Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך

דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
128 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 273 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3873
מיטוואך יוני 05, 2013 11:31 pm#122107
אויך לויט די עדות (אויב נעמט מען ארויס די שטות פון "ידות אפריים" וואס איז ווארשיינלי ב"ש, בכלל, א בעסערע פראוו וואלט געווען אז דער מחבר פון א ספר זאל עם בעטן פארצוזאגען א שטיקל וואס ער האט נאכנישט געשריבען דארט, אויב איז עס תורת אמת דארף ער דאך וויסען אויך ספרים וואס מה'אט נאכנישט געשריבען, ניין?) האט ער סך הכל געקענט פארזאגען אפאר פסוקים חומש אדער שורות גמרא ווייטער, עס שטייט נישט אז מרעדט דא פון א מסכת וואס ער האט נישט געלערנט בכלל אין חדר, נו איז דאס האב איך שוין געטענה'ט פריער אז ער איז סך הכל געווען א קלוג יונגעל וואס האט פארויסגעקוקט דער מלמד מיט אפאר שורות.
דאנערשטאג יוני 06, 2013 6:13 am#122219
קינות גירושין האט געשריבן:און פארוואס האבען די עלעפאנטען נישט קיין שנעלקע?
זיי מעגןצדען נעמען שלא במינם?

פשיהא! ביזט שוין קלוגער פון זיין טאכטער'ל!
דאנערשטאג יוני 06, 2013 6:23 am#122221
לעקוואד לשטתך אז ער איז געווען סתם א אינגעל מיט גאר א גוט קעפל וואס איז געשען מיט עם נאכדעם וואס ער איז אריין צו בעלזע רב,?
דאנערשטאג יוני 06, 2013 7:59 am#122227
די מעשה אז ער איז אריין צום בעלזער רב און באותו רגע איז געווען עפעס א שינוי איז די ווייניגסטע קראנטע חלק פון די מעשה און אויף דעם איז די מערסטע מיתוסים ארויפגעלייגט. עס זעהט נישט אויס פון די עדויות עס זאל האבען בכלל געשעהן אזא דראמאטישע זאך, מער וייניגער איז געווען עפעס אן אנאמאליע אז ער האט זיך אנטוויקעלט שנעלער ווי מהאט זיך פארגעשטעלט פאר זיין יארגאנג, נישט אז ער איז געווען עפעס אן עילוי נפלא נאר פשוט ער האט געהאלטן א יאר צויי שנעלער ווי זיינע חברים, און במשך די זמן האט זיך עס פשוט נארמאלאזירט און עס איז שוין נישט געווען קיין חילוק פון עם און זיינע חברים.

דווקא די חלק פון די מעשה איז א שטארקע הוכחה לשלילה, וויבאלד אפילו זאלכן מיר גלייבען אין א נייע טעאריע שלא שמעתה אוזן מעולם אז די אגדה פון די מלאך שמלמד כל התורה כולה איז כפשוטו ממש , און צולייגען אז עס איז מעגליך אזא מין מאדנע זאך אז די מלאך זאל פארגעסן, וואס די צויי הנחות האבען נישט קיין שום מקור אין גאנץ יידושקייט. למשל די מהר"ל איז קלאר מסביר די גאנצע נקודה פון בא מלאך וסטרו על פיו ע"פ דרכו נישט כפשוטו, עכ"פ אפילו מיר זאלן אלץ גלייבען, איז נאך א קוואנטום ליפ פון דארט צו גלייבען אז ר' אהרן רוקח האט געהאט די כח וואס א מלאך האט נישט און האט געקענט מאכען דער יונגעל פארגעסן דאס גאנצע, און בכלל איז דאך שווער פארוואס עם צו מאכען פארגעסן, ס'איז פשוט א שאד סיי פאר עם און סיי פאר גאנץ כלל ישראל וואס וואלט געקענט הנאה האבען פון אזא גאון און מוואלט דאך געקענט מברר זיין ביי עם אן א שיעור וויכטיגע זאכן, אחוץ פון די מורא'דיגע חיזוק וואס די אמונה וואלט באקומען, אין עצור פארציילט איינער אז דער יונגעל, וואס האט געהערט די מעשה די זעלבע פלאץ וואס מיר האבען עס געהערט, כנ"ל, האט גאר טענות היינט הלמאי מ'האט פון עם צוגענומען זיין כח.

