Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שואל כענין - קושיות ותמיהות

שואל כענין - קושיות ותמיהות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 844 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #356
דינסטאג אפריל 10, 2012 2:49 pm#4293
שואל כענין - קושיות ותמיהות
רש"י זאגט אויפן פסוק ואתם לא תצאו איש מפתח ביתו עד בוקר, וויבאלד כיון שניתן רשות למשחית אינו מבחין בין צדיק לרשע.

לכאורה איז אבער שווער, ווייל חז"ל זאגן דאך און אזוי זאגט מען אויך אין די הגדה אז מכת בכורות איז געווען דורכ'ן אייבערשטן אליין, אני ולא מלאך ולא שרף וכו', און נישט דורך א מלאך המשחית???
דינסטאג אפריל 10, 2012 3:52 pm#4301
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
דער ר"ן שרייבט אז דאס וואס עס שטייט "אני ולא מלאך" מיינט אז דער אויבערשטער זאגט אז עס איז געווען "איך און נישט 'נאר' א מלאך." קומט אויס אז עס זענען יא געווען מלאכים, נאר דער אויבערשטער האט זיי באגלייט.
דינסטאג אפריל 10, 2012 3:54 pm#4302
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
ייש"כ רבי ומורי אלופי ומיודעי רבי יאנקל, איך האב נישט געוואוסט פון דעם ר"ן.
דינסטאג אפריל 10, 2012 3:56 pm#4303
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
עיין בספר גור אריה ומשכיל לדוד
מיטוואך אפריל 11, 2012 5:20 pm#4385
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
פארוואס ווען מען לייגט סאלאט מיט חרוסת צווישן די מצות ביי כורך הייסט עס נישט געבראקט?
מיטוואך אפריל 11, 2012 5:43 pm#4389
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
שמואל הלוי האט געשריבן:פארוואס ווען מען לייגט סאלאט מיט חרוסת צווישן די מצות ביי כורך הייסט עס נישט געבראקט?

א סך זענען טאקע מקפיד שטארק אפצואווישן די שאלאטן פאר'ן לייגן צווישן די מצות. אנדערע שאקלען בלויז אפ, און די סברא איז אז מ'עסט עס סיי ווי תיכף אויף קען געבראקטס נישט זיין קיין פראבלעם.
מיטוואך אפריל 11, 2012 5:56 pm#4392
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
שמואל הלוי האט געשריבן:פארוואס ווען מען לייגט סאלאט מיט חרוסת צווישן די מצות ביי כורך הייסט עס נישט געבראקט?


ס'דא וואס פירן זיך נישט איינצוטונקען די סאלאט אין חרוסת ביי די כורך.
מיטוואך אפריל 11, 2012 6:04 pm#4395
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
יאנקל האט געשריבן:דער ר"ן שרייבט אז דאס וואס עס שטייט "אני ולא מלאך" מיינט אז דער אויבערשטער זאגט אז עס איז געווען "איך און נישט 'נאר' א מלאך." קומט אויס אז עס זענען יא געווען מלאכים, נאר דער אויבערשטער האט זיי באגלייט.

א ביישפיל וויאזוי מ'קען פארדרייען פסוקים צו פארענטפערן א קושיא, אין מקרא יוצא מידי פשוטו, אז ס'שטייט איך און נישט קיין מלאך מיינט עס טאקע אזוי נישט קיין מלאכים.
מיטוואך אפריל 11, 2012 6:07 pm#4396
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
קול גדול האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:דער ר"ן שרייבט אז דאס וואס עס שטייט "אני ולא מלאך" מיינט אז דער אויבערשטער זאגט אז עס איז געווען "איך און נישט 'נאר' א מלאך." קומט אויס אז עס זענען יא געווען מלאכים, נאר דער אויבערשטער האט זיי באגלייט.

א ביישפיל וויאזוי מ'קען פארדרייען פסוקים צו פארענטפערן א קושיא, אין מקרא יוצא מידי פשוטו, אז ס'שטייט איך און נישט קיין מלאך מיינט עס טאקע אזוי נישט קיין מלאכים.

געההאקט אין קאפ. גייט צוריק אין ישיבה און לערנט אביסל וואס איז דאס ליטעראטור. איר קענט אנהייבן מיטן לייענען דאס.
מיטוואך אפריל 11, 2012 6:14 pm#4399
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
יידל האט געשריבן:
קול גדול האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:דער ר"ן שרייבט אז דאס וואס עס שטייט "אני ולא מלאך" מיינט אז דער אויבערשטער זאגט אז עס איז געווען "איך און נישט 'נאר' א מלאך." קומט אויס אז עס זענען יא געווען מלאכים, נאר דער אויבערשטער האט זיי באגלייט.

א ביישפיל וויאזוי מ'קען פארדרייען פסוקים צו פארענטפערן א קושיא, אין מקרא יוצא מידי פשוטו, אז ס'שטייט איך און נישט קיין מלאך מיינט עס טאקע אזוי נישט קיין מלאכים.

געההאקט אין קאפ. גייט צוריק אין ישיבה און לערנט אביסל וואס איז דאס ליטעראטור. איר קענט אנהייבן מיטן לייענען דאס.

