Under maintenance
הויפט זייט » וואס איז פשט אין די טיטלן און תוארים?

וואס איז פשט אין די טיטלן און תוארים?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
106 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3674
זונטאג מאי 05, 2013 2:13 am#111804
וואס איז פשט אין די טיטלן און תוארים?
וואס איז פשט אין די אלע תוארים און טיטלן? איז עס סתם ליצנות?

איך קום אריין אין א שול פון א געוויסע חסידות און אויפן טיש איז געווען פראפאגאנדע מאטיריעל פון יענע חסידות. די מספר טיטלן אויפן ארטיגע רבי, צווישן אנדערע זענען געווען די פאלגענדע.
פה קדוש
איתן אדונינו
כבוד
קדושת
אדונינו
מורינו
ורבינו
עטרת ראשינו.

אין איינער פון די ארטיקלן ווערט די רבי און זיין הייליגע עבודה מתואר אלץ מלאך הנצב וכו' שר השם צבאות און נאך.

איך שטיי און איך ווינדער זיך. דער וואס האט דאס געשריבן איז פשוט א שוטה און מיינט עס נעבעך ערענסט? אדער איז ער א פשוט'ע פראפעגאנדיסט און פרובירט חוזק צו מאכן פונעם עולם? אדער פשוט א שלימזל וואס כאפט נישט ווי קאמיש דאס זעהט אויס.


(דרך אגב, איתן אדונינו? וואס פאר א טיטל איז דאס? וואס דארף צו זיין די טייטש פון דעם? דאס איז פלעינע אמעראציס) ה


די אמת איז אז די מחלה רירט אן כמעט יעדע חסידות. ווען איך זעה די הגה"ק טיטל אויף סיי וועלכער רבי דרייט עס מיר די מאגן. מילא הגאון, קען מען זיך איינרעדן אז מען איז א מבין צו וויסן וועם עס קומט זיך דעם תואר. אבער ווער איז די מבין צו וויסן ווער עס איז א קדוש? און נאך מער קאמיש איז די פאקט אז א יליד אשה קען ווערן א קדוש איבערנאכט נאכן פטירה פונעם טאטע.

סיני ועוקר הרים, איר זעהט? בימי התנאים האבן די דעמאלטסדיגע ריזן זיך נאר געקענט פארדינען איין טיטל, אדער סיני אדער עוקר הרים. אבער היינט איז יעדע פימפענאטער מיט שיפע טאשן וואס גייט האלטן א דרשה סיי סיני און סיי עוקר הרים. די תנאים קענען זיך שעמען פאר אונזערע היינטיגע גדולים.

רשכבה"ג, דאנט געט מי סטארטעד, ווער האט אויפגענומען דעם צדיק צו גיוועלטיגן איבער גאנץ כלל ישראל? איז געווען וואלן דערויף?

אמאליגע צייטן זענען טיטלן געווען געוואויגן און געמאסטן. נאר א קדוש האט באקומען דער טיטל קדוש. נאר א גאון האט באקומען דער טיטל גאון. אבער היינט איז עס סתם א ליצנות.

ומדאתינא להכא, וואס איז פשט אז ווען חסידים גיבן ארויס א קונטרס פון זייער רביס תורה שרייבן זיי נאר כ"ק אדמו"ר שליט"א, כאילו עס איז נאר דא איין רבי אויפן וועלט? וואס פארגונען זיי נישט פרעמדע אידן צו וויסן ווער איז די בעל מחבר פון די פערל ווערטער? איז עס א פחיתת הכבוד צו שרייבן אדמו"ר רבי גרונם זרח משמעקלשטיין שליט"א?
זונטאג מאי 05, 2013 2:18 am#111808
הוגה האט געשריבן: ווען איך זעה די הגה"ק טיטל אויף סיי וועלכער רבי דרייט עס מיר די מאגן.

:like
אזוי גוט. איך האב אמאל אין צימעס דאס ארויסגעברענגט אלץ א שבח אויף די מהרז"ל סעקט פון סאטמאר וואס האט זיך נישט ארויפגעכאפט אויפ'ן הגה"ק וואגן.

אבער מ'מוז אפטיילן אביסעלע, למשל אויף טאהשע רבי שטייט עס גוט, דער מאגן דרייט מיר נישט דארט.
זונטאג מאי 05, 2013 2:19 am#111809
וועלקאם טו דעם עולם השקר!
זונטאג מאי 05, 2013 2:24 am#111814
הוגה האט געשריבן:
אמאליגע צייטן זענען טיטלן געווען געוואויגן און געמאסטן.

ווען?
זונטאג מאי 05, 2013 2:35 am#111820
בימי התנאים, אמוראים גאונים, ראשונים. איך ווינדער מיך טאקע ווען די טיטלען מחלה האט זיך אנגעהויבן. איין זאך איז זיכער, עס ווערט נאר ערגער און ערגער.

אגב, בימי חרפי בין איך געווען באזוכן ביי אן עלטערע איד, האב איך געזעהן ביי אים אן אלטע ספר "ארזי לבנון". די מחבר האט דארט גאנצע בלעטער אויף צו ווייזן אז די טיטלען וואס מיר געפונען אין די אמאליגע תשובות, כגון מהשואל ומשיב, דברי חיים, בית יצחק וכדומה, אז יעדע טיטל שטימט און איז אמת. דאכצעך אז ער טוט די זעלבע מיט די טיטלען וואס די חיד"א טיילט אין די שם הגדולים. און ער רייסט שטארק ארונטער די שם הגדולים החדש פארן פארטיילן אומזוסטע טיטלען. (ראיתיו לפני הרבה שנים, ואולי אני טועה בהפרטים, והוא רחום יכפר)
זונטאג מאי 05, 2013 5:24 am#111848
פאר 100 יאר צוריק איז טיטלען געוועהן א נושא מ'האט אכטונג געגעבען וואס מ'שרייבט און אויף וועם, היינט איז א נארמאלע זאך אז דער גבאי הביהמ"ד איז מחליט צו דער אינגערמאן דער מג"ש איז הרה"ג און צו דער בנש"ק קומט זיך שוין הרה"צ און פארוועם הרב און פארוועם ר', און די זעלבע איז אויף שליט"א אדער השם ישמרנו והצלינו (הי"ו) צו גאר נאר נ"י, ס'איז בכלל שוין נישט קיין נושא היינט, און קיינער קימערט זיך גאנץ ווייניג מיט טיטלען. (פרשטייט זיך ביז די שרייבסט נישט אויף איהם "הרב").
זונטאג מאי 05, 2013 9:19 am#111864
מענין לענין באותו ענין: אויפן טיטל "הקדוש" אדער "הרה"ק", האבן מיר געוואוסט אז פשט דערפון איז על פי דער פסוק (דברים מ"ג) לא תהיה קדשה מבנות ישראל, והבן.
זונטאג מאי 05, 2013 9:37 am#111866
זר זהב האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן: ווען איך זעה די הגה"ק טיטל אויף סיי וועלכער רבי דרייט עס מיר די מאגן.