אלא מאי איז דא אן אנדערע תירוץ אויף די אלע קשיות. קען זיין דער בעלזער רב האט מתוך מענטשליכקייט, [עס איז ידוע אז אחוץ די אלע מאדנע און הימלישע זאכען וואס מפארציילט אויף עם, איז אין למעשה'דיגע זאכען האט ער געגעבן גאר פראקטישע עצות און האט געהאט גאר א פשוטע און פראקטישע בליק אויפ'ן לעבן, ס'איז נישט נאר געווען דארט פעירי טעילס ווי די מעשה ביכלך מאכען עס, פרעג זיך נאך ביי די וואס האבען זיך שואל עצה געווען ביי עם, אויב גלייבסטו נישט מעשיות איז דא פארשריבען, ובעיני ראיתי חבילת מכתבים ששלח הגבאי לאחד החסידים בחו"ל וואס פלעגט שיקען קוויטלעך מיט שאלות און ר' שלום פויגל פלעגט ענטפערן מיט בריווען, ווי ער גיט איבער גאר פלעינע תשובות און עצות. אביסעל אין ר' נתן אורטנער'ס ביכל זעהט מען די חלק פונ'ם רב ז"ל וואס רוב אנדערע ביכלאך פארציילען נישט און מאכען כאילו אלץ איז געווען מיט מלאכים ושרפים ולית דין בר נש, עד כדי כך אין ר' יצחק לנדו'ס ביכל בקדש פנימה, וואס ווען נישט אז ער שרייבט יעדער פאר שורות "ואין לנו השגה", וכל מיני אזעלכע לשונות, וואלט זיך געדאכט אז דאס האט געשריבען א מתנגד וואס וויל פשוט ליצנות מאכען פון דער יוד און עם מאכען אויסזעהן פאר א טאטאלער משוגענער, עכ"פ, איז דא דארט א מאפע פון בעלזער רב'ס דירה אין תל אביב, און, הפלא ופלא, איך זוך ווי איז די בית כסא, און איך טרעף נישט. זעהט אויס דער רב ז"ל איז ווי פרעה קיינמאל נישט געגאנגען אין בית הכסא. דאס אלץ איז די תוצאה פון א מוגזמ'דיגע הערכה צו א מענטש וואס מפארגעסט ער איז געווען א בשר ודם בכלל, רבותי, בעלזער רב האט געהאט קינדער (וד"ל, עי' מאחוה"פ), געגאנגען אין בית כסא, וכו' וכו'. שוין, וואס האב איך זיך דא פאררעדט, בעק טא די סטארי] איז אז ער האט געזעהן אז די עלטערן זענען צוטראגען האט ער זיי געמאכט פילען גוט עשה מה שעשה און זיי האבען זיך בארוהיגט. קען אפילו זיין אז וויבאלד די גאנצע זאך איז געווען אן איינרעדעניש פון די עלטערן, פארשטייט זיך אליינס אז נאכ'ן גיין צום בעלזער רב אין וועם זיי האבען געגלייבט איז די איינרעדעניש בטל געווארן, מדין פלאסיבו.

שוין, וואס האב איך זיך דא גערעדט, מעג א יוד אזוי רעדן ? עניוועיס, שיק.
דאנערשטאג יוני 06, 2013 8:15 am#122230
איך האב געהערט פון ר' שלמה גראסס, דומץ בעלזא בארא פארק, אז בעלזער רב האט סך הכל געזאגט פאר דאס קינד מער נישט צו רעדן, דהיינו, זיך לאזן פארהערן, און אזוי איז די פרשה אראפ פון טיש.
נו, לעיקוואוד איז גערעכט, א פראקטישע עצה.
דאנערשטאג יוני 06, 2013 9:15 am#122238
צו די מעשה מיט די שנעלקא שמעלקא איז אמת ווייס איך נישט אבער אז קינות דארף חיזוק אין אמונה איז כדאי צו דערמאנען הב' יוחנן פריעד ע"ה וואס איז געקומען אין חלום צו זיין פעטער ר' וואלף דער אדמיניסטראטאר פון אלכסנדר מיט פונקטליכע אינפארמאציע ער זאל באצאלן א חוב פון 3 דאלער פאר'ן סטאלינער שמש (כ'מיין אז דאס זענען די פרטים) און דערביי איבערגעגעבן א נוסח המציבה.
זיין פעטער האט זיך נישט געקענט אויסטראכטן וויפיל און פאר וועם ער איז שולדיג און די מעשה קען מען מאמת זיין ביים משמש, דער פעטער האט אפילו איבערגעגעבן וועלכע סדרה ער האט באקומען אן עליה.
דאנערשטאג יוני 06, 2013 9:38 am#122248
ס'איז גוט. ברענג נישט קיין ראיות ביטע פון די מעשה.
דאנערשטאג יוני 06, 2013 9:43 am#122250
מ'טאר נישט בויען די אמונה אויף מעשה'לעך...
איך פלעג האבן אוועקגעשטעלט מיין אמונה אויף די מעשה וואס די 50-יעריגע-תשובה-משפיעים (וואס ביז די 40 האבן זיי טועם געווען כל דבר אסור, און ווען ס'שוין נמאס געווארן, קומען זיי מיר אויפווייזען ווי גליקלעך איך בין...) פארציילען כסדר, איבער א איד וואס האט איבערגעלאזט זיין פארציע אויפן פליגער, און א גוי האט דאס פארטוישט וכו'.
למעשה, בין איך געוואר געווארן אז די מעשה, - און די נאמען פון די ראש ישיבה וואס מ'פארציילט דאס אויף - איז להד"ם, און ס'שטימט נישט הן מיט די מציאות און הן מיט די הלכה.
דאנערשטאג יוני 06, 2013 9:57 am#122253
מ'טאר נישט מיט חקירה. נישט פון מופתים.נישט פון מעשיות.
וואס בלייבט איבער???
דאנערשטאג יוני 06, 2013 10:19 am#122260
הן לא יאמינו לי וגו'.
דאנערשטאג יוני 06, 2013 11:09 am#122281
איך האב אמאהל געגהערט פון אן אלטע איד, אז ער איז געוועהן דארט אדער ער האט עס געהערט פון איינע וואס איז געוועהן דארט אז דער בעלזער רב זצ"ל האט איהם סך הכל געהייסען זאגען די א"ב און דא האט זיך עס געענדיגט, זיי זענען נישט געוועהן אין צימער נאר עס געהערט אנידרוויסען פונעם טיהר.
דאנערשטאג יוני 06, 2013 2:13 pm#122351
kliger האט געשריבן:מ'טאר נישט מיט חקירה. נישט פון מופתים.נישט פון מעשיות.
וואס בלייבט איבער???