אין ישיבה לערנט מען נישט אויס וואס ליטעראטור איז, און כ'פארשטיי נישט וואס די לינק העלפט ארויס מיט די קושיא.
מיטוואך אפריל 11, 2012 6:52 pm#4408
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
צו קען אני ולא מלאך מיינען אני ולא רק מלאך? ווענד זיך ווי עס איז געשריבן. אויב איז עס א לעגאלער קאנטראקט, זיכער נישט. א נייעס באריכט, מסתמא נישט. א ליטעראטורישע ווערק ווי די תורה, זייער מעגליך.
מיטוואך אפריל 11, 2012 7:17 pm#4412
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
יידל האט געשריבן:צו קען אני ולא מלאך מיינען אני ולא רק מלאך? ווענד זיך ווי עס איז געשריבן. אויב איז עס א לעגאלער קאנטראקט, זיכער נישט. א נייעס באריכט, מסתמא נישט. א ליטעראטורישע ווערק ווי די תורה, זייער מעגליך.

מ'קען טאקע אריינטייטשן וואס מ'וויל אין די תורה, אבער ס'איז א בדוחק'דיגע פשט, בפרט אז נאכדעם שטייט אני הוא ולא השליח; אני ה', אני הוא ולא אחר. פארוואס זאל מען נישט ענדערש אנעמען פשוט אז חז''ל האבן פארזען די פסוקים, פארוואס פארדרייען די פשוט פשט אז ס'זאל שטימען מיט א מאמר חז''ל? נאכדערצו ווען די פארדרייטע פשט איז זיך בפירוש סותר מיט די פסוקים.
מיטוואך אפריל 11, 2012 7:52 pm#4415
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
קול גדול האט געשריבן:[ בפרט אז נאכדעם שטייט אני הוא ולא השליח; אני ה', אני הוא ולא אחר. פארוואס זאל מען נישט ענדערש אנעמען פשוט אז חז''ל האבן פארזען די פסוקים, פארוואס פארדרייען די פשוט פשט אז ס'זאל שטימען מיט א מאמר חז''ל? נאכדערצו ווען די פארדרייטע פשט איז זיך בפירוש סותר מיט די פסוקים.

ווייל ס'איז זיך נישט בפירוש סותר. איר האט געמאכט אן אמעראצישן טעות. "אני הוא ולא אחר" איז נישט קיין פסוק, עס איז אויך א דרש חז"ל.
און אגב, אפילו עס איז ווען יא א פסוק, איז שטארק נישט מסתבר אז חז"ל האבן פארזען דעם פסוק, ווייל, ווי דיר, האבן חז"ל אויך געזאגט הגדה יעדעס יאר...
מיטוואך אפריל 11, 2012 8:11 pm#4419
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
I just want to know from where you took that if you eat it up riteaway its not GEBROCHTS
מיטוואך אפריל 11, 2012 8:42 pm#4420
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
יידל האט געשריבן:
קול גדול האט געשריבן:[ בפרט אז נאכדעם שטייט אני הוא ולא השליח; אני ה', אני הוא ולא אחר. פארוואס זאל מען נישט ענדערש אנעמען פשוט אז חז''ל האבן פארזען די פסוקים, פארוואס פארדרייען די פשוט פשט אז ס'זאל שטימען מיט א מאמר חז''ל? נאכדערצו ווען די פארדרייטע פשט איז זיך בפירוש סותר מיט די פסוקים.

ווייל ס'איז זיך נישט בפירוש סותר. איר האט געמאכט אן אמעראצישן טעות. "אני הוא ולא אחר" איז נישט קיין פסוק, עס איז אויך א דרש חז"ל.
און אגב, אפילו עס איז ווען יא א פסוק, איז שטארק נישט מסתבר אז חז"ל האבן פארזען דעם פסוק, ווייל, ווי דיר, האבן חז"ל אויך געזאגט הגדה יעדעס יאר...

