Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • האט איר געוואוסט אז?...

קאווע שטיבל • האט איר געוואוסט אז?...

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
154 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 181 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3444
דינסטאג יולי 28, 2015 12:31 am#292292
כַּכָּתוּב עַל יַד נְבִיאֶךָ לָכֵן כֹּה אָמַר יְיָ שַׁבְתִּי לִירוּשָׁלַיִם בְּרַחֲמִים בֵּיתִי יִבָּנֶה בָּהּ נְאֻם יְיָ צְבָאוֹת וְקָו יִנָּטֶה עַל יְרוּשָׁלָיִם: וְנֶאֱמַר עוֹד קְרָא לֵאמֹר כֹּה אָמַר יְיָ צְבָאוֹת עוֹד תְּפוּצֶנָה עָרַי מִטּוֹב וְנִחַם יְיָ עוֹד אֶת צִיּוֹן וּבָחַר עוֹד בִּירוּשָׁלָיִם.

'עוד קרא לאמר' איז א חלק פונעם לשון הפסוק.
זונטאג אוגוסט 16, 2015 10:15 pm#296174
פשוט פשט אין כי האדם עץ השדה, און אין הבן יקיר לי אפרים אם ילד שעשועים - איז בתמי'.
מאנטאג אוגוסט 17, 2015 12:24 am#296200
נישטא אזא פסוק "ושמחת בחגך והיית אך שמח". ס'איז צאמגעשטעלט פון צוויי פסוקים.
מאנטאג אוגוסט 17, 2015 12:38 am#296201
די פסוק חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו שטייט גאר אין.... איכה.
מאנטאג אוגוסט 17, 2015 7:56 am#296215
איך האב געמיינט אז ס'שטייט אין ברוך ה' יום יום
מאנטאג אוגוסט 17, 2015 8:02 am#296217
Re: האט איר געוואוסט אז?...
און השבינו השם אליך איז אויך אין איכה? (יא עס שטייט אויך אין סלחות)

Sent from my LG-P659 using Tapatalk
מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:13 am#296219
אליך נישט עליך
מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:18 am#296220
די פסוק ונסלח לכל עדת בני ישראל ולגר הגר בתוכם כי לכל העם בשגגה שטייט ביי די פרשה פון פר העלם דבר של ציבור נישט ביי יוה"כ.
מאנטאג אוגוסט 17, 2015 6:38 pm#296329
דריידל האט געשריבן:אליך נישט עליך

פאראכטן

יישר כח
מאנטאג אוגוסט 17, 2015 7:22 pm#296337
Re: האט איר געוואוסט אז?...
ויאמר ה׳ סלחתי כדבריך שטייט ביים חטא מרגלים נישט ביים חטא העגל , כאטשיג רש״י ברענגט עס לגבי חטא העגל.
מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:05 pm#296389
לא רעב ללחם ולא צמא למים (יא דער ניגון) איז א קללה וואס אויף דעם האט רשב"י געזאגט ח"ו שתשתכח תורה מישראל שנ' כי לא תשכח מפי זרעו
דינסטאג אוגוסט 18, 2015 12:11 pm#296509
די פסוק "איש את רעהו יעזרו ולאחיו יאמר חזק" רעדט זיך וועגן די גוים וואס וועלן מלחמה האלטן מיט די מלך המשיח
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:15 pm#300093
רובה דרובה איז ווייניגער ווי רוב
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 4:31 pm#300096
די מיינסט במציאות נישט בלשון בני אדם
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:28 pm#300198
נו אודאי
דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 9:58 pm#304734
שרה איז געווען א שוועסטער פון לוט.
פרייטאג אקטאבער 16, 2015 12:32 am#304762
....אז אדולף היטלער'ס טאטע האט געהייסן אויפן לעצטן נאמען "שיקעלגרובער" (Alois Schicklgruber).

