מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:59 am#145268
atmybest
איך האב אסאך סקווירא קאזינס און ווען זיי זענען געשלאפן ביי מיר, בין איך געגאנגען און געשמעקט זייערע בוטץ.
עס האט בכלל נישט געשמעקט שלעכט.
נישט די בוטץ שמעקט, די פוס שמעקט 😛
atmybest
איך האב אסאך סקווירא קאזינס און ווען זיי זענען געשלאפן ביי מיר, בין איך געגאנגען און געשמעקט זייערע בוטץ.
עס האט בכלל נישט געשמעקט שלעכט.
big joeסאטמר רב'ס דרך איז געווען די דרך פון די פרושים נישט פון די חסידים.
חוץ מזה ער איז נישט געווען קיין ממלא מקום פון קיין שום רבי
מנשה לוסטיגאון אנשטאט איינצוזען, אז די גאנצע סאטמארע פראפאגאנדע, איז געווען פשוט דעמאגאגיע, נישט מער
המולך מהודו ועד כוש, האט מען יעדן מכניע געווען מיט כוח, און היינט איז עס א פארגאנגענהייט.
אנשטאט דאס איינזען אלץ פאקט, און ווי מ'זאגט סמעל די קאפי.. יענע צייטן זענען אויווער.. דער עולם אין ווילי האט אפגעאטעמט..
ניין, ווילט איר דאס נישט איינזען, איר ווילט זיך פאפען און איינרעדן, אז אלע גלייבן נאך אינעם געטשיק טייטלבוים וואס מ'ביקט זיך צום מזרח לכבודו.
וועיק אפ! יעדע שקר האט א סוף, וסוף גנב לתליה
מנשה לוסטיגוואס עפעס נעמסטו אן אז סאטמארע רב איז געווען עפעס אזא קדוש ונורא,
צוליב די אלע סיבות ואס איך האב געשריבן אין די לעצטע פאר בלעטער. קדוש וטהור מיינט אין מיין בוך אז מען איז זיך מוסר נפש פארן באשעפער א גאנץ לעבן מיט כל מיני קדושה פרישות וטהרה, מיט תורה ועבודה וגמ"ח שאין כדוגמתו.
און ממש דו כאפסט א הארץ אטאקע ווען דו הערסט די צד השני פונעם ישקינו..
איך כאפ א הארץ אטאקע? בכלל נישט. איך האב א שמייכל פון אויער ביזן בויך.
איך זע אז מ'רעדט דא אויף סקווערע רבי אן קיין שום מורא און אן קיין קיצל ביים הארצן אז אפשר טאר מען דאס אויך נישט.
מאן יימר? גראדע קיצעלט עס מיר יא ביים הארצן, און כ'האב קלאר אויסגעדרוקט מיין מחאה דערקעגן פריער.
וואס האט אסאך מענטשן מיט אמת?
זאג נאר, דו ליידסט אויף שכחה אדער וואס? ריכטיג, עס האט בכלל נישט מיטן אמת. כאב קלאר מודה געווען אז ס'איז שקר, נאר די וועלט האט ליב שקר!! קוק איין תגובה צוריק פון מיר.
נאר אז דו זאגסט אז "ס'איז אווער", ס'איז "א פארגאנגענהייט", "שקר האט א סוף", זאג איך דיר, ניין, די שקר האלט אן שוין 35 יאר, ועוד ידם נטויה, וזהו. סימפל!
שמעקעדיגאיינער פרעגט מיר אין אישי הלמאי איך ענטפער פאר מנשה?
איך גיי מער נישט מגיב זיין, א שאד די טינט און א שאד צו קלאפן די קנעפלעך.
זאל_זייןפאר סטארטערס א רבי דארף זיין א תלמיד חכם וואס סקמר רב איז געווען כמעט אין דוגמתו
הקטןזאל_זייןפאר סטארטערס א רבי דארף זיין א תלמיד חכם וואס סקמר רב איז געווען כמעט אין דוגמתו
פארוואס שרייבסו כמעט ווער איז דען געווען א גרעסער תלמיד חכם פין אים
אשכולות אויפוועקערצום יארצייט
אויליגער
און די דרך פונעם בעל שם איז נישט געווען חסידישע ספרים ווייל די ערשטע חסידישע ספר איז ארויסגעקומען יארן נאך וואס די חסידות מאוומענט האט אנגעהויבן באזשעווען דורך דעם תולדות (דאכצעך מיר אז דער בעש"ט האט שוין נישט געלעבט)
און די דרך פונעם בעל שם איז נישט געווען צו פירן טיש והא ראי זיין תלמוד דער תניא האט נישט געפירט קיין טיש
הקטן
אויף אזוי ווייט איז דאס נישט פארגעסן געווארן אז ס'קען קימען א קדש הילולים און דאס זעהן אלס א דבר פשוט אין "בכל לבבכם- בשני יצרכם. "
קדש הילוליםאיך האב געפרעגט אויב ס׳איז איינער מיך גרייט אויסצולענען דעם דרך הבעש״ט. איינער וואס קען עס...
פון א דרך הבעש״ט קומט ארויס, ר״ר אלימלך׳ס, חוזה מלובלין׳ס, ריזענער׳ס, ר׳ פנחסל קאריצער׳ס.