אינטואיציה, אן אינערליך געפיל.
דאנערשטאג יוני 06, 2013 2:46 pm#122377
איך האב באמת נישט פארשטאנען וויאזוי אידען האבען געטון די עגל און אלע אנדערע עבירות וואס ווערט אויסגערעכנט אין תנ״ך
יעצט נאכען דורך ליינען די הסבר פון לעקוואד אויף די ילד הפלא, פארשטיי איך שוין אלעס, איך וואלט מסתם אויך געווען פון די ערב רב, און איך וואלט זיך מסתם געבוקט צו די עבודה זרה אפי איך וואלט געזעהן מן פאלען פון הימעל ,עני באדי מיט א געשליפען צינגעל אדער גוטע פעדער קען דיך מאכען טראכטען פארקערט פון די מציאות, איטס דעט איזי!
דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:41 pm#122485
איז גרינגער צו מאכן איינעם סקעפטיש מיט א געשליפן צינגל, אדער צו מאכן איינעם גלויביג?
דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:45 pm#122489
איך ווייס נישט אויס עס איז בכלל מעגליך צו מאכן איינעם גלויביג, ווייל "גלייבן" מיינט ווען מען פארשטייט עס נישט, און אויב דו ווייזט עס אויף מיט ראיות ברורות איז עס שוין נישט קיין "אמונה".
אלע אותות ומופתים קען מען אפפרעגן מיט חכמות, עס בלייבט נאר איבער די פשוטע אמונה.
רבי נחמן ברסלבער זאגט אז אפילו מתן תורה האבן די אידן אויך געקענט אפפרעגן מיט חכמות, און דאס איז געווען זייער גרויסקייט אז זיי האבן אוועקגעלייגט זייערע חכמות און געגלייבט בפשיטות ותמימות.

ליקוטי מוהר"ן ח"א, קכ"ג:
וישראל בעת קבלת התורה היו להם חכמות גדולות כי אז היו עובדי עבודה זרה שבימיהם שהיה טעותם על פי חכמות וחקירות גדולות כידוע ולולי שהיו ישראל משליכין מעצמן החכמות לא היו מקבלים התורה כי היו יכולים לכפר בכל, חס ושלום ולא היה מועיל להם כל מה שעשה משה רבנו עמהם ואפלו כל האותות והמופתים הנוראים שעשה לעיניהם לא היה מועיל להם כי גם עתה נמצאים אפיקורסים הכופרים על ידי שטות וטעות חכמתם אך ישראל עם קדוש ראו האמת, והשליכו החכמות, והאמינו בה ובמשה עבדו ועל ידי זה קבלו התורה "עם נבל ולא חכם", עמא דקבילו אוריתא ולא חכימו, כי עיקר קבלת התורה היה על ידי ולא חכימו הינו על ידי שהשליכו מאתם כל החכמות כנ"ל.
וזה עיקר העבודה, להיות תם וישר ירא אלקים וסר מרע, בלי שום חכמות ושלמה המלך, עליו השלום, אחר שכתוב בו (מלכים א ה) "ויחכם מכל האדם" אמר (משלי ל) : "כי בער אנכי מאיש ולא בינת אדם לי" וכן אמר אסף (תהלים ע"ג) : "ואני בער לא אדע בהמות הייתי עמך" (משלי כ"א) : "אין חכמה ואין תבונה ואין עצה לנגד ה".
דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:47 pm#122491
איך האב געהערט פון א מגיד האט ער נאכגעזאגט בשם זיין זיידן (כ'מיין אז דער זיידע איז געווען אן עד ראי') אז בעפאר'ן קריג איז געווען א וואונדער קינד וואס וואו מ'האט אים אויפגעמישט האט ער געזאגט תורה.
האט איינער גענומען א סידור און געגעבן א מיש אויף און ס'איז אנגעקומען צו המלאך הגואל אותי מכל רע.
האט ער געזאגט: מלא"ך איז בגימטריא הוי"ה אדנ"י און דורך די צוויי שמות האט מען א שמירה פונעם חטא וואס ווערט אנגערופן רע (כ"כ האר"י). האט מען אים געפרעגט ווייטער הוא יברך את הנערים, האט ער געזאגט דורך דעם איז דא אשמירה אויף די קינדער ווייל ער ועונן זענען געשטארבן פון דעם חטא. ער האט געוואלט זאגן ווייטער האט אים זיין פאטער אוועקגעשלעפט וועגן עיה"ר.
כ'מיין ס'איז עמעיזינג!
דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:53 pm#122496
באלד וועט זר זאגן אז ער איז דארט געווען
דאנערשטאג יוני 06, 2013 5:08 pm#122501
ביי מיר אינדערהיים איז פארהאן א קליינע בלויע ספר'ל, עס ווערט דארט געברענגט שיינע און אינטרעסאנטע מעשיות, ווי אויך עטליכע מאדנע סיפורים (עכ"פ אין אונזערע אויגן), די משעיות דארט זענען זייער קראנט, געשריבן נאר דארך עדי ראי'.