אויב אזוי איז דאך די פשט א סתירה מיט חז''ל אליין, וואס וועסטו יעצט טייטשן אני הוא ולא אחר איז נישט אריינגערעכנט מלאכים?
ס'איז דאך מעגליך אז ווען זיי האבן מחדש געווען די מאמר פון כיון שניתן רשות למשחית האבן זיי פארזען די פסוקים, אדער נישט און אפשר מיינען זיי גאט אליין אלץ דער בעל המשחית ווען ס'הערשט מידת הדין.
מיטוואך אפריל 11, 2012 11:02 pm#4432
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
הדגה של פסח מעשה ידי יוצר
ומיושב בזה
קושיות המפרשים שהקשו לאיך אמר אני ולא מלאך
וכו׳ ותרי הכתוב אומר וצא יתן המשחית לבא אל
כתיכס לנגוף משמע שהיו שם משחיתים אך לפי
הנ״ל נראה כך. לודאי למצרים עצמן לאלו שהיו בבית
המצרים עצמן ללא הוי חשש שיגע גם בטוב בהס
הי׳ המשחית מגף, אבל לאלו שהיו בבית ישראל לא
עשהו ע״י המשחית רק על ילי מלאך טו ב . ובזה
א״ש דהנה ידוע שאין הקב״ה מייחד שמו על הרעה
רק על הטוב׳ כע״ש את מי אשלח ומי ילך לני הרי
דלטוב׳ נקרא כלשון שליחות אבל לרעה לא נקרא
שליחות. והנה ידוע רכל מעשה השליח נקרא ע״ש
המשלח וכל מה שהשליח עושה כאלו המשלח עשה,
ולכך ה״נ כאס המשחית הולך אין הקכ״ה מייחד שמו-
מליו לומר שהוא ית׳ שלחו וכיון דלא נקרא שליחו
נחשב ההליכ׳ ע״ש המלאך המשחית לא עליו ית׳ אבל
אם מלאך טוב הולך אז נקרא שמו ית׳ מליו ולא נקרא
ההליכ׳ ע״ש המלאך רק מליו ית׳ וז״ש ועברתי בארן
מצרים אני וצא מצאך כלומר ההמבר׳ נקרא מל שמי
דאף שהיו שם. מלאצים מ״מ היו מלאכים טובים
שמייחד שמו ית׳ עליהם - ונקרא ההעכר׳ עליו ית׳ ולא
הי׳ מלאך רע שיה־׳ ׳נקרא ההעבר׳ ע״ש המלאך ואף
דכתיכ ולא יפן המשחית לכא אל בתיכם דמשמע
שהי׳ שם גם משחית היינו דלמצריםבפני עצמן הי׳
המשחית אך לבא אל בית ישראל לנגיף בכורי המצריים
אמר ולא יתן המשחית לבא אצ באייכס לנגוף רק
בבתיכם יבא מלאך טוב.לנגוף.ולזה ליון באמרן אני
ולא מלאך, היינו לבית ישראל לבא לנגוף הוי העבר׳
נקרא עליו ית׳ לא על המלאך...

קובץ בית אהרן וישראל
וא״כ לכאו׳ היו צריכים להתקדש ג״כ הבכורים מאב ולא רק פטר רחם דומיא דמכת בכורות שמתו כל בכורי מצרים וגם ככור מאב, וכבר הקשה כן ברביגו בחיי ועוד.

והנראה בזה לבאר הוא בהקדים להעיר במכת בכורות גופא דמצינו בזה שני כתובים המכחישים דהנה כתי׳ ועברתי בארץ מצרים בלילה הזה ודרשו בזה בהגדה של פסח אני ולא מלאך והכותי כל בכור בארמ״צ אני ולא שרף ובכל אלהי מצרים אעשה שפטים אני ד׳ אני הוא ולא השליח אני ד׳ אני הוא ולא אחר ע״כ, הרי דהמכה היתה ע״י הקב״ה בכבודו ובעצמו כמש״כ שם.

ולעומתו יוצא כתוב אחר ועבר ד׳ לנגוף את מצרים וראה את הדם וגו׳ ולא יתן המשחית לבא אל בתיכם לגגוף, ומשמע דע״י משתית היתה המכה, ומזה דרשו בב״ק ס. דמכיון שגיתן רשות למשחיתכ להשחית אינו מבחין בין טוב לרע ולכן כתי ׳ואתם לא תצאו איש מפתח בתיכם עד בוקר.

ובספר מילין חדתין מביא בשם הגרעק״א שכבר הקשה קותירץ וז״ל: ונ״ל דהנה לכאו׳ קשה כיון שהקב״ה בעצמו ירד למצרים כדכתי׳ אני ולא מלאך ולא שרף וכוי א״כ לא היה צריך לנתינת דם על המשקוף ועל המזוזות, וגם אמאי לא היו רשאין לצאת מפתד ביתם מטעם כיון שניתן רשות למשחית אינו מבחין, הלא הקב״ה בכבודו ובעצמו היה והוא ידע להבחין.

אולם צריך לומר רעל הבכורים מאב צריך הבחנה דאין כל אחד יודע בבירור אם הוא בכור לאביו רק הקב״ה בכבודו, ובזה היה הקב״ה בכבודוו בעצמו כי זה לא היה יכול למסור לשליח כיון שאינו יודע להבחין בין טיפה של בכור לטיפה שאינה של בכור, רק בכור מאם שהוא דבר הניכר ומבורר לכל זה היה ע״י השליח, וע״ז אומרים כיון שניתן רשות למשחית אינו מבחין, ומשו״ה לא היו רשאין לצאת מפתח ביתם עד בוקר.

וא״כ מה שנעשה ע״י הקב״ה בעצמו אין שייך בו הנס כי הקב׳׳ה הוא היודע ומבחין רק הנס היה על הבכורים מאם לפי שניתן רשות למשחית ואינו מבחין בין טוב לרע, ומשו״ה לא קדשו רק פטר רחם ,עכ״ל.
דאנערשטאג אפריל 12, 2012 2:36 am#4456
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
הסתירות בדיני קרבן הפסח

בס' שמות נאמר "שֶׂה תָמִים זָכָר בֶּן שָׁנָה יִהְיֶה לָכֶם מִן הַכְּבָשִׂים וּמִן הָעִזִּים תִּקָּחוּ" (שמ' יב,ה). לעומת זאת בס' דברים נאמר "וְזָבַחְתָּ פֶּסַח לַיהוָה אֱלֹהֶיךָ צֹאן וּבָקָר" (דב' טז,ב).

