Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך

דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
128 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 273 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3873
דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:43 am#117195
דאס יונגעל וואס האט נישט באקומען א שנעלקע פונעם מלאך
סדרייט זיך ארום א מעשה אז און אר״י איז געבוירען געווארען א קינד וואס דער מלאך האט עם פארגעסן צו געבן א פליק ביי די נאז, און דאס קינד האט גדענקט כל התורה כולה ביז בעלזע רב האט עס מסדר געווען
איז דא און די מעשה א אמת קען מען דאס מברר זיין? אז דאס ריקארדעד? ווי אויף יוטוב קען איך זעהן דאס 5 יעריג קינד איבער זאגען גמרות? 
אויב לינקט מיר דאס איינער אהער, גערענטי איך אז איך ווער א גרויסע מאמין אין איך הער אויף צו ליינען ק״ש און נעווער אין מיין לייף וועל איך טון א עבירה!
דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:52 am#117197
איך ווייס נישט אויב עס איז דא א קליפ דערפון אבער דער איד וואנט היינט און א"י קענסט אים גיין באזוכען אויב דו ווילסט
דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:54 am#117198
היה בעצכח דיון נרחב על זה עם המון אינפורמציה.
m http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?c ... um_id=1364 m
דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:01 pm#117204
פון וויקעפידיע

הסיפור מוזכר בספרו של הרב יעקב ישראל קנייבסקי "חיי עולם" כהוכחה לאמיתות עניין גלגול נשמות.‏[5]

הבבא סאלי הסביר את התופעה‏[2] על פי מדרש חז"ל במסכת נידה[6] בשם רבי שמלאי, העוסק בעניין עובר ברחם אמו, ובין הדברים נכתב: "ומלמדין אותו כל התורה כולה ... וכיון שבא לאוויר העולם בא מלאך וסטרו על פיו ומשכחו כל התורה כולה", כאשר במקרה זה, נאמרה הסברה, לא סטר לו המלאך ולא השכיח ממנו את התורה שלמד.

בהקדמה למהדורת שנת ה'תשס"ט של הספר "ידות אפרים" מביא המהדיר, ר' מרדכי בן יעקב פלדמן, ראש הכולל "פרי העץ" מירושלים, בשם הרב חיים אריה שפיץ, שכאשר סיפור הינוקא הפלאי התפרסם בעיתונות בארצות הברית, הסעיר הדבר את נפשו של ר' חיים אריה, והוא נסע לישראל ויחד עם חותנו, הרב יוסף אריה פלדמן, נפגש עם הילד, בביתו של הרב מרדכי פלדמן, ברחוב הקליר בירושלים. ר' חיים אריה הקריא בפני הילד קצת חומש, והילד המשיך בעל פה את הפסוקים הבאים אחרי הפסוקים ששמע, הדבר חזר על עצמו גם כשקראו לפני הילד קצת גמרא הילד המשיך בעל פה את דברי הגמרא בצורה ברורה, אף שניכר היה שהילד לא הבין את מה שאמר. ר' חיים אריה חשב שאולי זה מין טלפטיה שהילד קורא המחשבה של זה העומד לפניו, ולכן יודע את מה שרואה הקורא הכתוב לפניו, ולכן רצה לנסות את הילד באופן אחר, הוציא עיתון וקרא לפני הילד קטע מתוכו, אבל הילד לא הגיב כלל ולא ידע להמשיך אות אחת, אחר כך בדקו את הילד בעוד ספר (ששמו לא זכור לו כיום) וגם בזה המשיך הילד לקרוא. כיון שכך רצה ר' יוסף אריה לבדוק אם הוא יודע את הספר (של זקנו) "ידות אפרים" ומיד כשהתחילו לקרוא לפניו מספר זה, המשיך הילד ואמר כעשר מילים מהדברים הכתובים בספר, והדברים מעידים שספר "ידות אפרים" הוא תורת השם, אשר המלאך מלמדו לכל עובר טרם לידתו.