ווערט דארט געברענגט א מעשה פון א אייזל וואס האט זיך גענומען רעדן.
וואנדערבאר!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

עיין במדבר, כב, כא-ל
דאנערשטאג יוני 06, 2013 5:17 pm#122513
אויב גלייבט איר נאך אלץ נישט איז דא א ראי' לדבר.
א קלארע עדות

גענומען פון דא
m http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7% ... 7%A2%D7%9D m

בלעם.jpg
אויב גלייבט איר נאך אלץ נישט איז דא א ראי' לדבר.
גענומען פון דא
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7%AA%D7%95%D7%A0%D7%95_%D7%A9%D7%9C_%D7%91%D7%9C%D7%A2%D7%9D
בלעם.jpg (63.47 KiB) געזען געווארן 2129 מאל
בלעם1.jpg
בלעם1.jpg (16.59 KiB) געזען געווארן 2129 מאל
דאנערשטאג יוני 06, 2013 5:18 pm#122515
יידל האט געשריבן:
kliger האט געשריבן:מ'טאר נישט מיט חקירה. נישט פון מופתים.נישט פון מעשיות.
וואס בלייבט איבער???

אינטואיציה, אן אינערליך געפיל.


יעדער האט א געפיהל וויאזוי ער וואקסט אויף נישט אזוי?
דאנערשטאג יוני 06, 2013 8:35 pm#122588
ברסלב'ער האט געשריבן:איך ווייס נישט אויס עס איז בכלל מעגליך צו מאכן איינעם גלויביג, ווייל "גלייבן" מיינט ווען מען פארשטייט עס נישט, און אויב דו ווייזט עס אויף מיט ראיות ברורות איז עס שוין נישט קיין "אמונה".
אלע אותות ומופתים קען מען אפפרעגן מיט חכמות, עס בלייבט נאר איבער די פשוטע אמונה.
רבי נחמן ברסלבער זאגט אז אפילו מתן תורה האבן די אידן אויך געקענט אפפרעגן מיט חכמות, און דאס איז געווען זייער גרויסקייט אז זיי האבן אוועקגעלייגט זייערע חכמות און געגלייבט בפשיטות ותמימות.

און פארוואס זאל מען טאקע גלייבן די אמונה פשוטה? ווייל עס לוינט זיך דיר? ווייל עס האט נישט קיין ראיות? ווייל מ'איז אזוי אויפגעוואקסן?
אגב, אויב מען נוצט די אמונה פשוטה ווען עס קומט צו אידישקייט, פארוואס זאל מען אויפהערן צו נוצן אמונה פשוטה ווען עס קומט צו אפיקורסות און זאגן אז מען דארף גלייבן באמונה פשוטה אז עס איז נישטא קיין גאט?
איך זוך אודאי נישט צו אוועקנעמען דיין פריוואטע אמונה פשוטה, אויב דיר איז דאס לעבן באקוועמער אזוי וועל איך דאס נישט צושטערן. אבער צו זאגן פאר א צווייטן אז אידישקייט אז באזירט אויף אמונה פשוטה איז אביסל סכנה'דיג אין א דור פון אינפארמאציע.
דאנערשטאג יוני 06, 2013 8:53 pm#122594
איפכא מסתברא, אין א דור פון גרינגע צוטריט צו מיס-אינפארמאציע, ווען די גאנצע אינפארמאציע וואס איז פארהאן ווערט מער ווייניגער מאניפולירט דורך אום גלויביגע מענטשן צו זייער וואוירלד וויו, ווען גאר ווייניג פון די "אינפארמאציע מענטשן" זענען מאמינים, איז אמונה פשוטה לכאורה די איינציגסטע אויסוועג.

שטותים דארף מען טאקע זען צו אויסמיידן פאר יעדן פרייז. אין א אינפארמאציע עפאכע, קען א קליין שטות'ל וואס א טאטע האט איינגערעדט פאר א קינד, - וואס מיט איין גוגל סוירטש זעט ער בלי ספק אז עס איז שטותים מיט הוכחות וראיות ברורות שאי אפשר להסתפק בדבר כלל, - זיין דער גורם אז דאס קינד'ס אמונה זאל חלילה נתרופף ווערן. לולי דמיסתפינא, וואלט איך געזאגט אז דער געפאר איז עקווילאנט צו די געפאר פון "איין דרוק מיטן קנעפל".

