Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • האט איר געוואוסט אז?...

קאווע שטיבל • האט איר געוואוסט אז?...

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
154 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 181 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3444
זונטאג אפריל 14, 2013 3:54 am#104449
האט איר געוואוסט אז?...
אז דער בעסט סעללינג קאר אין דער וועלט איז... ניין, נישט דער האנדא אקארד. און ניין, נישט דער טאיאטא קעמרי. נאר וואס יא? דער פארד פאקוס! פארד האט פארקויפט א 1,020,410 פון זייערע פאקוס מאדעל אינעם יאר 2012.

טאיטע קאראללע איז דער 2'ט טאפ סעללער אין די וועלט.

דא איז די ליסט ווייטער. און פארוואס ס'אזוי פאפולער.
זונטאג אפריל 14, 2013 8:22 am#104464
ווילסט מיר זאגן אז די פאוקעס איז בעסער פון דעם קעמערי?!!
זונטאג אפריל 14, 2013 10:02 am#104474
קעראלע האט זיך פארקויפט דאס מערסטע וועגן די ווייניג געז וואס דאס ניצט לכאורה
זונטאג אפריל 14, 2013 1:50 pm#104538
ברעט מענינג האט געשריבן:ווילסט מיר זאגן אז די פאוקעס איז בעסער פון דעם קעמערי?!!

אויב דער ני פאוסט פארקויפט מער פונעם טיימס מיינט עס אז די פאוסט איז בעסער?
זונטאג אפריל 14, 2013 3:12 pm#104584
ברעט מענינג האט געשריבן:ווילסט מיר זאגן אז די פאוקעס איז בעסער פון דעם קעמערי?!!


ברוין האט געשריבן:קעראלע האט זיך פארקויפט דאס מערסטע וועגן די ווייניג געז וואס דאס ניצט לכאורה


די שאלה איז וואס מיינט בעסער. דאס איז "רעלאטיוו" לויטן קאסטומער. איינער וויל ענדערש קליין, איינער גרויס. איינער א סמאאד רייד, איינער ספארטי.

אין עוורידזש איז דער טאיאטע קעמרי גאר א גוטער קאר, אבער האט שוין פארלוירן דעם גלאנץ נאכדעם וואס די קאמפעטישאנס האבן זיך גענומען צו אירע ביינער, און היינט צו טאגס איז די קעמרי נישט בעסער ווי די אקארד, פארד פיוזשען, אדער ניסאן אלטימא וכדומה.

דער פארד פאקוס דרייווט דאס בעסטע פון צווישן אלע קליינע קארעלעך (טאיאטע קאראלע, האנדא סיוויק, ניסאן סענטרא, שעווי קראז, און דאדזש דארט). עס פילט געוואלדיג אין האנט, עס קלעבט צום ראוד, און איז מורא'דיג רעספאנסיוו צו דרייווער אינפאטס, און בנוסף פארנוצט ער ווייניג גאז צוליב די קליינע סייז (הגם נישט ווייניגער ווי אנדערע), און פארגעס נישט אז אין יוראפ/מיטל מזרח און אזוי אויך אין טשיינע זוכט מען בכלל קליינע קארעלעך, נישט גרעסערע, ממילא איז פארשטענדליך ווי אזוי פארד האט מצליח געווען צו פארקויפן אזויפיל.
זונטאג אפריל 14, 2013 8:25 pm#104723
אז איינער וואס פארקויפט טשיז ווערט אנגערופן אין די ענגלישע שפראך א 'טשיז-מאנגער'?...
זונטאג אפריל 14, 2013 10:21 pm#104764
איינע פון די גרעסטע אטראקציעס פונעם קאראלע, איז איר היסטאריע פון רעלאטיווע קליינע קאסטן וואס עס קאסט איר אויפצוהאלטן, און איר ׳רילייעביליטי׳ ,דאס מיינט, אז אפילו אויב עס האט נישט די פיטשיווקעס וואס אנדערע אויטאס אין איר קלאס האבן, ווי למשל די jetta, לוינט זיך פאר א מענטש דאס צו קויפן, ווייל עס וועט אים יעדן אינדערפרי נעמען צו די ארבייט אנע קונצן, און עס וועט אנציען פון 2 ביז 3 הונדערט טויזענט מייל
אויב איז עס אויפגעהאלטן ווי רעקאמאנדירט.
מאנטאג אפריל 15, 2013 3:02 am#104890
יואליש האט דא מגלה געווען די מקור פונעם טעטריס ניגון, לעצטענס האביך צו מיין גרויס שאק זיך דערוואוסט אז מיין לאנג-יעריגע פארהאסטע באס-ריקווערטס-פארן ניגון איז גאר פונעם גרויסן ביעטהאובען.