בחוברת תורנית שפורסמה לקראת פסח תשס"ד, הובאו דבריו של הרב לייב באקשט שסיפר ששלח מכתב אל הרב יחזקאל לוינשטיין, ובו כתב לו שקשה לו להאמין לסיפור ("וכי ייתכן ששכח המלאך לסטור ילד אחד מישראל?"). הוא הוסיף שאם הסיפור אמת, ראוי להציג את הילד לעין כל, משום ש"בזה יתברר אמיתת דתינו לכל העולם, כי הנה הוכחה ברורה היא שיש ילד קטן היודע את כל התורה כולה!". הרב לוינשטיין ענה: "העובדה אמת היא. בתי וחתני [הרב ראובן גינזבורג] גרים שתי דירות לאותה משפחה, ובתי ראתה את הדבר וסיפרה לי אודותיו... כי אף שהילד גר בבני ברק לא רחוק ממני, הרי שמעתי אודות הדבר מבתי ומאמין אני לה". ומוסיף: "כבר חשבתי לילך בעצמי לראות את הפלא, אמנם חזרתי בי, ומה שעלתה על לבי לראות בעצמי, עצת היצר הרע היא להרוס כל אמונתנו שנבנית על 'אבותינו סיפרו לנו', והיינו שדבר הנשמע לנו מאדם נאמן... די לנו בזה להאמין בו"‏[7].‏[8]

הרב יצחק רצאבי אמר שהסיפור הזה אכן מפורסם ושמע אותו מאחיו של הילד, ואף שמע מפי עדים נאמנים על כך שהילד נכנס לחדרו של האדמו"ר מבעלז וכאשר יצא משם התברר ששכח את כל תורתו, אבל הוא מחפש מקור מהימן להמשך הסיפור (פעולותיו של האדמו"ר מבעלז בתוך החדר).‏[3]

סיפורים דומים במקורות יהודיים [עריכה]

במקורות יהודיים מסופר על מקרים דומים. בשו"ת הרשב"א (המאה ה-13), חלק א' תשובה תקמ"ח מסופר: "ובעיר לארדה היה קטן אחד שאינו יודע ספר והיה אומר כמה מזמורים וכמה דברים. ואחר אמר להם הוא עצמו לעשות לו רפואה וכתבו מפיו אחת ועשו ונתרפא. וכאלו נראו מאנשים הרבה
דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:02 pm#117205
לעמעל רעדט וועלכע איד וואוינט און א״י? זיי זאגען דאך אז ער רעדט נישט דערפון?
אמג, לעקוואד איך האב נישט קיין כח דורך צו ליינען די אלע בלעטער דארט אפשר טוסטו די הומווארק פאר מיר און זאגסט מיר וואס די חברה דארט האבען מחלט געווען?
דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:05 pm#117207
און סאטמער זאגט מען אז כאטש דאס קינד האט נישט געקענט קיין איינע פון די היינטיגע ספרים אבער ויואל משה האט ער יא געקענט משה אמת ותרתו אמת
דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:07 pm#117208
קינות גירושין האט געשריבן:אויב לינקט מיר דאס איינער אהער, גערענטי איך אז איך ווער א גרויסע מאמין אין איך הער אויף צו ליינען ק״ש און נעווער אין מיין לייף וועל איך טון א עבירה!


א מאמין ווערט מען דורך אויפהערן ליינען קריאת שמע?...
דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:08 pm#117209
קינות גירושין האט געשריבן:און סאטמער זאגט מען אז כאטש דאס קינד האט נישט געקענט קיין איינע פון די היינטיגע ספרים אבער ויואל משה האט ער יא געקענט משה אמת ותרתו אמת

ויואל משה יצא לאור תשכ"א א שפאר ביסל יארן נאך די געשיכטע.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:09 pm#117210
די חזון איש'ניקעס זאגן אז חזון איש האט ער געקענט אבער ר' חיים נישט.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:11 pm#117211
דאס קינד האט געהייסן מאנדל.
איך קען זיין ברודער, א הענט ליינער און א שטערן זעער וואס ווייסט נישט בחייכון און מאכט פרנסה פון אידישע צרות, אזויווי אלע.
זעט אויס ס'לויפט אין די גענעס.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:13 pm#117213
קינות גירושין האט געשריבן:לעמעל רעדט וועלכע איד וואוינט און א״י? זיי זאגען דאך אז ער רעדט נישט דערפון?
אמג, לעקוואד איך האב נישט קיין כח דורך צו ליינען די אלע בלעטער דארט אפשר טוסטו די הומווארק פאר מיר און זאגסט מיר וואס די חברה דארט האבען מחלט געווען?