נאמר "אַל תֹּאכְלוּ מִמֶּנּוּ נָא וּבָשֵׁל מְבֻשָּׁל בַּמָּיִם כִּי אִם צְלִי אֵשׁ רֹאשׁוֹ עַל כְּרָעָיו וְעַל קִרְבּוֹ" (שמות יב,ט). ומאידך נאמר "וּבִשַּׁלְתָּ וְאָכַלְתָּ" (דברים טז,ז)

ביטע ענפערט מיר א מסתבר'דיגע ביאור חוץ רשי
דאנערשטאג אפריל 12, 2012 11:53 am#4491
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
נולד מאוחר האט געשריבן:ביטע ענפערט מיר א מסתבר'דיגע ביאור חוץ רשי

רש"י ברענגט עס נישט פון זיך, נאר ס'איז א דרשת חז"ל אין מדרש מכילתא אז צאן לפסח ובקר לחגיגה, און דאס זעלבע ביי ובשלת ואכלת אז בישול מיינט דא צלי, און אפילו אויב רש"י וואלט עס געברענגט אליין פון זיך איז ער גענוג גרויס געווען אז מען זאל אננעמען זיינע רייד כתורה מסיני, וכ"ש אז ער ברענגט עס פון מדרש, און אויב גלייבסטו נישט דערין דאן ביסטו א גרויסער געזונטער כופר.
דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:33 pm#4496
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
שמואל הלוי האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:ביטע ענפערט מיר א מסתבר'דיגע ביאור חוץ רשי

רש"י ברענגט עס נישט פון זיך, נאר ס'איז א דרשת חז"ל אין מדרש מכילתא אז צאן לפסח ובקר לחגיגה, און דאס זעלבע ביי ובשלת ואכלת אז בישול מיינט דא צלי, און אפילו אויב רש"י וואלט עס געברענגט אליין פון זיך איז ער גענוג גרויס געווען אז מען זאל אננעמען זיינע רייד כתורה מסיני, וכ"ש אז ער ברענגט עס פון מדרש, און אויב גלייבסטו נישט דערין דאן ביסטו א גרויסער געזונטער כופר.

קודם כל ווער זאגט אז ער גלייבט נישט רש"י'ס פשט? סך הכל וויל ער הערן נאך א פשט. צווייטענס, אפילו טאמער גלייבט ער נישט אז רש"י איז תורה מסיני ווערט מען נאכנישט קיין כופר פאר דעם, דאס איז א שרעקליכע עפידמיע היינטיגע צייטן, טאמער גלייבסטו נישט אלעס וואס איך גלייב ביזטו א רשע כופר אפיקורס ציוני.
דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:53 pm#4497
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
געפילטע פיש; לערן דורך דעם שטיקל אין שו"ת דברי חיים.

שאלה: מלמד אחד פגע בכבוד האור החיים ז"ל ואמר שלא עשה ספרו ברוח הקודש.

תשובה: קבלתי מכתבם והנה לא ידעתי מה ספק לכם שרוח הקודש שורר גם עתה על הראוי לו, אעפ"י שבטלה הנבואה מן הנביאים... יהי' איך שיהי' כולי עלמא מודים דרוח הקודש דחכמה לא בטלה, ולא יכחיש זה רק אפיקורס.

אבל האמת עד לדרכו שגם בזמנינו יש לחכמי האמת שאינם נוטים אחרי החומר יש להם רוה"ק, וכמבואר במורה וברמב"ן ז"ל בהדיא, ולכן בעל אור החיים נשמתו בגנזי מרומים בודאי חיבר ספרו ברוה"ק... ולכן המלמד המכחיש רו"ק של אוה"ח הוא אפיקורס שאינו מאמין בגדולי הדור שהעידו עליו שהי' ראוי לרוה"ק והמלמד הזה כפר בעיקר רוה"ק וליעג על דברי הש"ס ב"ב הנ"ל.

ויפה עשיתם שלא עזבתם את בניכם בידו וישר כחם בזה, אך שכר מלמדות לא אוכל לפסוק שלא בפני בע"ד בלא ראות מעשי הנהגתו כי אולי משגה הוא בזה, ובזה תוכלו לסמוך על מורה שיש בקהילתכם והי' שלום.


m http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=143&pgnum=348 m
דאנערשטאג אפריל 12, 2012 5:09 pm#4532
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
שמואל הלוי Please learn rshbam in parshes vayeshev
דאנערשטאג אפריל 12, 2012 5:43 pm#4542
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
געפילטע פיש האט געשריבן:קודם כל ווער זאגט אז ער גלייבט נישט רש"י'ס פשט? סך הכל וויל ער הערן נאך א פשט.

פון דעם האסטו זיך אינגאנצען מתעלם געווען, זעט אויס ס'מאכט דיך פילען גוט צו ריפן א יוד אן אפיקורס.
שמואל הלוי האט געשריבן:געפילטע פיש; לערן דורך דעם שטיקל אין שו"ת דברי חיים.

האסטו געטראפן א תשובה אז מ'דארף גלייבן אז די אוחה"ק איז געשריבן געווארן ברוח הקודש, אבער פון רוה"ק ביז תורה מסיני איז א שיינע שפאציר, ניין?
לאמער שוין זאגן אז יא, קען איך דיר ברענגען אסאך תשובות וואס זאגן אפילו דאס הייסט נישט קיין אפיקורס.