-------

און אז מען רעדט שוין, פון וואו קען איך די תנועה פון 1:48 ?

מאנטאג אפריל 29, 2013 2:30 am#109703
די סימבאל פון מוסד פלעגט האבן אויף זיך די פסוק [משלי כ"ד] בתחבולות תעשה לך מלחמה, היינט האט עס די פסוק [משלי י"א] באין תחבולות יפל עם ותשועה ברוב יועץ.

הא? יו קענט סעי אז די ציונים האבן נישט א גוטן טעיסט...

imgres.jpg
imgres.jpg (10.57 KiB) געזען געווארן 6187 מאל

images.jpg
images.jpg (13.07 KiB) געזען געווארן 6187 מאל

למעשה כאפ איך זיך יעצט אז עס האט א ערנסטן טעות, אין פסוק שטייט 'יפל' מיט א פ' קמוצה.
מאנטאג אפריל 29, 2013 7:00 am#109707
די ערשטע האלב האב איך געוואוסט, די צווייטע נישט.
מאנטאג אפריל 29, 2013 12:43 pm#109785
הערה צו ונבנתה העיר
איבער דיין הערה אז דער נייער סלאגאן פון "מוסד" איז גרייזיג ווייל אין פסוק (אין משלי) שטייט "יפל" מיט א "פא " קמוצה און ביי זיי איז עס מיט א"חולם" איז נישט קיין ראי'. ווייל אין "מאדערן היברו" האבן זיי א סאך ווערטער משנה געווען פון וואס ס'איז געשריבן אריגינאל. לדוגמא דאס ווארט "חדשים"--פלוראל פון חודש. שרייבט זיך אין עברית "חודשים".
מאנטאג אפריל 29, 2013 1:38 pm#109815
דאס טוט מען כדי עס זאל נישט דארפן קיין גניזה.
פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:12 am#144483
(זיי מיינען מרמז זיין אז וואס איז אמאל געווען 'בתחבולות תעשה מלחמה' איז נתהפך געווארען צו 'באין תחבולות יפל עם'?)
פרייטאג אוגוסט 23, 2013 6:15 pm#144730
ברעט מענינג האט געשריבן:ווילסט מיר זאגן אז די פאוקעס איז בעסער פון דעם קעמערי?!!

כ'ווייס נישט צו ער איז בעסער. אבער ער פארנוצט ווייניגער געז.
פרייטאג אוגוסט 23, 2013 6:21 pm#144733
berlbalaguleh האט געשריבן:איבער דיין הערה אז דער נייער סלאגאן פון "מוסד" איז גרייזיג ווייל אין פסוק (אין משלי) שטייט "יפל" מיט א "פא " קמוצה און ביי זיי איז עס מיט א"חולם" איז נישט קיין ראי'. ווייל אין "מאדערן היברו" האבן זיי א סאך ווערטער משנה געווען פון וואס ס'איז געשריבן אריגינאל. לדוגמא דאס ווארט "חדשים"--פלוראל פון חודש. שרייבט זיך אין עברית "חודשים".

אבער למעשה קענמען חקר'נען נאך טיפער אז ס'איז טאקע גרייזיג. ווייל "יפל" מיט א קמץ איז צוליב א סיבה. (באין תחבולות). און "יפול" מיט א וואו איז א נבואה.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 12:47 am#145562
זײער בקיצור
IMG-20130826-WA0000.jpg
IMG-20130826-WA0000.jpg (82.33 KiB) געזען געווארן 5799 מאל
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 12:01 am#169081
א קאלטע וועטער ברענגט נישט א cold?