פאר צוואנציג דאלאר א שעה טוה איך עס גערן :)
דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:17 pm#117215
קליינע השגות, דו ביזט ווערד אסאך אסאך מער, מינימום דאפלט, סיריעסלי, איך קען די מארקעט.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:18 pm#117216
אקעי, בעצת ידידי מרצנז"פ גייט די פרייז ארויף צו פיפציג דאלאר א שעה.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:22 pm#117219
מאראנצןזאפט האט געשריבן:קליינע השגות, דו ביזט ווערד אסאך אסאך מער, מינימום דאפלט, סיריעסלי, איך קען די מארקעט.

לא לחכמים לחם, נישט יעדער פאליזאף פארשטייט צו ביזנעס, לאז אזוי
מיין רבי דר. טווערסקי זאגט אייביג אז ווי מער טעלענטעט און געלאנגען א מענטש איז אלס וויינגער self esteem האט ער
מזעט עס דא בחוש
דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:55 pm#117254
לעיקוואד האט געשריבן:
קינות גירושין האט געשריבן:לעמעל רעדט וועלכע איד וואוינט און א״י? זיי זאגען דאך אז ער רעדט נישט דערפון?
אמג, לעקוואד איך האב נישט קיין כח דורך צו ליינען די אלע בלעטער דארט אפשר טוסטו די הומווארק פאר מיר און זאגסט מיר וואס די חברה דארט האבען מחלט געווען?

פאר צוואנציג דאלאר א שעה טוה איך עס גערן :)

אזוי ביליג???
דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:57 pm#117256
berlbalaguleh האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
קינות גירושין האט געשריבן:לעמעל רעדט וועלכע איד וואוינט און א״י? זיי זאגען דאך אז ער רעדט נישט דערפון?
אמג, לעקוואד איך האב נישט קיין כח דורך צו ליינען די אלע בלעטער דארט אפשר טוסטו די הומווארק פאר מיר און זאגסט מיר וואס די חברה דארט האבען מחלט געווען?

פאר צוואנציג דאלאר א שעה טוה איך עס גערן :)

אזוי ביליג???

די פרייז איז שוין ארויף, קוק אויבן.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:59 pm#117260
קינדער באקומען א שמעלקא? קיינמאל נישט געהערט.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:59 pm#117261
berlbalaguleh האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
קינות גירושין האט געשריבן:לעמעל רעדט וועלכע איד וואוינט און א״י? זיי זאגען דאך אז ער רעדט נישט דערפון?
אמג, לעקוואד איך האב נישט קיין כח דורך צו ליינען די אלע בלעטער דארט אפשר טוסטו די הומווארק פאר מיר און זאגסט מיר וואס די חברה דארט האבען מחלט געווען?

פאר צוואנציג דאלאר א שעה טוה איך עס גערן :)

אזוי ביליג???

רעד נאך א מינוט, און ס'גייט ארויף צו הונדערט.
---
חחח שמעקי.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:02 pm#117263
שמעקעדיג האט געשריבן:קינדער באקומען א שמעלקא? קיינמאל נישט געהערט.

ס'זעהט אויס אז דער מלאך האט פאר דיר אויך פארגעסן צו געבן א "שנעלקע" מיט א נון. נישט "שמעלקע" מיט א מם. דאס לאזמיר איבער פאר'ן (הייליגן) ניקלשבורגער רעבע פון מאנסי שליט"א. ס'איז איינער פון זיינע בני משפחה.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:04 pm#117266
דער קינד הייסט היינט יידל.
זעהט זיך אויס אז מ'קען אים נישט אזוי אוועקמאכן מיט אזא שנעלקעלע
דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:06 pm#117268
שמעקעדיג האט געשריבן:קינדער באקומען א שמעלקא? קיינמאל נישט געהערט.