ער האט אזוי געהייסן נאך זיין מאמען'ס לעצטע נאמען. ער איז געווען א נישט כשר קינד, זי האט נישט געוואלט פארציילן ווער דער פאטער פונעם קינד איז, ממילא האט מען אים פארשריבן לויט די מוטער. ס'איז געווען יארן צוריק שמועות אז אלואיס'ס טאטע איז געווען א ייד, איינער לעפאלד (ליפא) פראנקענבערגער וואס אדולף'ס מאמע זאל האבן געארבעט ביי אים אין שטוב אלס קעכערין אין די צייט וואס זי איז געווארן טראגעדיג. היטלער האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין די פריערדיגע דרייסיגער יארן אויסצופארשן די שמועות וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין באזיצלאז. לויט די SS אויספארשער האט אזא "ליפא פראנקענבערגער" קיינמאל נישט עקזעסטירט. זי, אלואיס'ס מאמע האט א פאר יאר נאך זיין געבורט געהייראט מיט יוהאן היידלער (פון דעם איז שפעטער געווארן 'היטלער'), און אין די אפציעלע ווערסיע פון דער דריטער רייך איז אנגענומען געווארן אז יוהאן האט שוין אויך געהאט שייכות מיט אלואיסן'ס מוטער פארדעם און פון אים האט זי געהאט אלואיס. אזוי האט מען אויך איבערגעשריבן אין א נייע געבורטס-שיין, און מזל טוב מקודשת... אין 1937 האט ער פארארדענט דאס פאבלוצירונג פון א בוך מיטן נאמען "דער ייחוס פונעם פיהרער" (Die Ahnentafel des Führers) להסיר לזות שפתיים און פעסטצושטעלן אז ער, היטלער, איז באמת פון ריין עסטערייכישען אפשטאם.

בכל אופן, א צוועלף יאר פאר אדלוף איז געבוירען האט זיין פאטער זיך געביטן דעם נאמען צו "היטלער" אזוי אז אדולף אליינס, אין קעגענזאץ צו לעגענדעס, האט קיינמאל נישט געהייסן 'שיקעלגרובער' אדער 'היידלער' ("האוטטלער" אין פרייסישען אקצענט) נאר היטלער.


ת.נ.צ.ב.ה. (ליפא פראנקענבערגער)
פרייטאג אקטאבער 16, 2015 3:04 am#304778
סאיז נישט געבליבן קיין די ען עי פון היטלער? מ׳זאל קענען פעסטשטעלן צו ער האט יודישע רוטס?

כ׳בעט דיך איין זאך זאג מיר נישט אז דער רשע ימ״ש איז געוועהן א האלבע איד איך קען עס נישט פארנעמען...

גענוג אז זיין פרוי עיווא ברוין ימ״ש האט געשטאמט פון אידן
פרייטאג אקטאבער 16, 2015 9:27 am#304791
פון אדאלף היטלער אליינס איז כמעט גארנישט דא, חוץ א שטיק פון זיין גולגולת וואס די רוסן טענה'ן אז זיי האבן. אן אמעריקאנער אנגעפירטע DNA טעסט האט געוויזן אז עס איז גאר פון א פרוי, די רוסן פארשטייט זיך לייקענען... זיי עקשן'ן זיך אז ס'איז יא אוטענטיש. דאס מיינט אז באמת איז שווער צו בויען דעראויף.

וואס מן האט יא געטון איז גענומען סעמפעלס פון 39 פון היטלער'ס נאנטע קרובים. איין גאר נאנטע קרוב, אן אור-נעפיו זיינער פון לאנג איילענד האט א פארשער אין א דראמרטישע פארש ארבעט אים נאכגעפאלגט שטילערהייט פאר א וואך צייט!, ביז ס'איז אים געלונגען צו לייגן א האנט אויף א טישו וואס יענער האט זיך דעראין געבלאזן די נאז.