דאס איז א מיטאס וואס לאזט זיך עפעס נישט אויסרייסן, אבער די פאקט איז אז ארויסגיין אהן א מאנטל, אפי' נאסערהייט, וועט אייך נישט מאכן פארקיהלט, די קאלד - פונקט ווי די פלו - איז א וויירוס, און מען דארף ווערן אנגעשטעקט פון איהר כדי צו ווערן פארקיהלט, אז נישט וועט אייך כל שלג דעלמא נישט העלפן, לייגט אייך שלאפן נאך א שאוער מיט די עירקאנדישן אויף היי און איהר וועט אויפשטיין געזונט און פריש.

איי דער חוש איז דאך מעיד אז אין ווינטער ווערט מען מער פארקיהלט? דאס איז א תוצאה פון זייטיגע אומשטענדן וואס שאפן זיך אינעם ווינטער סעזאן, עס זענען דא אין דעם עטליכע טעאריעס, די הויפט ביאור איז ווייל אין ווינטער איז מען מער אינדערהיים און די פענסטער זענען פארמאכט, ממילא כאפט זיך די וויירוס שנעלער אריבער פון איינעם צום צווייטן [און לויט דעם איז גאר פארקערט, ווען מען וואלט זיך מער געדרייעט אויף די גאס וואלט מען ווייניגער פארקיהלט געווארן...], נאך א טעאריע איז אז די וויירוס געפונט זיך באקוועמער אין טרוקענע לופט ווי אין די פייכטע זומער לופט.

דר"א, ווען מען באקומט א קאלד ווערט מען דערנאך אימיונד צו דעם ספעציפישן קאלד, קיין סאך וועט עס אייך אבער נישט העלפן ווייל עס זענען דא איבער 200 מיטגלידער במשפחת הקאלד, און פארדעם מאכט מען נישט קיינע וואקסינען קעגן זיי.

עכ"פ איהר קענט זיך משמח זיין אויף די גאס כבגן עדן מקדם און גארנישט וועט אייך פאסירן.
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 12:05 am#169083
מיר האט א דר. געזאגט אז די גוף איז ביזי ווארם די גוף ממילא האט ער נישט זיינע כוחות צי פייטען די וויירוס. ציליב דעם איז עס מער שכיח ווען ס'קאלט.
דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 12:07 am#169084
יא, אויך איינע פון די טעאריעס, די אמת איז מן הסתם א צירוף פון אלע צוזאמען.
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:29 am#171616
'אמר רב יהודה אמר רב' איז נישט טייטש 'רב יהודה האט געזאגט בשם רב', מען דארף זעצן די ווערטער אזוי: אמר רב יהודה - רב יהודה האט געזאגט [פון דא און ווייטער הייבט זיך אהן ר"י ווערטער]: אמר רב - רב האט געזאגט.
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:39 am#171619
מיכיתיתי?
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:46 am#171620
1. אמר ר"י אמר רב איז נישט 'טייטש' ר"י האט געזאגט בשם רב.

2. אז מען טייטשט יעדע ווארט פאר זיך קומט אזוי אויס.

3. דו האסט א בעסערע פשט?...
מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 12:49 am#171621
אמת
מוצ"ש יאנואר 04, 2014 10:59 pm#173336
ונבנתה העיר האט געשריבן:א קאלטע וועטער ברענגט נישט א cold?

דאס איז א מיטאס וואס לאזט זיך עפעס נישט אויסרייסן, אבער די פאקט איז אז ארויסגיין אהן א מאנטל, אפי' נאסערהייט, וועט אייך נישט מאכן פארקיהלט, די קאלד - פונקט ווי די פלו - איז א וויירוס, און מען דארף ווערן אנגעשטעקט פון איהר כדי צו ווערן פארקיהלט, אז נישט וועט אייך כל שלג דעלמא נישט העלפן, לייגט אייך שלאפן נאך א שאוער מיט די עירקאנדישן אויף היי און איהר וועט אויפשטיין געזונט און פריש.

איי דער חוש איז דאך מעיד אז אין ווינטער ווערט מען מער פארקיהלט? דאס איז א תוצאה פון זייטיגע אומשטענדן וואס שאפן זיך אינעם ווינטער סעזאן, עס זענען דא אין דעם עטליכע טעאריעס, די הויפט ביאור איז ווייל אין ווינטער איז מען מער אינדערהיים און די פענסטער זענען פארמאכט, ממילא כאפט זיך די וויירוס שנעלער אריבער פון איינעם צום צווייטן [און לויט דעם איז גאר פארקערט, ווען מען וואלט זיך מער געדרייעט אויף די גאס וואלט מען ווייניגער פארקיהלט געווארן...], נאך א טעאריע איז אז די וויירוס געפונט זיך באקוועמער אין טרוקענע לופט ווי אין די פייכטע זומער לופט.

