פארומס › שואל כענין - קושיות ותמיהות

שואל כענין - קושיות ותמיהות

795 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #356
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג יוני 26, 2012 12:40 pm#20080
די ווערטל ענדיגט זיך אז דער רבי האט גענטפערט: איך האב איר אראפגעלייגט א האלבע שעה צוריק און דו טראגסט איר נאך אויפן קאפ ביז יעצט!
דינסטאג יוני 26, 2012 1:31 pm#20091
שמואל הלוי
יואליש
שמואל הלוי
וואס איז פשט פון דעם וואס מיר זאגן ביים דאווענען "מארבע כנפות הארץ", 4 עקן איז דאך נאר שייך ביי א זאך וואס איז 4 עקיג, אבער די וועלט איז דאך רינדעכיג ווי א באל?


און ממזרח שמש עד מבואו?

וואס איז שווער מיטן ממזרח שמש עד מבואו?


ווי פונקטליך שיינט דו זון אויף?
דינסטאג יוני 26, 2012 1:38 pm#20095
די זון שיינט אויף אמאל פונקטליך מזרח (תשרי, ניסן), און אמאל מער צו מזרחית דרומית (מיטעלע זומער חדשים), און אמאל מער צו מזרחית צפונית (ווינטער חדשים).

עניוועי די טייטש פון "ממזרח שמש" איז פון זון אויפגאנג, "עד מבואו" ביזן אונטערגאנג, דא קומט בכלל נישט אריין מזרח אדער מערב, נאר מזרח זייט הייסט "מזרח" וואס איז א לשון פון שיינען ע"ש וואס אויף יענע זייט שיינט אויף די זון, און מערב זייט הייסט "מערב" וואס איז מלשון "ערב" ווייל דארט גייט די זון אונטער און עס ווערט נאכט.
דינסטאג יולי 3, 2012 3:37 am#21422
אין גמרא סנהדרין צ"ב: אמר ר' אלעזר כל אדם שאין בו דעה אסור לרחם עליו. לכאורה ברויך אביסל ביאור אמער די סברא גיט מיט פארקערט איינער אן דעת האב אויף רחמנות ער'ט נעבעך נישט באקומען שכל. א קלוגער שוין נישט ער'ט זיך אן עצה געבן. וואס איז פשט רבותי?
דינסטאג יולי 3, 2012 9:07 am#21427
צו זיין סטופיד איז אויך א בחירה, ווייל ער ווייסט אז ער זאגט אין פירט זיך נישט שכל'דיג אבער ער האט דאס ליעב, בקיצור דאס איז אן עטיטאד, א מין השקפה. ויגעתי ומצאתי שכן הוא...י

. ואמר ר' אלעזר, כל אדם שאין בו דעה [שאינו רוצה ליתן לב לידע ולהתבונן בדבר. רגל ישרה] אסור לרחם עליו, שנאמר ישעיה כז כִּי לֹא עַם־בִּינוֹת הוּא, עַל־כֵּן לֹֽא־יְרַֽחֲמֶנּוּ עֹשֵֹהוּ, וְיֹֽצְרוֹ לֹא יְחֻנֶּֽנּוּ,
דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:06 pm#26368
בן תמליון
אין גמרא סנהדרין צ"ב: אמר ר' אלעזר כל אדם שאין בו דעה אסור לרחם עליו. לכאורה ברויך אביסל ביאור אמער די סברא גיט מיט פארקערט איינער אן דעת האב אויף רחמנות ער'ט נעבעך נישט באקומען שכל. א קלוגער שוין נישט ער'ט זיך אן עצה געבן. וואס איז פשט רבותי?


אזויווי 'משכיל' האט שוין צוגעברענגט רעדט מען נישט דא פון א מענטש וואס איז נעבעך "סלאו" אן שכל, נאר איינער וואס וויל נישט משים לב זיין און טראכטן אביסל איידער ער טוט א זאך, און נאכדעם קומט ער וויינען פאר רחמנות. לכאורה איז דער פשט אז אויב גייסטו אים אין אזא צייט העלפן וועט ער זיך נישט לערנען א לעקציע און וועט מארגן ווייטער נישט טראכטן פאר ער טוט א נארישקייט, דעריבער וועט ער זיך צוגעוואוינען צו גיין אין א שלעכטן וועג. בערך אזא בחינה ווי דער איסור צו בארגן געלט אן א שטר, ווייל דעמאלטס געוואוינסטו איין דעם מענטש נישט צו באצאלן.
פרייטאג יולי 20, 2012 1:46 am#26556
some people believe that ignorance is a virtue,