אלענספאל,למעשה איז נישטא קיין קלארע באווייזן באזירט אויף דער DNA טעסט פון וואנעט אדאלף שטאמט אפ. הגם זיי האבן יא געפונען דארט א גענע וואס איז מער שכיח ביי יוראפעישע יידן ווי ביי די איבריגע באפעלקערונג. (אן אנדערע גענע איז פון א סארט וואס איז מער פאפולער אין אפריקע. יעצט שפרינגט אויף פון פלאץ...) איז עס אבער בכלל נישט מוכרח אז ער שטאמט נישט פון ריין אריען יחוס.
מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 9:10 pm#305900
רובא דרובא נעמט ווייניגער צייט פאר א ראדיא סיגנאל צו פארן פונעם ראדיא סטאנציע ביז אייער ראדיא מאשין ווי עס נעמט פאר'ן קול צו פארן פונעם ראדיא ספיקער ביז צו אייער אויער.
מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 10:34 pm#305917
ונבנתה העיר האט געשריבן:רובא דרובא נעמט ווייניגער צייט פאר א ראדיא סיגנאל צו פארן פונעם ראדיא סטאנציע ביז אייער ראדיא מאשין ווי עס נעמט פאר'ן קול צו פארן פונעם ראדיא ספיקער ביז צו אייער אויער.

לכבוד ידידנו החכם ומשכיל, הרב שליט"א. אפשר האט איהר א הסבר. דאס איז עכט א רעטארישע שאלה. ווייל איך ווייס דעם ענטפער. נאר איך וויל הערן וואס אנדערע זאגן...!
מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 10:41 pm#305919
ליכטיגקייט [ובכללו 'ראדיא כוואליעס'] פארט 299,792 kilometers per second.

קול פארט 332 metres per second.
מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 10:47 pm#305921
Re: האט איר געוואוסט אז?...
אז יש מפרשים אז ברית בין הבתרים איז געווען פאר פ׳ לך לך פון אנהייב סדרא.
מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 10:51 pm#305924
ונבנתה העיר האט געשריבן:ליכטיגקייט [ובכללו 'ראדיא כוואליעס'] פארט 299,792 kilometers per second.

קול פארט 332 metres per second.

ונבנתה העיר: ס'איז ביי מיר נישט געווען קיין צל של ספק אז דו ווייסט די תשובה. כ'האב נאר געוואלט זעהן אויב אנדערע וועלן אויך אויפקומען מיט די ריכטיגע ענטפער... :lol: :)
מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 10:52 pm#305925
ירא שמים האט געשריבן:אז יש מפרשים אז ברית בין הבתרים איז געווען פאר פ׳ לך לך פון אנהייב סדרא.

און אז לויט דעם איז אברהם שוין געווען אין ארץ ישראל פינף יאהר פאר'ן גרויסן שטורעם פון לך לך מארצך.
מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 10:53 pm#305926
ירא שמים האט געשריבן:אז יש מפרשים אז ברית בין הבתרים איז געווען פאר פ׳ לך לך פון אנהייב סדרא.

...ואין מוקדם ומאוחר בתורה...!
מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 10:54 pm#305927
Re: האט איר געוואוסט אז?...
דאס ווייסט דאך יעדער…
מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 11:53 pm#305931
לויט ווי ס'איז מבואר אין תוס' אין שבת דף י עמ' ב' איז די סדר הדברים געווען קודם ברית בין הבתרים אין א"י (ווען אברהם אבינו איז געווען 70 יאר אלט), און נאכדעם איז געווען די מלחמת דו"ה מלכים (ווען ער איז געווען 73-סדר עולם), און נאכדעם איז ער צוריקגאגאנגען אהיים און ביי די 75 האט ער געהאט די צוו פון לך לך.