:like
אזוי גוט. איך האב אמאל אין צימעס דאס ארויסגעברענגט אלץ א שבח אויף די מהרז"ל סעקט פון סאטמאר וואס האט זיך נישט ארויפגעכאפט אויפ'ן הגה"ק וואגן.

אבער מ'מוז אפטיילן אביסעלע, למשל אויף טאהשע רבי שטייט עס גוט, דער מאגן דרייט מיר נישט דארט.

פארוואס עפעס אויף טאהשער רבי (כבודו במקומו מונח) למשל שטייט די טיטל בעסער ווי אויף פאפא רבי שליט"א?
דאס האט פשוט מיט חיצוניות, ווייל דיין גשמיות'דיגע בליק האט אזוי באשלאסן, דו ווייסט עפעס ווער ס'איז מער קדוש?

זאת ועוד יותר, ווען טאהש זאל האבן א קאמפאטישן און דו זאלסט באלאנגן צו יענע חסידות וואלסטו שוין אנדערש גערעדט, פארוואס? ווייל דו וואלסט שוין געהאט א גאנצע טוץ מיט עבירות אויף אים

אין אנדערע ווערטער, ווען יענעם'ס חיצוניות'דיגע עבודה באנעמט דיך, בנוסף אז ער שטייט דיך נישט אין וועג מיינט נאך נישט ער איז א קדוש

און ווען יענעם'ס חיצוניות'דיגע התנהגות איז נישט איינשטימיג מיט דיין מאד, בנוסף אז ער איז דער ראש פון דיין צד שכנגד מיינט נאך נישט אז דער מאגן דארף זיך דיר דרייען ווען מען שרייבט אויף אים הקדוש

אלא מאי, מען ווייסט נישט סיי ווי ווער ס'איז דער קדוש און ווער נישט, און יעדער איז אין טייטל צו שרייבן אויף זיין רבין - וואס איז מנהיג פון א עדה קדושה - הקדוש, ווייל אויב איז די עדה קדושה, איז דאך דער רבי זיכער קדוש, נישט אזוי?
זונטאג מאי 05, 2013 9:51 am#111869
דער וואס לערנט גמרא, ווייסט אז סנישט אזוי מאדנע.
מיר ווייסן אז גדול מרב רבי, גדול מרבי רבן, גדול מרבן שמו, ווי פריער אין די היסטאריע, האט מען גערופן מיט קלענערע טיטלן,
ווי משה רבינו און אפילו ווייטער דוד המלך, און אפילו די תנאים, הלל ושמאי, רב שמואל.
שפעטער האט אנגעהויבן די רבן גמליאל וכו', שפעטער איז עס אריבער צו רבי, וכו'.

מזעהט קלאר אז אים יעדע דור האט מען געניצט מער טיטלן ווי דעם דור בעפאר, די סיבה דערצו ווייס איך נישט.
היינט איז דאס זיכער מער ווייניגער ריינע פראפעגאנדע.
צומאל אבער, קען ליגן אין דעם אמת..... מיר ווייסן אין טאג איז דא 24 שעה, און אזוי איז אלעמאל געווען.
די אידן וואס זענען געווען קדושים, זענען געווען דבוק אין רבוש"ע, א גאנצע מעת לעת יעדן טאג.
סמאכט זיך אויך היינט, אידן, וואס זענען דבוק אין רבוש"ע 24 שעה אין טאג, זיי האבן אינזין ריין די רבוש"ע, קען מען זיי נישט רופן קדוש? הלמאי?
אפשר זענען זיי נישט משיג וואס די קדושים אמאל האבן געקענט משיג זיין, זיי קומען אפשר נישט צו, צום שפיץ פינגער פון די מדריגות, אבער קדוש? בדורנו אלה איז נאה להם דעם טיטל. (אוודאי, סווענט זיך אויף וועהם).

אזוי צו אזוי, סדארף דיר נישט דרייען די מאגן..... ענדערש זאל דיר דרייען די מאגן, ווען די זעהסט עמיצער פארפאסן סו"ז קרי"ש וכו'....
זונטאג מאי 05, 2013 10:35 am#111892
Atgan האט געשריבן:צומאל אבער, קען ליגן אין דעם אמת..... מיר ווייסן אין טאג איז דא 24 שעה, און אזוי איז אלעמאל געווען.
די אידן וואס זענען געווען קדושים, זענען געווען דבוק אין רבוש"ע, א גאנצע מעת לעת יעדן טאג.
סמאכט זיך אויך היינט, אידן, וואס זענען דבוק אין רבוש"ע 24 שעה אין טאג, זיי האבן אינזין ריין די רבוש"ע, קען מען זיי נישט רופן קדוש? הלמאי?
אפשר זענען זיי נישט משיג וואס די קדושים אמאל האבן געקענט משיג זיין, זיי קומען אפשר נישט צו, צום שפיץ פינגער פון די מדריגות, אבער קדוש? בדורנו אלה איז נאה להם דעם טיטל. (אוודאי, סווענט זיך אויף וועהם).

אזוי צו אזוי, סדארף דיר נישט דרייען די מאגן..... ענדערש זאל דיר דרייען די מאגן, ווען די זעהסט עמיצער פארפאסן סו"ז קרי"ש וכו'....


קדוש מיינט איינער וואס איז אפגעהיטן בקדושה, עינים, פה, לב און משגל. וועלכער פראפעגאנדע מיניסטער קען זאגן אז זיי קענען מעיד זיין אויף זייער רבי בענינים אלו?

