Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » פילמען מיט אידישע געשיכטעס

פילמען מיט אידישע געשיכטעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
79 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 140 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3817
זונטאג מאי 19, 2013 3:57 pm#115677
פילמען מיט אידישע געשיכטעס
ענליך צו יידל'ס אשכול איבער ביכער, קלער איך פון עפענען אן אשכול איבער פילמען מיט אידישע געשיכטעס.
געווענליך ווען א פרישער אשכול הייבט זיך אן וועבן אין קאפ, וויל איך ס'זאל זיין מיט א שלימות, און דעריבער בלייבט עס ביים וועלן. איך האב אזוי א זאמלונג פון עטליכע אשכולות אין דרעפט וואס ווארטן אויף א גואל וקרוב. דעריבער טאנץ איך יעצט אריין, און לאמיר האפן אז יאנקל און הוגה וועלן מיר קומען צוהילף כדרך שבאו לעזרת ר' יידל באשכול הנ"ל.

1. די וועלט באקאנטע פילם fiddler on the roof_(film).
דאס איז א מוזיקאלישער פילם (ס'אנטהאלט אסאך געזינגעריי), א קלעסיק פון איבער 40 יאר צוריק. קוקט אין אשכול 'משכילים און משכילישע ביכער' איז דא א שמועס דערוועגן.
ס'איז געבויעט אויף א בראדוועי שפיל מיט'ן זעלבן נאמען, און געשריבן לויט די ווערק פון שלום עליכם, א וועלט באקאנטער אידישער שרייבער פון די פריע ניינצן הונדערט יארן.
די געשיכטע איז איבער אן ארעמען מיליכיגער מיט'ן נאמען רבי טובי', וועלכער לעבט מיט די ירידת הדורות מיט זיינע 3 אומפארהייראטע טעכטער. די עלטסטע טאכטער וועמען ער האט געהאט אין פלאן חתונה צו מאכן מיט א רייכן קצב אן אלמן, וועלט זיך אויס מאטל אן ארעמער שניידער. זי קומט כאטשיג בעטן רשות. די 2טע טאכטער האט חתונה מיט א אידישער יונג א קאמוניסט א רעוואלוציאנער, און די דריטע האט גאר חתונה מיט א גוי.
ס'איז א געשמאקע און העכסט אינטערעסאנטע פילם, ס'האט באקומען עטליכע אקאדעמישע אויסצייכונגען (3 אסקערס און נאך).
מ'קען עס קריגן און מאוסטלי מוזיק אין בארא פארק.
אדער קוקן אויף יוטוב


2. אויך א באקאנטע פילם מיט'ן נאמען yentl.
די הויפט שפילערן איז א אידיש קינד מיט'ן נאמען בארברא סטרייסענד, א וועלט בארימטע אמעריקאנער אקטיארען, א טאכטער פון ארטאדאקסישע עלטערן.
ס'איז א מוזיקאלישער פילם געבויעט אויף א פלעי מיט'ן זעלבן נאמען, וועלכע איז באזירט אויף די ווערק פון אייזיק באשעוויץ-זינגער, א אידישער שרייבער, א נאבל פרייז געווינער.
די געשיכטע איז איבער א בת יחידה, א טאכטער פון א תלמיד חכם, וואס האט זיך פארגלוסט צו גיין לערנען אין ישיבה. דעריבער האט זי זיך פארשטעלט ווי א בחור, און געפארן אין ישיבה אריין.
די מעשה גייט ווייטער, דער גביר האט איר אויסגעוועלט פאר אן 'איידעם' און זי דארף זיך דערמיט ספראווען, שפעטער פארציילט זי פאר איר חברותא דעם אמת. ס'ענדיגט זיך ווי זי פארט קיין אמעריקא, ווייל דא קען אפילו א פרוי זיין א רב.
אן אטעם פארכאפנדע געשיכטע, און ס'האט באקומען עטליכע אקאדעמישע אויסצייכענונגען.
טרעילער:


