרענט און זאגן כקען נישט העלפן דעם הענדיקעפט, ווייל כדארף חושש זיין צי די שיטה אז הענדיקעפ מענטשען זענען נישט גיט פאר קיום העולם.
אלא מאי טאלערנץ איז נאר אזא פשרה, בעצם מיין דעה קען נישט פארנעמען דאס פארקערטע דעה און וויל עס עוקר זיין. נאר היות סקען דאך זיין אז איין דעה איז זיך טועה קען מען נישט יענעם בפועל עוקר זיין.
פרייטאג אפריל 12, 2013 6:53 am#104125
יאיר האט געשריבן:
לעיקוואוד האט געשריבן:אגב, איך מיין אז די אמתער שורש פון טאלעראנץ ,טאלערענס, ( וואטעווער) , בעולם המערבי איז טאקע דער בארומטען דרשה אויפן בארג, און לעולם מוטשעט מען זיך אין די נוצרישע וועלט זייט דעמאלטס צו פארענטפערן דער רעליגיעזע ווערזיע פון דער טאלערנסץ פרדוקס, וואס זאגט איר צו מיין צושטעל? כבר קדמוני?

דער אמת'ער שורש איז ואהבת לריעך כמוך. (הגם שיש אומרים שאין המובן כפשוטו, ודי בזה).

טאקע דער שרש השרש, אבער מרעדט דאך דא פון ואהבת לשונאך, וואס דאס איז נישט נכלל אין ואהבת לרעך.
פרייטאג אפריל 12, 2013 10:04 am#104137
איך האב נישט קיין אנונג וואס דו זאגסט נולד מאוחר

טאלרענץ איז פשוט אז איך טעאליר א צווייטנס מיינוג כאטש איך האלט אדער ווייס אדער קלער אנדערש ס'איז א געמיש פון ענווה און הכנעה וואס מיינט אז אפילו איך וואלט געטון אנדערש אין אזא פאל דאך פארשטיי איך אז נישט יעדער איז איך און איך פארנעם אז א צווייטער טראכט נישט אדער טוט נישט ווי איך
פרייטאג אפריל 12, 2013 10:08 am#104140
ווען איך האב געפרעגט די שאלה האב איך נישט געמיינט אריין צו גיין אין די נושא פון אן אינטעלעקטועל שטאנדפונקט, און דן זיין וואס איז די ריכטיגע אפטייטש פון טאלעראנץ, פאראדאקס וכדומה. מיין שאלה איז געווען מער פון א פראקטיקאלער שטאנדפונקט. איז עס א נאטירליכע זאך אז קרית יואל זאל טאלערירן סעם אינדיג? קען מען ערווארטן אז אן אויפגעקלערטע זאל טאלערירן די שטותים און פארמאכטקייט (לויט זיין מיינונג) פון די פארפרומטע? און די זעלבע שאלה איז ביי אלע קאנקורירנדע דאמינאציעס.

איך הייב אן צו טראכטן אז אזא זאך איז נישט נאטירלך. אזוי ווי איך האב געשריבן אויבן, די סארט הנהגות זענען מושרש אין די טבע צו פראמאוטען עקספענשין און עס פעלט זיך אויס מפני קיום העולם.

אפילו ביי די בהמות און חיות איז נישט פארהאנען קיין טאלעראנץ אויסער צווישן מינים וואס דארפן איינער דעם אנדערע פארן קיום.

אויב איז אמת דער הנחה, דאן לאמיר אויפהערן רעדן וועגן טאלעראנץ - וואס איז אן אומנאטירליכע מושג און איז נישט גוט פארן קיום העולם. ענדערש זאל מען יא פאוקעסן אויף אומטאלעראנץ.
פרייטאג אפריל 12, 2013 11:14 am#104160
פאר דעם האב איך מסביר געווען אין מיין ערשטע תגובה אויבן (נולד, דא האסטו עס אויף יידיש) אז טאלערענץ איז בעצם נאר א תולדה פון פארשטיין שכלדיג אז סנישטא קיין ריכטיגע שכלדיגע אובייעקטיבישער וועג פון מוכיח זיין אז איין וועג איז אינגאנצען גערעכט און אלע אנדערע זענען שקר. סמוז זיין א הקדמה פון רעלעטיוויזים כדי אז טאלערענץ זאל האבען א קיום. און פארדעם דארף מען קודם אינטעלעגענץ, וואס אזוי פארשטייט מען אז עס איז נאריש זיך איינצורעדן אז נאר דער איין וועג וואס מיין מאמע האט מיר אויסגעלערנט איז אמת ויציב ומוכרח וקדוש, און פארשטיין אז שכלדיג זענען אלע וועגן מער ווייניגער גלייך, און ממילא טאלערירט מען אלע מיני מענטשען און שיטות, ווייל קיינער איז נישט אובייעקטיוו מער גערעכט פונ'ם צוייטען.

משא"כ פאדערן אז מזאל זיך טאלערירען בשעת ואוס יעדער איז איינגערעדט זיכערערהייט אין זיין שיטה און אז יענער איז נישט גערעכט איז זייער שווער און פאדערט למעלה מדרך הטבע'דיגער גוטע מדות. (הגם מקען עס אויך פאדערן אויב וויל מען דווקא).
פרייטאג אפריל 12, 2013 11:21 am#104163
לעיקוואד האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
לעיקוואוד האט געשריבן:אגב, איך מיין אז די אמתער שורש פון טאלעראנץ ,טאלערענס, ( וואטעווער) , בעולם המערבי איז טאקע דער בארומטען דרשה אויפן בארג, און לעולם מוטשעט מען זיך אין די נוצרישע וועלט זייט דעמאלטס צו פארענטפערן דער רעליגיעזע ווערזיע פון דער טאלערנסץ פרדוקס, וואס זאגט איר צו מיין צושטעל? כבר קדמוני?

דער אמת'ער שורש איז ואהבת לריעך כמוך. (הגם שיש אומרים שאין המובן כפשוטו, ודי בזה).

טאקע דער שרש השרש, אבער מרעדט דאך דא פון ואהבת לשונאך, וואס דאס איז נישט נכלל אין ואהבת לרעך.

די שאלה איז וואס רעך מיינט, און וואס ואהבת מיינט. אויב רעך מיינט א איד, און אהבה מיינט אז מען דארף אים לאזן האבן אן אייגענע מיינונג אפילו ס'איז נישט פונקטליך ווי אזוי מיר געפעלט דעמאלט איז דאס יא דער שורש. אבער אויב דו ביסט נאכאלס נישט צופרידן, נא דיר דעם פסוק: כי תראה חמור שונאך רובץ תחת משאו וחדלת מעזוב לו עזוב תעזוב עמו.
פרייטאג אפריל 12, 2013 11:27 am#104167
הוגה האט געשריבן:ווען איך האב געפרעגט די שאלה האב איך נישט געמיינט אריין צו גיין אין די נושא פון אן אינטעלעקטועל שטאנדפונקט, און דן זיין וואס איז די ריכטיגע אפטייטש פון טאלעראנץ, פאראדאקס וכדומה. מיין שאלה איז געווען מער פון א פראקטיקאלער שטאנדפונקט. איז עס א נאטירליכע זאך אז קרית יואל זאל טאלערירן סעם אינדיג? קען מען ערווארטן אז אן אויפגעקלערטע זאל טאלערירן די שטותים און פארמאכטקייט (לויט זיין מיינונג) פון די פארפרומטע? און די זעלבע שאלה איז ביי אלע קאנקורירנדע דאמינאציעס.

איך הייב אן צו טראכטן אז אזא זאך איז נישט נאטירלך. אזוי ווי איך האב געשריבן אויבן, די סארט הנהגות זענען מושרש אין די טבע צו פראמאוטען עקספענשין און עס פעלט זיך אויס מפני קיום העולם.

אפילו ביי די בהמות און חיות איז נישט פארהאנען קיין טאלעראנץ אויסער צווישן מינים וואס דארפן איינער דעם אנדערע פארן קיום.

אויב איז אמת דער הנחה, דאן לאמיר אויפהערן רעדן וועגן טאלעראנץ - וואס איז אן אומנאטירליכע מושג און איז נישט גוט פארן קיום העולם. ענדערש זאל מען יא פאוקעסן אויף אומטאלעראנץ.