נ.ב. שכח פאר די דברי מוסר ביים סוף, איטס רילי אפרישיעיטיד.
זונטאג מאי 05, 2013 10:43 am#111894
מענין לענין, אז מען רעדט פון רביס זאל מען שוין אויך רעדן פון בני רביס. פון ווען דער טראטשאק האט חתונה ווערט ער אטאמאטיש הרב הצדיק. דאס ליצנות איז מוראדיג. זיינע חברים פון ישיבה געדענקן גוט זיינע צידקות שטיקלך פון די ימי הבחרות, אבער ווייל ער האט זוכה געווען צו א גרויסע רבישע חתונה, מיט בילדער אין כל העולם החרדי, איי געס הרב הצדיק איז קומט אלץ א באונעס אין די פעקעדזש דיעל. פארשטייט זיך אז ווי נאר ער מאכט בר מצוה זיין בכור ווערט ער אטאמאטיש אפגרעידעד צו הרב הגאון, און זיין נעקסטע סטעפ איז הגה"צ. איך פארגין זיי אלע מיטן גאנצן הארץ. יאריכו ימים אויף זייער כסא מחילה הם ובניהם ובנותיהם....
זונטאג מאי 05, 2013 10:51 am#111895
הוגה, נאטינג פערסאנעל,
סאיז געשריבן מיט די זעלבע סארקאזם, ווי די האסט באשריבן דיין מאגן ווייטאג
זונטאג מאי 05, 2013 10:52 am#111897
שוין געזעהן אזאנס?!
זונטאג מאי 05, 2013 11:04 am#111902
רבינו הקדוש - של הכניס ידו למטה מטיבורו. בנש"ק - דלא ידע צורתא דזוזא.
זונטאג מאי 05, 2013 11:46 am#111933
הוגה, זה היה אצל המענדעליסטן?

און ווי קען מען פארגעסן פון ק"ק מישקלאץ ווי דער רבי מיט די קינדער שרייבן אליין די באריכטען, איי איז דאס זיס.
זונטאג מאי 05, 2013 11:54 am#111937
נעם די נישט בנש"ק טיטל אזוי פערסענאל, ווייל דאס איז ווייט קיין טיטל נישט. שטייט אין גמרא "הנח להם לישראל אם לא נביאים הם בני נביאים הם", דאס הייסט אז ווען ס'נישט דא קיין זכות עצמם מוז מען צוקומען צו זכות אבות, מ'נוצט נאר די בני נביאים טיטל ווען ס'איז דא א העדר פון נבואה ביי זיי אליינס, יעצט זאג איבער די בנן של קדושים טיטל און טייטש עס וויזוי דו ווילסט.
זונטאג מאי 05, 2013 12:11 pm#111941
רב הוגה איך פיל זייער סארי פאר דיר אז דיין מאגן דרייט זיך ווען די ליינסט די אלע טיטלען, פאר סאם ריזען גייט מיר עס נישט אן, עס איז סתם געפלאפט ווערטער סמיינט באמת גארנישט, ניטאמאל לאך איך דערפון
זונטאג מאי 05, 2013 12:18 pm#111949
איבער דעם נושא האב איך שוין דא, דא און דא געשריבן ומשם ילמדנו כאב דערווייל גארנישט צו מוסיף זיין
זונטאג מאי 05, 2013 12:57 pm#111963
אטגאן, נישט גענומען פערזענליך.
:)

גוט ארויס געברענגט די נקודה.

קינות, די מאגן דרייעניש איז א גוזמא לשבר את האוזן, געלעכטער איז טאקע מער אקוראט. איך האב בעיקר אויפגעמאכט דער אשכל צו מהנה זיין די עולם, און צו לאזן אנדערע רעפארטען אנדערע פעלער וואס האבן זיי געמאכט לאכן.

איך אויך האט געשריבן:הוגה, זה היה אצל המענדעליסטן?


דאס טרעפט זיך אויף א געוויסע דרגה ביי יעדע חסידות, זיי זענען פשוט עהעד אוו די געים.

גאלד האט געשריבן:איבער דעם נושא האב איך שוין דא, דא און דא געשריבן ומשם ילמדנו כאב דערווייל גארנישט צו מוסיף זיין



האסט אפשר א גוטע תירוץ, זאלן זיי אבער כאטש וויסן (אויב זיי ווייסן עס נישט אליין) אז די וועלט לאכט דערפון.

דרך אגב, איך האב יעצט גערופן א חבר וואס איז א שרייבער פאר די אויבן דערמאנטע רבי און איך האב אים געפרעגט וואס איז פשט אין "איתן אדונינו", וואס דארף עס מיינען? זאגט ער אז ס'איז סתם א שיינע מליצה. נו אז איתן אדונינו איז א מליצה, קען דאך הקדוש, מלאך הניצב, שר ה' צבאות און הצדיק אויך זיין סתם א שיינע מליצה.
זונטאג מאי 05, 2013 1:07 pm#111966
פאר א טויש. אין איד האביך געזען א פרישן טיטעל: "דער גולאש-פרעסער (יאיר) לפיד"

כ'מיין אז מ'קען דאס שרייבן אויף רבנים אויך, איינער איז א קוגעל-פרעסער, דער אנדערע א פצעי פרעסער.
זונטאג מאי 05, 2013 1:16 pm#111969
אינטרעסאנט.
זונטאג מאי 05, 2013 1:28 pm#111976
אויב רופט מען מהר"א איתן אדונינו קען אפשר זיין סאט זיך אנגעהבוין ביי די יסוד איתן צאמקומענישן
זונטאג מאי 05, 2013 1:30 pm#111978
ווי האט יענער געזאגט

המאור הגדול איז א גרויסע ספאט לייט, אספקלריא המאירה, דאס איז שוין די ריזיגע סטריט לייטס וואס מען צינדט אן ביי ספעציעלע מאורעות
זונטאג מאי 05, 2013 2:07 pm#112000
איך בין זייער באאיינדרוקט פון די אלע געריבענע לצים דא וואס האבן שטענדיג גרייט ציפעדיגע טיפזיניגע וויצן אויפן חשבון פון חסידים נאמנים פון געוויסע מנהיגים אדער אדמורים, מ'קען זעהן מיט זייער הויכער אינטעלעגענץ ווי זיי דערשמעקן די שווינדל וואס די רעפונירטע רבי'ס פורבירן צו פארכאפן די המון, יא יא די משוגעים פארנאטישע קעלבער קען מען פארנארן, אבער נישט זיי, נאו נאו! זיי קען מען נישט אזוי אויספאפן, זיי האבן א גאר טיפער שמעק,
זונטאג מאי 05, 2013 2:10 pm#112002
עס קען זיין אז נישט יעדער איינער פארשטייט וואס גאלד וויל דא...

ער וויל פשוט מודיע זיין אז מען רעדט פון די טיטלן אויף זיין רבי.
זונטאג מאי 05, 2013 2:18 pm#112010
זר זהב האט געשריבן:פאר א טויש. אין איד האביך געזען א פרישן טיטעל: "דער גולאש-פרעסער (יאיר) לפיד"

כ'מיין אז מ'קען דאס שרייבן אויף רבנים אויך, איינער איז א קוגעל-פרעסער, דער אנדערע א פצעי פרעסער.