כ'האב מיך אלץ געווואנדערט פארוואס דער שמעלקא דרייט זיך אייביג אונטער די נאז!! ;)
דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:43 pm#117290
און פארוועס באקומען די גיום אויך אזא שנעלקע/שמעלקעלע ? לערנען זיי דען די תורה?
האט די שנעלקע עפעס א מקור און חז״ל?
דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:53 pm#117294
אודאי, ס'איז א בפירוש'ע גמרא אין מסכת נדה

למה הולד דומה במעי אמו?... ומלמדין אותו כל התורה כולה..
וכיון שבא לאוויר העולם בא מלאך וסטרו על פיו ומשכחו כל התורה כולה.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 4:20 pm#117337
קאווע טרינקער האט געשריבן:דער קינד הייסט היינט יידל.
זעהט זיך אויס אז מ'קען אים נישט אזוי אוועקמאכן מיט אזא שנעלקעלע

זעהט אויס אז יידל איז געווען אויף די בעלזא חתונה...
דאנערשטאג מאי 23, 2013 5:57 pm#117373
דער מלאך הייסט סנטראל, כמובאר. ער האט זיך פאר'חלום'ט אויף א מינוטקעלע ואירע מה שאירע. הדא הוא דכתיב, הן במלאכיו ישים תהלה. אויפצומארגענס האט מען אים משלח געווען, און זינט דאן זעט מען איבערגיין די קלאסיפיידס אין די תורה קאנעקשאנס.
עס איז מערקווירדיג ווי געווענליכע גאנץ נארמאלע מענטשן קויפן פאר גוט געלט די לעכערליכסטע אפרילס-טאג נארישקייט אויב ס'איז בשייכות ענייני דת. כ'מיין אז די דאזיגע ערשיינוג גופא קען מען נוצן לחזק ברכיים כושלות, פאר קינות'ן, דאס הייסט. רב יחזקאל לווינשטיין וויל נישט הערן. פשוט, אויב ווערט ער א מאמין על מנת ס'איז אמת, וואס ווערט ער דאן אויב ס'איז שקר?
איי איי, דער רמב"ם וואלט געהאט א בלוט שטורץ העט ער עס ווען דערלעבט. מי יגלה עפר עיניך. סורו מהר פון דיינע עקרים און טאנצן ארום גאלדענע באבע מעשיות און שרייען אלה אלוהיך ישראל.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:05 pm#117424
נאם אמאל דער פליק קען מען דאך זען ביי יעדען איינעם. פארוואס איז דא די שפאלט אונטער דו נאז אויב נישט פון די מלאך?
וואס זאגן די גוים וואס ווייסען נישט אז די מלאך געבט א פליק?
דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:13 pm#117429
נאך אזאך וואס איך זעי איז, אז ביי איינעם איז עס טיפער אין ביי א צווייטען נישט! וואס פשט?!
דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:20 pm#117446
אגב, דער מאנדל האט יא א שפאלט אונטער די נאז.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:36 pm#117456
די "שפאלט" אונטערן נאז איז סתם א דזשאוק. דער מלאך גיט נישט א פיזישע שטארקע שנעלקע, קאם אן!
דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:04 pm#117463
די שפאלט טוט עפעס בענעפעטירן פארן מענטש?
דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:10 pm#117466
אודאי. עס מאכט גרינגער נאך די חתונה צו לייגן די 2 פינגער דערויף, און א וויש טאן די וואנצעס - וועלכע זענען צוטיילט מחצה על מחצה א דאנק דעם שמעלקא - מימין ומשמאל ווען די פינגערס ווערן ברייטער און דערנאך גיט מען א גלעט דעם בארד ביז אראפ. שטעל דיר פאר ווען מען דארף גיין אל-דע-וועי צו די לינקע זייט, און גלעטן ביזן רעכטן זייט, און נאכדעם צוקוועטשן די בארד! לא מצאנו ידינו ורגלינו! עס מאכט נישט קיין סענס
(קאווע טרינקער, שריי מעך נישט אן!)
דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:15 pm#117470
נולד מאוחר האט געשריבן:די שפאלט טוט עפעס בענעפעטירן פארן מענטש?


m http://www.wisegeek.com/what-is-the-pur ... iltrum.htm m
דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:45 pm#117494
דארט שטייט
Humans aren't the only ones that have philtrums. Most mammals, including dogs and many primates have a philtrum too.
זאלט עטס נישט זיין סארפרייזעד אז איין טאג נעמט זיך אן אייזל רעדן שטיקער גמ'. דארט קען זיך אויך מאכן אז די מלאך זאל פארזען איין אייזל.
פרייטאג מאי 24, 2013 12:38 am#117502
העי העי, פאר די רעדסט פין די אייזלען, וואס מיט דער עם הדומה לאייזלען, פארוואס האבען זיי א שנעלקע אין די נאז? וועלכע דברי תורה דארפען זיי פארגעסען? וצע"ג.
פרייטאג מאי 24, 2013 1:03 am#117506
איחוד פעלד האט געשריבן:העי העי, פאר די רעדסט פין די אייזלען, וואס מיט דער עם הדומה לאייזלען, פארוואס האבען זיי א שנעלקע אין די נאז? וועלכע דברי תורה דארפען זיי פארגעסען? וצע"ג.