לויט דעם קומט אויס אז די גאנצע פרשה איז ממש פארקערט, קודם די ברית בין הבתרים נאכדעם די מלחמת המלכים און נאכדעם לך לך.
מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 11:57 pm#305932
Re: האט איר געוואוסט אז?...
די רש״י אויף אחר הדברים האלה וועט נישט שטימען לויט דעם.
מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 11:58 pm#305933
ירח בן יומו האט געשריבן:לויט ווי ס'איז מבואר אין תוס' אין שבת דף י עמ' ב' איז די סדר הדברים געווען קודם ברית בין הבתרים אין א"י (ווען אברהם אבינו איז געווען 70 יאר אלט), און נאכדעם איז געווען די מלחמת דו"ה מלכים (ווען ער איז געווען 73-סדר עולם), און נאכדעם איז ער צוריקגאגאנגען אהיים און ביי די 75 האט ער געהאט די צוו פון לך לך.

רש"י בפ' שרייבט אז די ברית בין הבתרים איז געווען נאך די מלחמת המלכים און אויף דעם האט די אייבישטער איהם געזאגט אל תירא אברהם אז ער זאל נישט מורא האבן אז ער האט געהרג'ט כשרים. (די @ירא שמים האט שוין אויסגעכאפט).

לויט די תוס' איז מיר אלמאל שווער געווען אז ביי די מלחמת המלכים איז לוט געפאנגן געווארן אין סדום. און דאס איז נאך געווען אסאך פריער. און הערשט נאך די נסיון פון לך לך און אברהם גייט קיין מצרים און קומט צוריק מיט א פארמעגן מיט געלט, זעט אויס אז הערשט דעמאלט הייבט זיך אן די ויאהל עד סדום. און ער איז זיך מיט מחבר מיט אנשי רשע.
זונטאג אקטאבער 25, 2015 12:38 am#305941
ירח בן יומו האט געשריבן:לויט ווי ס'איז מבואר אין תוס' אין שבת דף י עמ' ב' איז די סדר הדברים געווען קודם ברית בין הבתרים אין א"י (ווען אברהם אבינו איז געווען 70 יאר אלט), און נאכדעם איז געווען די מלחמת דו"ה מלכים (ווען ער איז געווען 73-סדר עולם), און נאכדעם איז ער צוריקגאגאנגען אהיים און ביי די 75 האט ער געהאט די צוו פון לך לך.

לויט דעם קומט אויס אז די גאנצע פרשה איז ממש פארקערט, קודם די ברית בין הבתרים נאכדעם די מלחמת המלכים און נאכדעם לך לך.


נא, וואס איז טאקע פשט אין דעם? אויב איז אמת אז דברה תורה כלשון בני אדם מענטשען פארציילן דאך נישט קיין מעשיות פארקערט? ספעציעל אן אנצייכענען פאר די ליינער אז די גאנצע מעשה איז פארדרייט אדער אז מ׳שפרינגט יעצט צירוק צו א אנדערע תקופה, סאיז דא פלעצער אין די תורה ווי פון איין פסוק צום צווייטען פליט מען צוריק 1300 יאר אן קיין ווארענונג און אין מוקדם ומאוחר בתורה איז לכאורה א קשיא נישט קיין תירוץ?!.
זונטאג אקטאבער 25, 2015 12:47 am#305942
Re: האט איר געוואוסט אז?...
סאיז שוין איינמאל א תי׳, די תי׳ זאגט אז די תורה איז נישט קיין סטארי בוק.
זונטאג אקטאבער 25, 2015 12:47 am#305943
נו, דער מאן שאמר אין מוקדם ומאוחר בתורה האלט אז לא דברה תורה כלשון בני אדם, ולפי"ז איז קרח גערעכט געווען און די אידן זענען טאקע לפי"ז ארויס פון מצרים מתוך רחמים און נישט ממידת הדין.
זונטאג אקטאבער 25, 2015 3:15 am#305977
קאווע טרינקער האט געשריבן:נו, דער מאן שאמר אין מוקדם ומאוחר בתורה האלט אז לא דברה תורה כלשון בני אדם, ולפי"ז איז קרח גערעכט געווען און די אידן זענען טאקע לפי"ז ארויס פון מצרים מתוך רחמים און נישט ממידת הדין.

