אייז קריעם האט געשריבן:דאס איז לשיטתי' פון "בלידינג הארט" ליבעראלן ווי שבת אחים. ער האט ליב דעם ארבייטער און האסט דעם ענטרעפרענור. ממילא איז משה דער שגץ און הלל דער ל"ו צדיק. קליפ און קלאר.
איך, צופעליג, האב ליב משה כאטש ער האט א הארטן שאלעכץ אבער ער מאנעווערירט די זאך און שומר שבת.
בנוגע גאטקעס, שבת'נס רבי George Carlin האט א באקאנטע שאלה, וואס טיט מען ווען מען איז אין פאבליק און די גאטשעס זענען סטאק בין תנור לכירים, וויאזוי שלעפט מען עס ארויס.....
דו לץ איינער...
בד״וו איך שעץ ענטרעפרענורס ווילאנג זיי שעצן די ״מענטשהייט״ און נוצן נישט אויס יענעמס שוואכקייטן רייך צו ווערן, געדענק סאיז נישטא קיין מענטש אויף די וועלט וואס האט זיך נישט באנוצט מיט די ״המון עם״ און מיט אנדערע מענטשען אנצוקומען צו זייער רייכקייט! קיינער האט עס נישט געטוהן ״גענצליך-אליינס״! סאיז געוועהן שותפים וואס האבן געהאלפן דעם ״הויכגעשעצטע ענטפערנוערס״ דורכפירן זייערע חלומות און אן זיי וואלטן קיינמאל נישט אנגעקומען אין די הויכעגעשעצטע פאזיציע אן זיינע ארבעטאר... אלזא אין די נארמאלע סאושליסטע וועלט וואס זייערע פרינציפטן באשטייען אויף אמתע ״ישרות״ און ״גערעכטיקייט״ מאכט טאקע דער ״ענטרעפרענור״ דער מערסטע און ער האט די גרעסטע חלק אין די קאמפאני, אבער אלע אנדערע וואס האבן געשוויצט פאר דעם באקומען אויך זייער ערליך פארדינטע חלק.
גיי אין די סאטשליסטע לענדער און קוק ווי שיין דעס האט זיך אויסגעארבעט...ביידע זענען העכסט צופרידן סיי דער בעלבאס און סיי די ארבעטאר וואס זענען נישט סתם עבדים, נאר א אמתע חלק פון א קאמפני וואס נעמט זיי אין אכט אין קעירט פאר זיי.
געדענק גוט:
אין א קעפטיליסטישע סאסייעטי ווען איינער איז ״הויך״ איז עס נאר ווייל ער האט אראפגעדרוקט און ״דערנידערט״ אנדערע...!