שמעקעדיג האט געשריבן:די "שפאלט" אונטערן נאז איז סתם א דזשאוק. דער מלאך גיט נישט א פיזישע שטארקע שנעלקע, קאם אן!
פרייטאג מאי 24, 2013 1:19 am#117511
שמעקעדיג האט געשריבן:די "שפאלט" אונטערן נאז איז סתם א דזשאוק. דער מלאך גיט נישט א פיזישע שטארקע שנעלקע, קאם אן!


מהיכי תיתי?
פרייטאג מאי 24, 2013 1:28 am#117513
למה לי קרא סברא הוא.
דער וואס זאגט אז יא דארף ענטפרן אויף די מהיכי תיתי שאלה
דרך אגב די גמ זאגט אז ספאסירט במי עמו כיון שבא לאוויר העולם. ממש פארן ארויסקומען.
היינט קען מען דאס זען במי עמו ווי סהאט דאס שפאלט סך פאר סקומט ארויס.

כ'מיין אז די גמ' זאגט סברענט א לעכט אויפן קאפ פונעם קינד. דארט פרעגסטו אויך מהיכי תיתי אז מ'רעדט נישט פון ממש א ברענעדיגע לעכט?
ס'איז שכיח הארט בערנס ביי פרעגנענסי, נו אז ס'ברענט א לעכטל אודאי איז דא הארט בערנס.
פרייטאג מאי 24, 2013 11:35 am#117615
נולד מאוחר האט געשריבן:דארט שטייט
Humans aren't the only ones that have philtrums. Most mammals, including dogs and many primates have a philtrum too.
זאלט עטס נישט זיין סארפרייזעד אז איין טאג נעמט זיך אן אייזל רעדן שטיקער גמ'. דארט קען זיך אויך מאכן אז די מלאך זאל פארזען איין אייזל.

האט דען נישט אן אייזל זיך גענומען רעדן?! בלעמם'ס אייזל. זייט דאמאלס האבן שוין א סאך אתונות אויפגעמאכט דעם פה. :lol:
זונטאג מאי 26, 2013 2:39 pm#118027
נולד מאוחר האט געשריבן:סאיז שכיח הארט בערנס ביי פרעגנענסי, נו אז סברענט א לעכטל אודאי איז הארט בערנס.
:lol:
זונטאג מאי 26, 2013 3:08 pm#118045
טייערע ייודן עס איז זייער גרינג אוועק צו מאכן מעשיות, (נאך אזוי גרינג ווי צו מאכן די מעשיות), אבער דאס איז אלעס גוט ווען מען פארציילט א מעשה פון הונדערט יאר צוריק, (וואס איז אדער יא אדער נישט), אבער א מעשה פון א ייוד וואס לעיבט, און אלע וואס האבן עים אויס פרובירט לעבן נאך, איז שווער אוועק צו מאכן, מען קען זיי דאך פרעגן,

בדא"ג איך האב געהערט די מעשה פון ר' יעקב מאיר שכטר, און ער האט אויס פרובירט דעם יונגל אויף די ספרים פון ר נחמן מברסלב און דער יונגל האט געזאגט אויף אויסווענדיג אלעס, אויך האט דער יונגל געקענט א טייל פון די ספרים פון ר נתן דער תלמיד פון ר נחמן, (איך ווייס נאר נישט וועלכע יא און וועלעכע נישט)

דער אויבן דערמאנטע יונגל איז היינט א זיידע מיט קינדער און אייניקלאך, ער הייסט ישראל משה מאנדל, ער וווינט אין קרית צאנז נתני' שבארץ ישראל,

קינות גירושין האט געשריבן:
"זיי זאגען דאך אז ער רעדט נישט דערפון"
אמת ער דעדט נישט וואס איז פארגעגאנגען ביים בעלז'ר רב אין שטוב, (איך ווייס נישט אויב ער געדענקט בכלל) אבער פון די גאנצע מעשה, רעדט ער יא, (פארשטייט זיך נאר ווען ער איז אין דע מאד, און פאר וועם עס געפעלט עים).

