נישט קיין קראך, אבער פארט א שרעקעדיגע געשיכטע, וואס האט זיך נעכטן אפגעשפילט אויף א פליגער פון "קאטאר".
ווי שוין
באשריבן דא, האט קאטאר זוכה געווען זיך איינצוהאנדלען די ערשטע נייע עירבאס A350 פליגער. דאס איז די נייעסטע פליגער דערווייל אויפן מארקעט, וואס איז כמובן גאר סאפיסטיקירט און פארגעשריטן. היינט-צו-טאגס פארמאגן זיי שוין 7 פון די נייע פליגערס, מיט נאך 70 (!) אויף ארדער.
דער פליגער איז נאך קיינמאל נישט געפלויגן פון אמעריקע, און נעכטן איז געווען דאס ערשטע מאל וואס קאטאר האט מיט שטאלץ אראנזשירט א 10 שעה'יגע רייזע פון ניו יארק, קענעדי עירפארט צו "דאהע", קאטאר. לכבוד דעם ערשטן פלייט, האבן זיך מיטגעכאפט דזשורנאליסטן מיטצוהאלטן דעם גרויסן מאמענט. אבער צו זייער מזל האט זיך ארויסגעשטעלט א געזונטן פלאפ. ממש פארן זיך אויפהייבן, נאך ארום 18 סעקונדעס פון פליען אויפן ראנוועי אויפן העכסטן ספיד, איז דער עראפלאן פלוצלינג געקומען צו א האסטיגן אפשטעל, און געמאכט א מעכטיגן שארט-סטאפ און געקריצט מיט הילכיגע קולות אויפן אספאלט, אזש די קישעלעך און בלענקעטס וועלכע זענען געווען שיין מסודר אויף די זיצן זענען אראפגעפלויגן אויף דער ערד פון דעם מאכטפולן פרעשור פונעם סטאפ. נאר צו טראכטן וויאזוי אזא מאסיווער ריזיגער פליגער איז געקומען צו א אפשטעל פון איבער 100 מפ"ש אין בלויז 15 סעקונדעס, איז גענוג צו געבן א השגה ווי האסטיג און פאוערפול דער אפשטעל איז געווען. נאך א מזל אז די פאסאזשירן זענען געווען איינגעבינדן אין די זיץ-פאסיקעס, אך און וויי חלילה אויב זיי וואלטן געווען אויפגעבונדן... (גראדע איז דער פליגער געווען כמעט ליידיג, מיט קוים 40 פאסאזשירן).
ווי דער סדר פון רוב נייע עראפלאנען, קען מען מיטהאלטן דעם ארויפפליען (און לאנדונג) פראצעדור פון די סקרינען אין פארנט פון יעדן פאסאזשיר. אזוי איז אויסגעקומען אז די צום-טויט דערשראקענע פאסאזשירן האבן אלעס געקענט מיטהאלטן "לייוו" פון זייערע סקרינ'ס, וואס דאס האט נאר מוסיף געווען צו זייער פחד. עטליכע פאסאזשירן זענען געווארן אזוי טראומאטיזירט אז זיי האבן נאר געוואלט אראפגיין פון פליגער און נישט פארזעצן מיטן פליען, ציטערנדיג פאר זייער לעבן אז עפעס איז נישט בסדר מיטן פליגער, אבער מען האט קיינעם נישט אראפגעלאזט, נאר באפוילן יעדן צו בלייבן זיצן, און פארלעשן די קעמערעס.... די פלייט אטענדענטס זענען ארומגעגאנגען יעדן בארואיגן אז אלעס איז אקעי, נישטא וואס צו זיין באזארגט.
עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט וואס עס האט פאסירט. דער קאמפיוטער פונעם עראפלאן האט באשלאסן אינמיטן זיך יאגן אז דער 11,000 פוסיגער ראנוועי איז נישט גענוג לאנג צו מאכן א זיכערע טעיק-אף, און האט באשלאסן על דעת עצמו זאפארט אפצושטעלן דעם פליגער, און אומר ועושה...
קאטאר האט נישט געוואלט קאמענטירן, אבער האבן באשולדיגט די קאנטראלער'ס פון JFK וועלכע טוען דירעקטירן די פליגער צו די ראנוועיס, אז זיי האבן זיך פאררעכנט מיט זייערע חשבונות.
נאך א צוויי שעה האט זיך דער פליגער ווידער סוסקסעספול געהויבן – דאס מאל פון א צווייטע, לענגערע ראנוועי –אויף איר רייזע קיין קאטאר.
<a class="postlink" href="http://www.dailymail.co.uk/travel/travel_news/article-3358102/Qatar-Airways-aborts-takeoff-Airbus-A350-flight-US.html">http://www.dailymail.co.uk/travel/trave ... ht-US.html</a>
.
📎 05.jpg 📎 04.jpg 📎 03.jpg 📎 02.jpg 📎 01.jpg