די גמרא זאגט אין סנהדרין: אפיקורוס רב ור' חנינא אמרי תרוייהו זה המבזה ת"ח רבי יוחנן ור' יהושע בן לוי אמרי זה המבזה חבירו בפני ת"ח. אויב אזוי קען מען דן זיין אין אשכול ניר בן ארצי צו דאס הייסט ביזוי ת"ח.
די חזו"א האט געהאלטן אז בזמננו איז נישט דא קיין אפיקורסים.
החזו"א הוא ביו"ד סי' ב' סוף ס"ק ט"ז
ונראה דאין דין מורידין אלא בזמן שהשגחתו יתברך גלויה כמו בזמן שהיו נסים מצוין ומשמש בת קול, וצדיקי הדור תחת השגחה פרטית הנראית לעין כל, והכופרין אז הוא בנליזות מיוחדות בהטיית היצר לתאוות והפקרות, ואז היה ביעור רשעים גדרו של עולם שהכל ידעו כי הדחת הדור מביא פורענויות לעולם ומביא דבר וחרב ורעב בעולם, אבל בזמן ההעלם שנכרתה האמונה מן דלת העם אין במעשה הורדה גדר הפרצה אלא הוספת הפרצה שיהיה בעיניהם כמעשה השחתה ואלמות ח"ו וכיון שכל עצמנו לתקן אין הדין נוהג בשעה שאין בו תיקון ועלינו להחזירם בעבותות אהבה ולהעמידם בקרן אורה במה שידינו מגעת.


שו"ת הרדב"ז, חלק ד', סימן קפ"ז.
לא מצאתי טעם לפוטרו מן העונש זולת מפני שהוא טועה בעיונו ותקנתו קלקלתו. ולא עדיף האי ממי שטועה באחד מעיקרי הדת מחמת עיונו הנפסד שלא נקרא בשביל זה כופר. והרי הלל היה אדם גדול וטעה באחד מעיקרי הדת שאמר אין להם משיח לישראל שכבר אכלוהו בימי חזקיהו. ומפני זה הטעות לא חשבוהו כופר ח"ו דאם לא כן איך היו אומרים שמועה משמו. והטעם מבואר כיון שאין כפירתו אלא מפני שחושב שמה שעלה בעיונו אמת ואם כן אנוס הוא ופטור.


אבער היינט אין אונזער סאסייעטי איז ווער ס'נישט מסכים מיט מיר אן אפיקורס. פינטעל.

לאמיר צוריק גיין צום דברי חיים א סקונדע, ווייסען מיר אז אוחה"ק איז אין כלל פון תורה מסיני (לשיטתך אז רוח הקודש פירושו תורה מסיני) סא ווי ענדיגט זיך עס? ווער איז מחליט וואס יא און וואס נישט? האו אבאוט די נטעי גבריאל? מעג איך כופר זיין אין דעם? על הגאולה ועל התמורה? ספרי הרב קוק?
זונטאג אפריל 15, 2012 2:35 pm#4651
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
האסט ארויסגעקראצט די ווערטער "תורה מסיני" פון מיין תגובה און אויף דעם בויעסטו... איך האב געשריבן אז אפילו אויב רש"י זאגט עס פון זיך אליין איז ער גענוג באגלייבט אז מען זאל עס אננעמען כאילו ס'איז תורה מסיני.
די ווארט אפיקורס האב איך גענוצט ווייל למעשה איז עס א מדרש און אויב גלייבט ער נישט אין דעם מדרש איז ער א אפיקורס.


דאס וואס דו טענה'סט "ווער זאגט אז ער גלייבט נישט רש"י'ס פשט? סך הכל וויל ער הערן נאך א פשט", פון זיינע ווערטער קוקט נישט אזוי, ווייל ער שרייבט "ביטע ענפערט מיר א מסתבר'דיגע ביאור חוץ רש"י", קוקט אויס פון דעם אז רשי"'ס פשט וואס איז באמת פון מדרש איז נישט מסתבר לויט אים און ער נעמט עס נישט אן, און אויף דעם האב איך געשריבן אז אויב איז טאקע אזוי איז ער א אפיקורס, אבער נאכאמאל "נאר אויב ס'איז טאקע אזוי אז ער נעמט נישט אן די רייד פון חז"ל פאר די אמת'ע פשט".
דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:35 am#5409
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
וואס איז פשט פון דעם וואס מיר זאגן ביים דאווענען "מארבע כנפות הארץ", 4 עקן איז דאך נאר שייך ביי א זאך וואס איז 4 עקיג, אבער די וועלט איז דאך רינדעכיג ווי א באל?
דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:54 am#5414
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
שמואל הלוי האט געשריבן:וואס איז פשט פון דעם וואס מיר זאגן ביים דאווענען "מארבע כנפות הארץ", 4 עקן איז דאך נאר שייך ביי א זאך וואס איז 4 עקיג, אבער די וועלט איז דאך רינדעכיג ווי א באל?

דברה תורה כלשון בי אדם.
פרייטאג אקטאבער 30, 2015 1:23 pm#307010
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
איך פרעג, איך וויל הערן פונ׳ם עולם.
מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 12:11 am#314816
וַיִּפֶן כֹּה וָכֹה וַיַּרְא כִּי אֵין אִישׁ וַיַּךְ אֶת הַמִּצְרִי וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל. זאגט רש"י: וירא כי אין איש - שאין איש עתיד לצאת ממנו שיתגייר.