מאראנצןזאפט האט געשריבן:
"איך קען זיין ברודער, א הענט ליינער און א שטערן זעער"
עס איז נישט א ברידער עס איז א נעפיא (נחמן)
זונטאג מאי 26, 2013 3:18 pm#118050
מבני משה, אפשר לייגסטו ארויף א קליפ אויף יוטוב איך זאל עס אויך קענען זעהן
סאיז דאך נישט א מעשה פון 100 יאר צוריק
זונטאג מאי 26, 2013 3:23 pm#118053
האט ר' שמעלקע ניקלשבורגער באקומען א שמעלקע?
זונטאג מאי 26, 2013 3:37 pm#118057
מבני משה האט געשריבן:טייערע ייודן עס איז זייער גרינג אוועק צו מאכן מעשיות, (נאך אזוי גרינג ווי צו מאכן די מעשיות), אבער דאס איז אלעס גוט ווען מען פארציילט א מעשה פון הונדערט יאר צוריק, (וואס איז אדער יא אדער נישט), אבער א מעשה פון א ייוד וואס לעיבט, און אלע וואס האבן עים אויס פרובירט לעבן נאך, איז שווער אוועק צו מאכן, מען קען זיי דאך פרעגן,

בדא"ג איך האב געהערט די מעשה פון ר' יעקב מאיר שכטר, און ער האט אויס פרובירט דעם יונגל אויף די ספרים פון ר נחמן מברסלב און דער יונגל האט געזאגט אויף אויסווענדיג אלעס, אויך האט דער יונגל געקענט א טייל פון די ספרים פון ר נתן דער תלמיד פון ר נחמן, (איך ווייס נאר נישט וועלכע יא און וועלעכע נישט)

דער אויבן דערמאנטע יונגל איז היינט א זיידע מיט קינדער און אייניקלאך, ער הייסט ישראל משה מאנדל, ער וווינט אין קרית צאנז נתני' שבארץ ישראל,

קינות גירושין האט געשריבן:
"זיי זאגען דאך אז ער רעדט נישט דערפון"
אמת ער דעדט נישט וואס איז פארגעגאנגען ביים בעלז'ר רב אין שטוב, (איך ווייס נישט אויב ער געדענקט בכלל) אבער פון די גאנצע מעשה, רעדט ער יא, (פארשטייט זיך נאר ווען ער איז אין דע מאד, און פאר וועם עס געפעלט עים).

מאראנצןזאפט האט געשריבן:
"איך קען זיין ברודער, א הענט ליינער און א שטערן זעער"
עס איז נישט א ברידער עס איז א נעפיא (נחמן)

איז עס נישט מאדנע אז אזא אפענע זאך האט מען נישט רעקארדירט אויף ווידעא אדער אפילו אויף אודיא? ניטאמאל איז דא א געשריבענע עדות'שאפט פון סיי וועמען וואס זאל שרייבן "היינט דינסטאג האב איך גערעדט צו הילד ישראל משה מאנדל, און איך האב אים פארהערט, און ער האט געקענט כל התורה כולה" וכו'. יעדע עדות'שאפט וואס איז פאראן פון דער מעשה איז א שמועה רחוקה. הלא דבר הוא!

מאמענטאל געדענק איך נישט גענוי די פרטים, אבער איך געדענק אז אין דעם שטיקל וואו דער סטייפלער נוצט די געשיכטע פאר א ראיה פאר גילגול נשמות איז ער זיך איראניש טועה מיט דעם פאקט אין וועלכער שטאט די געשיכטע האט אנגעבליך פאסירט.