די וואס זוכען חכמה זיינען אויפגעקלערטע משכילים רח"ל
פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:24 am#41820
שמואל הלוי
די זון שיינט אויף אמאל פונקטליך מזרח (תשרי, ניסן), און אמאל מער צו מזרחית דרומית (מיטעלע זומער חדשים), און אמאל מער צו מזרחית צפונית (ווינטער חדשים).

עניוועי די טייטש פון "ממזרח שמש" איז פון זון אויפגאנג, "עד מבואו" ביזן אונטערגאנג, דא קומט בכלל נישט אריין מזרח אדער מערב, נאר מזרח זייט הייסט "מזרח" וואס איז א לשון פון שיינען ע"ש וואס אויף יענע זייט שיינט אויף די זון, און מערב זייט הייסט "מערב" וואס איז מלשון "ערב" ווייל דארט גייט די זון אונטער און עס ווערט נאכט.

יישר כח שמואל,
איך האב שוין פאר אסאך מענטשען געדארפט מסביר זיין די (לכאורה זייער פשוט'ע) פשט.
לעצם הענין, אסאך פון די לשונות זענען פשוט א מליצת הלשון און עס האט נישט קיין פשט צו מדקדק זיין און די פונקטליכע טייטש פון די ווערטער.
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 11:53 am#42477
שופר אין חודש אלול - מצות פאר פסח
פארוואס מעג מען בלאזן שופר אין חודש אלול
און מצות טאר מען נישט עסן אין חודש ניסן, בעפאר פסח?
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 11:59 am#42480
ווייל מצות דארף מען עסן לתיאבון, אבער ביי שופר איז עס נישט שייך.
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 12:01 pm#42482
דער בני יששכר אויף חדש אלול אין מאמר ברית כרותה דאכט זיך רעדט ארום איבער דעם, ער איז אויך דן איבער דאונאטס אום חודש כסליו בעפאר חנוכה. עי"ש.
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 12:12 pm#42486
זר זהב
ער איז אויך דן איבער דאונאטס אום חודש כסליו בעפאר חנוכה. עי"ש.

פארגעס נישט אז דא איז נישט שמייכל פארום.
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 12:18 pm#42490
אז קאווע האט פארגעסן פארוואס טאר איך נישט?...
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 1:09 pm#42512
קאווע טרינקער
פארוואס מעג מען בלאזן שופר אין חודש אלול
און מצות טאר מען נישט עסן אין חודש ניסן, בעפאר פסח?

און אישי האט איינער גע'ענטפערט
ווייל זיך אויפצווועקן פון שלאף, עורו ישנים משינתכם, נעמט א חודש צייט.
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:16 pm#42606
בן תמליון
אין גמרא סנהדרין צ"ב: אמר ר' אלעזר כל אדם שאין בו דעה אסור לרחם עליו. לכאורה ברויך אביסל ביאור אמער די סברא גיט מיט פארקערט איינער אן דעת האב אויף רחמנות ער'ט נעבעך נישט באקומען שכל. א קלוגער שוין נישט ער'ט זיך אן עצה געבן. וואס איז פשט רבותי?


איך האב אמאהל געזעהן א פשט (אך געדענק שוין נישט ווי), כל מי שאין בו דעת, 'אסור' - איז מען צוגעבינדען (מלשון מלך אסור ברהטים) לרחם עליו
דהיינו עס איז א חיוב אים צו העלפען... אבער דאס איז נישט פשוט פשט

פשוט פשט איז אזוי ווי עס ווערט שוין געברענגט אין מסילת ישרים וזל"ק ופשוט הוא שאפילו אם יפקח האדם על עצמו אין בכוחו להינצל אילולי הקדוש ברוך הוא עוזרו , כי היצר הרע תקיף מאוד. וכמאמר הכתוב "צופה רשע לצדיק ומבקש להמיתו ה' לא יעזבנו וגו'".
אך אם האדם מפקח על עצמו, אז הקדוש ברוך הוא עוזרו וניצול מן היצר הרע. אבל אם אינו מפקח הוא על עצמו, וודאי שהקדוש ברוך הוא לא יפקח עליו, כי אם הוא אינו חס מי ייחוס עליו? והוא כעניין מה שאמרו ז"ל "כל מי שאין בו דעה אסור לרחם עליו". והוא מה שאמרו "אם אין אני לי מי לי".
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:18 pm#42610
קאווע טרינקער
פארוואס מעג מען בלאזן שופר אין חודש אלול
און מצות טאר מען נישט עסן אין חודש ניסן, בעפאר פסח?