אויב האט ער איהם למעשה גע'הרג'עט, וועלכע דורות האט ער באטראכט צו זעהן אויב זיי זענען זיך מגייר?

[נאכ'ן ענטפערן: אויב וואלט ער וכו', טראכט נאכאמאהל איבער די קושיא...]
מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 12:21 am#314820
בדרך אפשר. אדער האט ער געזען אז ער גייט בכלל נישט האבן קיין קינדער, אדער האט ער שוין געהאט קינדער נאר ער דארף זיי נישט זיין צו הילף ווייל ס'גייט עניוועי נישט ארויסקומען קיין גרים.
מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 12:33 am#314823
Why does it say the bones of Yosef when they actually mummified him?
מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 11:28 am#314873
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
ונבנתה, וואס איז שלעכט מיטן תירוץ פון אויב וואלט ער געלעבט וואס וואלט פון אים ארויסגעקומען?
מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 12:15 pm#314876
ונבנתה, לכאורה גייט דיין שאלה אריין אין די נושא צי א מענטש האט א בחירה.
מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 12:28 pm#314878
בפועל האט ער זיכער נישט געדארפט האבן קינדער - וואו ונבתה האט אנגעמערקט
משה האט געקיקט אויך צו בכח דארף ער אויך נישט האבן קיין קינדער גיירים
דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 1:50 am#315012
Re: שואל כענין - קושיות ותמיהות
ונבנתה, לאמיר אנעמען דיטערמעניזם, קענסטו נאך אלץ אריינלייגן און א קאמפיוטער זאל דיר אויסרעכנען וויאזוי וואלט געווען די ריזאלטס אויב געשעט x ביי א געוויסע פוינט, און וויאזוי וואלט געווען די ריזאלטס אן x.
דינסטאג יאנואר 05, 2016 12:44 pm#316098
איך האב שוין דא געשריבן דערוועגן בקוצר וועגן דעם ענין פון זיך אויס'טענה'ן מיטן באשעפער, פארט קוועטשט עס מיר נאכאמאל יעדן יאר ביים לערנען חו"ר פרשת שמות וארא,

איז אזוי, דער באשעפער וויל אויסלייזן די אידן פון מצרים, עס איז שוין געקומען די צייט, וגם אני שמעתי את נאקת בנ"י... משה רבינו טענה'ט זיך מיטן רבש"ע, ער וויל נישט גיין צו פרעה, ער זוכט אפיר אלע מיני תירוצים, גיט איבער דעם כיבוד פארן עלטערן ברודער אהרן, אבער דער באשעפער לאזט זיך נישט, ער וויל דוקא משה זאל גיין טראץ די אלע שוועריגקייטן מיטן רעדן, דער מדרש ברענגט נאך צו אז צוליב וואס משה האט געטריי געפאשעט די שאף און איין שעפעלע איז אנטלאפן און משה האט זיך אפגעגעבן דערמיט מיט א געטריישאפט האט מען בוחר געווען אין משה רבינו פאר מנהיג כידוע.

בקיצור, משה האט נישט קיין צוויי ברירות, ער גייט צו פרעה, באווייזט די מופתים מיטן שלאנג וכו', אבער ראה זה פלא, אנשטאט פרעה זאל זיך ברעכן און עס זאל אנהויבן ווערן גרינגער פאר די אידן, איז פונקט קאפויער, ער מאכט זיי מער ענג און שווערער. משה קוקט צו וואס ער האט אנגעווערטשאפט מיט זיין בליץ באזוך ביי דעם פרעה, און עס ווערט אים נישט גוט. עס פארדריסט אים אז ער האט גורם געווען די סיטואציע זאל זיך דערקייקלען ערגער ווי געווען. און אויב איז נאך נישט גענוג געווען זיינע אייגענע גילטי קאנטשעס, האט ער נאך באקומען א פארציע פון די שוטרי ישראל, ווי דער פסוק פארציילט אונז לעצטע וואך, ווען זיי האבן געטראפן משה און אהרן האבן זיי פארגעווארפן "ויאמרו אליהם, ירא ה' עליכם וישפוט אשר הבאשתם את ריחינו בעיני פרעה ובעיני עבדיו, לתת חרב בידם להורגנו..."

משה פלאצט אויס פאר ערגערניש, דער געטרייער מנהיג ישראל וואס איז זיך מצער בצרתן של ישראל – הגם ער אליין האט בכלל נישט געליטן פונעם גלות – קען נישט צוזעהן וואס דא גייט פאר, און ברעכט אויס מיט א געשריי צום באשעפער: "למה הרעות לעם הזה למה זה שלחתני.... ומאז באתי אל פרעה לדבר בשמך, הרע לעם הזה, והצל לא הצלת את עמך..."

און... דער אויבערשטער איז אויפגערעגט אויף משה! דיבר אתו קשות! ער גיט א פסק פאר משה, חבל על דאבדין ולא משתכחין.... יש לי להתאונן על מיתת האבות הרבה פעמים נגליתי עליהם בא-ל ש-די ולא אמרו לי מה שמך, ולא הרהרו אחרי מדותי וכו'... (איך פערזענליך וואלט געווארן שטארק באליידיגט פון אזא פארוואורף...), און משה גייט גאר נענש ווערן דערויף... בלויז פאר דעם חטא ווייל ער האט זיך אויסגע'טענה'ט מיטן רבש"ע פאר אידנ'ס וועגן??? קען מיר איימיצער מסביר זיין וואס דא גייט פאר? אפשר ערגעץ אין די מפרשים קען מען טרעפן א פתרון דערצו?