דו זעסט נישט די חורבנות אזוי אפן, הא? וואס איז, אינטערנעט זעט מען אויך נישט אפן, אבער מיר גלייבן (באמונה פשוטה...) אז סאיז שריפת נשמה וגוף קיים, אפילו פון דרויסן זעט ער אויס ערליך. טא, גלייב'זשע מיר אויכעט בנאמנות אז ליידער א גרויסער עולם, כאטש פון דרויסן זעט ער אויס א הונדערט פראצענטיגער מאמין, איז אבער פון אינעווייניג דער מצב נישט אזוי איי איי איי.
דאנערשטאג יוני 06, 2013 8:55 pm#122596
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך האב געהערט פון ר' שלמה גראסס, דומץ בעלזא בארא פארק, אז בעלזער רב האט סך הכל געזאגט פאר דאס קינד מער נישט צו רעדן, דהיינו, זיך לאזן פארהערן, און אזוי איז די פרשה אראפ פון טיש.
נו, לעיקוואוד איז גערעכט, א פראקטישע עצה.

לפענ"ד איז א שטיקל חילוק ווען איך בערל בעל עגלה אדער דו קאווע טרונקער זאגט און בעלזער רב זצ"ל זאגט.
דאנערשטאג יוני 06, 2013 8:57 pm#122597
יישר כח ברסלב'ער, א הערליך שטיקל רבי נחמן, האסט מחי' געווען א איד.
איך האב עס געלערנט מיט אביסל הארץ און דארט האב איך פארשטאנען, הגם איך קען נישט ענטפערן אויף יאיר'ס קשיות.
מ'דארף האבן א הרגש ווען מ'לערנט ספרי רבי נחמן, די נשמה דארף דערהערן.
דאנערשטאג יוני 06, 2013 9:10 pm#122605
דעת תורה האט געשריבן:איפכא מסתברא, אין א דור פון גרינגע צוטריט צו מיס-אינפארמאציע, ווען די גאנצע אינפארמאציע וואס איז פארהאן ווערט מער ווייניגער מאניפולירט דורך אום גלויביגע מענטשן צו זייער וואוירלד וויו, ווען גאר ווייניג פון די "אינפארמאציע מענטשן" זענען מאמינים, איז אמונה פשוטה לכאורה די איינציגסטע אויסוועג.

שטותים דארף מען טאקע זען צו אויסמיידן פאר יעדן פרייז. אין א אינפארמאציע עפאכע, קען א קליין שטות'ל וואס א טאטע האט איינגערעדט פאר א קינד, - וואס מיט איין גוגל סוירטש זעט ער בלי ספק אז עס איז שטותים מיט הוכחות וראיות ברורות שאי אפשר להסתפק בדבר כלל, - זיין דער גורם אז דאס קינד'ס אמונה זאל חלילה נתרופף ווערן. לולי דמיסתפינא, וואלט איך געזאגט אז דער געפאר איז עקווילאנט צו די געפאר פון "איין דרוק מיטן קנעפל".

דו זעסט נישט די חורבנות אזוי אפן, הא? וואס איז, אינטערנעט זעט מען אויך נישט אפן, אבער מיר גלייבן (באמונה פשוטה...) אז סאיז שריפת נשמה וגוף קיים, אפילו פון דרויסן זעט ער אויס ערליך. טא, גלייב'זשע מיר אויכעט בנאמנות אז ליידער א גרויסער עולם, כאטש פון דרויסן זעט ער אויס א הונדערט פראצענטיגער מאמין, איז אבער פון אינעווייניג דער מצב נישט אזוי איי איי איי.