נאטורליך ציט דער מענטש דוקא יא צו מאראל, וואס איז דער שורש פון טאלעראנץ. קוק נאר ווי ווייט די וועלט האט זיך גערוקט, פון אן עקסטרעמיסטישע מיטל אלטער וואו מען האט גע'הרג'עט און געשאכטן, פארברענט און פארטריבן, צו א דעמאקראטישע לאנד וואו אירע איינוואוינער זענען נבהל ונשתומם פארוואס מ'הייסט זיי אונטערשרייבן אז א געוויסע רעליגיעזע ריטואל קען זיין שעדליך. איך פארשטיי נישט וואס דו ברענגסט א ראיה פון חיות, דער מענטש האט דאך א טיפערע נפש, ער האט פאטענציאל צו גרעסערע השגות.
אבער איך פארשטיי נישט, ווי אזוי פארלאנגסטו אז קרית יואל זאל טאלערירן אינדיג, ווען לויט זיי איז ער פון די מעלים ולא מורידין? מיר האבן דאך אזויפיל ברירות און תירוצים צו עקסקלודן וועמען עס געפעלט אונז נישט מיט די אויסרייד אז די תורה הייסט אים פיינט האבן, אדער גאר אז מען איז נישט מחוייב אים צו ליבן האבן, ווי אזוי איז בכלל מעגליך פאר א פונדאמענטאליסט צו רעספעקטירן יעדן איינעמ'ס מיינונג? קודם וועט דארפן קומען א שינוי אין אינטעליגענציע, פארשטיין דעם חילוק צווישן גלויבן און פאקט, צווישן מאראל און רעליגיע, און ערשט נאכדעם קען מען ערווארטן טאלעראנץ.
פרייטאג אפריל 12, 2013 11:38 am#104169
יאיר האט געשריבן:די שאלה איז וואס רעך מיינט, און וואס ואהבת מיינט. אויב רעך מיינט א איד, און אהבה מיינט אז מען דארף אים לאזן האבן אן אייגענע מיינונג אפילו ס'איז נישט פונקטליך ווי אזוי מיר געפעלט דעמאלט איז דאס יא דער שורש. אבער אויב דו ביסט נאכאלס נישט צופרידן, נא דיר דעם פסוק: כי תראה חמור שונאך רובץ תחת משאו וחדלת מעזוב לו עזוב תעזוב עמו.

איך ווייס אויכעט פון דער פסוק חמור שונאך ודרשת חז"ל עליו. דאך לאמיר זיך נישט נארען, די וועלט ווייסט פון דעם ענין פונ'ם דרשה אויפ'ן בארג און נישט פון דער פסוק, בכלל האט דער דרשן דארט עס געסאגט אסאך בעסער און שטערקער ווי עפעס א דרש אויף מצוות טעינה ופריקה. דער חכמה איז נישט צו זאגען עפעס א ווארט די חכמה איז צו מצליח זיין איינפירען עפעס און מאכען א רושם אויף די וועלט מיט א געוויסע מאראלישער טענה, און דאס האט יענער מצליח געווען, [עכ"פ אריינצוברענגען דער מושג אז מזאל רעדן דערפון, טוהן איז שוין שווערער..] פיל מער פון די פסוקים וואס דו ברענגסט , הגם קען זיין ער האט עס גענומען פון דארט.
פרייטאג אפריל 12, 2013 11:53 am#104173
מיין שאלה אויף דעם איז מער תורה'דיג. ווען מען לערנט/לייענט פסיכאלאגיע, איז מען כסדר מדגיש דעם נקודה פון טאלעראנץ צו א צווייטן, און זיין Non-Judgemental, נישט אפ'פסק'ענען יענעם, א.א.וו.
אבער מיר ווייסן אז אוהבי ה' שנאו רע, אויב האט א איד אמת'דיג ליב דעם באשעפער, טוט אים וויי אויף רשעים וואס טוען אים מכעיס זיין. אלע ספרים, אלע צדיקים, זענען פול און רעדן דערפון, און שיטת סאטמאר האט דאס גענומען צו א שטארקן עקסטרעם, ממש אפהאקן מיט יעדן וואס האלט אנדערש, איי יענער האט דאך א שיטה וואס איז אמת לויט זיין קבלה? טאקע היא הנותנת, שאני מינות דמשכי, קענסט נאך פארכאפט ווערן וכו', כ'וויל נישט אריינקריכן דא אין דעם נושא.

אבער מיין שאלה בלייבט קלאר: איז דא א אופן וואס טאלעראנץ קען זיין נגד התורה? אדער קען מען טרעפן א צווישן-וועג?
פרייטאג אפריל 12, 2013 11:54 am#104174
לכאורה קען זיין א מעגליכקייט פון א וועלט וואס יעדער טאלערירט איינער דעם אנדערן. טאלערירן מיינט דאך נישט צו העלפן יענעם אדער טוישן עפעס אויף למעשה, נאר סך הכל צו "טאלערירן" יענעמ'ס מיינונג אדער געפירעכץ, אפילו עס איז אנדערש ווי דיר געפעלט.
און עס איז קלאר אז די וועלט האט זיך שוין גערוקט אין דעם ריכטונג, ווייל אומטאלעראנץ ברענגט עווענטועל צו רייבערייען, קריגערייען און מלחמות, און היינט זענען ווייניגער מענטשן און לענדער פארמישט אין מלחמות, מיינט דאס אויטאמאטיש מער טאלעראנץ.
באמת איז דאס מסתמא די זעלבע דעבאטע ווי עס איז דא צי די וועלט וועט אמאל אנקומען צו א פונקט ווי עס וועט מער בכלל נישט זיין קיין מלחמות, וואס עס זענען עקספערטן לכאן ולכאן.
אבער איך האלט אז יא, די וועלט קען אנקומען נישט נאר צו טאלערירן יעדער דעם אנדערן, נאר אפילו צו ליב האבן איינער דעם אנדערן. עס קענען קומען געוויסע זאכן ואוס וועלן טוישן די בליק פון מענטשן, אדער אמאל קען עס זיין א געוויסע סיטואציע וואס פאראייניגט אלעמען קעגן דעם גרעסערן געפאר, וכד'. ווען דאס וועט אנקומען? דאס ווייס איך נישט. אבער וויאזוי דעפינירט מען "משיח'ס צייטן"? וגר זאב עם כבש! טאלעראנץ!
פרייטאג אפריל 12, 2013 11:58 am#104176
לעיקוואד, איך הייב אן צו ווערן קאנווינסד אז טאלעראנץ קומט פון אינטעליגענציע. אבער איך האלט מיך נאך אלץ ביי מיינער אז אין א וועלט אן טאלעראנץ קען עקזיסטירן גאר אסאך באהאלטענע אינטעליגענציע וואס מיר קענען נישט נהנה זיין דערפון צוליב די אומטאלעראנץ פון די נאראנים.