דאס דערמאנט מיר ווען איך בין אסאך יארן צוריק געווען אין ירושלים אין תולדות אהרן און איך האב געהערט ווי מען רופט די היינטיגע הייליגער תולדות אברהם יצחק רבי - דאן די רבי'ס זון, "שמואל יענקל דער קוגל פרעסער" (געזאגט מיט די זאפטיגע ירושלים'ער הברה). וברוך שכוונת. :)
זונטאג מאי 05, 2013 2:21 pm#112014
atmybest האט געשריבן:עס קען זיין אז נישט יעדער איינער פארשטייט וואס גאלד וויל דא...

ער וויל פשוט מודיע זיין אז מען רעדט פון די טיטלן אויף זיין רבי.


וואס איך וויל איז אזוי,
קען אמאל זיין א מענטש, קיין תורה קיין סחורה, א לא יצלח, גוד פאר נאטינג, פירט זיך אויף ווי א הונט צו די ווייב און קינדער, אבער ווי נאר ס'קומט צו רעדן פון רבי'ס ווערט ער מיר פלוצלינג א איינשטיין ער פארשטייט מיר א עסק, שיסט געריבענע דשאוקס אויף די גרעסטע רבי'ס און מיט דעם פרובירט צו הייבן זיין צישאסענע מאראל און אויך זיין סטענדינג בעיני הבריות,
זונטאג מאי 05, 2013 2:26 pm#112023
איך האב געטראכט אז פון דארט נעמט זיך די מליצה און פארדעם זאג איך אז עס א גרויסע עם הארצ'יס. לאמיר זעהן וואס די אפטייטש דארט איז:

עוד - אין צוגאב
יזכר - זאל געדענקט ווערן
לנו - פאר אונזערט וועגן
אהבת איתן - דאס ליבשאפט פון אברהם אבינו הנקרא איתן
אדונינו - אונזער הער (פירוש, מען בעט די באשעפער זאל געדענקן די אהבת איתן.)


יעצט, ווען מען רופט די הייליגע רבי "איתן אדונינו" מיינט מען צו ערווענען אז די רבי איז אברהם אבינו? די באשעפער? אדער ביידע גאר? :?

atmybest האט געשריבן:עס קען זיין אז נישט יעדער איינער פארשטייט וואס גאלד וויל דא...

ער וויל פשוט מודיע זיין אז מען רעדט פון די טיטלן אויף זיין רבי.



ווי שוין פריער ערווענט גייט די זעלבע פאר ביי כמעט יעדע חסידות אויף א געוויסע פארנעם. דרך אגב, איך האב גארנישט אקעגן דער געוויסע רבי, ער הייסט צו זיין א אפגעהיטענע איד, א געוואלדיגע מנהיג, און א מתמיד. דאס מיינט אבער נאך אלץ נישט אז אזא איבערפליסונג פון תוארים הייסט חוזק געמאכט פון אונזערע אינטעלעקטואליזם.

אויב איך וואלט ווען געווען א קדוש וואלט איך מיך געשעמט אנגערופן צו ווערן ביי דער טיטל וואס איז שוין אזוי שטארק אביוזד.
זונטאג מאי 05, 2013 2:31 pm#112027
atmybest האט געשריבן:עס קען זיין אז נישט יעדער איינער פארשטייט וואס גאלד וויל דא...

ער וויל פשוט מודיע זיין אז מען רעדט פון די טיטלן אויף זיין רבי.



פערצופאל, מיין רבי קומט זיכער נישט אריין דא, ווייל ב"ה מיין רבי האט יא יחוס עצמו (בנוסף צו יחוס אבות) וואס לו נאה ולא יאה תוארים נכבדים וגבוהים,
זונטאג מאי 05, 2013 3:49 pm#112063
מענין לענין וועל איך דא צולייגן א מעשה ששמעתי לפני הרבה שנים וואס ער וועט קענען באשטעטיטגן (אפילו אויב עס איז נישט אמת איז ראויים הדברים להיאמר בשמו).

איך האב געהערט אז אדמו"ר רנ"צ מבאבוב זצ"ל איז אמאל אריינגעקומען אין בית המדרש אין די תקופה ווען ער איז אפגרעיטיד געווארן צו "הגה"צ". האט ער זיך אנגערופן צו איינער פון זיינע מקורבים, "ביז היינט ווען איך האב געזעהן שטיין אויף מיך "הצדיק" האב איך געוואוסט אז א צדיק בין איך זיכער נישט, אפשר א גאון יא. ווען איך האב געזעהן שטיין אויף מיך "הגאון" האב איך געוואוסט אז א גאון בין איך זיכער נישט אפשר א צדיק יא. יעצט אז מען שרייבט "הגאון הצדיק" לא היניחו לי מקום..." ודפח"ח.
זונטאג מאי 05, 2013 4:19 pm#112078
אינפלאציע מיינט אז ווען מדרוקט אן איבער פלוס פון געלט ווערט דאס ווייניגער ווערט און דאס שאפט א ריאקציע צו דרוקען נאך און נאך און נאך מיר האלטן שוין ביי זימבאוויע ווי א רעפטל ברויט קאסט 300k
איך מיין דא קומט אריין די מעשה וואס עימיצער האט געפרעגט פארוואס גייט יעדער מיט א האנטוך אויף זיך אין מקוה האט מען אים געענפערט כדי שלא לבייש את מי שאין לו ודו״ק.
זונטאג מאי 05, 2013 4:33 pm#112081
הוגה האט געשריבן:מענין לענין וועל איך דא צולייגן א מעשה ששמעתי לפני הרבה שנים וואס ער וועט קענען באשטעטיטגן (אפילו אויב עס איז נישט אמת איז ראויים הדברים להיאמר בשמו).

איך האב געהערט אז אדמו"ר רנ"צ מבאבוב זצ"ל איז אמאל אריינגעקומען אין בית המדרש אין די תקופה ווען ער איז אפגרעיטיד געווארן צו "הגה"צ". האט ער זיך אנגערופן צו איינער פון זיינע מקורבים, "ביז היינט ווען איך האב געזעהן שטיין אויף מיך "הצדיק" האב איך געוואוסט אז א צדיק בין איך זיכער נישט, אפשר א גאון יא. ווען איך האב געזעהן שטיין אויף מיך "הגאון" האב איך געוואוסט אז א גאון בין איך זיכער נישט אפשר א צדיק יא. יעצט אז מען שרייבט "הגאון הצדיק" לא היניחו לי מקום..." ודפח"ח.