3. the chosen
געבויעט אויף די ווערק פון חיים פאטאק. מער איבער אים קענט איר ליינען אין יידל'ס אויבנדערמאנטע אשכול.
די געשיכטע איז איבער א זון פון א רבי וואס באקומט א מאדערענעם חבר צוליב וואס ער האט אים צו'מזיק'ט בטעות ביים שפילן באל אין פארק. דאס איז גורם אז ער זאל פארלאזן זיין טראדיציע און גיין שטודירן אין קאלעדזש.
זיין פאטער דעם רבי'ן לייגן זיי אראפ זייער אינטעלעגענט, אויך פירט ער טיש פאר חסידים, ס'איז גאנץ געשמאק.
טרעילער:


4. א פילם מיט'ן נאמען a stranger among us
א געשיכטע מיט א רבי וואס האט אדאפטירט א מיידל א בעלת תשובה, און זי הרג'ט א היימישער בחור א דיאמאנט סוחר.
די פאליס דעפארטמענט שיקט אראפ א פרוי א דעטעקטיוו, און זי פארליבט זיך אינעם רב'ס זון.
ס'איז גאנץ א שוואכע קוואליטעט פילם, אבער דאך אינטערעסאנט.
טרעילער:


5. אושפיזין
א ישראלישער פילם. די הויפט שפילער איז א בעל תשובה א שומר תורה ומצות. די פילם איז ממש א היימישער פילם, נאר העכסט פראפעסיאנאל.
די געשיכטע איז איבער אן ארעמען פארפאלק וואס זענען קינדערלאז, די פרוי נוצט זיין טייערן אתרוג אלס לימון זאפט פאר א סאלאט. אנשטאט ווערן אין כעס לויפט ער אין וואלד מאכן התבודדות, און בזכות האמונה ווערט ער געהאלפן מיט א קינד.
מען קען עס זען אויף יוטוב


די 5 געדענק איך אויף דער מינוט.
פילמען מיט אידישע כאראקטערן איז דא אסאך. צוויי וואס קומט ארויף אויפ'ן זכרון איז lucky number slevin מיט די וועלט בארימטע אקטאר מארגען פרימען און ברוס וויליס. די פילם האט א אידישער רעפארם ראביי מיט זיין זון. נאך איינס איז Inside man א הייסט פילם מיט דענזעל וואשינגטאן, דער בארימטער שווארצער אקטיאר. די פילם איז געשפילט אין ניו יארק און איז איבער א באנק רויבעריי וואס דער פיאנער פון די רויבעריי איז גאר א איד וואס קומט אפנעמען פארלוירענע פארמעגנס פון זיינע עלטערן קאנפיסקירט דורך די נאציס (עפעס אזוי). דר. בען פון analyze this און analyze that איז אויך א כמו איד, געשפילט דורך בילי קריסטאל, וועלכער האלט א רעקארד פאר'ן האוסטן די אסקאר אווענט פאר 9 מאל. .
דאס איז אויסער די באקאנטע האלאקאוסט פילמס, וואס איבער דעם איז שוין דא א באזונדערן אשכול, א שטייגער ווי:
Schindler's list
טרעילער:


The pianist
טרעילער:


Life is beautiful
טרעילער:


Jacob the liar
קוקט דאס גאנצע אויף יוטוב


און נאך.
ומאראנצןזאפט תנא ושייר. לייגט צו וויפיל ס'גייט, יישר כח.