אלזא האלט מען יעצט אז טאלעראנץ קען עקזיסטירן נאר דארט וואו עס איז דא און וואו עס איז טאלערירט ריכטיגע אינטעליגענציע.
פרייטאג אפריל 12, 2013 12:13 pm#104184
שרגא (ברוך הבא!), וגר זאב עם כבש האט עפעס מיט טאלעראנץ איינגעשטויסן?
פרייטאג אפריל 12, 2013 12:23 pm#104190
שמעקעדיג, דער פולער פסוק איז "וגר זאב עם כבש, ונמר עם גדי ירבץ, ועגל וכפיר ומריא יחדו, ונער קטן נהג בם. ופרה ודוב תרעינה, יחדו ירבצו ילדיהן, וארי' כבקר יאכל תבן. ושעשע יונק על חור פתן, ועל מאורת צפעוני גמול ידו הדה. לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים". לויט געוויסע ראשונים איז עס כפשוטו. אבער דער רמב"ם אין הל' מלכים שרייבט אויף דעם אז דאס מיינט אלוועלטליכע טאלעראנץ:
אל יעלה על הלב שבימות המשיח יבטל דבר ממנהגו של עולם, או יהי' שם חידוש במעשה בראשית, אלא עולם כמנהגו נוהג, וזה שנאמר בישעי' וגר זאב עם כבש ונמר עם גדי ירבץ משל וחידה, ענין הדבר שיהיו ישראל יושבין לבטח עם רשעי העולם המשולים בזאב ונמר, שנאמר זאב ערבות ישדדם נמר שוקד על עריהם, ויחזרו כולם לדת האמת, ולא יגזלו ולא ישחיתו, אלא יאכלו דבר המותר בנחת עם ישראל, שנאמר וארי' כבקר יאכל תבן, וכן כל כיוצא באלו הדברים [הכתובין] בענין המשיח משלים הם, ובימות המלך המשיח יודע לכל לאי זה דבר הי' משל, ומה ענין רמזו בהן. אמרו חכמים, אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שיעבוד מלכיות בלבד.
פרייטאג אפריל 12, 2013 12:24 pm#104191
יאיר, פון איין זייט ביזטו גערעכט איבער דאס פארמערטע טאלעראנץ אין די וועלט בכלליות און אפשר טאקע קומט דאס צוליב די פארמערטע אינטעליגענציע אזוי ווי לעיקוואד האט ערווענט.

פון די אנדערע זייט זעהט מען אבער א פטרקערטע טרענד, מענטשן אין שטעטליך און קהלות האבן זיך מער פארטראגן ווי היינט. מען האט נישט געפילט די צורך צו מאכן יעדעם אזוי ווי זיך. דאס איז געווען סיי אין די אידישע וועלט און סיי אין די גוי'אישע.

לאמיר גיין איין טריט ווייטער, בשעת וואס אינטעליגענציע ברענגט מער טאלעראנץ, ברענגט עס אין די זעלבע צייט אומטאלעראנץ. למשל, דארוויניזם האט פראמאוטעד דרכים וואס האבן צוגעפירט צו וואס מיר רופן היינט גלאובעליזם, דהיינו טאלעראנץ אין איר העכסטע פארם. פון די אנדערע זייט איז די שיטה פון ריינע ראסע באזירט אויף דארוויניזם.
פרייטאג אפריל 12, 2013 12:25 pm#104192
לעיקוואד האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:די שאלה איז וואס רעך מיינט, און וואס ואהבת מיינט. אויב רעך מיינט א איד, און אהבה מיינט אז מען דארף אים לאזן האבן אן אייגענע מיינונג אפילו ס'איז נישט פונקטליך ווי אזוי מיר געפעלט דעמאלט איז דאס יא דער שורש. אבער אויב דו ביסט נאכאלס נישט צופרידן, נא דיר דעם פסוק: כי תראה חמור שונאך רובץ תחת משאו וחדלת מעזוב לו עזוב תעזוב עמו.

איך ווייס אויכעט פון דער פסוק חמור שונאך ודרשת חז"ל עליו. דאך לאמיר זיך נישט נארען, די וועלט ווייסט פון דעם ענין פונ'ם דרשה אויפ'ן בארג און נישט פון דער פסוק, בכלל האט דער דרשן דארט עס געסאגט אסאך בעסער און שטערקער ווי עפעס א דרש אויף מצוות טעינה ופריקה. דער חכמה איז נישט צו זאגען עפעס א ווארט די חכמה איז צו מצליח זיין איינפירען עפעס און מאכען א רושם אויף די וועלט מיט א געוויסע מאראלישער טענה, און דאס האט יענער מצליח געווען, [עכ"פ אריינצוברענגען דער מושג אז מזאל רעדן דערפון, טוהן איז שוין שווערער..] פיל מער פון די פסוקים וואס דו ברענגסט , הגם קען זיין ער האט עס גענומען פון דארט.

אין דעם ענין ביסטו נישט גערעכט. די אידן זענען געווען די ואיינציגסטע אין מיטל מזרח וואס האבן געפרעדיגט מאראל פאר הונדערטער יארן, אין קיין איינע פון די אור אלטע געזעץ ביכער וועסטו נישט טרעפן אזעלכע הלכות ווי לא תשנא את אחיך בלבבך אדער ואהבת לרעך כמוך, ביי זיי איז דאס געווען א חוב קדוש. שפעטער איז געקומען א איד און האט ווייטער גענומען דעם מעסעדזש פון די תורה און פארשפרייט פאר זיינע חסידים (כאטש וואס ווי היסטאריקער ווייסן היינט זענען רוב פון די וואונדערליכע מאמרים ווי love your enemy און turn your other cheek בכלל נישט געקומען פון אים נאר פון זיינע תלמידים און תלמידי תלמידים) און דערנאך האט פאול עס בעסער פארשפרייט אין די וועלט, און שפעטער האט קיסר קונסטנטין עס נאכמער פארשפרייט דורכ'ן פארוואנדלען די רוימישע אימפעריע אין א קריסטליכע רעליגיע. ווען ישו וואלט געבוירן ביי געצנדינער וואלט ער גאנץ זיכער קיינמאל נישט געזאגט די דרשה אויפ'ן בארג. דאס מיינט אז די תורה איז געווען די ערשטע עס צו פארשפרייטן, און דורך ווייטערדיגע שליחים איז די מעסעדזש פון די תורה פארשפרייט געווארן אין די גאנצע וועלט.
פרייטאג אפריל 12, 2013 12:27 pm#104195
שמעקעדיג האט געשריבן:שרגא (ברוך הבא!), וגר זאב עם כבש האט עפעס מיט טאלעראנץ איינגעשטויסן?

מיינט עס דען נישט ווען צוויי אנדערע מינים לעבן צוזאמען אז עס איז דא טאלעראנץ און א שלומ'דיגע וועלט וואו אלע שפירן זיך אויף דער זעלבער מדריגה? וויאזוי קען א וואלף פאשען לעבן א שעפעלע אויב נישט אז קיינער וויל נישט דעם אנדערן פארציקן, זיי פארשטייען זיך גוט, טאלערירן זיך איינער דעם אנדערן, און אפילו איינער איז שטערקער וועט ער יענעם לאזן לעבן רואיג.
פרייטאג אפריל 12, 2013 12:29 pm#104197
יאיר,
שוין, מיר וועלן זך דינגען וועגן דעם ערגעץ אנדערש. דאס האט שוין נישט צו דער שמועס. ווייל אין יידושקייט איז מען לכו"ע קיינמאלנישט אנגעקומען צו דער פראבלעם פון וויאזוי מוועט האלטען א וועלט אויב יעדער וועט דרייען די אנדערע זייט. משא"כ אצל הנוצרים. איז אפילו דו ביסט גערעכט אז מיר האבען געפרעדיגט מאראל, האט דאס נאכאלץ גארנישט מיט די פראבלעם פון טאלערנס אויך צו רשעים און שונאים, וואס דאס רירט אן דער פרדוקס. משא"כ אצלם יש הרבה תורות איך הולך האהבה הזו ביחד עם יישוב העולם וכו'.
פרייטאג אפריל 12, 2013 12:29 pm#104198
יאיר, וויאזוי פארגלייכסטו ואהבת לרעך כמוך, און לא תשנא את אחיך בלבביך צו love your enemy?
פרייטאג אפריל 12, 2013 12:33 pm#104201
הוגה האט געשריבן:

פון די אנדערע זייט זעהט מען אבער א פטרקערטע טרענד, מענטשן אין שטעטליך און קהלות האבן זיך מער פארטראגן ווי היינט. מען האט נישט געפילט די צורך צו מאכן יעדעם אזוי ווי זיך. דאס איז געווען סיי אין די אידישע וועלט און סיי אין די גוי'אישע.