קאווע טרינקער: אבער אונז זעה מיר דאך ווי גערעכט קרח און זיינע מענטשן זענען געווען. אויסער אז ס'וועט קומען איינער אן עוואלושיאנערי סייענטיסט מיט איינעם אן אויפגעקלערטן ניק פון קאווע שטיבל, כדוגמת...דער מיט'ן בילד פון הרב גרויז...(איך גלייב שוין דאס אויך נישט... :lol: און ער וועט אויפווייזן מיט א דארוויניסטישע טעאריע אז די גאנצע פרשה פון מחלוקת קרח און זיין שטראף האט זיך געצויגן איבער מיליאנען יארן און איז נישט אזוי ווי די פשוט'ע משמעות פונ'ם פסוק, וואס אונז צוריקגעשטאנענע בעלי עגלות, וועלכע פארשטייען נאר צו פאשען פערד און קיען, און נישט צו די הויך-סאפיסטיקירטע טעאריעס פון פילאזאפיע (פי' אפיקורסות(...!
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:45 am#307059
Re: האט איר געוואוסט אז?...
אז דער אבן עזרא האלט אז די גאנצע מעשה מיט די דריי מלאכים ביי אברהם אבינו איז געווען א חלום, און איז נישט פארגעקומען אין רעאליטעט?
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 1:19 am#307062
איך מיין די רמב"ם אין מורה האלט אויך אזוי (די רמב"ן דא אויפן פלאץ קריגט זיך מיט עהם שארף).
דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 11:28 pm#308662
ונבנתה העיר האט געשריבן:פשוט פשט אין כי האדם עץ השדה, און אין הבן יקיר לי אפרים אם ילד שעשועים - איז בתמי'.

און פשוט פשט אין 'לא תקום פעמיים צרה' [לא תקפ"ץ] איז ווייל מיט איין מאהל וועט מען זיי אלע אויס'הרג'ענען...
דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 7:36 pm#309312
די וואשיינדליכע סיבה פארוואס פיירעטס זאלן האבן געגאנגען מיט א צודעק אויף איין אויג איז כדי איין אויג זאל די גאנצע צייט זיין צוגעוואוינט צו די טינקל, אזוי אז ווען זיי לויפן אריין אינעווייניג זאלן זיי קענען זעהן.
מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:46 pm#309470
.. אז עראפלאנען האבן א פיצל לעכל אין יעדע פענסטער?

m http://www.travelandleisure.com/article ... indow-hole m

און נאך 10 זאכן איבער פליען וואס איר האט ווארשיינליך נישט געוואוסט

m http://www.tested.com/science/physics/5 ... ut-flying/ m
פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:56 am#309624
האט איר געוואוסט אז...
... אז קענסוס סיטי, קענסוס איז געשאפען געווארן איבער א יובל יארן נאך קענסוס סיטי, מיזורי. זי איז נישט איין שטאט איבערגעהאקט אינמיטן מיט א סטיעט ליין ווי למשל El Paso, ציווישן טעקסעס און מעקסיקא (ווי כאילו טעקסעס באלאנגט נישט פאר מעקסיקא...), נאר באמת צוויי עקסטערע שטעט. בערך זעכציג יאר נאכדעם וואס קענסוס סיטי, מיזורי האט זיך אויפגעבויעט אין די 1820'ער יארן און שיין אוועקגעשטעלט פינאנציעל האבן די שכנים פון סטעיט אוף קענסוס מחליט געווען אז ס'איז נישט קיין יושר אז א פרעמדע סטעיט זאל איר בא'גנב'נען איר גוטע נאמען. האבן די חברה צוזאמגעשטעלט א געגענט און געשאפן אן אייגענעם קענסוס סיטי אין קענסוס גופא און דערמיט אין איינוועגס אוועקגעשלעפט צוקונפטיגע אינוועסטירער וואס האבן געהערט אז אין "קענסוס סיטי" איז ביזנעס גוט, נישט כאפענדיג זיך אז זיי זענען אין די נישט ריכטיגע קענסוס סיטי. (איר זענט צומישט? איר זענט נישט אליינס. מיליאנען אמעריקאנער מאכן מיט די זעלבע קאפ-דרייעניש ווען ס'קומט זיי אונטער סיי וואס עפעס וועגן "קענסוס סיטי").