קענסטו אויך פרעגען פארוואס מעג מען פאסטען צום גדליה, עס איז דאך אין די שלושים יום קודם יוהכ"פ וואס עס איז א מצוות עשה צו פאסטען, ומאי שנא ממצה

אבער דאס איז פארשטייט זיך נישט קיין קשיא, ווייל די סיבה פארוואס חז"ל האבען גע'אסרט צי עסן מצה חודש ניסן איז כדאי שיאכלו מצה לתיאבון אין דאס איז נאר שייך ביי מצה אין נישט ביי אנדערע מצוות
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:18 pm#42611
נאך א מזל ס'שטייט נישט "מותר לרחם עליו" , דאן וואלט מען געקענט טייטשן 'מותר' (מלשון מותרות) ס'איבעריג זיך מרחם צו זיין דהיינו מ'דארף זיך נישט מרחם זיין. (א משוגענע וועלט) -- איך וויל ווערן א ליטוואק.
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:21 pm#42615
זר האט בטעות געלערנט דף היומי!!!!!!

תמליון האט געברעגנט א גמרא אין סנהדרין "דינסטאג יולי 03" אבער מורי ורבותי
ס'שטייט אין היינטיגן דף!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:23 pm#42619
אוי געוואלד!!!
אוי לנו מיום הדין ואוי לנו מיום התוכחה!!!!!
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:24 pm#42620
על המחיה
קאווע טרינקער
פארוואס מעג מען בלאזן שופר אין חודש אלול
און מצות טאר מען נישט עסן אין חודש ניסן, בעפאר פסח?


קענסטו אויך פרעגען פארוואס מעג מען פאסטען צום גדליה, עס איז דאך אין די שלושים יום קודם יוהכ"פ וואס עס איז א מצוות עשה צו פאסטען, ומאי שנא ממצה

אבער דאס איז פארשטייט זיך נישט קיין קשיא, ווייל די סיבה פארוואס חז"ל האבען גע'אסרט צי עסן מצה חודש ניסן איז כדאי שיאכלו מצה לתיאבון אין דאס איז נאר שייך ביי מצה אין נישט ביי אנדערע מצוות

שמואל הלוי האט שוין דאס געענטפערט פריער
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:30 pm#42632
דער היינטיגער דף איז נישט אין ברכות? יענער ברענגט דאך פון סנהדרין
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:32 pm#42636
מ'זעהט די ביסט נישט קיין ש"ס איד
יעדע מימרא שטייט לכה"פ צוויי מאהל..
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:35 pm#42639
דאס איז נישט מיין שולד, איך בין א שוגג.
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:37 pm#42642
(בד"וו, טויש דיין חבר ותיק צו 3000)
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 3:40 pm#42648
קאווע טרינקער
(בד"וו, טויש דיין חבר ותיק צו 3000)

רעד צום מנהל
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 4:00 pm#42674
קאווע טרינקער
זר האט בטעות געלערנט דף היומי!!!!!!

תמליון האט געברעגנט א גמרא אין סנהדרין "דינסטאג יולי 03" אבער מורי ורבותי
ס'שטייט אין היינטיגן דף!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!


שמעקעדיג
אוי געוואלד!!!
אוי לנו מיום הדין ואוי לנו מיום התוכחה!!!!!