ברידערלעך טייערע די קרעדיט איז פאר ר' יידל'ען. איך האב נישט קיין אנונג וויאזוי מלינקט, און הגם יאנקל האט מיר געשיקט אינסטרוקציעס אין אישי, בין איך פויל זיך צו לערנען.
יידל האט אריינגעפאקט און געמאזלט און דער אשכול להנאתכם ולטובתכם, גענצליך שלא על מת לקבל פרס פארשטייט זיך...
וויאזוי שטייט נאר דארט שלי ושלכם שלו הוא, ענד די קרעדיט איז אלל היס.
גאד בלעס יידל, ענד מעי גאד בלעס די יונייטיד ענד בילאוויד פרענדס אוו קאוו שטיבל!
זונטאג מאי 19, 2013 4:38 pm#115705
בילד
זונטאג מאי 19, 2013 6:07 pm#115760
בילד
זונטאג מאי 19, 2013 7:06 pm#115784
נולד מאוחר איך זעה נישט גארנישט
זונטאג מאי 19, 2013 7:14 pm#115787
פריער האט מען געהעריג געזען פלוצלינג איז עס נעלם געווארן. כהאב עס איבער געמאכט.
זונטאג מאי 19, 2013 8:13 pm#115808
נולד, איך זע עס אויך נישט, אבער פון די לינק צום אומעקזעסטירענדען פיקטשער זעט אויס דו פראבירסט צו לינקן צו Arranged און Left Luggage.

איך מיין אז מ'האט שוין אויך גערעדט דא וועגן 'דער דיבוק', אויך זייער אינטערעסאנט און מיסטיש.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:25 pm#117451
נולד האסט אן אנונג אויב די צוויי פילמען וואס דו דערמאנסט זענען אינטערעסאנט.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:03 pm#117462
א גרויסן דאנק, מאראנצן, פאר'ן עפענען דעם אשכול. איך פערזענליך האב נאר הנאה פון תוכנ'דיגע פילמס, און עס זעט מיר אויס אז אידישע פילמס האבן די מערסטע פאטענציאל צו זיין תוכנ'דיג.
ben hur איז אויך א גאר בארימטע פילם וואס רעדט זיך ווען אידן בזמן ששלטו הרומיים בבית שני, ווי אויך איבער איינער וואס זיין נאמען פאנגט זיך אן מיט א י. (נישט יאיר).
מאנטאג מאי 27, 2013 9:13 pm#118666
וואס זאגט איר צו דעם?
A PRICE ABOVE RUBIES
באזירט אויפן פסוק אשת חיל מי ימצא "ורחוק מפנינים מכרה"

בילד
מאנטאג מאי 27, 2013 9:16 pm#118668
שלום עליכם שמערל. אין דעם פילם ווערן חרדישע אידן אראפגעמאלן אין א שווארצן ליכט. דער פילם איז אריגינעל פילמירט געווארן אין בארא-פארק, אבער האט האט זיך געמוזט אוועקציען צוליב פראטעסטן פון די חרדים.
מאנטאג מאי 27, 2013 9:31 pm#118673
אין 1998 פארשטיי איך פראטעסטן היינט איז דאס גאלד, איז נישט MEN IN BLACK אין BLUE BLOOD טויזענט מאל ארגער?
אגב איך האלט נישט אז חסידים ווערן דארט בכלליות אראפגעמאלן שלעכט, עס ברענגט ארויס פארשידענע קערעקטערס, דער שוואגער "סענדר" איז טאקע א געפערליכער אינג, אבער איר מאן "מענדל" איז דאך אזא צדיק.
מאנטאג מאי 27, 2013 9:45 pm#118678
נאך א פילם איבער אידן, איז Snatch. א קאמעדיע-פארברעכן פילם איבער פארברעכער וועלכע האבן זיך פארשטעלט ווי חסידים דורכצופירן א רויבעריי. דער פילם איז געווען אין די נייעס פאר עטליכע יאר צוריק ווען א באנדע אמת'ע פארברעכער האבן נאכגעמאכט דעם פילם, און האבן דורכגעפירט א רויבעריי פארשטעלט ווי חסידים.