ענוות חן.
זונטאג מאי 05, 2013 4:48 pm#112083
צוויי באזונדערע מעשיות.

באזירט זיך אויף א דינער פון רמבעה"נ, און דער רב ז"ל זאגט בזה"ל: מיין פאר רעדנער האט מיר דא אויפגערופן אלס א גאון און א צדיק, עט'ס מיינטס אוודאי, ער האט סתם אזוי גערעדט אין די וועלט אריין.... ער האט מיר פריער גוט פארהערט בכל מקצועות התורה ער האט זיך איבערגעצייגט אין מיין גאונות, האט ער זיך ערלויבט מיך אזוי אויפצורופן....
מאנטאג מאי 06, 2013 12:43 am#112199
דא איז די קליפ
מאנטאג מאי 06, 2013 8:52 pm#112418
שרייבער האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן: ווען איך זעה די הגה"ק טיטל אויף סיי וועלכער רבי דרייט עס מיר די מאגן.

:like
אזוי גוט. איך האב אמאל אין צימעס דאס ארויסגעברענגט אלץ א שבח אויף די מהרז"ל סעקט פון סאטמאר וואס האט זיך נישט ארויפגעכאפט אויפ'ן הגה"ק וואגן.

אבער מ'מוז אפטיילן אביסעלע, למשל אויף טאהשע רבי שטייט עס גוט, דער מאגן דרייט מיר נישט דארט.

פארוואס עפעס אויף טאהשער רבי (כבודו במקומו מונח) למשל שטייט די טיטל בעסער ווי אויף פאפא רבי שליט"א?
דאס האט פשוט מיט חיצוניות, ווייל דיין גשמיות'דיגע בליק האט אזוי באשלאסן, דו ווייסט עפעס ווער ס'איז מער קדוש?

זאת ועוד יותר, ווען טאהש זאל האבן א קאמפאטישן און דו זאלסט באלאנגן צו יענע חסידות וואלסטו שוין אנדערש גערעדט, פארוואס? ווייל דו וואלסט שוין געהאט א גאנצע טוץ מיט עבירות אויף אים

אין אנדערע ווערטער, ווען יענעם'ס חיצוניות'דיגע עבודה באנעמט דיך, בנוסף אז ער שטייט דיך נישט אין וועג מיינט נאך נישט ער איז א קדוש

און ווען יענעם'ס חיצוניות'דיגע התנהגות איז נישט איינשטימיג מיט דיין מאד, בנוסף אז ער איז דער ראש פון דיין צד שכנגד מיינט נאך נישט אז דער מאגן דארף זיך דיר דרייען ווען מען שרייבט אויף אים הקדוש

אלא מאי, מען ווייסט נישט סיי ווי ווער ס'איז דער קדוש און ווער נישט, און יעדער איז אין טייטל צו שרייבן אויף זיין רבין - וואס איז מנהיג פון א עדה קדושה - הקדוש, ווייל אויב איז די עדה קדושה, איז דאך דער רבי זיכער קדוש, נישט אזוי?


מר. שרייבער איך וויל אויך זאגן א טיטול אויף דיר וואס איז 'כבודו במקומו מונח' און דאס איז א 'גרויליגע שוטה'...
וויאזוי קען א מענטש וואס באנוצט זיך מיט מאמע לשון זיין אזוי קורץ זיכטיג, אזוי פלאך, שמאל, און דין ווי א שפין וועבעכטס??
ביסט אינגאנצען אויפן קאפ געפאלן? חיצוניות? גשמיות? מנהיג? קאמפעטישען? ווערטער וואס איז ווי ארבעס אין א וואנט..
ווער איז הייליגער משה רבינו אדער מונקאטשער רבי? אהההמממ עכט קען מען נישט וויסן ווייל מונקטאשער רבי האט גרויסע פארענטשעס...
ווער איז הייליגער די בעל שם טוב אדער קראלער רבי? אהההמממ עכט קען מען נישט וויסן ווייל קראלער רבי האט גרויסע פארענטשעס...

וואספארא מין געהאקעכטס אין טשייניק איז דאס, יעדער איד וואס האט צוויי אויגן אין קאפ און א באלי א העכרען אקסל, ווייסט ווער עס איז די קדושים פונעם דור..
ווער איז געווען די קדוש אין די צייטן פון בעל שם טוב? אמממ אפשר עפס א איד וואס האט פארמאגט א קרעטשמע און געהיטן תרי"ג מצות, מען קען נישט וויסן..
ווער איז די קדוש היינטיגע צייטן? אפשר פעסטער רבי, מען קען נישט וויסן, אונז ווייסן דען ווער עס איז מער קדוש... אפשר גאר די שפאטיווקער, וואס איז ווייל ער האט נישט
אזוי פיל פרענטשעס...

מען ווייסט נישט ווער עס איז די קדוש? סא ווער איז געווען די קדוש אין די צייטן פון משה רבינו, מען ווייסט דאך נישט...??

יא זיכער ווייסט מען, אין יעדע דור איז פארהאנען צדיקים און קדושים וואס זענען רבן של ישראל און קינד און קייט ווייסן אזוי צו דערציילן.
און די פריערדיגע דור איז עס געווען, הרה"ק מסאטמאר, הרה"ק מפשעווארסק, הרה"ק מריבנוץ, הרה"ק מבעלזא, א.ד.ג.
און די היינטיגע דור איז עס אן קיין צווייפל, הרה"ק מטאהש, הרה"ק מסקולען, הרה"ק מוויזניץ, און אפשר נאך איינס צוויי.
ווער עס האט דאס געזאגט?.. כלל ישראל.

סא אויב באדערט דיר נאך אלס אז פאפע רבי זאל האבן די זעלבע טיטול ווי טאהשער רבי דאן האק לאקשען אין וואנט, אין לייג די מרור אין די טאסטער..

איים סארי אויב איך האב אביסל שארף געשריבן, אבער אלעס האט א שיעור.
מאנטאג מאי 06, 2013 9:00 pm#112420
קעניגרייך האט געשריבן: איים סארי אויב איך האב אביסל שארף געשריבן, אבער אלעס האט א שיעור.



:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
מאנטאג מאי 06, 2013 9:23 pm#112434
נייגעריגער האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין: אויפן טיטל "הקדוש" אדער "הרה"ק", האבן מיר געוואוסט אז פשט דערפון איז על פי דער פסוק (דברים מ"ג) לא תהיה קדשה מבנות ישראל, והבן.