אפשר דאס פארענטפערט על המחיה'ס קשיא, ווי אזוי מען מעג פאסטען צום גדליה, ווייל אויף אזאליכע גרויסע עבירות מעג מען פאסטען אבל אין די שלושים קודם יוהכ"פ. 😂
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 4:07 pm#42683
דא רעדט זיך אפ זר איבערן מכשול
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 4:08 pm#42684
אוקי, ס'פארפארט
לאמיר זיך צוריק זעצען לערנען

שאלה: איינער האט?
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 4:09 pm#42687
קאווע טרינקער
דא רעדט זיך אפ זר איבערן מכשול

דו מיינסט דא
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 4:51 pm#42730
נייע שאלה.
פארוואס איז ראש השנה פאר יוה"כ? לכאורה וואלט מען געדארפט קודם האבן א יום תשובה און מחילה און דערנאך א יום הדין.
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 4:55 pm#42734
דער עיקר פון ראש השנה
איז קבלת מלכותו לכבוד דעם נייעם יאר

יום הדין, איז שוין א טפל
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 5:02 pm#42736
קאווע טרינקער
דער עיקר פון ראש השנה
איז קבלת מלכותו לכבוד דעם נייעם יאר

יום הדין, איז שוין א טפל


אבער למעשה איז דאך ר"ה אויך א יום הדין. אפילו לשיטתך וואלט מען חוץ קבלת מלכותו ר"ה געדארפט האבן אן עקסטערע יום הדין נאך יום כיפור
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 5:04 pm#42738
נאך א פשט
נייע שאלה.
פארוואס איז ראש השנה פאר יוה"כ? לכאורה וואלט מען געדארפט קודם האבן א יום תשובה און מחילה און דערנאך א יום הדין.

פארקערט, דער אייבערשטער ווייזט מיט דעם זיין רחמנות און ליבשאפט צום יודישן פאלק.
שוין נאכן יום הדין, וואס נארמאל וואלט מען שוין אויפגעגעבן, זאגט דיר דער באשעפער מיט זיין גרויס אהבה, ניין מיין קינד, געב נישט אויף, איך גיב דיר נאך א טאג פאר תשובה!!
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 6:10 pm#42767
zurich
נאך א פשט
נייע שאלה.
פארוואס איז ראש השנה פאר יוה"כ? לכאורה וואלט מען געדארפט קודם האבן א יום תשובה און מחילה און דערנאך א יום הדין.

פארקערט, דער אייבערשטער ווייזט מיט דעם זיין רחמנות און ליבשאפט צום יודישן פאלק.
שוין נאכן יום הדין, וואס נארמאל וואלט מען שוין אויפגעגעבן, זאגט דיר דער באשעפער מיט זיין גרויס אהבה, ניין מיין קינד, געב נישט אויף, איך גיב דיר נאך א טאג פאר תשובה!!


איך הער. אבער לענ"ד איז די קשיא בעסער ווי די תירוץ.
מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 10:59 pm#42888
קודם כל איז די ערשטע מקור אז ראש השנה, "יום תרועה", איז אויך א יום הדין ערשט אין משנה, שנית, איז דאך דאס די סדר, ראש השנה איז דיכ יבה, עשי"ת תות מעל תשובה מטה צו זיין די דין לטובה, און יוה"כ איז די חתימה.
דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 6:40 am#42957
תמיה בנוסח הסליחות
עס איז מיר שוין לאנג שווער געווען דאס וואס מען זאגט ביי די סליחות 'מי שענה לאברהם אבינו בהר המוריה הוא יעננו'

ווי טרעפט מען און די תורה אז אברהם אבינו האט מתפלל געווען בהר המוריה אין אז זיינע תפלות זענען דארט נתקבל געווארען?
דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 10:00 am#42997
נאך א פשט
נייע שאלה.
פארוואס איז ראש השנה פאר יוה"כ? לכאורה וואלט מען געדארפט קודם האבן א יום תשובה און מחילה און דערנאך א יום הדין.


גוטע קשיא
די אמתע תירוץ, דער יום הדין איז פין ראש השנה ביז נאך יום כפור.
דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:32 am#43052
על המחיה
עס איז מיר שוין לאנג שווער געווען דאס וואס מען זאגט ביי די סליחות 'מי שענה לאברהם אבינו בהר המוריה הוא יעננו'

ווי טרעפט מען און די תורה אז אברהם אבינו האט מתפלל געווען בהר המוריה אין אז זיינע תפלות זענען דארט נתקבל געווארען?

ער איז געהאלפן געווארן מיט א קינד....
אפילו ער האט נישט געבעהטען
דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:45 am#43062
ביים הר המוריה איז ער געהאלפען געווארען מיט א קינד?