הרב דעת תורה, אלזא, דו וועסט מחנך זיין דיין קינד אז מ'דארף פאסטן יום כיפור און עסן בלויז הארטע מצה גאנץ פסח נישט ווייל דו האסט עס דרוכגעטון און דו ביסט געקומען צו די מסקנא אז דאס איז די ריכטיגע מהלך, נאר ווייל... אמונה פשוטה. (אפשר קען מיר איינער מסביר זיין פאר א גוט יאר וואס אין די גיהנם דאס מיינט?).
דערנאך ווערט דיין זון עלטער און ער זעט אז עס זענען דא שיטות אין פילאזאפיע און אין סייענס וואס זענען געבויט אויף פעסטע ראיות און הנחות, און עס הייבט זיך אן א קאנפליקט וועמען ער זאל ענדערש גלייבן, זיין איגנאראנט-איך-גלייב-ווייל-איך-בין-א-נאר טאטע אדער דעם קלוגן סייענטיסט אדער פילאזאף וואס האט שטודירט צענדליגער יארן, וועמען ערווארטסטו ער זאל גלייבן?
און אויב האלטסטו אז מיט שכל איז טאקע נישטא קיין צופרידנשטעלנדע סיבה צו גלייבן אין אידישקייט, איז דאך דאס דער בראך. פארוואס אין דער וועלט גלייבסטו אין אידישקייט? ווייל דיין טאטע האט דיר אזוי געזאגט? ווען דיין טאטע וואלט געגלייבט אין ישו וואלסטו אויך געגלייבט?
אויב דו האסט א פראבלעם מיט דיסאינפארמאציע, איז די בעסטע עצה צו געבן קראנטע אינפארמאציע מיט גוטע רעפערענצן און מחנך זיין דיין קינד זיך צו פירן לויט'ן שכל און נישט לויט ווי אזוי דער טרענד דיקטירט. נישט שרייען אמונה פשוטה.
מאנטאג יוני 24, 2013 12:03 am#127397
סתם פאר מער אינפא. יענער זאגט מיר אז פאפא רב שרייבט דארט אז ער האט איהם פארהערט די משנה שש מעלות במקואות, און ער האט עס געקענט.
איך מיין אז א כתה א' יונגל זאל עס קענען איז מער ווי גוטע קאפ, פארוואס זאל ער קענען פונקט די משניות..
מיין קשיא איז פארוואס נאר ווען די רבי האט איהם אנגעפאנגן אויס צו לערנען א-ב האט ער אנגעפאנגן צו רעדן, און מען האט געוואר געווארן אז ער קען עס אויסנווענדיג, פארדעם ווען ער האט געהערט ווי זיין טאטע לערנט עפעס פארוואס האט ער נישט זיך גענומען זאגן אויסנווענדיג וואס די טאטע האט געלערנט, אויכט ווען די מאמע/רבי האט איהם אויס געלערנט די ברכות נהנין, פארוואס האט ער עס נישט געקענט אליינס ענדיגן?
מאנטאג יוני 24, 2013 12:05 am#127398
כאפטס אריין תגובות אין דעם אשכול איידער די הנהלה נעמט א שטעלונג אז די מעשה איז פאלטש.
מאנטאג יוני 24, 2013 9:23 am#127425
על צד אז ס'איז פאלש איז עס נאך אלץ נישט קיין נ"פ.
מאנטאג יוני 24, 2013 10:50 am#127440
מאראנצןזאפט האט געשריבן:על צד אז ס'איז פאלש איז עס נאך אלץ נישט קיין נ"פ.

ילמדינו רבינו: וואס מיינט נ"פ. איך קען לערנען א סאך פשטים. פארוואס לאמיר שפילן געססינג געימס?!.
זונטאג אפריל 13, 2014 10:50 am#195991
דער בלאט באשרייבט די מעשה אין זייער הערליכע פסח ביילאגע. לויט זיי האט די קינד געקענט נאכזאגן ד''ת פון הרה''ק מסאטמאר זי''ע, אבער נישט פון הרב קוק.
זיי האבן אויך נישט געקענט לייגן א האנט אויף די אנגעבליכע בריוו פון פאפא רב.
זונטאג אפריל 13, 2014 12:46 pm#196010
מ'האט לעצטענס געטראפן א מאשין מצה וואס די מלאך האט פארגעסן אריינצופליקן א ברעקעלע
זונטאג אפריל 13, 2014 2:45 pm#196027
лпم iοوԴ האט געשריבן:דער בלאט באשרייבט די מעשה אין זייער הערליכע פסח ביילאגע. לויט זיי האט די קינד געקענט נאכזאגן ד''ת פון הרה''ק מסאטמאר זי''ע, אבער נישט פון הרב קוק.
זיי האבן אויך נישט געקענט לייגן א האנט אויף די אנגעבליכע בריוו פון פאפא רב.

ס'האט קיינער נישט קיין הווה אמינא אז דער בלאט וועט ברענגן דברי תורה וואס דער יונגל האט נאכגעזאגט פון הרב קוק. ווען דער מזרחי צייטונג 'עט ברענגען אזא מעשה איבער אזא וואונדערליך יונגל, 'עט ער ברענגען די דברי תורה פון הרב קוק. (אפילו זיינע שלוש סעודות תורה'ס(... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :o
זונטאג אפריל 13, 2014 4:05 pm#196037
איך פארשטיי נישט די גאנצע ויכוח ביי מיר איז ברור אז דער אינגל האט נישט באקומען קיין שנעלקע פון די מלאך...

דרך אגב לויט ווי איך געדענק האב איך אויך נישט באקומען
מאנטאג אפריל 14, 2014 1:13 am#196127
איש עברי האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די גאנצע ויכוח ביי מיר איז ברור אז דער אינגל האט נישט באקומען קיין שנעלקע פון די מלאך...

דרך אגב לויט ווי איך געדענק האב איך אויך נישט באקומען

Yes no maybe so
מאנטאג אפריל 14, 2014 1:15 am#196129
лпم iοوԴ האט געשריבן:דער בלאט באשרייבט די מעשה אין זייער הערליכע פסח ביילאגע. לויט זיי האט די קינד געקענט נאכזאגן ד''ת פון הרה''ק מסאטמאר זי''ע, אבער נישט פון הרב קוק.
זיי האבן אויך נישט געקענט לייגן א האנט אויף די אנגעבליכע בריוו פון פאפא רב.