פאר ס׳איז געווען די בעש״ט זענען נישט געווען די סארט הייליגע צדיקים, כאטש ס׳זענען געווען זייער גרויסע צדיקים וואס מיר האבן נישט קיין השגה אין זייער גרויסקייט. אבער די תלמידי בע״ש זענען געווען גאר עפעס אנדער. אויף געוויסע האט מען געזאגט אז זיי זענען געווען אזוי גרויס ווי תנאים, וכדומה.
נו, ווארטן מיר אז פון די היינטיגע דרך הבע״ש זאל אויך ארויסקומען די סארט צדיקים... כ׳מיין אז אויב ס׳זענען היינט דא ערליכע יודן, איז עס נישט אויף דעם שטייגער, אז מ׳זאל קענען זאגן אז זיי זענען גרעסער ווי צדיקים פון פארן דרך הבע״ש.
ראש הישיבהפרעגסט זייער גוט.
אבער כאטש עס איז אמת אז די בעש"ט האט פראדאצירט תלמידים ותלמידי תלמידים גרויסע בעלי מדריגות, וואס פאר זיי איז סאך יארן נישט געווען אזעלעכע בעלי מדריגה, און כנראה איז שוין די לעצטע יארן אויך נישטא אדער דא ווייניג פון זיי. מכל מקום ווער זאגט אז (נאר) דאס איז געווען די דרך.
די אור הבעש"ט האט אריינגעשיינט אין יעדן איד לפי מדרגתו.
די תלמידים וואס דו רעדסט וועגן וואלטן געקענט וואקסן אהן די התגלות הבע"ש. עס איז ידוע אז רובא דרובא פון די חבריא איז שוין געווען מקושר צום בעש"ט פארן התגלות. די התגלות איז געקומען נאר כדי צו באלייכטן פאר די פשוטי עם.
דער אור האבן זיינע תלמידים ותלמידי תלמידיו אריין גלייגט אין די ספרי קודש.
אויב די מעסט נשתכחה צו נישט לויט וויפל ר"ר מילך'ס ס'איז דא, ביסטו גערעכט.
אויב מעסטו דאס לויט צו די אור איז אוועלעבעל פאר יעדן איד, דעמאלס איז נאך נישט געווען א דור וואס די אור שבעת הימים איז געווען אזוי שטארק אוועלעבעל פאר יעדן איד.
ראש הישיבההקטן
אויף אזוי ווייט איז דאס נישט פארגעסן געווארן אז ס'קען קימען א קדש הילולים און דאס זעהן אלס א דבר פשוט אין "בכל לבבכם- בשני יצרכם. "
זייער גוט געזאגט די מער איינער וועט זאגן אז דאס וואס שטייט אין חסידות שטייט שוין אין אנדערע ספרים איז די גרעסטע ראי' אז לא נשתכחה.
ראש הישיבהבאופן כללי די חילוק פון מוסר און חסידות:
מוסר זאגט אז אויב דו האסט א פראבלעם, דיל מיט די פראבלעם. האסט כעס, ארבעט אויף דעם. לערן די הארבקייט פון די זאך. מאך א סיסטעם אז דו זאלסט נישט קומען צו כעס. די זעלבע איז מיט תאוות כבוד קנאה, גאוה, וכו'.
כאטש חסידות איז נישט אינגאנצען שולל אז א מענטש זאל ארבעטן אויף זיינע בעיות, אבער דער עיקר קאך דיך אין העכערס. א מענטש זאל טראכטן מער פון גדלות הבורא, מער אריינלייגן כוחות אין עבודת התפילה, וועט אטאמאטיש אוועקגיין זיינער נסיונות וכשלונות.
ראש הישיבהבאופן כללי די חילוק פון חסידות אין קבלה:
קבלה איז אלץ קאדס. דער זאך איז מייחד די צוויי שמות, ווען דו שאקעלסט לולב ביסטו ממשיך ייחוד אבא ואימא אין חזה דנוקבא, וואס וועגן דעם דארף מען ציען די לולב ביז די הארץ. אזוי איז ביי יעדער זאך.
חסידות וועט כמעט נישט ברענגן א קבלה'דיגע זאך אויב מען קען נישט טייטשן עס על דרך העבודה.
אין קבלה שטייט וועגן מעלה זיין די ניצוצות, אבער אין חסידות ווערט עס פארשטאנען מער על דרך העבודה
ונבנתה העירשמעתי בשם רי"מ מארגנשטערן אז ער האט זיך לאנג געמוטשעט וואס איז פשט אין נשתכחה תורת הבעל שם, ביז ער האט משיג געווען אז עס מיינט דער בעל שם פון מיכלשטאט.
ירח בן יומוונבנתה העירשמעתי בשם רי"מ מארגנשטערן אז ער האט זיך לאנג געמוטשעט וואס איז פשט אין נשתכחה תורת הבעל שם, ביז ער האט משיג געווען אז עס מיינט דער בעל שם פון מיכלשטאט.
ווער איז געווען די בעל שם פון מיכלשטאט.
(אוי, שכחתי שנשתכחה)
berlbalaguleh[/quote]
ירח בן יומו: דו האסט געדארפט ליינען די אידישע ליכט. דארט איז ער געווען זייער שיין באשריבן, באריכות. אין א סאך פארזעצונגען...!