א טרעילער:
מאנטאג מאי 27, 2013 9:49 pm#118679
דער 2009 קאמעדיע פילם A Serious Man האט א שיינע פתיחה-סצענע, אין אידיש גאר:

דינסטאג מאי 28, 2013 2:05 pm#118875
דינסטאג מאי 28, 2013 2:20 pm#118880
יידל האט געשריבן:וואס איז דאס? http://movies.nytimes.com/2013/05/24/mo ... html?_r=1&

למלא את החלל
דא קען מען עס זעהן

און דא וואס א סלונימער חסיד (לשעבר) האט געשריבען דערויף.

טריילער
דינסטאג מאי 28, 2013 10:47 pm#119106
יאנקל דיין קליפ עי סיריעס מען איז מתוק, העמיר מוזן שאפן די גאנצע.
מיטוואך מאי 29, 2013 9:21 pm#119451
מאראנץ זאפט, IMO זאלט איר נישט טרענצלען איין מינוט פון אייער לעבן אויף די נארישע פילם, Arranged. די פילם איז sloppy און patronizing.
דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:06 am#119508
שלום עליכם פידלער. עס קוקט אויס אז מיר וועלן א סך נהנה זיין פון אייערע ידיעות. וואס מיינט איר מיט "sloppy און patronizing"?
דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:20 am#119564
יאנקל, איך האב עס געזען לאנג צירוק, געדענק איך נישט אלע פרטים, אבער איך וועל זאגן וואס איך געדענק. אנטשולדיגט מיר אז איך וועל שרייבן אין ענגליש. איך אייל מיך צו ארבעט און איך טייפ פיל שנעלער אין ענגליש.

What I mean by "sloppy and patronizing" is that the filmmakers seemed to have been counting on an ignorant audience, and that offended me. For example, in the "sloppy" department, they filmed the home of the Jewish family first in Boro Park and then in Crown Heights (I recognized the locations) and pretended that this was the exact same place. To me, this wasn't only insulting because c'mon, how lazy can you be?, but also because the idea that all chassidic neighborhoods are the same (much like some people can't tell the difference between one Asian and another) was really disrespectful.

But worse was the content. The films were made by whom I presume to be two liberal Israelis and they went out of their way to be fair to the Muslim portrayal by depicting the Jewish family as nebech'dig as possible. I think it's praiseworthy to depict people failry and I especially think that if Israelis are portraying Muslims in their films, they should do so with utmost respect and sensitivity. But don't do it by portraying the Jews negatively. If the Muslim family is rather liberal, accord similar characteristics to the Jewish family. In fact, even the level of attractiveness was skewed in the Muslim family's favor. The boys who the Jewish girl met (for the purpose of marriage) were pimply and nebbishes. The Muslim chussen was a gorgeous, romantic guy.

. I know many people who liked the film, but as for me, I found it an insult to my intelligence. In general, I found the film stereotypical and vacuous, no major accomplishment from an artistic perspective.
פרייטאג מאי 31, 2013 10:03 am#119906
Fill the Void

אן איזרעילי מאווי ביי אן ארטאדאקסישע (BT) דירעקטירן, שפילט יעצט אין ניו יארק, און איז אייגענטליך דאס ערשטע פילם וועלכע איך האב באגעגענט וואס שילדערט חרידיש'ע (לאו דוקא חסידיש'ע) לעבן'ס דעטאלן, לבוש און מנהגים זייער, זייער אקוראט כמעט אן קיין טעותים.

ס'שילדערט א מעשה פון א אינגערמאן אן איידעם ביי א גביר וועלכע פארלירט זיין ווייב געבענדיג געבורט צו זייער בכור א יתום, און די שוויגער וויל איר טאכטער נעקסט אין ליין זאל חתונה האבן מיטן אלמן.

ביים גביר'ס פורים סעודה
בילד
פרייטאג מאי 31, 2013 10:10 am#119907
צוויי פילמען מיט כמעט דעם זעלבן נאמען?
פרייטאג מאי 31, 2013 10:11 am#119908
וועלכע צוויי?
פרייטאג מאי 31, 2013 10:33 am#119915
יואליש, האסטו געזען My Father My Lord? איך האלט אז עס שילדערט חרדים זייער אקוראט.
פרייטאג מאי 31, 2013 10:52 am#119920
פידלער האט געשריבן:יואליש, האסטו געזען My Father My Lord? איך האלט אז עס שילדערט חרדים זייער אקוראט.