להד"ם. פארקויף אונז נישט קיין באבע מעשיות אז אמאל איז געווען מער אינדבידואליזם און ווייניגער קאנפארמיזם ווי היינט. פונקט פארקערט.
נאר וואס, אמאל איז געווען אסאך מער וועלטלעך, יעדער שטעטל איז געווען א וועלט פאר זיך און האט קוים אנערקענט אין דעם אז סדא נאך מענטשען אויף דער וועלט. ווען ער האט זיך געטראפען מיט א מענטש פון א צוייטער שטעטל האט ער עם באטראכט בערך ווי א בהמה און עם פארציקט. אין יעדער שטעטל פאר זיך האט שולט געווען קאנפארמיזם אויף א פארנעם וואס איז אפשר דא אין שיכון סקווער.
היינט איז אלס איין גרויסע וועלט, ממילא איז אין א וועג דא ווייניגער אנדערע וועגן און קולטורן.אבער אין דער איין וועלט לאזט מען מער ווייניגער פאר יעדער איינער טוהן וואסארא משוגעת ער וויל כל זמן ער שטערט נישט אנדערע. און אויך פארשטייט מען אז אלע מענטשען זענען גלייך. סוי קום מיר נישט פארקויפען אז אמאל איז געווען מער טאלערענט.
פרייטאג אפריל 12, 2013 12:37 pm#104202
הוגה האט געשריבן: פון די אנדערע זייט איז די שיטה פון ריינע ראסע באזירט אויף דארוויניזם.

דער שיטה פון ריינע ראסע איז קיינמאלנישט געווען באזירט אויף דארוויניזם. דער "שיטה" נעמט פרעדזשוסעס וואס איז שוין דא אין דער מענטש בדרך הטבע און מאכט אפאלאגעטיק פאר זיי מיט מופרכ'דיגע דארווינישע תורות. (מופרך בצורה היסודית ביותר ווייל קיין שום סייענס קען נישט זאגען קיינמאל וואס צו טוהן, ווי איינער האט געזאגט, זאלן מיינע genes גיין אין דער ערד, איך וועל טוהן וואס איך וויל. און מופרך סייענטיפיש ווייל סאיז מער וויניגער נישטא אזא זאך ראסע גענעטיקלי.)
פרייטאג אפריל 12, 2013 12:39 pm#104204
יידל האט געשריבן:שמעקעדיג, דער פולער פסוק איז "וגר זאב עם כבש, ונמר עם גדי ירבץ, ועגל וכפיר ומריא יחדו, ונער קטן נהג בם. ופרה ודוב תרעינה, יחדו ירבצו ילדיהן, וארי' כבקר יאכל תבן. ושעשע יונק על חור פתן, ועל מאורת צפעוני גמול ידו הדה. לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים". לויט געוויסע ראשונים איז עס כפשוטו. אבער דער רמב"ם אין הל' מלכים שרייבט אויף דעם אז דאס מיינט אלוועלטליכע טאלעראנץ:
אל יעלה על הלב שבימות המשיח יבטל דבר ממנהגו של עולם, או יהי' שם חידוש במעשה בראשית, אלא עולם כמנהגו נוהג, וזה שנאמר בישעי' וגר זאב עם כבש ונמר עם גדי ירבץ משל וחידה, ענין הדבר שיהיו ישראל יושבין לבטח עם רשעי העולם המשולים בזאב ונמר, שנאמר זאב ערבות ישדדם נמר שוקד על עריהם, ויחזרו כולם לדת האמת, ולא יגזלו ולא ישחיתו, אלא יאכלו דבר המותר בנחת עם ישראל, שנאמר וארי' כבקר יאכל תבן, וכן כל כיוצא באלו הדברים [הכתובין] בענין המשיח משלים הם, ובימות המלך המשיח יודע לכל לאי זה דבר הי' משל, ומה ענין רמזו בהן. אמרו חכמים, אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שיעבוד מלכיות בלבד.

די איראניע איז אז דא שטייט בכלל נישט קיין טאלעראנץ אין דעם מובן וואס מיר האבן היינט, ישעיה איז פול מיט פרעדיגונגען קעגן אלע פעלקער, זיין ציל איז אז אלע וועלן איינזען אז אידישקייט איז די ריכטיגע אמונה, נישט אז יעדער זאל קענען טון וואס אים געפעלט. די אלע וואס זאגן אזוי שיין נאך דעם פסוק לא ישא גוי אל גוי חרב, פארגעסן וואס עס שטייט אין א פריערדיגע פסוק: והלכו עמים רבים ואמרו לכו ונעלה אל הר יהוה אל בית אלהי יעקב וירנו מדרכיו ונלכה בארחתיו. מלחמה קען זיך נאר אויפהערן ווען יעדער וועט קומען דינען דעם באשעפער אין ירושלים.
פונדעסטוועגן, איז דאס אליין געווען א שטארקע טריט אין ריכטונג פון טאלעראנץ, אפילו דער האפענונג אויף שלום איז שוין עפעס ווערד, און דאס האט אויסגעברייטערט דעם פעלד פאר עווענטועלע גענצליכע טאלעראנץ. שלום ווערט עררייכט מיט קליינע טריט, צומאל פאלט מען צוריק, אבער עווענטועל קומט מען אן.
פרייטאג אפריל 12, 2013 12:41 pm#104205
יידל האט געשריבן:יאיר, וויאזוי פארגלייכסטו ואהבת לרעך כמוך, און לא תשנא את אחיך בלבביך צו love your enemy?

ווער זאגט אז איך פארגלייך עס? איך זאג נאר אז די ערשטע האט געברענגט די צווייטע. און בכלל דארף מען וויסן דעם פונקטליכן אפטייטש פון love your enemy.
פרייטאג אפריל 12, 2013 12:54 pm#104209
שמעקעדיג האט געשריבן:מיין שאלה אויף דעם איז מער תורה'דיג. ווען מען לערנט/לייענט פסיכאלאגיע, איז מען כסדר מדגיש דעם נקודה פון טאלעראנץ צו א צווייטן, און זיין Non-Judgemental, נישט אפ'פסק'ענען יענעם, א.א.וו.
אבער מיר ווייסן אז אוהבי ה' שנאו רע, אויב האט א איד אמת'דיג ליב דעם באשעפער, טוט אים וויי אויף רשעים וואס טוען אים מכעיס זיין. אלע ספרים, אלע צדיקים, זענען פול און רעדן דערפון, און שיטת סאטמאר האט דאס גענומען צו א שטארקן עקסטרעם, ממש אפהאקן מיט יעדן וואס האלט אנדערש, איי יענער האט דאך א שיטה וואס איז אמת לויט זיין קבלה? טאקע היא הנותנת, שאני מינות דמשכי, קענסט נאך פארכאפט ווערן וכו', כ'וויל נישט אריינקריכן דא אין דעם נושא.

אבער מיין שאלה בלייבט קלאר: איז דא א אופן וואס טאלעראנץ קען זיין נגד התורה? אדער קען מען טרעפן א צווישן-וועג?

דו פרעגסט א גוטע קשיא, איך ווייס נישט צו ס'איז דא א קלארער ענטפער. אבער אויפ'ן שפיץ גאפל דארף מען פארשטיין אז מיר לעבן אין אן אנדערע וועלט היינט, אויב ווילן מער אמת'דיגע צוריקגיין צו די צייטן ווען מ'האט פארברענט מוסרים אין די קאלך אויוון און די כופרים זענען געווען מעלים ולא מורידים, דעמאלט וועלן חלילה די קריסטן צוריקגיין צו די צייטן פון די אינקוויזיציע. יעדער זאך האט זיך זיין פלאץ, אמאל איז געווען נארמאל צו מקריב זיין קרבנות און פארשטיינערן מחללי שבתות, שפעטער איז דאס געווארן אן אומדערהערטע זאך, האבן חז"ל געמאכט אזא Legal fiction אז מיר האבן שוין נישט דעם כוח פון אמאל און ס'איז נישטא קיין מיתת בית דין. די זעלבע זאך איז מיט די מושג פון רשעים. אויב מיר וועלן נעמען פראקטיש די אלע דינים אויף פרייע און אפיקורסים און ווער רעדט נאך פון מאדערנע דעמאלט וועט די וועלט נישט האבן א קיום. די חכמה איז נישט צו אויסקוועטשן פון אונטער די ערד א דעה יחידאה אז גאנץ כלל ישראל זענען מינים ווייל זיי גייען צו די בחירות, די חכמה איז צו פארמערן אהבה, מאראל, און תורה אויף די וועלט. אמאל איז געווען דער בעסטער מיטל מיט חרמות און אזהרות, היינט ארבעט דאס מער נישט, דארף מען אויפהערן דערמיט. און אויב דו ווילסט זוכן א הלכה'דיגע היתר, קען מען טרעפן גענוג און נאך, לעת הצורך זענען זיי אלע תינוקות שנשבו וואס האבן ליידער נישט די שכל איינצוזען די ריינע אמת'ע שיטה.
פרייטאג אפריל 12, 2013 12:56 pm#104210
לעיקוואד האט געשריבן:דער שיטה פון ריינע ראסע איז קיינמאלנישט געווען באזירט אויף דארוויניזם. דער "שיטה" נעמט פרעדזשוסעס וואס איז שוין דא אין דער מענטש בדרך הטבע און מאכט אפאלאגעטיק פאר זיי מיט מופרכ'דיגע דארווינישע תורות. (מופרך בצורה היסודית ביותר ווייל קיין שום סייענס קען נישט זאגען קיינמאל וואס צו טוהן, ווי איינער האט געזאגט, זאלן מיינע genes גיין אין דער ערד, איך וועל טוהן וואס איך וויל. און מופרך סייענטיפיש ווייל סאיז מער וויניגער נישטא אזא זאך ראסע גענעטיקלי.)