למעשה איז עס נישט געלונגען פאר די חכמי קענסוס. עד היום הזה שטייט קענסוס סיטי, מיזורי סאך העכער אין פינאנץ ווי אין מענטשן ווי איר שכן אין די ריכטיגע קענסוס.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 1:06 am#309625
האט איהר געוואוסט אז מ'האט אנגעהויבן צענזורירן הודעות דא אין קאווע שטיבל, וועלכע אטאקירן נישט קיין שום יחיד אדער גרופ פערזענליך. נאר זיי זענען נישט אין איינקלאנג מיט די פערזענליכע אנשויאונגען פון די "סדרנים". מיט'ן תירוץ אז ס'איז נישט פון די טעמע וואס דער פותח האשכול האט געשריבן. אן דעם וואס מ'זאלל זיך אויסטענה'ן און מתווכח זיין אדער געבן א טשענס צו זאגן עפעס איבער די פארמעקטע הודעה. ווער ס'האט דעם מעקער אין די הענט קען אט די הודעה אויך אויסמעקן. ואין פוצה פה ומצפצף. דזשאסט פאר די רעקארד. מ'זאלל נישט זאגן אז קאווע שטיבל איז נאכאלץ א פרייע פלאטפארמע וואו א יעדער קען אויסדרוקן זיין מיינונג אומגעשטערט...!
זונטאג נאוועמבער 22, 2015 4:14 pm#309892
אז אין אמעריקע, ווען מען וויל מאכן דעם עולם אויפמערקזאם אדער באוואוסטזיניג צו א געוויסע פאקט אדער פענאמענאן, באשטימט מען א "נאציאנאלע טאג" דערויף? (א שטייגער ווי "נישט קיין הויזן" טאג... אדער צב"ש א טאג וואס מען גייט מיט 2 סארטן שיך... עס זענען פאראן אלע סארטן מאדנע טעג, ואכמ"ל)

איך בין נישט פונקטליך באקאנט אין דעם נושא, לכאורה זענען געוויסע טעג נאר אין אמעריקע; און אנדערע איבער די גאנצע וועלט. אדרבה אויב קען איינער מסביר זיין, תבא עליו ברכה.

ועל של עכשיו באנו, נאוועמבער 19 (פארגאנגענע וואך דאנערשטאג) איז באשטימט אלס "אלוועלטליכע טוילעט טאג". יא יא, לאכט נישט, עס איז גארנישט פאני. דאס איז צו ציען אויפמערקזאמקייט אז אין מערערע ארימע דריטע וועלט לענדער, זענען פאראן איבער אנדערטהאלבן ביליאן מענטשן וועלכע האבן נישט קיין נארמאלע סאניטארישע פלאץ וואו צו גיין הכנות, און טוען דאס דעריבער בפרהסיא אויפן גאס, וואס דאס איז גורם שווערע קרענק און אסאך טויט פאלן, בפרט פאר קינדער.

דער פראבלעם איז נאך פיל שווערער ביי מיידלעך און פרויען משום צניעות, און דעריבער זענען פאראן א געוואלד מיט מיידלעך וואס גייען נישט אין קיין סקול צוליב בושה, אנדערע גייען יא אין סקול אבער האלטן זיך איין (אויך נישט געזונט) ביז אין די נאכט אריין צו גיין אין די טונקעלע פעלדער, וואו זיי זענען אויסגעשטעלט צו רעיפ און סעקסואלע אביוז.