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :D :D :D :D :D :D :D :D :D :D ;) ;) ;) ;)
מאנטאג אפריל 14, 2014 9:54 am#196142
איך נעם נישט קיין שטעלונג צו די מעשה איז אמת למחצה לשליש ולרביע אדער אינגאנצן נישט, ווייל איך ווייס פשוט נישט. אבער די אלע וואס גלייבן מיט אזא תמימות וויל איך פרעגן אויב איינער פארציילט א מעשה אז בעלזער רב ז"ל האט פארגעסן צו מאכן א ברכה פאר'ן עסן, וועסטי עס אויך גלייבן אדער וועט מען עס פארענטפערן בכל מיני תירוצים אז ח"ו בעלזער רב זאל נישט האבן געמאכט א טעות? ווען מ'רעדט פון א מלאך האט מען אבער נישט קיין פראבלעם צו זאגן אז ער האט פארגעסן צו געבן דעם שנעלקע אין נאז
מאנטאג אפריל 14, 2014 6:16 pm#196208
לעיקוואד האט געשריבן:היה בעצכח דיון נרחב על זה עם המון אינפורמציה.
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?c ... um_id=1364

ארבעט נישט
דאנערשטאג אפריל 17, 2014 2:39 pm#196282
יוסף לייב יאקאב, דער שרייבער פון דעם ארטיקל פון דעם "בלאט", האט גענומען דעם אויסשניט פון דעם "מעריב" פון "קאווע שטיבל", דא. פארשטייט זיך אן געבן דעם פארדינטן קרעדיט.
דאנערשטאג אפריל 17, 2014 2:59 pm#196285
די האסט דען יא געשריבען פון ווי די האסט עס גענימען? אפשר נעמט ער עס פינעם זעלבן פלאץ ווי דיר?
דאנערשטאג אפריל 17, 2014 3:12 pm#196287
איך האב עס גענומען פון פובליק דאמעין, דא, און ארויסגעשניטן די איבריגע טעקסט פון ארום. דער בילד אין "דער בלאט" איז גענומען פון דא, אדער האט יאקאב - אין אן אומגלויבליכן צופאל - צוגעשניטן דעם בילד ביי גענוי די זעלבע פיקסעלס ווי איך האב.
דאנערשטאג אפריל 17, 2014 4:13 pm#196293
זיי מסביר און אנטשולדיגט פאר מיין נאאיווקייט, וואס מיינט פובליק דאמעין?

ביזט אראפגעגאנגען אין א פובליק לייבערי און דארט געמאכט א קאפי?

האסט עס געטראפען אויפן אינטערנעט?

פון וועלכע פובליק דאמעין די האסט עס האסטו למעשה נישט געגעבען דעם פארדינטן קרעדיט.

חוץ אויב האסט א קאפי פון יענע צייטונג ביי דיר אין דיין הויז פון דעמאלט ווען די צייטונג איז ארויסגעקומען.
דאנערשטאג אפריל 17, 2014 4:53 pm#196299
מח החושב, פאבליק דאמעין מיינט אז עס ליגט אויפן אינטערנעט פריי פארן פובליק צו ניצן. יאנקל ווייסט אז יאקאב האט דאס גענומען פון אים און נישט פון וויקימעדיע (די פובליק דאמעין סייט) וויבאלד יאנקל האט געשניטן דעם בילד און יאקאב'ס בילד איז געשניטן אויף גענוי דעם זעלבן פלאץ.
דאנערשטאג אפריל 17, 2014 6:08 pm#196303
chosen people האט געשריבן: פארוואס האט ער נישט זיך גענומען זאגן אויסנווענדיג וואס די טאטע האט געלערנט, אויכט ווען די מאמע/רבי האט איהם אויס געלערנט די ברכות נהנין, פארוואס האט ער עס נישט געקענט אליינס ענדיגן?


מ'קען עס גראדע פארשטיין שכל'דיג.

דאס קינד האט געהערט אינדערהיים מאכן ברכות פון די 1 יאר. ממילא האט עס נישט ארויסגערופן קיין וואונדער ווען ער האט ביי די 2 יאר געזאגט ברכות און א-ב. כאטש מ'האט אים אפשר נישט פארהערט, ווייל יעדעס יונגעלע הערט דאס זאגן פון די 1 יאר.