ריינע ראסע האט געקענט זיין אויך פאר דארוויניזם, אבער עס האט קלאר אנגענועמן א פרישע ראדיקאלע צורה ווי קיינמאל פריער צוליב דארוויניזם, ווען מען האט אנגעהויבן טראכטן אז מ'קען פיזיש טוישן די צושטאנד פון דער מענטשהייט דורכ'ן צוהעלפן מעניועלי מיט דעם פראצעדור פון "אויסראטן די שלעכטע" און דערביי וועט ארונטערוואקסן א בעסערע וועלט.
פרייטאג אפריל 12, 2013 12:59 pm#104213
שרגא האט געשריבן:

דאס איז געווען צוליב דעם וואס מען האט אפגעלערנט דארוויניזם אויף אן אומאינטעליגענטע אופן. והא ראיה אז ווען מ'איז געווארן קלוגער האט מען איינגעזען אז די ראסיסטישע שטודיעס זענען הבל ורעות רוח.
פרייטאג אפריל 12, 2013 1:20 pm#104222
יאיר האט געשריבן:דאס איז געווען צוליב דעם וואס מען האט אפגעלערנט דארוויניזם אויף אן אומאינטעליגענטע אופן. והא ראיה אז ווען מ'איז געווארן קלוגער האט מען איינגעזען אז די ראסיסטישע שטודיעס זענען הבל ורעות רוח.

איך בין נישט זיכער אז מען האלט עס איז שטותים, ווי אז עס איז נישט עטיש, און אויך קען עס האבן אומדירעקטע קאנסעקווענצן. (און אגב, למעשה טוט מען עס היינט צו א געוויסע דעגרי.)
פרייטאג אפריל 12, 2013 1:27 pm#104226
יאיר האט געשריבן:אויב ווילן מער אמת'דיגע צוריקגיין צו די צייטן ווען מ'האט פארברענט מוסרים אין די קאלך אויוון און די כופרים זענען געווען מעלים ולא מורידים.....

באתי רק להעיר: האסט שוין עטליכע מאל געמאכט דעם טעות. עס דארף זיין מורידין ולא מעלין.
פרייטאג אפריל 12, 2013 1:28 pm#104228
שמעקעדיג האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אויב ווילן מער אמת'דיגע צוריקגיין צו די צייטן ווען מ'האט פארברענט מוסרים אין די קאלך אויוון און די כופרים זענען געווען מעלים ולא מורידים.....

באתי רק להעיר: האסט שוין עטליכע מאל געמאכט דעם טעות. עס דארף זיין מורידין ולא מעלין.

ס'איז בלשון סגי נהור...
פרייטאג אפריל 12, 2013 1:59 pm#104253
שמעקעדיג, אין סאטמאר לערנט מען אויס: מען דארף זיין גוט צו יעדן אבער נישט גוט מיט יעדן. איז דאס נישט טאלעראנץ במיטיבה?
פרייטאג אפריל 12, 2013 2:08 pm#104257
קודם כל, איך ווייס נישט וואו מען לערנט דאס, אפשר מיינסטו דעם חלק וואס דער רבי ז"ל אליין האט געטיילט צדקה מיט א ברייטע האנט אפילו פאר זיינע געגנער (אבער דאס איז אמאל זיכער אז מען פראקטיצירט דאס נישט הלכה למעשה)
און נאכדעם, אפילו דאס וואס מ'לערנט אויס, איז אז אפגעזעהן וואס יענער האלט, איז אין בודקין ציציותיו למזונות, זיי גוט צו יעדן.
אבער טאלעראנץ איז לכאורה טיפער ווי דעם. פארשטיי אז יענער האט אויך א שיטה, כאטש ס'אנדערש ווי דיר, און ביידע קענען זיין ריכטיג! נאר דו האלטסט זיך מיט דיין קבלה צי צוליב ואל תטוש, צי ווייל דו האסט דאס איינגעזעהן פאר ריכטיגער.
אזא מחשבה איז ריין כפירה אין סאטמאר.
פרייטאג אפריל 12, 2013 6:53 pm#104364
יאיר, דארוויניזם איז עווילוזשען וואס זאגט די טעאריע פון סערווייוועל אוו דע פיטעסט, נאך איין שפאן ווייטער איז די ריינע ראסע טעאריע. נאכן קריג האבן די מענטשן מיט שכל און אפילו אינטעליגענציע באזיגט און שטיל געמאכט די נאציס (פאר דערווייל) אבער דאס מיינט נאך אלץ נישט אז די טעאריע קומט פון העסליכע איגנארענט מענטשן.

עס זענען דא אקידעמיקער אין אמעריקא היינט וואס פארענטפערן אז די נאציס זענען געווען גערעכט אינטעלעקטואל אבער נישט מאראליש. זיי אליין האבן געהאלטן אז זיי זענען גערעכט מאראליש אויך.

איך זאג אז אפילו אויב ביסטו קאנווינסד אז מאראליש און אינטעלעקטואליש גערעדט איז די ריינע ראסע טעאריע גערעכט דאך אויב ביסטו א טאלערירער וואלסטו טאלערירט און רעספעקטירט די מיינונג פון דיינע אפאונאנטן און נישט געשחטן מיליאנען מענטשן צוליב דיין אינטעליגענט טעאריע.. נ
זונטאג אפריל 14, 2013 3:08 am#104440
יאיר האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:מיין שאלה אויף דעם איז מער תורה'דיג. ווען מען לערנט/לייענט פסיכאלאגיע, איז מען כסדר מדגיש דעם נקודה פון טאלעראנץ צו א צווייטן, און זיין Non-Judgemental, נישט אפ'פסק'ענען יענעם, א.א.וו.
אבער מיר ווייסן אז אוהבי ה' שנאו רע, אויב האט א איד אמת'דיג ליב דעם באשעפער, טוט אים וויי אויף רשעים וואס טוען אים מכעיס זיין. אלע ספרים, אלע צדיקים, זענען פול און רעדן דערפון, און שיטת סאטמאר האט דאס גענומען צו א שטארקן עקסטרעם, ממש אפהאקן מיט יעדן וואס האלט אנדערש, איי יענער האט דאך א שיטה וואס איז אמת לויט זיין קבלה? טאקע היא הנותנת, שאני מינות דמשכי, קענסט נאך פארכאפט ווערן וכו', כ'וויל נישט אריינקריכן דא אין דעם נושא.

אבער מיין שאלה בלייבט קלאר: איז דא א אופן וואס טאלעראנץ קען זיין נגד התורה? אדער קען מען טרעפן א צווישן-וועג?