דר"א, ווען מען באקומט א קאלד ווערט מען דערנאך אימיונד צו דעם ספעציפישן קאלד, קיין סאך וועט עס אייך אבער נישט העלפן ווייל עס זענען דא איבער 200 מיטגלידער במשפחת הקאלד, און פארדעם מאכט מען נישט קיינע וואקסינען קעגן זיי.

עכ"פ איהר קענט זיך משמח זיין אויף די גאס כבגן עדן מקדם און גארנישט וועט אייך פאסירן.


m http://newyork.cbslocal.com/2014/01/04/ ... t-the-flu/ m
מוצ"ש יאנואר 04, 2014 11:14 pm#173346
לאו דווקא
The answer to this riddle lies in how the influenza virus reacts to temperature and humidity. The virus is extremely stable in colder temperatures, 41 degrees Fahrenheit optimally. The warmer you go, the less stable it becomes. Around 86 degrees, the virus isn’t transmitted at all.

Humidity also plays a very important role. Influenza is primarily transmitted on the droplets from your respiratory tract (cover your mouth when you cough kids!) The more humid the environment, the more water is available for those droplets to “pick up”. The heavier the droplets become, the faster they will fall to the ground and out of the way of our mucus membranes. In drier environments, those death droplets hang around in the air longer for others to breathe in. In fact, one study showed that the virus was best transmitted at a humidity of 20% and not transmitted at all once the humidity reached 80%.
דאנערשטאג יולי 31, 2014 2:49 pm#214849
די איסור פון אותו ואת בנו איז אויף א מאמע מיט'ן קינד כאטשיג עס איז א לשון זכר (אותו)
דאנערשטאג יולי 31, 2014 9:50 pm#214924
(אז ונבנתה שרייבט שוין...)
אז דער מליצה וואס מען נוצט אפט "כן בנות צלפחד דוברות" איז ע"פ רוב אומריכטיג, כן איז נישט טייטש "אזוי", עס מיינט "ריכטיג" רעדן זיי, און אויף דעם זאגט רש"י וואויל איז פאר א מענטש וואס הקב"ה איז מודה לדבריו.
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:48 pm#231175
די סייעמיעז קאנעקשאן ווערט גערופן על שם די באקאנטע סייעמיעז צווילינג (געבוירן אין סייאם) וועלכע זענען געווען מחובר איינער צום אנדערן און ארומגעפארן די וועלט פערפארמען צוזאמען.
פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 3:48 pm#243620
די אות 'w' איז א דאבעל u.
מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 11:10 pm#243680
ונבנתה העיר האט געשריבן:די אות 'w' איז א דאבעל u.

פרעגט די גמרא מאי קא משמע לן? וואס לאזט ער מיר הערן?...!
מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 11:31 pm#243687
קמ''ל דהני כ''ב אתוותן לאוו כ''ב נינהו, דחד מנייהו מיבלע בליעה. והיינו דא''ר יוסף אפ' חכמתא דעומת העולם טיפשותא מיבלע ביה..
מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 11:43 pm#243689
לא להנאת גופי האט געשריבן:קמ''ל דהני כ''ב אתוותן לאוו כ''ב נינהו, דחד מנייהו מיבלע בליעה. והיינו דא''ר יוסף אפ' חכמתא דעומת העולם טיפשותא מיבלע ביה..

לא להנאת גופי: איך בין זיכער אז ר' יוסף האט יא געקענט ספעללן. ענגליש ווייס איך נישט. אבער אראמיש און לשה"ק בין איך זיכער אז יא... :lol:
זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:28 am#243703
berlbalaguleh האט געשריבן:
לא להנאת גופי האט געשריבן:קמ''ל דהני כ''ב אתוותן לאוו כ''ב נינהו, דחד מנייהו מיבלע בליעה. והיינו דא''ר יוסף אפ' חכמתא דעומת העולם טיפשותא מיבלע ביה..

