מנשה לוסטיגדער גרויסער מגיד, דער קאזניצער מגיד דער טשערנאבליר מגיד, אזוי דער בארדיטשובער רב, אלע האבן פאר זייער אייגן עולם געזאגט הדרכה און מיט א שטארקע פארנעם, אבער קיינמאל נישט געזאגט אויף א יוד, כופר, שייגעץ, פוקר, ציוני. קיינמאל האבן די אמת'ע צדיקים נישט גערעדט אויף די הייליג לאנד, אז חלילה דער באשעפער איז מער נישט דארט, און אז די קליפה פירט אן אלע ניסים.
קיינמאל האבן די חסידישע רביים - מגידים נישט געזאגט וואס די מגידי רעות האבן אלץ אנגעשראקן, מיט גיהנום און מלאכי חבלה און ווייסעך וואס אין דער גאטשע אריין.
ביי זיך אין חבורה האבן זיי שטארק געפייערט און אבער כלפי שמיא איז געווען בלויז מליצה ישרה אלץ אלץ, אייביג אייביג. קיין שלעכט ווארט נישט גערעדט אויף א תינוק שנשבא. אוודאי אויף הערצל אויף די געציילטע מחטיאי הרבים האבן אלע געהאלטן די ערגסטע. אבער רוב כלל ישראל זאל הייסן פושעים? נאו מיי בראדער, דאס האט געהערט פאר עפעס שווארץ קוקער, נישט פאר חסידישע מנהיגים
קיינמאל אין די היסטאריע האט נישט פאסירט אז אזא גרויסער חלק פון כלל ישראל זאל אזוי מורד זיין בכל הקדוש לנו, האט מען דעריבער געמוזט (עכ"פ לפי שיטתו) אננעמען מיטלען וואס מען האט נאך נישט געהערט,
אבער איין מינוט - מ'האט טאקע נישט געהערט? ווי אזוי האבן די צדיקי הדור זיך געפירט ביי די השכלה באוועגונג? ביי כת ש"ץ? אפשר קען מען נאכקוקן ווי אזוי די אמת'ע מנהיגי הדור האבן זיך געפירט, און ווער עס איז ארויס דער געווינער?
סאטמאר רב זצ"ל האט אויך ממליץ טוב געווען כלפי שמיא, ער האט דאס קלאר מגלה געווען מער ווי איינמאל. ער האט נאר מוחה געווען מכח זיין אהבת ישראל, בבחי' אם יש דין למטה וכו', והא ראי', די אלע א.ג. "פושעים" האט ער געהאלפן פיל מער ווי די אייגענע מזרחי און אגודה מיטגלידער, צענדליגער מעשיות קורסירן ארום מיט נעמען, און איך האב עס געהערט פון מיינע זיידעס און עלטער פעטערס וועלכע האבן דאס מיטגעהאלטן מיט די אייגענע אויגן, און געזעהן ווי ער שארט אריין א טאג קוויטל געלט - שווערע טויזענטער דאלארן - אין יענעמ'ס טאשקע מיט די גרעסטע רחמנות, צי פאר הכנסת כלה אדער עניני רפואה.
במקום קנאותו שם אתה מוצא רחמנותו! עס איז נישט געווען נאך אזא בעל רחמים און ווייך הארץ פאר אידישע קינדער ווי סאטמאר רב בדורו. ער האט געשימפן אויפן כלל, אבער קיינמאל נישט בארעדט א יחיד (בפרט נישט ברבים, הגם מען קען הערן אויף געציילטע אומערלויבטע-רעקארדירטע קאסעטעס וואס מחמת צערו לאזט ער צומאל פאלן א שארפן ווארט אויף אייניגע מנהיגים וועלכע האבן לפי דעתו גורם געווען א חורבן). ער האט קיינמאל נישט גערעדט פון קיין גיהנם און מלאכי חבלה. וואס האקסטו סתם זאצן, מנשה'לע.
ער האט אויך קיינמאל נישט גערעדט אויפן "הייליגן לאנד", נאר אויף די טמא'נע פירערס. פוק חזי זיין התלהבות בעפאר הקמת המדינה, זיין צער און בכיות ווען ער איז געגאנגען צום כותל תרצ"ב, דאס זעלבע ביי די קברי צדיקים בפרט אין מירון, ווי ער האט אליינס מעיד געווען 'פעסער טרערן פון אהבה האבן מיר דארט פארגאסן', און לאמיר נישט אריינגיין אין דעם יראת הכבוד און הייליגע רעספעקט וועלכע די גרעסטע צדיקים ובעלי מקובלים בדורו האבן אפגעגעבן דעם רבי'ן אלע יארן. ער האט שטענדיג גע'טענה'ט אז זיין התנגדות צו די מדינה קומט טאקע מחמת זיין "אהבת ארץ ישראל" וועלכע פארליידט נישט קיין עוברי עבירה.
ווען מען רעדט פון קנאות, מאלט מען זיך אויס א בילד פון א בייזן מאן, וועלכער האט געשאלטן ווער עס שטייט אים אין וועג. למעשה לא מיניה ולא מקצתיה, די גאנצע תורת הקנאות איז געווען באגלייט מיט א צעבראכן הארץ מיט טייכן טרערן און מיט תפלות ובקשות, מיט א טיפן צער פון הארץ ווייל ער האט באמת געהאלטן אז דאס האט אויפגעהאלטן די גאולה, און אז ער האט געלעכצט צו די גאולה שלימה איז נישט קיין חדשות, ער האט דאך געלעבט דערמיט, ער האט נישט געזוכט צו בא'שגצ'ן קיינעם, ער האט געוואלט אין הארצן אידן זאלן זיין ערליך. איי ער איז אפשר געווען אביסעלע עקסטרעם? מעגליך, לויט אונזערע אויגן. אבער אים צו מאכן פאר א שווארץ-קוקער און א שלעכטער מענטש וועלכער האט אפגעשטעמפלט רוב כלל ישראל פאר פושעים ח"ו? סתם גיסן ליגענטס אן א שום גרונט? קאם אן!