נישט געזעהן, אבער העמיר עס לייגן אויפן ליסטע. כ'זעה אויף וויקיפעדיע אז די דירעקטאר אז אן עקס-חרידי. זעהט אויס צו כאפן די זאך מיז מען זיין, אדער האבן געווען, אן אינסיידער.
פרייטאג מאי 31, 2013 10:55 am#119921
יואליש האט געשריבן:וועלכע צוויי?

לכאורה איז דיין פילם די זעלבע ווי למלא את החלל פון לעיקוואד, שטימט?
וואס איז ווייטער די מעשה, ער וויל נישט חתונה האבן מיט זיין שוועגערן? הלמאי :lol: ?
מוצ"ש מערץ 08, 2014 9:20 pm#189393
ווי איז די גאנצע, דאס איז נאר א טריילר
זונטאג מאי 11, 2014 2:58 pm#199955
דינסטאג יוני 17, 2014 10:42 am#206386
א אפהאנדלונג איבער חסידים אין האליוואוד פילמס
m http://www.visithasidim.com/blog/hasidi ... ing-gigilo m
מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:47 pm#215667
School ties,
א אידישע יוגנטליכער (פון פענסילוועניע דאכט זיך) אין א שולע אין די סאוט, סאיז גאנץ גוט.
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 7:44 pm#216375
7/10 Stolen summer שיקאגאו תשל'ד
אן אכט יעריג קאטויליש יונגל א קינד פון אן אירלאנדיש האלב-שיכור-האלב-אנטיסעמיט פייערלעשער אויף א מיסיע מזכה צו זיין די זיבן יעריג שטערבליך קראנקע בן יחיד פון א רעפארם ראביי מיט 'גן עדן',
זייער קיוט, נארישע ענדע.
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:32 pm#216406
Edges of the Lord 6.5/10 פוילן ת'ש-תש'ה
Haley Joel Osment
א צוועלף יעריג אידיש קינד (ער קוקט אויס פיל יונגער אפשר זיבן אכט) פארברענגט די מלחמה יארן אין א פוילישן דארף, אויפגעצויגן ביי קריסטליכע עלטערן, מיט די הילף פון א גלח וואס ווייסט אז ער איז א איד און מאכט זיכער אז ער ווערט נישט פארפאלן אינגאנצן.
דורכשניטליך די מעשה, און די עקטינג,
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 11:03 pm#216411
4/10 David and Kamal ירושלים תשנ'ס?
א ניין יעריג אידישע אמעריקאנער קינד צוגאסט אין ירושלים באפריינדעט זיך מיט א פאלעסטינער יונגל, וואו זיי בורדענען ארום צוזאמען,
די מעשה און עקטינג איז גאר שוואך לדעתי,
נישט פאר די וואס ליידן אויפן אראבי-פאוביע מיחוש,
דינסטאג אוגוסט 12, 2014 1:31 am#216444
The man who cried 9/10 רוסלאנד-ענגלאנד-פראנקרייך-אמעריקע תרפ'ז-תש'ו?
Johnny Depp
אן איינזאם אידיש מיידל ווערט פארוואגלט קיין ענגלאנד ווען איר פאטער פארט קיין אמעריקע צו אנטלויפן פון די פאגראמען אין רוסלאנד אין די תר'פ יארן, נאכן פארברענגען איר יוגנט אין ענגלאנד פארט זי קיין פראנקרייך אנצוהייבן איר זינגען קאריערע וואו זי פארברענגט די מלחמה יארן, און ענטגילטיג אין קאליפארניע וואו זי טרעפט זיך מיט איר פאטער אויף זיין טויט בעט,
גאנץ א גוטע מעשה, אויסגעצייכנטע עקטינג. איינזאם און גאר עמאציאנעל, איינע פון מיינע בעסטע פילמען.
דינסטאג אוגוסט 12, 2014 3:02 am#216450
The diary of Anne Frank 8.5/10 האלאנד-דייטשלאנד, ת'ש-תש'ה,
די אמתע געשיכטע פון א אמסטערדאמער אידיש מיידל וואס גייט אריין אין באהעלטעניש מיט איר פאמיליע ווען די דייטשן אינוואדירן האלאנד, וואו זי האלט א טאגבוך פון אירע איבערלעבענישן, סוף קריג ווערט די פראנק פאמיליע פארראטן און פארטריבן אין לאגער וואו חנה גייט נעבעך אויס פון הונגער און קרענק,
גאר גאר א טרויעריגע געשיכטע, זייער גוטע סקריפט, און אויסערגעווענליך גוט אראפגעשפילט.
דינסטאג אוגוסט 12, 2014 3:12 am#216451
The boy in the striped pajamas 2.5/10 מזרח אייראפע, תש'ב תש'ד,
א נאצי אפיציר באקומט א ראנג העכערונג און ציט זיך אריבער צו א נייע הויז נעבן א טויט לאגער, אן די וויסן פון זיין ווייב און קינדער, ווען דאס גויאיש יונגל טרעפט אן א אידיש קינד אין דעם "פארם" נעבן זיין הויז, אנטוויקלט זיך א פריינדשאפט ציווישן די צוויי וואס האלט אן ביז די טרויעריגע קלימאקס,
שלעכט מעשה, שוואכע עקטינג.
מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:09 am#216585
4.5/10 Arranged ברוקלין תשס'
אן עלטערע אידיש מיידל באפריינדעט א פאקיסטאנער אפשטאמיגע מיידל אין די פובליק שולע וואו ביידע זענען לערערינס, נאך יארן זוכן איר באשערטע ווערט זי ארויסגעהאלפן דורך איר מוסלעמענע חברטע וואס האט מיטגעמאכט איר אייגענע שידוך-קריזיס,
א פלאטשיגע קא-עקזיסטירן מעשה, און די עקטינג איז נישט זייער גוט, די איינציגסטע פלוס איז אז עס שפילט זיך אפ אין אידישן ברוקלין.
דינסטאג יאנואר 20, 2015 12:42 pm#249016
ונבנתה העיר האט געשריבן:מסתמא מיינסטו דעם חזן'ס זוהן פון 1937, איך זוך עס שוין יאהרן, אמאל איז עס געווען אוועילעבאל אויפן נעט, אבער היינט קען מען עס נאר קויפן דא.