אדער נאך א פשט: ס'איז א גזירה שוה. הגה"ק. אזא גאון ווי א קדוש. (אפשר חסר ויו?(.
דינסטאג מאי 07, 2013 2:51 pm#112746
איינער האט שוין אמאל געזעהן דעם טיטל "דין רפיש מבית אבא"?

דער מקור דערפון איז אין מדרש רבה (ויגש, צג, ו) ווען יהודה האט זיך געקריגט מיט יוסף, האט מנשה געגעבן א שטויס אויף דער ערד און די גאנצע פאלאץ האט זיך געשאקלט, האט יהודה געזאגט "דין רפיש מן בית אבא - דער שטויס קומט פון אונזער משפחה".
דינסטאג מאי 07, 2013 3:29 pm#112753
ברסלבער האט געשריבן:איינער האט שוין אמאל געזעהן דעם טיטל "דין רפיש מבית אבא"?

דער מקור דערפון איז אין מדרש רבה (ויגש, צג, ו) ווען יהודה האט זיך געקריגט מיט יוסף, האט מנשה געגעבן א שטויס אויף דער ערד און די גאנצע פאלאץ האט זיך געשאקלט, האט יהודה געזאגט "דין רפיש מן בית אבא - דער שטויס קומט פון אונזער משפחה".


נישט געוואוסט אז סקומט פון דארט.
אבער ס'נישט קשה, מקען עס נאך אלס ניצן, מ'מיינט דעם כח וכדו'...
דינסטאג מאי 07, 2013 3:36 pm#112755
מענין לענין.
וואס מיר איז געווען א פלא, אז געוויסע חסידות'ן האבן אנגעהויבן רופן דעם שני למלכות מיט טיטל הרה"צ.
ווי אין וויזניץ בימי ר' משה'לי אין די לעצטע יארן האט מען אפיציעל גערופן ר' ישראל, געהעריג: הרה"צ מוויזניץ שליט"א.
מ'האט אפילו טעראריזירט די צייטונגן אז אזוי מוז שטיין אויף איהם.

לכאורה פאסט דעם טיטל פארן רבי'ן אליינס. אזוי איז געווען פארצייטנס אז מקוקט אריין אין די פארצייטישע ספרים זעהט מען עס קלאר, אז אזוי האט צומאל באטיטלט די רבי'ס.
ויהי לפלא.

(אין וויזניץ האבן זיי געהאט א פראבלעם, אז די אינגערע האט דעך דעם טיטל אב"ד וויזניץ, פאסט נישט אז די עלטערע זאל מען דארפן שרייבן מיט'ן נאמען, זענען זיי געוון דעספרעט אויף א נאמען. אבער גנב'ען די טאטע'ס נאמען בחייו? הלמאי?).
דינסטאג מאי 07, 2013 4:02 pm#112766
Atgan האט געשריבן:אבער ס'נישט קשה, מקען עס נאך אלס ניצן, מ'מיינט דעם כח וכדו'...

דערפאר ניצט מען א לישנא דמשתמע לתרי אנפי, אזוי קען יעדער עס פארשטיין ווי אזוי אים שמעקט.
דינסטאג מאי 07, 2013 4:49 pm#112782
ברסלבער האט געשריבן:איינער האט שוין אמאל געזעהן דעם טיטל "דין רפיש מבית אבא"?

דער מקור דערפון איז אין מדרש רבה (ויגש, צג, ו) ווען יהודה האט זיך געקריגט מיט יוסף, האט מנשה געגעבן א שטויס אויף דער ערד און די גאנצע פאלאץ האט זיך געשאקלט, האט יהודה געזאגט "דין רפיש מן בית אבא - דער שטויס קומט פון אונזער משפחה".


רָפִישׁ, נישט רֶפֶשׁ.
מיטוואך מאי 08, 2013 1:44 am#112926
קעניגרייך האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן: ווען איך זעה די הגה"ק טיטל אויף סיי וועלכער רבי דרייט עס מיר די מאגן.

:like
אזוי גוט. איך האב אמאל אין צימעס דאס ארויסגעברענגט אלץ א שבח אויף די מהרז"ל סעקט פון סאטמאר וואס האט זיך נישט ארויפגעכאפט אויפ'ן הגה"ק וואגן.

אבער מ'מוז אפטיילן אביסעלע, למשל אויף טאהשע רבי שטייט עס גוט, דער מאגן דרייט מיר נישט דארט.

פארוואס עפעס אויף טאהשער רבי (כבודו במקומו מונח) למשל שטייט די טיטל בעסער ווי אויף פאפא רבי שליט"א?
דאס האט פשוט מיט חיצוניות, ווייל דיין גשמיות'דיגע בליק האט אזוי באשלאסן, דו ווייסט עפעס ווער ס'איז מער קדוש?

זאת ועוד יותר, ווען טאהש זאל האבן א קאמפאטישן און דו זאלסט באלאנגן צו יענע חסידות וואלסטו שוין אנדערש גערעדט, פארוואס? ווייל דו וואלסט שוין געהאט א גאנצע טוץ מיט עבירות אויף אים

אין אנדערע ווערטער, ווען יענעם'ס חיצוניות'דיגע עבודה באנעמט דיך, בנוסף אז ער שטייט דיך נישט אין וועג מיינט נאך נישט ער איז א קדוש

און ווען יענעם'ס חיצוניות'דיגע התנהגות איז נישט איינשטימיג מיט דיין מאד, בנוסף אז ער איז דער ראש פון דיין צד שכנגד מיינט נאך נישט אז דער מאגן דארף זיך דיר דרייען ווען מען שרייבט אויף אים הקדוש

אלא מאי, מען ווייסט נישט סיי ווי ווער ס'איז דער קדוש און ווער נישט, און יעדער איז אין טייטל צו שרייבן אויף זיין רבין - וואס איז מנהיג פון א עדה קדושה - הקדוש, ווייל אויב איז די עדה קדושה, איז דאך דער רבי זיכער קדוש, נישט אזוי?