אין חדר אין נוירסערי אדער קינדערגארטן אבער חזר'ט קיינער נישט מיט אים קיין חומש אדער משניות, ממילא איז די וואונדער עקספאוזט געווארן אין חדר - נישט אין שטוב.
דינסטאג אפריל 29, 2014 11:00 pm#198068
ווען מ׳האט אנגעהויבען מיט די אוטיסטע׳׳ן autistic children וואס זיי האבען געזאגט מוסר און תוכחה פאר׳ן דור, בין איך געווען א בחור פון בערך פיפצען און איך האב געפרעגט א מגי׳׳ש אן אריגינעלען בעל כשרון און בעל דעת וויאזוי מ׳דארף רע׳אגירען צו אט אזא ערשיינונג. האט ער גע׳ענטפערט ׳ווען אונז שטייען מיר ליידיג, זוכענדיג א גוט ווארט א שטיקעל התעוררות, נו וואלט מען געדארפט קלערען. וויבאלד אבער מיר האבען א רייכען קראנטען קלוגען מסורה, מ׳קען לערנען חובת הלבבות מיט מסילת ישרים, נ׳׳ך מיט רש׳׳י און ביאור הגר׳׳א אויף משלי, רבינו יונה נפש החיים און דער חפץ חיים, ט׳וואס דארף מען גייען קלערען אין ווינקעל צו אפשר שטעקט דארט אויך עפעס׳ ודפח׳׳ח.
מיטוואך אפריל 30, 2014 12:49 am#198101
די שאלה איז נישט צו ס'פעלט אויס, די שאלה איז צו ס'איז "יש דברים בגו" צו נישט.
מיטוואך אפריל 30, 2014 5:55 am#198121
דער נידון איז געווען צו ס׳פעלט אויס צו קלערען צו יש דברים בגיו און זיך אריינטוהן אין די אלע קלערענישען און לייקענישען.
די פאינט איז אז אנדערע דא מאכען עס פאר א פראקטישע נושא וואס קען ענדערען זייערע לעבען, זאג איך אז דער לעבען זאל זיך גיכער גרינדען אויף פעלזענע יסודות ווי א חובת הלבבות ווי אזעלכע מעשות, וואס אויפ׳ן בעסטען אופן זענען התפעלות׳ן נישט שכל.
מיטוואך אפריל 30, 2014 10:46 am#198164
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער נידון איז געווען צו ס׳פעלט אויס צו קלערען צו יש דברים בגיו און זיך אריינטוהן אין די אלע קלערענישען און לייקענישען.
די פאינט איז אז אנדערע דא מאכען עס פאר א פראקטישע נושא וואס קען ענדערען זייערע לעבען, זאג איך אז דער לעבען זאל זיך גיכער גרינדען אויף פעלזענע יסודות ווי א חובת הלבבות ווי אזעלכע מעשות, וואס אויפ׳ן בעסטען אופן זענען התפעלות׳ן נישט שכל.

און ס'איז בכלל דא א סאך חולקים און ספקנים איבער די אויטענטישקייט פון אט די מעסעדזשעס מן השמים וועלכע זענען לכאורה געשיקט געווארן דורך די אוטיסטיק קינדער. אבער איבער די מעשה מיט דעם וואונדערליכן אינגל וועלכער האט געקענט כל התורה כולה איז דאך אינטרעסאנט. ווייל ס'איז נישט געווען אן איינמאליגער עפיזאד וואו ער האט געקענט זאגן חומש אין זיין קלאס. נאר ווען זיינע עלטערן האבן מחליט געווען און איהם מער נישט געשיקט אין חדר. זענען געקומען מערערע זשורנאליסטן און רבנים וועלכע האבן איטערוויוט דעם אינגל און געשמועסט מיט איהם פון לערנען. און זיי אלע זענען ארויס פון התפעלות איבער זיינע ידיעות אין תורה... :? 8-) :roll: :x :P :oops: :o :o :o :אומגלויבליך:
דינסטאג מאי 06, 2014 9:20 am#199152
נאך אלס קומט עס נישט צו צו דער הקדמה פונ׳ם מסילת ישרים. יא, אינטרעסאנט איז עס,אפשר פאר׳ן נאכ׳ן טשולענט אין טשיקאווע עפיזאדען אינ׳ם בלאט, אבער פראקטישעהייט איז עס דברים בטלים כלפי די דערהויבענקייט פון א מוסר ספר.
דינסטאג מאי 06, 2014 10:12 pm#199329
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאך אלס קומט עס נישט צו צו דער הקדמה פונ׳ם מסילת ישרים. יא, אינטרעסאנט איז עס,אפשר פאר׳ן נאכ׳ן טשולענט אין טשיקאווע עפיזאדען אינ׳ם בלאט, אבער פראקטישעהייט איז עס דברים בטלים כלפי די דערהויבענקייט פון א מוסר ספר.

ליטוואק בלייבט ליטוואק: די מעשה און ענליכע אזאלכע סופער נאטורליכע קענען מחזק זיין די אמונה אז ס'איז דא עפעס העכערס פון אונזער וועלטל און טאג-טעגליכן לעיבן. :roll: :? 8-) :P :oops: :o
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:35 pm#271302
קינות גירושין האט געשריבן:און סאטמער זאגט מען אז כאטש דאס קינד האט נישט געקענט קיין איינע פון די היינטיגע ספרים אבער ויואל משה האט ער יא געקענט משה אמת ותרתו אמת

און יעצט פארשטייט מען פארוואס בעלזער רב ז"ל האט אים געגעבן דעם פליק, ווייל בעלזער רב האט דאך געהאלטן אנדערש ווי דער 'ויואל משה'...