לא להנאת גופי: איך בין זיכער אז ר' יוסף האט יא געקענט ספעללן. ענגליש ווייס איך נישט. אבער אראמיש און לשה"ק בין איך זיכער אז יא... :lol:

וואס עפעס?? ס'פעלט גדולים וואס קענען נישט ספעלען?? ר' יוסף האט געשריבען תלמוד בבלי?? אוי וויי, איינער פארגעסט דא זיינע חדר שיעורים..
דינסטאג יאנואר 20, 2015 11:24 pm#249104
רוסלאנד איז נישט מער ווי צוויי און א האלב מייל ווייט פון אמעריקא?

אין פאקט זענען דא פלענער זיי מחבר צו זיין מיט א בריק אדער טונעל.

בילד
דינסטאג יאנואר 20, 2015 11:51 pm#249116
ונבנתה העיר האט געשריבן:רוסלאנד איז נישט מער ווי צוויי און א האלב מייל ווייט פון אמעריקא?

א קליין ביסל מער, 58 מייל
מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:04 am#249119
דאכציך אז דאס איז די מעינלענדס, עס זענען אבער דא צוויי אינזלן - איינע א רוסישע און די אנדערע אן אמעריקאנע - וואס זענען צוויי און א האלב מייל.
מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:08 am#249120
ונבנתה העיר האט געשריבן:דאכציך אז דאס איז די מעינלענדס, עס זענען אבער דא צוויי אינזלן - איינע א רוסישע און די אנדערע אן אמעריקאנע - וואס זענען צוויי און א האלב מייל.

איך ווייס נישט, אבער וואס וועסטו האבן פון א בריק ציווישן צוויי אייזיגע אינזלן? די פלענער זענען אויף מחבר זיין אלעסקע צו סיבעריע גופא.
מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:10 am#249121
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:רוסלאנד איז נישט מער ווי צוויי און א האלב מייל ווייט פון אמעריקא?

א קליין ביסל מער, 58 מייל

די מעינלענד אלאסקא איז טאקע אפגערוקט 58 מייל פון די מעינלענד רוסלאנד, אבער אינדערמיט איז דא צוויי אינזלען, big Diomede און little Diomede, די גרויסע געהער פאר רוסלאנד, און די קליינע פאר אמעריקא. קומט אויס אז אמעריקע איש אפגערוקט פון רוסלאנד ווינציגער ווי דריי מייל.

אלו ואלו קיימין, ונבנתה כעלעם.....


דרך אגב, עס איז א טאג גערוקט צווישן די צוויי אינזלען ווייל די אינטערנעשאנעל דעיט ליין לויפט דארט אדורך.
מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:15 am#249123
גערעכט ר' משולם, 2.4 מייל צו זיין פונקטליכער. יעצט זעה איך טאקע אז דער בריק/טונעל פלאן לויפט טאקע אדורך די צוויי אינזלן
מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:22 am#249124
רוסלאנד איז אבער נאכאלץ צו ווייט פאר סארא פעילין צו זעהן פון איר פענסטער...
(נישטאמאל האט זי עס אפילו געזאגט, כ'גלייב שווער זי ווייסט בכלל אז רוסלאנד איז א נאמען פון א לאנד)
מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:25 am#249125
נו דאס איז דאך שוין אן אלטע מחלוקת צווישען שרה פעלין און קעיטי קוריק

כעלמע'ר האקט
מיטוואך יאנואר 21, 2015 1:08 am#249132
יעדעס מאהל איך וואטש א קליפּ פון רעביצין פעילין ווער איך מעהר ערשטוינט וואס א מין שטאָקיגע בהמה זי איז , איך וואונדער מיך וויאזוי מעקעין האט איר אויסגעוועלט פאר זיין ראוניג מעיד, עס גייט מיר נישט אין קאפּ אריין וויאזוי אזופיל אמעריקאנער ריפובליקענס האבן געוועלט פאר איר :רח"ל :דיסלייק :דיסלייק: :לשוןהרע:
מיטוואך יאנואר 21, 2015 1:16 am#249135
שבת אחים האט געשריבן:יעדעס מאהל איך וואטש א קליפּ פון רעביצין פעילין ווער איך מעהר ערשטוינט וואס א מין שטאָקיגע בהמה זי איז , איך וואונדער מיך וויאזוי מעקעין האט איר אויסגעוועלט פאר זיין ראוניג מעיד

יעצט גיי וואטש אפאר קליפס פון מעקעין וועסטו שוין נישט האבן קיין קשיות מער.
מיטוואך יאנואר 21, 2015 3:40 am#249150
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:דאכציך אז דאס איז די מעינלענדס, עס זענען אבער דא צוויי אינזלן - איינע א רוסישע און די אנדערע אן אמעריקאנע - וואס זענען צוויי און א האלב מייל.