מר. שרייבער איך וויל אויך זאגן א טיטול אויף דיר וואס איז 'כבודו במקומו מונח' און דאס איז א 'גרויליגע שוטה'...
וויאזוי קען א מענטש וואס באנוצט זיך מיט מאמע לשון זיין אזוי קורץ זיכטיג, אזוי פלאך, שמאל, און דין ווי א שפין וועבעכטס??
ביסט אינגאנצען אויפן קאפ געפאלן? חיצוניות? גשמיות? מנהיג? קאמפעטישען? ווערטער וואס איז ווי ארבעס אין א וואנט..
ווער איז הייליגער משה רבינו אדער מונקאטשער רבי? אהההמממ עכט קען מען נישט וויסן ווייל מונקטאשער רבי האט גרויסע פארענטשעס...
ווער איז הייליגער די בעל שם טוב אדער קראלער רבי? אהההמממ עכט קען מען נישט וויסן ווייל קראלער רבי האט גרויסע פארענטשעס...

וואספארא מין געהאקעכטס אין טשייניק איז דאס, יעדער איד וואס האט צוויי אויגן אין קאפ און א באלי א העכרען אקסל, ווייסט ווער עס איז די קדושים פונעם דור..
ווער איז געווען די קדוש אין די צייטן פון בעל שם טוב? אמממ אפשר עפס א איד וואס האט פארמאגט א קרעטשמע און געהיטן תרי"ג מצות, מען קען נישט וויסן..
ווער איז די קדוש היינטיגע צייטן? אפשר פעסטער רבי, מען קען נישט וויסן, אונז ווייסן דען ווער עס איז מער קדוש... אפשר גאר די שפאטיווקער, וואס איז ווייל ער האט נישט
אזוי פיל פרענטשעס...

מען ווייסט נישט ווער עס איז די קדוש? סא ווער איז געווען די קדוש אין די צייטן פון משה רבינו, מען ווייסט דאך נישט...??

יא זיכער ווייסט מען, אין יעדע דור איז פארהאנען צדיקים און קדושים וואס זענען רבן של ישראל און קינד און קייט ווייסן אזוי צו דערציילן.
און די פריערדיגע דור איז עס געווען, הרה"ק מסאטמאר, הרה"ק מפשעווארסק, הרה"ק מריבנוץ, הרה"ק מבעלזא, א.ד.ג.
און די היינטיגע דור איז עס אן קיין צווייפל, הרה"ק מטאהש, הרה"ק מסקולען, הרה"ק מוויזניץ, און אפשר נאך איינס צוויי.
ווער עס האט דאס געזאגט?.. כלל ישראל.

סא אויב באדערט דיר נאך אלס אז פאפע רבי זאל האבן די זעלבע טיטול ווי טאהשער רבי דאן האק לאקשען אין וואנט, אין לייג די מרור אין די טאסטער..

איים סארי אויב איך האב אביסל שארף געשריבן, אבער אלעס האט א שיעור.


בארואיג דיך, שאל אביך ויגדך, אפאר אידן האבן דערהויבן טאהש'ע רבי צו ווערן א קדוש, ער איז געווען עניטיים אזא דזשאוק אין טאון ווי דער פאפא רבי. האט ער געהאט אפאר געשליפענע שרייבערס וואס האבן אריינגעשיקט גוטע ארטיקלן אין די צייטונגן (איינגערינגעלט 'דא מאך מצב' ווער ס'געדענקט...). עון נישט געהאט קיין קאמפעטישאן און נאכדערצו פארווארפן ערגעץ אין קאנאדא (וואס איז אונטער סאכדעס..) און קיינעם נישט געשטאנען אין וועג אין וויליאמסבורג. יא דער טאהשע רבי איז א וואוילער איד, אבער צו שרייען אז כלל ישראל האט אים געקרוינט אלס קדוש? איבערגעטריבן! סקולענע רבי מילא האט דאך געהאט די כינוס כלל ישראל...
אגב, וויזניץ האט זיך אנגעהויבן אין דער בלאט און שפעטער אריבער צו דער איד...

סך הכל דו האסט למעשה באשלאסן צו געבן פאר די דריי זקני רבנים דעם 'קדוש' טיטל, ס'דא וואס געבן עס פאר אנדערע אויך, צו נאר פאר אנדערע... דער האדאסער רבי איז נאך אזא קדוש ווי די שווער (און צוגאב א גרויסע ת"ח), רבי מיכעלע נתני' איז נאך אזא קדוש, רבי חיים מערץ איז נאך אזא קדוש (און צוגאב א גרויסע ת"ח). [נאר אויסגערעכענט נאך נעמען וואס אנדערע שווערן זיך]
מיטוואך מאי 08, 2013 1:59 pm#113033
ענטפער צו שעפטל
איך האב שטארק הנאה פון דיינע מאמרים און אנאליזן. דו גייסט אריין לעומקה של הלכה (או. קעי. נישט דווקא הלכה) אן נתפעל ווערן פון די טיטלען און צו נעמען וואס שרייבערס הענגען אן אין דיר. אבער מיט איין סטעיטמענט בין איך שטארק מחולק מיט דיר. דאס אז "טאשער רבי איז געווען פונקט אזא דזשאוק אין טאון ווי פאפא רבי" נאר צוליב אפאר פיפיגע שרייבערס וועלכע האבן איהם געמאכט פאר א "קדוש" איז ער באוואוסט געווארן אלס אזעלכער. ווי ס'זעהט אויס האסטו נישט פערזענליך געקענט טאשער רבי פון דער נאנט. איך וועל נאר ברענגען איין דוגמא פון זיין עבודת ה'. אלס בחור בין איך אמאל געווען אין טאש ביי סליחות לער"ה. וואס איך האב דארט געזען וועל איך קיינמאל נישט פארגעסן. ווי א מענטש קען זיך ווארפן זיין גאנצן גוף פאר דריי שעה אן אויפהער. דער טאשער רבי האט געזאגט סליחות און אראפגעלייגט אזא עבודה וואס כ'האב נאכנישט געזען ביי קיין שום אנדער'ן רבי אדער רב.
מיטוואך מאי 08, 2013 2:10 pm#113035
שאדט נישט.
מיטוואך מאי 08, 2013 2:18 pm#113039
איך כאפ דעם סארקאזם אין דיין תגובה. נאר דער תירוץ איז. ס'ווענדט זיך וואס מ'האט געטון ביז מ'האט זיך געשטעלט דאוונען. אויב מ'האקט אריין א סעודה און מ'קהלצ'ט און נאכדעים שטעלט מען זיך דאוונען. דאן איז מען א "קדוש" פון דעים סארט וואס דו מיינסט דא צו זאגן. אפס. אבער. אז מ'פאסט און מ'איז עוסק אין צדקה און פדיון שבויים ביז'ן דאוונען, איז מען א קדוש פון דעים סארט וואס דער טאהשער רבי שליט"א איז..
מיטוואך מאי 08, 2013 2:43 pm#113047
@קעניגרייך
אינטערסאנט אז פונקט די 3 גאר אלטע אינוואלידע זקנים זענען די קדושים, איז עס א קא-אינסידענט? אדער ס'האט עפעס מיט סייקאלעדשי אז ווי נאר מ'זעהט א אלטע רבי ווי תאות האבן איהם שוין אפגעברענט ווערט מען איבערגענומען,