מהיכי תיתי לן?
דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 11:48 am#43064
יצחק איז געבליבן לעבן
דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 12:00 pm#43069
נאך א פשט
נייע שאלה.
פארוואס איז ראש השנה פאר יוה"כ? לכאורה וואלט מען געדארפט קודם האבן א יום תשובה און מחילה און דערנאך א יום הדין.

ראש השנה איז תשובה מיראה און יום כיפור איז תשובה מאהבה.
דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 12:01 pm#43070
שמואל הלוי
נאך א פשט
נייע שאלה.
פארוואס איז ראש השנה פאר יוה"כ? לכאורה וואלט מען געדארפט קודם האבן א יום תשובה און מחילה און דערנאך א יום הדין.

ראש השנה איז תשובה מיראה און יום כיפור איז תשובה מאהבה.

ניין, סוכות אין מאהבה
לכך ראשון לחשבון עונות, כי אז קראצט מען אפיר חטאים ישנים כדי שיתהפכו לזכיות
דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 2:52 pm#43141
קאווע טרינקער
יצחק איז געבליבן לעבן


זאגסט נישט שלעכט

אט דאס האב איך געטראפען און של"ה הק' פר' וירא

אמנם כי דייקת שפיר תמצא בפסוק ובדברי רבותינו ז"ל שהיו אב ובנו מצדדים ליפטר ממיתה זו, אם בפסוק כתיב 'ויאמר אברהם אלהים יראה לו השה', וזו היה תפלה ממנו שימציא השם יתברך שה במקומו, וסיים אחר כך ואם לא ימציא לו השם יתברך שה אזי 'לעלה בני', מכל מקום התפלל הוא שיעשה לו השם יתברך נס, ושעל זה אנו אומרים 'מי שענה לאברהם אבינו בהר המוריה הוא יעננו', כי הוא נענה על תפלתו.
דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 2:54 pm#43144
שכוח
כ'האב אלץ געוואוסט אז כ'האב א הויכע נשמה.
דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 3:19 pm#43155
נאך א קשיא

וויאזוי קען א פרוי זאגען ביים בענטשען ברכת המזון די ווערטער 'ועל בריתך שחתמת בבשרינו'?
דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 3:25 pm#43159
תוספות
אפאר בלאט צוריק רעד וועגן דעם.
אויך די ראשונים אין הלכות ברכת המזון
ס'מיינט צו זאגן, אז בזכות דעם האבן די זכרים באקומען ארץ ישראל
דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 3:29 pm#43161
נשים ווערן פארעכנט אלס נולד מהול, אזוי שטייט פון פריערדיגע, כ'בין אויך געווען סורפרייזד ווען איך האב עס געזעהן די ערשטע מאל, אבער איך דענק קלאר אז ס'ווערט אזוי געברענגט
דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 3:55 pm#43173
אדער קען זיין אז נשים מל'ט מען אויף די אויערן (לעכער פאר די אויעררינגלעך 😉 )
דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:02 pm#43181
ייש"כ למשיבים

איך האב מיך נישט געפוילט און גע'עפענט א שולחן ערוך הל' ברהמ"ז (או"ח סי' קפ"ז ס"ג) שטייט דארט און רמ"א ונשים ועבדים לא יאמרו ברית ותורה דנשים לאו בני ברית נינהו ועבדים לאו בני תורה נינהו

אין און מגן אברהם אויף'ן פלאץ שטייט אז פרויען זאלען יא זאגען ווייל כמאן דמהילו דמי ('גאלד' הנה המקור) עיי"ש ובנו"כ
דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 4:06 pm#43188
שמואל הלוי
אדער קען זיין אז נשים מל'ט מען אויף די אויערן (לעכער פאר די אויעררינגלעך 😉 )


מען פארציילט אויף הרה"ח ר' מעשיל געלבשטיין ז"ל פון די חשובע קאצקע חסידים און ירושלים, אז ער איז אמאהל אריינגעקומען אין בית המדרש און געזאגט מיט א שמייכל אז היינט זאל מען נישט זאגען קיין תחנון

ווייל עס איז דאך באוויסט פון צדיקים אז די הו"א פון די גמרא איז אויך אמת, און די גמרא זאגט דאך ומנין למילה שהוא באותו מקום ודילמא באזניה? און היינט האב איך געכאפט א שניט און די אויער מילא בין איך א בעל ברית לפי די הו"א פון די גמרא...