א מינוט – בעת מען קומט זיך אויפטון מיט אברהם וואס האט אלעס מקבל געווען באהבה, לאמיר זעהן ווי אזוי אברהם האט זיך גע'טענה'ט מיט הקב"ה בעפאר הפיכת סדום. דארט האט מען גערעדט פון רשעים רוצחים ופושעים; דארט האט השי"ת דייקא יא געוואלט חרוב מאכן די שטאט; און אברהם האט גענומען די דרייסטקייט צו זאגן פארן באשעפער, חלילה לך מעשות כדבר הזה! השופט כל הארץ לא יעשה משפט??... איר הערט ווערטער? דאס הייסט ולא הרהרו אחרי מדותי? בכלל, האט דען משה יא מהרהר געווען? ער האט סך הכל געפרעגט השי"ת פארוואס האסטו מיר געשיקט, האסט מיר דאך געזאגט אז דו ווילסט אויסלייזן די אידן, עפעס שטימט נישט דא!

ווי איך האב שוין געשריבן אין די לינק הנ"ל, זעהט מען קלאר אז השי"ת האט יא ליב ווען מען טענה'ט זיך אויס מיט אים, אפילו פאר די אייגענע צער, און אודאי איז חשוב אין הימל ווען מען וויינט פאר א צווייטנס איד צער, גענוי ווי משה האט דא געטון. אלזא, וואס האט משה געטון אזוי ראנג???
דינסטאג יאנואר 05, 2016 12:46 pm#316099
אויפן אויבערשטען פרעגט מען נישט קיין קשיות!
דינסטאג יאנואר 05, 2016 12:52 pm#316101
א פשוט'ע בולט'דיגע חילוק איז אז פאר משה האט גאט באפוילן א שליחות און ער האט מסרב געווען. מיט די בעסטע טענות, אבער אז מ'הייסט דיך טון עפעס, טוה. משא"כ אברהם האט נישט עובר געווען אויף מצוות המלך נאר בלויז גערעדט/מתפלל געווען.
דינסטאג יאנואר 05, 2016 12:53 pm#316102
שבת אחים, די ליינסט דער אשכול???

#סאונייסאוףיו
דינסטאג יאנואר 05, 2016 12:55 pm#316103
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:א פשוט'ע בולט'דיגע חילוק איז אז פאר משה האט גאט באפוילן א שליחות און ער האט מסרב געווען. מיט די בעסטע טענות, אבער אז מ'הייסט דיך טון עפעס, טוה. משא"כ אברהם האט נישט עובר געווען אויף מצוות המלך נאר בלויז גערעדט/מתפלל געווען.

די רוגזה פון השי"ת איז נישט געווען אויפן סירוב, נאר אויפן זאגן למה הרעותה, ווי רש"י שרייבט קלאר.
דינסטאג יאנואר 05, 2016 12:59 pm#316104
די באשעפער האט דאך אויך געזאגט פאר משה פארדעם 'כי לא יתן אתכם' וכו' און 'ואני אחזק את לבו ולא ישלח'.
דינסטאג יאנואר 05, 2016 1:03 pm#316105
שמעקעדיג האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:א פשוט'ע בולט'דיגע חילוק איז אז פאר משה האט גאט באפוילן א שליחות און ער האט מסרב געווען. מיט די בעסטע טענות, אבער אז מ'הייסט דיך טון עפעס, טוה. משא"כ אברהם האט נישט עובר געווען אויף מצוות המלך נאר בלויז גערעדט/מתפלל געווען.

די רוגזה פון השי"ת איז נישט געווען אויפן סירוב, נאר אויפן זאגן למה הרעותה, ווי רש"י שרייבט קלאר.

ס'איז א גרויסע חילוק "ווען" א מענטש זאגט למה הרעות. איז עס אין די צייט וואס ער דארף ווען יעצט זיין ערגעץ אנדערש אויספירען א שליחות, איז עס א סירוב. איז עס אין די פרייע צייט, איז עס א תפילה. די טראפן אויף "טאטע שיק מיר הויזן" ווענד זיך אלעמאל אין די אומשטענדען.
דינסטאג יאנואר 05, 2016 1:14 pm#316107
סארי כעלעמער אבער כ'פארשטיי נישט וואס דו ענטפערסט.
משה האט אין ערגעץ נישט געדארפט זיין יעצט. ער האט פולשטענדיג אויסגעפירט זיין שליחות, אבער עס האט געפלאפט.