דא איז א קליפ דערפון, ווי משה אוישער זינגט אב הרחמים אויף די אידישע ראדיא.


דאס זענען די ווערטער, פארפאסט אין תרצ"ג:

אב הרחמים בלב נשבר נבואה לחלות פניך היום : הנה קול שועת בת עמנו מארץ גרמניא . ולבנו דוי על הרעות אשר נגד פניהם : רוח עועים נשפך על מושלי עם אדיר . ויתאמצו להכות בית יעקב רסיסים : אנא חמל נא על בניך המצפים לישועתך יום יום . ובטל מעליהם כל גזרות אכזריות : חזק נפש אחינו היושבים בצרה ויגון . והיתה אמונה אזור חלצימו : נטע אחוה ורחמנות בלבנו שלא נתעלם מבשרנו . וירב מעשה הצדקה לעזרת הנרדפים . עד שתוציאם מאפלה לאורה ומעבדות לחרות . ונאמר לפניך שירה חדשה . צורנו וגואלנו : אל עליון הסר קנאה ושנאת חנם מלב העמים : חדש רוח נכון בקרבם . ולא יוסיפו עוד בני עולה לענות את ישראל : קרב הימים אשר יודע בגוים כי אב אחד לכלנו ואל אחד בראנו . ופרוש סכת שלומן על כל יושבי תבל . אמן ואמן.
דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 1:34 am#253113
טעפל האט געשריבן:איך זוך א פילעם אויב איינער קאן עס אפיר קראצן ס'הייסט "דער זוהן פון חזן פון וילנא" סאמטינג לייק דעט פון מוישה אוישער.
דא איז דא פון אידיש שפיל, http://www.youtube.com/watch?v=WOmIOBtOrZg
איך זוך דו ארגינעלע.
א דאנק