באריכט אין "מעריב":
Maariv2.png
Maariv2.png (21.06 KiB) געזען געווארן 1133 מאל


ענדליך האט א רעפארטער באוויזן צו רעדן מיט'ן קינד...
Mariv1.gif
Mariv1.gif (180.83 KiB) געזען געווארן 1133 מאל
זונטאג מאי 26, 2013 3:42 pm#118058
אה, שוין געטוישט דאס קעפל צו שנעלקע
זונטאג מאי 26, 2013 3:45 pm#118061
נישט אלעס גייט אויף יוטוב, אבער קענסט אריבער פארן צו די אויבן דערמאנטע שטאט און כאפן א שמיעס מיט עים,
אויב קומסטו בייטאג קענסטו עים טרעפן אין דע לאניאדו שפעטאל, ער ארבעט דארט,(איך ווייס נישט וואס איז זיין ארבעט, אבער שמעתי אז דארט ארבעט ער)

קינות איך זעי עס קומט דיר אן שווער די דארפסט אונהייבן גלייבן
זונטאג מאי 26, 2013 3:50 pm#118064
[quote="בעריש"]פון וויקעפידיע

[b]הסיפור מוזכר בספרו של הרב יעקב ישראל קנייבסקי "חיי עולם" כהוכחה לאמיתות עניין גלגול נשמות.‏[5]


הרב לוינשטיין ענה: "העובדה אמת היא. בתי וחתני [הרב ראובן גינזבורג] גרים שתי דירות לאותה משפחה, ובתי ראתה את הדבר וסיפרה לי אודותיו... כי אף שהילד גר בבני ברק לא רחוק ממני, הרי שמעתי אודות הדבר מבתי ומאמין אני לה". ומוסיף: "כבר חשבתי לילך בעצמי לראות את הפלא, אמנם חזרתי בי, ומה שעלתה על לבי לראות בעצמי, עצת היצר הרע היא להרוס כל אמונתנו שנבנית על 'אבותינו סיפרו לנו', והיינו שדבר הנשמע לנו מאדם נאמן... די לנו בזה להאמין בו"‏[7].‏[8]

די מעשה מיט ישראל משה מאנדל איז געווען און ירושלים, און ער האט געוווינט און ירושלים, ווייסט איינער אפשר צי עס איז געווען נאך א מעשה איבער וואס עס ווערט דערמאנט און חיי עולם מיט א יונגל פון בני ברק,
(און וועלעכע גוטע ייוד האט עים מתקן געווען)?
זונטאג מאי 26, 2013 3:57 pm#118065
איך ווייס אליינס נישט פארוואס איך גלייב נישט די מעשה אפשר וועגן די פיל נוסחיות המעשה, עפעס מאכט דא נישט קיין סענס, דעס וואלט ווען געדארפט אויף שטארמען די וועלט אזוי ווי קריאת ים סוף און ירידת המן אויף צו ווייזען די אמתיות התורה, דערווייל זעה איך אז די גאנצע מדינה איז ווייטער פריי און יעדער טוט וואס ער וויל, און דעס כאפט נישט קיינעם
פארוואס קען נישט איין טיכטיגער אינגעמאן אראפ פארען צו דעם איד און גובה עדית זיין פון עם מיט נאך אידען וואס האבען אליינס געזעהן די מעשה און מאכען דערפון א דאקמענטרי און ארויף אויף יוטוב?? איך וואלט געצאלט געלט דערפאר און גערענטי נעווער און מיי לייף וועל איך טון נאך עבירה די יצה״ר קען פארגעסן מיין אדרעס! 
זונטאג מאי 26, 2013 4:10 pm#118069
קינות פרעגט פארוואס:
אפשר וויל נישט דער מאנדל ווערן אפגעסטעמפלט אלס סקיצאפריניש.

אפשר וועלן מענטשן זאגן אז מ׳האט אים באצאלט פאר דעם.

צו ס׳איז יא אמת צו נישט וועסטו קיינמאהל געוואויר ווערן ווייל סך הכל זאגט ער אז ער׳ט אמאל געדענקט לערנען נו גיי פראוו עס.
זונטאג מאי 26, 2013 4:45 pm#118080
פון די ארטיקל וואס יאנקל האט געלייגט, שטייט דארט אז ער האט געקענט קטעים מאדמו''ר מסאטמער (שליט''א) זצ''ל.

@יאנקל, מיך האט איינער געזאגט אז ער האט אמאל געזעהן א בריוו פון פאפא רבי ז'''ל, וואס ער שרייבט דארט אראפ זיין עדות'שאפט, אז ער האט פארהערט די ילד הפלא, איך גיי פרובירן בל''נ צו פארשאפן די בריוו..