ביטע געב מיר נעמען פון קדושים אונטער 50 ביטע אויב מעגליך
מיטוואך מאי 08, 2013 2:46 pm#113050
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב שטארק הנאה פון דיינע מאמרים און אנאליזן. דו גייסט אריין לעומקה של הלכה (או. קעי. נישט דווקא הלכה) אן נתפעל ווערן פון די טיטלען און צו נעמען וואס שרייבערס הענגען אן אין דיר. אבער מיט איין סטעיטמענט בין איך שטארק מחולק מיט דיר. דאס אז "טאשער רבי איז געווען פונקט אזא דזשאוק אין טאון ווי פאפא רבי" נאר צוליב אפאר פיפיגע שרייבערס וועלכע האבן איהם געמאכט פאר א "קדוש" איז ער באוואוסט געווארן אלס אזעלכער. ווי ס'זעהט אויס האסטו נישט פערזענליך געקענט טאשער רבי פון דער נאנט. איך וועל נאר ברענגען איין דוגמא פון זיין עבודת ה'. אלס בחור בין איך אמאל געווען אין טאש ביי סליחות לער"ה. וואס איך האב דארט געזען וועל איך קיינמאל נישט פארגעסן. ווי א מענטש קען זיך ווארפן זיין גאנצן גוף פאר דריי שעה אן אויפהער. דער טאשער רבי האט געזאגט סליחות און אראפגעלייגט אזא עבודה וואס כ'האב נאכנישט געזען ביי קיין שום אנדער'ן רבי אדער רב.

איך האב גערעדט אין די אינגע יארן. ער האט זיך ארומגעדרייט אין מאנטריאל און מ'האט געלאכט פון אים אין די פויסטן

ח"ו נעם נישט ארויס פון מיינע ווערטער אז ער איז נישט קיין קדוש, איך באציה זיך נאר אויפן שטעמפל אז ער און נאר ער איז דער קדוש הדור...
מיטוואך מאי 08, 2013 2:49 pm#113051
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב שטארק הנאה פון דיינע מאמרים און אנאליזן. דו גייסט אריין לעומקה של הלכה (או. קעי. נישט דווקא הלכה) אן נתפעל ווערן פון די טיטלען און צו נעמען וואס שרייבערס הענגען אן אין דיר. אבער מיט איין סטעיטמענט בין איך שטארק מחולק מיט דיר. דאס אז "טאשער רבי איז געווען פונקט אזא דזשאוק אין טאון ווי פאפא רבי" נאר צוליב אפאר פיפיגע שרייבערס וועלכע האבן איהם געמאכט פאר א "קדוש" איז ער באוואוסט געווארן אלס אזעלכער. ווי ס'זעהט אויס האסטו נישט פערזענליך געקענט טאשער רבי פון דער נאנט. איך וועל נאר ברענגען איין דוגמא פון זיין עבודת ה'. אלס בחור בין איך אמאל געווען אין טאש ביי סליחות לער"ה. וואס איך האב דארט געזען וועל איך קיינמאל נישט פארגעסן. ווי א מענטש קען זיך ווארפן זיין גאנצן גוף פאר דריי שעה אן אויפהער. דער טאשער רבי האט געזאגט סליחות און אראפגעלייגט אזא עבודה וואס כ'האב נאכנישט געזען ביי קיין שום אנדער'ן רבי אדער רב.

ביי פאפא רבי'ס סליחות ביסטו דאך נאכנישט געווען....

ליצנות אין א זייט געלייגט, טאהשער רבי איז א ערליכער איד, אבער צו זאגן אז כלל ישראל האט געקרוינט פאר א קדוש, טו מיר א טובה, ווער איז כלל ישראל? דער איד? דער בלאט? נחמי' גאטליעב? ווער?

איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט, אבער איך געדענק נאך ווען סקולענער רבי האט נאכנישט געהייסן קדוש (לפני ימי אביגדור), איך געדענק ווען דער וויזשניצער רבי פון מאנסי איז אויך נאר געווען עפעס נישט מער ווי א רבי'לע וואס קריגט זיך מיט זיין ברודער פון בני ברק.

לערן דיך אויס איין זאך, כלל ישראל קרוינט נישט קיין קדוש, יעדער קען זיך אליין קרוינען פאר קדוש, אויב ביסטו קדוש ביסטו קדוש און אויב נישט ביסטו קדשה
ווען מ'ווארפט זיך 3 שעה ביים דאווענען מיינט נאך נישט מען איז קדוש, און ווען מען דאוונט א 3/4 שעה מיינט נישט אז מען איז נישט קדוש (אין אישי האט מיר אמאל א קאלעגע דא דערציילט פון א חבר וואס האט אים געוואלט מאלעסטן אין ישיבה, און דער חבר פלעגט דאווענען די העכסטע אין ישיבה, נו איז ער קדוש?)

יעצט איך האב נישט געשריבן מען קען נישט שרייבן אויף קיינעם קדוש, אבער יעדע קהלה איז אינטייטלט צו שרייבן אויף זייער מנהיג קדוש, טאהש אויף זייער רבי פאפא אויף זייער רבי, און די סקולענע קהלה אויף זייער רבי, און זאל זיך די בויך נישט דרייען פאר דער וואס פארנעמט עס נישט
מיטוואך מאי 08, 2013 2:51 pm#113053
שעפטל און גאלד, כלל ישראל איז נישט פארנארט, דער עולם עז עי האלל האט א גוטן שמעק. מיין זיידע זאגט מיר וויזוי טאהשע רבי איז געווען אינדערהיים אלץ בחור, ער האט געדאווענט וויאזוי ער דאווענט יעצט, אין גאס איז ער געלאפן מיט'ן קאפ אראפ אזש קינדער האבן געמיינט עז איז פאני. -- אז מ'שרייבט אויף אים קדוש איז עס ווייל ס'שטימט. יעצט, דו מעגסט האלטן אז מהר"א איז א קדוש (און איך גלייב נישט אז דו האלטסט אזוי, סארי) אבער פארשטיי אז ס'קען גריצעלן פאר א נארמאלן מענטש ווען ער זעהט דאס, דער עולם איז נישט משוגע.