אה... היער ווי גאו... איינער האט עס ארויפגעלאדנט - כאפט אריין פאר עס גייט אראפ.

ATUB @טעפל ATUB

דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 9:06 am#253137
gone דערנאך
דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:40 pm#253185
ביי מיר ארבעט עס פיין.
דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 9:04 pm#253353
שוה צפיה?
דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 9:43 pm#253360
איך ווייס נישט וואס דיינע אינטערעסן זענען, אבער איך האב זיך באסמאקעוועט מיט יעדע סעקונדע.

דר"א, דיין נייע חתימה געפעלט מיר... :D
זונטאג אפריל 10, 2016 3:47 pm#328558
דער געשמאקע פילם טריפל 9 האט היבש אידישע קאנטענט.
מאנטאג יאנואר 02, 2017 6:14 pm#358614
מאנטאג יאנואר 02, 2017 10:08 pm#358629
Re: פילמען מיט אידישע געשיכטעס
ונבנתה העיר האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דיינע אינטערעסן זענען, אבער איך האב זיך באסמאקעוועט מיט יעדע סעקונדע.

דר"א, דיין נייע חתימה געפעלט מיר... :D

געוואטשט דעם ערשטן חלק איך באלעק מיר די פינגער
זונטאג יאנואר 08, 2017 1:15 am#359232
וואס גייט פאר מיטן נייעם פילם פון מנשה לוסטיג
דינסטאג יאנואר 10, 2017 9:05 pm#359469
יעצט געטראפן

m https://www.youtube.com/watch?v=YW6TfFAlDOc m
פרייטאג יאנואר 20, 2017 7:17 am#360241
שלום דין אויף סאושעל מידיע:
This film, Menashe, will soon premiere at Sundance, and hopefully will be shown more broadly soon after
It is a poignant tale set within the Hasidic world, with scenes both humorous and heartbreaking, and presented even-handedly, without romanticizing the Hasidic lifestyle and without diminishing the humanity of those who live it. Truly a film the world has been waiting for.
I happened to have had a small role in helping it get made, and I want to say one really important thing about it:
An old gripe for those of us connected to the American Hasidic community is the utter cluelessness with which Hollywood has portrayed the Hasidic world: the easy stereotyping (Holy Rollers), the faux profundity (A Stranger Among Us), the cheap salaciousness (Price Above Rubies, Fading Gigolo).
Menashe, on the other hand, strove for a degree of authenticity and integrity that might not be appreciated by all viewers. It is the VERY FIRST film about American Hasidim in which every adult Hasidic character is played by a real-life current or former Hasid--including the film's lead actor, Menashe Lustig. It was also shot entirely in Yiddish (w/ English subtitles), and even the soundtrack is made up of Hasidic music. Few directors would undertake a project with the logistical difficulties and cultural immersion required for a Hasidic-themed film of this kind, and kudos/congrats to filmmaker joshua z weinstein for his commitment to what even I once thought an unachievable goal.
Of course, this comes on the heels of at least one other film that has come very close--Félix and Meira, starring Luzer Twersky and Melissa Weisz--and I know of several others currently in production that I have high hopes for. Personally, it makes me hopeful for a new world in which stories about the American Hasidic world (and the broader American Haredi world) will be told with complexity and nuance, and the silly days of A Stranger Among Us left far behind us
דינסטאג יאנואר 31, 2017 6:25 am#361348