א שאלה אין פרשת השבוע
איך וויל פרעגן פשט אין א פסוק חומש:
כִּי יִנָּצוּ אֲנָשִׁים... וְקָרְבָה אֵשֶׁת הָאֶחָד לְהַצִּיל אֶת אִישָׁהּ מִיַּד מַכֵּהוּ וְשָׁלְחָה יָדָהּ וְהֶחֱזִיקָה בִּמְבֻשָׁיווואס איז עברי טייטש? אז זי וועט לייגן די הענט צו זיין פלאץ ווי מ'טאר נישט? זי כאפט אים אן געהעריג אדער מיט די קליידער?
איז עס נאר א משל אויף יעדע סארט זאך וואס זי וועט טוהן אויף א אופן פון בזיון?
איז דא א גדר וואס איז א בזיון פאר א מאן דורך א פרעמדע פרוי? אויב זי כאפט אים סתם אן און שלעפט אים אוועק איז עס אויך בושת, אדער נאר אויב זי טוט עס באופן פון נישט צניעות'דיג?
אויב א פרוי/מאן זעט ווי צוויי מענטשן קריגן זיך און ער קומט זיך אריינמישן/העלפן דארף ער אויסרעכענען זיינע מענאווערס פון פאראויס און נאר ארבעטן בדרך כבוד?
איך האב עפעס פארשטאנען די כוונה אז אויב דאס איז געווען איר מעטאד פון אפשטעלן די מחלוקת, זי איז אויפגעקומען לכתחילה מיט א מעכטיגע פלאן, מ'וועט יענעם אנכאפן אזויווי ס'ברויך צו זיין אזוי אז ער וועט נישט וויסן ווי זיך אהינצוטון און ער וועט שנעל אפלאזן איר מאן און אריינגיין אין זיין הויז וואס שנעלער (איידער ער וועט זיין אויף יעדע וואטסעפ גראפ), דאס איז א עוולה צו קומען יענעם דערנידערן און מבזה זיין פשוט ווייל דו ווילסט העלפן דיין מאן, לא זו הדרך.
איך בין אבער נישט זיכער מיט מיין מהלך, אויב איינער קען ביטע קלאר מאכן די זאך, ייש"כ