בן אדם, דיין ענטפער ווארפט א שטיקל ליכט, אבער דאך פון מחזק זיין פרעה'ס הארץ נישט ארויסצושיקן אידן ביזן פארערגערן כלל ישראל'ס מצב און זיין לשיחה בפי הבריות אז דער משה האט אונז אנגעווערטשאפט א סומאטוכע איז גאר א לאנגער וועג.
און עכ"ז, טאר מען שוין נישט זיך אויס'טענה'ן מיטן באשעפער? האט דען אברהם אדער גדעון (בלינק הנ"ל) געטון אנדערש?
דינסטאג יאנואר 05, 2016 1:39 pm#316120
שמעקי, פרעגסט זייער גוט, און איך האב געזעהן די וואך אין ספר משנה למלך פון ר' אלעזר ריישא'ער ווי ער לערנט אין רש"י הפלא ופלא, אזוי אז דיין קשיא איז נישט נאר נישט קיין קשיא נאר די פשט אין רש"י ממש פארקערט,

אותיות מחכימות
וידבר אלקים אל משה וגו׳ וז״ל רש״י ז״ל דבר אתו משפט על שהקש׳, לדבר, ולומר, והוא כפל לשון, וי״ל כך שמחמת גודל צער של ישראל נשבר לבבו הק׳ של משרע״ה ולטובתם של ישראל אמר לפני הקב״ה זאת מכאב לבבו, ומזה נצמח במרום כביכול כעין זה. מחמת שהצדיק הי׳ שרוי בצער שכן מצינו גבי חורבן כשבא אאע״ה אל מקום המקדש ובכה על גלות בניו הקב״ה בכה עמו, וכן נאמר שהשכינ׳ אומרת קלני מראשי,

ובעת שמשרע׳׳ה הי׳ בשמחה נתעורר במרום ג״כ שמח׳ ועתה כאשר נתפעל משרע״ה מצרות ישראל כל כך עד שהוציא מפיו למה הרעות, אזי כביכול השתתף הוא ית'.

והוא שכפל רש״י ז״ל בלשונו הזהב דיבר אתו משפט ותיבת אתו י״ל אתו ממש כמו עמו כמעט שנוכל לומר שכביכול הוא ית׳ ג״כ אמר כזאת והטעם מחמת שהקש' לדבר ולומר, המכוון מזה נוכל לומר מגודל הצער של משה הי׳ כבד על משה הן בחי׳ דיבור והן בחי׳ אמירה, כמו שמציעים בני אדם בלשונם בעת צר להם מאוד ר״ל מה נאמר מה נדבר, הכלל צער לי מאוד.
כן הי׳ דבריו של משת באמירת למה הדעות כמעט בקוצר רוח ח׳׳ו מאהבת ישראל שאין להעמיק דיבורו בבחי׳ דיבור ובבחינת אמירה.


ודפח"ח.
דינסטאג יאנואר 05, 2016 1:54 pm#316125
שמעקעדיג האט געשריבן:סארי כעלעמער אבער כ'פארשטיי נישט וואס דו ענטפערסט.
משה האט אין ערגעץ נישט געדארפט זיין יעצט. ער האט פולשטענדיג אויסגעפירט זיין שליחות, אבער עס האט געפלאפט.

לא בדיוק. די שליחות פון משה איז געווען ביז "והוצא את עמי בני ישראל ממצרים" (שמות ג:י) און אז אינמיטן פרובירט ער זיך אפצוזאגן פון די שליחות איין מאל און נאכאמאל איז דאס אן התרסה כלפי מעלה און פארדעם קומט אים א סילוק.
מוצ"ש יאנואר 09, 2016 8:10 pm#316691
פארוואס האט הקב"ה געגעבן מכות אויכט פאר די ציווילע באפעלקערונג פון מצרים? איז דאס נישט א קאלעקטיווע עונש?
מוצ"ש יאנואר 09, 2016 8:21 pm#316693
קוק אין מדרש אז אלע מצריים האבן זיך משתתף געווען אין פייניגן די אידן.
זונטאג יאנואר 17, 2016 11:35 am#317743
מכת חושך: אין חדר לערנט מען אונז אז עס איז געווען אזוי טונקל אזש אז מען האט זיך נישט געקענט רירן. איז דא אזא זאך אז טונקעלקייט זאל ווערן פיזישע מאטיריאל?
זונטאג יאנואר 17, 2016 11:36 am#317744
פארוואס ביי התרת נדרים (און כל נדרי) קען מען מאכן א מסירת מודעה פאר א גאנץ יאר און די בוטשאטש'ע רב'ס מסירת גילוי דעת לגבי כוונת שמות הקדושים דארף מען זאגן יעדן טאג?
ובכלל פארוואס קען נישט אלעס זיין איין מאל פאר א גאנץ לעבן?
זונטאג יאנואר 17, 2016 12:31 pm#317755
זונטאג יאנואר 17, 2016 12:32 pm#317756
chusid האט געשריבן:מכת חושך: אין חדר לערנט מען אונז אז עס איז געווען אזוי טונקל אזש אז מען האט זיך נישט געקענט רירן. איז דא אזא זאך אז טונקעלקייט זאל ווערן פיזישע מאטיריאל?

נאר דאס פארשטייסטו נישט? אלע מכות זענען געווען שלא כדרך הטבע,
זונטאג יאנואר 17, 2016 4:20 pm#317775
אפשר איז דאס אזא סארט מאטריאל וואס דער אבן עזרא דערמאנט:

והנה בים אוקינוס יבא חשך עב שלא יוכל אדם להפריש בין יום ובין לילה ויעמוד זה לפעמים חמישה ימים ואני הייתי שם פעמים רבות.