דו פרעגסט א גוטע קשיא, איך ווייס נישט צו ס'איז דא א קלארער ענטפער. אבער אויפ'ן שפיץ גאפל דארף מען פארשטיין אז מיר לעבן אין אן אנדערע וועלט היינט, אויב ווילן מער אמת'דיגע צוריקגיין צו די צייטן ווען מ'האט פארברענט מוסרים אין די קאלך אויוון און די כופרים זענען געווען מעלים ולא מורידים, דעמאלט וועלן חלילה די קריסטן צוריקגיין צו די צייטן פון די אינקוויזיציע. יעדער זאך האט זיך זיין פלאץ, אמאל איז געווען נארמאל צו מקריב זיין קרבנות און פארשטיינערן מחללי שבתות, שפעטער איז דאס געווארן אן אומדערהערטע זאך, האבן חז"ל געמאכט אזא Legal fiction אז מיר האבן שוין נישט דעם כוח פון אמאל און ס'איז נישטא קיין מיתת בית דין. די זעלבע זאך איז מיט די מושג פון רשעים. אויב מיר וועלן נעמען פראקטיש די אלע דינים אויף פרייע און אפיקורסים און ווער רעדט נאך פון מאדערנע דעמאלט וועט די וועלט נישט האבן א קיום. די חכמה איז נישט צו אויסקוועטשן פון אונטער די ערד א דעה יחידאה אז גאנץ כלל ישראל זענען מינים ווייל זיי גייען צו די בחירות, די חכמה איז צו פארמערן אהבה, מאראל, און תורה אויף די וועלט. אמאל איז געווען דער בעסטער מיטל מיט חרמות און אזהרות, היינט ארבעט דאס מער נישט, דארף מען אויפהערן דערמיט. און אויב דו ווילסט זוכן א הלכה'דיגע היתר, קען מען טרעפן גענוג און נאך, לעת הצורך זענען זיי אלע תינוקות שנשבו וואס האבן ליידער נישט די שכל איינצוזען די ריינע אמת'ע שיטה.

די פארברענען מוסרים און מורידים ולא מעלים זענען ווייט כרחוק מזרח ממערב. מוסרים גייט אן בכל זמן, לויט פיל פוסקים וכן מסתבר איז דער דין רעלעוואנט אפילו היינט מיט די כלומר'שטע מלכות של חסד. מורידין ולא מעלין גייט אן נאר בזמן שיד ישראל תקיפה. פונקט ווי מחיית עמלק. בשגם אז לויט פילע איז היינט אין אזא הסתר פנים וואס מיר לעבן בכלל נישט שייך כמעט אזא איינער.

מקריב זיין קרבנות האט מען אויפגעהערט כשחרב בית המקדש, און מיתות בית דין האט מען געסטאפט וועגן ריבוי הרוצחים, (וואס גראדע עד היום איז דא טויט שטראף פאר א רוצח), נישט וועגן חילול שבת. איך ווייס נישט וואס פונקטליך דו רופסט ליגעל פיקשען, אבער חז"ל האבן מקבל געווען אז נאר ווען סנהדרין זיצן בלשכת הגזית קען מען דן זיין דיני נפשות.

(הגם דיין צושטעל וואס דו ווילסט אויפבויען איז אפשר נאכאלס אמת ווייל למעשה האבן חז"ל געטוישט די סנהדרין לאקאציע כדי נישט צו דארפן דן זיין דיני נפשות).

אלע דינים אויף פרייע און אפיקורסים - חוץ מורידין ולא מעלין כנ"ל - למשל יין נסך, פסול לעדות, וכדומה דארפן - און ווערן פאקטיש - גענומען פראקטיש. מאדערנע שומרי תורה ומצוות, דא קומט שוין אריין טאלעראנץ און פארשטיין.

ווער זאגט אז היינט ארבעט שוין נישט קיין חרמות? און ווער זאגט אז אמאל יא?
זונטאג אפריל 14, 2013 3:17 am#104443
הוגה האט געשריבן:יאיר, דארוויניזם איז עווילוזשען וואס זאגט די טעאריע פון סערווייוועל אוו דע פיטעסט, נאך איין שפאן ווייטער איז די ריינע ראסע טעאריע. נאכן קריג האבן די מענטשן מיט שכל און אפילו אינטעליגענציע באזיגט און שטיל געמאכט די נאציס (פאר דערווייל) אבער דאס מיינט נאך אלץ נישט אז די טעאריע קומט פון העסליכע איגנארענט מענטשן.

עס זענען דא אקידעמיקער אין אמעריקא היינט וואס פארענטפערן אז די נאציס זענען געווען גערעכט אינטעלעקטואל אבער נישט מאראליש. זיי אליין האבן געהאלטן אז זיי זענען גערעכט מאראליש אויך.

איך זאג אז אפילו אויב ביסטו קאנווינסד אז מאראליש און אינטעלעקטואליש גערעדט איז די ריינע ראסע טעאריע גערעכט דאך אויב ביסטו א טאלערירער וואלסטו טאלערירט און רעספעקטירט די מיינונג פון דיינע אפאונאנטן און נישט געשחטן מיליאנען מענטשן צוליב דיין אינטעליגענט טעאריע.. נ

וואספארא שייכות האט סורווייוועל אוו די פיטעסט מיט ריינע ראסע? די ערשטע איז א סייענטיפישע פאקט וואס האט פאסירט אין די פארגאנגענהייט, אז בעלי חי וואס האבן בעסערע שאנסן צו איבערלעבן האבן זיך פארמערט, די צווייטע איז א טעאריע וואס האט נישט קיין שום באזיס אין פאקט, און איז בלויז מיט'ן ציל צו בארעכטיגן אוממאראלישקייט. דאס איז בערך אזוי ווי זאגן אז די נעשאנעל געאגראפיק וואס באריכטעט איבער לייבן וועלכע פארציקן הערשן בארעכטיגן דערמיט די האלאוקאסט.
ווער זענען די אקעדעמיקער? און וואס הייסט זיי זענען גערעכט אינטעלעקטועל? אז עס איז א לאגישע סברא אז מען דארף הרג'ענען אידן וויבאלד זיי האבן לאנגע נעזער?
טאלעראנץ מוז גיין צוזאמען מיט אינטעלעקציע. פעריאד. אויב נישט מיינט דאס אז מיר דארפן טאלערירן פעדאפילן און רעיפיסטס.
זונטאג אפריל 14, 2013 1:26 pm#104527
אט דא האב איך ערקלערט די נושא פון עקסטרעמיזם ווס מעסיגקייט. מען קען נישט פאדערן פון א איד וואס איז דורכגעגאנגען די היימישע חינוך סיסטעם זאל זיין גענצליך פלוראל. גענצליך פלוראליזם פון א מאמין וואלט געזאגט "כל אחד והאמת שלו", יא איך גלייב אין מיין אמת מיט אן אבסאלוטע אמונה, אבער נאר ווילאנג עס איז אין מיין טעריטאריע, אבער אינדרויסן פון מיין טעריטאריע האב איך נישט קיין שום רעכט צו זאגן אז איך בין מער גערעכט ווי א צווייטן.

דאס איז אבער צופיל פארלאנגט, אבער מעסיגקייט, דאס טייטשט פלוראליזם למחצה לשליש ולרביע קען מען פארלאנגען. אין פאקט איז ביי רוב מענטשן דא פלוראליזם. נהרא נהרא ופשטיה, אלו ואלו דברי אלקים חיים, און כל הלבבות דורש את ה' איז א געווויסע פלוראליזם, דער חסיד וואס איז פארגלייבט אין חסידות אבער זאגט אז דער ליטוואק האט אויך א לעגיטימע מהלך איז שוין רעלאטיוו א שטיקל פלוראליסט.

דער חסיד וואס זאגט אז א ליטוואק האט א צלם אין הארץ איז א לאסט קעיס, די זעלבע דער סאטמארער וואס קען נישט הערן פון קיין אלו ואלו דברי אלקים חיים און והיפוכו דער מזרחי'סט.
אלזא מעסיגע מענטשן וואס נוצן די שכל און קוקן נישט שווארץ אויף ווייס קענען זיכער נעמען די זאך ווייטער און פארמאגן טאלעראנץ צו אנדערע מיינונגען, אן אוועקנויגן פון די אייגענע מיינונג.