איך ווייס נישט, אבער וואס וועסטו האבן פון א בריק ציווישן צוויי אייזיגע אינזלן? די פלענער זענען אויף מחבר זיין אלעסקע צו סיבעריע גופא.

און וואס וועט דער חשוב'ער מגיד זאגן אז אלאסקא גופא איז אמאל געווען א שטיק פון רוסלאנד... נאר דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט (בימים ההם) האט עס אפגעקויפט פון דעם רוסישן צאר (צער) ווייל יענער האט געדארפט געלט אויף צו הוליען און שיכור'ן...!
מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:05 pm#255988
ונבנתה העיר האט געשריבן:'אמר רב יהודה אמר רב' איז נישט טייטש 'רב יהודה האט געזאגט בשם רב', מען דארף זעצן די ווערטער אזוי: אמר רב יהודה - רב יהודה האט געזאגט [פון דא און ווייטער הייבט זיך אהן ר"י ווערטער]: אמר רב - רב האט געזאגט.

הרב ונבנתה" איך מיין אז אמר רב יהודה אמר רב מיינט אז ער האט עס "נאך געזאגט -אין געהערט" אין נאמען פון רב , ולא כפרושך !!
ומסברה מיינט עס אז ער האט עס נאך געזאגט -אין געהערט. וויבאלד ער איז געווען א תלמיד פון רב כדראינן במסכת סוכה דף ט. ברש"י . וכן בכתיבות. והאומר דבר בשם אומרו וכו.

(ובנוסף לזה.דכך מקובלנו ממגי"ש שקיבל ממגי"ש עד דורו של אמר רב יהודה אמר רב. דכך הפירוש,)

ובנוסף לזה. אז אזוי זאגן דער של"ה הקדוש. אין יד מלאכי ועוד. אז עפ"ר אין גאנץ ש"ס מיינט עס כדפירשתי, אחוץ ווען עס שטייט"משום" למשל אמר רב ששת משום ר'שמעון בן יוחאי. וואס דעמאלדס מיינט עס זיכער אז ער זאגט אז יענער זאגט, אין נישט אז ער האט עס אליינס געהערט פון אים ,

עס זענען דא געוויסע אויסנאמען ווי עס שטייט יא אמר וכו. אמר וכ. ווי דעמאלדס האט ער עס אויך נישט אליינס געהערט. למשל אין פרק השולח ביי המקדיש עבדו וכו.
מיטוואך פעברואר 25, 2015 11:27 pm#256000
מיינע ווערטער גייען בכלל נישט אריין אין די נקודה צו ער האט עס 'אליינס' געהערט פון רב אדער נישט.

כ'זאג פשוט ווי אזוי מען דארף זעצן די ווערטער, אמר ר"י אמר רב איז נישט בגימטריא 'רב יהודה האט געזאגט אין נאמען פון רב'.
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 2:06 am#256039
רב ונבנתה,
לדבריך, ווי לערענט איר פשט אין א לשון הגמרא (ב"ב צ"ט: והרבה מקומות כיוצא בזה)
ואותן אגפיים מי זורעם רב יהודה אמר שמואל בעל השדה זורעם רב נחמן אמר שמואל בעל השדה נוטעם
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 2:29 am#256045
פיין פיין.

אבער ע"כ מוז מען זאגן אז עס איז געווארן אזא סלענג, ווייל ממנ"פ פעהלט דא עפעס א ווארט.
דינסטאג מאי 05, 2015 7:18 pm#272760
אין ארץ ישראל הייסט ריעל עסטעיט 'נדל"ן' - נכסי דלא ניידי.

אה, אונזערע ציונים...