דינסטאג אפריל 30, 2013 7:46 pm#110417
עראפלאן קראכן אין די נייעס
ס'ווערטה א באזונדער אשכול פאר עראפלאן קראכערייען טראגעדיעס איבער די וועלט מיט מערערע פאטאליטעטן. היינט האט א באואינג קארגא עראפלאן געקראכט ממש מינוטן נאכ'ן זיך הייבן פון באגראם לופט פעלד אין אפגאניסטאן, ס'האט געטראגן אין זיך מיליטערישע טרעקלעך. ס'עפעס נישט נארמאל וויזוי די פליגער גייט אראפ ווי א פאפירענעם חדר פליגער און קראכט אויף אין פלאמען. אלע 7 קראו מעמבערס זענען נעבעך טויט.