מיין מיינונג איז מיין אמת, און מיין אמת איז עס עד הסוף, אבער נאר מה שנוגע מיר, איך קען נישט אריינרוקן א מוסלמענער נישט האלאל פלייש, הגם איך לאך פון אים, ווייל אין זיין טעריטאריע איז זיין אמת די אבסאלוט אמת. און אזוי קען איך נישט אריינרוקן קיין פלייש פאר א וועגעטאריען, אדער קיין מים אחרונים וואסער פאר א חרדי, איך לאך דערפון אבער יעדער פארמאגט זיין אמת, און אין זיין טעריטאריע איז זיין אמת די איינציגסטע אמת.
זונטאג אפריל 14, 2013 2:08 pm#104548
זעהט אויס די וואטיקן לייענט אויך ק"ש
m http://www.huffingtonpost.com/2013/04/1 ... 72410.html m
זונטאג אפריל 14, 2013 4:09 pm#104611
יאיר האט געשריבן:וואספארא שייכות האט סורווייוועל אוו די פיטעסט מיט ריינע ראסע?

קוק דא וועסטו זעהן

לאמיר נישט פארגעסן די שאלה, קען טאלעראנץ זיי א ריאליטעט אדער איז עס א פאנטאזיע? אין די כלל איז די שאלה צו מיר קענען לעבן אין א לאנד/וועלט מיט מערערע ראסן אידיאלאגיעס און סאסייאטיס און פארגונען איינעם דעם אנדערע אז זיי זאלן לעבן ווי זיי ווילן, עכ"פ ווילאנג זיי לאזן אונז לעבן ווי מיר ווילן. אדער אפשר איז די טבע העולם אז כדי די וועלט זאל האבן א קיום מוזן מיר לעבן א גאנץ לעבן מיו א פייט, מיט קאמפעטישאן, מיט די רצון קלענער צו מאכן יענעם און גרעסער צו מאכן זיך צוזאמען מיט אלע וואס שטיצן מיך און מיין גאנג.

אין די פרט גערעדט איז די שאלה, צו קענען מיר לעבן אין איין געגנט/דאווינען אין איין שול מיט מערערע סארט אידן און פארגינען איינער דעם אנדערע אז זיי זאלן לעבן ווי זיי ווילן. אדער פארלאנגט די טבע אומטאלעראנץ מפני קיום היהדות כנ"ל.

קופערניקס, ש'כח פארן שיינע תגובה, און פארן לינק צום הערליכע ארטיקל וועלכער איך האב גאר שטארק געלייקט. איך האלט מיט דיר מיט נאך א שמיץ אריבער. אליבא ד"אמת" - ווי דו רופסט עס אן - איז די רבי זי"ע שיטה געווען איין זאך, לעשות רצונך אלוקי חפצתי. דאס איז אויך געווען רב קוקס שיטה, די בעש"ט און די גר"א האבו אויך געהאט נאר די איין שיטה. מוטה פראנק, און רבי מאטעלע פון וויזניץ האבן ביידע אויך די שיטה. ממילא איז שייך טאלעראנץ אפילו ביי עקסטרעם ריליגיע, ווילאנג מען גייט אליבא דאמת.
זונטאג אפריל 14, 2013 7:18 pm#104699
הוגה, אודאי האבן די נאציס גענוצט דארוויניזם אלס אן אויסרייד, אבער דאס מיינט נישט אז "איין שפאן ווייטער איז ריינע ראסע". די נאציס האבן געמאכט אן אבסורדע צוזאמשטעל צווישן דארוויניזם און נאציזם וואס האט נישט קיין הענט און קיין פוס אלס א תירוץ פאר זייערע מעשים תעתועים. עס איז ביי מיר נישט קיין שום ספק אז ווען נישט דארווין וואלטן די נאציס געווען פונקט אזוי רשעות'דיג.
זונטאג אפריל 14, 2013 8:47 pm#104733
נאכאמאל, דו קענסט נישט אינגאנצן אוועקמאכן ריינע ראסע טעאריע. ס'האט ווי נישט ווי אויבן אויף געהאט א הסבר. קוק א דויטשע פאלק, קלוגע אינטעלעקטואלן, פון די בעסטע עקענאמיעס און פארגעשריטנסטע אויסטרעפונגען. און דא קוק א פאלק פון אידן, קיינמאל נישט מצליח געווען, פארטריבן און פארוואגלט, אהן אן ארמיי, פוהל מיט מחלות. טויזנטע אומגעלערנטע (רעליגעיזע) אנפאלבעטן און בעיקר א שמוציגע ראסע.. (לויט ווי זיי האבן געטענה'ט. זיי האבן דאך אויך אויסג'הרגעט מאנגאלן, דאון סינדראם, און האומאו סעקסואלן (קראנקע לויט זיי - געגן נאטור) פון די דייטשע ראסע אליין צוליב וואס דאס רייניגט אויס די מענטשהייט. און אנשטאט נאטור זאל מאכן די סעלעקציע האבן זיי זיך געשטעלט אלס שלוחים עס אויסצופירן. ווייל נאטור אין א וועלט פון טאלאראנץ און הארמאניע און הילף פאר קראנקע. מעדעצין וכו' מאכט נישט אזא געשיקטן סעלעקציע ווען עס קומט צו "מענטשן".. בקיצור, זיי האבן געלינקט דארוויניזם מיט ריינע ראסע אלץ א פארשטענדליכע סיבה צו בארעכטיגן זייער מארדן און בלויז איבערלאזן די געלונגענע קלוגע שטארקע (לויט זיי די אריע ראסע). פארעכט מיר אויב איך בין ראנג. ס'איז נישט אזוי הענט און פוסלאז.
זונטאג אפריל 14, 2013 9:03 pm#104736
אוי ביסטו ראנג. זיי וויסן אז בעפאר די מלחמה האבן אידן געפארעמט דאס רוב פון די אינטעלעקטועלן אין דייטשלאנד, דאקטוירים, וויסנשאפטלער, לויערס, ביזנעס לייט, און וואס נישט. און אפילו אויב נישט, גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס ס'איז בכלל דא א הוה אמינא אז מ'זאל זיי מעגן אויסהרג'ענען ווייל זיי זענען נישט קלוג, אויסער אויב מען האט בכלל נישט קיין מאראל, וואס דאן מעג מען הרג'ענען אויך קלוגע מענטשן.
זונטאג אפריל 14, 2013 9:07 pm#104737
הוגה האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:וואספארא שייכות האט סורווייוועל אוו די פיטעסט מיט ריינע ראסע?

קוק דא וועסטו זעהן

לאמיר נישט פארגעסן די שאלה, קען טאלעראנץ זיי א ריאליטעט אדער איז עס א פאנטאזיע? אין די כלל איז די שאלה צו מיר קענען לעבן אין א לאנד/וועלט מיט מערערע ראסן אידיאלאגיעס און סאסייאטיס און פארגונען איינעם דעם אנדערע אז זיי זאלן לעבן ווי זיי ווילן, עכ"פ ווילאנג זיי לאזן אונז לעבן ווי מיר ווילן. אדער אפשר איז די טבע העולם אז כדי די וועלט זאל האבן א קיום מוזן מיר לעבן א גאנץ לעבן מיו א פייט, מיט קאמפעטישאן, מיט די רצון קלענער צו מאכן יענעם און גרעסער צו מאכן זיך צוזאמען מיט אלע וואס שטיצן מיך און מיין גאנג.

אין די פרט גערעדט איז די שאלה, צו קענען מיר לעבן אין איין געגנט/דאווינען אין איין שול מיט מערערע סארט אידן און פארגינען איינער דעם אנדערע אז זיי זאלן לעבן ווי זיי ווילן. אדער פארלאנגט די טבע אומטאלעראנץ מפני קיום היהדות כנ"ל.

קופערניקס, ש'כח פארן שיינע תגובה, און פארן לינק צום הערליכע ארטיקל וועלכער איך האב גאר שטארק געלייקט. איך האלט מיט דיר מיט נאך א שמיץ אריבער. אליבא ד"אמת" - ווי דו רופסט עס אן - איז די רבי זי"ע שיטה געווען איין זאך, לעשות רצונך אלוקי חפצתי. דאס איז אויך געווען רב קוקס שיטה, די בעש"ט און די גר"א האבו אויך געהאט נאר די איין שיטה. מוטה פראנק, און רבי מאטעלע פון וויזניץ האבן ביידע אויך די שיטה. ממילא איז שייך טאלעראנץ אפילו ביי עקסטרעם ריליגיע, ווילאנג מען גייט אליבא דאמת.