וויבאלד עס איז א אומבא'טעמ'טע טעמע צו דיסקוסירן, זענען רוב מענטשן באקוועמער צו מסיח דעת זיין דערפון און פאקוסירן אויף מער געשמאקערע ענינים. אלזא האט מען מתקן געווען דעם טוילעט טאג כדי נישט צו שטופן זאכן אונטערן קארפעט, נאר דאס פאלק זאל זיין אויפמערקזאם איבער דעם פראבלעם און פרובירן צו העלפן.

.
מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 5:18 pm#310025
אז אייער חתימה קען זיך ציעהן אויף 300 שורות.
מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 5:55 pm#310032
געוואלדיג האט געשריבן:אז אייער חתימה קען זיך ציעהן אויף 300 שורות.


איך האב עס געוואלט אויספרובירן צו זעהן וויפיל פ'ס עס נעמט צו שרייבן 300 שורות.
מאנטאג יאנואר 11, 2016 1:51 pm#316936
ארום 15 מיליאן מענטשן גלייבן אז גאט האט געגעבן א נייע תורה ארום 180 יאהר צוריק, און טאקע דא אין אמעריקא.
מאנטאג יאנואר 11, 2016 2:57 pm#316944
ונבנתה העיר האט געשריבן:ארום 15 מיליאן מענטשן גלייבן אז גאט האט געגעבן א נייע תורה ארום 180 יאהר צוריק, און טאקע דא אין אמעריקא.

יוש איז דאס א קראנקע רעליגיע, מען דארף גיין מיט ספעציעל אינטערהויזן וכדו', ווען ראמני איז געלאפן איז אסאך משוגעת'ן פון זיי ארויפגעשווימען אויף די אויבערפלאך...
מאנטאג יאנואר 11, 2016 3:09 pm#316948
איך קען נאך אזא רעליגיע וואס האבען ספעציעלע אונטערהויזען.
מאנטאג יאנואר 11, 2016 3:12 pm#316950
פרייוויליג האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:ארום 15 מיליאן מענטשן גלייבן אז גאט האט געגעבן א נייע תורה ארום 180 יאהר צוריק, און טאקע דא אין אמעריקא.

יוש איז דאס א קראנקע רעליגיע, מען דארף גיין מיט ספעציעל אינטערהויזן וכדו', ווען ראמני איז געלאפן איז אסאך משוגעת'ן פון זיי ארויפגעשווימען אויף די אויבערפלאך...

יוש האבן אונז א קראנקע רעליגיע, מען דארף גיין מיט ספעציעלע שטריקלעך ביי די עק פון די קליידער, מ'טאר נישט טראגן געוויסע קליידער, מ'מוז צושניידן א שטיקל פון אן אכט טאגיק קינד וכו'.

א קונץ חוזק צו מאכן פון א צווייטע רעליגיע?! [גראדע אין פאקט באשטייען אירע מיטגלידער פון אן א שיעור נארמאלע, סוקסעספולע, ביזנעסלייט. זיי לעבן זייער גוט צווישן זיך, אזויווי צווישן אנדערע. און זיי האבן גאר גוטע מידות, מער ווי אנדערע רעליגיעס].



נ.ב. מיר האבן ח"ו נישט קיין קראנקע רעליגיע, עס איז א משחק מילים ארויסצוברענגען א נקודה.
מאנטאג יאנואר 11, 2016 6:13 pm#316989
אז אין די FedEx סימבאל ליגט א באהאלטענע ערא. וואס טוט צייגן אז די פירמע ריקט זיך פאראויס...

בילד
מאנטאג יאנואר 11, 2016 9:48 pm#317032
וְתִפְתַּח אֶת סֵפֶר הַזִּכְרוֹנוֹת. וּמֵאֵלָיו יִקָּרֵא .וְחוֹתָם יַד כָּל אָדָם בּו. איז טייטש: און די חתימה פון דעם האנט פון יעדן מענטש איז אין איהם.

ווען 'וחותם' וואלט געהאט א צירי אונטער'ן ת וואלט עס געמיינט 'און עס חתמ'עט די האנט פון יעדן מענטש אין איהם'.