איך זע אזא אנדערע האבן עס שוין דערמאנט עטליכע מאל. ע"כ וועל איך עס איבערחזר'ן און צולייגן נופח משלי.
טאלעראנץ אין די אלגעמיינע וועלט, פון קולטורן און גלויבוינגען און ראסן איז נישט א פראגע פון ריאליטעט אדער פאנטאזיע, ס'איז א זיכערע פאקט וואס ווערט אלץ מער און מער פארווירקליכט. און פארקערט די טבע העולם איז אז ווי מער טאלעראנץ מיט אינטעליגענץ אלץ מער גוטס קומט ארויס פאר די וועלט. אלץ מער טוט עס פארזיכערן דער קיום העולם. ווען א קליינע ישיבה פון אפאר בחורים שלאגן און רייסן זיך ארום פאר יעדע קלייניגקייט, איז עס נישט נושא פירות. אבער ווען אין א ריזיגע ישיבה ארבעטן אלע צוזאמען אויף א מערכה פראיעקט זענען די פירות גאר אסאך.

אצינד לאמיך רעדן פערטיקיולער פון אונזער אידישע רעליגיע, מיר זענען מיט אפאר דורות הינטערשטעליג אין דער ענין פון טאלעראנץ. און ביי אונז איז טאלעראנץ א סכנה פאר עקזיסטענץ, ווייל ווען מען טאלערירט איינער דעם צווייטן (דער ארטאדאקסישער דעם מאדערן ארטאדאקסישן) קען מען זיך לייכטער לעבן צוזאמען בשכינות און מיט די צייט אפלערנען איינער פון אנדערען, ווייל טאלעראנץ ברענגט צזאמלעבעניש, און צאמלעבן זיך איז א געפאר פאר אסימילאציע דערפאר איז אוממעגליך צו זאגן דעם סאטמערן ער זאל גענצליך טאלערירן דעם מאדערן ארטאדאקסישן (כ'נעם עס ביז צו אזא עקסטרים, כדי לסבר את האוזן) ווייל דאן וועט ער נאך חלילה זיך אפלערנען פון אים. און פון א סאטמערען פרעספעקטיוו וויאזוי א איד ברויך צו לעבן ערליכערהייט, איז דאס אומאקצעפטירבאר.

משא"כ דער OTD וועט יא לייכטער קענען טאלערירן אפ' די פרומער וואס טאלערירט אים נישט, וויבאלד דער OTD האט נישט מורא ער זאל זיך אפלערנען פון דעם סאטמערן, וויבאלד ער האט נישט קיין סיבה פארוואס צו גיין צוריק איינצוימען זיין לעבן - צו א פירונג וואס איז לויט אים ראדיקאל. במילא ווען מ'רעדט פון טאלעראנץ, איז א גרויסע חילוק צווישן טאלעראנץ אין פאליטישע, (אדער סיי וועלכע אנדערע, אחוץ רעליגיע ודומה לו. אזא שיטה וואס הרגעט אפ די גאנצע ציהל פארוואס דו לעבסט אויף די וועלט) שיטות למשל .. וכו'. אדער רעליגעיזע פירונג.
אבער דאס איז קלאר אז טאלעראנץ, ווילאנג ביידע זייטן קענען הנאה האבן פון לעבן, און אלץ וואס לעבן ברענגט מיט זיך, - זעה איך נישט פארוואס ס'זאל נישט זיין א רעאליסטישע דערהער וואס ווערט פארווירקליכט אלץ מער און מער.
זונטאג אפריל 14, 2013 9:15 pm#104738
יאיר האט געשריבן:אוי ביסטו ראנג. זיי וויסן אז בעפאר די מלחמה האבן אידן געפארעמט דאס רוב פון די אינטעלעקטועלן אין דייטשלאנד, דאקטוירים, וויסנשאפטלער, לויערס, ביזנעס לייט, און וואס נישט. און אפילו אויב נישט, גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס ס'איז בכלל דא א הוה אמינא אז מ'זאל זיי מעגן אויסהרג'ענען ווייל זיי זענען נישט קלוג, אויסער אויב מען האט בכלל נישט קיין מאראל, וואס דאן מעג מען הרג'ענען אויך קלוגע מענטשן.

נו, די קלוגע און די שטארקע, און די ארבעטס פעאיגע האט ער דאך געלאזט. וואס איז דען מענגעלע'ס ארבעט געווען.
און לאמיר נישט פארגעסן אז היטלער האט נאך אלעם טאקע געטראגן א בלינדע וויסטע שנאה קעגן אידן. אין צוגאב צו וואס זיין טעאריע האט נישט געמוזט שטימען אויף הונדערט פראצענט. נאר אויף אזויפיהל זיך צו פארענטפערן פאר די מאסן, (ברעינוואשן זיינע אייגענע אונטערטאנען) און אנדערע לענדער.
אך. פארוואס פארשטייסטו נישט. (אדער אפשר פארשטיי איך נישט) מאראל איז אויך א זאך וואס טוישט זיך, און באקומט אלץ נייע פארעמען, און כללים.
היטלער האט (איינגערעדט אז ער האלט) געהאלטן, למשל, אז כדי צו פרעזערווירן א געזונטע וועלט, און ריינע אטמאספערע, דארף מען פארקוקן אויף מאראל, ווייל די וועלט וועט נאך אפאר יאר זיין פוהל מיט מענטשן און צו א קליינע מאס נעהרונג פאר זיי. דערפאר האט ער אנגעקוקט, אז לויט די טעאריע פון דארוויניזים טוט ער גאר א טובה פאר די וועלט. און הארגעט די וואס זעהן די מערסטע אויס, קראנק און נישט מזל'דיג. איי מאראל?! מ'דארף אוועק קוקן אויף מאראל פאר די גרעיטער גוד!
נאטורליך סעלעקציע איז אויך געגן מאראל. נעבעך א אומשולדיגע זעברע ווערט צעפליקט דורך א ברוטאלע לייביכע.
אוודאי היטלער איז געווען א אכזר פון ערגסטן קלאס, און ער אליין האט נישט געגלייבט פולשטענדיג אין זיין שיטה און הסבר דערצו מכח דארווין. אבער דאס איז וויאזוי איך האב עס געהערט. (צ"ל געטראכט) דאס ער האט אזוי אנגעשטעלט פאר די וועלט.
און יא! ס'האט געמאכט סענס פאר מיליאנע נארמאלע מענטשן. נישט נאר אין דייטשלאנד.
דינסטאג אפריל 16, 2013 4:58 pm#105486
יאיר האט געשריבן:הוגה, אודאי האבן די נאציס גענוצט דארוויניזם אלס אן אויסרייד, אבער דאס מיינט נישט אז "איין שפאן ווייטער איז ריינע ראסע". די נאציס האבן געמאכט אן אבסורדע צוזאמשטעל צווישן דארוויניזם און נאציזם וואס האט נישט קיין הענט און קיין פוס אלס א תירוץ פאר זייערע מעשים תעתועים. עס איז ביי מיר נישט קיין שום ספק אז ווען נישט דארווין וואלטן די נאציס געווען פונקט אזוי רשעות'דיג.

הוא אשר דיברתי אין די אנדערע אשכל....

אויב איז נישט דא קיין טאלעראנץ דאן וועט נישט העלפן קיין שום אינטעליגענציע אין די וועלט, די אינטעליגענציע וועט פארדרייט ווערן אויף אן אופן וואס וועט מוזן אויסטייטשן זייער אגענדע. וכן הדין לגבי רעליגיע, אויב קען טאלעראנץ נישט ווערן איינגעפעדמט אין די קאמיוניטי/סאסייעטי דאן וועט קיין שום אינטעליגענציע נישט העלפן. רעליגיעזע אומטאלעראנץ איז שטארק גענוג צו געפונען א.ג. אינטעליגענטע סיבות צו פארענטפערן די אומטאלעראנץ.

בנוגע די נושא וואס מיר רעדן אין דער אשכל זעה מער אין א קומענדיגע הודעה.